Likkutei Sichos
Pekudei
933פּקו — י
א. ווי אַלע ענינים פון תורה, איז אויך די פאַנאַנדערטיילונג פון די סדרות ניט בדרך מקרה ח"ו נאָר בדיוק ובכוונה, דאָס הייסט, אַז יעדער סדרה האָט איר באַזונדערע נקודה (ניט אַז צוליב דער גרויסער כמות האָט מען געמוזט איינטיילן די תורה אין סדרות. אויך דער נאָמען פון יעדער סדרה איז ניט דערפאַר וואָס די סדרה הויבט זיך אָן מיט דעם וואָרט, נאָר פאַרקערט — אין דעם נאָמען איז מרומז דער אינהאַלט פון נקודת הפּרשה און דערפאַר איז ראש ותחלת הסדרה דער וואָרט).
דאָס איז וואָס ס'שטייט אין זהר1)) אַז עס זיינען פאַראַן ג"ן (53) סדרים דאורייתא. איז דאָך מובן אַז די ג"ן
1) ח"א קד, ב. ת"ז תי"ג (כט, רע"ב).
סדרות פון תורה איז אַ מספּר מדוייק יעדן יאָר, אויך אין די יאָרן אין וועלכע געוויסע סדרות ווערן געלייענט צוזאַמען. וואָרום די חלוקת הסדרות איז מצד זייערע באַזונדערע ענינים, וואָס יעדער סדרה האָט איר באַזונדער נקודה, נאָר — אַמאָל לייענט מען934יעדער נקודה אין אַ באַזונדער וואָך, און אַמאָל, ווען צוויי סדרות זיינען מחוברות, לייענט מען צוויי נקודות אין איין וואָך.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז די פּרשיות ויקהל און פּקודי — אַפילו אין די יאָרן ווען מען לייענט זיי צוזאַמען — האָבן זיי צוויי באַזונדערע נקודות. הגם ביידע פּרשיות ריידן וועגן עשיית המשכן וכליו (די פּרשיות תרומה און תצוה ריידן וועגן דעם ציווי פון דעם אויבערשטן צו מאַכן דעם משכן וכליו, און פּרשיות ויקהל פּקודי ריידן וועגן עשיית המשכן וכליו ווי די אידן האָבן זיי געמאַכט דאָ למטה) 1)), דאָך פאַרמאָגן זיי אין זיך צוויי פאַרשידענע נקודות (אַזוי ווי פּרשיות תרומה און תצוה, וואָס ס'איז דאָך פּשוט אַז זיי דריקן אויס צוויי באַזונדערע נקודות — וויבאַלד מען ליינט זיי אַלע יאָר באַזונדער — כאָטש זיי ריידן ביידע וועגן דער זעלבער זאַך, ציווי אויף עשיית המשכן וכו').
ב. דער חילוק צווישן דעם אינהאַלט פון פּ' ויקהל און דעם אינהאַלט פון פּ' פּקודי איז: אין פּ' ויקהל דערציילט זיך ווי משה האָט צוזאַמענגקליבן די אידן און זיי איבערגעגעבן דעם אויבערשטנס אָנזאָג צו מאַכן דעם משכן און זיינע כלים, און ווי די אידן האָבן געטאָן ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן. פּ' פּקודי דערציילט ווי משה האָט געמאַכט דעם חשבון פון אַלע נדבות המשכן, זהב וכסף וגו' אויף וואָס זיי זיינען פאַרנוצט געוואָרן; ווי מ'האָט געזאַלבט דעם משכן און די כלים מיטן שמן המשחה, ווי מ'האָט דאָרט מקריב געווען קרבנות, און ווי אַזוי דאָס האָט גע'פּועל'ט די המשכה מלמעלה — „וכבוד הוי' מלא את המשכן").
ד. ה. אַז די נקודה פון פּ' ויקהל איז עבודות הנבראים, ווי אידן האָבן געבויט דעם משכן בממונם, בגופם ובנפשם. בממונם; י"ג (ט"ו) דברים וואָס זיי האָבן מנדב געווען; בגופם; די טרחה מיטן גוף צו בויען דעם משכן וכו'; בנפשם די „נשאו לבו, נדבה רוחו, חכמת לב" וואָס איז דערביי באַנוצט געוואָרן. אָבער נאָך דעם אַלעם איז עס ניט מער ווי עבודת הנבראים — דער חידוש און די נקודה פון פּ' פּקודי איז די המשכה מלמעלה, „וכבוד הוי' מלא את המשכן".
און הגם אַז אויך די עשי' און עבודה935וואָס רעדט זיך אין פּ' ויקהל האָט ממשיך געווען גילוי אלקות מלמעלה — ווייל יעדער עבודה רופט דאָך אַרויס אַ המשכה מלמעלה — האָט אָבער יענע המשכה פון פּ' ויקהל אינגאַנצן קיין ערך ניט צו דעם גילוי אלקות פון „וכבוד הוי' מלא את המשכן" וואָס איז נמשך געוואָרן דורך דער עבודה פון שמן המשחה און עבודת הקרבנות שבפּ' פּקודי.
וואָרום אויך אין די פאַלן ווען „הזמנה מילתא היא"ח) (די צוגרייטונג אַליין איז שוין אַ זאַך), איז דאָך אָבער ידוע)) אַז די המשכת אלקות דורך באַשטימען און צוגרייטן אַ דבר גשמי פאַר אַ מצוה איז ניט בערך צו דער המשכה וואָס ווערט נמשך דורך קיום המצוה בפועל; און נאָכמער איז עס אַזוי בנוגע דעם בויען און צוגרייטן דעם משכן וכליו פון פּ' ויקהל, וואָס זיי ווערן ניט נתקדש ביז מען איז זיי מושח מיטן שמן המשחה (אדער דורך עבודה)17)), איז דאָך זיכער אַז דער גילוי מלמעלה דורך דער הזמנה און הכנה איז לגמרי ניט בערך צו דער המשכה וגילוי אלקות פון פּ' פּקודי, וואו עס איז שוין געווען די משיחה און עבודה.
און דאָס זיינען די נקודות פון די פיר סדרות בנוגע דעם משכן וכליוט); אין פּ' תרומה און תצוה רעדט זיך וועגן דעם ציווי הקדוש ברוך הוא אויפן משכן וכליו — די אתערותא דלעילא וואָס איז פאַר דער אתערותא דלתתא און גיט אַ כח צו איר (נאָר אין דעם גופא זיינען פאַראַן צוויי נקודות, דער ציווי אויף מאַכן דעם משכן וכליו — אין פּרשת תרומה און דער ציווי צו מאַכן די בגדי כהונה — אין פּרשת תצוה)); אין פּ' ויקהל רעדט זיך וועגן דעם ציווי משה לישראל און זייער מקיים זיין דעם ציווי — עבודת הנבראים ואתערותא דלתתא און אין פּ' פּקודי — די העכערע מדריגה פון אתערותא דלעילא וואָס נאָך דער אתערותא דלתתאי).
936ג. אָבער ניט געקוקט אויף דעם וואָס די המשכה פון פּ' ויקהל קומט לגמרי ניט צו דער המשכה פון פּ' פּקודי — לייענט מען פונדעסטוועגן ברוב השנים ביידע סדרות צוזאַמען, וואָרום ווען ס'איז ניטאָ קיין צייט, מוז מען זיך אַיילן, מען מוז אַריינכאַפּן אין איין וואָך, דאָס וואָס ער דאַרף נעמען צוויי וואָכן.
מיינט מען דאָ ניט, אַז מען זאָל אַרויסגיין פון זמן, וואָרום דער גאַנצער ענין פון משכן ומקדש איז דאָך „דירה בתחתונים", אין זמן ומקום; נאָר מען מיינט אַז אין זמן גופא זאָל מען ניט שטיין אַזויפיל אין הגבלה — אין זמן גופא זאָל זיך הערן אַ פּעולה פון למעלה מהזמןב).
ד. די פּעולה פון למעלה מן הזמן אין זמן, חיבור פון מעלה מיט מטה, דריקט זיך אויס אויך אין דעם חיבור פון די סדרות צוזאַמען — ויקהל מיט פּקודי. די נקודה פון ויקהל איז עבודת הנבראים, און די נקודה פון פּקודי איז המשכה מלמעלה, און דער אויפטו אין דעם, אַז מען דאַרף מחבר זיין ביידע צמאַמען. און דאָס איז אַ הקדמה והכנה צו דעם גילוי פון לעתיד, אַז עס וועט זיי „ושמתי כדכד, כדין וכדין"18)).
ה. נאָך אַ הוראה פון חיבור פּ' ויקהל מיט פּ' פּקודי איז2 צווישן דעם ציווי פון דעם אויבערשטן צו משה'ן וועגן מאַכן דעם משכן וכליו (אין פּ' תרומה און תצוה) און דעם ציווי פון משה'ן צו אידן וועגן מאַכן דעם משכן וכליו און זייער טאָן דאָס בפועל, (אין ויקהל און פּקודי) — קען אַמאָל זיין אַ זאַך וואָס זאָל מפסיק זיין און שטערן אין דעם — די ענינים וועלכע ריידן זיך בפ' תשא148)). בשעת אָבער דער ציווי קומט שוין אַראָפּ למטה דורך משה רבינו (אין פּ' ויקהל), ווערט דאַן באַלד דורכגעפירט די עשיית המשכן וגמר ההמשכה (חיבור ויקהלפקודי).
אין די מערהייט יאָרן גייען די צוויי פּרשיות צמאַמען — „ואזלינן בתר רובא". אפילו בשעת דער יצר הרע מישט זיך אַריין און עס קען געדויערן נאָך עטלעכע טעג, איז אָבער קיין אַנדער ענין ניטאָ אין מיטן — ס'איז דאָך לא ידח ממנו נדח, איז ווי דער ענין ווערט נאָר נתגלה דורך משה רבינו „ואתפשטותי' דמשה בכל דרא ודרא"יד), וועט זיך דער ענין זיכער937אויפטאָן. ציווי פון משה לישראל איז דער ציווי אַליין שוין אויך אַ הבטחה 1)), אַז דער ענין וועטַ זיך זיכער אָפּטאָן, ד.ה. אַז עס וועט זיכער זיין די עבודה פון אידן, און עס וועט זיכער ברענגען דעם וכבוד הוי' מלא את המשכן 18)).
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-fwvem2qd