עברית
Library

Likkutei Sichos

Pesach

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

957חג הפּסח

א.הא לחמא עניא . . לשנה הבאה בני חורין:

די ערשטע פּיסקא וואָס מען זאָגט אין דער הגדה איז „הא לחמא עניא". די פּיסקא זאָגט מען ניט באַלד אין אָנהויב פון פּראַווען דעם סדר, פאַר קידוש, אָדער גלייך נאָך דעם, נאָר מ'זאָגט עס אין אָנפאַנג פון דער הגדהא), וואָס איר ענין איז סיפּור ביציאת מצריםב), און דעריבער; א) שטייט עס באַלד נאָכן סימן „מגיד", ב) ביי דער פּיסקא הויבט מען אויף די קערה), אָדער, כמנהגנו, מען דעקט אָפּ מקצת המצות, ווייל די הגדה וסיפּור ביציאת מצרים דאַרף זיין „על המצות"

דערפון איז קלאָר, אַז דאָס וואָס מען זאָגט די פּיסקא אין אָנהויב פון אָפּריכטן דעם סדר, איז דאָס ניט נאָר מצד דעם וואָס איר תוכן איז צו איינלאַדן צום סדר־טיש די אַלע וואָס האָבן ניט די צרכי הסעודה והפּסח („כל דכפין כו' דצריך — ייתי כו'"), ובמילא דאַרף מען עס טאָן וואָס פריער — וואָרום אויב אַזוי האָט מען עס געדאַרפט זאָגן נאָך פריער, באַלד קומענדיק אַהיים, אָדער נאָך פריער, איידער מען גייט אַוועק פון שול, וואו עס געפינען זיך אַ סך מענטשן וואָס קענען הערן די איינלאַדונג — נאָר בעיקר ווייל דאָס איז די התחלה פון סיפּור ביציאת מצריםח), וואָס דערפאַר קען עס ניט קומען פאַר דעם סימן פון „מגיד".

דאַרף מען פאַרשטיין; פאַרוואָס האָט מען די פּיסקא „הא לחמא עניא" אַריינגעשטעלט אין סדר פון „מגיד" — און נאָך מער; דערפון וואָס די פּיסקא איז דער אָנהויב פון דער הגדה, איז משמע אַז אין „הא לחמא עניא" איז אָנגעדייטעט דער כללות הסיפּור — וויבאַלד אַז לויט דעם אָנגענומענעם נוסחח) איז, לכאורה, ווערט דאָ גאָרניט דערציילט וועגן יציאת מצרים?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין, וואָס דער תוכן פון דער פּיסקא באַשטייט פון דריי באַזונדערע פּרטים, וואָס האָבן ניט, לכאורה, קיין פאַרבונד צווישן זיך; א) ער איז מודיע אַז אָט די מצה וואָס געפינט זיך ביים טיש איז עס די „לחמא עניא" וואָס אונזערע אבות האָבן געגעסן אין ארץ מצרים; ב) ער לאַדט איין אַלע הונגעריקע און נצרכים זאָלן קומען פּראַווען דעם סדר; ג) אַ בקשה ובטחון אַז כאָטש „השתא הכא" און „השתא עבדין" (דעם יאָר זיינען מיר דאָ, אין958גלות, און מיר זיינען עבדים) איז „לשנה הבאה" וועלן מיר זיין „בארעא דישראל" און „בני חורין".

ב. פאַראַן מפרשים וואָס זיינען מבאר דעם פאַרבונד פון די ערשטע צוויי פּרטים; די גמראז זאָגט אַז דער וואָס דינגט אידישע פּועלים, דאַרף ער זיי שפּייזן אין דער צייט פון זייער אַרבעט. וויבאַלד אָבער אַז אידן זיינען בני אברהם יצחק ויעקב, זיי זיינען „בני מלכים"ח), אָדער ווי דער לשון אַז אידן זיינען „מלכים")) — איז אויב אַפילו ער זאָל זיי געבן „כסעודת שלמה בשעתו", וועצ ער נאָך אַלץ פאַר זיי ניט יוצא זיין. דעריבער איז די איינציקע עצה, אַז ער זאָל מיט זיי פריער אויסריידן, וואָס ער וועט זיי געבן עסן פּת מיט קטנית וכו'. דאָס זעלבע איז אויך באַ דער איינלאַדונג ליל פּסח; וויבאַלד אַז ער גייט איינלאַדן אידן — „כל דכפין ייתי וייכול כל דצריך ייתי ויפסח" — איז וויסנדיק אַז די וואָס וועלן צו אים קומען עסן, זיינען „בני מלכים" אָדער „מלכים", און אפילו אַז ער וועט זיי געבן כסעודת שלמה בשעתו, וועט עס אַלץ ניט זיין גענוג — דעריבער איז ער מקדים און באַוואָרנט זיך; „הא לחמא עניא", און אויף דעם לחם איז ער זיי מזמין, און מער פון דעם איז ער זיך ניט מתחייב צו געבן.

אָבער לויט דעם ביאור וואָלט דאָך געווען גענוג ער זאָל זאָגן די ווערטער „הא לחמא עניא". צוליב וואָס איז מען מוסיף; „די אכלו אבהתנא בארעא דמצרים"?

בנוגע דעם פאַרבונד פון צווייטן ענין מיטן דריטן ענין — „כל דכפין כו'" מים „השתא הכא כו'" — ווילן מפרשים מסביר זיין מיטן מאמר רז"לי) „גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה", אַז אין זכות פון מזמין זיין עניים און געבן זיי די מעגלעכקייט צו פּראַווען דעם סדר, „וייכול", „ויפסח", וועט דורך דעם קומען די גאולה, אַז „לשנה הבאה בארעא דישראל" און „בני חורין".

ס'איז אָבער נאָך אַלץ ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס זיינען די צוויי פּרטים: „בארעא דישראל" און „בני חורין"; און פאַרוואָס טיילט מען עס פאַנאַנדער אין צוויי פאַלן: „השתא הכא לשנה הבאה בארעא דישראל", „השתא עבדין לשנה הבאה בני חורין"? עס וואָלט דאָך געווען גענוג ווען עס וואָלט געשטאַנען אין איין פאַל, השתא הכא ועבדין לשנה הבאה בארעא דישראל ובני חורין.

ג. ס'איז ידוע דער מאמר רז"ל אויפן פּסוק „מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפּאיו לישראל"; „מה שהוא עושה הוא אומר לישראל לעשות"יא) און אויך מה שהוא מצוה לישראל הוא עושה. דאָס וואָס דער אויבערשטער הייסט די אידן טאָן, אוא ער959אַליין. איז דאָך דערפון מובן, אַז בליל הפּסח זאָגט דער אויבערשטער די פּיסקא „הא לחמא עניא". אויך ביי דעם אויבערשטן איז שייך, כביכול, דער ענין פון גלות און גאולה; ווען אידן זיינען אין גלות איז כביכול אויך די שכינה אין גלות, ווי עס שאייטיב): „בכל צרתם לו צר", שכינתא בגלותא, און דורך דעם וואָס אידן וועלן נגאל ווערן וועט אויך די שכינה נגאל ווערן פון גלות, וואָס דערפאַר זאָגט דער אויבערשטער; „כי קרובה ישועתי (מיין ישועה) לבוא"יג).

דער ענין פון גלות איז, אַז דער וואָס געפינט זיך אין גלות איז בתכלית המיצר וההעלם, אויך ווען זיין מציאות איז גאַנץ, פּונקט ווי בשעת ער איז אויף דער פריי. און דאָס מיינט דער גלות שלמעלה: הגם אַז אויך בזמן הגלות איז דאָך אין יעדער נברא פאַראַן דער חיות אלקי וואָס באַשאַפט און באַלעבט אים שטענדיק בכל רגע ורגע, זעט זיך אָבער דער חיות אלקי לגמרי ניט אָן, ער שאייט במיצר והעלם. און ווי אַזוי ווערט דער גלות שלמעלה — צוליב דעם גלות פון אידן.

און דאָס איז ער מבאר אין דעם ערשטן צייל פון דער פּיסקא „הא לחמא עניא", מצד דעם עניות בדעת וואָס איז דאָ ביי אידן („אין עני אלא בדעה")יד), ווערט „די אכלו אבהתנא", עס ווערט אויפגעגעסן כביכול די בחינה פון „אבהתנא", דאָס מיינט, עס ווערט נתעלם די מוחין שלמעלה (מוחין ווערן אָנגערופן מיטן נאָמען אבות, ווייל זיי זיינען דער מקור פון מדות)טז), וואָס דערפאַר איז אויך למצה ניטאָ קיין ידיעה אין אלקות; אַזוי ווי ס'איז געווען „בארעא דמצרים" (וואָס גלות מצרים איז אַ שורש צו אַלע גליות, און אַלע גליות ווערן אָנגערופן על שם מצרים)י), אַז פּרעה, דער מלך פון מצרים, האָט געזאָגט „לא ידעתי את ה'"יז), ער וויל ניט וויסן פון דער גאַנצער מציאות פון ג־טלעכקייט, און דער גאַנצער אַרום האָט מסכים געווען מיט אים.

די גאולה שלמעלה קומט דאָך דורך דער גאולה פון אידן. אויף דעם זאָגט ער ווייטער אין צווייטן טייל, די בקשה און הבטחה וואָס דער אויבערשטער זאָגט צו יעדער אידן; „כל דכפין ייתי וייכול". ניט קוקנדיק אויפן חושך הגלות איז דער אויבערשטער מבטיח, אַז יעדער איד וואָס איז נאָר הונגעריק נאָך ג־טלעכקייט, וועט אים דער אויבערשטער זעציקן זיין הונגער.

דאָס איז דאָך אָבער ניט מער ווי „די מחסורו"יח), מען גיט אים נאָר וואָס אים פעלט, ער זאָל ניט זיין הונגעריק. עס איז אָבער נאָך ניט קיין עשירות. בשעת אָבער אידן באַקומען „די מחסורם", ווערט שוין ביי960זיי אַ העכערע השגה און עס פאָדערט זיך ביי זיי אויך עשירות. און אויף דעם זאָגט ער ווייטער, „כל דצריך"ב ווער נאָר עס דאַרף און פאָדערט עשירות, וועט מען אים אויך דאָס געבן — „ייתי ויפסח", וואָס „פּסח נאכל על השובע"יט), עס איז ניט קיין ענין פון זעטיקן דעם הונגער, ווייל ער איז שוין זאַט אויך פריער דאָס איז אַן ענין פון עשירות — דרך חשיבות וגדולה — העכער ווי „די מחסורו".

דערנאָך, אין דעם דריטן טייל פון פּיסקא, איז ער מבאר די תוצאה און דעם תכלית פון „וייכול" און „ויפסח") די עשירות בדעת וואָס אידן וועלן באַקומען, וועט ביי זיי פּועל'ן אַז כאָטש „השתא הכא" איז „לשנה הבאה (וואָס „לשנה הבאה" מיינט ניט דוקא אַז מען דאַרף וואַרטן ביז איבער אַ יאָר, דאָס קען זיך אָפּטאָן באַלד, ובמילא וועט פּסח הבא, איבער אַ יאָר, „לשנה הבאה", שוין זיין אַזוי) בארעא דישראל"; „ארץ" איז פון לשון רצון וכמאמר רז"לכ) „למה נקרא שמה ארץ שרצתה לעשות רצון קונה", און „ישראל" איז ר"ת „יש ששים רבוא אותיות לתורה"כא) — „ארץ ישראל" מיינט דער רצון אין תורה. אַז מצד דעם עשירות בדעת, וואָס דאָס ברענגט אויך עשירות בגשמיות (וואָרום אַלע ענינים שבגשמיות נעמען זיך פון זייער ענין אין רוחניות), וועט דער רצון פון יעדער אידן זיין אין תורה.

ווייל „בנות ישראל נאות הן אלא שהעניות מנוולתן"כב). יעדער איד מצד זיין אמת'ן רצון איז דאָך שיין און גוטיח), נאָר די עניות פאַרשטעלט אויף דעם רצון. בשעת אָבער עס וועט אַראָפּגענומען ווערן די עניות בגשמיותכד) און די עניות בדעת, וועט דער אידישער יופי אַרויסקומען אויך בגילוי; „כולך יפה רעיתי ומום אין בך"כ) — ס'איז ניטאָ קיין מום אין אידן, עס וועט ביי זיי ניט פעלן אין קיין איינער פון די רמ"ח מצות עשה שכנגד רמ"ח אבריםכ) און אין קיין איינער פון די שס"ה לא תעשה שכנגד שס"ה גידים87)).

און דער „בארעא דישראל" וועט ברענגען אַז „לשנה הבאה בני חורין" בשעת דער רצון פון יעדער אידן וועט זיין אין תורה ומצותי', וועט מען ווערן „בני חורין", באַפרייט ווערן פון גלות דורך משיח צדקנו, (וואָס וועט קומען צום „דור שכולו זכאי")כח), און דאַמאָלס וועט זיך אָנהייבן די גאולה, כפּסק דין הרמב"ם אין דעם סדר בזה; עס וועט אויפשטיין אַ מלך פון בית דוד, וואָס לערנט תורה און איז עוסק אין מצוות כו' און בויען דעם מקדש (און דאַן) צונויפזאַמלען961די פאַרוואָגלטע אידן)) — מען וועט גיין אין „ארעא דישראל" אויך בגשמיות, בגאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש.

ד. על פּי זה וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס די פּיסקא האָט מען אַריינגעשטעלט אַלס אָנהויב פון סיפּור יציאת מצרים, ווייל די פּיסקא אנטהאַלט דעם כללות הסיפּור פון יציאת מצרים;

ווי דערמאָנט פריער, איז מצרים אַ שורש צו אַלע גליות און יציאת מצרים איז אַ שורש צו אַלע גאולות, ביז צו דער גאולה העתידה, וואָס זי וועט זיין (בכמה פּרטים) ענלעך צו יציאת מצרים כמו שכתוב*0)) „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות". תכלית הסיפור פון יציאת מצרים איז צו מעורר זיין ביי אידן די אמונה בכלל (בשעה שיש מצה לפניך — מיכלא דמהימנותא) און די אמונה אין ביאת המשיח ביחוד, וואָס די אמונה וועט ברענגען די גאולה בפועל, אַזוי ווי ס'איז געווען ביציאת מצרים, אַז „בזכות האמונה נגאלו אבותינו ממצרים"*1)).

איז בשעת מען באַטראַכט זיך אין דעם מצב אין וועלכן מען געפינט זיך, ווי דער חושך הגלות ווערט גרעסער פון טאָג צו טאָג, און ווי די גמראח זאָגט „אין יום כו'", קען מען דאָך ווערן פאַרצווייפלט ח"ו — אצזיף דעם איז מען מודיע באַלד בתחילת אמירת ההגדה, אַז ניט קוקנדיק אויפן גודל החושך, בעט זיך כביכול דער אויבערשטער ביי יעדער אידן, עס זאָל ביים אידן זיין דער „דכפין" און דער „דצריך", ער זאָל נאָר פאַרלאַנגען פון דעם אויבערשטן, און ער זאָגט אים צו, אַז ער וועט אים געבן ניט נאָר דעם „וייכול" נאָר אויך דעם „ויפסח", און דורך דעם וועט מען צוקומען צו „ארעא דישראל" און מען וועט ווערן „בני חורין" — בקרוב ממש.

(סשיחת ליל ב' דחג הפסח תש"כ)

ה.חכם מה הוא אומר . . אין מפטירין אחר הפּסח אפיקומן:

אין דער שאלה וואָס דער חכם פרעגט און אין דער תשובה וואָס מען ענטפערט אים, פרעגן מפרשי ההגדה? פאַרוואָס האָט מען אויסגעקליבן פון אַלע הלכות פּסח דוקא די הלכה „אין מפטירין אחר הפּסח אפיקומן"? דער חכם פרעגט דאָך און וויל וויסן בנוגע אַלע הלכות וואָס זיינען נוגע צו פּסח — עדות חוקים און משפּטים, האָט מען דאָך אים געדאַרפט ענטפערן און ערקלערן כמה וכמה דינים און לויט'ן סדר הלילה, און ניט איין דין און . . . דוקא דעם לעצטן — אַז מען האַלט שוין נאָכ'ן פּסח, דעם דין פון אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן.

אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס איז בבלל די שאלה פון דעם חכם. אויב ער איז אַזאַ וואָס תורה רופט אים אָן מיטן נאָמען חכם, ווייסט ער דאָך אַליין די דינים, און וויבאַלד אַז ער ווייסט דיני התורה, איז וואָס איז דער מיין פון זיין שאלה „מה העדות וגו'"?

962דער סדר פון ליל הפּסח איז בדרך שאלה ותשובה88)). דערפאַר איז דער דין*2)) אַז דער וואָס האָט ניט קיין בן דאַרף אים זיין פרוי פרעגן און אויב ער האָט ניט קיין פרוי דאַרף ער זיך אַליין פרעגן מה נשתנה כו'. במילא קען מען ערקלערן די שאלת החכם, אַז כאָטש ער איז אַ חכם און יודע את התורה, פונדעסטוועגן דאַרף ער פרעגן, ווייל אַזוי איז דער סדר פון ליל הפּסח.

דאָך איז מובן, אַז וויבאַלד די תורה שטעלט אויס די כללות השאלות והתשובות אין פיר סוגים פון ארבעה בנים, און דער העכסטער סוג פון זיי איז חכם, איז אין זיין שאלה „מה העדות גו'" מרומז דער העכסטער סאָרט שאלות — ובפרט לפי המבואר בכתבי האריז"ללו), אַז די ארבעה בנים זיינען כנגד די ארבעה עולמות; אצילות, בריאה, יצירה און עשי'י) און חכם איז כנגד אצילות, איז דאָך אַ ודאי, אַז אין שאלת החכם איז מרומז דער העכסטער סאָרט שאלה וואָס עס קען נאָר זיין — און די תשובה אויף דער שאלת החכם פאַרענטפערט די שאלות. איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק; א) וואָס איז די ספּעציעלע חכמה און די טיפקייט פון דער שאלה „מה העדות גו' אשר צוה הוי' אלקינו אתכם"? דאָס קען דאָך פרעגן אויך אַזאַ וואָס האָט גאָר ווייניק געלערנט און האָט אַ גאָר קליינע ידיעה אין מצוות התורה. ב) וואָס איז די טיפקייט אין דער תשובה „אין מפטירין אחר הפּסח אפיקומן"? ג) ס'איז דאָך אַ בפירוש'ע משנהלז), און בן עשר — איז שוין למשנה88)). יעדער איינער וואָס האָט נאָר געלערנט משניות ווייסט דעם דין פון „אין מפטירין כו'".

ו. ווי געזאָגט פריער איז חכם כנגד אצילות. אין עולם האצילות איז ביטול במציאות, וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון חכמה, כח מ"ה, דער כח פון ביטול וואָס לייכט אין אצילות. און דער וואָס האַלט ביי ביטול במציאות הייסט חכם.

מצד ביטול במציאות, אַז מען איז ניט קיין מציאות פאַר זיך נאָר אינגאַנצן בטל און איבערגעגעבן צום אויבערשטן, איז דער קיום פון אַלע מצוות אויפן זעלבן אופן. בשעת מען פילט די אייגענע מציאות, דאַן זיינען פאַראַן חילוקים אין מצוות; די מצוות וועלכע מען ווייסט זייער טעם און מען פאַרשטייט זיי, האָט מען אין זיי מער געשמאַק ווי אין די מצוות וועלכע מען איז מקיים מיט קבלת עול, ווייל „חוקה חקקתי גזירה גזרתי"לח). ובמילא האָט דעמאָלט אַן אָרט צו פאַנאַדערטיילן די מצוות אין דריי סוגים; חוקים, עדות און משפּטים. חוקים האָבן גאָר ניט קיין אָרט אין שכל, עדות האָבן אַן אָרט אין שכל (אַליין וואָלט מען טאַקע ניט פאַרשטאַנען אַז מען דאַרף זיי טאָן אָבער963נאָך דעם ווי תורה האָט אונז אָנגעזאָגט אויף די עדות, האָבן זיי אַן אָרט אין שכל), און משפּטים זיינען אַזעלכע מצוות וואָס שכל אַליין איז זיי מחייב, כמאמר רז"למ) ; „אילמלא לא ניתנה תורה (ח"ו) היינו למידין צניעות מחתול וגזל מנמלה". אָבער מצד דעם ביטול במציאות פון חכמה — אצילות — איז ניטאָ קיין אונטערשייד צי מען פאַרשטייט יאָ אָדער מ'פאַרשטייט ניט, אַלע מצוות איז מען מקיים מצד דעם וואָס דער אויבערשטער האָט זיי געהייסן; און אויך האָט מען דאַן אַ געשמאַק אין אַלע מצוות, אַפילו אין די מצוות וועלכע האָבן גאָר ניט קיין אָרט אין שכל, האָט מען אין זיי דעם גרעסטן געשמאַק, וויסנדיק אַז דאָס איז דער רצון העליון. וכמאמר הידוע; „אילו נצטוה לחטוב עצים"א), ווען מיר וואָלטן אָנגעזאָגט געוואָרן פון אויבערשטן צו האַקן האָלץ וואָלטן מיר דאָס געטאָן מיטן זעלבן חיות ווי ביים מקיים זיין די מצוה פון הנחת תפלין וכיו"ב.

און דאָס טענה'ט דער חכם „מה העדות והחוקים והמשפּטים אשר צוה הוי' אלקינו אתכם". פאַרוואָס טיילט מען פאַנאַנדער די מצוות אין באַזונדערע סוגים? מצד דעם ביטול במציאות פון חכמה דאַרפן ניט זיין קיין שום חילוקים; אין אַלע מצוות איז פאַראַן בלויז איין נקודה — קיום רצון העליון.

נאָך מערער; די שאלת החכם איז ניט נאָר אויף עדות און משפּטים פאַרוואָס זיי זיינען אויסגעטיילט פון חוקים, נאָר די שאלה איז אויך אויף חוקים אַליין: מצד דעם ביטול במציאות פון אצילות איז ניט שייך דער גאַנצער ענין פון חוקים. דער טייטש פון חוקים איז כמאמר רז"ל8 „חוקה חקקתי גזירה גזרתי ואין לך רשות להרהר אחרי'". דאָס קען מען זאָגן נא*) ביי אַזאַ וואָס פילט עפּעס אַ מציאות אויסער דעם אדון, דאַרף מען אים אָנזאָגן, אַז „אין לך רשות להרהר אחרי'", ער זאָל עס טאָן מיט קבלת עול; בשעת אָבער ער איז אינגאַנצן בטל בתכלית, אַז אויסער דעם מציאות האדון איז גאָר ניטאָ — איז פּונקט ווי ס'איז ניט שייך צו אָנזאָגן דעם אדון אַליין ער זאָל ניט מהרהר זיין אחרי פּקודתו, אַזוי איז דאָס ניט שייך צו אָנזאָגן דעם עבד וואָס שטייט בתכלית הביטול און ער איז נאָר — אדון. אַזאַ עבד איז מקיים די פּקודת האדון ניט אין אַן אופן פון חוקה, בדרך קבלת עול, נאָר זיין קיום קומט בדרך ממילא, מצד דעם וואָס ער איז בטל און מיוחד בתכלית מיטן אדון.

און דאָס איז דער פּירוש „חכם מה הוא אומר כו'"; די נשמה פון יעדן אידן במהותה העצמי איז טהורה היא בחינת אצילות*2)), נאָר זי האָט אַראָפּגענידערט למטה דורך די עולמות בריאה יצירה עשי', ביז זי האָט זיך אָנגעטאָן אין אַ גוף. פרעגט די טהורה היא פון דער נשמה; „מה העדות והחוקים והמשפּטים אשר צוה הוי' אלקינו אתכם" — צוליב וואָס דאַרף דער קיום המצוות זיין אין אַן אופן פון התחלקות „העדות והחוקים והמשפּטים — אשר צוה הוי' אלקינו אתכם", די התחלקות וואָס איז פאַראַן ביי אייך, נבראים פון עולמות בריאה964יצירה עשי' מצד אונז, מצד דעם שורש הנשמה, איז דער קיום המצוות אין אַ סך אַ העכערן אופן, אַלע ענינים זיינען אין אַן אופן פון מ"ה — ביטול במציאות.

(נאָך טיפער; דאָס וואָרט מ"ה גייט אויך אַריין אין שאלת החכם. די שאיפה פון אצילות איז אויף צוקומען צו העכער פון אצילות, און דאָרטן איז דער ענין פון „מה", ביטול במציאות, אויך ניט שייך. וואָרום דער תואר „ביטול במציאות" ווייזט אַז ס'איז דאָ אַ מציאות וועלכע איז בטל, און העכער פון אצילות — וואוהין דעם חכם שטרעבט צו צוקומען — איז דער ענין פון „מה" אויך ניט שייך. דערפאַר פרעגט דער חכם זיין שאלה אויך אויף דער מדריגה פון „מה", ער וויל זיך אַרויסהויבן אויך פון דער מדריגה).

ז. אויף דעם קומט דער ענטפער; „ואף אתה אמור לו כהלכות הפּסח".

פּסח איז דער טייטש „דילוג", איבערשפּרינגען — ניט מיט אַ סדר והדרגה. אַזוי איז דאָך געווען דער גילוי אלקות אין דער נאַכט פון פּסח; „נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא", עס האָט זיך אַנטפּלעקט דער אויבערשטער „בכבודו ובעצמו"מח), וואָס ער איז העכער פון אַלע פיר עולמות (וואָס דאָס איז דאָך אויך מרומז אין די פיר לשונות: „ולא מלאך", „ולא שרף", „ולא שליח", „ולא אחר", — אַנטקעגן די ד' עולמות)מד) ; און וואו איז אַראָפּגעקומען דער גילוי — אין „מצרים ערות הארץ"ח), ארץ „מלאה גילולים"ח) (וואָס דאָס איז שלא בערך נידעריקער ניט נאָר פון אצילות, מקום החכם, נאָר אפילו פון עשי', מקום הרשע, ווייל מען רעדט דאָך וועגן אַ אידישן רשע, וואָס אַ איד, אפילו אַ רשע גמור איז ביי אים אויך פאַראַן די נשמה בבחינת מקיףז), און אויך זיין גוף איז פון קליפּת נוגה. מה שאין כן מצרים, איז שלש קליפות הטמאות לגמרי, און וועלכע טומאה — מלאה גילולים — טומאת עבודה זרה, (ששקולה כנגד כל התורה)מח). איז דאָך מובן אַז המשכת העצמות אין ארץ מלאה גילולים איז עס אין אַן אופן פון „דילוג", אינגאַנצן ניט אין סדר והדרגה.

קען מען דאָך מיינען, וויבאַלד ס'איז אַן ענין פון „דילוג", דאַרף אין דעם קיין סדר ניט זיין, וואָרום סדר והדרגה איז דאָך דער היפּך פון דילוג, אויף דעם איז דער ענטפער; „כהלכות הפּסח". אויך אין קרבן פּסח דורך וועלכן מען האָט ממשיך געווען דעם „ופסח הוי'", דעם דילוג למעלה מהדרגה, אויך אין דעם זיינען געווען הלכות פּרטיות ובסדר והדרגה דוקא („אל תיקרי הליכות אלא הלכות")), ד. ה. אַז הלכות זיינען הליכות מלמעלה למטה און מלמטה למעלה, כמה וכמה דרגות); נעמען דעם קרבן פּסח דעם צענטן טאָג אין ניסן, אים שחט'ן,

965מקריב זיין און עסן, מיט זייערע אַלע

פּרטי דינים בסדר מסודר. ווייל דער

רצון העליון איז אַז אויך די ענינים

פון למעלה מהגבלה זאָלן אַראָפּקומען

אין מדידה והגבלה דוקא.

און דאָס איז דער ענטפער אויף

דער שאלת החכם: מען דאַרף האָבן

די התחלקות פון עדות חוקים און משפּטים, הגם די עבודה דאַרף זיין מצד עצם הנשמה וואָס איז העכער פון יעדער התחלקות — ווייל די כוונה העליונה איז, אַז אויך די עבודה פון עצם הנשמה ווי זי איז מיוחד מיט עצמות, וואָס איז העכער פון התחלקות, דאַרף אַראָפּגעטראָגן ווערן אין דער התחלקות פון אַן עבודה מסודרת אין עדות חוקים און משפּטים.

ח. און דער הסבר אויף דעם איז — „אין מפטירין אחר הפּסח אפיקומן", אַז דעם קרבן פּסח דאַרף מען עסן בסוף כל הסעודה על השובע, כדי די אכילה זאָל זיין מיט הנאה און חשיבות80)); און נאָך דער אכילת הפּסח, טאָר מען ניט עסן קיין שום שפּייז, בכדי עס זאָל ביי אים ניט נתבטל ווערן דער טעם הפּסח.

זעט מען אין דעם צוויי הפכים; אכילת הפּסח דאַרף זיין ניט צו זעטיקן דעם הונגער („די מחסורו"), און פונדעסטוועגן דאַרף זיין אין דעם אַ טעם און הנאה, דאָס הייסט, אַז די הנאה פון אכילת הפּסח איז ניט פון דעם וואָס עס ווערט דערפילט זיין חסרון, נאָר פון אַ העכערן ענין

— „עשירות": העכער פון די זאַכן

וואָס זיין מציאות פאָדערט, העכער

פון זיינע כחות — און דאָך האָט

ער אין דעם אַ הנאה. זיין הנאה און

געשמאַק איז אין אַ זאַך וואָס איז

לגמרי העכער פון זיין מציאות.

דאָס מיינט, אַז אויך דעם פאַרבונד פון עצם הנשמה מיט עצמות ווי דאָס איז העכער פון כחות פּרטיים, דאַרף מען אַראָפּטראָגן און ממשיך זיין אין כחות פּנימיים, אָנהויבנדיק מיטן כח השכל, וואָס דעריבער פאָדערט זיך אַז קיום המצוות זאָל זיין ניט נאָר אין אַן אופן פון עדות און חוקים נאָר אויך אין אַן אופן פון משפּטים — ער זאָל עס אַראָפּטראָגן אין זיין שכל, און האָבן אין דעם אַ טעם און געשמאַק.

און דעריבער איז איינע פון די הויפּט־עבודות פון קרבן פּסח — אכילתלא) הפּסח, אַרייננעמען דעם פּסח ודילוג אין אַ פּנימיות, עס זאָל ווערן דם ובשר כבשרו, און האָבן אין דעם אַ טעם, און נאָכדעם ניט עסן קיין אַנדער מזון כדי שלא יתבטל טעם הפּסח בפיו, — אַז פּסח וואָס איז העכער פון השגת השכל — (און אַזוי אויך איצטער, ווען אַנשטאָט דעם פּסח עסט מען מצה, מיכלא דמהימנותא87)), אמונה שלמעלה מהשכל), דאַרף זיין מיט אַ טעם און געשמאַק.

(משיחת ליל ב' דחג הפסח תשכ"א)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-p97zchcg

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources