Likkutei Sichos
Mishpatim
896אין „בכל דרכיך דעהו" איז אָפּהענגיק די גאַנצע תורה — „פרשה קטנה שכל גופי תורה תלויין בה"88)). אויב עס פעלט די עבודה פון „בכל דרכיך דעהו", איז כאָטש מען טוט אַלץ על פּי דין, קען עס ברענגען אַ חורבן ר"ל בכל עניני הקדושה, בדוגמת מרז"ל0)): „לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דיניהם על דין תורה" (פאַרוואָס איז חרוב געוואָרן ירושלים —
א. „ואלה המשפּטים אשר תשים לפניהם". זיינען רז"ל מדייק דעם וואָרט „לפניהם" וואָס שטייט אין פּסוק און לערנען פון אים אָפּ כמה לימודים:
א) די משפּטים דאַרפן זיין „לפניהם — ולא לפני עובדי כוכבים"א)ב יעדער סכסוך צווישן אידן דאַרף פאָרגעבראַכט ווערן „לפניהם", פאַר אידישע דיינים, וואָס פּסק'ענען לויט דיני התורה, און ניט פאַר ניט־אידישע ריכטער, אפילו ווען ס'האַנדלט זיך וועגן אַזעלכע פאַלן וואָס „דיניהם כדיני ישראל", וואָס זייערע געזעצן זיינען ענלעך צו דיני התורה.
ב) „לפניהם" — אַז דאָס לערנען ווייל זיי האָבן אַוועקגעשטעלט זייער אויפפירונג בלויז אויף דעם דין פון תורה און ניט מער). ולאידך גיסא, דורך „בכל דרכיך דעהו", נעמט מען דעם גוף הותורה, דעם „אנכי מי שאנכי", וואָס פון אים ווערן נמשך „הוי'" און „אלקיך" און אַלע עשרת הדברות ביז „אשר לרעך", וואָס זיי זיינען אין זיך כולל אַלע מצוות.
מיט אַ תלמיד זאָל זיין אין אַן אופן פון „להראות לו פנים")): מען זאָל ערקלערן דעם טעם, פאַרשטאַנד פון דער געלערנטער הלכה, ביז עס זאָל זיך אָפּלייגן ביים תלמיד, און ניט זאָגן אים; אַז אַזוי איז דער דין און דעם טעם דאַרפסטו אַליין זוכן צו פאַרשטיין.
ג) דער אַלטער רבי טייטשטח)ב „אשר תשים לפניהם" — „לפנימיותם", עס זאָל נמשך ווערן בחינת הדעת פון אלקות אין פּנימיות פון אידן, אין „סתים" (די טיף־פאַרבאָרגענע און פאַרהוילענע מדריגות) פון נשמה. ווי אַלע ענינים פון חסידות, איז אויך דאָס מרומז אין נגלה פון תורה. אין ירושלמי שטייטד) אויף „אשר תשים לפניהם", אַז „תשים" איז פון לשון „סימה", אוצר. דאָס באַהאַלטענע, די פּנימיות און סתים פון תורה, און סתים דתורה896איז דאָך מעורר דעם סתים און פּנימיות פון דער נשמהח).
מ'האָט שוין גערעדט אייניגע מאָל, אַז די פאַרשידענע פּירושים אויפן זעלבן וואָרט פון תורה האָבן אַ שייכות צווישן זיךח). דאַרף מען פאַרשטיין וואָס איז די שייכות צווישן די פריערגעבראַכטע דריי פּירושים אויפן וואָרט „לפניהם"?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין, וואָס די תורה זאָגט אָן די הוראה אַז עס זאָל זיין „לפניהם" (לויט אַלע פּירושים) דוקא ביי משפּטים, אַז די „משפּטים" דאַרפן זיין „לפניהם". ווי באַוואוסטז), ווערן די מצוות פון תורה איינגעטיילט אין דריי סוגים; חוקים, עדות און משפּטים. זייער חילוק מצד הבנה והשגה; חוקים זיינען אַזעלכע מצוות וואָס האָבן ניט קיין ערקלערונג אין שכל, מען איז זיי מקיים נאָר ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער געהייסן — „חוקה חקקתי גזירה גזרתי"ח) ; עדות זיינען אַזוינע מצוות וואָס האָבן אַן אָרט אין שכל — ווען תורה וואָלט אויף זיי ניט אָנגעזאָגט וואָלט דער שכל אַליין ניט מחייב געווען, ניט געזאָגט אַז מ'דאַרף אַזעלכע מצוות מקיים זיין, אָבער נאָך דעם ווי די תורה האָט זיי אונז אָנגעזאָגט, קען מען די „עדות" מסביר זיין און פאַרשטיין מיט שכל; משפּטים זיינען דער סוג מצוות וואָס דער מענטשלעכער שכל אַליין פאַרשטייט אַז מען דאַרף זיי מקיים זיין, (ניט בלויז וואָס ער גיט פאַר זיי אַן אָרט), וכמרז"ל)) ; „אילמלא לא ניתנה תורה (ח"ו) היינו למידין צניעות מחתול וגזל מנמלה". אַפילו ווען די תורה וואָלט אויף אָט־די מצוות ניט אָנגעזאָגט, וואָלט דער שכל אַליין מחייב געווען דעם קיום פון די מצוות. און דוקא ביי דעם סוג מצוות, ביי משפּטים, זאָגט אָן די תורה אַז ס'זאָל זיין „לפניהם".
ולכאורה, מיט וואָס איז די הוראה פון „לפניהם" מער צוגעפּאַסט און נוגע צו משפּטים ווי צו חוקים און עדות? לויטן ערשטן פּירוש איז פאַרשטאַנדיק, וואָרום ביי משפּטים איז דאָ די מציאות אַז דייני אומות העולם זאָלן משפּט'ן אַזוי ווי דייני ישראל. ביים סוג עדות פון מצוות, און אַודאַי ביים סוג חוקים, דאַרף מען ניט אָנזאָגן אַז מ'זאָל ניט גיין צו ניט־אידישע שופטים. ס'איז זעלבסטפאַרשטענדליך, ווייל צו אַזעלכע דינים האָבן דייני אומות העולם קיין שייכות ניט. זייערע פּסקים קענען קומען נאָר מצד שכל און ניט מצד העכער פון שכל. אָבער ביי משפּטים, וואו עס קען זיין די מציאות אַז זיי זאָלן משפּט'ן אַזוי ווי דייני ישראל, דאַרף די תורה אָנזאָגן, אַז מען זאָל זיך משפּט'ן פאַר דייני ישראל דוקא.
אָבער לויטן צווייטן פּירוש, „להראות לו פּנים", אַז דער לערנען זאָל זיך ביים תלמיד גוט אָפּלייגן אין פאַרשטאַנד, איז דאָך לכאורה וויכטיקער צו אָנזאָגן די הוראה ביים סוג עדות, און נאָך מער — ביי חוקים, אַז כאָטש דער שכל איז עדות ניט מחייב, און חוקים זיינען דאָך אינגאַנצן העכער פון שכל, דאָך זאָל און מוז דער לימוד פון די897סוגים זיין אין אַן אופן פון „לפניהם". אָבער ביים סוג משפּטים, וויבאַלד אַז דאָס זיינען מצוות וואָס דער שכל אנושי איז זיי מחייב, איז מער פּשוט אַז זייער לערנען וועט זיין אין אַן אופן וואָס וועט זיך אָפּלייגן ביים תלמיד.
אַזוי איז אויך לויט דעם פּירוש פון „לפניהם — לפנימיותם"; בכדי צו מקיים זיין משפּטים, דאַרף מען לכאורה ניט אָנקומען דוקא צו דער התעוררות פון פּנימיות הנשמה, וויבאַלד אַז זיי לייגן זיך אָפּ אויך אין געוויינלעכן שכל. אַנדערש איז אָבער ביי חוקים, וואָס זיינען העכער פון שכל, מוז ביי זיי זיין די התעוררות פון פּנימיות הנשמה. וואָרום אָן דער התעוררות — אַפילו אַז ער וועט זיי מקיים זיין וועט עס זיין בלויז ווייל ער איז מוכרח, ער מוז אַזוי טאָן („חוקה חקקתי גזירה גזרתי"), אָבער זיין טאָן וועט זיין אָן אַ חיות פּנימי, ווייל זיי לייגן זיך ביי אים ניט אָפּ. און בכדי די חוקים זאָלן זיך ביי אים אָפּלייגן, אויף צו מקיים זיין זיי מיט אַן אינערלעכן חיות, דאַרף ער דערוועקן די פּנימיות פון דער נשמה, וואָס זי איז העכער פון שכל.
ב. אמת טאַקע, „המעשה הוא העיקר", דער עיקר איז צו מקיים זיין די מצווות בפועל, ווי לדוגמא ביי מצות תפילין (וואָס „הוקשה כל התורה כולה לתפילין")י), ווען איינער זאָל מכוון זיין אַלע כוונות פון מצות תפילין, אויב אָבער לפועל וועט ער די תפילין ניט לייגן אויף דער האַנט און אויפן קאָפּ, איז ער אַ „קרקפתא דלא מנח תפילין" ח"ו; לאידך גיסא, אויב בפועל לייגט ער תפילין, נאָר ער האָט ניט די כוונות פון דער מצוה — און אפילו אַזאַ וואָס מצד זיין מדריגה איז ער שייך צו מכוון זיין און פונדעסטוועגן טוט ער דאָס ניט — איז ער מקיים די מצוה פון הנחת תפילין, ער דאַרף מאַכן די ברכה בשם ומלכות 100)) א. א. וו. און אַזוי איז אויך ביי אַנדערע מצוות, ווייל „המעשה הוא העיקר".
דער רצון העליון איז אָבער, אַז די מצוות זאָלן דורכנעמען די גאַנצע קומה, אַלע חלקים און כחות פון דעם מענטשןיא). ניט נאָר זיין כוח המעשה, כוח הדיבור, נאָר אויך דעם כוח המחשבה און אַפילו זיינע מדות און שכל ביז די כחות מקיפים פון רצון ותענוג — אַלע זיי זאָלן ווערן דורכגענומען פון די מצוות. ד. ה. אַז ניט בלויז יענע מצוות וואָס זיינען כללות'דיגע און בעצם אָפּהענגיק אין געפיל פון האַרצן און אין פאַרשטאַנד פון מוח — ווי די מצוות אהבה ויראה, מצות האמנת וידיעת אלקות, וכדומה — נאָר אויך אַלע פּרטיות'דיקע מצוות, אַפילו מצוות התלויות במעשה, דאַרפן דורכדרינגען דעם גאַנצע מציאות האדם, ביז צו זיינע טיפסטע כחות, וביחוד כח התענוג וואָרום קיום המצות, וועלכע מצוה עס זאָל ניט זייןיב), דאַרף דאָך זיין בשמחה ובטוב לבב, ונאמר; כל חלב לה'יג).
דערפאַר, פאָדערט זיך אַז ניט בלויז משפּטים, נאָר אויך חוקים, וויבאַלד די תורה האָט אויף זיי אָנגעזאָגט, דאַרף ער זיי מקיים זיין ניט בלויז898מיט זיין כח המעשה אַליין, נאָר אויך אין זיין שכל זאָל זיך אָפּלייגן אַז מ'דאַרף זיי מקיים זיין. ניט בלויז ער זאָל זיי מקיים זיין ווייל ער האָט קיין אַנדער ברירה ניט; וויבאַלד דער אויבערשטער האָט גוזר געווען אַ גזירה מוז ער עס אויספאָלגן, כאָטש אַז ס'איז אַן ענין וואָס האָט ניט קיין טעם און קיין תכלית. עס פאָדערט זיך, אַז די מצוה זאָל דורכנעמען זיין גאַנצן מהות און אַלע זיינע כחות; וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט אַזוי אָנגעזאָגט, לייגן זיך ביי אים אָפּ אין שכל אויך די מצוות פון חוקים.
(איז ניט דער פּשט, אַז ער איז מקיים די חוקים ווייל ער האַלט אַז מצד דער באַגרענעצונג פון זיין מענטשלעכן פאַרשטאַנד האָט ער אין זיין שכל קיין טעם ניט אויף זיי, אָבער אַן אַנדערער און זיכער דער אויבערשטער, דער מצוה (אָנזאָגער) פון די חוקים האָט אויף זיי אַ שכל וטעם — ניט דאָס איז אמיתית ענין קיום החוקים. וואָרום דער אופן הקיום איז נאָך אַלץ ניט דער אמת'ער ענין פון קבלת עול, העכער פון שכל טעם ודעת — אדרבה ער איז זיי מקיים ווייל זיי האָבן גאָר אַ טיפן שכל וואָס דוקא אַ חכם גדול פאַרשטייט עם. דער קיום החוקים איז, אַז ער איז עס מקיים בלויז מצד קבלת עול מלכות שמים אָן קיינע חשבונותיד), אָבער זיין קבלת עול דאַרף זיין מיט אַזאַ שטאַרקייט און חיות אַז זיין שכל איז ניט בלויז ניט מנגד, נאָר אדרבה, אויך אין זיין שכל נעמט זיך אָן און ביי אים לייגט זיך אָפּ אַז מ'דאַרף טאָן ווי דער אויבערשטער הייסט, אָן קיין שום חשבונות).
דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק דער דיוק פון לשון רז"לטז); „חוקה כו' אין לך רשוות להרהר אחרי'" (דו האָסט ניט קיין רשות צו איבערטראַכטן וועגן די חוקים). לכאורה האָט געדאַרפט שטיין ואין לך רשות שלא לקיימה (ניט צו מקיים זיין). נאָר דער פּירוש איז; דער קיום בכוח המעשה אַליין איז ניט גענוג, עס דאַרף זיך אָפּלייגן אויך בשכלו ובמחשבתו, ביז אַז ער זאָל גאָרניט מהרהר זיין, איבערטראַכטן וועגן דעם. און ניט נאָר אַז אויב עס פאַלט אים אַריין אַמאָל אַ געדאַנק אַז חוקים האָבן אין זיך קיין תכלית ניט וכו' פאַרטרייבט ער באַלד די מחשבה (ע"ד המבואר אין תניאיח) וועגן אַנדערע ענינים), נאָר „אין להרהר", עס פאַלט אים גאָר מלכתחילה ניט אַריין אַזעלכע מחשבות כו'. און כאָטש אַז דער קיום פון די חוקים איז ניט מצד אַ הסבר (אפילו ניט מצד דעם הסבר אַז למעלה איז געוויס פאַראַן אַ שכלטעם אויף דעם), פונדעסטוועגן איז ער אויף אַזוי פיל דורכגענומען מיטן הרגש פון אמונה פּשוטה און קבלת עול מלכות שמים, אַז עס ווירקט אויך אויף זיין כח השכל, ער זאָל ניט מהרהר זיין ח"ו. אויף אַזוי פיל איז עס אָנגענומען און אָפּגעלייגט אין שכל, אַז עס טראַכט זיך ניט אַנדערש, „אין לך רשות להרהר וכו'".
לויט דעם קומט אויס אַז בכדי צו מקיים זיין די חוקים ווי עס דאַרף צו זיין, מוז מען דערצו האָבן דעם899„לפניהם — לפנימיותם", צו מעורר זיין די פּנימיות הנשמה, וואָס קען ווירקן אַז די חוקים זאָלן זיך גוט אָפּלייגן אויך אין די כחות הגלויים ווי שכל און מדות און אַזוי ווייטער. אָן פּנימיות הנשמה, וועט אַ מענטש ביי זיך ניט קענען פּועל'ן ביי אים זאָל זיך ניט מהרהר זיין, אפילו אַז בנוגע לפועל — איז ער מקיים די חוקים מצד קבלת עול, אָבער דורך התעוררות פּנימיות הנשמה, באַקומט ער אַ טעם און אַ געשמאַק אויך אין אַן ענין וואָס איז העכער פון טעם ודעת, וואָס דאָס איז דער צווייטער טייטש פון „לפניהם" — „להראות לו פנים", אַז די הלכות פון תורה ווערן נתיישב אין זיין קאָפּ און האַרץ. מה שאין כן ביי משפּטים, דאַרף מען לכאורה ניט האָבן די הוראה פון „לפניהם"; וויבאַלד די משפּטים זיינען שכל'דיקע מצוות, וועט ער סיי ווי אין זיי האָבן אַ געשמאַק — איז צוליב וואָס דאַרף מען צוליב זיי אַרויסרופן די פּנימיות הנשמה?
ג. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדמת נאָך אַ דרש פון חז"ליז) אויף דעם פּסוק ואלה המשפּטים; „ואלה מוסיף על הראשונים", דער וא"ו פון „ואלה" באַווייחט, אַז די משפּטים קומען ווי אַ המשך, אַ פאָרזעצונג צו די עשרת הדברות — אויך די משפּטים זיינען געגעבן געוואָרן מסיני.
ווי שוין גערעדט28)), פאַראייניקן אין זיך די עשרת הדברות צוויי העכסט־פאַרשידענע אין זייער יסוד — מצוות; די ערשטע דברות דריקן אויס די טיפסטע ענינים אין אַחדות השם ; די אַנדערע דברות אָבער — אַנטהאַלטן אַזעלכע פּשוט'ע ציוויים ווי „לא תרצח" און „לא תגנוב", וואָס זיינען זעלבסט־פאַרשטענדלעך אַפילו פאַרן גאָר פּשוט'ן מענטשלעכן שכל, און די עשרת הדברות פאַראייניקן ביידע קצוות צומאמען. און דאָס לערנט אונז אַז אויך דער קיום פון „לא תרצח" און „לא תגנוב" דאַרף זיין צוליב דעם ווייל זיי זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן פון דעם אויבערשטן, פון — אנכי הוי' אלקיך.
און דאָס מיינט „ואלה (המשפּטים) מוסיף על הראשונים", אַז אויך די משפּטים פון תורה זיינען געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן אויפן באַרג סיני — אויך זיי זיינען געגעבן געוואָרן מיט דעם גאַנצן שטורעם וואָס איז געווען ביי מ"ת, פון דעם אנכי מי שאנכי, און במילא דאַרף מען אויך זיי מקיים זיין צוליב דעם וואָס ניתנו מסיני, און ניט בלויז ווייל דער שכל פאַרשטייט אַז מען דאַרף אַזוי טאָן.
און דאָס ווערט ערקלערט אין ערשטן פירוש פון „לפניהם — ולא לפני דייני אומות העולם", וואָרום ניט קוקנדיק וואָס זיי פּסק'ענען אויפן זעלבן אופן ווי דייני ישראל, זיינען אָבער זייערע משפּטים ניט פאַרבונדן מיט „אנכי הוי' אלקיך", ובמילא איז זייער פּסקדין ניט קיין דין פון תורה, און אַלע ענינים פון אַ אידן — איז דאָך נאָר על פּי און דורך תורה.
וואָס דאָס איז אויך מתאים מיטן פּירוש פון אַלטן רבי'ן אַז לפניהם מיינט לפּנימיותם, פּנימיות הנשמה; אויך דער לימוד וקיום המשפּטים דתורה דאַרפן זיין ניט בלויז מצד שכל אנושי נאָר מצד פּנימיות הנשמה. אַזוי ווי דער לימוד וקיום החוקים; און אויך ביי משפּטים דאַרף מען האָ־900רעווען אַז זייער אָפּלייגן זיך אין זיין שכל זאָל זיין ניט בלויז מצד דעם וואָס שכל אַליין איז אַזוי מחייב, נאָר מצד פּנימיות הנשמה, וואָס זי דאַרף באַווירקן זיין גאַנצן ציור קומה, ביז זי זאָל אויך ברענגען דעם אָפּלייג אין שכל120)).
און דאָס איז די שייכות צווישן די דריי אויבנדערמאָנטע פּירושים אין דעם וואָרט „לפניהם", וואָס שטייט דוקא ביי משפּטים ; אויך משפּטים, די מצוות שכליות, דאַרף זייער קיום זיין ניט בלויז מצד פאַרשטאַנד, נאָר ווייל „ניתנו מסיני" — מיט אַ קבלת עול וואָס קומט פון פּנימיות הנשמה (לויט דעם אַלטן רבי'נס פּירוש); וואָס דעריבער טאָר מען ניט פאָרברענגען די משפּטים פאַר די דייני אומות העולם, שכל אנושי (פּירוש הא'), און הגם אַז ביי משפּטים פאָדערט זיך קבלת עול, דאַרפן זיי זיך אויך אָפּלייגן אין זיין שכל, „להראות לו פּנים", (פּירוש הב') דורך התעוררות פון פּנימיות הנשמה דוקא.
ד. דאָס וואָס אויך אין מצוות פון סוג משפּטים טאָר מען זיך ניט פאַרלאזן אויף שכל אנושי („לפניהם — לא לפני דייני אומות העולם"), איז עס צוליב צוויי טעמים.
ערשטנס, ווען דער קיום המצוות וועט קומען דערפון וואָס אַזוי איז מחייב דער שכל פון נפש הבהמית, וועט סוף כל סוף דערפון אַרויסקומען, ווי די רז"ל זאָגןי) ; „היום אומר לו עשה כך ולמחר א"ל וכו' עד שאומר לו עבוד ע"ז" — און ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר איז דאָס מפרש, אַז אין אָנפאַנג האָט דער יצר הרע ניט קיין ברייטקייט צו איינריידן אַ אידן טאָן אַן עבירה ח"ו. נאָר זיין ערשטער צוטריט צו אַ אידן איז גאָר בנוגע אַ מצוה. ווען אַ איד וויל טאָן אַ מצוה זאָגט אים דער יצר הרע „עשה כך", זיי מקיים די מצוה, אָבער וויבאַלד דער יצר הרע איז „אומר לו עשה כך", אַז דער מענטש זאָל די מצוה מקיים זיין ווייל דער שכל פון נפש הבהמית פאַרשטייט אַזוי, און ניט ווייל דער אויבערשטער האָט אַזוי געהייסן אין דער תורה, רייסט ער דערמיט אים אָפּ ח"ו פון דעם אויבערשטן און ער קען שוין דעם איד נאָכדעם אַראָפּפירן אַלץ נידעריקער, „ולמחר אומר לו וכו'", ביז ער קען אים צוברענגען צו עבודה זרה ר"ל.
נאָך אַ טעם וואָס קיום המצוות טאָר ניט זיין מצד שכל אנושי, ווייל אויב אפילו ער זאָל בפועל יאָ מקיים זיין די מצוות, וועט אָבער דאָך פעלן ביי אים אין זייער קיום אַן ענין עיקרי — דער הרגש אַז דאָס קומט און עס איז פאַרבונדן (מצוה — צוותא וחיבור) מיט אָנכי ה' אלקיך, אַז דאָס איז אַן ענין פון תורה.
ה. ווי שוין גערעדטיח) אַז אין דעם וואָס די עשרת הדברות פאַראייניקן אין זיך ביידע קצוות איז פאַראַן אַ צווייענדיקע הוראה; ערשטנס, אַז „העליונים ירדו לתחתונים" די דברות פון „אנכי" און „לא יהי' לך" דאַרפן אַראָפּקומען און זיך אָנהערן אויך אין די ציוויים פון „לא תרצח" און „לא תגנוב", אַז אויך זייער קיום זאָל זיין ווייל זיי זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן פון דעם „אנכי",901און „והתחתונים יעלו לעליונים": אויך די מענטשן וועלכע מצד עצמם שטייען זיי נאָך נידעריקער פון דעם סוג החי (און לערנען זיך ניט אָפּ „גזל מנמלה" וכו'), ביז אַז דער אויבערשטער אַליין, דער „אנכי מי שאנכי", דאַרף זיי אָנזאָגן „לא תרצח" און „לא תגנוב" — אפילו פון זיי פאָדערט זיך אַז „יעלו לעליונים", זיי זאָלן האָבן די אמונה און התבוננות וידיעה אין אלקות ביז אין דעם „אנכי מי שאנכי",
אָט די ביידע הוראות ווערן נאָכאַמאָל איבערגע'חזר'ט אין תחלת פּרשת משפּטים — „ואלה מוסיף על הראשונים". איין הוראה איז, אַז אפילו דער קיום המשפטים דאַרף זיין „לפניהם", מצד פנימיות הנשמה, וואָס דאָס איז דער „העליונים ירדו לתחתונים"כא).
גלייכצייטיק זאָגט מען אויך אָן אַז „והתחתונים יעלו לעליונים", אויך די תחתונים אין ידיעת התורה, תלמידים הקטנים, וואָס אַליין קענען זיי זיך ניט פאַנאַנדערקלייבן דאַרף מען מיט זיי לערנען און פאַר זיי אַלץ צוגרייטן „כשלחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם"28)) (ווי אַ גרייטער טיש פאַרן מענטש צו עסן),
— נאָך מערער, אפילו תחתונים בהנהגה, וואָרום דער פּסוק רעדט דאָך וועגן בעלי דינים (כאָטש „לפניהם" מיינט לפני הדיינים, זיינען דאָך אָבער די משפּטים פאַרבונדן מיט בעלי דינים), וואָס איינער פון זיי טענה'ט אַמאָל פאַלש —
אויך ביי אָט די „תחתונים" איז דאָ דער ציווי „יעלו לעליונים" — „תשים לפניהם", מ'דאַרף זיי געבן די „סימה" ואוצר פון פּנימיות התורה, ווייל מצד דעם „לפניהם", פּנימיות הנשמה, זיינען אַלע אידן „כשרין"כב) בכח, מוכשר צו מקבל זיין דעם אוצר, די טיפע ענינים פון תורה. נאָר די פּנימיות הנשמה איז ביי זיי בהעלם, דאַרפ'ן זיי העלפן איר מגלה זיין, תשים לפניהם. און דאָס גופא וואָס מ'וועט לערנען מיט זיי דעם סימה ואוצר, וועט נאָך מער מגלה זיין דעם „לפניהם", זייער פּנימיות, ביז דאָס וועט קומען און דורכנעמען אויך די כחות הגלויים, מוח ולב, „משים בלבו", ביז אַז דורך דעם תשים לפניהם וועט ווערן יעשה אותם, און אין אַן אופן אַז — וחי בהםכד).
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-m5ys4r13