עברית
Library

Likkutei Sichos

Mikeitz

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

819מ ק ץ

א. אין אָנהויב פּ' מקץ דערציילט די תורה באריכות וועגן די צוויי חלומות פון פּרעה — וועגן דעם חלום מיט די פּרות און דעם חלום מיט די שבלים; עס ווערט אויך דערציילט וועגן דעם פּתרון (באַשייד) וואָס יוסף האָט געגעבן די חלומות, אַז זיי זיינען אַ רמז אויף די יאָרן פון זאַטקייט און אויף די הונגעריאָרן.

צוליב וואָס דערציילט די תורה, און נאָך מיט אַזאַ אַריכות, די אַלע איינצלהייטן פון פּרעה'ס חלומות? דער עיקר איז דאָך נוגע צו וויסן אַז יוסף האָט פון פאָראויס מודיע געווען פּרעה'ן וועגן די זיבן שני שבע און די זיבן שני רעב, וואָס דורך דעם איז יוסף געוואָרן אַ משנה למלך אין מצרים — וואָס איז אָבער דער אונטערשייד צי דאָס איז געקומען דורך חלומות, צי דורך אַן אַנדער וועג? און אויב אַפילו די תורה וויל אונז שוין יאָ דערציילן אַז חלומות פון פּרעה האָבן עס גורם געווען אַז יוסף זאָל ווערן אַ משנה למלך אין מצרים, האָט דאָך דאָס געקענט דערציילט ווערן בקיצור, אַז פּרעה'ס חלומות האָט קיינער, אויסער יוסף'ן, ניט געקענט פּותר זיין, און אַז זייער פּתרון איז געווען; שבע שני שבע און שבע שני רעב. וואָס איז אונז נוגע צו וויסן די אַלע פּרטים וואָס אַ גוי האָט געזען אין חלום?

איז דער ענטפער אויף דעם; דער המשך פון די ענינים אין תורה דערציילט, אַז דאָס וואָס מ'האָט פּרעה'ן מודיע געווען וועגן די שני שבע און שני רעב דורך חלומות, קומט עס אַלס מסובב, דאָס איז דערפאַר ווייל אַזוי איז עס געווען פריער ביי יוסף'ן; אים האָט מען מלמעלה מודיע געווען, וועגן זיינע זאַכן, דורך חלומות, ווי עס ווערט דערציילט אין דער פריערדיקער סדרה. פאַרוואָס איז עס אַזוי געווען ביי פּרעה? ווייל יוסף הצדיק איז געווען אַ נשמה כללית, און ער האָט ממשיך געווען אין וועלט אַלע ענינים פון יעקב אבינו1)). איז וויבאַלד אַז יוסף איז „צדיק יסוד עולם", אַלע השפּעות אין וועלט דאַרפן דורכגיין דורך אים, איז פּונקט ווי ביי אים איז דאַן געווען דער סדר פון מגלה זיין ענינים מלמעלה דורך חלומות, איז אָט־דער סדר איינגעשטעלט געוואָרן אין דער גאַנצער וועלט, ביז אַז ווען עס האָט געדאַרפט אָנקומען אַ ידיעה אַפילו צו פּרעה מלך מצרים, „מושל בכיפּה" (דער מושל אויף דער גאַנצער וועלט) 2)), איז דאָס אויך געווען דורך אַ חלום.

דאָס איז אַ הוראה עיקרית אין אונזער עבודה; בשעת אַ איד טרעפט אָן אין וועלט אויף נסיונות פון שעדלעכע הנחות און תאוות, דאַרף ער וויסן אַז דאָס שטאַמט פון אים, פון דעם אידן. ניט ווי די וואָס מיינען אַז מ'דאַרף נאָכגיין נאָך וועלט; אויך

1) ראה ביאורי הזהר ר"פ ויחי (ל, א ואילך). אוה"ת ד"ה בן פורת יוסף (שפו, א) ובכ"מ. ועייג"כ להלן פ' ויחי.

2) ראה תרגום שני למג"א בתחילתו.820ניט ווי די וואָס זאָגן, אַז בכדי צו קענען מקיים זיין תורה און מצוות מוז מען זיך צופּאַסן צו וועלט, נאָר אַדרבה, די מציאות פון וועלט איז אָפּהענגיק פון אַ אידן; צוליב דעם וואָס ביי אים לייגט זיך אָפּ אַ געוויסע הנחה אָדער אים ווילט זיך עפּעס אַ תאווה, זיינען די זעלבע ענינים פאַראַן אויך אין וועלט, נאָר ווי זיי קומען בעולם („עולם" פון לשון העלם), פילט זיך ניט אין זיי זייער מקור, און זיי קומען צו דעם אידן, כאילו ווי פון זיך אַליין, און זיי שלעפּן אים ער זאָל זיי נאָכגיין. אָבער וויבאַלד אַז אין דער אמת'ן קומען זיי דאָך פון דעם אידן, איז דורך דעם וואָס ער וועט ביי זיך אומבייטן זיינע ניט־גוטע הנחות און תאוות אויף גוטע, וועלן זיי אומגעביטן ווערן אויך אין וועלט.

נאָך מערער; אַפילו אין אַ פאַל אַז מען קען ניט זאָגן אַז די נסיונות שטאַמען פון דעם אידן, ווייל ער איז ריין פון אָט־די הנחות און תאוות אַפילו אין דקות, קומען זיי, יעדנפאַלס, צוליב אים — וואָרום די גאַנצע בריאה איז דאָך צוליב אידן, „בשביל ישראל שנקראו ראשית"ח) — אַז ער זאָל ביישטיין דעם נסיון. און בשעת ער וועט ביי זיך אַרויסרופן די שטאַרקייט ניט צו נתפּעל ווערן, וועט דאַן אַנטפּלעקט ווערן, אַז דער גאַנצער נסיון איז בלויז אַ דמיונות'דיקע זאַך, ווייל די גאַנצע איינשטעלונג אין וועלט איז אָפּהענגיק פון דעם אידנס איינשטעלונג אין זיינע ענינים.

ב. הגם אַז די חלומות פּרעה זיינען פאַראורזאַכט געוואָרן פון די חלומות יוסף, זיינען זיי אָבער קעגנגעזעצטע לויט זייער מהות; די חלומות יוסף זיינען אין קדושה און חלומות פּרעה — אין לעומת זה. דעריבער געפינען מיר צווישן זיי כמה חילוקים אין דעם סדר און אין די פּרטים פון די חלומות.

(א) חלומות יוסף הויבן זיך אָן באַלד מיט עבודה — „מאלמים אלומים". דאַקעגן אין די חלומות פּרעה ווערט גאָרניט גערעדט וועגן עבודה. דער טעם אויף דעם; די השפּעות דקדושה, וויבאַלד זיי ווערן נמשך פון דעם אויבערשטן צו אידן (און דער אויבערשטער איז דאָך שלם בתכלית, און ער אַליין איז זיין תכלית; אויך אַ נשמה, וואָס איז אַ חלק אלקה ממעל ממשח), איז איר תכלית אין איר אַליין און ניט אין עפּעס אַנדערש, וואָס דערפאַר איז אויך די השפּעות) זיינען זיי בתכלית השלימות והטוב, און דעריבער מוזן זיי קומען דוקא דורך עבודה, בכדי עס זאָל ניט זיין קיין נהמא דכיסופא, וואָס דאַן איז עס ניט תכלית הטוב. אַנדערש איז אָבער אין לעומת זה, אין קליפּה, וואָס אין איר אַליין איז ניטאָ קיין שום תכלית, איר גאַנצע מציאות איז אַ טפל צוליב עפּעס אַנדערש, במילא דאַרף אויך צוליב אירע השפּעות ניט זיין די שלימות פון עבודה, נאָר זיי ווערן נשפּע „חנם", ווייל זיי זיינען סייווי ניט קיין מציאות.

(ב) חלומות יוסף זיינען אין אַ821סדר פון „מעלין בקודש"; עס הויבט זיך אָן מיט „שבלים", איינציקע זאַנגען וואָס זיינען נפרדים איינער פון צווייטן, און פון זיי ווערן צונויפגעבונדן „אַלומים" — פון די דברים נפרדים ווערט אַן ענין פון אַחדות (אין ערשטן חלום); ביז מען קומט צו צו עניני שמים (שמש וירח וכוכבים — אין צווייטן חלום). אויך כפּשוטו, אין גשמיות, זיינען „אַלומים" טייערער פון „שבלים", און אבנים טובות ומרגליות, וואָס זייער ליכטיקייט נעמט זיך פון די כוכביםח), ווייזן אויף אַ סך אַ גרעסערער עשירות ווי די „אַלומים". מה שאין כן די חלומות פּרעה איז אין זיי דער סדר פון „פּוחת והולך": דער ערשטער חלום איז וועגן „פּרות" — סוג החי, און דער צווייטער חלום איז וועגן „שבלים", וואָס זיינען אַ נידעריקערער סוג — צומח. נאָך מער ווערט עס בולט נעמענדיק אין אַכט, אַז על פּי הסדר בטבע דאַרף זיין דער סדר: פריער שבלים און שפּעטער פּרות, ווייל פּרות „בריאות בשר" און פּרות „דקות בשר", וועגן וועלכע דער ערשטער חלום רעדט, זיינען זיי אָפּהענגיק פון זייער שפּייז, פון די שבלים, צי זיי זיינען „בריאות" אָדער „דקות". האָט דאָך דער צווייטער חלום געדאַרפט זיין פריער. אָבער ווייל אין לעומת זה איז דער סדר פון „פּוחת והולך", דערפאַר זיינען די חלומות פון פּרעה געווען אין אַ פאַרקערטן סדר.

און אויך אין יעדן חלום פון פּרעה, איז געווען פּוחת והולך: פריער האָט ער געזען „שבע פּרות יפות מראה ובריאות בשר" און דערנאָך „רעות מראה ודקות בשר"; שבלים „בריאות וטבות" און נאָכדעם „דקות ושדופות קדים". און וואָס נאָך מערער; אויף אַזויפיל ווערט אין קליפּה וואָס אַמאָל אַלץ מער געמינערט דער טוב און יפה, ביז אַז די פּרות און שבלים יפות און טובות ווערן אינגאַנצן אויפגעגעסן („ותבלענה") פון די פּרות און שבלים רעות און דקות.

אויך אין דעם פּתרון און דעם קיום פון די חלומות איז געווען דער זעלבער סדר: פריער זיינען געווען די שני שבע און דאַן די שני רעב — „פּוחת והולך" — און אויף אַזויפיל, אַז „לא יודע השבע בארץ מפּני הרעב ההוא", די פריערדיקע זאַטקייט איז ניט געווען קענטיק צוליב דעם שפּעטערדיקן הונגער. (דאָס וואָס נאָך די שני רעב זיינען ווידער געווען שני שבע — איז עס שוין ניט געווען דערמאָנט אין די חלומות פּרעה, דאָס האָט שוין צו פּרעה ניט באַלאַנגט, די ברכה פון די שפּעטערדיקע זאַטע יאָרן איז שוין געקומען דורך ברכת יעקב).

ג. און אין דעם באַשטייט דער חילוק צווישן קדושה און לעומת זה. קדושה האָט אַ קיום נצחי און שטייט ניט אין קיין שינויים. די שינויים פון קדושה דאַרפן זיין נאָר אין אָן אופן פון הוספה און עליות — „מעלין בקודש", „ילכו מחיל אל חיל" — און וויבאַלד אַז זיי זיינען אַלעמאָל נאָר למעליותא, זיינען זיי באמת ניט קיין שינויים. (נאָכמער — אַפילו דאָס וואָס בפּועל איז דאָ אַ מאָל ירידות ביי אַ אידן, ועוד — דאָס וואָס אין כנסת ישראל (ספירת המלכות) זיינען פאַראַן ירידות (לפעמים822עולה ולפעמים יורדת)ז) זיינען עס ניט קיין שינויים בהחלט, וויבאַלד דער רצון פון אַ אידן אַפילו דאָ למטה)) איז דאָך אַלעמאָל דער זעלבער רצון, ועוד, ער איז אַלעמאָל באמנה אתו)) — מקיים זיין תורה ומצוות ולהעלות בקודש. ועל אַחת כמה וכמה בספירת המלכות, איז דאָך אַלעמאָל די כוונה אין די ירידות צוליב דעם תכלית העלי' וואָס וועט זיין שפּעטער — „מנוחה לחיי העולמים" — איז דאָך „במקום שרצונו של אָדם שם הוא נמצא", זיינען די אַלע ירידות, בפּנימיות ניט קיין שינויים, נאָר אַדרבה, „מנוחה" — היפּך השינוי, ווי דער רצון און כוונה וואָס שטייט אין זיי).

אָבער אין קליפּה איז אַ סדר פון שינויים, און אין אַן אופן פון „פּוחת והולך". דער טעם אויף דעם איז, ווי געזאָגט, ווייל קליפּה איז ניט קיין מציאות פאַר זיך, איר גאַנצע פאַראַנענקייט איז נאָר בכדי צו אויספּרובירן דעם מענטשן און אַרויסרופן ביי אים טיפערע כוחות פון קדושה. און וואָס מער דער מענטש שטאַרקט זיך און ווערט נתעלה אין זיין עבודה, אַלץ ווייניקער דאַרף ער אָנקומען צו דעם נסיון, און במילא ווערט אויך די מציאות פון קליפּה אַלץ שוואַכער, „פּוחת והולך", כמאמר רז"לי) 2) „כשזה קם זה נופל".

דאָס איז אויך דער כללות החילוק צווישן די פּרי החג, וואָס זיינען „כנגד שבעים אומות"יא), זיינען זיי „מתמעטין והולכין"יב), זיי ווערן וואָס אַמאָל ווינציקער — און צווישן די נרות חנוכה, קדושה, וואו ס'איז דער סדר פון „מוסיף והולך", „מעלין בקודש".

ד. די הוראה דערפון אין עבודה איז: בשעת אַ מענטשן פאַלט אַריין אַ געדאַנק, אַז ער וועט קענען האָבן געוויסע השפּעות אַן עבודה, מיינענדיק, אַז צוליב געוויסע סיבות וועט ער באַקומען די השפּעות אויך ווען ער וועט ניט האָרעווען — זאָל ער וויסן אַז דער געדאַנק קומט פון נפש הבהמית, פון לעומת זה, וואָס דאָרט איז ניט מוכרח קיין עבודה! ער דאַרף אויך וויסן אַז די השפּעה וועלכע ער מיינט צו באַקומען אויף אַזאַ אופן, איז זי, ווי יעדער מציאות פון לעומת זה, „פּוחת והולך", ביז עס בלייבט פון איר גאָרניטיג). און לאידך גיסא; ווען ער וועט האָרעווען אין עבודה, קען ער זיין זיכער אַז „יגעת ומצאת", מ'וועט אים מלמעלה געבן אַ מציאה, נאָך מער ווי לויט זיין עבודה, און וואָס ווייטער אַלץ מערער — „מעלין בקודש".

(משיחת ש"פ וישב תש"כ)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-45n0bqbj

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources