Likkutei Sichos
24 Teves
852האָט מען גענומען דעם תוקף פון נפש האלקית און אים אויסגענוצט ריכטיק במקומו, אַזוי ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן. און דאָס האָט געבראַכט דעם „חרות", ווי דער לשון פון תיקוני זוהר; „חרות מטפשותא"א), אַ באַפרייאונג פון טפּשות — מ'האָט באַקומען דעם ריכטיקן פאַרשטאַנד, צו וויסן וואָס עס קומט פון נפש
א. איינער פון די טעמים אויף דעם וואָס עס זיינען דאָ צדיקים וואָס זייער יום ההסתלקות איז אַ יום שמחה — איז ווייל בשעת ההסתלקות פירט זיך אויס דער תכלית פון ירידת הנשמה למטהא).
די כוונה פון ירידת הנשמה למטה איז דאָך כמאמרב); „ירידה צורך עלי'". דורך דער עבודה פון דער נשמה אין לימוד התורה וקיום המצות, זייענדיק למטה אין דעם גשמיות'דיקן גוף, קומט זי צו צו אַ פיל העכערער מדריגה ווי די מדריגה אין וועלכער די נשמה איז געווען למעלה, איידער זי האָט אַראָפּגענידערט למטה („חצובות מתחת כסא הכבוד")) ; „טהורה היא"), און נאָך העכער) — עס קומט ניט צו דעם עילוי וועלכן זי באַקומט דורך איר עבודה למטה.
די עלי' אין דער נשמה, ווערט אויפגעטאָן בשעת זי פאַרענדיקט די האלקית און וואָס עס קומט פון נפש הבהמית און פון נאָך נידעריקער. דאָס איז דער ענין פון יציאת מצרים ברוחניות, אַז די כחות פון נפש האלקית זיינען אַרויס פון גלות מצרים, ובמילא האָט עס געבראַכט אויך די גאולה בגשמיות.
הפסח תשי"ט ותש"כ)
גאַנצע עבודה וואָס זי האָט געדאַרפט טאָן למטה. און דעריבער ווערט גערעכנט די הסתלקות פון די צדיקים פאַר אַ שמחה, ווייל צדיקים האָבן דאָך זיכער אָפּגעטאָן און פאַרענדיקט זייער גאַנצע עבודה — איז בשעת ההסתלקות, קומען זיי צו דער העכסטער עלי'.
און אַזוי ווי יעדער יאָר חזר'ן זיך איבער די זעלבע ענינים וועלכע זיינען געווען דעם ערשטן מאָלח) — איז יעדער יאָר, דער יאָרצייט פון דעם צדיק אַ יום שמחה.
ב. אַ שמחה וועלכע קומט פון אַ נייער זאַך, וועלכע איז נאָך קיינמאָל ניט געווען, איז פיל גרעסער ווי אַ שמחה וועלכע קומט פון אַן ענין וואָס איז שוין אַמאָל געווען. כאָטש, אַז יעדער מאָל ווען דער ענין פּאַסירט, ברענגט ער שמחה, וויבאַלד אָבער אַז אפילו ביום ההסתלקות ממש איז עס ניט קיין נייעס, איז אין דעם ניטאָ אַזאַ גוואַלדיגע שמחה, ווי אין853אַ נייעם ענין, וועלכער קומט גאָר צום ערשטן מאָל.
רוב הנשמות פון די דורות זיינען ניט קיין „נשמות חדשות". זיי זיינען שוין אַמאָל געווען אויף דער וועלט. במילא, איז די שמחה איבער דער עלי' אין וועלכער זיי ווערן נתעלה בשעת ההסתלקות, ניט אַזוי גרויס, ווייל דאָס קומט פאַר ביי זיי שוין ניט צום ערשטן מאָל. זיי זיינען שוין אַמאָל געווען למטה און זיינען נתעלה געוואָרן בעת זייער הסתלקות. אמת טאַקע אַז יעדער מאָל איז די עלי' פון דער נשמה אין אַן אַנדער אופן, וויבאַלד אָבער אַז דער כללות ענין העלי' איז שוין אַמאָל געווען באַ איר, איז די שמחה שוין ניט אַזוי גרויס.
די נשמה פון דעם אַלטן רבי'ן אָבער איז געווען אַ נשמה חדשה *)). איידער דער אַלטער רבי איז געבאָרן געוואָרן איז נאָך די נשמה קיין מאָל ניט געווען אויף דער וועלט. במילא איז דאָך אין דער הסתלקות פון אַלטן רבי'ן געווען אַ פיל גרעסערע שמחה ווי אין דער הסתלקות פון צדיקים וואָס באַ זיי איז ניט געווען דער ענין נשמה חדשה, ווייל דאָס איז דאָך געווען אַ נייער ענין, וואָס האָט פּאַסירט צום ערשטן מאָל.
ווי געזאָגט פריער, חזר'ן זיך איבער יעדן יאָר) די זעלבע ענינים וואָס זיינען געווען דעם ערשטן מאָל. איז יעדן יאָר — ווען עס קומט דער טאָג פון כ"ד טבת, דער יאָרצייט פון דעם אַלטן רבי'ן — מאיר און ווערט נמשך די זעלבע שמחה גדולה (און יעדער יאָר — אין אַ העכערן אופן) 17), וואָס איז געווען אין דעם יאָר פון זיין הסתלקות (תקע"ג).
ג. צווישן די ענינים וואָס שמחה טוט אויף איז אויך פאַראַן דאָס וואָס „שמחה פורץ גדר". שמחה נעמט אַראָפּ מדידות והגבלות.
זאָל דער אויבערשטער געבן, אַז אַלע וואָס האָבן אַ שייכות צום אַלטן רבי'ן — סיי די וואָס האָבן צו אים אַ רוחניות'דיקע שייכות, וואָס זיי זיינען „הולכים באורחותיו" (זיי גייען אין זיינע וועגן), צי במעשה, צי בדיבור, צי במחשבה; סיי די וואָס שטאַמען פון זיין גזע, ווייל „האב זוכה לבן")), אַ פאָטער איז מזכה זיין קינד אָן קיין אונטערשייד ווי דער מצב פון דעם בן איז, ווייל אַ בן איז ער דאָך — זאָלן באַ זיי אַראָפּגענומען ווערן אַלע מדידות והגבלות, עס זאָל זיי נמשך ווערן אַלץ וואָס זיי דאַרפן, סיי בגשמיות, סיי ברוחניות, און די המשכה זאָל זיין אָן קיינע מניעות, „עד מהרה ירוץ דברו"
דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז מ'זאָל זיין „הולכים באורחותיו", אין מחשבה דיבור ומעשה ביז בחיי היום יומיים (אין טאָג טעגליכן לעבן) ; וביחוד — מ'זאָל לערנען תורת החסידות — וואָס אויף דעם האָט זיך דער אַלטער רבי מוסר נפש געווען — און פירן זיך במנהגי' והדרכותי'.
ד. ביי דעם אַלטן רבי'ן איז געווען אַ זילבערנע טאבאַק־פּושקעלע אָן אַ854דעקל. די סיבה דערצו איז געווען, ווייל דאָס דעקל איז געווען שפּיגעלגלאַט, האָט עס דער אַלטער רבי גענוצט פאַר מכוון זיין די תפילין שבראש, אַז זיי זאָלן ליגן אויפן ריכטיקן אָרט.
בשעת מ'האָט וועגן דעם גערעדט אין אָנוועזענהייט פון דעם צמח־צדק, זאָגענדיג אַז דער אַלטער רבי האָט אָפּגעבראָכן דעם דעקל פון דער פּושקע, האָט דער צמחצדק געזאָגט אַז דעם זיידנס ענין איז ניט געווען ברעכן; ער האָט ניט געבראָכן, ניט זיך און ניט יענעם. נאָר מסתמא איז דאָס דעקל געווען מחובר צו דער פּושקע מיט אַ חוט, און דער זיידע האָט אַרויסגענומען דעם חוט המחבר.
ביי דעם צמח־צדק איז געווען אַזוי זיכער־קלאָר אַז דער אַלטער רבי האָט ניט געבראָכן, ביז אַז דאָס האָט אים געבראַכט צו זאָגן מיט אַ געוויסהייט אַז דער אַלטער רבי האָט ניט געבראָכן אַפילו קיין דומם. נאָר ער האָט בלויז אַרויסגענומען דעם חוט המחבר.
אַלע סיפּורים וואָס מ'האָט אונז דערציילט זיינען אַ הוראה אין עבודה.
די הוראה פון דעם אויבנדערמאָנטן סיפּור איז;
א. אין סוף פון דער פריערדיקער סדרה (פ' שמות) ווערט דערציילט טעגן דער שאלה וואָס משה רבינו האָט געפרעגט ביי דעם אויבערשטן „למה הרעות לעם הזה וגו'". דער שטורם פון שאלת משה איז געווען; ווי קומט עס אַז פון דעם אויבערמ'זאָל ניט דאַרפן קיינעם ברעכן; ניט זיך און ניט יענעם, אפילו קיין דומם אויך ניט. און אויך ניט ברעכנדיק — קען מען מכוון זיין די תפלין שבראש, וואָס דער מיין פון תפלין איז — שעבוד המוח והלב צו דעם אויבערשטןי).
בכדי צו משעבד זיין דעם מוח ולב צו אלקות, דאַרף מען ניט דוקא ברעכן. מען דאַרף נאָר אַרויסנעמען דעם חוט וואָס איז מחבר און שלעפּט אַראָפּ דעם נפש האלקית צום נפש הבהמית — אַמאָל באַהעפט זיך דער נפש הבהמית צום נפש האלקית און רעדט איין דעם אידן ער זאָל טאָן אַנדערש פון דעם שעבוד וואָס ליגט אויף אים, און טענה'ט דערביי, אַז דאָס איז קדושהב) — איז אָט דעם חוט המחבר דאַרף מען אַרויסנעמען. מ'דאַרף וויסן קלאָר וואָס קומט פון נפש האלקית און וואָס קומט פון נפש הבהמית. און בשעת מ'האָט דעם ריכטיקן פאַרשטאַנד, „חרות מטפּשותא", קען מען מכוון זיין די תפלין — שעבוד המוח והלב צו אלקות, ביז אַז אפילו עמי הארץ (וואָס באַ זיך אינווייניג, און אויך די וועלכע זיינען בחלקו בעולם) יראו ממך 18)).
(משיחת ליל ב' דחג הפסח תש"כ) רא
שטענס אַ שליחות און — דורך משה'ן און וועגן גאולת מצרים — זאָל קענען אַרויסקומען אַן ענין פון
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-vysqqhvv