עברית
Library

Likkutei Sichos

Lech Lecha

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

757האָט זיי ניט געקומט קיין שכר, (ב) וויבאַלד אַז נח האָט ניט געטאָן מיט דער וועלט און האָט ניט תפלה געטאָן אויף די מענטשן פון זיין דור (און דעריבער ווערט דער מבול אָנגערופן אויף זיין נאָמען: „מי נח")כא) — האָט ער דאָך די פריערדיקע דורות ניט מברר געווען, האָט ער ניט געקענט מקבל זיין זייער שכר, אויב אַפילו זיי וואָלטן געהאַט פאַרדינט אַ וועלכן ס'איז שכר.

די הוראה פון דעם אַלעמען צו אונז;

מיר געפינען זיך איצט אין דעם דור פון עיקבתא דמשיחא, דער לעצטער דור פאַר משיח'ן. די דורות ביז איצט זיינען אַ צוגרייטונג צו ביאת המשיח, וואָס דעמאָלט וועט זיך אויספירן דער תכלית פון דער גאַנ־

5

ן

א. אויף דעם וואָס די תורה דערציילט, אַז אברהם אבינו האָט זיך מל געווען ערשט ווען ער איז אַלט געוואָרן ניין און ניינציק יאָר, פרעגט מעןא) ; אברהם אבינו האָט דאָך מקיים געווען די גאַנצע תורה) נאָך איידער זי איז געגעבן געוואָרן — פאַרוואָס האָט ער מיט דער מצות מילה געוואַרט ביז דער אויבערשטער וועט אים דאָס הייסן טאָן?

דאַרף מען פריער פאַרשטיין דעם אונטערשייד צווישן די מצוות וואָס די אָבות האָבן מקיים געווען פאַר צער בריאה*48)), און אין דער עבודה פון איצטיקן דור זיינען אָפּהענגיק די ענינים פון די פריערדיקע דורות.

און דורך דער איצטיקער הנהגה בקו החסד, די מדה פון אברהם אָבינו, מקרב צו זיין אַלע אידן מיט אהבת ישראל און דערוועקן זיי צו אידישקייט, איז מען מגלה די הייליקע ניצוצות וואָס יעדער איד האָט אין זיך בהעלם — פון זיינע עלטערן און אור־עלטערן ביז די ערשטע דורות, און דער וואָס איז מקרב די אידן און איז מגלה זייערע ניצוצות, איז מקבל שכר כולם, דורך דעם וואָס ער ברענגט די ניצוצות צו זייער תכלית — גאולה האמיתית והשלימה בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ בחוקותי תשכ"ב) 5 ה

ן

מתן תורה און די מצוות וואָס די אידן זיינען מקיים נאָך מתן תורה*) דער קיום המצוות ביי די אבות איז געווען מיט זייער אייגענעם כוח, זיי האָבן ניט געהאַט דעם באַזונדערן כוח מלמעלה אויף קיום המצוות)) וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן צו אידן דורך זיין ציווי ביי מתן תורה. דערפאַר, כאָטש אויך די אָבות האָבן געטאָן מצוות בפּועל ממש אין גשמיות, האָבן זיי אָבער ניט געקענט דורכדרינגען מיט דער קדו־758שה פון מצוות די דברים גשמיים, אַז זיי — די דברים גשמיים — זאָל ווערן הייליק (אַזוי ווי למשל די עבודה פון יעקב אָבינו מיט די „מקלות", וואָס דערמיט האָט ער ממשיך געווען די המשכות עליונות וואָס מיר זיינען ממשיך דורך דער מצוה פון תפילין), פונדעסטוועגן, איז נאָך זיין אָפּטאָן די עבודה מיט די „מקלות" זיינען זיי געבליבן שטעקלעך, אָן קיין קדושה אין זיי); דאַקעגן די מצוות וואָס אידן זיינען מקיים נאָך מתן תורה, האָבן זיי דעם כוח, וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן דורך זיין ציווי, צו ממשיך זיין קדושה אויך אין די דברים גשמיים, אַז דער גשם זאָל ווערן הייליק.

פון דער צווייטער זייט, הגם אַז אונזערע מצוות זיינען אין אַ העכערער דרגא ווי די מצוות פון די אָבות, איז אָבער דוקא דאָס וואָס די אָבות האָבן מקיים געווען מצוות (פאַר מתן תורה) האָט געגעבן אַ מעגלעכקייט און אַ כוח צו אונז, אַז מיר זאָלן קענען מקיים זיין די מצוות אין גשמיותח), וואָס אויף דערויף שטייט)) „מעשה אָבות סימן לבנים", די מעשים פון די אָבות זיינען אַ צייכן און אַ נתינת כוח, טרעטן דורך די וועגז) פאַר זייערע קינדער.

וויבאַלד אַז דער כוח אויף קיום המצוות פון די בנים קומט פון „מעשה אָבות", פון די מצוות וואָס די אָבות האָבן מקיים געווען, דעריבער האָט צום ווינציקסטן איין מצוה פון די אָבות געדאַרפט זיין אינגאַנצן גלייך צו די מצוות פון נאָך מתן תורה; ד. ה. אַז די מצוה זאָל מיט איר קדושה דורכדרינגען דעם דבר הגשמי אַז ער אַליין זאָל ווערן קדוש, און די קדושה זאָל אין אים אויך פאַרבלייבן נאָכן מקיים זיין מיט אים די מצוה.

און דורך דער דאָזיקער איין מצוה פון די אבות האָבן אויך אַלע זייערע אַנדערע מצוות — הגם זיי האָבן ממשיך געווען די המשכות נאָר אין רוחניות — אַ שייכות צו די מצוות פון נאָך מתן תורה, אַז זיי גיבן אַ כוח צו מקיים זיין די מצוות און ממשיך זיין דורך זיי המשכות אויך אין גשמיות.

(אַ דוגמא צו דעם ענין וואָס לפּחות איין מצוה פון די אבות האָט געדאַרפט זיין אַזאַ וואָס אירע המשכות זאָלן אַראָפּקומען אין גשמיות, געפינען מיר אויך ביי די נביאים: בשעת דער אויבערשטער האָט באַפוילן אַ נביא צו זאָגן אַ געוויסע נבואה האָט אים פילע מאָל דער אויבערשטער דערביי געהייסן טאָן פאַרשידענע פּעולות אין גשמיות אין פאַרבינדונג מיט דער נבואה — לייגן זיך אויף דער לינקער זייט, אויף דער רעכטער זייט, אא"וו. צוליב וואָס האָט מען געדאַרפט פאַרבינדן די נבואה מיט אַ פּעולה גשמית? שטייט אויף דעם אין ספרים*), אַז עס קען זיין אַז אַ נבואה זאָל זיך ענדערן759(פאַרבלייבן בלויז אין רוחניות), איז בכדי די נבואה זאָל זיכער דערפילט ווערן (און אין דער גשמיות'דיקער וועלט) האָט דער אויבערשטער געהייסן דעם נביא פאַרבינדן לכל הפּחות אַ טייל פון דער נבואה מיט גשמיות).

ב. די איין מצוה פון די אבות וואָס האָט ממשיך געווען קדושה אויך אין גשמיות, איז געווען מצות מילה, די מצות מילה צייכנט זיך אויס דערמיט וואָס זי מאַכט־אויף קדושה אין דעם דבר הגשמי, און די זעלבע קדושה בלייבט אויך אויף שפּעטער. ווי עס שטייטי): „והיתה בריתי בבשרכם" — דאָס זאָל זיין מיין פאַרבונד מיט אייך אין אייער (גשמיות'דיקן) פלייש, „לברית עולם" — צו אַ בונד וואָס בלייבט אויף אייביק.

די ערקלערונג אין דעם; תוכן מצות מילה איז צוויי ענינים. איין ענין איז, אַז די מצוה באַשטייט אין דער איין מאָליקער פּעולה, אין דעם מל זיין דעם בשר הערלה; אַ צווייטער ענין — אויסער דער פּעולת המילה איז דאָ אַ פּעולה נמשכת [אַז דער מענטש זאָל זיין אַן אָדם מהול; אויך — ער זאָל ניט זיין קיין ערליא)].

פון דעם וואָס דער

פּסק'נטיב), אַז „המושך ערלתו" גייט אַריין אין דעם כלל פון „המפר בריתו של אברהם אבינו", איז אַ ראי' אַז די מצוה איז ניט בלויז דאָס איינמאָליקע מל־זיין, נאָר אויך אויפטאָן אַז דער מענטש זאָל זיין אַ מהול (— ניט קיין ערל). און דערפאַר ווען ער איז „מושך ערלתו", ער טוט אַ פּעולה אויף מבטל זיין פּעולת המילה, צעשטערט ער דערמיט דעם בריתו של אברהם אָבינו.

מען זעט צוויי ענינים

(א) די מצות מילה איז צו אויפטאָן אין דעם אבר אַליין, ניט נאָר אַז דער אבר איז אַ מיטל וואָס דורך אים קען מען מקיים זיין אַ מצוה (אָט אַזוי ווי די מצוה פון לייגן תפילין אויף דער האַנט און אויפן קאָפּ, וואָס די מצוה איז ניט צו אויפטאָן אין דער האַנט און אין קאָפּ, מער ניט וואָס דורך די אברים איז מען מקיים אַ מצוה, די האַנט מיטן קאָפּ ווערן דורך דער מצוה ניט איבערגעאַנדערשט), נאָר די מצוה איז צו פּועל'ן אין דעם אבר גשמי אַליין, ער זאָל זיין אַ מהול, אָדער — ניט קיין ערל. (ב) די מצות מילה איז ניט בלויז אין דער צייט ווען מ'טוט די פּעולת המילה, נאָר זי ציט זיך במשך דעם גאַנצן לעבן פון דעם אָדם המהול.

אַ ראי' אויף דעם אַז מצות מילה איז אַ מצוה נמשכת; די גמרא*2) דערציילט, אַז דוד המלך, ווען ער איז אַריין אין מרחץ און האָט געזען אַז ער איז נאַקעט, האָט ער געזאָגט: וויי מיר, וואָס איך שטיי נאַקעט אָן אַ מצוה, און באַלד ווי ער האָט זיך דערמאָנט אין דער מצוה פון מילה האָט ער זיך באַרואיקט, זעט מען דאָך דערפון, אַז די מצות מילה איז אַ מצוה נמשכת,760אַז דער איד האָט אויף זיך די מצוה אויך נאָך דער פּעולת המילה, און דערפאַר איז נתיישבה דעתו פון דוד המלך ווען ער האָט זיך דערמאָנט אויף דער דאָזיקער מצוה; מ'קען ניט זאָגן אַז דוד'ס באַרואיקונג איז געווען צוליב דעם קיום מצות מילה פון אַמאָל, וואָס האָט דאַן ממשיך געווען קדושה אויף אים — ווייל אין דעם איז דאָך ניטאָ קיין אונטערשייד פון מצות מילה ביז די מצוות, וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אַנדערע אבריםכד).

הגם אַז אויך אין אַנדערע מצוות, ווי למשל ווען אַ איד לייגט איצט תפילין, וויבאַלד ס'איז שוין נאָך מתן תורה, פּועל'ן די תפילין אָן אויסאיידלונג און אַ הייליקייט אין קאָפּ און אין האַנט, וואָס לייגן די תפילין, אויך נאָך דער צייט פון הנחת תפילין (ווי אויבן געזאָגט) — וואָרום ס'איז דאָך זיכער, אַז אַ האַנט וואָס לייגט תפילין איז ניט גלייך צו אַ האַנט וואָס לייגט ניט ח"ו קיין תפילין — איז דאָס אָבער ניט מער ווי אַ זיכוך און אַ קדושה, און ניט אַז די מצות תפילין אַליין בלייבט אין דער האַנט אויף שטענדיק. אַנדערש איז די מצות מילה, וואָס די מצוה פאַרבלייבט שטענזק אין גוף האדם.

דערמיט ווערט פאַרענטפערט די קשיא וואָס תוספות פרעגט180)): צוליב וואָס דאַרף די גמרא אַרויסלערנען פון אַ פּסוק אַז נשים זיינען ניט מחויב צו מל זיין זייערע זין, וויבאַלד די מצות מילה איז דאָך אַ מצוה וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ באַשטימטער צייט (ביום ולא בלילה) און פון מצוות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט צייט, „מצוות עשה שהזמן גרמא", זיינען נשים פּטור?

אָבער ווי גערעדט פריער: אמת טאַקע אַז דער דורכפירן די מצוה איז פאַרבונדן מיט צייט, איז אָבער די מצוה וואָס דער איד איז אַ מהול (ניט אַן ערל) ניט אָפּהענגיק פון צייט און איז פאַראַן שטענדיק, סיי בייטאָג און סיי ביינאַכט.

ג. די אויבנדערמאָנטע מעלות פון מצות מילה, אַז זי מאַכט הייליק דעם גשמי אַליין און די מצוה ציט זיך אויך אויף שפּעטער, איז אויך געווען פאַר מתן תורה. און דעריבער, בשעת אברהם אבינו האָט באַשוואוירן זיין קנעכט אליעזר (ווייל דער וואָס שווערט דאַרף בעת דער שבועה האַלטן אין דער האַנט אַ „חפץ של מצוה")י), האָט ער צו אים געזאָגטכז), „שים נא ידך תחת ירכי", ווייל די קדושת המצוה פון מילה איז געבליבן אויף שטענדיק און דעריבער האָט אליעזר געקענט שווערן ביי דער מצוה.

דערמיט ווערט אויך פאַרענטפערט פאַרוואָס אברהם אבינו האָט געוואַרט אויף מקיים זיין די מצות מילה ביז דער אויבערשטער האָט עס אים געהייסן צו טאָן, און ער האָט זי ניט מקיים געווען פון זיך אַליין פּונקט ווי ער האָט מקיים געווען אַלע אַנדערע מצוות — ווייל די מצוה איז ענלעך צו די מצוות פון נאָך מתן תורה דערמיט וואָס זי איז ממשיך קדושה אין דעם גשמי אַליין, און אויף דעם האָט ער געמוזט האָבן761אַ ציווי, וואָס דאָס איז אַ נתינת כוח מלמעלה.

(מלוקט משיחות כ"ד אייר

תשי"א, יו"ד שבט תשי"ב)

ד. פון דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן מצות מילה, אַז דוקא דורך איר זאָלן די מעשה אָבות זיין אַ נתינת כוח אויף אַלע מצוות פון די בנים, איז פאַרשטאַנדיק אַז אין דער מצוה זיינען מרומז ענינים וואָס זיינען כללות'דיקע פאַר אַלע מצוות. וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם וואָס דער רמב"ם שרייבט אין מורה נבוכיםיח) (עס זיינען פאַראַן אַ סך ענינים אין מורה נבוכיםיט) וואָס האָבן אַ יסוד אין זוהר און קבלה)כ), אַז איינער פון די טעמים אויף מצות מילה, איז בכדי צו אָפּשוואַכן די תאוה וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם אבר. און דאָס איז דאָך אַן ענין כללי אין אַלע מצוות, „לצרף בהן את הבריות"כא), אויסאיידלען אויך דעם גוף ביז ער וועט ניט האָבן קיין תאוה און געשמאַק אין גשמיות'דיקע זאַכן און זיין געשמאַק זאָל זיין נאָר אין ענינים פון קדושה.

ה. אויסער דער אויבנדערמאָנטער שייכות פון מצות מילה צו אַלע מצוות, זיינען אויך אין די פּרטים פון מצות מילה אָנגעדייטעט ענינים כללים פון עבודת האדם.

אין מצות מילה זיינען פאַראַן, כנ"ל, דריי ענינים: (א) די פּעולה פון מילה; דאָס עצם מל־זיין; (ב) וואָס דער איד ווערט און בלייבט אַ מהול, ווי גערעדט פריער; (ג) ער איז ניט קיין ערל.

די איינטיילונג פון מצות מילה אין אָט־די דריי פּרטים איז ניט בלויז סתם אַ חקירה, נאָר זי איז נוגע אויך להלכה, ווייל יעדער פּרט פון די דריי איז נוגע צום קיום פון מצות מילה; עס זיינען פאַראַן פאַלן ווען בלויז צוויי פון די פּרטים זיינען באַוואָרנט, איז די הלכה אַז מען מוז דאַן באַוואָרענען אויך דעם דריטן פּרט.

ווען איינער ווערט געבאָרן אַ גע'מל'טער — זיינען ביי אים פאַראַן די צוויי פּרטים; ער איז אַ מהול און ער איז אויך ניט קיין ערל, עס פעלט ביי אים אָבער די פּעולת המילה. דערפאַר איז דער דיןכח) אַז אַזאַ איינער דאַרף האָבן „הטפת דם ברית".

ווען איינעם האָט מען גע'מל'ט און שפעטער טוט ער אַ פּעולה היפּך פּעולת המילה, „משך ערלתו" — איז ביי אים געווען פּעולת המילה און ער איז אויך ניט קיין ערל (וואָס דערפאַר מעג ער עסן תרומה)כב), עס פעלט אים אָבער די מצוה פון בלייבן אַ מהול, ווי געבראַכט פריער פון רמב"ם אַז ער איז „מפר בריתו של אברהם אבינו".

ווען איינער איז געבוירן געוואָרן מיט צוויי ערלות און מ'האָט מלגעווען בלויז איינע פון די צוויי — איז ביי אים געווען די פּעולת המילה,

762און ער איז אויך אַ מהול, ער איז

אָבער אויך אַן ערל.

ו. אין די אַרומגערעדטע דריי

פּרטים פון מצות מילה זיינען מרומז

ענינים כללים אין עבודת האדם.

פּונקט ווי אין מצות מילה מוז זיין די פּעולה פון מילה, און פון איר מוזן אַרויסקומען צוויי תוצאות, מהול און אינו ערל, אַזוי איז אויך בכללות עבודת האדם אין תורה און מצוות מוז זיין עבודה, און אַזאַ פּעולה און עבודה, וואָס זאָל אַרויסברענגען די צוויי תוצאות, מהול און אינו ערל.

„מהול" מיינט די עבודה אין קו פון ועשה טוב: עס זאָל אָפּגעדעקט און אַנטפּלעקט ווערן דער טוב וואָס איז דאָ ביי אַ אידן, אַז זיין טוב זאָל זיך אויסדריקן סיי בנוגע זיך אַליין — אין טראַכטן, ריידן און טאָן אין לימוד התורה און קיום המצוות בפּועל ממש, אין טאָג־טעלעכן לעבן; און סיי בנוגע אַ צווייטן — צו באַווירקן אויך אַ צווייטן אידן, אויף וויפל ס'איז נאָר מעגלעך.

„אינו ערל" אין עבודה מיינט דער קו פון סור מרע: ניט צו זיין קיין ערל, אונטער שליטת הערל — יצר הרעכח) — ניט צו האָבן אין זיך קיין רע און קיין תאוות, ניט קיין גראָבע תאוות („מילה — כריתת הערלה הגסה") און אויך ניט קיין איידעלע תאוות („פּריעה — כריתת הערלה הדקה").

און פּונקט ווי אין מצות מילה איז אַפילו ווען נולד מהול פעלט ביי אים אין דער מצוה און עס

מוז זיין הטפת דם ברית, אַזוי איז

עס אויך אין עבודה. ווי דער אַלטער

רבי זאָגט אין תניאכ), אַז דער וואָס ער איז פון דער נאַטור אַ מתמיד, במילא איז ער מקיים דעם

ועשה טוב מצד הטבע („מהול"); אויך איז ער פון דער נאַטור אַ מצונן, ער איז קאַלט צו תאוות, און במילא איז ער אָפּגעהיט אין סור מרע („אינו ערל"), פונדעסטוועגן ווערט ער אָנגערופן „לא עבדו", עס פעלט אים עבודה, — ער מוז האָרעווען מער ווי מצד זיין נאַטור. און דאָס זעלבע איז אויך ביי אַזאַ וואָס זיין „סור מרע ועשה טוב" איז צו אים געקומען דורך זיין האָרעוואַניע אַמאָל, אָבער איצט, ווען דאָס איז שוין ביי אים געוואָרן אַ געוואוינהייט ווי אַ צווייטע נאַטור, איז עס פאַר אים איצטער ניט גענוג און ער דאַרף האָרעווען מער ווי זיין געוואוינהייט, ווי אַרומגערעדט דאָרט אין תניא.

און דאָס איז אַן אָנווייזונג פאַר יעדן אידן, אַז ער מוז אַלע מאָל האָרעווען אין עבודת ה', זיך ניט באַגנוגענען מיט דעם טוב וואָס ער פאַרמאָגט שוין. וואָרום יעדער איד, אַפילו אַזאַ וואָס איז ניט קיין צדיק און אויך ניט קיין בינוני, האָט ער נאַטירלעכע גוטע מדות און אייגנשאַפטן צו טאָן טוב און פון דער נאַטור האָט ער אויך ניט קיין שייכות צו געוויסע ענינים פון רע — ווי ערקלערט אין תניא117)), אַז ביי יעדן אידן איז אינגאַנצן אָפּגעפרעגט דער ענין פון כפירה ח"ו, ביז אַז אויף דעם איז אַ איד גרייט, אָן קיין שום טעם און טענה, זיך צו מוסר763נפש זיין און איבערטראָגן די שווערסטע פּייניקונגען.

אויף דעם איז די אויבנדערמאָנטע הוראה, אַז אויך אין דעם איינגעבוירענעם טוב פון אַ אידן פאָדערט זיך עבודה; ניט נאָר דאַרף ער האָרעווען צו איינשאַפן זיך דעם טוב וואָס ער האָט ניט מצד הטבע, נאָר ער דאַרף אויך האָרעווען אויף די מדות טובות, וועלכע ער האָט מצד הטבע, זיי צו פאַרבעסערן, אויסאיידלען און דערהויבן אין קדושה.

ז. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער אַלטער רבי שרייבט להלכה אין שלחן ערוךלח): הגם אַז „גמר ועיקר כניסת נפש הקדושה באדם הוא בי"ג שנים ויום א'" — די פאַרענדיקונג און דער עיקר אַריינקומען פון קדושה'דיקן נפש אין אַ אידן איז צו בר־מצוה (וואָס דערפאַר טייטשן חז"ל אַז „מלך זקן וכסיל"כח) מיינט דער יצ־הרע און „ילד מסכן וחכם" מיינט דער יצר־טוב — דער יצהרע ווערט אָנגערופן „זקן" ווייל ער קומט צום מענטשן פריער מיט דרייצן יאָר פאַרן יצ־טוב, וואָס ווערט צוליב דעם טעם גערופן „ילד"), איז אָבער „תחילת", דער אָנהויב אַריינקום פון דעם נפש דקדושה, דורך און מיט דעם חינוך פון אַ אידיש קינד צו תורה ומצוות, און אויך מיט „מצות מילה".

איז דער טעם אויף דעם; די טבע פון דעם גוף ונפש הבהמית מצד עצמם איז צו ציען זיך צו יעדן דבר גשמי וחומרי, ווי עס שטייט אין פּסוקל) ; „רוח הבהמה הירדת היא למטה לארץ", און בשעת אַז דורך מצות מילה ווערט אָפּגעשוואַכט דער קאָך און דער געשמאַק אין גשמיות — כנ"ל ממורה נבוכים — און דער איד באַקומט דורך דעם אַ קאָך און געשמאַק אין קדושה, דאַן באַקומט דער גוף, אין זיין פּנימיות, די טלעכע נשמה — „כניסת נפש דקדושה".

ח. אויף דעם דאָזיקן דין ווערט אין דעם אַלטן רבי'נס שלחן ערוך ניט אָנגעצייכנט קיין מקור. קען מען זאָגן אַז דער מקור איז פון ספר מנורת המאור פון ר' ישראל אלנקאוה, וואו ער ברענגט להלכה ווי די דיעה אין גמראלא) ; „קטן מאימתי בא לעולם הבא כו' משעה שנימול", אַז פון זינט אַ אידיש קינד ווערט גע'מל'ט וועט ער אויפשטיין צו תחיית המתיםלח).

דאָס וואָס אַ גוף פון אַ אידן קען אויפשטיין צו תחיית המתים איז עס צוליב דער ווירקונג פון דער נשמה אויפן גוף, אין אַן אופן פּנימי, איז פון דעם פּסק פון מנורת המאור, אַז „משעה שנימול" וועט דער תינוק אויפשטיין צו תחיית המתים, אַ מקור צום פּסק פון אַלטן רבי'ן, אַז דער אָנפאַנג פון דעם אַריינקומען פון נפש דקדושה אין אַ אידן איז דורך מצות מילה.

אויך קודם המילה, און אַפילו איידער ער ווערט געבוירן, האָט שוין764די נשמה אַ פאַרבונד מיטן גוף, ווי די גמרא זאָגטיח) אויף אַ תינוק ווען ער איז נאָך במעי אמו; „ונר דלוק לו על ראשו וכו'"ד) און „משביעין אותו תהי צדיק וכו'" — מען באַשווערט די נשמה, אויף איר אויספירונג אין דעם גוף ווען ער וועט געבוירן ווערן, וואָס דערפון זעט מען, אַז די נשמה האָט שוין דאַן אַ פאַרבונד מיטן גוף. דער דאָזיקער פאַרבונד איז אָבער ניט מער ווי אַ מקיף'דיקער, ווי דער לשון „ונר דלוק לו על ראשו", די נשמה לייכט איבער אים. אָבער דער אַריינקומען פון דער נשמה אין גוף אין אַ פּנימיות, „כניסת נפש דקדושה", דאָס ווערט ערשט בשעת מילה.

ט. אָט די אויבנגעזאָגטע צוויי ענינים, וואָס מצות מילה דאַרף אויפטאָן — דער איד זאָל זיין אַ מהול און ער זאָל ניט זיין קיין ערל — דריקן זיך אויס אויך אין צוויי סוגים שכר פון דער מצוה88)):

דער שכר פאַר דעם „ועשה טוב" (מהול) איז וואָס ער איז „בא לעולם הבא" (ווי געזאָגט פריער); און דער שכר פאַר דעם „סור מרע" (אינו ערל) איז וואָס די חז"ל זאָגןל), אַז אברהם אבינו יושב על פתח גיהנום, און ער נעמט פון דאָרט אַרויס יעדן אידן וואָס איז ניט קיין ערליז).

און סוף כל סוף וועט מען אין זכות פון דער מצוה אויך אויסגעלייזט ווערן פון שעבוד מלכיות (וואָס שעבוד מלכיות איז דער זעלבער ענין ווי גיהנום) 48)), וכמאמר רז"לח) הבט לברית גו' אף על פּי שאין לישראל מעשים טובים הקב"ה גואלן בזכות המילה, בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

(משיחת י"ט כסלו תשכ"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-25hs15zg

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources