Likkutei Sichos
Purim
916ד. על פּי זה וועט מען אויך פאַר־בזכות המסירת נפש שלמעלה מן שטיין וואָס די מצוה פון פּורים, וואָס השכל, דעריבער דאַרף אויך זיין די איז מער פון אַלע אַנדערע עניני פּורים עבודה — „עד דלא ידע". אמונה פאַרבונדן מיט דעם גאַנצן טאָג פון פּשוטה און מסירת נפש שלמעלה פּוריםטז), מיט „ימי" — איז המוקדם מטעם ודעת, און פון דעם נעמט מען בכתוב, וואָס שטייט גלייך — „משתה"; מיט אמונה פּשוטה אויפן גאַנצן יאָר, „חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא אַז אויך די ענינים פון השגה זאָלן זיין ידע בין ארור המן לברוך מרדכי"יח), געבויט אויפן יסוד פון אמונה; כמ"שי) אַז די עבודה פון „סור מרע" („ארור „טוב טעם ודעת למדני כי במצותיך המן") „ועשה טוב" („ברוך מרדכי") האמנתי": אויך דער „טוב טעם ודעת" זאָל זיין אין אַן אופן פון „עד דלא קומט צוליב דער אמונה, און איז ידע", העכער פאַר טעם ודעת. דער געבויט אויף איר.
פּורים
א. אַז די מגילה דערציילט די תוצ־עטלעכע קורצע ווערטער: „ליהודים אות מיטן סך־הכל פון דעם נס וואָס איז היותה אורה ושמחה וששון ויקר"
געווען פּורים, זאָגט עס די מגילה אין
זו תורה, שמתה זה יום־טוב, ששון זו מא ר ר ען ך ארה אנן אות איבם . הוי ענין „המשתה" חיוב הנמשך על כל ווייזן אויף דעם פאַרבונד פון אידן רגע של „ימי", אלא שבכל רגע מקיים זה מיטן אויבערשטן, און המן הרשע האָט ע"י שקיים (או שיקיים) לבסומי בסעודת גוזר געווען אַז אידן זאָלן ניט מקיים פורים — וע"ד דבלקיחת ד' מינים פעם זיין אָט די פיר זאַכן, ווייל ער האָט חת קם מב הלקחשישנתקב ניט געוואלט אָן ניט געקענט ליידן ולא רק למצותו (עיין צפנת פענח להגאון וואָס די אידן צייכענען זיך אויס פון הרגצובי קונ' השלמה ע'ו. וע"ד חיוב אַלע פעלקער, דורך זייער פאַרבונד ת"ת שישנו בכל רגע דהיום, אלא שלימודו מיטן אויבערשטן. ווען ס'איז געשען סרק א' שחרית כו' נמשך גם על רגע זה. דער נס פון פּורים און מען איז פּטור אמר ב ממרא אא ממא ם אר דם ה ארה ר ר. אפילו החיוב דמתנות לאביונים שכתב —
הרמב"ם (הל' מנילה פ"ב הל' יז) שמצוה מיחייב אבל במאור קטן על הרי"ף, שער להרבות בהם, י"ל דאנו מחוייב בזה כל הכוונות בסופו, של"ה פ' תצוה ובכל דרושי היום. — ועיין ט"ז ר"ס תרצ"ה. מאיסור דא"ח שראיתי הל' הוא חייב איניש. וכן הוא תענית — שג"ז נלמד מימי משתה — ג"כ בא"ח (הובא בב"י סי' תרצה), שו"ע שאסור בו כל היום כולו — אין רא7' כ"כ, או"ח סתרצ"ה ס"ב, סי' יעבץ ועוד.
1) מעילה טז, ב.
15) מגילה ז, ב. בש"ס שלנו הגירסא917ושמחה זה יום טוב, וששון זו מילה ויקר אלו תפלין".
בשעת מען מאַכט אַן אות, אַ צייכן אין אַ זאַך אויף צו אָפּטיילן איר פון אַ צווייטער זאַך, דאַרף דער „אות" זיין נאָר אין דער זאַך און ניט אין דער צווייטער. אויב דער אות זאָל זיין אין ביידן איז עס דאַן ניט קיין צייכן פון ריכטיגער אויסטיילונג אַז מען זאָל דורך אים דערקענען אַ יסודחילוק פון דער זאַך מיט דער צווייטער.
דאָס זעלבע איז בשעת מען רעדט וועגן אַן אות וואָס זאָל אָפּטיילן אידן פון אַלע אַנדערע פעלקער אַ חילוק יסודי ועצמי, דאַרף דאָך דאָס זיין דורך אַזוינע זאַכן וועלכע זיינען דאָ מער ניט ווי ביי אידן. לפועל אָבער זעט מען אַז די אַלע פיר זאַכן — תורה, יום טוב, מילה און תפלין — זיינען פאַראַן אויך ביי אַנדערע פעלקער (כאָטש אין אַן אַנדער אופן).
תורה — אויך גוים אַנערקענען און לערנען אין אַן אופן אַז זיי ווייסן דעם גרויסן שכל וואָס ס'איז דאָ אין תורה, ווי עס שטייט)): „כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים", אַז אויך „לעיני העמים" איז תורה אַ גרויסע חכמה; יום־טוב — אויך גוים האָבן זייערע ימים־טובים פון חירות א. ז. וו. אַזוי אויך מילה — זיינען דאָ אַ סך גוים וועלכע זיינען זיך מל (צוליבן געזונט); און אַזוי איז אויך בנוגע תפלין — פּונקט ווי אידן לייגן תפלין אויף צו ווייזן אַז זיי געהערן צום אויבערשטן (ווי די גמרא ברענגט)), אַז דורך הנחת תפלין זעען „כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך")8)), אַזוי פירן זיך אויך פאַרשידענע פעלקער, להבדיל, צו טראָגן אויף זיך אַ געוויסן סימן, בכדי מען זאָל דערקענען צו וועלכער אומה אָדער שבט זיי באַלאַנגען.
איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק; בשעת דער אויבערשטער האָט געוואָלט מאַכן אותות וועלכע זאָלן אָפּטיילן אידן פון אַלע פעלקער, האָט ער דאָך געדאַרפט אויסקלייבן אַזוינע מצוות און ענינים, וואָס אומות העולם האָבן צו זיי קיין שום שייכות ניט, און ניט די אויבנדערמאָנטע פיר ענינים, וואָס עפּעס ענלעך צו זיי איז פאַראַן אויך ביי אומות העולם?
ב. די ערקלערונג דערפון איז; ווען דאַרף מען האָבן אַן אות אויף אָפּציילן איין זאַך פון אַ צווייטער, דוקא בשעת די צוויי האָבן עפּעס אַ פאַרגלייך צווישן זיך; דאַן דאַרף מען האָבן אַ צייכן אויף צו פאַנאַנדערטיילן זיי. אָבער אַז זיי האָבן ניט קיין שום פאַרגלייך צווישן זיך, דאַרף מען קיין אות ניט האָבן.
דאָס הייסט, אַז די אותות וועלכע קומען אָפּציילן „בין ישראל לעמים", זיינען ניט אויף אָפּצוטיילן די אידישע נשמה פון די נשמות פון אַנדערע פעלקער. וואָרום מצד דער נשמה איז מלכתחילה ניטאָ קיין שום פאַרגלייך צווישן אַ איד מיט אַ גוי, להבדיל (כמבואר בתניא בתחלתו). די אותות קומען בכדי צו אויסצייכענען דעם אידישן גוף פון גופות אומות העולם; אויסערלעך איז דאָך דער גוף ענלעך צו ניט־אידישע גופים, ווייל אויך דער גוף פון אַ אידן איז אַ גשמיות'דיקער, און אויבןאויף זעט זיך ניט קיין חילוק פון אַ אידישן גוף און אַ ני־אידישן. אויף918דעם קומען די אותות צו באַווייזן, אַז אויך דער גשמיות'דיקער גוף פון אַ אידן, איז אינגאַנצן אַנדערש פון אַלע אַנדערע גופים — דער אידישער גוף איז — קדוש8)).
און וויבאַלד אַז די אותות קומען צו באַצייכענען די הייליקייט פון אַ אידישן גוף, דערפאַר זיינען אויך זיי אַזעלכע, וואָס אויסערלעך זיינען זיי פאַראַן אויך ביי אומות העולם, און פונדעסטוועגן זיינען זיי ביי אידן אינגאַנצן אַנדערש. דאָס באַווייזט אויך, אַז די גשמיות'דיקע טואונגען וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אַ אידישן גוף, כאָטש די זעלבע פּעולות ווערן געטאָן אויך דורך אומות העולם (אַ איד עסט און להבדיל אַ גוי עסט, אַ איד שלאָפט און להבדיל אַ גוי שלאָפט, אַ איד האַנדלט און להבדיל אַ גוי האַנדלט א. אַ. וו.), אָבער ביי אידן איז דאָס גאָר אַנדערש, ביי אידן זיינען אויך די גשמיות'דיקע זאַכן הייליק, בכל דרכיך דעהוז.
ווייל, ניט בלויז פאַרמאָגט אַ איד קדושה אין זיך, ווי אַ צוגאָב־זאַך צו זיין מהות, נאָר דער עצם מהות פון אַ אידן איז קדושה. און דעריבער פאָדערט זיך פון אַ אידן, אַז אַלע זיינע ענינים (אויך די וועלכע זיינען די זעלבע ווי ביי אומות העולם) זאָלן זיין קדוש.
ג. אויף דעם וואָס די גמרא טייטשט „אורה זו תורה", פרעגט מען, תורה ווערט אַלע מאָל אָנגערופן מיטן נאָמען „אור", לשון זכר, פאַרוואָס שטייט דאָ „אורה", לשון נקבה?
ענטפערט דער אַלטער רבי)), אַז תורה דאָ מיינט מען תורה שבעל פּה, וואָס זי איז מקבל פון תורה שבכתב, און דעריבער שטייט דאָ „אורה" לשון נקבה.
דער אונטערשייד פון תורה שבכתב און תורה שבעל פּה איז: תורה שבכתב איז העכער פון אַן ענין פון שכל). אַלע ווייסן, אַז תורה שבכתב האָט דער אויבערשטער געגעבן צו משה רבינו אויפן באַרג סיני, און זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז דער צוגאַנג צו תורה שבכתב איז ניט מיט קיין שכל'דיקע חקירות און פּלפּולים, נאָר מיט אמונה.
דאַקעגן תורה שבעל פּה, איז דאָך איר ענין, צו ערקלערן מיט שכל'דיקע סברות, דאָס וואָס עס שטייט אין קורצן אין תורה שבכתב, און אַזוי אויך צו אַרויסלערנען דינים וועלכע שטייען ניט אין תורה שבכתב בפירוש, דורך פאַרגלייכן און ברענגען שכל'דיקע ראיות; אַז וויבאַלד אין תורה שבכתב שטייט דער דין אַזוי און אַזוי, איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז אויך ביי אַן אַנדער פאַל דאַרף זיין דער זעלבער דין (היקש, קל וחומר, א. ד. ג.).
קומט דאָך אויס, אַז תורה שבעל פּה איז אַן ענין וואָס איז אָפּגעגעבן געוואָרן צו שכל, און פונדעסטוועגן איז דער צוגאַנג פון אידן אויך צו תורה שבעל פּה — מיט אמונה; און מען פּסק'נט ניט ווי עס קומט אויס אין אייגענעם שכל, אפילו ווען עס זיינען 8) ראה ד"ה ליהודים היתה אורה (ברשימות הצ"צ למג"א. וראה ד"ה זה בביכל ושנת תקס"סד (מאמרי אדה"ז תקס"ד ע' סב) ובשערי אורה ד"ה וקבל פל"ד — דפי' באו"א).
9) ראה לקו"ת ויקרא ה, ב.919צו אים דאָ פאַרשידענע שטאַרקע ראיות, אויב נאָר ס'איז דאָ אַ סתירה צו דעם פון די פּוסקים ראשונים ואחרונים, וואָס זייער פּסק הלכה איז אָנגענומען געוואָרן בתפוצות ישראל. — ביז אפילו בזמן המשנה באַ תנאים איז דער פּסק דין; אם הלכה היא נקבל (כאָטש אפילו אַז) לדין יש תשובה 10)).
קען מען דאָך טענה'ן: ס'טייטש? וואָלט זיך עס געהאַנדלט וועגן אַן ענין פון תורה שבכתב, איז דאָס ניט איבערגעגעבן געוואָרן צו שכל); וויבאַלד אָבער אַז אין תורה שבכתב שטייט ניט דער דין בפירוש, נאָר ס'איז אַן ענין פון תורה שבעל פּה, וואָס איז איבערגעגעבן געוואָרן צום שכל, און די פּוסקים וועלכע האָבן אָפּגע'פּסק'נט דעם דין מיט אַ דור פריער, האָבן זיי דאָך, לכאורה, אַזוי גע'פּסק'נט נאָר ווייל זיי האָבן געהאַט אויף אים שכל'דיקע ראיות, איז וויבאַלד אַז ביי אים, אין זיין שכל, קומט אויס אַנדערש — איז וואָס האָט ער זיך צו רעכענען מיט זייער פּסק?
איז דער ענטפער אויף דעם, אַז דער צוגאַנג פון אידן אויך צו תורה שבעל פּה איז — אמונה און יראת שמים, ווי די חז"ל זאָגןיא): „כל שיראת חטאו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת". אַ ודאי דאַרף טאַקע און מוז זיין „חכמתו", דאָס איז דאָך די זאַך פון תורה שבעל פּה, חכמה און שכל, אָבער ווען איז „חכמתו מתקיימת", ווען קען די חכמה האָבן אַ קיום — בשעת אַז „יראת חטאו קודמת לחכמתו", ווען זיין יראת חטא איז ביי אים פריער און אַ הקדמה צו דער חכמה.
דאָס איז געווען דער אונטערשייד אויך צווישן די צדוקים און די פּרושים. בנוגע תורה שבכתב האָבן די צדוקים ניט געקריגט; דאָס האָבן אויך זיי פאַרשטאַנען, אַז תורה שבכתב מוז מען אָננעמען — צי שכל וויל צי ניט. זי איז געגעבן געוואָרן צו משה מסיני. אויף וואָס האָבן זיי געקריגט — אויף תורה שבעל פּה. וויבאַלד אַז זי איז אַן ענין פון שכל — האָבן זיי גע'טענה'ט — קענען זיי אַליין אויסטייטשן ווי זיי פאַרשטייען, און זיי דאַרפן זיך ניט רעכענען מיט קבלת חז"ל. דער צוגאַנג פון די פּרושים איז אָבער, אַז פּונקט ווי דער אויבערשטער האָט געגעבן צו משה רבינו תורה שבכתב, אַזוי האָט ער אים בשעת מעשהיח) געגעבן אויך תורה שבעל פּה; דער אונטערשייד איז נאָר, אַז די האָט ער אים געגעבן בכתב און די האָט ער אים געגעבן בעל פּה; תורה שבכתב איז ניט אָנגעטאָן אין שכל און תורה שבעל פּה איז יע אָנגעטאָן אין שכל, ס'איז אָבער מער ניט וואָס תורה שבעל פּה איז געקומען אין אַ לבוש פון שכל, זי איז אָבער די זעלבע תורה, וועלכע קומט פון דעם אויבערשטן, וואָס ער איז העכער פון שכל, און דער צוגאַנג, אויך צו איר, דאַרף זיין — אמונה.
און דאָס, דוקא תורה שבעל פּה (אורה, לשון נקבה), איז דער „אות" וואָס שיידט אָפּ אידן פון אומות העולםיח): אַפילו אין תורה שבעל פּה, וואָס איז אָנגעטאָן אין שכל, הערט זיך אָן ביי אידן קדושה און הייליקייט; אויך אין דעם איז ביי זיי דער עיקר920— אמונה, וואָס איז העכער פון שכל.
ד. די זעלבע זאַך איז אויך בנוגע דעם צווייטן אות, „שמחה זה יום טוב". ווי געזאָגט פריער, האָבן אויך גוים זייערע ימים טובים, און דאָך איז עס ביי אידן אינגאַנצן אַנדערש; ביי אידן איז דער יום טוב — קדושה.
ווען עס קומט שמחה זה יום טוב קלייבט מען זיך צוזאַמען און מען איז זיך משמח, מען עסט בשר און מען צרינקט יין א. ז. וו., וואָס דאָס זיינען ניט קיין רוחניות'דיקע זאַכן. אָבער דאָ זעט זיך דער אונטערשייד צווישן אידן און ני־אידן, להבדיל ביי ניט־אידן ברענגען די זאַכן צו הוללות וכו'. אָבער ביי אידן איז דער יום טוב אינגאַנצן אַנדערשיד). אויך זיי זיינען זיך דאַן משמח און טרינקען וכו', אָבער דאָס ברענגט זיי ניט צו קיין הוללות ח"ו, נאָר אדרבה, דאָס ברענגט זיי צו מער יראת שמים; און אפילו ביי שמחת פּורים, ווען ס'איז אַ מצוה צו טרינקען „עד דלא ידע"יח), איז די שמחה מוסיף יראת שמים און קדושה, און אויך ווען דער איד האַלט שוין ביי „עד דלא ידע", דערהערט ער אויך דאַן (כאָטש ניט דורך שכל), אַז ארור המן" און „ברוך מרדכי" (ווי ווייטער ערקלערט).
ה. דאָס זעלבע איז אויך בנוגע „ששון זו מילה". אויך געוויסע גוים זיינען זיך מל, אָבער ביי אידן איז מילה אינגאַנצן אויף אַן אַנדער אופן.
אַז „ששון זו מילה", ברענגט די גמרא אַ ראי' פון דעם פּסוק „שש אנכי על אמרתך כמוצא שלל רב" (איך פריי זיך אויף דיין אָנזאָג ווי דער וואָס געפינט אַ סך רויב), וואָס דוד המלך האָט עס געזאָגט וועגן מצות מילה. זעט מען דערפון צוויי זאַכן; א) אַז ביי מילה איז דאָ אַ ספּעציעלע פרייד, „ששון" („ששון" באַדייט אַ גרעסערע פרייד ווי „שמחה")י), ב) און אַז מצות מילה איז ווי ווען מען נעמט צו אַ סך רויב פון אַ שונא.
וואָס איז אַזוי גרויס די פרייד ספּעציעל ביי מצות מילה, און ווער איז עס דער שונא פון וועמען מען נעמט צו שלל רב דורך מצות מילה? וועט מען עס פאַרשטיין פון דעם וואָס דער רמב"ם זאָגטיז), אַז מילה שוואַכט אָפּ ביים נימול די תאוות פון עולם הזה.
עולם הזה מיט זיינע פילע תענוגים און תאוות ווערט אָנגערופן „עולם הקליפות"יח), וואָס דאָס איז דער גרעסטער שונא פון אַ אידן. און בשעת אַ איד שוואַכט אָפּ די תאוות פון עולם הזה, און נאָך מער, ער נעמט די אַלע פאַרגעניגנס פון עולם הזה און נוצט זיי אויס אין קדושה (ווי עס שצייט*1)): „כל חלב לה'", דאָס פעטסטע און דאָס בעסטע פון יעדער זאַך דאַרף מען אָפּגעבן צום אויבערשטן), נעמט ער דערמיט אַוועק אַ סך, פון דעם בעסטן, רויב פון שונא, און ער גיט עס אַוועק צו קדושה, און דערפאַר פרייט זיך אַ איד מיט אַ שמחה גדולה.
און אין דעם באַשאייט דער אונטער־921שייד צווישן מילה ביי אידן און מילה ביי גוים, להבדיל. דער ענין פון מילה ביי אַ גוי פאַרשאַפט אים בלויז צער און ווייטיק; ער האָט דערפון אַ ווייטיק אין גשמיות, ובפרט נאָך אַז דורך דעם ווערן שוואַכער זיינע תאוות — איז דאָך דאָס פאַר אים אַ באַזונדער ווייטיק און צער, ווייל די פאַרגעניגנס און תאוות גיבן דאָך עם אַ געשמאַק אין עולם הזה, אין זיין לעבן. און בשעת מען נעמט זיי ביי אים צו, איז עס פאַר אים דער גרעסטער צער. זיי זיינען זיך מל, מער ניט בלית ברירה, בכדי צו פאַרהיטן זיך פון נאָך אַ גרעסערן צער. דאַקעגן ביי אַ אידן, איז מילה פאַרשאַפט אים אדרבה „שש אנכי", ער פרייט זיך דערמיט. דאָס וואָס ער שיידט זיך אָפּ פון תענוגי עולם הזה איז גאָר ביי אים אַ שמחה, ווייל דער פּנימיות'דיקער מהות פון אַ אידן איז ניט דער געשמאַק פון עולם הזה נאָר, להבדיל, דער געשמאַק אין ג־טעכקייט; עולם הזה, חומר — חמור איז שונאך זיין שונא, און דאָס באַרויבן זיין שונא, פאַרשאַפט דעם אידן די גרעסטע שמחה.
ו. אַזוי איז עס אויך בנוגע „ויקר אלו תפלין". ווי געזאָגט פריער, איז תפלין אַ צייכן פאַר דעם וואָס טראָגט זיי, אַז ער געהערט צום אויבערשטן; „וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך". כאָטש אַז אויך ביי אומות העולם זיינען פאַראַן פאַרשידענע סימבאָלן וואָס ווייזן צו וועלכן עם ושבט זיי געהערן, איז אָבער ביי אידן דאָס אינגאַנצן אין אַן אַנדער אופן.
תפילין אַנטהאַלטן: פּרשיות, בתים און רצועות, און זיי אַלע זיינען געמאַכט געוואָרן מעור (פון דער פעל פון אַ) בהמה; די תפלין לייגט מען אויף דער לינקער האַנט און אויפן קאָפּ, און דורך דעם איז מען משעבד די האַרץ און די קאָפּ, זיי ווערן אַ „כלי" צו די תפלין.
אין פלוג, וואָס פאַר אַן אָרט האָט עס אין שכל, אַז אַ מענטש, אַ בר דעת, זאָל אַרומרינגלען זיין קאָפּ מיט אַ רצועה פון אַ בהמה און משעבד זיין זיין מוח ולב צו אַ בהמה'שער פעל פון די בתים ופרשיות? אלא וואָס — אויף דעם עור הפּרשיות איז אָנגעשריבן שמע, והי' אם שמוע, קדש, והי' כי יביאך? איז דאָך דאָס זעלבע „אָנגעשריבן" אין זיין מוח ולב (לפּחות ווען ער לייגט תפילין, וועלכע זיינען אָסור בהיסח הדעת) — און דער אונטערשייד איז נאָר וואָס בתפילין איז דאָס אויף עור בהמה.
וואָלט זיך עס נאָך געהאַנדלט וועגן אַ קליין קינד, וואָס האָט קיין שכל ניט, וואָלט דאַן די קשיא ניט געווען אַזוי גרויס. איז אָבער דער דין, אַז אַ קטן איז גאָר פּטור פון תפילין, און ערשט ווען מ'ווערט אַלט דרייצן יאָר, מען ווערט אַ בר דעת — דוקא דאַן ליגט אויף עםכ) אַ חיוב אויף צו משעבד זיין זיך צו די תפלין וואָס זיינען געמאַכט פון עור בהמה; אין דער בהמה גופא פון איר פעל, וואָס איז די נידעריקסטע און גרעבסטע זאַך פון דער בהמה און דוקא — שחורות (היפך פון — ונאוה)?
נאָר וויבאַלד אַז אין די תפלין איז אָנגעשריבן; „שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד" א. ז. וו. איז ער זיך דערצו משעבד, זיין מוח ולב מיט דאָס אויפגעשריבענע דאָרט, וואָרום כן צוה המלך.
922און דאָס איז דער חילוק צווישן די אותות ביי גוים ביז, להבדיל, תפלין. די סימבאָלן פון ניט־אידן — שטאָלצירט מיט זיי דער מענטש און ער איז זיך מיט זיי מתפּאר אויב ער הערט אין זיי אָן אַ הויכקייט און אַן איידלקייט, ער זעט יופי וכו'. דאַקעגן דאָס וואָס אַ איד איז זיך מתפּאר מיט תפלין, איז דוקא בשעת עס איז אַן עור של בהמה און שחורות דוקא. דאָרטן ווערט אויפגעשריבן און אויפגענומען מיט מסירת נפש; „שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד".
ז. ווי געזאָגט פריער, זיינען די פיר זאַכן — תורה, יום־טוב, מילה און תפלין — די אותות וועלכע צייכענען אויס און טיילן אָפּ אויך דעם אידישן גוף פון אַלע אַנדערע גופים. און דעריבער האָט המן הרשע אַזוי שטאַרק זיך געשטעלט קעגן זיי. עס האָט המן'ען ניט אַזוי פיל געאַרט, וואָס אַ איד איז הייליק בשעות ער טוט זיינע ענינים רוחניים, ענינים פון נשמה. בשעת אָבער עס קומט צו „גשמיות'דיקע" (ווי די אויבנדערמאָנטע פיר) זאַכן, וועלכע זיינען שייך צום גוף, אין אַזעלכע ענינים — האָט המן גע'טענה'ט — זונדער זיך ניט אָפּ, זיי גלייך צום גוי ח"וכא).
פון דער גזירה, וואָס המן הרשע האָט גוזר געווען צו מבטל זיין די „אותות", — די קדושה וואָס איז דאָ ביי אידן אויך אין די זאַכן אין וועלכע זיי זיינען אויסערלעך גלייך מיט ניט־אידן, — דערפון איז אַרויסגעקומען די גזירה אויף צו צעשטערן ר"ל אפילו די ענינים פון אידישקייט וועלכע זיינען אויך בחיצוניות אַנדערש פון ניט־אידן, ביז ס'איז געקומען די גזירה — היל"ת — „להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים".
ווייל, ווי געזאָגט פריער ; דער עצם מהות פון אַ אידן איז קדושה, און דעריבער, בשעת מען וויל אָפּטיילן אים פון קדושה (כאָטש מען איז מסכים אַז אין געוויסע זמנים, געוויסע ענינים זאָלן יאָ זיין הייליק ביי אים), נעמט מען פון אים צו זיין גאַנצן מהות.
דעריבער, בשעת מען איז פּטור געוואָרן פון המן'ען מיט זיינע גזירות, האָט מען מתקן געווען דעם יום טוב28)) פּורים, וואָס דאָס איז923אַ טאָג אין וועלכן מען פּראַוועט אים „ברוך". וואָרום וויבאַלד אַז זיין אַ גשמיות'דיקע סעודה, מיט עסן פאַרבונד מיטן אויבערשטן איז ניט און טרינקען, ביז צו „לבסומי כו' עד קיין דבר נוסף אין אים, נאָר דאָס איז דלא ידע"43)), און בשעת מעשה, אין זיין גאַנצער מהות, דערפאַר דערהערט דעם „לא ידע", איז ביי דעם אידן ער — ניט נאָר מצד ידיעה אין שכל אָפּגעלייגט, אַז „ארור המן" און „ברוך נאָר אפילו בשעת אַז „לא ידע" — מצד מרדכי", די ענינים פון רע (המן) זיינען זיין מהות, אַז „ארור המן" און „ברוך ביי אים „ארור", אָפּגעפרעגט, און די מרדכי".
תשא
א. אויף דעם פסוק; „זה יתנו וגו' (דורך מחצית השקל) פאַר זיין נפש? מחצית השקל", שטייט אין ירושלמי ווי דער מדרש זאָגט דאָרטן: מי יוכל און אין מדרש1)): „כמין מטבע של ליתן כופר נפשו, „עור בעד עור וכל אש הוציא הקדוש ברוך הוא מתחת אשר לאיש יתן בעד נפשו"8)) ועדיין כסא כבודו והראהו למשה ואמר לו אינו מגיע וכו' (אַז אַלץ וואָס אַ מענטש וכו' כזה יתנו" (ווי אַ מין מטבע פון פאַרמאָגט גיט ער אַוועק פאַרן נפש — פייער האָט דער אויבערשטער אַרויס־און ס'איז נאָך אַלץ ניט גענוג). אַלס גענומען פון אונטערן כסא הכבוד און ענטפער אויף דעם האָט אים דער די מטבע באַוויזן צו משה'ן און אים אויבערשטער געוויזן אַ „מטבע של געזאָגט; אַזאַ מטבע ווי די, זאָלן אידן אש".
געבן פאַר מחצית השקל). און תוספות2))
איז מבאר, אַז דאָס וואָס דער אוי־ וואָס זיי זיינען דאָך אויך אַ כפּרה בערשטער האָט משה'ן באַוויזן אַ אויף חצאים — איז געזאָגט געוואָרן „מטבע של אש", איז עס ניט ווייל נאָך פאַר דעם ציווי פון מחצית השקל; ס'איז אים געווען שווער צו פאַרשטיין באַלד נאָך מתן תורה שייט שוין)) וואָס עס מיינט מחצית השקל, נאָר ער„וזבחת עליו את עולותיך ואת שלמיך", האָט זיך געוואונדערט; ווי אַזוי קען און פונדעסטוועגן איז ביי משה רבינו דער מענטש געבן „כופר", אויסלייזונג ניט געווען קיין וואונדער ווי אַזוי זיי
קענען זיין אַ כפּרה; ערשט ביים אָנזאָג דברים (נח, א). ולהעיר ממרז"ל כל המועדים פון מחצית השקל האָט זיך משה רבינו יהיו בסלין וימי הפורים לא כו' (מדרש משלי געוואונדערט, ווי קען דאָס זיין אַ כופר מ"ג. ואפילו 6ו באב נק' יו"ט) (סוף נפש. איז דער ביאור אין דעם: מחצית
23) ולהיות שבמצוה זו מתבטא ענין השקל איז געווען אַ כפּרה אויפן חטא הסורים, לכן י"ל דחיובה הוא במשך כל העגל8)), וואָס איז געווען אַ חטא פון היום. ראה לעיל פ' זכור הערה 14.
1) שקלים פ"א, ה"ד. במדב"ר פי"ב, ג.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-ym3d96bv