עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayakhel

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

930„בקע"לא): די עבודה שלמטה האָט טאַקע אויפגעטאָן די המשכה מלמעלה, ס'איז אָבער געווען ווי אַ פאַרבונד פון צוויי זאַכן, וואָס איינע פּועל'ט אויף דער צווייטערלב). און ערשט נאָך מתן

ויק

א. אין פּרשת ויקהל דערציילט די תורה, ווי אַלע אידן, סיי אנשים, סיי נשים און אויך קליינע קינדערא) האָבן געבראַכט נדבות צום משכן — און נאָך מערער ווי עס האָט זיך געפאָדערט.

אין דער נדבה פון מחצית השקל זיינען געווען הגבלות; סיי אין דעם סכום פון דער נדבה — עס האָט געמוזט זיין פּונקט אַ האַלבער שקל („העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט"), און סיי אין די מנדבים — אין מחצית השקל (תרומת האדנים) האָבן זיך פרויען ניט באַטייליקט 27)), נאָר בלויז אנשים, און דוקא אַזעלכע וואָס זיינען „מבן עשרים שנה ומעלה", צוואַנציק יאָר תורה איז די פאַראיינציקונג אין אַן אופן פון „מחצית", ביידע זיינען איין זאַך — ישראל וקודשא בריך הוא כולא חדלב).

(משיחות ש"פ שקלים תשט"ו, תש"כ) הל

און עלטער. (אויך דער חיוב פון מחצית השקל צוליב קרבנות, און אַזוי אויך דער חיוב פון מחצית השקל אין אונזער צייט ליגט נאָר אויף גדולים. דעם מחצית השקל וואָס מען גיט בשביל הקטנים, איז דאָס ניט קיין נתינה פון די קטנים אַליין, נאָר שוקל על ידו — די גדולים גיבן פאַר די קטנים)ג).

אַנדערש איז עס ביי די נדבות צום משכן; אין די נדבות אַליין איז ניט געווען קיין הגבלה (אין זיי איז ניט געווען קיין באַשטימטע זאַך אָדער אַ באַשטימטער סכום פאַר יעדן וויפל ער זאָל געבן, נאָר יעדערער האָט געגעבן כפי נדבת לבו; אויך איז ניט געווען קיין הגבלה אפילו אין דעם אַלגעמיינעם סכום פון די נדבות, והראי' — מען האָט דאָך געגעבן מערער וויפל עס האָט זיך געפאָדערט פאַר דעם משכן, ווי די תורה איז מעיד אַז די נדבות זיינען געווען איבערגענוג, „והותר"), אַזוי איז אויך ניט געווען קיין באַגרענעצונג, ווער עס זאָלן זיין די מנדבים; עס האָבן געגעבן סיי גדולים און סיי קטנים און ניט בלויז אנשים נאָר אויך נשים (און אדרבה; ויבואו האנשים על הנשים, טפל צו די נשים931— וועלכע זיינען געווען די ערשטע, אויך איז דאָך „הנשים — טוו את העזים"ח), די פרויען האָבן געשפּונען דאָס וואָל אויף די ציגן, נאָך פאַר דעם אַראָפּשערן*)), און דאָס אָפּגעגעבן פאַרן משכן. האָבן דאָך די פרויען געבראַכט אויך „חי" צום משכן).

ב. דער טעם פּנימי אויף דעם וואָס אין נדבת המשכן האָבן זיך משתתף געווען אַלע אידן;

דאָס מאַכן דעם משכן איז געווען אַ כפּרה אויפן חטא העגלז), וואָס אָט דער חטא איז געווען אַ חטא כללי, וואָס האָט אָנגערירט גאַנץ כלל ישראלח), אפילו קליינע קינדער. פאַר אַלע עבירות ווערן קטנים ניט באַשטראָפט, אויסער פאַר דעם חטא פון עבודה זרה. ביי עיר הנדחת, וואָס דער חטא איז עבודה זרה, איז דער עונש אויף אַלע איינוואוינער פון שטאָט, אויך טף). און וויבאַלד אַז דער חטא העגל האָט אָנגערירט אַלע אידן, דערפאַר האָבן אויך אין זיין תיקון זיך געדאַרפט משתתף זיין אַלע אידן, אויך טףי).

ס'איז דאָך אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: דער מחצית השקל איז דאָך אויך געווען אַ כפּרה אויפן חטא העגליא), איז פאַרוואָס האָבן זיך אין מחצית השקל משתתף געווען נאָר אנשים „מבן עשרים שנה ומעלה" און אין נדבות צום משכן האָבן זיך משתתף געווען אַלע אידן?

מוז מען דאָך זאָגן, אַז אין דעם תיקון פון חטא העגל זיינען געווען צוויי חלקים ; איין חלק פון דעם תיקון האָט זיך אויפגעטאָן דורך דער עבודה פון די גדולים, און דער צווייטער חלק — דורך דער עבודה פון אַלע אידן.

ג. דער חטא פון עבודה זרה מיינט ניט דוקא כפירה ח"ו לגמרי אין דעם אויבערשטןיח), נאָר אויך דער געדאַנק אַז עס זיינען פאַראַן זעלבסטשטענדיקע כחות אויסער דעם אויבערשטן. אין אַן איידעלערן אופן, איז דער ענין פון עבודה זרה; ניט נאָר דאָס טראַכטן אַז ס'איז דאָ כחות אויסער אים, נאָר אויך אַז ס'איז דאָ עפּעס אַ מציאות אויסער אים.

דער קעגנזאַץ צו עבודה זרה — איז אחדות ה' ; דאָס דערהערן און דערפילן אַז „אין עוד מלבדו", ווי ס'שטייט א־ל עולם"; ניט א־ל העולם", וואָס וואָלט געמיינט אַז וועלט איז אַ מציאות און דער אויבערשטער איז אַ בעלהבית אויף איר, נאָר „א־ל עולם", — די גאַנצע מציאות פון וועלט איז נאָר אַ הארה, אַ כח פון אלקותיח).

אָט דער הרגש מאָנט אַרויס ביי אַ אידן די עבודה פון „וכל מעשיך יהיו (אַלע דיינע מעשים זאָלן זיין) לשם שמים"24)). וויבאַלד אַז ביי אים איז932אָפּגעלייגט אַז דער אויבערשטער איז ניט נאָר אַ בעל הבית אויף דער גאַנצער וועלט, ד.ה. אַז וועלט איז אַ מציאות פאַר זיך און ער איז בעל הבית אויף איר, נאָר די גאַנצע מציאות פון עולם אַליין איז נאָר אַ הארה און דער כח פון אלקות, במילא איז זיין הנהגה אין אַן אופן וואָס אַלע זיינע מעשים זיינען לשם שמים; ניט נאָר וואָס אַ איד וועט מוותר זיין אויף זיינע פאַרשידענע ענינים צוליב דעם ציווי ה' (אַזאַ הנהגה קען אויך זיין מצד דעם הרגש פון „א־ל העולם", אַז דער אויבערשטער איז בעל הבית אויף אים מיט אַלע זיינע זאַכן), נאָר עס זיינען ביי אים מלכתחילה ניטאָ קיין אייגענע ענינים, ס'איז אַלץ לשם שמים.

אין דעם קומט צו נאָך אַ נקודה; ווי דער אַלטער רבי איז מדגישיט) ; „אין עוד", אַז די גאַנצע וועלט איז אין ואפס ממש, און זי ווערט ניט אָנגערופן אפילו מיטן נאָמען „עוד", וואָס באַווייזט אויף טפל (כמאמר רז"ל; „יהודה ועוד לקרא")כ). און אַזאַ דערהער מאָנט אַרויס ביי אַ אידן די עבודה פון „בכל דרכיך דעהו", אַז אויך די דברי הרשות אַליין זאָלן ווערן ביי אים אַן עבודה, אַז אין זיי אַליין זאָל זיין „דעהו". ניט נאָר זיינע מעשים זאָלן זיין לשם שמים, צוליב דעם אויבערשטן (ווי אַ דבר טפל וואָס פאַר זיך איז ער גאָרניט, נאָר זיין מציאות איז אינגאַנצן צוליב דעם עיקר, אָבער על כל פּנים אַ דבר טפל איז ער), נאָר די דברי הרשות אַליין ווערן קדושהיח).

און דעריבער איז דער משכן געווען אַ כפּרה אויפן חטא העגל. ענין המשכן איז „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד"*1)), אַז דער אויבערשטער איז שורה אין יעדער אידן דורך דעם וואָס ער מאַכט אַ מקדש פון זיינע דברי הרשות. און דערפאַר איז עשיית המשכן אַ כפּרה אויפן חטא עבודה זרה, ווייל אין אים דריקט זיך אויס די אמיתית היחוד און תכלית השלילה וההיפך פון עבודה זרה.

ד. בכדי צוקומען צו דער עבודה פון „בכל דרכיך דעהו" דאַרף מען פריער אָנהויבן מיט דער עבודה פון „וכל מעשיך יהיו לשם שמים", מן הקל אל הכבד, און פון דעם קען מען שפּעטער צוקומען צו אמיתית היחוד — „בכל דרכיך דעהו", און דורך דעם ווערט אויפגעטאָן דער „ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד".

פּונקט ווי אין דער עבודה הפּרטית פון יעדער אידן דאַרף זיין אַ סדר אין עניני המשכן (די עבודה פון „וכל מעשיך יהיו לשם שמים" פאַר „בכל דרכיך דעהו"), אַזוי איז עס אויך אין משכן הכללי; די אדנים זיינען געווען אַ יסוד און אַ התחלה אין דעם בנין פון משכן.

און ווייל די אדנים זיינען נאָר אַ יסוד און אַ התחלה בבנין המשכן (אין עבודת האדם, די בחינה פון קבלת עול פון מודה אני, נאָך פאַר'ן דאַוונען933(עבודה) און פון דעם קומט מען צו התחלת העבודה) דריקט זיך אין זיי נאָך ניט אויס די אמיתית עומק ההבנה פון אחדות ה', און במילא זיינען זיי נאָך ניט קיין תיקון שלם אויפן חטא העגל, וויבאַלד אַז דערמיט איז מען נאָך ניט שולל אינגאַנצן דעם עוד און טפל צו אלקות.

קודם פון די ביידע עבודות הנ"ל (לשם שמים, בכל דרכיך דעהו) — איז דאָ נאָך אַ פריערדיגע עבודה: צוגרייטן זיך, אַלע זיינע כחות צו עבודת השם אין די ביידע אופנים הנ"ל ביז צום עיקר ושלימות התיקון, עס זאָל ווערן — ושכנתי (דער עצם דלמעלה, כביכול) בתוכם (אין תוכיות — עצם — דלמטה). דערפאַר דאַרף די צוגרייטונגא קומען מצד עצם (הנשמה) דלמטה, וואָס אין דעם זיינען אַלע גלייך,

פּק

א. ווי אַלע ענינים פון תורה, איז אויך די פאַנאַנדערטיילונג פון די סדרות ניט בדרך מקרה ח"ו נאָר בדיוק ובכוונה, דאָס הייסט, אַז יעדער סדרה האָט איר באַזונדערע נקודה (ניט אַז צוליב דער גרויסער כמות האָט מען געמוזט איינטיילן די תורה אין סדרות. אויך דער נאָמען פון יעדער סדרה איז ניט דערפאַר וואָס די סדרה הויבט זיך אָן מיט דעם וואָרט, נאָר פאַרקערט — אין דעם נאָמען איז מרומז דער אינהאַלט פון נקודת הפּרשה און דערפאַר איז ראש ותחלת הסדרה דער וואָרט).

דאָס איז וואָס ס'שטייט אין זהרא) אַז עס זיינען פאַראַן ג"ן (53) סדרים דאורייתא. איז דאָך מובן אַז די ג"ן

1) ח"א קד, ב. ת"ז תי"ג (כט, רע"ב). 2) געטאָן ווערן אין אַלע כחות. ד. ה. דורך אַזאַ וואָס האָט אַלע כחות בגלוי און דערפאַר קען ער מיט זיי „אַרבעטן" און זיי צוגרייטן.

דערפאַר אויך איז די התחלה ראשונה פון אויפשטעלן דעם משכן „ויתן את אדניו"28)) — זיינען די אדנים געמאַכט געוואָרןא נאָר פון דער תרומה פון מבן עשרים שנה ומעלהכ), וואָס האָבן אַלע כחות בגלוי אוןב אַלע תרומות פאַר די אדנים זיינען גלייך. נאָך דער הכנה והתחלה וואָס איז געמאַכט געוואָרן פון ששים רבוא (גדולים) מישראלכא) וואָס זיי זיינען כולל כל ישראלכב) — קענען אַלע, אויך אינגערע מבן עשרים און נשים, בריינגען תרומתם און אין דעם איז — כפי נדבת לבו28)).

(משיחת ש"פ שמיני תשכ"ב) ו — י

סדרות פון תורה איז אַ מספּר מדוייק יעדן יאָר, אויך אין די יאָרן אין וועלכע געוויסע סדרות ווערן געלייענט צוזאַמען. וואָרום די חלוקת הסדרות איז מצד זייערע באַזונדערע ענינים, וואָס יעדער סדרה האָט איר באַזונדער נקודה, נאָר — אַמאָל לייענט מען

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-fdfr43ex

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources