לקוטי שיחות
הוספות - שיחות טז
533פורים
א. אויף פּורים שטייט בתורה — לשון הוראהא) — וימי הפּורים האלו לא יעברו מתוך היהודים וזכרם לא יסוף מזרעם*2)).
דאָס הייסט, אַז די ענינים פון פּורים זיינען אַ הוראה אויף כל הדורות, אויך אויף אַזאַ דור ווען ס'זיינען ניטאָ קיין גזירות חס ושלום אַזוי ווי ס'איז געווען דאַן, אָבער די ענינים ברוחניות פאַרלאַנגען אַזאַ הנהגה ווי די אידן האָבן זיך געפירט דעמאָלט, בימים ההם בזמן534הזה, אויף מבטל זיין גזירת המן.
דעמאָלט איז געווען אַ גזירה להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים, רחמנא לצלן, און די גזירה איז געווען פון שושן הבירה, די הויפּטשטאָט פון יענע צייטן, און אידן האָבן געטאָן כל מה שביכולתם אויף מבטל זיין די גזירה, ביז עס איז געוואָרן דער ונהפּוך הוא.
און פון דעם אופן ההנהגה ווי די אידן האָבן זיך דעמאָלט געפירט, ווייס מען ווי צו פירן זיך בשעת עס זיינען פאַראַן די זעלבע ענינים אין רוחניות.
ב. בימים ההם איז אסתר געווען די מלכה, אחות יש לנו בבית המלכות, און מרדכי איז געווען אַ יושב בשער המלך, נאָך איידער ער איז געוואָרן אַ משנה למלך. פונדעסטוועגן בשעת עס איז געווען די גזירה און מ'האָט זיך זיכער געפּרואווט אויף פאַרשידענע וועגן, איז פון דעם ניט אַרויס קיין תועלת און עס איז אַרויס דער פּתשגן כתב הדת, דאַן האָט מען זיך גענומען צו גאָר אַן אַנדער עצה.
אַז מען האָט געהאַט אַ קרוב אין דער בירה ובית המלכות אַליין, מען האָט געהאַט די ענגסטע פאַרבינדונג אין בית המלך וואָס עס קאָן נאָר זיין, וואָרום אשתו כגופו דמיאג), איז וואָס האָט מען געדאַרפט זוכן אַנדערע וועגן?
שטייט אָבער אין מדרש)), אַז מרדכי האָט אָפּגעלייגט אַלע ענינים אויף אַ זייט, ער האָט צונויפגעקליבן צוויי און צוואַנציק טויזנט אידישע קינדער און זיך געזעצט מיט זיי לערנען תורה.
און געלערנט האָט ער מיט זיי אַן ענין וואָס האָט, על פּי פּשט הענין, ניט געהאַט כלל קיין שייכות מיט דעם מצב אין וועלכן די אידן האָבן זיך דאַן געפונען, און עס האָט ניט געקענט צוגרייטן צו קיין תכלית גשמית, ווי פּרנסה וכדומה.
ג. אין אַ צייט וואָס עס איז געהאָנגען אַ גזירה פון להשמיד להרוג ולאבד ח"ו, און דער בנין בית המקדש איז דאַן געווען אָפּגעשטעלט, מען האָט ניט געוואוסט ווען מען וועט אים אָנהויבן צוריק בויען, און אחשורוש האָט גע'טענה'ט)), אַז ס'זיינען שוין דורכגעגאַנגען די שבעים שנה פון גלות בבל און אלקיהם ישן הוא.
— אין משנת חסידים, וואָס ער איז מיוסד אויף כתבי האריז"ל, שטייט אַז המן וזרש ויועציו האָבן אויך געמאַכט דעם זעלבן חשבון וואָס אחשורוש —
אין יענער צייט האָט מרדכי געלערנט מיט די קינדער הלכות עומר, וואָס פון דעם קען מען ניט זיין קיין רב, קיין שוחט, קיין מלמד, קיין משגיח, אַפילו אויף פּסק'נען הלכה למעשה איז דאָס אויך ניט געווען נוגע, וואָרום דער בית המקדש איז ניט געווען בבנינו, דער בית המקדש איז געבויט געוואָרן, לאחרי ההפסק, פיר יאָר נאָך גזירת המן, און דאָס איז ניט געווען נוגע צו הלכה למעשה, נאָר מען האָט געלערנט תורה לשמה.
535ד. מרדכי האָט ניט געזוכט אויפצושטעלן דוקא גאונים און רשכבה"ג'ן, נאָר ער האָט געלערנט מיט אידישע קינדער פּשוט'ע דינים פון הקרבת העומר.
און די תורה האָט מבטל געווען גזירת המן. ווי די גמרא זאָגטח), אַז המן איז דורכגעגאַנגען און געזען ווי מרדכי דער ראש פון סנהדרין זיצט און לערנט מיט קליינע קינדער תורה לשמה, ער איז דאָס ניט מבטל און ווערט אינגאַנצן ניט נתפּעל פון דער גזירה להשמיד להרוג ולאבד ח"ו, נאָר אים איז נוגע די צוויי און צוואַנציק טויזנט אידישע קינדער, האָט המן דעמאָלט געוואוסט אַז דאָס איז זיין מפּלה, אַז מען האָט אים מנצח געווען.
דאָס האָט מבטל געווען די גזירה.
דערנאָך, בכדי אָנצוטאָן דאָס בדרכי הטבע, האָט אסתר גערעדט מיט אחשורוש'ן, און אויך בכדי עס זאָל זיין דער הפּה שגזר הוא הפּה שהתיר עס זאָל זיין דער ענין פון ונהפּוך הוא און דער ורבים מעמי הארץ מתיהדים.
ה. די הוראה פון דעם על כל בני ישראל ועל כל הזמנים איז:
אַל תבטחו בנדיבים בבן אָדם שאין לו תשועה)), וואָס ער אַליין דאַרף האָבן אַ תשועה און האָט איר ניט. בשעת מען וויל מבטל זיין אַ גזירה שבגלוי, על אחת כמה וכמה אַ גזירה שבהעלם והסתר, איז דער וועג וואָס מען דאַרף טאָן איז דאָס דער וועג אַזוי ווי מרדכי האָט געטאָן בימים ההם, און דערנאָך קען מען צושטעלן אויך ענינים בדרכי הטבע, בכדי צו געבן דעם יצר הרע אַ מקום לטעות, ער זאָל קענען פּרואוון איינריידן אַז עס איז ניט קיין נס נאָר טבע.
דאָס איז אָבער מער ניט ווי אַ שפּעטערדיקער ענין, בכדי צו מכסה זיין דאָס בדרכי הטבע. די ערשטע זאַך אָבער איז צונויפקלייבן אידישע קינדערלעך און לערנען מיט זיי תורה און דאָס זאָלן טאָן אַפילו די וואָס זיצן ראשונה בסנהדרין. דאָס איז די ערשטע זאַך און דאַן קען העלפן ריידן און משתדל זיין זיך בשושן הבירה.
ו. ועל דרך המבואר בענין וברכך הוי' אלקיך בכל אשר תעשה, בענין הפּרנסה. דער עיקר איז וברכך הוי' אלקיך, נאָר בכדי אָנצוטאָן אין דרכי הטבע דאַרף מען האָבן דעם בכל אשר תעשה. הגם אַז מען דאַרף טאַקע מאַכן כלים בכדי אָנצוטאָן אין טבע, איז ווען קען דאָס העלפן, דוקא ווען עס איז דאָ די ברכה מלמעלה.
בשעת מען טוט גאָרניט, אַז די ברכה זאָל זיין בשרשה ומקורה, במילא פעלט אין דעם וברכך הוי' אלקיך — ניט צו קיינעם גערעדט — איז וואָס איז די תועלת וואָס ער וועט עפענען אַ קאָנטאָ אין באַנק און אָנשטעלן אַ גרויסע קעשענע, מען דאַרף דאָך פריער האָבן וואָס צו אַריינלייגן, — די ברכה מלמעלה.
וכמו כן וכל שכן בנידון דידן. מען דאַרף האָבן עס זאָל זיין דער וברכך הוי' אלקיך אויף מבטל זיין די גזירה, וואָס דאָס איז דורך חינוך פון אידישע קינדער, מען זאָל אויפ־536שטעלן אַ דור ישרים יבורך דורך דעם אופן החינוך ווי מען דאַרף — און דאַן קען העלפן דער אשר תעשה, אַז דאָס וועט זיין כלים ראוים לברכת הוי' אויף מבטל זיין די גזירה.
ז. און דאָס איז די הוראה פון ימי הפּורים אויך בזמן הזה, בכל יום ויום. צו יעדן אידן בנוגע זיינע קינדער, ועל אחת כמה וכמה צו די וואָס די השגחה העליונה האָט זיי געגעבן דעם כוח ההשפּעה אויף משפּיע זיין אויף כמה וכמה אידן וואָס זיי זיינען בנים להוי' אלקינו, דאַרפן זיי אויסנוצן זייער השפּעה אַז דער לימוד זאָל זיין ביראת שמים, וואָס דורך דעם וועט זיין אַ דור ישרים.
און אַז עס וועט זיין אַ דור ישרים, דעמאָלט וועט זיין יבורך, אַז זיי וועלן געבענטשט ווערן מיט אַלץ וואָס זיי דאַרפן,
און דורך זיי ווערן אויך געבענטשט זייערע עלטערן און קרובים, און דורך דעם אויך כלל ישראל בכל מקום שהם.
ח. און אַזוי ווי דעמאָלט איז דורך דעם וואָס מרדכי איז געזעסן במקום אחד און געלערנט מיט אידישע קינדער הלכות פּסוקות פון תורה, האָט עס מבטל געווען גזירת המן אין אַלע מאה ועשרים ושבע מדינות וואָס איז געווען אויף דער גאַנצער וועלט,
אַזוי אויך איצטער, בשעת מען וועט לערנען מיט קינדער תורה ביראת שמים, וועט דאָס מבטל זיין אַלע גזירות, און ברענגען צום ונהפּוך הוא, אַז ישלטו היהודים המה בשונאיהם,
וואָס דער הויפּט־שונא איז דער יצר הרע, וועט מען אים מנצח זיין כל אחד לפי ערכו,
און דאָס וועט אַראָפּברענגען די גאולה השלימה והאמיתית, וואָס דעמאָלט וועט זיין ולא ילמדו עוד איש את רעהו, כי כולם ידעו אותי למקטנם ועד גדולםז).
ט. די מצוות פון משלוח מנות און מתנות לאביונים אין פּורים, זיינען אַזעלכע ענינים וואָס שטעלן זיך אויס נאָר דורך דער התאחדות און פאַראייניקונגח) פון איין אידן מיט אַ צווייטן, וואָס דאָס איז אַ תיקון אויף דעם קטרוג וואָס עס איז דאַן געווען אויף אידן, אַז ישנו עם אחד מפוזר ומפורד, אידן וואָס זיינען אַן עם אחד זיינען ח"ו מפורד און צעטיילט איינער פון דעם צווייטן, אויף דעם זיינען די מצוות פון משלוח מנות און מתנות לאביונים צו באַווייזן און פאַרשטאַרקן די פאַראייניקונג פון אידן.
גאָר באַזונדערס דריקט זיך אויס די התאחדות פון אידן דורך דער מצוה פון מתנות לאביונים, ווייל משלוח מנות איז נאָר לרעהו, צו זיין חבר וואָס איז גלייך מיט אים, אָבער מתנות לאביונים איז דאָך צו אַן אביון אין אַלעמען אין גשמיות און אין רוחניות, וואָס דאָס איז דאָך דער טייטש פון אביון — תאב לכל דבר), אַז אים פעלט אין יעדער537ענין, און דאָך פאַראייניקט מען זיך מיט אים און מען גיט אים מתנות.
דערפאַר זאָגט דער רמב"םי) אַז עס איז אַ מצוה להרבות אין מתנות לאביונים, ווייל אויב עס געפינט זיך אַ איד וואָס אים פעלט וואָס ער ווייס פון אים אזן דאָך פאַרבינדט ער זיך ניט מיט אים פעלט דאָך ח"ו אין דער התאחדות פון אידן.
און ווייל די צוויי ענינים מטלוח מנות און מתנות לאביונים זיינען אַזוי שטאַרק נוגע פּורים, דערפאַר זיינען זיי לייכטער אויסצופירן ווי די אַנדערע ענינים, ווי דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט אין דער בריאה בכלל, אַז די ענינים וואָס זיינען מער לעבנסנויטיק זיינען לייכטער צו באַקומען 21)), ווי צ. ב. קליידער איז טייערער ווי שפּייז, און לופט וואָס אָן דעם קען מען אינגאַנצן ניט עקזעסטירן געפינט זיך דאָס אומעטום און גענצלעך פריי.
י. מישט זיך אָבער אַריין דער יצר הרע און מאַכט אַז דוקא די צוויי ענינים וואָס זיינען אַזוי שטאַרק נוגע פּורים, זאָלן זיי זיין מער פאַרנאַכלעסיקט, און ספּעציעל ביי יוגנטלעכע און קינדער וואָס באמת מצד חובת החינוך האָט מען דאָך געדאַרפט אויך די קינדער וואָס זיינען נאָר בלויז אין עלטער פון חינוך, מחנך זיין אויף מקיים צו זיין משלוח מנות און מתנות לאביונים און מכל שכן די וואָס זיינען שוין בני מצוה און בנות מצוה.
דעריבער דאַרפן די אַלע וואָס האָבן אַ השפּעה, און בפרט די וואָס פאַרנעמען זיך מיט חינוך, מעורר זיין די יוגנטלעכע בני און בנות מצוה און אַפילו די וואָס זיינען נאָר בלויז אין עלטער פון חינוך, אַז זיי זאָלן זיך ניט פאַרלאָזן אויף די דעות אַז מען קען אין געוויסע פאַלן יוצא זיין די אויבנדערמאָנטע מצוות מיט דעם פאָטערס געבן א. אַ. וו. נאָר זיי זאָלן אַליין מקיים זיין משלוח מנות און מתנות לאביונים, און זיי אָנווייזן ווי לייכט דאָס איז מקיים צו זיין ווייל מיט אַ שטיקל קעיק און סאדע־וואַסער איז מען מקיים משלוח מנות און מיט געבן צוויי פּעניס צו צוויי אָרעמעלייט, צו יעדער איינעם אַ פּעני, איז מען מקיים מתנות לאביונים.
און בזכות זה וועט דער אויבערשטער געבן מנות לרעהו צו די וואָס ווערן אָנגערופן אַחים ורעים להקב"ה, און אויך אַפילו צו די וואָס זיינען אביונים אין רוחניותיח) וועט השי"ת געבן מתנות.
יא . . . . מ'זוכט צו אָנהאַלטן און צו אויפשטעלן די אַלטע מנהגים.
אויב מ'וואָלט געהאַט ברייטע פּלייצעס, עינים לראות ואזנים לשמוע, לב להבין ומוח להשכיל — דאַן וואָלט מען ניט זיין מוכרח נוצן דוקא די דרך סלולה, מ'וואָלט קענען גיין אויך אויף נייע וועגן און צוקומען צו דער מטרה, לעלות בית אאויב אָבער די זאַכן פעלן, מוז מען גיין אויף די וועגן וואָס מ'האָט אויסגעטראָטן פאַר אונז. דעמאָלט538גייט מען אויף דער אחריות פון די וואָס האָבן אָנגעוויזן און אויסגעטראָטן די וועגן און אויף זייערע פּלייצעס, און דערפאַר זוכט מען אויפשטעלן די הנהגות, אויב אַפילו, מצד כמה טעמים, זיינען זיי נפסק געוואָרן לזמן מה.
דער רבי (מהורש"ב) נ"ע פלעגט קלייבן געלט (אָדער הייסן זיך מתנדב זיין) — בעת אַ פאַרברענגען — דריי מאָל אַ יאָר; שמחת תורה, י"ט כסלו און פּורים. שמחת תורה פלעגט ער קלייבן פאַר תומכי תמימים, פּורים — פאַר זיינע ענינים (מוסדות, תמיכה לאנשים פּהטים וכיוצא בזה), און י"ט כסלו פאַר ביידע זאַכןיח).
אַזוי ווי דאָס אַלץ איז פאַראַן אויך איצטער און די הצטרכות איז נאָך גרעסער, זאָל זיך יעדער איינער יעצט משתתף זיין אין דעם. דורך דעם, איז לבד מעלת הצדקה בכלל, וואָס עס ברענגט הצלחה אין גשמיות, ווי עס שטייט עשר בשביל שתתעשר, און אין רוחניות, ווי דער אַלטער רבי שרייבט אין תורה אור*18)), אַז דורך מצות הצדקה איז נעשים מוחו ולבו זכים אלף פּעמים ככה. — און פון דעם צמח צדק'ס הגהה44)) איז מובן, אַז דער לשון אלף איז ניט על דרך רגילות וגוזמא, נאָר טאַקע אלף ממש —
לבד זאת איז אַז מען גיט דאָס אויף די ענינים וואָס דער רבי נ"ע פלעגט קלייבן און אין דעם זמן וואָס ער פלעגט דאָס קלייבן, וואָס דאַן איז אַן עת רצון וסגולה אין דעם, ברענגט דאָס תוספת ברכה און הצלחה, און מען קען קומען צום רבי'ן נ"ע און מאָנען, ער זאָל ממשיך זיין אַלע הבטחות בפּועל.
אין חדשים איז פאַראַן אַ חילוק פון דעם ערשטן האַלבן חודש מיטן צווייטןיח), אָבער די ענינים פון פּורים, שטייט דאָך והחדש אשר נהפּך להם גו', ד. ה. אַז דער ענין פון ונהפּוך הוא גו' מיט אַלע ענינים וואָס אין פּורים, מיגון לשמחה ומאבל ליו"ט, איז פאַראַן דעם גאַנצן חודש אדרי). ובמילא איז די אַלע וואָס זיינען דאָ, זאָלן שרייבן צו זייערע קרובים, פריינט און באַקאַנטע, אַז במשך פון דעם חודש קענען זיי זיך משתתף זיין, און דאָס וואָס מען גיט דעם חודש — גייט דאָס אַריין אין דער קופּה פון פּורים.
כל המשתתפים, סיי על אתר סיי די וואָס וועלן זיך משתתף זיין שפּעטער, קענען זיי אָנשרייבן אויף אַ צעטל שמםיז) ושם אמםיח) והסכום שמנדבים, וועט מען דאָס לייע־539נען על ציון הקדוש פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואָס דאָס וועט מעורר וממשיך זיין תוספות ברכה והצלחה