Likkutei Sichos
Beshalach
876וואָס משית וועט דאָך קומען בגלוי און בגלוי צו אַלע אידן, וואָס דעריבער דאַרף אויך די הכנה דערצו, די הפצה פון תורת החסידות, זיין צו אַלע אידן אין אַן אָפענעם אופן — דעם שטעל האָט גענומען דער רבי.
דער רבי איז געווען דער וואָס האָט גענומען דעם אבן טוב שבכתר המלך, וואָס אין דעם הענגט אָפּ די גאַנצע חשיבות פון כתר וכמשל הידועיח), און אים אַראָפּגעטראָגן ביז אין ענגליש און פראַנצויזיש וכו'. איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז דער רבי איז געווען דער וואָס האָט געמאַכט די לעצטע, ממש די לעצטע הכנה צו דער גאולה, גאולה האמתית, וואָס זי איז דאָך ווי דער רמב"ם פּסק'נט אָפּ קלאָר ווי זי וועט זיך אָנהויבן און דעם גאַנצן סדר ווי די גאולה וועט אָנגייןיח):
א. נאָכדעם ווי די אידן זיינען אַרויס פון מצרים, און זיינען געקומען צום ים סוף, ווערנדיק נאָכגעיאָגט פון פּרעה מיט די מצריים, האָט זיי משה רבינו געזאָגט; „אל תיראו התיצבו וראו את ישועת ה' אשר יעשה לכם היום, כי אשר ראיתם את מצרים היום לא תוסיפו לראותם עוד עד עולם. ה' ילחם לכם ואתם תחרישון". זאָגט אויף דעם די מכילתא1)), אַז קומענדיק
(דער אָנהויב וועט זיין) עס וועט אויפשטיין אַ מלך פון בית דוד, וואָס לערנט תורה און איז עוסק אין מצוות — ווי דוד זיין פאָטער — לויט דער תורה שבכתב און (תורה) שבעלפּה; און ער וועט צווינגען אַלע אידן צו גיין אין איר (וועג פון דער תורה) און צו מחזק זיין אירע שפּאַלטן; און וועט מלחמה האַלטן די מלחמות ה' כו' און מצליח זיין און בויען דעם מקדש אויף זיין אָרט און צונויפזאַמלען די פאַרוואָגלטע אידן כו' און וועט מתקן זיין די גאַנצע וועלט צו דינען דעם אויבערשטן כו',
און ווי דער נביא זאָגט אַז די איצטיקע גאולה וועט זיין כימי צאתך מארץ מצרים — אין אַן אופן וואָס — אראנו נפלאותיז), אַ גאולה ביד רמה און בריש גלי, דורך משיח צדקנו, בקרוב ממש.
צום ברעג ים, איז צוליב דער מורא פאַר די מצריים, האָבן זיך די אידן צעטיילט אין פיר כיתות מיט פיר פאַרשידענע מיינונגען; איין כתה האָט געזאָגט, „ליפול אל הים", מען זאָל זיך אַריינוואַרפן אין ים אַריין (זיך דערטרינקען, אַבי ניט ווערן צוריק קנעכט ביי פּרעה) ; אַן אַנדער כתה האָט געזאָגט „לשוב למצרים", אַז מען זאָל זיך אומקערן קיין מצרים (און ווערן ווידער עבדים צו פּרעה); נאָך איינע האָט געזאָגט „לעשות מלחמה כנגדן" —877מלחמה האַלטן מיט פּרעה און זיין חיל (אפשר וועט זיך די אידן אַיינגעבן זיי צו מנצח זיין); און די פערטע כתה האָט געהאַלטן מען זאָל ניט צאָן קיין איינע פון די אַלע זאַכן, נאָר „נצוות כנגדן" — שרייען צום אויבערשטן ער זאָל העלפן.
און אויף יעדער מיינונג פון די פיר כתות האָט משה רבינו געענטפערט אין די צוויי אויב־געבראַכטע פּסוקים. צו די וואָס האָבן געזאָגט „ליפול אל הים", איז צו זיי געווען דער ענטפער; „התיצבו וראו את ישועת ה'" — (שטאַרקט און) שטעלט זיך אויף און זעט די ישועה פון אויבערשטן. צו דער כתה וואָס האָט געזאָגט „לשוב למצרים", האָט מען געענטפערט; „כי כאשר ראיתם את מצרים גו' עוד עד עולם", אַז איר וועט שוין זיי (די מצריים) מער קיינמאָל ניט אָנקוקן. די וואָס האָבן געזאָגט מען זאָל מלחמה האַלטן מיט די מצריים, האָט מען זיי דערויף געענטפערט; „ה' ילחם לכם" — דער אויבערשטער וועט פאַר אייך מלחמה האַלטן מיט מצרים. און צו דער פערטער כתה וואָס האָט געזאָגט, אַז מען זאָל שרייען און בעטן דעם אויבערשטן, איז געקומען דער ענטפער; „ואתם תחרישון" — איר זאָלט שווייגן און ניט מתפּלל זיין.
נאָר וואָס דען זאָל מען טאָן — „דבר אל בני ישראל ויסעו"; גייט ווייטער אין דער ריכטונג וואָס פירט צום באַרג סיני צו מקבל זיין דאָרט די תורה, וואָס דאָס איז דער צוועק פון אַרויסגיין פון מצרים.
דאַרף מען פאַרשטיין, ווי קומט עס וואָס די ענאפערס צו די אַלע פיר אויבנדערמאָנטע כתות — וואָס לכאורה זיינען דאָך זייערע סברות זייער ווייט איינע פון דער צווייטער — ווערן אַריינגענומען אַלע צוזאַמען אין דער זעלבער אמירהכז) ? די סברא פון „לשוב למצרים", אומקערן זיך צוריק אין גלות מצרים (וואָס איז אינגאַנצן דאָס פאַרקערטע פון יציאת מצרים), איז דאָך גענצלאַך אַנדערש פון דער סברא פון „ליפול אל הים" — וואָס ביי דער כתה איז אַזויפיל געווען אָפּגעפרעגט דאָס אומקערן זיך קיין מצרים, ביז זיי זיינען געווען גרייט אויף מסירת נפש, צו דערטרינקען זיך אין ים, מסירת נפש אויך ברוחניות — וואָרעם מען טאָר זיך ניט מאבד זיין לדעת) — עס איז געווען אַ תנועה פון מסירת נפש, אַבי ניט צו אַריינפאַלן אין די הענט פון פּרעה. אין תנועות הנפש — איז די סברא פון אומקערן זיך קיין מצרים נאָך מער בסתירה צו דער סברא פון דער כתה וואָס האָט געפאָדערט צו מלחמה האַלטן מיט פּרעה וחילו. אַ תנועה פון עבדות — אַ תנועה פון מרידה און, אדרבה, מנצח זיין דעם אדון; אין געפיל און הנחה (דעם אָפּלייג) באַ זיך — איז על אחת כמה וכמה די ערשטע סברא אין קעגנזאַץ צו די וואָס האָבן געזאָגט אַז מ'זאָל שרייען און מתפּלל זיין צום אויבערשטן. די הנחה פון יאוש — די הנחה אַז עס היינגט אָפּ נאָר אין דעם אויבערשטן. וכידוע דער ענין פון צו בעטן ביי דעם אויבערשטן אויף אַלע באַדערפענישן, און באַזונדערס אין אַן עת צרה — דער שורש ותוכן המצוה), אַ מצוה נעלית ביותר, ווייל אין איר878ווערט אויסגעדריקט דער ענין האמונה אין דעם אויבערשטן און זיין יכולת כו' — ביז אַז (לכמה דעות) איז צוליב דעם וואָס זי איז אַ מצוה כללית ווערט זי ניט גערעכנט אין דער צאָל פון די) תרי"ג מצוותו)
(כאָטש דאַן איז נאָך געווען פאַר מתן תורה, איידער תפלה האָט בכלל געקענט אָנגערופן ווערן מצוהח), איז אָבער דערפון וואָס נאָך מתן תורה איז זי אַ מצוה נעלית ביותר, פאַרשטאַנדיק אַז אויך פריער איז עס געווען אַן ענין נעלה),
היינט ווי קומט עס וואָס די אָנווייזונגען צו די פיר פאַרשידענע, קעגנגעזעצטע כתות זיינען געגעבן געוואָרן אין איין ענטפער?
מען דאַרף אויך פאַרשטיין דעם סדר ווי אין דער תורה ווערן אויסגערעכנט (דורך די ענטפערס וואָס האָבן זיי שולל געווען) די סברות פון די פיר כתות; צום ערשטן די סברא „ליפול אל הים", און דערנאָך — „לשוב למצרים"; לכאורה האָט מען צום אַלעם ערשטן געדאַרפט שולל זיין דעם „לשוב למצרים", דער גאָר נידעריקער סוג סברא, און ערשט שפּעטער אויך שולל זיין די אַלץ העכערע סוגים: „ליפול אל הים", „לעשות מלחמה" ביז „נצווח כנגדן".
ס'איז אויך ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס זיינען טאַקע אָפּגעפרעגט אַלע סברות פון די כתות ? דאָס וועלן אומקערן זיך קיין מצרים, איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס מ'האָט עס שולל געווען — ס'איז דאָך אינגאַנצן דער היפך פון יציאת מצרים; אַריינוואַרפן זיך אין ים האָט אויך קיין אָרט ניט — אַ איד טאָר קיינמאָל ניט אַריינפאַלן אין יאוש ר"ל. ובפרט נאָך אַליין טאָן אַ מעשה בזהז). אָבער מלחמה האַלטן קעגן פּרעה וחילו איז דאָך לכאורה אַ גלייכע זאַךח), און ווער רעדט — „נצווח כנגדן", בעטן ביי דעם אויבערשטן, איז דאָך די בעסטע עצה — מען גיט זיך אינגאַנצן אַוועק צו דעם אויבערשטן. אפילו דורך דעם דרך פון „ויסעו", גיין ווייטער, דריקט זיך ניט אויס דאָס איבערגעבן זיך לה' — אַזויפיל ווי דורך תפלה, ווייל דער „ויסעו", קען אויך קומען פון פּחד פאַר פּרעה, אָדער פון אַנדערע סיבות.
ב. מיט קריעת ים סוף איז פאַרענדיקט געוואָרן דאָס אַרויסגיין פון מצרים. ביז דאַן האָבן אידן נאָך אַלץ געהאַט אַ שייכות צו מצרים. מיר זעען דאָך, אַז אפילו נאָכדעם ווי די אידן זיינען, אַרויסגייענדיק פון מצרים, צוגעקומען צו פי החירות — וואָס לויט דעם מנהג פון מצרים איז יעדער קנעכט געוואָרן אַ בן חורין צוקומענדיק צו פי החירות)) — זיינען זיי נאָך אַלץ געוואָרן נאָכגעיאָגט פון פּרעה וחילו, וועלכע האָבן די אידן על פּי טבע געמוזט מנצח זייןי), ווען איז אינגאַנצן פאַרענדיקט געוואָרן די יציאה פון גלות מצרים879— ערשט בשעת קריעת ים סוףיא). דעריבער שטייט אין תוספתאיא), אַז מ'דאַרף דערמאָנען קריעת ים סוף יעדן טאָג, אַזוי ווי מ'דאַרף מזכיר זיין יציאת מצרים בכל יום; וואָרום כל זמן מ'האַלט נאָך פאַר קריעת ים סוף איז מען ניט זיכער אויך מיט דער יציאה פון מצרים (דאָס זעלבע אין דער עבודה רוחנית פון יציאת מצרים וקריעת ים סוף יעדן טאָג).
דערפון וואָס קריעת ים סוף, גמר יציאת מצרים, האָט געקענט זיין ערשט נאָך דעם ווי מ'האָט שולל געווען די דעות פון אַלע פיר כתות און מ'האָט געפאָלגט דעם ציווי הקדוש ברוך הוא; „ויסעו" — איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך באַ דער יציאת מצרים הרוחנית פון „בכל דור ודור וכל יום ויום"יז), מוז זיין די הנהגה פון „ויסעו"; און אויב מען פירט זיך לויט אַ דעה פון די ד' כתות, אפילו די הנהגה פון „ונצווח כנגדן", קען מען ניט אַרויסגיין פולשטענדיק פון מצרים.
ג. אין דער עבודה הרוחנית פון יציאת מצרים דאַרפן, בכללות, זיין ביידע זאַכן; די התחלה פון יציאת מצרים, און דער גמר — קריעת ים סוף.
צום ערשטן דאַרף מען אַרויסגיין פון די מצרים והגבלות פון נפש הבהמית וואָס באַשרענקען די נפש האלקית. אַ איד דאַרף וויסן, אַז הגם ער געפינט זיך אין עולם הזה, עולם הקליפּות, וואו די רשעים זיינען שטאַרקעריד) — איז אויף אים קיינער ניט קיין בעל הבית, ער איז ניט אונטערגעוואָרפן צו פּרעה מלך מצרים. אַ איד דינט נאָר דעם אויבערשטן5 „עבדי הם — ולא עבדים לעבדים"טז). כאָטש דער יצר הרע און נה"ב, פּרעה און מצרים, שטאַרקן זיך צו באַגרענעצן, מיט זייערע מצרים וגבולים, די כחות פון נפש האלקית און פאַרשקלאַפן זיי און זיי ווילן צונעמען ביי אַ אידן זיין געשמאַק אין תורה און מצוותיח) — שטייט דער איד אין אַ תנועה פון קבלת עול, ער נעמט אויף זיך דעם עול מלכות שמים, צו דינען נאָר דעם אויבערשטן, און ניט פּרעה מלך מצרים, אין אַלץ וואָס איז נוגע צום פּועל ממש; און דורך דעם גייט ער אַרויס פון עבדות צו מצרים און געפינט זיך ביי פי החירות.
אָבער, ווי געזאָגט, איז די יציאה פון מצרים נאָך ניט פולשטענדיק, ווייל וויבאַלד אַז קיין געשמאַק אין ג־טעכקייט האָט ער ניט, נאָר ער טוט אַלץ בלויז מיט קבלת עוליז), במילא, יאָגן זיך נאָך אים פּרעה וחילו ווידער צו משעבד זיין אים. ד"ה, אַז די מצרים והגבלות פון יצר הרע ונפש הבהמית
880און דער העלם פון וועלט קעמפן נאָך
אַלץ אויף צו באַגרענעצן און פאַר־
דעריבער מוז אויך זיין די עבודה
ים סוף: „הפך ים ליבשה"יח) (ער
פאַרוואַנדלט ים אין טריקעניש), דאָס
הייסט, אַז דער כוח אלקי וואָס איז פאַרדעקט אין דער בריאה — „ים" (ווי דער ים וואָס פאַרשטעלט אויף אַלץ וואָס אין אים), קומט אַרויס בגילוי — „יבשה". און ווען ער פּועל'ט דורך זיין עבודה צו דערזען בגילוי דעם אלקות פון יעדער זאַך, גייט ער אַרויס אינגאַנצן פון מצרים, ווייל וועלט פאַרשטעלט אים שוין נישט מער דעם אור אלקי, אדרבה, אין וועלט גופא זעט ער לעקייט.
ד. וויבאַלד אַז אַלע סברות פון די פיר כתות זיינען אויסגעדריקט געוואָרן נאָך דער התחלה פון יציאת מצרים, מוז מען זאָגן, אַז די אַלע סברות מוזן ניט שטערן דעם קיום פון תורה ומצוות בפועל — (וואָרום אויב ס'איז פאַראַן ביי אַ אידן אַ סברא וואָס זי איז מנגד צום שולחן ערוך, איז עס אַ באַווייז אַז ער איז נאָך גאָר ניט אַרויס פון מצרים) — ס'איז מער ניט וואָס ער האַלט נאָך פאַר קריעת ים סוף, פאַר אים פאַרשטעלט נאָך דער העלם והסתר פון וועלט און דערפאַר האָבן ביי אים פּרעה וחילו אַן אָרט און זיי טוען אויף די סברות פון די פיר כתות. און בכדי צו פּועל זיין קריעת ים סוף, וואָס דורך דעם וועט דערטרונקען ווערן דער חיל מצרים און עס וועלן אַראָפּגענומען
די סברות פון די פיר כתות.
מרומז אין די פּסוקים, זיינען אין דעם סדר פון מלמטה למעלה: די לייכטסטע
הים"; וויבאַלד ס'איז אַזאַ וועלט וואו פּרעה וחילו קענען ח"ו האָבן אַ נצחון, וויל ער מיט דער וועלט אינגאַנצן ניט האָבן צו טאָן. ער וועט זיך אָפּשליסען, אַריינוואַרפן זיך אין „ים" — אין אַ „ים" וואָס איז מטהר — ים של תורה, ים של תפלה, ים של תשובה, און פאַרבינדן זיך דורך דעם מיטן אויבערשטן. אַי, וואָס וועט זיין מיט דער וועלט, מיט אַ צווייטן אידן, טאָן עפּעס אַז פּרעה זאָל ניט זיין קיין מושל בכיפּה (אַליין הערשער) ? דרייט ער זיך אַרויס; ערשטנס, זאָל טאָן אין דעם עמעצער אַנדערש; און בכלל, „בהדי כבשי דרחמנא למה לך"*1)) — ס'איז דעם אויבערשטנס אַ זאַך; איך בין ניט מחויב צו פאַרזאָרגן די וועלט. זיין ענין — זאָגט ער — איז צו באַוואָרענען זיך אַליין; וועט ער זיך אַריינוואַרפן אין ים און זיך אָפּשיידן פון וועלט.
אַזאַ סאָרט הנהגה פלעגט מען רופן „אַ צדיק אין פּעלץ". ער טוט אָן אַ פּעלץ בכדי אים זאָל זיין וואַרעם. דאָס וואָס אין וועלט הערשט אַ ביטערע קעלט — וואָס קען ער דערצו טאָן? ער איז דאָך ניט בכוח אָנוואַרעמען די גאַנצע וועלט. אלא ער קען דאָך אָנוואַרעמען נאָך אַ אידן, נאָך צוויי אידן, אָנוואַרעמען אַ ווינקל פון וועלט — דאָס איז אָבער פאַר אים קיין ענין ניט. לויט זיין גרויסקייט — קומען881אין באַטראַכט נאָר גרויסע זאַכן; אָנוואַרעמען אַ גאַנצע וועלט. און וויבאַלד אַז דאָס איז ניט פאַר זיינע כחות — טוט ער אָן אַ „פּעלץ" און — יוצא.
אַ העכערער אופן אין עבודה איז — „לשוב למצרים": ער ווייסט אַז די כוונה איז „לא תהו בראה לשבת יצרה"כ), מען הייסט טאָן אין וועלט, מוז ער דאָך דאָס נעבאַך טאָן, „ועל כרחך אתה חי"כא), ער מוז זיך געפינען אין עולם הזה, אין אַ גוף ונפש הבהמית — אַזוי האָט דער אויבערשטער געוואָלט. איז דערפאַר בשעת עס וועט קומען צו עם אַ הוראה, אַ קלאָרע אָנווייזונג ער זאָל טאָן אַ געוויסע פּעולה טובה אין וועלט, וועט ער זי מוזן טאָן, דאָס איז אָבער ביי אים אַן עבודת פּרך — אָן אַ חיות און אָן אַ רגש, און אַודאי אַז ער וועט ניט גיין זוכן און וועט ניט ליגן מיט אַ השתדלות צו באַלייכטן זיין גוף און זיין חלק אין עולם, ווייל ער האָט אין דעם ניט קיין חיות; ער טוט נאָר ווען און ווייל ער מוז אויספאָלגן אַ הוראה.
בכלל שטייט ער אין אַ תנועה פון יאוש. ער האַלט אַז ער וועט אַלץ איינס גאָרנישט קענען אויפטאָן — ניט מיט דער וועלט און אפילו ניט מיט זיך. ער וועט שוין ניט קענען אויסמיידן דעם „לשוב למצרים", ער וועט מוזן זיין אַן עבד ביי מצרים — וועלט, דאָס איז חלקו וגורלו, נאָר ווייל ער מוז דאָך מקיים זיין וואָס עס שטייט אין שו"ע, טוט ער דאָס, אָבער אין אַן אופן פון „עבודת פּרך": עס גייט אויף די זון, דאַוונט ער ותיקין; קומט די צייט פון מנחה, דאַוונט ער מנחה ; דאַרף ער עסן, מאַכט ער אַ ברכה לפני' ולאחרי'; טרעפט ער אַ אידן וואָס בעט באַ אים אַ טובה, טוט ער אים די טובה. ביז אַפילו אַז בשעת מען קומט צו אים און מ'דערציילט אים אַז ניט ווייט געפינט זיך אַ איד וועמען ער קען טאָן אַ טובה בגשמיות אָדער ברוחניות, וואָס מצד הדין פון „ואהבת לרעך כמוך" מוז ער יענעם העלפן — טוט ער דאָס. אָבער אַלץ וואָס ער טוט איז אָן אַ רצון, אָן אַ תענוג, אָן אַ חיות און אָן קיין שום מרץ. ביי אים טוט זיך עס אין אַן אופן פון עבודות פּרך, ווייל ער איז שוין לאחר היאוש, ער וועט סיי ווי פאַרבלייבן אין מצרים.
קבלת עול און עבודת עבד איז טאַקע ראשית העבודה, אָבער ניט מער ווי ראשית העבודהכח). נאָך דעם דאַרף און מוז זיין חיות און שמחה. בשעת אַ איד לערנט תורה און ער ווייסט אַז דורך לימוד התורה ווערט ער פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, דאַרף די ידיעה ביי אים אַרויסרופן אַ חיות, ביז אַז אויך אַ צווייטער וואָס גייט פאַרביי, זאָל זען אַז ער טוט עס ניט בלויז מיט קבלת עול, נאָר אויך מיט שמחה. און אַזוי איז בנוגע צו קיום שאר המצוות; וויסנדיק אַז ווען מען נעמט אַ פעל פון אַ בהמה און מ'שרייבט אויף איר אָן די פיר פרשיות, מאַכט מען דערמיט פון דעם עור הבהמה אַ כלי צו אלקות, און דערנאָך, ווען ער טוט אָן די תפילין אויף דער לינקער האַנט און אויפן קאָפּ פירט ער אויס דעם רצון העליוןכח) — דאַרף דאָס ביי אים אַרויסרופן די גרעסטע שמחה. אַ איד דאַרף פילן ווי דורך יעדער וואָרט תורה וואָס ער882לערנם און דורך יעדער מצוה וואָס ער איז מקיים נעמט ער איין די גאַנצע וועלט*)), ער מאַכט קלענער דעם מצרים פון וועלט. אָבער ווען ער שטייט אין אַ תנועה פון יאוש ר"ל און ער פילט די תורה ומצוות ווי אַ משא וואָס ער מוז זי נעבאַך שלעפּן מדי יום ביומו, אָן שמחה און אָן חיות, איז עס אַן ענין פון עבודת פּרך פון מצרים.
נאָך אַ העכערער אופן איז — „לעשות מלחמה כנגדן": ניט קענענדיק סובל זיין דעם העלם והסתר וואָס פּרעה מלך מצרים וחילו מאַכן אויף אין וועלט, קעמפט ער קעגן זיי. אַזאַ עבודה איז העכער פון „לשוב למצרים", וואָרום ער שטייט ניט אין קיין תנועה פון יאוש, אדרבה, ער פילט די שטאַרקייט פון כחות הקדושה אַז זיי קענען באַזיגן אַלע כחות הטומאה, ובמילא טוט ער זיין עבודה, די מלחמה קעגן פּרעה וחילו, מיט אַ חיות. דער חסרון אין דעם איז; יעדער אופן עבודה האָט זיך זיין צייט, אַז דער אויבערשטער הייסט גיין צום תעבדון את האלקים על ההר הזה, צו מתן תורה — דאַרפ'ן זיך ניט אָפּשטעלן און זוכן, פאַרנעמען זיך מיט אַנדערע זאַכן. אַז זיין עבודה אין דעם באַשטימטן זמן איז צו באַלייכטן די וועלט מיטן אור התורה, האָט קיין אָרט ניט אַנשטאָט דעם צו אָנהייבן שלאָגן זיך מיט מצרים. ביי אים איז איצט דער זמן פון „ויסעו", גיין מיט אַ שריט נענטער צו מתן תורה ומצות — ניט לעשות (אויפטאָן, אָנהייבן) אַ מלחמה מיט מצרים.
ומובן, אַז לבד זאת וואָס דאַמאָלס איז געווען דער ציווי פון גיין צום תעבדון את האלקים איז — בכלל אַ שאָד צו אַוועקגעבן די צייט און כחות אויף מלחמה, אויב מען קען דאָס אויסנוצן אויף גיין און ווערן מיט אַ טריט נענטער צו הר סיני. אויך — ביי אַ מלחמה איז דאָ שאָדן והיזק אויך ביים צד המנצח; אויסער דעם, מען קען ניט וויסן פון וואַנען עס קומט ביי אים די סברא צו טאָן אַזאַ עבודה ; וויבאַלד ער האָט ניט אָנגעפרעגט דעם אויבערשטן ומשה עבדו וואָס צו טאָן, נאָר ער טוט אַזוי ווייל עס קומט ביי אים אַזוי אויס אין זיין שכל, און ער שטעלט אויס זיין אייגענע מלחמהסטראַטעגיע לויט זיין מענטשלעכן שכל — קען דאָך זייער זיין אַז זיין קאָך און מרץ אין דער מלחמה קומען ניט פון צד הקדושה, נאָר ווייל ער איז בטבע הגבורות כו'כח). און אין דעם קו הגבורה, איז דאָך ניטאָ דער והן לא — לא הפסידכ).
דער העכסטער אופן פון די פיר איז — „נצווח כנגדן", תפלה; ער איז באַהעפט 47)) און פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן, און וויל דורכפירן דעם אויבערשטנס רצון. דערפאַר איז ביי אים ניט די תנועה פון „ליפול אל הים", באַוואָרענען זיך אַליין דורך אָפּשיידן זיך פון וועלט, וואָרום דער רצון העליון איז דאָך אַז די וועלט זאָל זיין אַ דירה לו יתברך; ניט „לשוב למצרים", אַ תנועה פון יאוש ר"ל, וואָרום ער האָט דעם בטחון הגמור, אָן קיינע ספיקות, אַז דעם אויבערשטנס רצון וועט זיך זיכער דורכפירן; ניט „לעשות מלחמה כנגדן" דורך אייגענע סטראַטעגיעס, וואָרום ער איז דאָך883באַהעפט און אינגאַנצן בטל צום אויבערשטן, איז דאָך ניט שייך אַז ער זאָל האָבן אייגענע רצונות. דעריבער איז זיין עבודה — נישט צו מישן זיך אין סדרי הנהגות העולם און ער גיט איבער אַלץ צום אויבערשטן, נאָר ער איז מתפּלל און בעט ביי אים, אַז דער אויבערשטער זאָל העלפן אין וועלט אַלץ וואָס עס דאַרף זיך אויפטאָן, און ער האָפט צום אויבערשטן אַז ער וועט ממלא זיין זיין בקשה און דער אויבערשטער וועט אויפהויבן די וועלט.
איז כאָטש אַז דאָס איז אַ תנועה פון ביטול, ביז ביטול במציאות, וויבאַלד אָבער אַז ער האָט אָפּגעמאַכט באַ זיך אַז ער, דער מתפּלל, טוט אין דעם גאָרניט, איז ניט דאָס דער דרך. עס דאַרף זיין — עבודה.
ו. כאָטש מען מאָנט פון אַ אידן ער זאָל ניט זיין קיין מציאות פאַר זיך, ער זאָל האָבן די הכרה אַז אַלץ וואָס ער טוט איז עס ניט בכחו ועוצם ידו נאָר „הוא הנותן לך כח לעשות חיל"כח), דער אויבערשטער גיט דעם כח אויף דעם, פונדעסטוועגן, צוזאַמען דערמיט, מאָנט מען ביי אַ אידן עבודה, ער זאָל טאָן מיט די כחות וואָס מ'האָט עם געגעבן.
אַ איד איז דאָך פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, און אַזוי ווי דער אויבערשטער איז נושא הפכים, אַזוי מאָנט מען אויך פון אַ אידן צוויי קעגנזאַצן; ביטול במציאות, ער זאָל וויסן אַז אַלץ טוט דער אויבערשטער, און פונדעסטוועגן זאָל ביי אים זיין עבודה ויגיעה בכח עצמו דוקא.
על דרך ווי בנוגע צו צרכים הגשמיים פון אַ אידן, מאָנט מען פון אים צוויי הפכיים; פון איין זייט זאָל ער האָבן די אמונה פּשוטה אַז אַלץ קומט פון דעם אויבערשטן, און וויבאַלד אַז עס קומט פון אויבערשטן, וואָס ער איז תכלית הטוב, איז דאָך אַלץ טוב בתכלית — אַי וואָס לעיני בשר זעט זיך אָן אַז ס'איז ח"ו היפך הטוב, איז אדרבה, דאָס גופא ווייזט אויף אַ גאָר הויכער מדריגה אין טוב (טוב פון עלמא דאתכסיא), וואָס קען למטה ניט נתגלה ווערןב) ; וביחד עם זה, מאָנט מען ביי אַ אידן דעם בטחון הגמור, אָן קיינע ספיקות, אַז עס וועט זיין גוט בטוב הנראה והנגלה, וואָס דער מיין פון בטחון איז דאָך ניט אַז ער איז בוטח אַז דער אויבערשטער וועט טאָן אַזאַ זאַך וואָס נאָר דער אויבערשטער ווייסט אַז ס'איז גוט, נאָר ער איז בוטח אַז דער אויבערשטער וועט אים מטיב זיין בטוב הנראה והנגלה, אַז אויך דער מענטש וועט זען אַז ס'איז טוב. און דעם בטחון דאַרף מען האָבן אפילו אין אַזאַ צייט ווען אין טבע זעט זיך ניט ח"ו קיין שום אויסזיכט אויף דעם80)), און פונדעסטוועגן איז ער בוטח884אַז דער אויבערשטער וועט אים זיכער העלפן, ווייל דער אויבערשטער איז ניט מוגבל ח"ו ובידו לשנות הטבע.
אויב ס'זיינען שוין געקומען יסורים ר"ל אויף אים, דאַרף ער זיי מקבל זיין בשמחה *1)). גלויבן באמונה שלימה אַז ס'איז טוב גמור, אָבער כל זמן ס'זיינען ניט געקומען די יסורים, איז אפילו בשעת ס'איז אַזוינע אומשטענדן וואָס על פּי טבע איז ניטאָ קיין אויסזיכט צו פאַרמיידן די יסורים, דאַרף ער זיין בבטחון גמור, אַז דער אויבערשטער וועט מיט אים מטיב זיין בטוב הנראה והנגלה. פון אַ אידן מאָנען זיך ביידע זאַכן, ווייל ער איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, וואָס ער איז נושא הפכיים.
און דעריבער, איז דער בטחון ניט קיין סתירה צו דער אמונה. ובכלל איז גאָר אדרבה, בטחון איז מיסודי ועיקרי האמונה.
און אַזוי איז אויך בנוגע צו עבודה הרוחנית 2 צוזאַמען מיט דער ידיעה אַז „הכל בידי שמים"לא), אַז אַלץ קומט פון דעם אויבערשטן — און אפילו דער ענין פון „יראת שמים" אויף וועלכן מען איז מסיים „חוץ מיראת שמים", אַז דאָס האָט מען איבערגעגעבן דעם מענטשן, איז אויך אין דעם, קען מען אַליין גאָרניט אויפטאָן כנ"ל — אָבער, ביחד עם זה, פאָדערט זיך דוקא עבודה בכח עצמו. און וויבאַלד, אַז ביידע תנועות קומען פון נפש האלקית וואָס זי איז חלק אלקה ממש, נושא הפכיים, זיינען די צוויי תנועות באמת ניט בסתירה, אדרבה, זיי זיינען משלים איינע דער אַנדערער.
ז. דער ציווי מלמעלה דורך משה רבינו איז געווען; „דבר אל בני ישראל ויסעו". די עבודה דאַרף זיין — גיין נעענטער אין דער ריכטונג צום הר סיני. ניט אָפּשליסן זיך אינגאַנצן פון וועלט; ניט אַרבעטן אָן שום חשק וחיות; ניט וואַרפן זיין עבודה ושליחות און פאַרפירן אַ מלחמה מיט וועלט און ניט פאַרלייגן די הענט און צוצולאָזן אַלץ צום אויבערשטן (ווי די סברות פון די פיר כתות), נאָר — טאָן אין וועלט, באַלייכטן און ברענגען זיך און די וועלט — נענטער צו תורה, „ויסעו".
און די הנהגה פון „ויסעו" ברענגט קריעת ים סוף, — „הפך ים ליבשה", — וועלט, בלייבט טאַקע אַ מציאות, אָבער אין איר ווערט אַנטפּלעקט דער „ים"1)), דער פאַרבאַהאַלטענער כוח886אלקי וואָס אין איר, דער כוח הפּועל שבנפעל.
וואָס דאָס ברענגט צום גילוי פון מתן תורה*8)), וואָס איז אַ מעין פון דעם גילוי דלעתיד38)), וואָס דאַן וועט זיך אויספירן די כוונת הבריאה — דירה לו יתברך בתחתונים.
ח. אַלע ענינים פון וועלט זיינען אָפּהענגיק פון אידן. דורך דעם וואָס אַ איד פּועל'ט אַן ענין ביי זיך, ווערט דאָס זעלבע אויפגעטאָן אויך אין וועלט38)). דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער אויפטו פון „ויסעו" אויף די) סברות פון די ד' כתות, איז ניט נאָר מצד דעם עילוי בהעבודה, נאָר אויך מצד דעם עילוי באדם העובד. דורך דער עבודה פון „ויסעו" דוקא — ווערט דער ענין פון קריעת ים סוף בנפשו, די באַהאַלטענע גטלעכקייט פון זיין נפש קומט אַרויס לגילוי, ובמילא טוט זיך אויף קריעת ים סוף אויך אין וועלט.
דער חילוק צווישן דער הנהגה פון די פיר סברות און דער הנהגה פון „ויסעו" איז אויך אין דעם, וואָס די פיר סברות קומען פון דעם שכל פון די אנשי הכתות אָבער אויף דער סברא פון „ויסעו" האָט זיך קיינער ניט געכאַפּט ביז משה רבינו האָט עס געזאָגט אין דעם אויבערשטנס נאָמען. (אַ ראי' דערצו איז אויך פון דעם וואָס אין מכילתא ווערט גערעדט נאָר וועגן פיר כתות, אויב עמעצען וואָלט איינגעפאַלן די סברא פון „ויסעו", וואָלט דאָך געווען אויך אַ פינפטע כתה).
און אויך דאָס איז אַ הוראה צו אַלע דורות: פון די פּראָבעס — צו וויסן אַז ס'איז כפי אמיתית רצון העליון; בשעת אַ איד הערט וועגן אַן אופן עבודה וואָס איז אים ניט איינגעפאַלן, אדרבה, דאָס איז גאָר היפך פון זיין טבע און היפך פון זיין רצון, וואָס דערפאַר לייגט זיך דאָס אויך ניט אָפּ886אין זיין שכל — איז קרוב לודאי, אַז דאָס איז דער סדר עבודה וואָס דער אויבערשטער וויל פון עם, וואָס דערי־3 בער האָט די השגחה העליונה אים 7 מזמין געווען צו הערן און זיך דערוויסן וועגן אַזאַ סאָרט עבודה.
אַ סדר עבודה וואָס לייגט זיך אָן
קיין האָרעוואַניע אויף זיין שכל און
ער האָט אין דעם אַ חיות, קען מען
ניט זיין זיכער צי דאָס קומט פון
הבהמית 37)); בשעת אָבער ער הערט
וועגן אַן עבודה וואָס איז היפך טבעו, איז משמע אַז דאָס קומט צו אים מלמעלה.
און וואָס מער אים ווילט זיך ניט דער סאָרט עבודה — אַלץ מער ראי' איז עס, אַז דאָס איז די עבודה וואָס איז נוגע צו אים ביחוד, וואָס דעריבער מאַכט אויף דער יצר הרע פאַרשידענע אָנשטרענגונגען, אַז די עבודה זאָל אים אָנקומען אַמשווערסטןח).
ט. עס איז דאָ אַ צד השוה פון די אַלע סברות פון די פיר פאַרשידענע
כתות, און דעריבער פּאָרט זיי דער
פסוק צונויף צוזאַמען; די אַלע סברות
זיינען געקומען מצד הטבע והשכל און
ביי זיי אַלע האָט געפעלט דער שלימות
הביטול און דער אַוועקלייג צו מכוון
זיין צום אמתית רצון העליון. און
וויבאַלד אַז עס האָט געפעלט אין
העובד — במילא איז אויך די עבודה
ס'איז געווען דער רצון העליון.
ביטול, אַז מ'וויל מכוון זיין צום רצון
37) ראה תו"א תולדות יס, סע"ב.
38) ראה לעיל פ' בראשית. העליון, איז דאַן דער אויבערשטער
מזמין און גיט אַריין בדעת האדם, אַז
ביי אים זאָל זיך אָנהערן אמיתית רצון
העליון, וואָס עס קומט כלל ניט מצד
דעם וואָס דורך דער עבודה פון „ויסעו" טוט זיך אויף קריעת ים סוף בנפשו; יעדער איד בפנימיות נפשו האָט דעם ביטול צום רצון העליון. מער ניט וואָס די מענטשלעכע טבע, געוואוינהייטן און שכל פאַרשטעלן אויף דעם. איז בשעת ער גייט אַוועק פון זיין מצרים אַלץ ווייטער, ער רעכנט זיך ניט מיט זיינע אייגענע ענינים און איז זיך מבטל צום רצון העליון — ווערט דאַן נתגלה פּנימיות נפשו (קריעת ים סוף שבנפשו). און דורך דעם ווערט אויך נתגלה דער אלקות וואָס איז פאַרבאַהאַלטן אין וועלט
הוי' דיבר" 89)).
פון יו"ד שבט (יום ההילולא של כ"ק
מו"ח אדמו"ר) אין פּרשת בשלח. אַלע
ענינים זיינען דאָך בהשגחה פּרטית.
זעט מען אויך, ווי די הנהגה פון דעם
רבי'ן בעל ההילולא און די הוראות
סדר פון — „ויסעו".
דער רבי האָט געמאָנט: ניט אָפּ־
שליסן זיך פון וועלט, ניט טאָן מיט
אַ געפיל פון עבודת פּרך, פון הכרח,
ניט זיין פאַרטרונקען נאָר מיטן מלחמה
האַלטן און ניט יוצא זיין בלויז מיט
39) ישעי' מ, ה.887תפלה און בטחון, נאָר טאָן מיט אַ מרץ און חיות אויף צו באַלייכטן די וועלט, צו ברענגען זי מיט אַ שריט נענטער צו מתן תורה — ביז צו גילוי טעמי תורה, פּנימיות התורה **), וואָס בשלימותן וועלן זיי נתגלה ווערן בביאת המשיח.
און דערצו קען מען צוקומען נאָר דורך קריעת ים סוף — גילוי ההעלם שבנפשו. אויב ער האָט געטאָן איין מאָל און נאָך אַמאָל און ער זעט נאָך אַלץ ניט אַז ער האָט עפּעס אויפגעטאָן צו מאַכן ליכטיקער אין וועלט, דאַרף ער וויסן, אַז דער חסרון איז אין אים; ער האָט נאָך ניט מגלה געווען פּנימיות נפשו, ער האָט נאָך ניט אויסגענוצט זיינע פאַרבאָרגענע כחות וואָס מ'גיט יעדער אידן אויף באַלייכטן זיך און די וועלט.
יב. עניני הנשמה ווערן נתגלה דורך תורה. די כחות הנעלמים שבנפש ווערן נתגלה דורך די ענינים הנעלמים שבתורה. איז דעריבער, אין די לעצטע
א. מען האָט שוין גערעדט מערערע מאָל, אַז דער אויפטו פון מתן תורה איז צו פאַרבינדן און פאַראיינציקן מעלה מיט מטה און מטה מיט מעלה. פאַר מתן תורה איז געווען די גזירה; „השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם"1)), רוחניות מיט גשמיות זיינען געווען צוויי באַזונדערע וועלטן וועלכע יאָרן, ווען מען האַלט שוין גאָר נאָענט צו ביאת וגילוי המשיח און מען דאַרף באַלייכטן און מגלה זיין דעם העלם פון דער גאַנצער וועלט (קריעת ים סוף שבעולם), דורך גילוי כחות הנעלמים שבנפשו (קריעת ים סוף שבנפש), האָט מען מלמעלה אָנגעהייבן מגלה זיין נסתר דתורה, אויך נסתר וואָס אין דעם נגלה שבתורה, ביז בדורנו דורך דעם רבי'ן בעל ההילולא, — כמה הוראות וענינים אין תורה וואָס זיינען ביז איצט געווען באַהאַלטן, (וכלשון המאמר ד"ה באתי לגני, שבשביל נצוח המלחמה מגלים אוצרות הכמוסים וחתומים מדור דור), וואָס דורך דעם אַלעם ווערט נתגלה דער אוצר של יראת שמיםמא) שבנפש האדם, ובכח זה, איז מען מנצח די מלחמה, אַז עס שפּאַלט זיך דער העלם והסתר דלעומת זה; עס ווערט נתגלה דער כח אלקי שבהבריאה, ביז אַז וראו כל בשר (אפילו), בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.
האָבן זיך ניט געקענט צוזאַמענקומען. און ביי מתן תורה האָט דער אויבערשטער די גזירה מבטל געווען ואני המתחיל, און האָט געגעבן אידן דעם כח, דורך קיום המצוות, צו באַהעפטן און פאַראיינציקן גשמיות (ארץ) מיט רוחניות (שמים).
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-3g2npt9m