עברית
Library

Likkutei Sichos

Shvi'i shel Pesach

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

966שביעי של פּסח

דער מדרש דערציילטא), אַז בשעת קריעת ים סוף זיינען פון דעק פון ים אַרויסגעוואַקסן ים־בוימער, וואָס האָבן געטראָגן פּירות, און די קינדער האָבן געריסן פּירות פון די בוימער און זיי געגעבן צו די פייגעלעך וואָס האָבן מיטגעזונגען)) מיט די אידן בעת זיי האָבן געזאָגט שירה.

ס'איז אַ כלל))א „לא עביד קודשא בריך הוא ניסא למגנא" (דער אויבערשטער מאַכט ניט אַ נס אומחיסט). דער טעם אויף דעם איז, ווייל טבע איז דאָך אַ בריאה פון דעם אויבערשטן, (כאָטש אַז טבע איז מעלים אויף אלקות, ווי חסידות)) איז מבאר אַז „טבע" איז פון לשון „טובעו בים סוף" פּונקט ווי אַ זאַך וואָס איז פאַרזונקען אין וואַסער, פאַרדעקט דאָך דאָס וואַסער אויף דער זאַך וואָס געפינט זיך אין דעם און עס זעט זיך בלויז דאָס וואַסער, אַזוי פאַרדעקט אויך די טבע פון וועלט אויפן חיות אלקי וואָס באַלעבט איר; ד"ה, אַז הגם דער אויבערשטער איז דאָך „מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית", איז אָבער מצד דער טבעהנהגה פון „עולם כמנהגו נוהג")), די וועלט פירט זיך אַלעמאָל אין זעלבן אופן, קען זיך אויסדוכטן אַז ח"ו אין מנהיג לבירה, און זי פירט זיך פון זיך אַליין — אָבער באמת איז דאָך טבע אַליין אויך אַ בריאה פון אויבערשטן) וכמ"ש)) „חוקות שמים וארץ גו' שמתי", די נאָטור־געזעצן פון שמים וארץ — זאָגט דער אויבערשטער — האָב איך איינגעשטעלט, און ס'איז דאָ אַ כוונה אין דעם סדר פון הנהגת הטבע. וואָס דעריבער מאַכט דער אויבערשטער ניט קיין נס, שינוי הטבע, אויב ס'איז ניט מוכרח, בכדי ניט צו שטערן די סדרי הטבע.

דעריבער איז ניט פאַרשטאַנדיק*)) צוליב דער הצלה פון די אידן וואָלט דאָך געווען גענוג דער עצם נס פון קריעת ים סוף. צוליב וואָס האָט נאָך געדאַרפט זיין אַ נס נוסף, אַז עס זאָלן אויסוואַקסן בוימער, און אַז די בוימער זאָלן געבן פּירות באַלד ביי זייער באַשאַפן ווערן — ניט ווי דער סדר פון טבע, אַז עס נעמט אַ משך זמן פון דעם פאַרפלאַנצן דעם בוים ביז עס הויבן אָן צו וואַקסן אויף אים פּירות, און ערשט דאַן געדויערט צייט ביז די פּירות זיינען ראוי לאכילה, און דאָ זיינען אויסגעוואַקסן באַלד אויפן אָרט בוימער מיט פאַרטיקע פּירות, וואָס מ'האָט געגעבן די פייגעלעך.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין וואָס דער עצם נס פון קריעת ים סוף איז ניט געווען אין אַן אופן, אַז דאָס וואַסער פון ים האָט זיך אויסגע־967טריקנט, ס'איז געוואָרן אויס ים, נאָר דער נס איז געווען, אַז די וואַסערן פון ים זיינען פאַרבליבן, זיך געשפּאָלטן און זיינען געוואָרן אַ מויער פאַר די אידן פון זייערע ביידע זייטן — „והמים להם חומה מימינם ומשמאלם". איז ניט מובן; עס וואָלט דאָך געווען גענוג דער נס אַז אידן זאָלן גיין אין טריקעניש אין דעם ים, צוליב וואָס האָט געדאַרפט זיין נאָך אַ נס אַז די מים זאָלן ווערן אַ חומה*1))?

מוז מען זאָגן, אַז דער נס פון „והמים להם חומה מימינם ומשמאלם" (און אַזוי אויך דער נס פון די פרוכטבוימער אין ים) איז ניט קיין צוגאָב־נס, נאָר דאָס איז געווען אַ טייל פון דעם עצם ענין קריעת ים סוף. דערפאַר איז אין סיפּור פון קריעת ים סוף, דערציילט די תורה צוויי מאָלז וועגן די וואַסערן וואָס זיינען געוואָרן אַ חומה; איין מאָל, באַלד ווי די אידן זיינען אַריין אין ים — „ויבואו בני ישראל בתוך הים ביבשה והמים להם חומה מימינם ומשמאלם", און דעם צווייטן מאָל, נאָך דעם ווי די אידן זיינען שוין דורכגעגאַנגען דעם ים און די מצריים זיינען געוואָרן דעטרונקען — „ובני ישראל הלכו גו' והמים להם חומה מימינם ומשמאלם", וואָס דאָס איז אַ באַווייז אַז „והמים להם חומה מימינם ומשמאלם" איז געווען נוגע דעם גאַנצן זמן פון זייער גיין בתוך הים ביבשה, פון זייער אַריינגיין אין ים ביז זייער אַרויסגיין פון ים.

ב. אויף דעם פּסוק „והמים להם חומה מימינם ומשמאלם", זאָגט די מכילתא)), אַז ס'איז דאַן געווען אַ קטרוג אויף אידן; „בני אדם עובדים עבודה זרה מהלכים ביבשה בתוך הים", פון די אידן זיינען דאַן געווען עובדי עבודה זרה, איז געווען דער קטרוג; פאַרוואָס קומט זיי אַז זיי זאָלן ניצול ווערן דורך אַ נס? מיט וואָס זיינען זיי בעסער פון די מצריים, „אלו עובדי עבודה זרה ואלו עובדי עבודה זרה"ח). און די מכילתא פירט אויס; „מי גרם להם לישראל להנצל — מימינם ומשמאלם — מימינם, בזכות התורה שעתידין לקבל שנאמר מימינם אש דת למו, ומשמאלם זו תפלה". און נאָך אַ גירסאי) ; „ומשמאלם זו תפלין". ד. ה. אַז תורה און תפלה (אָדער תפלין), די צוויי קוין, ימין און שמאל, זיינען געווען די „חומה" וואָס האָט באַשיצט די אידן פון ביידע זייטן און זיי געראַטעוועט.

איז ניט פאַרשטאַנדיק; צוליב וואָס האָט מען געדאַרפט האָבן אַ „חומה", אַ זכות, וואָס זאָל באַשיצן די אידן פון ביידע זייטן, מימינם ומשמאלם, פאַרוואָס איז ניט געווען גענוג פאַר זיי איין זכות? ובפרט דער זכות „מימינם" וואָס גייט אויף דער „תורה שעתידין לקבל", און ביי מתן תורה האָט דאָך דער אויבערשטער אויסדערוויילט די אידן פון אַלע פעלקער (וואָס דערפאַר, בשעת מען זאָגט אין ברכות קריאת שמע „ובנו בחרת מכל968עם ולשון", דאַרף מען מכוון זיין אַז דאָס גייט אויף מתן תורה)יא), וואָס אָט די בחירה איז דאָך אויך אין דעם גוף הישראליכח), און ער איז אַנדערש פון גופי אומות העולםיח), און (דער קיום פון) זייערע גופים זיינען פון ג' קליפּות הטמאותכד) און (דער קיום פון) אידישע גופים זיינען פון קליפּות נוגה

— וואָס דער חילוק צווישן קליפּת נוגה און ג' קליפּות הטמאות איז אַ חילוק באין ערוך, על דרך ווי דער חילוק צווישן קליפּה און קדושה. וואָרום ג' קליפּות הטמאות קענען ניט עולה זיין צו קדושה און קליפּת נוגה קען דאָך עולה זייןיח), הייסט דאָך דאָס, אַז בכח איז קליפּת נוגה אַן ענין פון קדושה. נאָך מערער, דער בכח וועט דאָך זיכער קומען לפּועל, וואָרום די ניצוצות הקדושה פון נוגה וועלן דאָך זיכערי) עולה זיין לקדושה, כמ"שיז) „לא ידח ממנו נדח". און כאָטש אַז נוגה קען יורד זיין לפי שעה אין ג' קליפּות הטמאות, איז עס אָבער ניט מער ווי לשעה, אָבער סוףלסוף וועלן זיי עולה זיין לקדושה —

און וויבאַלד אַז מצד מתן תורה אַליין זיינען שוין אידן אָפּגעטיילט בחילוק עיקרי ויסודי פון אומות העולם, איז דאָך גענוג דער זכות פון מתן תורה צו אַראָפּנעמען די טענה פון „אלו עובדי עבודה זרה כו' ואלו כו'" — צוליב וואָס האָט מען געדאַרפט אָנקומען אויך צום זכות פון תפלה אָדער תפלין?

ג. אין קריעת ים סוף זיינען געווען צוויי זאַכןי) ; א) בשעת קריעת ים סוף האָט זיך פאַרענדיקט די יציאה פון מצרים, וואָרום פאַר קריעת ים סוף, אַפילו נאָך דעם ווי די אידן זיינען אַרויס פון מצרים און אַפילו נאָכדעם ווי זיי זיינען צוגעקומען צו „פּי החירות"י), זיינען זיי נאָך אַלץ נאָכגעיאָגט געוואָרן פון פּרעה וחילו, און ערשט ביי קריעת ים סוף האָט זיך פאַרענדיקט און ס'איז דערגענצט געוואָרן די יציאה פון גלות מצרים. ב) קריעת ים סוף איז געווען אַ הכנה צו מתן תורהכ), ווי ס'איז מבואר דער ענין בכמה מקומות אין חסידותיא), אַז קריעת ים סוף איז געווען ניט בלויז צוליב הצלת ישראל, ווייל די הצלה פון די אידן האָט געקענט זיין אויך אויף אַן אַנדער אופן, ו"כמה דרכים למקום"; אויך איז עס ניט געווען צוליב זייער ווייטערדיקן גיין אין מדבר, ווייל באותו צד שירדו באותו צד עלו*8)) (אויף דעם זעלבן זייט ים וואָס די אידן זיינען אַריין אין ים סוף, זיינען זיי אַרויסגעגאַנגען) — נאָר ס'איז געווען אַ הכנה צו מתן969תורה2 דורך מתן תורה האָט זיך דאָך אויפגעטאָן דער חיבור פון מעלה מיט מטהכח), איז די הכנה צו דעם געווען — הפך ים ליבשה; דער כח אלקי וואָס איז פאַרדעקט אין דער בריאה — „ים" (אַזוי ווי דער ים פאַרדעקט אויף אַלץ וואָס געפינט זיך אין אים) איז אַרויסגעקומען בגילוי — „יבשה". (נאָר בשעת קריעת ים סוף איז אָט דער גילוי געווען באופן כללי און צייטווייליק, און דאָס איז געווען אַ הכנה צו דעם, אַז בשעת מתן תורה האָט מען געגעבן יעדער אידן דעם כח צו מחבר און מגלה זיין אלקות, מעלה, מיט מטה, דורך תורה ומצוות אין אַ קביעות'דיקן אופן).

אַלע ענינים פון וועלט (וואָס בראשית ברא — בשביל ישראל שנקראו ראשית)כד) זיינען פאַרבונדן מיט (ראשית) אידן. יעדער פּעולה פון אַ אידן מיט און ביי זיך, פּועל'ט אַז דאָס זעלבע זאָל אויפגעטאָן ווערן אויך אין וועלטכח). פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס ביי קריעת ים סוף איז נתגלה געוואָרן די טלעכקייט וואָס איז פאַרבאָרגן אין וועלט, איז עס פאַרבונדען מיט דעם וואָס ביי אידן איז אַנטפּלעקט געוואָרן דער אלקות וואָס איז געווען באַהאַלטן אין זייער נשמה.

און דערפאַר האָט געמוזט זיין די „חומה מימינם ומשמאלם", סיי דעם זכות פון תורה (ימין) און סיי דעם זכות פון תפלה אָדער תפלין (שמאל)יח), ווייל דוקא דורך דער עבודה אין ביידע קוים — ימין און שמאל, איז מען מגלה די באַהאַלטענע ־טלעכקייט פון דער נשמה.

אויב די עבודה איז נאָר אין איין קו, אפילו ווען אין דעם קו טוט ער די עבודה מיט אַלע זיינע כחות ביז צו מסירת נפש, קען אָבער זיין אַז ער טוט דאָס נאָך אַלץ מצד הטבע, צי די טבע פון נפש הבהמית אָדער אפילו די טבע פון נפש האלקית, אָבער אַלץ מצד דעם וואָס בטבעו ציט אים צו דער סאָרט עבודה. ווען דריקט זיך אויס דער אמת'ער ביטול און איבערגעגעבנקייט פון אַ אידן צום אויבערשטן אין אַן אופן ער זאָל אַרויס פון זיין אייגענעם „איך" —970בשעת ער דינט דעם אויבערשטן אין צוויי קוין הפכיים. אזא עבודה קען ניט זיין מצד הטבע (וואָרום מצד זיין טבע איז דאָך אַ מענטש באַגרענעצט צו איינעם פון די צוויי קוים), נאָר מצד זיין איבערגעגעבנקייט בתכלית צום אויבערשטןלז).

ובמילא, איז דוקא דורך דער עבודה פון אידן אין ביידע קוים סיי „מימינם" סיי „משמאלם", דריקט זיך אויס זייער איבערגעגעבנקייט צום אויבערשטן אין אַן אופן וואָס איז איבער די גרענעצן פון זייער טבע און מציאות, וואָס דאָס קומט מצד דער באַהאַלטענער טעקייט פון יעדער אידישע נשמה, וואָס איז חלק אלקה ממעל ממש.

און וויבאַלד אַז די הנהגה פון דער גאַנצער וועלט איז אָפּהענגיק פון דער עבודה פון אידן, איז דורך דעם וואָס אידן האָבן ביי זיך גע'פּועל'ט, אַז ס'זאָל נתגלה ווערן דער העלם פון זייער נשמה, וואָס האָט געבראַכט דערצו אַז זייער עבודה איז געווען אין ביידע קוים, (אָדער דער זכות וואָס „עתידין", זיי וועלן פּועל'ן) — האָט עס גע'פּועל'ט אויך אין וועלט, אַז דער ים, העלם, איז אַרויס בגילוי און איז געשטאַנען ווי אַ מויער פון ביידע זייטן — מימינם ומשמאלם. ס'איז ניט געוואָרן אויס ים (אויסגעטריקנט), נאָר די מים זיינען א) געוואָרן יבשה, דער העלם איז אַרויס בגילוי, און ב) געוואָרן אַ חומה מימינם ומשמאלם.

ד. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין; דער אויבנדערמאָנטער ביאור איז דאָך נאָר בנוגע דעם צווייטן ענין וואָס איז געווען ביי קריעת ים סוף — הכנה צו מתן תורה, אָבער בנוגע צו ראַטעווען זיך פון די מצריים — אָרפּנעמען דעם קטרוג פון „אלו כו' ואלו כו'" — וואָלט דאָך לכאורה געווען גענוג אויך דער זכות פון איין סאָרט עבודה, ובפרט דער זכות פון מתן תורה וואָס דורך דעם האָט זיך אויפגעטאָן די בחירה מכל העמים. פאַרוואָס דערציילט די תורה אַז „והמים להם חומה מימינם ומשמאלם", ניט בלויז ביי דעם המשך וגמר קריעת ים סוף, נאָר אויך ביי דער התחלה — „ויבואו וגו'", וואָס דאָס איז דאָך נוגע נאָר צו דער הצלה און יציאה פון גלות מצרים?

איז דער ביאור אין דעם: דער תכלית פון יציאת מצרים איז מתן תורה. דערפאַר איז באַלד ביי דעם ערשטן מאָל וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו וועגן יציאת מצרים האָט ער אים געזאָגט וועגן מתן תורה — „בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה"לח), און אַזוי אויך באַלד אין דעם ערשטן דיבור פון מתן תורה ווערט דערמאָנט יציאת מצרים — „אנכי הוי' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים".

און דעריבער האָט דער גמר היציאה ממצרים — וואָס דאָס איז געווען, כנ"ל, בהתחלת קריעת ים סוף — געדאַרפט זיין אין אַזאַ אופן וואָס זאָל קענען ברענגען, זיין מעין הענין פון מתן תורה. ניט בלויז האָבן זיך די אידן געדאַרפט ראַטעווען פון קליפּת מצרים (וואָס דאָס האָט געקענט זיין דורך עבודה אין איין קו, כפי הגבלת הטבע, ווייל אויך דורך אַזאַ עבודה גייט מען אַרויס פון רע), נאָר זיי האָבן געמוזט אַרויסגיין אינגאַנצן971אר תר אר באדא עם דקר אר אאר קגר אר מבע אר מא אות אר

דעריבער האָט די „חומה מימינם

ומשמאלם" געדאַרפט זיין אויך באַלד שטיין וואָס עס איז אַ מצוה צו

דערמאָנען יציאת מצרים יעדן טאָגא),

ה. אַ טיפערער ביאור אין דעם: און דאָס דאַרף טאָן יעדער איד, סיי

דורך דער עבודה בלויז אין איין קו' דער וואָס איז נאָך נידעריקער פון אַ

איז ניט נאָר וואָס מען קומט ניט צו בינוני און סיי דער וואָס איז אַ צדיק

צום תכלית (הכנה צו מתן תורה), גמור — ביי אַלעמען און יעדער טאָג,

נאָר עס פעלט אויך אין דער יציאה איז עס די זעלבע מצוה.

מילא דאָס וואָס אויך אַ צדיק גמור

יעדע זאַך וואָס איז דאָ למטה האָט דאַרף אַלע טאָג דערמאָנען יציאת

אַ שורש למעלהמ). דער שורש פון מצרים, איז פאַרשטאַנדיק. וואָרום אַ

מצרים דלעומת זה, וואָס שטערט צו איך דאַרף זיך דאָך פאַרבינדן מיטן תורה ומצוות, און די אפשריות אויף אויבערשטן, וואָס ער איז אין־סף דעם מצרים, איז מצרים דקדושה איז ווי הויך דער צדיק זאָל ניט מצרים דקדושה מיינט אַז מען דינט שטייגן אין זיין עבודה, איז עס לגבי דעם אויבערשטן אין אַן אופן פון אַ העכערער מדריגה נאָך אַלץ אן מיצר וגבול, הגבלת הטבעא), כנ"ל — ענין פון מצרים וגבולים, און דעריטבע פון נפש הבהמית, אָדער — בער דאַרף ער אַלע טאָג אַרויסגיין

פון דעם מיצר וגבול אין וועלכן ער

דעריבער איז אויב מען דינט דעם געפינט זיך, און גיין העכער.

אויבערשטן אין אַ באַגרענעצטן אופן

באוארבט ון מצרים דלומת ז ן א זדיק גמר, ואס איך יי

כאָטש אַז אין איצטיקן מאָמענט איז „מצרים" איז אַ מדריגה נעלית פון

ער אַרויס פון מצרים דלעומת זה", ער קדושה, מיט דער יציאה פון מצרים

האָט עס ביי זיך מבטל געווען, איז אין אַ נידעריקערער דרגא, ביז דער

וויבאַלד אַז דער שורש דערפון (מצ־יציאה פון מצרים דלעומת זה פון ג'

רים דקדושה) איז נאָך פאַרבליבן' קליפות הטמאות לגמרי, און זאָגן אַז

קען עס נאָך אַמאָל זיין „חחר וניעור". די אַלע זיינען מקיים די זעלבע

די וועג צו באַוואָרענען זיך פון מצרים מצוה?

דלעומת זה, איז אַרויסגיין אויך פון

מצרים דקדושה — דינען דעם אוי־ די העכסטע מדריגה פון יציאת מצרים

בערשטן אין אַלע קוים, „מימינם איז פאַרבונדן מיט יציאת מצרים

דלעומת זה; אויב אַ צדיק גמור זאָל

א מת א א מ מ אאת רח ב מר ר.

(דלהעו"ז).

אמ מא "א מארמר מ ד972האַלט און ער דאַרף ניט גיין העכער, ער וועט זיך אָפּשטעלן ביי „מצרים" דקדושה אפילו אין אַ גאָר הויכער מדריגה, איז אָבער, ווי געזאָגט פריער, מצרים דקדושה אַ שורש (אמת טאַקע — בהשתלשלות רבות מאד) און נתינת מקום צו מצרים דלעומת זה. דער וועג צו באַוואָרענען זיך פון מצרים דלעומת זה איז, עס זאָל ניט זיין קיין אָפּשטעל, קיין הגבלה אין עבודת ה', אַז שטענדיק, יעדן טאָג זאָל די עבודה זיין אין אַלץ אַ העכערן אופן. ווי הויך מען זאָל ניט זיין היינט, דאַרף יעדן טאָג זיין די החלטה — ווי דער רבי האָם דערציילטלח) די הנהגה פון חסידים, אַז זיי פלעגן זאָגן — אָה, מאָרגן דאַרף מען אויפשטיין גאָר אַן אַנדערער.

ז. על פּי זה וועט אויך ווערן פאַרענטפערט, וואָס ביי קריעת ים סוף זיינען אויסגעוואָקסן אילנות מיט פאַרטיקע פּירות, וואָס זיינען געווען ראוי פאַר פייגעלעך — וואָרום דאָס איז ניט געווען אַ צוגאָב־נס נאָר אַ פּרט און פון דעם תוכן הנס פון קריעת ים סוף;

אין אַ קערנדל, וואָס מ'פאַרפלאַנצט אין דער ערד, געפינט זיך שוין דער גאַנצער בוים מיט אַלע פּירות וועלכע עס וואַקסן אויס פון אָט דעם קערנדלד). ניט מער, וואָס איצט געפינט זיך דאָס אַלץ אין דעם גרעין בהעלם, און עס דאַרף נעמען צייט ביז דאָס קומט אַרויס און ווערט אַנטפּלעקט (און וואָס די פּירות זיינען בעסערע, אַלץ מער צייט דאַרף עס נעמען). נאָך מערער: אפילו אין דעם כח הצומח וואָס אין דער ערד געפינט זיך בהעלם אַלץ וואָס עס וועט אויסוואַקסן פון אים (וואָרום די צמיחה פון כח הצומח איז ניט קיין אמת'ע התחדשות יש מאין)לח).

בשעת קריעת ים סוף האָבן אידן גע'פּועל'ט מיט זייער עבודה אַז עס זאָל נתגלה ווערן דער העלם ניט נאָר ביי זיך אַליין נאָר אויך אין דעם חלק פון וועלט וואָס האָט געהאַט אַ שייכות צו זיי. איז בכדי אַז אידישע קינדער זאָלן קענען שפּייזן די פייגעלעך וועלכע האָבן מיטגעזונגען מיט די אידן, זיינען נתגלה געוואָרן די אילנות נושאי פּירות וועלכע האָבן זיך געפונען בהעלם אין דעם כח הצומח וואָס אויפן דעק פון ים, און אויך (די גרעינים און) די פּירות וועלכע זיינען געווען בהעלם אין (די גרעינים שבהעלם פון) די אילנות.

ח. דער דעק פון ים איז ערה, דומם, דער נידעריקסטער פון די סוגי הנבראים. דאָס מיינט אַז דער „גילוי ההעלם" ביי קריעת ים סוף, איז געווען אפילו אין דומם) פון דעם דומם זיינען אויסגעוואַקסן אילנות ופּירות — צומח, וועלכע זיינען געווען אַ מאכל ראוי פאַר פייגעלעך, און געוואָרן דם ובשר כבשרם — זייער בלוט און פלייש — חי, וואָס די פייגעלעך האָבן מיטגעזונגען מיט די אידן — מדבר, און די אידן האָבן געזונגען שירה צו דעם אויבערשטן (וואָס דאָס איז דער תכלית פון מדבר צו נכלל ווערן אין אלקות)ח).

973דאָס הייסט; ביי קריעת ים סוף איז נתגלה געוואָרן דער העלם פון דעם דומם, ביז אַז ער זאָל קענען נכלל ווערן — דורך צומח, חי און מדבר — אין אלקות.

ט. אַלע סיפּורים פון תורה זיינען אַ הוראה פאַר אונזער עבודה אין טאָגטעגלעכן לעבן, ובפרט די פּרטים פון די פּאַסירונגען פון קריעת ים סוף, וואָס מען דאַרף יעדער טאָג דערמאַָנעןיז).

יעדער טאָג דאַרף אַ איד פּועל'ן ביי זיך צו אַנטפּלעקן דעם העלם וואָס אין זיין נשמה, און דאָס דריקט זיך אויס אין דינען דעם אויבערשטן אָן הגבלות, אין אַלע קוים, „מימינם ומשמאלם". און דאַן איז ניט נאָר וואָס ער איז באַוואָרנט פון מצרים דלעומת זה, נאָר עס פירט זיך ביי אים אויס דער תכלית פון יציאת מצרים; הכנה צו מתן תורה, און נאָך מער, הכנה צו דער גאולה העתידה — וכמאמר רז"ל „אלמלא חטאו"לח) וואָלט יציאת מצרים געווען אַ גאולה שלימה — וואָס דאַן וועט נתגלה ווערן דער אלקות וואָס איז באַהאַלטן אפילו אין אַ דומם 48)), אַזוי ווי ס'איז געווען ביי קריעת ים סוף, אַז ס'איז נתגלה געוואָרן אויך דער העלם שבדומם.

נאָר ביי קריעת ים סוף, ווי געזאָגט פריער, איז דער גילוי געווען לפי שעה, דאָס האָט אָבער געגעבן אַ כח אַז נאָך מתן תורה זאָלן אידן קענען אויפטאָן דורך עבודה די זעלבע גילויים פון קריעת ים סוף אין אַן אופן קבוע. דערפאַר זיינען ביי גרויסע צדיקים געווען אָט די גילויים, אַז דורך זייער עבודה האָבן זיי אויך אין דומם געזען דעם אלקות וואָס אין אים (כידוע וואָס דער אַלטער רבי האָט אַמאָל געזאָגט, קוקנדיק אויף אַ קורה (באַלקן) ; איך זע איצט נאָר דעם אלקות וואָס איז אים מחי'מ)), און בקרוב ממש וועט עס נתגלה ווערן צו אַלעמען — „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר גו' כי פי הוי' דיבר"מא), אַז עס וועט אַנטפּלעקט ווערן און מ'וועט זען דעם דבר הוי' וואָס אין יעדער זאַך, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ בשלח תשכ"נ)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-hbaesbya

Copies

Recent activity

#176 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · approved
#171 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · closed
#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources