עברית
Library

Likkutei Sichos

Parshas Zachor

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

913פּ' זכור

א. אין דער הפטרה פון פּרשת זכור ווערט דערציילט, ווי שאול האָט רחמנות געהאַט אויף אגג מלך עמלק און אויף „מיטב הצאן והבקר" פון עמלק'ן, און אַז דאָס איז געווען קעגן דעם רצון פון דעם אויבערשטן, און דערפאַר האָט דער אויבערשטער צוגענומען די מלוכה פון שאול'ן און זי איבערגעגעבן צו דוד'ן.

די הפטרה און אויך די קריאה פון פּרשת זכור האָבן אַ שייכות צו פּורים, וואָס דערפאַר ווערן זיי געלייענט דעם שבת פאַר פּורים. אין פּשטות איז פאַרשטאַנדיק אָט די שייכות, ווייל המן הרשע איז דאָך „האגגי" — האָט געשטאַמט פון אגג'ןא) (וועגן וועמען עס ווערט דערציילט אין דער הפטרה פון פּרשת זכור), וואָס ער האָט געשטאַמט פון עמלק'ןא) (און וועגן זכירת מעשה עמלק רעדט דאָך די קריאה פון פּרשת זכור). ובפרט לויט ווי חז"ל דערציילן)), אַז המן הרשע איז געבוירן געוואָרן נאָר דורך דעם וואָס שאול האָט ניט באַלד גע'הרג'עט אגג'ן, איז נאָך מער פאַרשטאַנדיק די שייכות פון פּורים צו דער הפטרה, ווייל די גאַנצע גזירה אויף די אידן דורך המן הרשע, איז אַרויסגעקומען פון דעם חטא וואָס שאול האָט ניט באַלד גע'הרג'עט אגג'ן.

אין תורה זיינען אַלע ענינים בדיוק. איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז ניט נאָר די פּאַסירונג אין אַלגעמיין, נאָר אויך אירע פּרטים וואָס ווערן דערציילט אין דער הפטרה — די טענוות פון שאול'ן; „הקימותי את דבר ה'" (איך האָב מקיים געווען די רייד פון דעם אויבערשטן); „למען זבוח לה' אלקיך" (ער האָט געלאָזט לעבן די צאן ובקר בכדי זיי צו ברענגען פאַר קרבנות צום אויבערשטן), און דער ענטפער פון שמואל הנביא ; „הנה שמוע מזבח טוב" (פאָלגן (דעם אויבערשטן) איז בעסער ווי ברענגען אַ קרבן) ; „מאסת את דבר ה'" — זיינען אויך פאַרבונדן מיט פּורים.

ב. די גמרא זאָגט)) אויפן פּסוק „בן שנה שאול במלכו", אַז ער איז געווען ריין פון אַ חטא ווי אַ קינד פון איין יאָר. איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס ער האָט געלאָזט לעבן אגג'ן, אויך די מיטב הצאן והבקר, איז עס ניט געווען ווייל ער האָט סתם ניט914געפאָלגט דעם אויבערשטן, נאָר ער האָט געהאַט דערביי אַ טעם, אַ טעם פון שכל דקדושה. וואָס דערפאַר האָט ער געזאָגט „הקימותי את דבר ה'", ער האָט געמיינט, אַז ניט נאָר האָט ער ניט געטאָן דעם היפּך פון רצון העליון, נאָר אדרבה, ער האָט דערמיט מקיים געווען דעם דבר ה'.

שאול האָט געוואוסט דעם ענין פון קרבנות, אַז דורך דעם וואָס מען נעמט אַ גשמיות'דיקע בהמה און מען איז זי מקריב צום אויבערשטן, איז מען דורך דעם מהפּך דעם חושך פון גשם בהמי צו אור פון תכלית הרוחניותח), און „מתוך החושך" ווערט אַ „יתרון האור". דעריבער האָט שאול געטראַכט, אַז בשעת ס'איז דאָ אַ געלעגנהייט צו נעמען צאן ובקר פון עמלק'ן, וואָס ער איז דער „ראשית גוים", דער שורש צו אַלע מיני רע)) — איז דאָך דאָס דער גרעסטער חושך — און דעם צאן ובקר וועט מען מקריב זיין צום אויבערשטן, וועט דאָך דערפון אַרויסקומען דער גרעסטער יתרון האור.

דער חסרון איז אָבער דאָ געווען — וואָס „שאול הלך אחר הטעם", ער האָט געטאָן ווי עס קומט אויס לויט שכל, און אין שכל האָט עס טאַקע אַן אָרט. ביי אים האָט אָבער געפעלט אין תכלית השלימות פון קבלת עול17)), אין דעם ביטול בתכלית צום רצון העליון — און דער אויבערשטער האָט דאָך אָנגעזאָגט „והחרמתם את כל אשר לו", מען זאָל פאַרוויסטן אַלץ וואָס געהערט צו עמלק'ן.

און דאָס האָט אים שמואל געענטפערט ; הנה שמוע מזבח טוב, להקשיב מחלב אילים. „זבח" און „חלב" מיינט די עבודה שעפּ"י טעם ; ער דינט דעם אויבערשטן מיט זיינע בעסטע כחות, חלב ושומן, מיט ראשית כחות הפּנימיים — שכל, און דאָס פאָדערט זיך טאַקע פון אַ אידן, אַז ער זאָל דינען דעם אויבערשטן ניט בלויז מיט קבלת עול, נאָר ער זאָל אויך פאַרשטיין, אַלץ וואָס עס איז געגעבן געוואָרן צום פאַרשטיין, ביז אַז אַלע זיינע בעסטע כחות זאָלן זיין לה'. ווייל אויב ער דינט דעם אויבערשטן נאָר מיט קבלת עול, אָן פאַרשטאַנד און אָן געשמאַק, איז דאַן זיין עבודה בלויז מיט די נידעריקע כחות, כח המעשה וכו', און ער גיט ניט אַוועק „כל חלב לה'"ט). אָבער דאָך, איז „שמוע" און „להקשיב" — קבלת עול — בעסער פון „זבח" און פון „חלב", וואָס דאָס איז השגה. וואָרום אין צוגאָב צו דעם וואָס מצד השגה איז מען עלול צו האָבן אַ טעות (ווי ביי דער מעשה מיט שאול'ן); איז אפילו אַז מען זאָל אין דער עבודה מכוון זיין צום רצון העליון — וויבאַלד אָבער אַז די עבודה איז נאָר על פּי שכל, פאַרבלייבט דער עובד נאָך אַלץ אין זיין פולער מציאות, עס פעלט אים דער אַוועקלייג און ביטול צום אויבערשטן וואָס קומט פון קבלת עול. און כאָטש אַז ס'דאַרף דאָך זיין דער „כל חלב לה'", מען דאַרף דינען דעם אויבערשטן אויך מיטן שכל, דאַרף אָבער דאָס גופא קומען פון קבלת עול;916אַזוי איז דער רצון העליון, אַז די עבודה זאָל זיין אויך מיטן פאַרשטאַנד, און דערפאַר פאַרשטייט ער דאָס אויך מיטן שכל.

ג. אויף קבלת עול שטייט)) „דא תרעא לאעלאה", דאָס איז דער טויער צו אַלע ענינים פון קדושה. און ווען עס פעלט קבלת עול, איז מען דאַן ניט קיין כלי, ח"ו, צו קדושה, און עס קענען דערפון אַרויסקומען כל מיני רע. וואָס דערפאַר איז דורך דעם וואָס „שאול הלך אחר הטעם" און ניט תיכף גע'הרג'עט אגג'ן איז אַרויסגעקומען המן הרשע, וואָס האָט געבראַכט צו דער גזירה „להשמיד להרוג ולאבד (ח"ו היל"ת) את כל היהודים", פאַרניכטן ר"ל דעם גאַנצן ענין פון אידן און אידישקייט.

און דורך דעם וואָס אידן זיינען געשטאַנען מיט אַ מסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת — וואָס דערפאַר ווערן אידן אין דער גאַנצער מגילה אָנגערופן מיטן נאָמען „יהודים", כמרז"לי) „כל הכופר בעבודה זרהיא) נק' יהודי", זיי זיינען געשטאַנען מיט אַ הודאה און ביטול צום אויבערשטן — דאָס האָט געבראַכט די הצלה און די גאולה פון פּורים.

און דאָס איז די שייכות פון פּרטי ההפטרה דפּרשת זכור מיט פּורים; דער חטא פון שאול'ן איז געווען מיעוט בקבלת עול. מצד דערויף קען ווערן סוף סוף אַ נתינת מקום צו אגג'ן — קליפּת עמלקיא), ביז אַ נתינת מקום צו גזירת המן הרשע להשמיד גו' ר"ל את כל היהודים. און דורך קבלת עול און מסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת, דער קיום ההוראה פון שמואל'ן „הנה שמוע מזבח טוב להקשיב מחלב אילים", האָט מען מנצח געווען קליפּת עמלק ברוחניות, וואָס דאָס האָט זיך אויסגעדריקט אויך אין גשמיות, ס'איז געווען דער „והרוג בשונאיהם", מען האָט גע'הרג'עט בני עמלק, און דורך דעם איז מען פּטור געוואָרן פון גזירת המן, און „ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר"18)).

916ד. על פּי זה וועט מען אויך פאַר־בזכות המסירת נפש שלמעלה מן שטיין וואָס די מצוה פון פּורים, וואָס השכל, דעריבער דאַרף אויך זיין די איז מער פון אַלע אַנדערע עניני פּורים עבודה — „עד דלא ידע". אמונה פאַרבונדן מיט דעם גאַנצן טאָג פון פּשוטה און מסירת נפש שלמעלה פּורים16)), מיט „ימי" — איז המוקדם מטעם ודעת, און פון דעם נעמט מען בכתוב, וואָס שטייט גלייך — „משתה"; מיט אמונה פּשוטה אויפן גאַנצן יאָר, „חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא אַז אויך די ענינים פון השגה זאָלן זיין ידע בין ארור המן לברוך מרדכי"18)), געבויט אויפן יסוד פון אמונה; כמ"שי) אַז די עבודה פון „סור מרע" („ארור „טוב טעם ודעת למדני כי במצותיך המן") „ועשה טוב" („ברוך מרדכי") האמנתי": אויך דער „טוב טעם ודעת" זאָל זיין אין אַן אופן פון „עד דלא קומט צוליב דער אמונה, און איז ידע", העכער פאַר טעם ודעת. דער געבויט אויף איר.

גאַנצער נס פון פּורים איז געקומען

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-85bjc7ey

Copies

Recent activity

#176 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · approved
#171 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · closed
#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources