עברית
Library

Likkutei Sichos

Terumah

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

902תרומה

א. אין פּרשת תרומה דערציילט די תורה וועגן דעם אויבערשטנס ציווי; מ'זאָל נעמען „זהב וכסף גו'",

גשמיות'דיקע זאַכן, און פון די זאַכן זאָל מען מאַכן אַ מקדש צום אויבערשטן, „ועשו לי מקדש", און דער אויבערשטער איז מבטיח: „ושכנתי בתוכם", אַז ער וועט רוען אין דעם מקדש וואָס וועט געבויט ווערן פון די אַלע זאַכן.

ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ג־טלעכקייט איז ניט באַגרענעצט ח"ו אין מקום, זאָגט אָבער צו דער אויבערשטער, אַז ער וועט רוען אין דעם אָרט וואו עס וועט זיין דער מקדש, וואָס האָט געמוזט פאַרנעמען אַ שטריינג באַגרעניצטן שטח אין מקום. און ניט נאָר דער בית המקדש וואָס איז שפּעטער געבויט געוואָרן וואָס איז אַלעמאָל געווען אויפן זעלבן פּלאַץ — אין ירושלים, און פון דאַמאָלס איז דאָס אויף אַלעמאָל אַזוי, נאָר אויך אין משכן, — וואָס איז מיטגעגאַנגען מיט די אידן אומעטום וואו זיי זיינען געגאַנגען, ער איז משנה מקומו בעולם — איז די השראת השכינה אַלע מאָל געווען נאָר אין איין אָרט, אין דעם אָרט וואו ס'איז אויפגעשטעלט געוואָרן דער משכן.

לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק; דער אויבערשטער איז דאָך, כנ"ל, ניט באַגרענעצט ח"ו אין מקום, „את השמים ואת הארץ אני מלא"ח), ער איז פול אומעטום, איז פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער געהייסן צו מאַכן אַ ספּעציעלן אָרט וואו עס זאָל זיין השראת השכינה?

אמת טאַקע אַז כאָטש „את השמים ואת הארץ אני מלא", קען עס אָבער זיין אין אַן אופן פון העלם, אַז אין וועלט זאָל זיך ניט אנהערן ג־טלעקייט; און בכדי עס זאָל זיין גילוי השכינה דאַרף מען האָבן עבודה — איז דאָך דאָס אָבער ניט פאַרבונדן מיט אַ באַשטימטן פּלאַץ; אומעטום, וואו נאָר אַ איד דינט דעם אויבערשטן, איז ער ממשיך ג־טלעכקייט), האָט מען דאָך לכאורה געקענט די זעלבע עבודות פון משכן ומקדש טאָן אויך אין אַנדערע ערטער, און דורך דעם ממשיך זיין „בכל המקום" דעם „ושכנתי", ניט בלויז אין איין מקום. פאַרוואָס האָבן די עבודות געדאַרפט געטאָן ווערן דוקא אין משכן ומקדש?

ב. פון די עיקר'דיקע עבודות, אחת העבודותח), אין משכן ומקדש איז געווען די עבודה פון קרבנות. עבודת הקרבנות טיילט זיך אין צוויי אַלגעמיינע חלקים (אפילו בביהמ"ק) וסוגים; עבודת הקרבנות בגשמיות, וואָס מען האָט מקריב געווען אַ בהמה אויפן מזבח, און עבודת הקרבנות ברוחניות)), (וואָס בזמן הזה איז דאָס אין תפלה,903ש"כנגד תמידין תקנום")א. די ביידע חלקים וסוגים פון קרבנות, זיינען פאַרבונדן מיטן מקום המקדש: קרבנות בגשמיות איז דאָך פּשוט אַז זיי זיינען פאַרבונדן מיטן מקום המשכן ומקדש, וואָרום „משהוקם המשכן נאסרו הבמות" — אַז מ'האָט אויפגעשטעלט דעם משכן איז געוואָרן אסור צו ברענגען קרבנות אויף די במות, און אַזוי דערנאָך אַז „באו לירושלים"ח) האָט מען אין אַן אַנדער אָרט, אויסערן בית המקדש ניט געטאָרט מקריב זיין קיינע קרבנות ; און אפילו קרבנות ברוחניות — תפלה, וואָס מעג זיין אומעטום (אויסער אין אַ „בקתא")) וואו צוליב פּיזור הנפש קען מען דאָרט ניט מכוון זיין ווי עס דאַרף צו זיין וכיוצא בזה)י) — פונדעסטוועגן ווערט דאָך דער בית המקדש אָנגערופן אויף אַלעמאָל „וזה שער השמים"יא), דאָרט איז דער אָרט דורך וואַנען עס גייען דורך די תפלות אַלעמאָל, וואָס דערפאַר דאַרף מען דאַוונען מיטן פּנים צו ארץ ישראל, „והתפּללו אליך דרך ארצם"יח), און אין ארץ ישראל גופא, מיטן פּנים צו ירושלים, און אין ירושלים גופא — צום מקום המקדשיח).

לכאורה איז עס אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק; צוליב וואָס האָט מען געדאַרפט פאַרבינדן „עבודה שבלב זו תפלה"יד), וואָס זי איז אַן עבודה רוחנית, מיט אַ מקום גשמי און אַזאַ וואָס איז מוגבל ומדוד אין גשמיות ?

אפילו את"ל אַז קרבנות בגשמיות, וויבאַלד אַז זייער עבודה באַשטייט אין דעם, אַז דער מענטש זאָל מקריב זיין אויפן מזבח אַ בהמה גשמית און אַזאַ וואָס זי איז מוגדרת בכמה תנאים; אויך די המשכה מלמעלה וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך עבודת הקרבנות איז געווען פאַרבונדן מיט גשמיות; מען האָט געזען בעיני בשר ווי ס'איז „ותצא אש", אַראָפּגעקומען אַן אש מן השמים און „ותאכל"יח), „אויפגעגעסן" די קרבנות. איז וויבאַלד אַז סיי די עבודה און סיי די המשכה דורך איר זיינען געווען פאַרבונדן מיט ענינים גשמיים, איז פאַראַן אַן אָרט אין שכל צו זאָגן אַז מען דאַרף דערצו האָבן אַ מקום גשמי ומוגדר דוקא.

(הגם אַז דאָ פאָדערט זיך נאָך ביאור, פאַרוואָס זאָל די המשכה דורך עבודת הקרבנות ניט קענען זיין אויך אין אַן אַנדער מקום גשמי ומוגדר, ובפרט אַז מיר זעען דאָך, אַז איידער עס זיינען אסור געוואָרן די במות, האָט מען געטאָן די עבודת הקרבנות בכמה מקומות אין דער זעלבע צייט).

אָבער תפלה איז דאָך אינגאַנצן אַן ענין רוחני ; ניט נאָר האָט דער מענטש דאָ ניט צו טאָן מיט אַ גשמיות'דיקער זאַך (אויסער ווי מיט זיך), נאָר ער דאַרף מקריב זיין זיך אַליין צו904דעם אויבערשטן, דערנענטערן זיינע כחות און חושיםי) צו דעם אויבערשטען, דורך זיין איבערגעבן זיך מיט זיין תפלה און בקשה צום אויבערשטן; אויסער דעם, איז ביי דעם מענטש אַליין, דער עיקר פון תפלה — די כטונת הלב, די רוחניות וואָס אין אים, עס מוז זיין דאָס דאַוונען בדיבוריז) אָבער דאָס איז בכדי צו דערוועקן די כוונה, ווייל „קול מעורר הכוונה"כח).

(און כאָצש אַז אויך דורך תפלה פּועל'ט מען עס זאָלן מלמעלה נמשך ווערן המשכות אין גשמיותיח) — עס ווערן נתמלא די בקשות פון דער תפלה; רופא חולים ומברך השנים — עס זעט זיך אָבער ניט אָן לעיני בשר אַז די רפואה און די ברכה קומען ווי אַ תוצאה פון זיין תפלה און בקשה; ניט אַזוי ווי עס איז געווען ביי דעם אש מן השמים אויפן מזבח וואָס מ'האָט געזען מיט די אויגן, ווי דער פייער „עסט" אויף דעם קרבן).

וויבאַלד אַז תפלה איז אינגאַנצן אַן ענין רוחני, איז ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס איז זי פאַרבונדן און באַגרענעצט מיט אַ גשמיות'דיקן אָרט?

ג. איז דער ביאור אין דעם, לויטן באַוואוסטן כללכ): „כל הגבוה ביותר יורד למטה ביותר" (אַלץ וואָס איז גאָר הויך קומט אַראָפּ דוקא צו גאָר נידעריק): דאָס גופא וואָס דער „ושכנתי בתוכם" איז פאַרבונדן מיט אַ באַגרענעצטן מקום גשמי, איז אַ באַווייז אַז דאָ ווערט נמשך אַ גאָר הויכע מדריגה, וואָס קען נתגלה ווערן נאָר אין „למאה (און למאה —) ביותר".

דער אויבערשטער איז דער אמיתית הבלי גבול, ער איז ניט באַגרענעצט ח"ו אין קיינע הגבלות, ניט אין מקום און ניט אין למעלה מהמקום. פּונקט ווי מען קען דעם אויבערשטן ניט תופס זיין דורך הגבלות פון מקום, אַזוי קען מען אים ניט תופס זיין דורך „הגבלות" פון העכער פון מקום, וואָרום אויך „למעלה מהמקום" איז אַ תואר וואָס באַצייכנט געוויסע הגבלות (צווישן זיי אויך דאָס גופא, וואָס ער איז באַשרענקט אין בלי גבול און האָט ניט גבול) 200)), און דער אויבערשטער איז דאָך העכער פון יעדן תואר וואָס באַגרענעצט. נאָר דאָרט וואו עס קומען זיך צונויף מקום און למעלה מהמקום, גבול און בלי גבול צוזאַמען, די התחברות פון צוויי הפכים באַווייזט אויף דעם כח העצמות, וואָס ער איז „נמנע הנמנעות"כא) און ער איז מחבר ביידע קעגנזאַצן, דאָרט קען זיין השראת השכינה.

און דאָס איז דער אויפטו פון משכן ומקדש: פון איין זייט האָט ער געהאַט אַ מקום מסויים ומוגבל בעולם, און אַזוי אויך די הגבלות אין די יריעות, קרשים ואדניםכב) און אין דעם בנין פון בית המקדש, אויך די כלי המשכן והמקדש האָבן געהאַט אַ באַשטימטע מאָס און גרויס ; נאָך מער — די מדידה906האָט געמוזט זיין אַ פּינקטלעכע, לויט ווי אָנגעגעבן גענוי אין דיני התורה — און צוזאַמען דערמיט האָט מען אין משכן ומקדש געזען בגלוי בעיני בשר ווי אין די מדידות גופא האָט זיך אויסגעדריקט למעלה ממדידה וגבול, דער חיבור פון גבול מיט בלי גבול צוזאַמען, ווי די משנה דערציילט וועגן די „עשרה ניסים"כח) וואָס זיינען געווען אין בית המקדש. ובפרט אין קדשי־קדשים (דער עיקר פון בית המקדש)ב) וואָס ס'איז געווען „מקום הארון אינו מן המדה"יח) (כאָטש דער ארון האָט געהאַט די מאָס פון „אמתים וחצי וגו'"כ), פונדעסטוועגן האָט ער ניט פאַרנומען קיין אָרט ווען מען האָט געמאָסטן די צוואַנציק איילן פון קדשי קדשים), האָט זיך דאָרט אויסגעדריקט בגילוי דער כח פון עצמות, וואָס דוקא ער קען מחבר זיין ביידע הפכים פון מקום און בלי מקום.

און דעריבער האָט מען אויך פאַרבונדן קרבנות און תפלה מיטן מקום המקדש. ווייל די עבודה פון קרבנות און תפלה237)) איז צו דערלאַנגען אין דער דרגא פון אלקות וואָס איז העכער פון יעדן תואר און מען קען אים ניט מתאר זיין אויך מיטן תואר פון „בלי גבול", ווי געזאָגט פריער. דערפאַר מוז אויך זייער עבודה זיין פאַרבונדן מיט אַ הגבלה פון למטה ביותר; ווען תפלה און קרבנות וואָלטן ניט געווען באַגרענעצט אין מקום גשמי, וואָלט עס דאַן נאָר דערלאַנגט אין דער דרגא פון אלקות וואָס איז העכער פון מקום, בלי גבול; אָבער ניט דאָס איז עצמות. אין וואָס זאָגט זיך אויס עצמות? אין דער התחברות פון העכער ווי מקום מיט מקום*2)).

(און אין יענע זמנים ווען מען האָט מקריב געווען קרבנות אויף די במות, וואָס האָבן ניט געהאַט קיין מקום מסויים — האָבן טאַקע דאַן די קרבנות ניט געהאַט אין זיך די מעלה פון די קרבנות וואָס מ'האָט מקריב געווען אין משכן און מקדש, דעריבער זיינען אין די קרבנות פון משכן ומקדש צוגעקומען פיל דינים (הגבלות), און נאָך מער — אין משכן און מקדש האָש מען מקריב געווען אַזוינע קרבנות וואָס אויף די במות האָט מען זיי אינגאַנצן ניט געקענט מקריב זיין) *א).

ד. על פּי זה וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס אין משכן און מקדש גופא — איז דער בית המקדש געווען אין אַ העכערער מדריגה ווי דער משכן0));906דער משכן איז ניט געווען מוגדר און שטענדיק אויף איין אָרט אין וועלט, ער איז געפירט געוואָרן פון איין אָרט צום צווייטן, כמ"ש „ואהי' מתהלך באוהל"לא) ; אויך איז ער געווען געמאַכט בעיקר פון צומח און חי (די אדנים זיינען געווען נאָר דער יסוד) — ניט פון דומם וואָס איז „למטה ביותר" — און דערפאַר איז אין אים ניט געווען אויף אַזוי פיל דער גילוי פון „גבוה ביותר". דוקא דער בית המקדש, וואָס ער איז געווען מוגבל אין אַ מקום מסויים; און געבויט איז ער געווען בעיקר פון דומם, „למטה ביותר", האָט זיך אין אים אויסגעדריקט דער אמיתית הבלי גבול פון עצמות, אַז ער איז ניט באַגרענעצט אין קיינע הגבלות, ביז ער קען זיך פאַרבינדן מיט מקום מוגבל ממש, און דוקא „בתחתונים"לח) ; אַ באַגרענעצטער אָרט און דער סאַמע־נידעריקסטער סוג גשם — דומם, ווערט אַ „דירה לו ית'", לעצמותו. און דעריבער איז דער משכן געווען ווי דירת עראי של הקדוש ברוך הוא און דער בית המקדש איז געווען אַ דירת קבע 80)).

ה. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס רז"ל זיינען מדייקלח) דעם לשון הכתוב; „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם (לשון רבים), בתוכו לא נאמר אלא בתוכם בתוך כל אחד ואחד". דער אויבערשטער זאָגט צו; „ושכנתי בתוכם", אַז ער וועט רוען ניט נאָר אין דעם משכן און מקדש (וואָס דעמאָלט וואָלט געדאַרפט שטיין „בתוכו"), נאָר אויך אַז ער וועט רוען אין יעדער אידן. דורך דעם וואָס אַ איד וועט מאַכן פון זיינע גשמיות'דיקע זאַכן אַ מקדש צו דעם אויבערשטן — לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און אַריינברענגען קדושה אויך אין זיינע וואָכעדיקע זאַכן, אין דברי הרשות — וועט דער אויבערשטער שוכן זיין אין אים.

נאָך מער ; דער „ושכנתי בתוכם", די השראת השכינה ביי יעדער אידן איז אין אַ געוויסן זין נאָך אין אַ טיפערן אופן פון דעם „ושכנתי" וואָס איז געווען אין משכן ומקדש. וואָרום ס'איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז ווי נידעריק ס'איז דער „תחתון" פון דעם דומם און מקום מוגבל פון משכן און מקדש, קומט עס ניט צו דער נידעריקייט פון דעם דומם און מקום שבכללות העולם. איז בשעת אַ איד ברענגט אַריין קדושה אויך אין דעם דומם און מקום שבכללות העולם, פירט ער דערמיט אויס די אמיתית הכוונה פון „דירה בתחתונים"; פון דעם תחתון שאין תחתון למטה ממנולד), מאַכט ער אַ דירה פאַר עצמות ממש. וואָס דערפאַר איז די עבודה דוקא88)) ברענגט דעם מקדש השלישי וואָס ער איז — בלי גבול (אַפילו בערך פון בית המקדש ראשון ושני)לח).

ו. דער „ועשו לי מקדש" איצט כנ"ל — דאָס אַריינברענגען קדושה907אין די וואָכעדיקע זאַכן פון יעדער אידן — דאַרף זיין אויפן זעלבן אופן ווי דער „ועשו לי מקדש" כפשוטו, ווי מען האָט פון „זהב וכסף וגו'" געבויט דעם משכן.

פּונקט ווי די אַלע דרייצן (פופצן) זאַכן פון וואָס מען האָט געמאַכט דעם משכן, זיינען זיי אַליין געוואָרן הייליק, אַזוי איז עס אויך בנוגע צום מקדש וואָס אַ איד דאַרף מאַכן פון זיינע דברי הרשות; זיי אַליין זאָלן ווערן קדושה.

ס'איז ניט גענוג וואָס אין דעם אידנס אויפפירונג איז קענטיק דער חילוק פון אים ביז להבדיל אַ ניטאידן בלויז אין דעם וואָס ער היט זיך אויס אין זיין מסחר פון אונאה, השגת גבול וכו' — דאָס איז דאָך נאָר אַן עבודה פון אויסהיטן זיך און ניט צו טאָן אין מסחר אין אַן אופן וואָס איז אָסור על פּי תורה. דער תכלית העבודה איז אָבער, אַז אין דעם טאָן פון מסחר זאָל זיך הערן און זעען אלקות; און ניט נאָר אַז דער מסחר זאָל זיין לשם שמים, אַז די גשמיות זאָל ער נוצן צוליב קדושה, נאָר אַז די גשמיות אַליין זאָל ווערן קדושה (אַזוי ווי אין דעם „ועשו לי מקדש" כפשוטו, איז די י"ג (ט"ו) דברים זיינען אַליין געוואָרן אַ מקדש). וואָס דאָס איז דער פּשט פון „בכל דרכיך דעהו"מח); אין אַלע דיינע וועגן זאָל זיין „דעהו", ניט נאָר אַז דיינע וועגן זאָלן זיין צוליב „דעהו", נאָר אין זיי אַליין — „דעהו". על דרך ווי די אכילה פון שבת וואָס די אכילה אַליין איז אַ מצוהלח), פאָדערט זיך על דרך זה אויך אין אכילת חול און אין אַלע דברי הרשות אַז יעדער זאַך וואָס מען טוט, זאָל געטאָן ווערן ניט נאָר לשם שמים, נאָר אויך אין איר גופא זאָל זיין דעהו; שלחנו של אדם דאַרף זיין אַ „שלחן אשר לפני ה'", ער זאָל ווערן קדוש בדוגמת המזבחלח), ועל דרך זה אין אַלע ענינים.

ז, לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון פּרשת תרומה צו די פריערדיקע פּרשיות יתרו און משפּטים0)); אין פּרשת יתרו רעדט זיך וועגן מתן תורה וואו עס האָט זיך אויפגעטאָן דער פאַרבונד פון רוחניות מיט גשמיות, חיבור עליונים ותחתונים; און דער זעלבער ענין (אָבער מיט אַ הוספה), רעדט זיך אויך אין פּרשת ואלה המשפּטים — „ואלה מוסיף על הראשונים"א). דאָס איז אָבער נאָר דער פאַרבונד פון רוחניות מיט מצוות בדברים גשמיים, ובשעת מע' שה. אָבער אין פּרשת תרומה רעדט908זיך וועגן „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", דער פאַרבונד פון עליונים מיט תחתונים ניט נאָר מיט מצווות, נאָר אויך מיט דברי הרשות — „בכל דרכיך דעהו". און אַז עס שטייט לי איז אינו זז לעולם*2)).

דאָס איז אויך דער כללות הסדר פון די פּרשיות שבספר שמות אין אַן אופן פון מלמטה למעלה: אין די ערשטע סדרות ווערט דערציילט וועגן דעם גאַנצן סדר פון גלות מצרים און יציאת מצרים וואָס דאָס אַלץ איז געווען אַ הקדמה והכנה צו מתן תורה; דערנאָך (אין פּרשת יתרו און משפּטים) — דער ענין און אויפטו פון מתן תורה, דער חיבור פון רוחניות מיט מצות בגשמיות, און נאָכדעם (פון פּרשת תרומה ביז דעם סיום פון ספר שמות)ג) — בכל דרכיך דעהו.

(משיחת ש"פ שמיני תש כ"ב)

ח. אויפן פּסוק „ויקחו לי תרומה" זאָגט רש"י „לי לשמי", אַז די נתינת התרומה לנדבת המשכן זאָל זיין צוליב דעם אויבערשטן, ניט צוליב זייטיקע פּניות.

איז ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס עפּעס פּונקט ביי דער מצוה באַוואָרנט די תורה מערער ווי ביי אַנדערע מצוות, אַז זי זאָל געטאָן ווערן לשמו יתברך, אַלע מצוות דאַרף מען דאָך טאָן לשמו, איז וואָס עפּעס זאָגט עס די תורה ביחוד ביי דער מצוה?

ולכאורה איז גאָר — אדרבה; ס'איז ידוע מאמר הבעל שם טוב אַז ס'זיינען דאָ ענינים אין וועלכע עס איז ניט נוגע אויף אַזוי פיל די כוונה (ווי אין אַלע מצוות). איין ענין איז — טבילה במקוה; אפילו אויב מען האָט זיך טובל געווען צוליב אַנדערע טעמים, ניט צוליב טהרה, — נאָך מערער, אפילו אויב ער האָט גאָרניט געמיינט זיך צו טובל זיין, נאָר נפל עליו הגל איז ער טהורד). אַ צווייטער ענין — נתינת צדקה, וואו ס'זיינען ניט נוגע אויף אַזוי פיל זיינע טעמים צוליב וואָס ער גיט צדקה; און נאָך מערער, אפילו ווען זיין געבן צדקה איז געווען אינגאַנצן אָן כוונה; ער האָט פאַרלאָרן געלט און אַן אָרימאַן האָט עס געפונען, וואָס ער האָט גאָרניט מכוון געווען צו געבן דעם ארימאַן, וויבאַלד אָבער אַז דער אָרימאַן האָט געקראָגן זיין געלט, האָט ער דערמיט מקיים געווען אַן ענין פון צדקה. און ווי די כללות מצות שכחהמח).

איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק: ביי אַנדערע מצוות אין וועלכע די כוונה איז מער נוגע, באַוואָרנט ניט די תורה אַז זיי דאַרפן געטאָן ווערן לי — לשמו יתברך, און דוקא ביי געבן נדבות פאַרן משכן — וואָס דאָס איז לכאורה בדוגמת נתינת צדקה, וואו ס'איז ניט נוגע אויף אַזוי פיל די כוונה אַבי דער משכן זאָל געבויט ווערן — זאָגט אָן די תורה אַז עס זאָל זיין לי לשמי?

ועל פּי הנ"ל יובן: וויבאַלד אַז כל909ענין המשכן איז אַז אַ איד זאָל פאַראיינציקן כל עניניו מיטן אויבערשטן, ביז אַז אין זיינע דברי הרשות זאָל זיין „דעהו", איז דאָך מובן אַז דאָ איז נוגע עס זאָל זיין „לי לשמי", וואָרום דאָס איז דאָך כל ענין המשכן, דער יחוד מיטן אויבערשטן.

ט. נאָך מערער קען מען מבאר זיין די שייכות פון דעם „לי לשמי" מיטן ענין „בכל דרכיך דעהו", בהקדים דיוק לשון הפּסוק „ויקחו לי תרומה". לכאורה וואָלט דאָ מער געפאַסט דער לשון „ויתנו לי תרומה", מען זאָל געבן תרומה און אַז דאָס געבן זאָל זיין „לשמי", פאַרוואָס זאָגט ער „ויקחו לי תרומה", אַז דאָס נעמען זאָל זיין „לשמי"? נאָר די תורה קומט דאָ מרמז זיין, אַז די קבלת הצדקה פון דעם עני זאָל זיין לשמו יתברךח).

ס'איז דאָך ידוע אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט אויסגעשטעלט אין סדר הבריאה אַז עס זאָלן זיין אַן עשיר און אַן עני, און אַז דער עני זאָל דאַרפן אָנקומען צו דעם עשיר, איז דאָס בכדי עס זאָל זיין אין וועלט דער ענין משפּיע ומקבל, ענין הצדקהז).

— דער אמת איז דאָך אַז דער אויבערשטער איז „זן את העולם כולו בטובו בחן בחסד וברחמים". ער אַליין שפּייזט די גאַנצע וועלט, עניים און עשירים. נאָר ער שפּייחט די עניים אין אַן אופן, וואָס ער גיט זייער חלק צו די עשירים אַז זיי זאָלן עס אַוועקגעבן צו די עניים. איז במילא, די צדקה וואָס דער עשיר גיט צום עני גיט ער עס ניט זיינע, נאָר ס'איז דעם עני'ס חלק וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן בפקדון דעם עשיר.

איז וויבאַלד אַז דער אויבערשטער שפּייזט די עניים, האָט ער דאָך געקענט געבן זייער חלק גלייך צו זיי)) פאַרוואָס איז דער אופן הנתינה צו זיי דורך די עשירים? איז דער ענטפער אויף דעם, ווי געזאָגט; ווייל די כוונה העליונה איז אַז עס זאָל זיין חסד און צדקה אין וועלט, און אויב יעדערער וואָלט אַליין געקראָגן זיין השפּעה אָן קיינעמס פאַרמיטלונגען וואָלט ניט געווען קיין צדקה וחסד בעולם —

און דאָס מאָנט מען פון דעם עני המקבל, אַז זיין נעמען צדקה זאָל זיין בכדי צו אויספירן דערמיט די כוונה העליונה, עס זאָל געטאָן ווערן צדקה בעולם. און דאָס זאָגט אָן די תורה „ויקחו לי תרומה", אַז די לקיחת הצדקה זאָל זיין לשמי.

י. ציווי והוראת התורה איז דאָך אַ נתינת כח. איז וואו דאַרף מען האָבן אַ ספּעציעלע נתינת כח אַז מען זאָל קענען פּועל'ן ביי זיך עס זאָל זיין לשמו יתברך — אין דעם „ויקחו". אין דעם „ויתנו" דאַרף מען ניט האָבן קיין באַזונדער נתינת כח, עס זאָל זיין לשמה (ווייל כאָטש, כאמור לעיל, אין נתינת הצדקה איז ניט אויף אַזוי פיל נוגע די כוונה, איז דאָך אָבער מובן אַז מן הסתם איז דאָס לשמה) ווייל; א) געלט איז דאָך אַ זאַך פאַר וועלכער ער קען קויפן חיי נפשו*8)), און בפרט אויב מ'האָט געהאָרעוועט אויף דעם בכל כחות נפשו, איז בשעת מען910פּועל'ט ביי זיך די אתכפיא אויף צו אַוועקגעבן דאָס געלט אויף צדקה, טוט מען עס מן הסתם לשמה. ב) וויבאַלד אַז מיט זיין געבן צדקה איז דאָך דער נותן מקיים אַ מצוה, איז בשעת אַ איד טוט אַ מצוה טוט ער עס מן הסתם צוליב דעם אויבערשטן. דערצו איז נאָך דאָ אַן עצה — צו געבן די צדקה אָן פּרסום, מתן בסתר, וואָס דעמאָלט איז נאָך גרינגער צו פּועל'ן ביי זיך עס זאָל זיין לשמה.

מה שאין כן ביי קבלת הצדקה, וואָס א) דער עני ואביון דאַרף ניט האָרעווען מיט זיך בכדי צו נעמען צדקה; ער איז דאָך מקבל די צדקה להחיות נפשו ונפשות בני ביתו (וואָס דער הכרח איז דאָך אויף אַזוי פיל אַז ער רעכנט זיך ניט מיט שוועריקייטן, און ער איז זיך מבזה און משפּיל ווייל ער מוז דערצו אָנקומען), ב) ער דאַרף ניט אויסן זיין מקיים זיין אַ מצוה, ער טוט עס פּשוט ווייל ער דאַרף האָבן מיט וואָס צו

תצ

משניות*)) סדר מועד (מסכת חגיגה) ענדיקט זיך מיט דעם דין, אַז מזבח הזהב און מזבח הנחושת (אינן מקבלין טומאה) מפּני שהן כקרקע דברי ר"א וחכ"א מפּני שהן מצופּין. דער פּשוט'ער פּשט דערפון איז; דער מזבח הזהב שפּייזן זיך און זיינע בני בית. דערפאַר דאַרף דער מקבל האָבן אַ ספּעציעלע הוראה און נתינת כח פון דער תורה, אַז אויך זיין קבלת הצדקה זאָל זיין לשמי. וויבאַלד אַז פון אַ אידן מאָנט זיך; „בכל דרכיך דעהו", אַז אַלע זיינע ענינים זאָלן זיין דורכגעדרונגען מיט קדושה, איז דאָך קיין אונטערשייד ניט וואָס ער טוט, צי ער דאַרף זיך מכריח זיין צו טאָן די זאַך, אָדער דאָס איז אַ דבר המוכרח לו; אַן ענין של עונג, צי היפך מזה — אַלץ וואָס ער טוט דאַרף זיין צוליב דעם אויבערשטנס וועגן, בכל דרכיך דעהו.

און דעריבער איז די הוראה אַז עס זאָל זיין לשמו יתברך איז די תורה מרמז ביים ענין פון עשיית המשכן, ווייל, ווי ערקלערט פריער, דער ענין פון ועשו לי מקדש איז דער ענין — בכל דרכיך דעהו.

(משיחת ש"פ משפטים תש"כ) ו

וואָס איז געווען אין מקדש ווי אויך דער מזבח הנחושת וואָס איז געווען אין מקדש האָבן ניט מקבל געווען טומאה, ערקלערט ר' אליעזר אַז דער טעם דערפאַר איז ווייל די תורה גלייכט זיי צו צו דער ערד, און ערד איז ניט מקבל טומאה, די חכמים זאָגן אַז זיי זיינען ניט מקבל טומאה דערפאַר ווייל זיי זיינען געווען מער ניט ווי באַדעקט מיט גאָלד אָדער קופּער, במילא איז דער באַדעק בטל צום אינעווייניק, און דער אינעווייניק איז ניט מקבל טומאה.

תורה הק' וועלכע איז געגעבן געוואָרן פון אויבערשטן ית' וואָס איז

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-nrmvmjs1

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources