Likkutei Sichos
Shemos
843דער צווייטער ספר פון די חמשה חומשי תורה ווערט אָנגערופן מיטן נאָמען שמות, לכאורה — לויט דעם אָנהויב; „ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה". וויבאַלד אָבער דער גאַנצער ספר ווערט אַזוי אָנגערופן, מוז מען זאָגן, אַז דער נאָמען דריקט מיט זיך אויס דעם אַלגעמיינעם אינהאַלט פון דעם ספרא) און ניט בלויז זיין אָנהויב.
אין אָנהויב פון דער ערשטער פּרשה אין ספר שמות ווערן אויסגערעכנט די נעמען פון די בני ישראל וואָס זיינען געקומען קיין מצרים. איז ידוע אין דעם די קושיא ; די נעמען ווערן דאָך שוין אויסגערעכנט, און אדרבא מער בפרטיות, אין פּ' ויגש, איז צוליב וואָס דאַרף די תורה נאָכאַמאָל זיי אויסרעכענען אין פּ' שמות? אויך אין פּ' ויגש דאַרף מען פאַרשטיין: די נעמען פון די בני יעקב זיינען שוין פאַראַן אין פּ' ויצא און אין פּ' וישלח, וואָלט דאָך געווען גענוג ווען ער זאָגט אין פּ' ויגש בקיצור אַז יעקב און זיינע קינדער זיינען געקומען קיין מצרים, און מען וואָלט שוין געוואוסט ווער זיי זיינען — כאָטש מ'וואָלט ניט געוואוסט די נעמען פון די אייניקלעך יעקב'ס — צוליב וואָס דאַרף זיי די תורה אויסציילן בפרטיות?
אין מדרש שטייטב), אַז דאָס וואָס די תורה רעכנט אויס די נעמען, איז צו מרמז זיין, אַז די גאַנצע צוויי הונדערט און צען יאָר פון גלות מצרים האָבן ניט געקענט באַווירקן די אידן אַז זיי זאָלן ענדערן זייערע נעמען; „לא שינו את שמם"; די זעלבע נעמען וואָס זיי האָבן געהאַט קומענדיק קיין מצרים איז ביי זיי פאַרבליבן אויך אַרויסגייענדיק פון דאָרט. דעריבער שטרייכט אונטער די תורה זייערע נעמען קומענדיק קיין מצרים, כדי באַווייזן אַז זיי זיינען טאַקע די זעלבע נעמען פון די בני ישראל ווי זיי ווערן גערופען אין די שפּעטערדיקע סדרות ביי יציאת מצרים.
דאָס איז אָבער, לכאורה, ניט קיין גענוגנדער ביאור פאַרוואָס די תורה זאָל דערציילן וועלכע נעמען די אידן האָבן געהאַט בעת זייער ירידה קיין מצרים — „ראובן שמעון" אא"וו; לויטן מדרש איז דאָך בלויז נוגע צו וויסן אַז זיי האָבן זייערע נעמען ניט געביטן. פון דעם וואָס די תורה זאָגט „ואלה שמות בני ישראל" און דערציילט אַז זייערע נעמען זיינען געווען „ראובן שמעון וגו'" איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך אין דעם אויסרעכענען פּרטי השמות איז דאָ אַ באַזונדער כוונה, אויסער דער ידיעה „שלא שינו את שמם", ווייל אין תורה איז דאָך אַלץ בדיוק.
844ב. אויך שטייט אין מדרש*)) אויפן פּסוק „ואלה שמות": „שקולים הן ישראל כצבא השמים, נאמר כאן שמות ונאמר בכוכבים שמות שנאמר (תהלים קמז) מונה מספּר לכוכבים לכולם שמות יקרא. אף הקב"ה כשירדו ישראל למצרים מנה מספרם כמה היו ולפי שהם משולים לכוכבים קרא שמות לכולם הדא הוא דכתיב ואלה שמות בני ישראל וגו'", אַז אידן זיינען געגליכן צו צבא השמים, פּונקט ווי דער אויבערשטער ציילט די שטערן און רופט זיי אַלעמען מיט שמות, אַזוי האָט ער אויך געציילט די אידן ווען זיי האָבן אַראָפּגענידערט קיין מצרים און האָט זיי אַלעמען גערופן מיט שמות.
דאָס הייסט, אַז דער אויבערשטער האָט זיי דאָ אָנגערופן מיט שמות בכדי צו אויסדריקן זייער חשיבות. בשעת אידן גייען אין גלות קענען זיי דאָך דאָרט ח"ו פאַרלוירן ווערן, דעריבער ציילט זיי דער אויבערשטער און רופט זיי אָן מיט שמות, כדי זיי זאָלן אויך אין גלות ניט בטל ווערן, ווייל „דבר שבמנין (אַ זאַך וואָס ווערט געציילט) לא בטל")), און מכל־שכן אַז עס ווערט ניט פאַרגעסן אַ זאַך וואָס ווערט גערופן מיט אַ נאָמען, וואָס דאָס איז נאָך מער חשיבות ווי „דבר שבמנין"ח). ווי דער דין איז ביי שכחה, אַז בשעת דער בעל־הבית פאַרגעסט תבואה אָדער פרוכטן אין פעלד איז דאָס שכחה און עס באַלאַנגט צו עניים. ווען אָבער ער פאַרגעסט אַ זאַך וואָס ווערט גערופען מיט אַ באַזונדערן נאָמן, ווי דער לשון המשנהח): „כל זית שיש לו שם בשדה", איז עס ניט קיין שכחה. דאָס מיינט, אַז הגם לפי שעה און אויסערלעך האָט עס דער בעל־הבית יאָ פאַרגעסן, איז עס ניט ווי אַלע שכחות, וואָס ווערן הפקר לעניים, ווייל צוליב זיין חשיבות איז די שכחה ניט קיין אמת'ער פאַרגעסן, און בפּנימיות האָט אויף אים דער בעל־הבית קיינמאל ניט פאַרגעסן. אַזוי איז עס אויך מיטן גלות, וואָס קוקט אויס אויסערלעך ווי שכחה ח"ו, ותאמר ציון עזבני ה' וה' שכחניט), איז וויבאַלד אַז אידן זיינען אַ דבר חשוב, וואָס „הקב"ה קרא שמות לכולם", קענען די אידן ניט בטל ווערן אָדער ווערן הפקר ח"ו, ווייל דער אויבערשטער פאַרגעסט זיי קיינמאָל ניט.
דערפאַר — כאָטש אין אָנהויב פאַרגלייכט דער מדרש די אידן צו צבא השמים סתם, וואָס אין דעם גייען אויך אַריין די זון און די לבנה — פירט אויס דער מדרש אַז אידן זיינען „משולים לכוכבים". ווייל אין צבא השמים גופא האָבן כוכבים אַ מעלה איבער שמש וירח. אויף דער זון און דער לבנה שטייט): „וחפרה הלבנה ובושה החמה". אָבער די שטערן זיינען קיימים לעד, און אַזוי זיינען אויך אידן
ווי גערעדט כמה פּעמיםי), האָבן די פאַרשיידענע פּירושים אויף איין פּסוק צווישן זיך אַ שייכות. אַזוי איז846עס אויך מיט די צוויי אויבןגעבראַכטע מדרשים; דורכדעם וואָס דער אויבערשטער האָט די בני ישראל גערופן מיט שמות, זיינען זיי געוואָרן אַ דבר חשוב וואָס ווערט ניט בטל; און דאָס גופא האָט זיי געגעבן דעם כח (ווי ער זאָגט אין צווייטן מדרש) „שלא שינו את שמם", אַז דער גלות מצרים האָט אויף זיי ניט גע'פּועל'ט און זיי זיינען אַרויס פון דאָרט מיט די זעלבע נעמען מיט וועלכע זיי זיינען אַהין געקומען.
ג. נאָך אַ דיוק איז דאָיא) אין פּסוק ואלה שמות וגו', וואָס אין דעם איז מרומז אַז צדיקים „דומים לבוראם" (צדיקים זיינען ענלעך צו זייער באַשעפער). דער מדרש זאָגטכב): „הרשעים הן קודמין לשמן — גלית שמו, נבל שמו וכו' (ביי די רשעים זיינען זיי (גלית, נבל) דערמאָנט פאַר „שמן"), אבל הצדיקים שמן קודמין — ושמו קיש ושמו שאול, ושמו ישי וכו', דומין לבוראם, שנאמר ושמי הוי' לא נודעתי להם" (אָבער ביי צדיקים איז שמן קודם, ענלעך צו דעם אויבערשטן, וואָס ביי אים שטייט פריער „ושמי" און דערנאָך „הוי'"), און דאָס איז אויך מרומז אין דעם פּסוק; פריער שאייט „ואלה שמות" וגו' און שפּעטער — די שבטים אַליין, „ראובן שמעון" וגו'.
און אויך דער רמז האָט אַ שייכות צו די צוויי אויב־געבראַכטע פירושים פון מדרש ; אַז דאָס וואָס אידן זיינען „משולים לכוכבים", און „לא שינו את שמם" קומט עס דערפון וואָס בני ישראל, צדיקים, זיינען „דומים לבוראם".
ד. עס איז מבואר אין אַ סך ערטער אין חסידות, אַז דער אור אלקי וואָס קומט אַראָפּ צו באַלעבן און מהווה זיין די וועלט, איז נאָר די בחינה פון „שם" פון דעם אויבערשטן, וואָס איז בלויז אַ הארה, אַן אָפּשיין פון אים. ווי דער מאמר „מלך שמו נקרא עליהם", אַז בלויז דער שם פון דעם מלך ווערט גערופן אויף זיין מדינה, וואָס שם איז אַן ענין וואָס איז ניט נוגע צום עצם פון דעם וואָס ווערט מיט אים גערופן, נאָר ער איז צוליב דעם אַז אַ צווייטער זאָל זיך קענען פאַרבינדן מיט עם. אָבער דער אויבערשטער אַליין איז קדוש ומובדל און די נבראים האָבן צו אים קיין שום ערך ניט.
מצד דעם פאַרבונד פון נשמות ישראל מיט עצמות, זיי זיינען דאָך אַ „חלק אלקה ממעל ממש"יח) (אַ חלק פון דעם אויבערשטן אַליין), האָבן אַלע עולמות אויך צו זיי קיין ערך ניט, און אַלע נבראים האָבן ניט קיין תפיסא, קיין באַגריף אין נשמות ישראל. און דאָס וואָס ווערט יאָ נמשך אין גוף, איז נאָר אַ הארה פון דער נשמה, ווייל, ווי געזאָגט, צדיקים — וואָס דערמיט מיינט מען אַלע אידן, ווי עס שטייטיד): „ועמך כולם צדיקים" — זיינען „דומים לבוראם", און אַזוי ווי נאָר אַ הארה פון בורא ווערט נמשך אין וועלט, אַזוי ווערט נמשך אין גוף נאָר אַ הארה פון דער נשמהיח). ווייל דער גוף איז ניט קיין846כלי אריינצונעמען דעם עצם הנשמה.
און דאָס איז דער רמז פון פּסוק; „ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה", נאָר די „שמות", אַ הארה פון נשמות ישראל, זיינען געקומען קיין מצרים, אין די באַגרענעצונגען פון עולם הזה בכלל און פון גלות בפרט (מצרים פון לשון מיצר וגבול), אָבער דער עצם הנשמה קען ניט קומען אין גלות.
און וויבאַלד אַז אויף דער נשמה אַליין איז ניט שייך קיין גלות, גיט זי אויך אַ כח אין דער הארת הנשמה אַז זי זאָל האָבן די שטאַרקייט ניט נתפּעל צו ווערן פון די העלמות יהסתרים און בלייבן גאַנץ אויך ווען זי נידערט אַראָפּ למטה און אין גלות.
ה. אַזוי ווי עצם הנשמה, וואָס איז העכער פון אַראָפּנידערן אין גוף, גיט אַ שטאַרקייט אין דער הארת הנשמה, אַזוי איז עס אויך אומגעקערט; די עבודה פון דער הארת הנשמה, וואָס קומט למטה אין גוף, ברענגט אַ דערהויבונג אויך אין עצם הנשמה. דער תכלית פון ירידת הנשמה למטה איז דאָך צוליב דער עלי' וואָס די נשמה האָט פון דער ירידה. איז ידועי), אַז אָט די עלי' איז ניט נאָר אין הארת הנשמה, נאָר אויך די עצם הנשמה ווי זי איז למעלה ווערט דערהויבן און קומט־צו צו אַזאַ מדריגה, וואָס מצד זיך אַליין (אָן דער עבודה פון הארת הנשמה אין גוף) וואָלט זי צו דעם ניט געקענט דערגרייכן.
דאָס וואָס די הארה, דער שם פון דער נשמה קען ברענגען אַן עלי' אויך אין עצם, איז עס ווייל דער שם רירט אָן אין עצם, כאָטש ער איז נאָר אַ הארה. ווי מיר זעען, אַז ווען מ'רופט עמעצן מיט זיין נאָמען, גיט ער זיך דעמאָלט אַ קער מיט זיין גאַנצן עצם. אַזוי איז אויך באַוואוסט, אַז איינע פון די עצות צו אויפמינטערן אַ מענטשן פון אַ שטאַרקער התעלפות (חלשות, וואָס דאַן ווירקן ניט אין דעם מענטשן די כחות הגלויים פון נפש), איז צו זאָגן דעם גע'חלש'טן אין אויער זיין נאָמען וואָס מ'רופט אים על פּי תורה, וואָס דורך דעם דערוועקט מען דעם עצם הנפש, אַז ער זאָל ווידער באַלעבן און ווירקן אין גוף.
וואָס אויך אין דעם זיינען די צדיקים „דומים לבוראם"; דורך דער עבודה פון אידן אין וועלט, — כאָטש דאָס טוט מען דאָך אין עולם הזה, וואו עס לייכט נאָר אַ הארה פון אלקות — ווערט אַ נחת רוח פאַר דעם אויבערשטן אַליין, כמאמר רז"ליז); „נחת רוח לפני", דער אויבערשטער זאָגט; עס איז אַ נחת רוח פאַר מיר אַליין, עצמות, וואָס אידן האָבן געטאָן מיין רצון.
ו. די עבודה למטה אין גוף דאַרף זיין צו מברר זיין דעם גוף ונפש הבהמית און דעם חלק אין וועלט פון יעדערן. ניט בלויז וואָס מ'דאַרף ניט נתפּעל ווערן און זיך ניט רעכענען מיט אַלע שטערונגען און פאַרשטעלונגען פון גוף ונפש הבהמית און טאָן מיט אַ שטאַרקייט אין די עניני הנשמה פון לערנען תורה און מקיים זיין מצוות — וואָס אין דעם זיינען אַלע אידן גלייך; נאָר די עבודה דאַרף אויך זיין צו מברר זיין און איבערמאַכן דעם גוף ונפש הבהמית און זיין חלק אין וועלט, זיי זאָלן847ווערן אַ כלי צו אלקות — וואָס אין דעם האָט יעדערער זיין סאָרט עבודה, ווייל ער דאַרף דאָך אַרבעטן מיט זיין גוף, זיין נפש הבהמית און זיין חלק אין וועלט.
און דעריבער שטרייכט אונטער די תורה די באַזונדערע נעמען פון די בני ישראל; „ראובן שמעון וגו'". דער שם פון אַ אידן ווייזט אויף דער ציור וואָס ווערט אין דער נשמה דורך איר פאַרבונד מיטן גוף. די נשמה אַליין האָט ניט קיין נאָמען, ווייל זי האָט ניט קיין ציור, און דוקא מצד איר פאַרבונד מיט איר גוף, באַקומט זי אַ ציור און אַ שםיח). און וויבאַלד אַז איין גוף איז מחולק פון אַ צווייטן, האָט יעדער איד אַ באַזונדערן ציור, אַ באַזונדערן שם, וואָס איז אויך מרמז אויף דעם באַזונדערן אופן העבודה פון יעדער אידן.
און דוקא דורך די „שמות בני ישראל", דורך דער עבודה פון יעדער אידן באַזונדער צו מברר זיין זיין גוף ונפש הבהמית און זיין חלק אין עולם, האָט זיך אויסגעפירט דער תכלית פון „הבאים מצרימה", די עלי' וואָס ווערט דורך דער ירידה.
ז. דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער ספר ווערט אָנגערופן „שמות", ווייל אין דעם נאָמען דריקט זיך אויס דער אַלגעמיינער אינהאַלט פון ספר. דער ערשטער ספר (בראשית) ווערט אָנגערופן „ספר הישר"יט), ווייל אין אים רעדט זיך וועגן די אבות, וועלכע ווערן אָנגערופן „ישרים", וואָס ביי זיי איז ניט שייך געווען דער ענין פון אמת'ן גלות. דאָס וואָס יעקב איז געקומען אין מצרים, האָט זיך דאַן אָבער נאָך ניט אָנגעהויבן דער גלות מצרים. נאָך מער, דער מדרש זאָגטכ): „כל זמן שיוסף הי' קיים לא הי' להם משוי של מצרים", כל זמן יוסף האָט געלעבט, האָבן די אידן נאָך ניט געהאַט אויף זיך די משא פון גלות, ווייל די אבות זיינען געווען העכער פון צו זיין אין אַ גלות און עס איז דאָך ואלה תולדות יעקב יוסף — יוסף האָש אַראָפּגעבראַכט און אַנטפּלעקט עניני יעקבכא). און ערשט ווען „מת יוסף — נתנו עליהם משוי", נאָך דעם ווי מת יוסף, האָט מען אויף זיי אַרויפגעלייגט די משא פון גלות. און דערפאַר האָט זיך דעמאָלט, ביי די בנים, אָנגעהויבן די עבודה פון „שמות בני ישראל" — די ירידה אין גלות און די עבודה וואָס האָט געבראַכט צו יציאת מצרים.
און דערפאַר איז דער נאָמען „שמות" נוגע צום כללות תוכן הספר, ווייל ער ווייזט אויף דעם כללות אופן העבודה פון די בנים וואָס קומען אין גלות; א) אין גלות געפינט זיך נאָר אַ שם, אַ הארה פון עצם הנשמה; און די עצם הנשמה, וויבאַלד זי איז העכער פון זיין אין גלות, גיט זי אַ כח אין דער עבודה פון הארת הנשמה. ב) די עבודה דאַרף זיין אין דער בחינה פון שם, צו מברר און מעלה זיין דעם גוף, נפש הבהמית און זיין חלק אין עולם, וואָס דורך דעם ווערט יציאת מצרים און די עלי' אויך אין עצם הנשמה — ביז צו מאַכן אַ848משכן, ושכנתי בתוכם — בתוך כל אחד ואחד.
ח. ווי אין אַלע סיפּורים פון תורה, איז אויך אין דעם פאַראַן אַ הוראה נצחית, פאַר יעדן דור און אָרט7
אין אַלע צייטן און אין די שווערסטע אומשטענדן פון גלות, דאַרף אַ איד וויסן, אַז ער דאַרף זיך ניט שרעקן און אַוודאי טאָר ער זיך ניט מייאש זיין ח"ו, וואָרום דער עצם פון אַ אידן געפינט זיך קיינמאָל ניט אין גלות, אויף אים קען קיינער ניט מעלים ומסתיר זיין. נאָך מערערז דער עצם גיט אויך אַ כח דעם אידן דאָ למטה ניט נתפּעל ווערן פון גלות און דורכצופירן זיין פּרטית'דיקע עבודה מיטן גוף און נפש הבהמית און חלקו בעולם, און גאָר אַ גרויסע עבודה — אַן עבודה וואָס ברענגט אַן עלי' אויך אין עצם הנשמה, ביז צו — ושכנתי בתוכם; וואָס וועט נתגלה ווערן בגאולה השלימה בקרוב ממש.
ט. דער אמת'ער חיות פון אַ אידן איז ניט דאָס גשמיות'דיקע לעבן, נאָר דאָס רוחניות'דיקעכב). לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז ווען די תורה דערציילט: „וימררו את חייהם וגו'", אַז די מצריים האָבן פאַרביטערט זייער לעבן, מיינט עס (צוזאַמען מיטן פּשוטו של מקרא — וואָס „אין מקרא יוצא מידי פּשוטו")כג) אַז די מצריים האָבן פאַרביטערט דאָס רוחניות'דיקע לעבן פון די אידן דורך דער שווערער אַרבעט „בחומר ובלבנים וגו'". דאַרף מען פאַרשטיין: דורך עבודת פּרך קען מען פאַרביטערן דאָס לעבן בגשמיות, אָבער ווי קען די עבודה קשה „בחומר ובלבנים" פאַרביטערן דאָס אידישן לעבן אין רוחניות? ס'איז טאַקע געוויס, אַז שווערע אַרבעט קען שטערן צום רוחניות'דיקען לעבן, צו לימוד התורה און קיום המצוות; דער לשון הכתוב איז דאָך אָבער „וימררו את חייהם", ניט בלויז אַז די עבודת פּרך האָט געשטערט צום חיות רוחני, נאָר אויך, אַז דאָס רוחניות'דיקע לעבן אַליין איז געוואָרן פאַרביטערט — איז ווי ווערט אַ לעבן רוחני פאַרביטערט דורך עבודת פּרך גשמית?
י. אין דער הלכה, אַז אַן עבד עברי טאָר מען ניט מאַכן אַרבעטן קיין „עבודת פּרך", טייטשט דער רמב"םכא) אַז דאָס מיינט; מען טאָר אים ניט מאַכן טאָן אַן „עבודה שאין לה קצבה ואין לה תועלת" (אַן אַרבעט וואָס איז ניט באַגרענעצט און ברענגט ניט קיין נוצן). דער הגהות מיימוני איז דאָרט מבאר, אַז מ'לערנט עס אָפּ פון דער עבודת פּרך וואָס אידן האָבן געטאָן אין מצרים. לויט דעם, אַז די עבודת פּרך אין מצרים האָט געמיינט אַזאַ „עבודה שאין לה קצבה ואין לה תועלת", קען מען פאַרשטיין ווי אַזוי זי האָט פאַרביטערט אויך דעם רוחניות'דיקן חיות פון אידן אין מצרים.
בשעת אַ איד איז זיך עוסק אין ענינים גשמיים ווי מ'דאַרף עפ"י תורה, איז עס דאַן אַן עבודה וואָס האָט אַ קצבה און אַ תועלת. ווייל די תורה האָט דאָך געגעבן אַ קצבה, אַ שעור, וויפל אַ איד מעג זיין פאַרטאָן אין עסק: ער דאַרף זיין פאַרנומען849אין עסק הפּרנסה נאָר אויף אַזויפיל וויפיל עס פאָדערט זיך אויף צו מאַכן אַ כלי צו ברכת הוי', במילא איז פאַראַן אַ גרענעץ וועלכע כחות ער זאָל דערצו באַנוצן — „יגיע כפּיך כי תאכל" — די האָרעוואַניע פון די הענט, פון די אויסערלעכע און נידעריקערע כחות, אָבער ניט די האָרעוואַניע פון קאָפּ און העכערע כחותכח). אויך האָט די עסק־פאַרנומענקייטאַ „קצבה", אַ מאָס אין זמן, ער זאָל זיין באַשעפטיקט אין עניני הפּרנסה נאָר אַ באַשטימטע צייט, בכדי אַז אפילו אַ בעל עסק זאָל יעדער טאָג האָבן גענוג זמן פאַר תפילה בצבור, קביעות עתים לתורה, א. אַז. וו.
אויך ברענגט דער עסק דאַן אַ „תועלת"; וואָרום וויבאַלד ער טוט אין עסק אויף דעם אופן ווי די תורה האָט געהייסן, ווערט זיין „תעשה" אַ כלי צו „וברכך הוי' אלקיך"כ).
אָבער ווען איינער אוט אין עסק ביגיע ראשו, אַז ער האָרעוועט מיט דער קאָפּ צו זוכן פאַרשידענע עצות און תחבולות צו מאַכן וואָס מער דיווח, איז עס דאַן אַן „עבודה שאין לה קצבה ואין לה תועלת".
קיין תועלת איז אין דעם ניטאָ — כמו שנאמר לא לחכמים לחםכז), — ווייל דער אויבערשטער גיט דאָך פּרנסה און תחבולות פון אַ מענטשן קענען דאָ ניט אויפטאָן. אַדרבה, זיי קענען נאָך קאַליע מאַכןכח).
אויך איז עס דאַן „אין לה קצבה" — עס איז גאָר קיין שיעור ניטאָ צו אַזאַ האָרעוואַניע; עס איז שוין פאַרנאַכט, די אַרבעטער און אָנגעשטעלטע צעגייען זיך אַהיים, מען דאַרף שוין שליסן דעם געשעפט — אָבער ער, דער בעל עסק, האַלט נאָך אַלץ אין טראַכטן וועגן געשעפט: און אפילו אַז ער ווערט פאַרטיק מיטן עסק און קומט שוין אַהיים — איז אָנשטאָט צו האָבן אַ קביעות אויף לערנען תורה, נגלה און חסידות, האַלט ער נאָך אַלץ אין איין אַרומלויפן — בפועל, אָדער ווייניגסטענס מיט זיינע געדאַנקען — וועגן דעם עסק; און אפילו בשעת ער גייט שוין שלאָפן איז רעיונך על משכבך סלקויח), ער זוכט נאָך אַלץ פאַרשידענע געשעפט־תחבולות, ומובן, אַז אפילו בשעת ער שלאָפט, זיינען זיינע חלומות אויך אָנגעפילט מיט די עניני עסק וואָס ער האָט וועגן זיי געטראַכט אַ גאַנצן טאָגכ). אויך ביי אַ יושב אוהל, קען זיין אַ ענלעכע מציאות. אין עסק ליגט ער טאַקע ניט, ער קען אָבער ליגן אין כבוד המדומה (אָן אויסגעדאַכטן כבוד) וכיוצא בזה; טאָמער האָט עמעצער אים פאַרטשעפּעט, און ער איז דאָך אַ תלמידחכם, דאַרף ער זיך דאָך אָננעמען פאַרן „כבוד התורה"; און אַזוי ווי „צדיקים דומים לבוראם", דאַרף ער גיין בדרכי הקב"ה — און פּונקט ווי דער אויבערשטער כביכול צאָלט מדה כנגד מדה, דאַרף אויך ער זיך אַזוי פירן, ער מוז זיך מיט יענעם אָפּרעכענען. און אויב דער „כבוד התורה" איז ביי אים גאָר טייער, דאַרף ער נאָך יענעם אָפּצאָלן „כפל" און „ארבעה וחמשה" (פיר־פינף מאָל אַזויפיל וויפל יענעם קומט). און וועגן דעם האַלט ער אין איין טראַכטןז און אויך850בשעת ער גייט שוין שלאָפן, באַשטייט אין דעם אויך „זיין" חשבון הנפש פאַרן שלאָף. ומובן אַז דאָס ווירקט אויך דערנאָך אויף זיינע חלומות.
ווען איינער טראַכט וועגן אָפּהיטן דעם געזונט פון זיין גוף — טוט ער עס מסתם מיט אַ חשבון; „היות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא"לא), צו עבודת השם דאַרף מען האָבן אַ געזונטן גוף. ובפרט נאָך אויב ער האָט געלערנט חסידות און ווייסט דער מאמר הבעש"ט ע"פלב) „עזב תעזוב עמו" (— מיטן גוף) און ווייסט אויך וואָס עס שטייט אין תניאלח), אַז אַ אידישן גוף האָט דער אויבערשטער אַליין אויסדערוויילט. איז וויבאַלד אַז אַ אידישער גוף איז אַזוי טייער, דאַרף מען דאָך זען אים אָפּהיטן. עס האָט אַלץ אַ תועלת.
אָבער די תחבולות אין עסק און דער טראַכטן און ליגן אין כבוד המדומה, אין דעם איז שוין לגמרי קיין חשבון ניטאָ; דאָס איז אַן „עבודה שאין לה קצבה ואין לה תועלת".
יא. און דאָס מיינט, אַז מיט עבודת פּרך האָט מען פאַרביטערט דעם אידישן לעבן, „וימררו את חייהם", דעם חיות הרוחני.
אַלץ וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן אין וועלט איז מיט אַ גרענעץ און מיט אַ חשבון. פון וואַנען קען קומען אַן ענין אָן אַ הגבלה („אין לה קצבה") און אָן אַ חשבון („ואין לה תועלת") — פון דעם נפש האלקית דוקא. ווייל די נפש האלקית איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, און ער איז דאָך אומבאַגרענעצט, דעריבער זיינען אויך אין נשמה פאַראַן אומבאַגרענעצטע כחות, וואָס זיינען העכער פון חשבון און גבול (ווי דער כח פון מסירת נפש ביי יעדער אידן, אַ כח וואָס איז העכער פון טעם ודעת). אויך קען מען אין דעם דערגרייכן ביז אַן עבודה „שאין בה תועלת", עבודה לשמה בתכליתג).
בשעת אָבער מען נעמט די כחות פון נפש האלקית, און מען נוצט זיי אויס אין לעומת־זה, „שמים חשך לאור ואור לחשך שמים מר למתוק ומתוק למר"לח), אין אַן עבודת פרך „שאין לה קצבה ואין לה תועלת", פאַרביטערט מען דערמיט דעם חיות פון נפש האלקית — „וימררו את חייהם".
יב. דער ענין פון „וימררו את חייהם" קען אויך זיין אין אַ דקות'דיקן אופן; ער נוצט טאַקע אויס דעם חיות הרוחני אין עניני קדושה און ניט אין עניני עולם הזה, ער נוצט עס אָבער ניט אויף דער עבודה וואָס ער דאַרף טאָן, ביז אַז אדרבה, דאָס שטערט צו זיין עבודה.
יעדער איד האָט זיך זיין שליחות צוליב וועלכער זיין נשמה איז אַראָפּגעקומען למטה. איז בשעת דער יצה"ר וויל אים שטערן פון זיין עבודה — און וויסנדיק אַז אויב ער וועט אָנהייבן מיט איינריידן אים אַז ער זאָל אינגאַנצן ניט טאָן אין עבודת השם, וועט אים דער איד ניט פאָלגן — איז דער יצה"ר מסכים אַז אַזאַ איד זאָל טאָן אין עבודת ה', נאָר וואָס דען — ער רעדט אים איין צו טאָן851ניט זיין עבודה, נאָר די עבודה וואָס איז שייך צו אַ צווייטן.
אין אַלגעמיין זיינען אידן איינגעטיילט אין צוויי סוגים; א) יושבי אוהל, ובפרט תלמידי הישיבות, וואָס זייער עיקר ענין איז לערנען תורה. זיי דאַרפן טאַקע טאָן אין דעם קו פון גמילות חסדים — נתינת צדקה (בגשמיות וברוחניות) און בפרט — הפצת המעיינות — ווייל „כל האומר אין לי אלא תורה, אפילו תורה אין לו"כח), אַז דער וואָס וויל זיך באַנוגענען נאָר מיט לערנען תורה און גאָרניט טאָן אין גמילות חסדים, האָט ער אויך די תורה ניט, נאָר ער מוז זיך אויך פאַרנעמען מיט גמילות חסדים; אָבער זיין הויפּט־זאַך איז תורהלז). ב) בעלי עסק. זייער הויפּטזאַך איז קיום המצוות, וואָס דער עיקר פון מצוות מעשיות איז די מצוה פון צדקה88)) — געבן צדקה אין גשמיות, און פאַרשפּרייטן די מעיינות פון אידישקייט, תורה און חסידות, וואָס דאָס איז צדקה אין רוחניות. אַזוי ווי אָבער אַלע ענינים אין קדושה זיינען פאַרבונדן צווישן זיך אין אַן אופן פון התכללות, מוז ביי די בעלי עסק אויך זיין אַ קביעות עתים לתורה, אין צוגאָב צו זייער עיקר־עבודה אין קו המצות והצדקהל).
פאַראַן אָבער אַזעלכע „נשמות התועות" (בלאָנדזשענדע נשמות), וואָס ווילן ניט טאָן די פליכט וואָס איז אויף זיי אַרויפגעלייגט געוואָרן און זיי זוכן זיך אויס ענינים וואָס געהערן צו אַנדערע. עס זיינען דאָ בעליבתים, וואָס ווען מ'מאָנט ביי זיי נתינת הצדקה און הפצת המעיינות, ענטפערן זיי, אַז גראַדע איצט קענען זיי ניט אָפּגעבן זייער צייט פאַר אַ צווייטן, ווייל זיי דאַרפן האָבן די צייט פאַר זיך אַליין: פּלוצלונג ווערט ער אַ מאריך בתפלה, אַ מתמיד אין לערנען; און גלייך נאָך דער התמדה — מוז ער שוין לויפן אין געשעפט, און במילא האָט ער קיין צייט ניט צו געבן צדקה און טאָן לטובת אַ צווייטן אידן. אַזוי זיינען אויך פאַראַן יושבי אוהל און תלמידי הישיבות, וואָס פאַרנעמען זיך מיט צדקה דוקא אין דער צייט וואָס איז קבוע אויף לימוד התורה.
און אָפט איז דער סדר ביי די „נשמות התועות", אַז דוקא אין דעם צווייטן קו, וואָס באַלאַנגט בעיקר ניט צו זיי, איז זייער התעסקות מיט ענערגיע און מיט אַ חיות (אָבער נאָר בתחלה). איז כאָצש אַז דאָס זיינען טאַקע עניני קדושה, וויבאַלד אָבער אַז דאָס איז ניט דער תפקיד פון דער נשמה, איז דאָס אַן ענין פון „וימררו את חייהם", ווייל מען נוצט אויס דעם חיות פון דער נפש האלקית אוין ענינים וואָס איז ניט איר תפקיד — ביז און אין אַן אופן וואָס שטערט צום תפקיד*0)).
יג. דאָס איז אויך וואָס מיר געפינען, אַז די יציאה פון גלות מצרים איז געקומען דורך דעם „משכו וקחו לכם", דורך דעם וואָס מ'האָט גענומען די ע"ז פון די מצריים (אַ שעפּס) און גע'שחט'ן פאַר די אויגן פון די מצריים, וואָס דאָס איז דאָך געווען פון אַ כח שאין לו קצבה, מסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת. מיט דעם852האָט מען גענומען דעם תוקף פון נפש האלקית און אים אויסגענוצט ריכטיק במקומו, אַזוי ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן. און דאָס האָט געבראַכט דעם „חרות", ווי דער לשון פון תיקוני זוהר; „חרות מטפשותא"א), אַ באַפרייאונג פון טפּשות — מ'האָט באַקומען דעם ריכטיקן פאַרשטאַנד, צו וויסן וואָס עס קומט פון נפש
א. איינער פון די טעמים אויף דעם וואָס עס זיינען דאָ צדיקים וואָס זייער יום ההסתלקות איז אַ יום שמחה — איז ווייל בשעת ההסתלקות פירט זיך אויס דער תכלית פון ירידת הנשמה למטהא).
די כוונה פון ירידת הנשמה למטה איז דאָך כמאמרב); „ירידה צורך עלי'". דורך דער עבודה פון דער נשמה אין לימוד התורה וקיום המצות, זייענדיק למטה אין דעם גשמיות'דיקן גוף, קומט זי צו צו אַ פיל העכערער מדריגה ווי די מדריגה אין וועלכער די נשמה איז געווען למעלה, איידער זי האָט אַראָפּגענידערט למטה („חצובות מתחת כסא הכבוד")) ; „טהורה היא"), און נאָך העכער) — עס קומט ניט צו דעם עילוי וועלכן זי באַקומט דורך איר עבודה למטה.
די עלי' אין דער נשמה, ווערט אויפגעטאָן בשעת זי פאַרענדיקט די האלקית און וואָס עס קומט פון נפש הבהמית און פון נאָך נידעריקער. דאָס איז דער ענין פון יציאת מצרים ברוחניות, אַז די כחות פון נפש האלקית זיינען אַרויס פון גלות מצרים, ובמילא האָט עס געבראַכט אויך די גאולה בגשמיות.
הפסח תשי"ט ותש"כ)
גאַנצע עבודה וואָס זי האָט געדאַרפט טאָן למטה. און דעריבער ווערט גערעכנט די הסתלקות פון די צדיקים פאַר אַ שמחה, ווייל צדיקים האָבן דאָך זיכער אָפּגעטאָן און פאַרענדיקט זייער גאַנצע עבודה — איז בשעת ההסתלקות, קומען זיי צו דער העכסטער עלי'.
און אַזוי ווי יעדער יאָר חזר'ן זיך איבער די זעלבע ענינים וועלכע זיינען געווען דעם ערשטן מאָלח) — איז יעדער יאָר, דער יאָרצייט פון דעם צדיק אַ יום שמחה.
ב. אַ שמחה וועלכע קומט פון אַ נייער זאַך, וועלכע איז נאָך קיינמאָל ניט געווען, איז פיל גרעסער ווי אַ שמחה וועלכע קומט פון אַן ענין וואָס איז שוין אַמאָל געווען. כאָטש, אַז יעדער מאָל ווען דער ענין פּאַסירט, ברענגט ער שמחה, וויבאַלד אָבער אַז אפילו ביום ההסתלקות ממש איז עס ניט קיין נייעס, איז אין דעם ניטאָ אַזאַ גוואַלדיגע שמחה, ווי אין
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-tj9h4g11