עברית
Library

Likkutei Sichos

Tzav

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

9480ף 9

כ ן

א. אויפן פּסוק „זאת תורת העולה גו' כל הלילה", זאָגט רש"י; „בא ללמד על הקטר חלבים ואברים שיהא כשר כל הלילה", אַז די גאַנצע נאַכט איז כשר צו מקטיר זיין (פאַרברענען) אויפן מזבח די חלבים און אברים פון די קרבנות. מען דאַרף זיך משתדל זיין צו מקטיר זיין אַלץ בייטאָג; דאָס איז דער „בשעתה" פון דעםא). מען קען אָבער מקטיר זיין די חלבים ואברים אויך ביינאַכט, אויב מ'האָט בייטאָג אָפּגעטאָן די פריערדיקע עבודות וואָס זיינען מתיר דעם קרבן.

אַזוי איז דער דין מדאורייתא. ס'זיינען פאַראַן כמה מצוות וואָס מן התורה מעגן זיי געטאָן ווערן אַ גאַנצע נאַכט, „עד שיעלה עמוד השחר", אָבער בכדי „להרחיק את האדם מן העבירה" האָבן די חכמים גוזר געווען אַז מען זאָל עס טאָן נאָר ביז האַלבע נאַכטב). ביי הקטר חלבים ואברים — איז פאַראַן אַ מחלוקת פון רש"י מיטן רמב"ם צי אָט די גזירת חכמים איז געווען אויך באַ דעם. דער רמב"םח) האַלט, אַז אויך דאָ האָט מען גוזר געווען, ווי ביי די אַנדערע מצוות וואָס מדאורייתא קען מען זיי טאָן עד שיעלה עמוד השחר, און רש"יא) האַלט אַז ביי הקטר חלבים ואברים האָבן די חכמים ניט גוזר געווען אַז מען זאָל עס טאָן נאָר ביז האַלבע נאַכט.

איינער פון די טעמים וואָס מען קען זאָגן אויף דעם, וואָס לשיטת רש"י איז פאַראַן אַ חילוק צווישן הקטר חלבים ואברים און אַנדערע מצוות; ס'איז דאָ אַ כלל (לדעת כמה פּוסקים), אַז אַ זאַך וואָס שטייט מפורש אין דער תורה אַז ס'איז מותר, קענען די חכמים אויף דעם ניט גוזר זיין קיין איסור), און וויבאַלד אַז דאָס וואָס הקטר חלבים ואברים איז כשר כל הלילה שטייט בפירוש אין דער תורה — „כל הלילה עד הבוקר"; און „ולא ילין חלב חגי עד בוקר"ח) — דערפאַר האָבן דאָ די חכמים ניט גוזר געווען.

ס'איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק די שיטה פון רמב"ם, אַז מען האָט יאָ גוזר געווען, וואָרום — לדעת כמה אחרוניםח) — זיינען פאַראַן ראיות אַז אויך דער רמב"ם האַלט פון דעם כלל, אַז דאָרט וואו ס'שטייט בפירוש אין דער תורה להיתר קענען די חכמים ניט גוזר זיין, איז פאַרוואָס האַלט דאָ דער רמב"ם, אַז מדרבנן דאַרף מען מקטיר זיין עד חצות, וויבאַלד עס שטייט בפירוש אין דער תורה אַז ס'איז כל הלילה?

ב. אויפן פּסוק „ואם האכל יאכל" זאָגט די גמראז) ; „בשתי אכילות הכתוב מדבר, אחת אכילת אדם (וואָס די כהנים עסן זייער חלק פון דעם קרבן) ואחת אכילת מזבח" (די הקטרה949אויפן מזבח), און די גמרא לערנט דערפון אָפּ און פאַרגלייכט איין אכילה צו דער צווייטער.

אויך ביי אכילת כהנים איז פאַראַן די מצוה, אַז זיי זאָלן עסן זייער חלק „ביום קרבנו"ח), אין זעלבן טאָג און ניט איבערלאָזן אויף מאָרגן. זיינען אין דעם פאַראַן צוויי ענינים ; א) די מצות עשה פון אכילת הזבח, און ווי אויף יעדער מצוה האָט מען אויך אויף דער אכילת הזבח מתקן געווען אַ ברכה)). ב) זייער עסן אין זעלבן טאָג באַוואָרנט אַז מען זאָל ניט עובר זיין אויפן לאו פון נותר.

דער חילוק צווישן די צוויי ענינים איז; די מצוה פון אכילת הזבח פאָדערט כמה תנאים (למשחה, לגדולהי), אינו חייא)), און אויב עס פעלט איינער פון די תנאים איז מען ניט מקיים די מצוה. מה שאין כן ביים פאַרהיטן פון נותר, איז קיין נפקא מינה ניט אויף וועלכן אופן מען עסט, אַבי עס זאָל דורך דער אכילה ניט בלייבן פון דעם קרבן קיין נותריא).

פּונקט ווי די 2 ענינים זיינען פאַראַן ביי אכילת כהנים, אַזוי, קען מען זאָגן, זיינען זיי אויך פאַראַן ביי אכילת מזבח. דורך דעם וואָס מען איז מקטיר די חלבים ואברים אויפן מזבח אין זעלבן טאָג פון הקרבה, טוען זיך אויף צוויי זאַכן: א) די עבודה פון מקטיר זיין די חלבים ואברים אויפן מזבח — דער ענין חיובי פון אכילת מזבח. ב) דורך דעם ווערט באַוואָרנט עס זאָל ניט זיין קיין נותר, מען זאָל ניט עובר זיין אויף דער לא־תעשה „ולא ילין חלב חגי עד בוקר".

ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער טעם וואָס לכותחילה דאַרף מען מקטיר זיין די חלבים ואברים ביום דוקא און ניט בלילה (כאָטש אַז בדרך כלל געפינט מען ניט קיין חילוק מדאורייתא פון לכתחילה ביז דיעבד)יב): די עבודה פון מקטיר זיין די חלבים ואברים, ווי אַלע עבודות המקדש, דאַרף געטאָן ווערן ביום דוקא, און דאָס וואָס די תורה זאָגט אַז מען קען מקטיר זיין אויך „כל הלילה עד הבוקר", איז עס מער ניט ווי בנוגע דעם צווייטן פּרט, צו פאַרהיטן פון דעם לאו פון נותר. דעריבער דאַרף מען לכתחילה טאָן די עבודה פון מקטיר זיין ביום, נאָר אויב מען האָט עס ניט געטאָן ביום, און דער זמן פון עבודת ההקטרה, פון דעם ענין החיובי וואָס אין דעם, איז שוין דורכגעגאַנגען — דאַרף מען מקטיר זיין במשך הלילה, בכדי ניט צו עובר זיין דעם לאו פון נותר.

דערמיט קען מען פאַרענטפערן די אויבנדערמאָנטע דיעה פון רמב"ם; לויט דעם רמב"ם (משא"כ להט"ז וכו') איז דער כלל פון „אין כח ביד חכמים לאסור דבר שפירשה התורה בפירוש להיתר", נאָר וואו עס רעדט זיך בנוגע אַ מצוה, דאָרט וואו די תורה האָט950געזאָגט בפירוש אַז מען זאָל די מצוה טאָן, קענען די חכמים דאָס ניט עוקר זיין אַז מען זאָל עס ניט טאָן; מה שאין כן וואו די תורה האָט ניט מער ווי מתיר געווען אַז מען מעג עס טאָן במשך כל הלילה, אָבער קיין מצות עשה איז דערביי ניטאָ, דאָ איז שייך אַ גזירת חכמים, אַז מען זאָל עס טאָן נאָר עד חצות.

ג. ס'איז ידוע וואָס דער רמב"ןיח) זאָגט, אַז דאָס וואָס אַ קרבן פון אַ בהמה איז מכפּר אויף דעם חטא האדם, איז עס ווייל דער אדם המקריב האָט דערביי געדאַרפט טראַכטן — איבערלעבן אַז אַלץ וואָס מען טוט מיט דער בהמה האָט באמת געדאַרפט געטאָן ווערן מיט אים, נאָר בחסדי ה', האָט דער אויבערשטער דאָס פאַרביטן אויף דער בהמה. פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַלע איינצלהייטן פון אַ קרבן, — אַריינגערעכנט די עבודה פון מקטיר זיין חלבים ואברים — זיינען פאַראַן בעבודת האדם.

חלב באַווייזט אויף תענוגי). איז אויף דעם די הוראה — „כל חלב להוי'"180)). זיין תענוג און געשמאַק דאַרף אַ איד אַוועקגעבן צום אויבערשטן.

קען מען דאָך מיינען, אַז דאָס וואָס עס פאָדערט זיך אַז אַ איד זאָל אָפּגעבן זיין גאַנצן תענוג צום אויבערשטן, איז עס דוקא אין דברי הרשות, אַז זיינע אייגענע טואונגען זאָלן זיין אין אַן אופן „כאילו כפאו כו' "י), ער זאָל אין זיי ניט האָבן קיין געשמאַק; אָבער אין עניני קדושה, אין קיום המצוות, איז — וואָס אָרט עס אַז ער האָט אַ געשמאַק אין קדושה? ואדרבה.

איז אויף דעם די הוראה פון הקטרת חלבים ביי קרבנות, וואָס דער דין איז, אַז הגם די אכילה פון קרבנות איז אַ מצוה כנ"ל, פונדעסטוועגן, טאָר מען ניט עסן ביז מ'האָט ניט (באַוואָרענט) מקטיר געווען פריער דעם חלב אויפן מזבח. און אין עבודת האדם;, ווען איז מען זיכער אַז ער איז מקיים די מצוה ווי עס דאַרף צו זיין, בשעת ער גיט אַוועק פריער זיין געשמאַק (אויך פון דער מצוה) צום אויבערשטן. אויב אָבער ער האָט נאָך אין דער מצוה ניט מקטיר געווען דעם חלב, דעם געשמאַק, קען זיין אַז ער טוט די מצוה ניט מצד דעם וואָס דער שלחן ערוך הייסט, נאָר מצד דעם געשמאַק וואָס ער האָט אין דעם.

אמת טאַקע אַז ער דאַרף טאָן אַ מצוה מיט אַ חיות און אַ קאָך; ער דאַרף טאָן די מצוה ניט מצד ההכרח נאָר מצד אהבת ה', דאַרף דאָס דעריבער זיין מיטן גרעסטן תענוג, דערפון וואָס ער האָט זוכה געווען למלאות רצון בוראו. ער דאַרף זיך אָבער באַוואָרענען אַז דער געשמאַק זאָל זיין פון דעם וואָס ער דערפילט דעם רצון הבורא, און ניט צוליב זייטיקע ענינים.

ד. על פּי זה וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס עיקר הקטרת חלבים איז בייטאָג דוקא, כנ"ל. דאָס וואָס מען קען מקטיר זיין חלבים אויך בלילה איז עס נאָר בכדי צו משלים זיין אויב מען האָט עס ניט געטאָן בייטאָג.

יום ווייזט אויף גילוי אור, אין עבודת האדם איז עס די צייט וואָס ער951איז זיך עוסק אין תורה ומצות — נר מצוה ותורה אור; לילה איז חושך — דאָס איז די צייט ווען ער איז ניט פאַרנומען מיט תורה ומצות נאָר ער איז זיך עוסק אין דברי הרשות. לערנט עס אונז, אַז די באַוואָרעניש פון הקטר חלבים דאַרף זיין, בעיקר, ביום דוקא. אין דברי הרשות איז דאָך אַ דבר פּשוט, אַז מען דאַרף אין דעם ניט האָבן קיין געשמאַק און מען דאַרף עס טאָן נאָר לשם שמים. אָבער ביי ענינים פון תורה ומצות, קען ער זיך דאָך איינריידן אַז וויבאַלד ער טוט אין קדושה, איז ווי ס'זאָל ניט זיין איז גוט, אַבי ער לערנט תורה ומקיים מצות, „לעולם יעסוק אדם בתורה ומצות וכו' שלא לשמה כו'"יז). דאַרף מען באַוואָרענען, ער זאָל אויך דאָ מקטיר זיין די חלבים; בשעת ער איז מחדש אַ חידוש אין תורה און האָט אין דעם אַ גרויסן תענוג, דאַרף ער פּועל'ן ביי זיך ער זאָל עס אַוועקגעבן צום אויבערשטן. ווער רעדט אויב ער זעט אַז זיין חידוש איז ניט מתאים מיט דברי הראשונים ואחרונים וואָס זיינען אָנגענומען בתפוצות ישראליח), זאָל ער אַוועקגעבן און פאַרברענען זיין „חלב"; ער זאָל זיין אויסן צו מכוון זיין הלכה לאמיתתה, און ניט וועלן אַבי מחדש זיין בכדי צו אַרויסווייזן די גרויסקייט פון זיין כח אין שכל.

על דרך ווי רבינו יונהיט) זאָגט דעם טעם וואָס אַן אשם תלוי האָט געדאַרפט קאָסטן טייערער פון אַ חטאת, ווייל דאָרט וואו מען איז מער עלול צו האָבן אַ טעות, דאַרף מען האָבן אַ שטאַרקערע באַוואָרעניש.

ה. דעם הפרש פון יום און לילה קען מען אויך מבאר זיין אויף אַן אַנדערן, טיפערן אופן, וואָס לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס די הקטרה ביום איז אַ מצוה חיובית און די הקטרה בלילה איז צו באַוואָרענען דעם איסור פון נותר;

יום און לילה באַצייכענען (ניט בלויז די זאַכן אין וועלכע דער מענטש איז זיך עוסק, עניני תורה ומצוה אָדער דברי הרשות, נאָר אויך) די חילוקים אין דעם מצב פון דעם מענטשן אַליין; „יום" ווייזט אויף דעם מצב האדם, ווען ביי אים איז מאיר גילוי אור בנפשו. ניט נאָר דערהערט ער אַז תורה ומצותי' זיינען חכמתו ורצונו של הקדוש ברוך הוא, נאָר אפילו אין דברי הרשות דערהערט ער דעם אלקות וואָס אין די דברים הגשמיים, ביז אַז מיט די דברי הרשות אַליין דינט ער דעם אויבערשטן — „בכל דרכיך דעהו"כ) (ביז על דרך אכילת הצדיקים וואָס איז ניט קיין עבודה פון בירורים, נאָר „צדיק אוכל לשובע נפשו") 31)) ; „לילה" ווייזט אַז ביים מענטשן איז ניט מאיר קיין גילוי אור, ער איז ניט מרגיש קיין אלקות בנפשו, ובמילא איז ניט נאָר וואָס ער דאַרף האָבן שטענדיק מלחמה ווען ער איז זיך עוסק אין דברי הרשות אַז זיי זאָלן זיין לשם שמיםכב) און ניט למלאות תאות נפשו,952נאָר אויך ווען ער איז זיך עוסק בתורה ומצות — וויבאַלד אַז תורה איז אָנגעטאָן אין שכל אנושי ומצות בדברים גשמיים און בכחות נפשו הבהמית — דאַרף ער האָרעווען אַז זיין לימוד התורה זאָל זיין לשמה און ניט צוליב דעם שכל וואָס אין דעם; ועל דרך זה — אין קיום המצות.

איז אין ביידע דרגות — סיי אין יום און סיי אין לילה — פאַראַן דער ענין פון הקטר חלבים, מסירת התענוג צום אויבערשטן. ס'איז אָבער אַ חילוק; די וואָס האַלטן ביי בחינת „יום", ווערט ביי זיי זייער גאַנצער געשמאַק — ניט בלויז אין תורה ומצוות נאָר אפילו אין דברי הרשות — מצוה און קדושה; „בכל דרכיך דעהו". מה שאין כן די וואָס האַלטן ביי „לילה", איז צוליב דעם פאַרשטעל פון נפש הבהמית, קענען זיי ביי זיך ניט פּועל'ן באמת לאמיתו, אַז זייער גאַנצער תענוג זאָל זיין אַ תענוג אלקי. נאָר זייער עבודה איז צו ברעכן זיך אַז זיי זאָלן זיך ניט אַריינלאָזן אין תאות און מותרות און אַז אין יעדער זאַך זאָל זיין כוונתם ניט די זאַך — נאָר לשם שמים. איז דער תוכן פון זייער הקטר חלבים אַן ענין פון שלילה, צוריקהאַלטן זיך פון תענוג אין דברים המותרים, וואָרום מן ההיתר יסיתנו לאיסור ח"ו. אויך בנוגע לימוד התורה, וויבאַלד אַז ביי דער מדריגה פון לערנען תורה לשמה באמת, האַלטן זיי ניט, דאַרפן זיי זיך אויסהיטן ניט צו אַריינטראָגן זייער שכל אנושי אין תורה (נאָר זוכן די אמיתית הכוונה), ווייל שכל אנושי קען פאַרפירן ביז צו מגלה פנים בתורה שלא כהלכה — איז דאָך דאָס בעיקר אַן ענין פון שלילה. ועד"ז — אין קיום המצות.

ו. אף על פּי כן איז פאַראַן אַ מעלח אין דער עבודה פון אתכפיא, ברעכן דעם רע, אויף דער עבודה פון צדיקים. על דרך ווי די עבודה פון דער נשמה למטה צו מברר זיין דעם גוף ונפש הבהמית — איז העכער פון דער עבודת הנשמה ווי זי איז געווען למעלה קודם ירידתה, כאָטש אַז דאָרטן האָט זי געהאַט העכערע השגות כו' ; אַזוי אויך אין נשמות למטה גופא, איז דאָ אַ מעלה אין דער עבודה פון תיקון הגוף ונפש הבהמית, אתכפיא, עבודת הבינונים אויף עבודת הצדיקיםכא).

און דאָס איז מרומז בכתוב; „ולא ילין חלב חגי עד בוקר", אַז די עבודה פון „ולא ילין", שלילה, שלילת האיסור על ידי עבודת הבירורים ואתכפיא, וועט צוברענגען — עד בוקר, צו דעם „בוקר אור", צו דעם זמן פון „לא יהי' לך עוד השמש לאור יומם גו' והי' לך הוי' לאור עולם"כד), וכידוע אַז דער בירור פון גוף, פון נפש הבהמית און פון עולם הזהכה), דאָס דוקא וועט ברענגען דעם „בוקר", דעם גילוי פון דער גאולה העתידה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.

(משיחת י"ט כסלו תשי"א)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-vp17y0sc

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources