עברית
Library

Likkutei Sichos

Chanukah

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

810קען זיך אויפהויבן אין זיין פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן. מען זאָל ניט מיינען, אַז וויבאַלד אַלע אידן זיינען „בני מלכים"כב), אָדער, נאָך מערער, ווי עס שטייט אַמאָלכח): „מלכים" הם, דאַרפן זיי דעריבער ניט קיין עבודה. איז די אויבנגעזאָגטע הוראה, אַז אַלע השפּעות פון קדושה קומען נאָר דורך עבודה. נאָר וויבאַלד עס האַנדלט זיך וועגן מלכים, איז ביי זיי יעדער קלייניקייט אַ גאַנצע עבודה און דער אויבערשטער וועט זיי טאָקע דערפאַר באַלוינען „כסעודת שלמה בשעתו (ווען ער איז געווען מלך)" און נאָך מערער. אָבער עבודה מוז זיין. און ווען מען וועט האָרעווען אין עבודה — „יגעת", וועט מען דאַן צוקומען אויך צו אַזעלכע מדריגות אויף וועלכע מען ריכט זיך גאָרניט — „ומצאת"כד) (ווי אַ מציאה וואָס מ'געפינט אומגעריכטערהייט), ד. ה. אַ סך מערער ווי לויט זיין

חנו

א. דער רמב"ם פּסק'נט אין (סוף) הלכות חנוכה: „הי' לפניו נר ביתו ונר חנוכה נר ביתו קודם" (אויב ער האָט געלט נאָר גענוג צו קויפן נר חנוכה אָדער נאָר נר שבת, איז נר שבת פריער און מ'דאַרף קויפן נר שבת), ווייל נר שבת איז צוליב שלום בית. און דער רמב"ם פירט אויס: „גדול השלום שכל התורה יגעת — עבודה, ביז מען קומט צו צום „וראשו מגיע השמימה".

די צווייטע הוראה איז, אַז אין אַלע סאָרטן עבודה מוז זיין דער ביטול צום ראש ומנהיג ישראל — ביי וועלכער דרגא מען זאָל ניט האַלטן.

און בשעת עס וועט זיין דער „בטל רצונך", וועט דער אויבערשטער מבטל זיין „רצון אחרים מפני רצונך"כ), אַז ס'ווערט נתבטל „רצון אַחרים", לשון רבים, די העלמות פון עולם הזה — וועלכע גיבן אַן אָרט צו אַ טעות האָבן און מיינען אַז עס זיינען דאָ ח"ו שתי רשויות, ווי עס שטייט: „נעשה" לשון רבים „והרוצה לטעות וכו'"יח) — און דורך דעם ווערט מען אַ פּאַסיקע כלי צו אויפנעמען אַלע השפּעות פון יוסף צדיק יסוד עולם.

(משיחת ש"פ וישב תש"כ) ה

ניתנה לעשות שלום בעולם" (גרויס איז דער שלום וואָס די גאַנצע תורה איז געגעבן געוואָרן צו מאַכן שלום אין וועלט).

דאַרף מען פאַרשטיין, פאַרוואָס שרייבט דער רמב"ם וועגן דער גרויסקייט פון שלום דוקא ביי הלכות חנוכה — ער האָט עס דאָך געקענט צושטעלן צו אַ סך פריערדיקע הלכות וואו אָט־דער ענין השלום איז מתאים? אויך, די גאַנצע הלכה, אַז נר811ביתו (שבת) איז קודם און עדיף פון נר חנוכה, האָט געדאַרפט לכאורה זיין געשריבן אין הלכות שבת און דאָרט וואָלט דער רמב"ם אזיך געקענט צוגעבן אַז „גדול השלום וכו'". ובפרט אַז צוזאַמען מיט דעם דין פון נר ביתו ונר חנוכה — ברענגט דער רמב"םא) דעם דין פון נר ביתו וקידוש היום — וואָס דאָס האָט דאָך גאָר קיין שייכות ניט מיט הלכות חנוכה.

ב. ווי גערעדט כמה פּעמים וועגן די אונטערשיידן צווישן נרות המקדש און נרות חנוכה, אַז נרות המקדש איז זייער מצוח געווען אָנצוצינדן אינעווייניק אין בית המקדש און דוקא בייטאָג ווען ס'איז געווען גוט ליכטיק. דאַקעגן די נרות חנוכה דאַרפן זיין „על פתח ביתו מבחוץ" — אין דרויסן און מ'דאַרף זיי אָנצינדן משתשקע החמה, אין דער צייט ווען די זון פאַרגייט.

די נרות המקדש האָט מען געצונדן אין אַן אָרט וואו ס'האָט געלויכטן אלקות בגילוי און דער העלם פון וועלט איז דאָרט לגמרי ניט געווען. דערפאַר ווען די יוונים האָבן אַריינגעבראַכט די אומאה אין מקדש איז נתבטל געוואָרן די עבודה פון בית המקדש בכלל, און הדלקת נרות המקדש — ביחוד. דער אויפטו פון נרות חנוכה איז, אַז זיי באַלייכטן אויך דעם דרויסן, אויך אַפילו די פינסטערניש פון דער נאַכט, דעם גלות, ביז צו מבטל מאַכן דעם גאַנצן ענין פון לעומת זה — „עד דכליא ריגלא דתרמודאי")) — („תרמוד" אותיות „מורדת")).

און דערמיט זיינען נרות חנוכה העכער פון נרות המקדש, ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון רמב"ן)), ווייל נרות המקדש זיינען בטל געוואָרן ווען די יוונים האָבן מחלל געווען דעם בית המקדש, אָבער נרות חנוכה זיינען „אינן בטלין לעולם", זיי לייכטן אויך אין גלות, אין צייט פון גרעסטן חושך.

דאָס איז על דרך ווי די מעלה פון בעלי תשובה אויף צדיקים*. צדיקים האָבן צו רע אינגאַנצן קיין שייכות ניטז אָבער בעלי תשובה האָבן דורך תשובה דעם כוח צו מאַכן אַז אויך פון „זדונות" זאָלן ווערן „זכיות", דעם רע אַליין מהפּך זיין צו טוב.

אויך די צאָל פון די נרות חנוכה איז גרעסער פון דער צאָל נרות אין מקדש? נרות המקדש זיינען געווען זיבן און נרות חנוכה — אַכט. דער מספּר שבעה ווייזט אויף די812„שבעת ימי ההיקף" (דער גאַנצער סדר פון זמן אין וועלט), וואָס דאָס איז דער סדר פון השתלשלות; און דער מספּר שמונה ווייזט אויף העכער פון סדר ההשתלשלותח), דערפאַר איז אין בית המקדש, וואו ס'איז געווען גילוי אלקות, איז געווען גענוג דער מספּר שבעה, דער אור וואָס אין סדר ההשתלשלות, אָבער כדי צו באַלייכטן אויך דעם אָרט פון חושך, מוז מען אויף דעם האָבן דעם אור וואָס איז העכער פון השתלשלות — די שמונה נרות פון חנוכהז).

ג. פונדעסטוועגן — כאָטש עס איז פאַראַן אַ מעלה אין דער עבודה פון בעלי תשובה, וואָס דערלאַנגט העכער ווי די עבודה פון צדיקים — איז אָבער אויך אַ מעלה אין עבודת הצדיקים, וואָס זיי האָבן לגמרי ניט צו טאָן מיט רע, זייער גאַנצע עבודה איז נאָר אין טאוב, און דער אור אלקי איז ביי זיי מער בגילוי.

דעריבער איז תכלית השלימות צו מחבר זיין ביידע עבודות — די עבודה פון צדיקים און די עבודה פון תשובה. די שלימות פון חיבור שתי העבודות וועט זיך אויפטאָן בביאת המשיח; „משיח אתא לאתבא צדיקיא בתיובתא"), אַז משיח וועט צוברענגען אויך די צדיקים צו תשובה. אָט־דער חיבור פון ביידע עבודות קומט דורך אַן אור וואָס איז העכער פון זיי ביידן, וואָס ער פאַראייניקט ביידע עבודות צוזאַמען.

אט־די מעלה פון מחבר זיין ביידע עבודות איז אויך מרומז אין נרות חנוכה)1 זיי אַליין באַלייכטן דעם חושך פון נאַכט און גלות, אָבער זיי נעמען זיך און זיי קומען בהמשך צו די נרות המקדש — מען האָט זיי מתקן געווען לזכר און דורך דעם נס וואָס איז געווען מיט די נרות המקדש.

און דאָס איז נאָך אַ רמז אין דעם מספּר „שמונה" פון נרות חנוכה, וואָס דאָס איז מרמז אויף דעם גילוי פון לעתיד — דוגמת הכנור של ימות המשיח וואָס וועט זיין ניט ווי דער כנור המקדש פון זיבן נימין נאָר פון שמונה נימיןי) — וואָס דאָס איז ניט נאָר דער גילוי פון העכער פון סדר השתלשלות, ווי אויבן געזאָגט, נאָר אין דעם איז דאָ די המשכת העצמות, דער אמת'ער ענין פון בלי גבול, וואָס איז מחבר ביידע ענינים: השתלשלות (צדיקים) און למעלה מסדר השתלשלות (תשובה).

ד. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין וואָס דער רמב"ם ברענגט וועגן דער גרויסקייט פון שלום אין הלכות חנוכה דוקא; שלום מיינט דאָך די813פאַראייניקונג פון צוויי זאַכן וואָס זיינען מנגד, פאַרקערט איינער צום צווייטןיא). אין דעם ניגוד זיינען דאָ כמה דרגות. ובענינינו; דער שלום און פאַראייניקונג פון כל עניני הבית צו איין תכלית פון „ושכנתי בתוכם". ובפרט דער „כנגדו" פון פרוי (ביתו זו אשתו)כב) און טאָן וואָס מ'דאַרף איבערמאַכן אויף אַן „עזר"יח) — שלום ביתו דורך נרות שבתיד). אַ גרעסערער נגוד (ובמילא — אַ גרעסערער שלום), נגוד חושך (משתשקע החמה) ואור, השתלשלות און העכער פון השתלשלות. און דאָס איז דער ענין פון חנוכה; (א) דער ענין פון עבודת התשובה, אַז אויך דער חושך זאָל באַלויכטן ווערן, (דער שלום און חיבור פון דברים נפרדים — מיט אלקות); (ב) דער חיבור פון ביידע עבודות; צדיקים און בעלי תשובה, השתלשלות און למעלה מהשתלשלות.

ווען ער האָט אָבער ניט גענוג כוח — איז פאַרשטאַנדיק אַז ער דאַרף זיך פאַרלייגן אויף דעם ושכנתי בתוכם אין הויז, ניט אויפן באַלייכטן דעם חוץ — אויף אָנצינדן די נרות שבת. — שלום בית עדיף.

(משיחת ש"פ וישב תשכ"ב)

ה. נרות חנוכה זיינען אויסגעטיילט פון אַנדערע נרות של מצוה, — אַפילו פון נרות המקדש, כאָטש די נרות חנוכה נעמען זיך פון נרות המקדש — דערמיט וואָס אַנדערע נרות מצוה זיינען בלויז אַ מיטל צו אַ געוויסן תכלית וועלכן מ'דערגרייכט דורך די נרות, אָבער די נרות חנוכה, איז זייער ציל און תכלית אין זיי אַליין.

נרות של מצוה טיילן זיך בכלל אין צוויי סוגים; (א) נרות העשויים לכבוד, אַזוי ווי נרות בית הכנסת וכדומה, וואָס מען צינדט זיי אַלס כבוד צו דער שול, און ניט צוליב זייער ליכטיקייט; וואָס דערפאַר קען מען אויף זיי ניט מאַכן די ברכה בורא מאורי האש, צו הבדלהכח); (ב) נרות וואָס מען צינדט זיי צוליב זייער ליכטיקייט, ווי נרות שבת, וואָס ווערן געצונדן בכדי צו ברענגען שלום בית מיט זייער ליכטיקייט; אויך ביי נרות המקדש שטייטי) „יאירו שבעת הנרות", זיי ווערן געצונדן צוליב ליכטיקייט; און אַזוי זיינען די נרות חנוכה אויך צוליב זייער אור. און דאָס איז פאַרשטאַנדיק דערפון וואָס מען מוז האָבן אַ טעם אויף דעם דין פון „אין מבדילין על נר חנוכה", ווייל מ'טאָר פון זיי ניט האָבן קיין הנאהיז). איז דאָך דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז אויב מ'וואָלט מעגן פון זיי הנאה האָבן וואָלט'ן יאָ געקאָנט מאַכן814הבדלה איבער זיי, ווייל זייער ענין איז צוליב ליכטיקייט.

אָבער אין דעם צווייטן סוג גופא זיינען נרות חנוכה אַנדערש פון נרות שבת און נרות המקדש, וואָס די ליכטיקייט פון נרות שבת און נרות המקדש איז צוליב אַ תכלית; צוליב שלום בית (נרות שבת), אָדער בכדי צו זיין אַן עדות וואָס זאָל מודיע זיין אַלעמען אין וועלט אַז די שכינה רוט צווישן אידן (נרות המקדש)יח). אָבער די נרות חנוכה איז זייער ליכטיקייט ניט צוליב עפּעס אַן אַנדער צוועק, נאָר אין זיי אַליין שטייט זייער תכלית.

און הגם אַז די גמרא זאָגט אַז די נרות חנוכה זיינען ל"פּרסומי ניסא"יט), צוליב מפרסם זיין דעם נס דורך זייער ליכטיקייט — איז אָבער דאָ ניט דער פּשט אַז זייער גאַנצער ענין איז צוליב דעם, נאָר אַז אין זיי איז פאַראַן, אויסער זייער אייגענעם עיקר'דיקן תכלית, אויך אַ צוגאָב־ענין, וואָס זיי זיינען מפרסם דעם נס פון חנוכהכ). אַ ראי' דערצו איז דערפון וואָס מען איז מקיים די מצוה און מ'מאַכט אַ ברכה בשם ומלכות אויף נרות חנוכה אויך אין פאַל ווען ס'איז ניטאָ קיין פּרסומי ניסא.

די נרות שבת, אויב מען צינדט זיי אין אַן אופן וואו עס פירט זיך ניט אויס דער תכלית פון שלום בית — ווי צום ביישפּיל ווען עטלעכע בעלי בתים צינדן די שבתליכט אין איין מנורה, וואו די צוגעגעבענע ליכט גיט ניט צו קיין ליכטיקייט און במילא אויך ניט צום שלום בית, טאָר מען אויף אַזעלכע נרות קיין ברכה ניט מאַכןכא). אָבער ביי נרות חנוכה איז דער דין הפּשוטכב): „נר שיש לה שני פּיות עולה לשני בני אָדם", אַז צוויי מענטשן מעגן צינדן חנוכה־ליכט אין צוויי באַזונדערע רערן פון איין מנורה, הגם די צווייטע ליכט אין דער מנורה גיט גאָרניט צו אין פּרסומי ניסא. אויך זאָגט די גמראכח), אַז „בשעת הסכנה", ווען מען קען ניט צינדן די חנוכה־ליכט אין אַן אופן פון פּרסומי ניסא, איז גענוג מען זאָל די ליכט אַוועקשטעלן ביי זיך אויפן טיש און ער מאַכט אויף דעם אַ ברכה. זעט מען דאָך דערפון אַז דער ענין פון פּרסומי ניסא ביי די נרות חנוכה איז נאָר אַ הוספה צום עיקר תכלית — די ליכטיקייט פון די נרות גופא.

ו. די פּנימיות ערקלערונג דערפון; אַלע עניני חנוכה — סיי די גזירות פון די יוונים אין יענער צייט, סיי די מסירת נפש פון אידן דאַן, וואָס האָט מיטגעבראַכט דעם נס פון חנוכה, סיי דער נס אַליין און,816במילא, אויך די מצות נר חנוכה וואָס די חכמים האָבן מתקן געווען לזכר הנס — זיינען זאַכן וואָס רירן אָן דעם פאַרבונד וואָס איז העכער פון טעם ודעת צווישן אידן מיט דעם אויבערשטן.

דער צוועק פון די גזירות היוונים איז געווען; „להשכיחם תורתך", מאַכן אידן צו פאַרגעסן דיין תורה, די גלעכקייט אין דער תורה וואָס איז העכער פאַר שכל. זיי האָט ניט געאָרט אַז אידן זאָלן לערנען דעם שכל און חכמה פון תורה; זיי האָבן נאָר געוואָלט אַז אין דעם לערנען תורה זאָל זיך ניט אָנהערן אַז ס'איז דעם אויבערשטנס תורה. און אַזוי אויך „להעבירם מחוקי רצונך" — אַז אידן זאָלן ניט מקיים זיין די „חוקים", די מצוות וואָס זיינען העכער פון שכל, און זייער קיום איז נאָר מיט קבלת־עול, ווייל אַזוי איז „רצונך", דעם אויבערשטנס רצון. ד. ה. די יוונים וואָלטן אפילו מסכים געווען אַז די אידן זאָלן מקיים זיין די חוקים־מצוות, דורך אַ געוויסע הסברה (ערקלערונג); קען מען מקיים זיין חוקים, כאָטש מ'פאַרשטייט זיי ניט מיטן שכל, ווייל מען פאַרלאָזט זיך דערביי אַז דער אָנזאָגער פון די חוקים, זייענדיק אַ בעל־שכל נפלא, האָט מסתמא אויך אין די חוקים אַ פאַרשטאַנדיקן טעםכד). אויף אַזאַ אופן קיום החוקים — האָבן זיך די יוונים ניט אַזוי קעגנגעשטעלט. זיי האָט בעיקר געאַרט וואָס די אידן זיינען מקיים די חוקים אינגאַנצן מיט קבלתעול, אָן קיין שום ערקלערונג, נאָר בלויז ווייל אַזוי איז דער רצון פון אויבערשטןכח).

דאָס איז אויך די ערקלערונג פון דעם וואָס די יוונים האָבן טמאגעמאַכט אַלע בוימלען וואָס זיינען געווען אין בית המקדש. דער גאַנצער ענין פון טומאה וטהרה איז דאָך העכער פון שכל, ווי דער מדרש זאָגטכ): „אמר הקב"ה חקה חקקתי גזירה גזרתי ואי אתה רשאי לעבור על גזרתי" — עס איז ניט פאַראַן קיין שכל־ערקלערונג פאַרוואָס אַ מת איז מטמא און פאַרוואָס אַ מקוה איז מטהר, נאָר דאָס איז ־ט ברוך הוא'ס אַ גזירה און אַ שטרענגער געזעץ, וואָס אידן טאָרן אַנדערש ניט טאָן. און ווייל טומאה איז אַן ענין וואָס איז אינגאַנצן העכער פון מענטשלעכן פאַרשטאַנד, האָבן די יוונים מלחמה געהאַלטן קעגן דעם און „טמאו כל השמנים שבהיכל".

אויך די עבודה פון די אידן דעמאָלט איז געווען אין אַן אופן פון העכער פון טעם ודעת — אין דער מלחמה קעגן די יוונים זיינען זיי געגאַנגען מיט מסירת נפש (חלשים קעגן גבורים וכו') פאַר דעם אויבערשטן און זיין תורה און מצוות, וואָס דער גאַנצער ענין פון מסירת נפש איז העכער פון שכל.

אַזוי אויך אין דעם נס חנוכה — אויסער דעם וואָס יעדער נס איז העכער פון טבע און שכל — האָט דער אויבערשטער דורך דעם נס באַוויזן זיין באַזונדערן פאַרבונד מיט אידן; „להראות חבתם של ישראל",816וואָס איז העכער פון די גרענעצן פון שכל.

און ווייל דער נס מיטן פּך השמן באַווייזט אויף דעם פאַרבונד פון אידן מיט דעם אויבערשטן אין אַן אופן וואָס איז העכער פון יעדער מאָס און הגבלה („חבתן של ישראל"), דערפאַר האָבן די חכמים מתקן געווען דעם עיקר המצוה פון חנוכה צו אָנצינדן נרותכז) ווי אַ זכר צום נס פון פּך השמן (און ניט דעם ענין פון הלל והודאה אויף דעם נס פון מנצח זיין די מלחמת היוונים), באַווייזן דעם פאַרבונד פון אידן מיט דעם אויבערשטן, העכער פון יעדער מדידה והגבלהכח).

לויט דעם ווערט פאַרשטאַנדיק וואָס נרות חנוכה איז זייער ליכטיקייט ניט קיין מיטל צוליב עפּעס, נאָר דער תכלית איז אין זיי אַליין, ווייל זיי ווייזן אויף דעם פאַרבונד מיטן אויבערשטן, אויף עצמות, במילא קען מען ניט זאָגן, אַז זיי זיינען צוליב עפּעס אַן אַנדער זאַך חס ושלום.

ז. ווי געזאָגט פריער, איז נרות שבת, נרות המקדש און נרות חנוכה, איז זייער ענין — אור.

די גמרא זאָגטכט) ; ואין אור אלא תורה שנאמר כי נר מצוה ותורה אור. פון דעם קומט אויס, אַז דער אור פון די אַלע דריי אויבנדערמאָנטע סוגים נרות איז — תורה. נאָר אין תורה גופא זיינען פאַראַן כמה מדריגות, וואָס בכללותם ווערן זיי נרמז אין די דריי סאָרטן נרות;

לימוד התורה בכדי צו וויסן ווי צו מקיים זיין מצוות, לדעת את המעשה אשר יעשון, וואָס — בכללות ובפּנימיות — איז דאָס דער ענין התורה שעושה שלום בעולםל) — נרות שבת, וואָס זיינען צוליב שלום בית.

לימוד התורה וואָס דורך דעם פאַרבינדן זיך אידן מיטן אויבערשטןלא) — נרות המקדש, וואָס זיינען אַן עדות אַז די שכינה רוט צווישן אידן.

לימוד התורה „לשמה", לשם התורה עצמה, אָן זייטיקע תכליתים, וואָס דאָס איז תורה ווי זי איז פאַראיינציקט מיט עצמותלב) ; וואָס אין עצמות — ובמילא אויך אין תורה ווי זי איז איין זאַך מיט אים — איז ניט שייך צו זאָגן וועלכן עס איז אַנדערן תכלית ח"ו אויסער אים אַליין — נרות חנוכהלג).

ח. הגם אַז פּרסומי ניסא איז נאָר אַן ענין נוסף צו דער עיקר המצוה פון נר חנוכה אַליין, איז אָבער דערצו817ניט קיין סתירה פון דעם דיןלד) אַז אויב מען צינדט די נרות חנוכה אין אַן אָרט (העכער פון צוואַנציק איילן, וואו אַ מענטשלעך אויג קען ניט שולט זיין) אָדער אין אַ צייטכו), וואָס עס קען ניט זיין קיין פּרסומי ניסא — איז מען די מצוה ניט מקיים. ווייל דער גדר פון דער מצות הדלקת נר חנוכה איז — אַז דער אור מצד זיך זאָל זיין אַן אור המאיר, אַ לייכטנדיקע ליכט לבני אדםכ) (און לכתחילה אויך אין אַן אופן פון פּרסום), ס'איז אָבער ניט קיין מוז אַז דעם אור זאָלן טאַקע מענטשן — בפּועל מקבל זיין, ניט מער וואָס דער אור דאַרף זיין אַזאַ אור אַז מצד דעם אור לייכט ער צו מענטשן 87)).

ט. דער טעם פּנימי אויף דעם וואָס די נרות מוזן מצד זיך אַליין זיין נרות מאירים צו אַלעמען ביז אין אַן אופן פון פּרסום: די העכסטע מדריגות אין אלקות, אויך די וואָס זיינען העכער פון סדר השתלשלות, ביז עצמות אין סוף ברוך הוא, דאַרף מען ממשיך זיין למטהלח). זיי זיינען טאַקע לגמרי העכער פון וועלכן עס איז גדר מדידה און הגבלה פון עולמות. אָבער אַפילו די העכסטע מדריגות דאַרפן נמשך ווערן אין אַזאַ אופן אַז דער מטה זאָל זיי קענען נעמען.

אַזוי איז עס אויך אין עבודה; דער כח פון מסירת נפש און די עצמות'דיקע צוגעבונדקייט פון אַ אידן מיט דעם אויבערשטן איז ניט זיין עיקרענין צו זיין אַן אמצעי*) , אַ מיטל צו מעורר זיין און באַלייכטן די כוחות הגלויים. תכליתו איז די מסירת נפש גופא, דער פאַרבונד מיטן אויבערשטן, דער כח המסירת נפש דאַרף אָבער זיין אין אַ גילוי'דיקן אופן, ביז אַז ער זאָל קענען ווירקן אויף די כוחות הגלויים צו מקיים זיין תורה און מצוות, ווי ס'איז מבואר אין תניאל), אַז דער קיום פון תורה ומצוות איז תלוי אין מסירת נפש. נאָר אַפילו אויב די מסירת נפש בגילוי ווירקט ניט חס ושלום בפּועל אויף צו מקיים זיין תורה ומצוות (פּונקט ווי ביי נר חנוכה ווען ער איז בפּועל ניט מאיר צו מענטשן), איז עס ניט קיין חסרון אין דער מסי־818רת נפש, נאָר ס'איז אַ חסרון אין די כוחות הגלויים וואָס זיי זיינען ניט כלים צו באַווירקט ווערן פון דער מסירת נפש*0)), אָבער די מסירת נפש האָט ער אָנגעצונדען [ניט נאָר וואָס עס איז באַ עם אַלעמאָל גאַנץ בכח, כמאמר רז"ל1*)): „ישראל אף על פּי שחטא ישראל הוא"].

י. על פּי זה וועט מען פאַרשטיין וואָס מיר געפינען אין מצות נר חנוכה אַ דבר פּלא, מיט וואָס זי טיילט זיך אויס פון אַלע מצוות. אַלע מצוות זיינען אויסגעשטעלט אַזוי אַז עס איז מעגלעך אַז אַ גוי זאָל שטערן און ניט דערלאָזן זיי צו מקיים זיין. אַפילו די דריי מצוות אויף וועלכע עס שטייטמב): „יהרג ואל יעבור", אַז אַ איד איז מחוייב זיך צו מוסר נפש זיין אויף זיי, קען דאָך דער נכרי ניט האָבן קיין שליטה צו מבטל מאַכן די דריי מצוות — דער גוי קען אָבער מלחמה האָבן קעגען דעם קיום פון די מצוות. און אַז דער איד ווערט ניט נתפּעל און איז זיך מוסר נפש אויף זיי, יהרג — איז דאָך ניטאָ אויך דער קיום המצוה. אַנדערש איז די מצוה פון נר חנוכה, צו וועלכער דער ניט־איד האָט ניט קיין צוטריט אויף צו מבצל זיין זי, וואָרעם אַפילו אין אַ צייט פון גזירת השמד, ר"ל, קען דער גוי ניט צעשטערן דעם קיום פון אָט דער מצוה, ווייל אין אַזאַ צייט איז די מצות נר חנוכה אַז דער איד שטעלט אַוועק דעם נר חנוכה אויפן טיש, ווי דער לשון הגמרא איז: „מניחה על שלחנו ודיו", און דער נכרי וועט אים ניט שטערן.

איז דער ביאור דערפון ווי גערעדט פריער: ווייל די מצוה פון נר חנוכה באַווייזט אויף דער התקשרות פון עצמות הנשמה מיט דעם אויבערשטן, מיט עצמות, איז עס אַזאַ אָרט וואָס קיין חטא קען ניט אָנרירן, ובמילא קען דאָרט אויך ניט זיין דער ענין פון גלות וואָס ווערט פאַראורזאַכט דורך אַ חטא („ומפּני חטאינו גלינו מארצנו"), און דערפאַר קען קיינער די מצוה פון נר חנוכה ניט מבטל זיין. אַ גוי קען מער ניט ווי אַרויסגעבן אַ גזירה און ניט דערלאָזן אַז דער אור המאיר פון נר חנוכה זאָל לייכטן בחוץ, אין וועלט, אָבער דעם עצם פון נר חנוכה קען קיינער ניט אָנרירן. על דרך ווי מ'האָט מבאר געווען אין פּירוש הרמב"ןח), אַז נרות חנוכה „אינן באילין לעולם", זיי רירט ניט אָן דער גאַנצער העלם פון גלות, אָדער וועלט בכלל.

(משיחת נר ה' דחנוכה וש"פ מקץ,

זאת חנוכה, תש"כ)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-fsvh37mj

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources