עברית
Library

Likkutei Sichos

Emor

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

996דער משנה ביי ערלה, וואָס דער ענין פון ערלה איז אַ תיקון אויפן חטא עץ הדעתיא).

עס שטייט אין קבלה וחסידותיא), אַז דער חטא עץ הדעת האָט גורם געווען אַז קליפּה זאָל ווערן אַ מנגד צו קדושה. אויך פאַרן חטא איז געווען די מציאות פון קליפּות, אָבער דעמאָלט איז קליפּה ניט געווען קיין מנגד צו קדושה, אדרבהיח), זי איז געווען ווי אַ קליפּה (אַ שאָלעכץ) וואָס פאַרהיט און באַשיצט די פרוכט. נאָר דורך דעם חטא איז זי געוואָרן אַ מנגד.

אַז מען וועט דורכפירן די אויבנ־

אמ

א. מ'האָט שוין גערעדט פיל מאָלא), אַז ספירת העומר איז אַ הכנה צו מתן תורה. וואָס דערפאַר איז גלייך ווי עס ווערן פאַרענדיקט די ניין און פערציק טעג פון ספירת העומר קומט דער יום־טוב שבועות — מתן תורה.

די שייכות פון ספירה מיט מתן תורה דריקט זיך אויס אויך אין דעם, וואָס ביידע, ספירה און מתן תורה, זיינען פאַרבונדן מיט יעדן אידן אַלס אַ פּרט: אויף ספירת העומר זאָגט די גמרא) שתהא ספידערמאָנטע הוראה פון דעם דין בערלה — מען וועט אָפן אַרויסברענגען דעם חיבור פון אידן מיטן אויבערשטן — דורך דעם ווערט נתתקן וואָס דער חטא עץ הדעת האָט גורם געווען — אידן וועלן ניט בלויז ניט פאַרלאָרן ווערן ח"ו צווישן די אומות העולם, נאָר אַדרבה, די אומות העולם וועלן דערהערן אַז זייער גאַנצע מציאות איז בכדי צו משמש זיין אידן — ווי ס'איז געווען פאַרן חטא, *) אַז „קליפּה" האָט מגין געווען אויף דער „פּרי" — וכמ"שיד) „ועמדו זרים ורעו צאנכם", בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, בקרוב ממש.

(משיחת יב תמוז תשי"ד) ו —

תו

רה לכל אחד ואחד (אַז יעדער איד באַזונדער דאַרף ציילן ספירה. וואָס דערמיט איז ספירת העומר אַנדערש פון ספירת שמיטין ויובלות; ספירת שמיטין ויובלות איז דוקא דורך ביתדין — ס'איז איין ספירה פאַר אַלע אידן, אָבער ספירת העומר ציילט יעדער איד באַזונדער, פאַר זיך); און אַזוי איז אויך מתן תורה ניט בלויז פאַרן כלל ישראל, נאָר דער אויבערשטער זאָגט צו יעדן אידן באַזונדער)) „אנכי ה' אלקיך" (לשון יתיד), יעדן אידן באַזונדער גיט דער אויבערשטער די תורה, ער זאָגט יעדן באַזונדער אַן ער זאָל לערנען און מקיים זיין אַלע תרי"ג מצוות996און גיט אים ביחוד כוח (אלקיך)ו) אויף דעם.

ב. דערמיט איז מבאר דער אַלטער רבי אין לקו"ת)) דעם לשון הפּסוק: „תספּרו חמישים יום", הגם אַז מען ציילט דאָך נאָר ניין און פערציק טעג, ווייל דורך דעם ציילן די ניין און פערציק טעג — וואָס דורך דעם איז מען ממשיך די מ"ט שערי בינה — ווערט אויפן פופציקסטן טאָג נמשך דער שער החמישים — דער ענין פון מתן תורהז).

די מ"ט שערי בינה ווערן נמשך דורך דער עבודה פון ספירת העומר — דורך יעדן מאָל ציילן ווערט נמשך אַ שער (דעריבער איז דער לשון פון ספירת העומר; יום אחד, שני ימים, שלשה ימים וכו' — אַ מספּר וואָס נעמט אין זיך אַריין אויך די פריערדיקע טעג, און ניט קיין מספּר סידורי פון יעדן צוקומענדיקן טאָג באַזונדער; יום שני, יום שלישי וכו' — ווייל יעדן טאָג, מיט יעדן מאָל ציילן ספירה, קומט צו די המשכה פון נאָך אַ שער; דעם ערשטן טאָג איז מען ממשיך איין שער, דעם צווייטן טאָג — האָט מען צוויי שערים, דעם דריטן טאָג — דריי א. אַ. וו.), דעם שער הנו"ן אָבער קען מען דורך עבודה ניט ממשיך זיין, ווייל ס'איז אַזאַ בחינה וואוהין עבודת הנבראים דערלאַנגט ניט. פונדעסטוועגן, נאָך דעם וואָס מען איז ממשיך די מ"ט שערים דורכן ציילן ניין און פערציק טעג, ווערט דורך דעס אויפן פופציקסטן טאָג געגעבן מלמעלה דער שער הנו"ן, בדרך אתערותא דלעילא. און דאָס מיינט „תספּרו חמישים יום", אויך דער שער הנו"ן — ווייל ער ווערט טאַקע געגעבן אָבער נאָר נאָך דער ספירה פון די „שבע שבתות תמימות"ח).

ג. כאָטש אַז דער שער הנו"ן, וואָס ווערט נמשך אין יום החמישים לעומר, איז פאַרבונדן מיט מתן תורה, פונדעסטוועגן זאָגט דער אַלטער רבי אין שו"ע)) להלכה, אַז דאָס וואָס מיר זאָגן אין שבועות „זמן מתן תורתינו", איז עס ווייל לויט אונזער איצטיקן חשבון פון קביעות החדשים פאַלט אויס שבועות אַלע מאָל בששה בסיון, און דעם זעקסטן טאָג פון997סיון איז געווען מתן תורהי). אָבער ווען בית דין פלעגט מקדש זיין דעם חודש על־פּי הראי' דורך עדים,האָט חג השבועות — דער יום החמישים לעומר — געקענט אויסקומען אויך דעם פינפטן טאָג אין סיון (ווען לויט קידוש על־פי הראי' זיינען די חדשים ניסן און אייר ביידע געווען מלאים) אָדער דעם זיבעטן טאָג אין סיון (ווען ניסן און אייר זיינען ביידע געווען חסרים)יא). דעמאָלט, איז כאָטש אַז ביום החמישים לעומר מאַכט מען יום־טוב שבועות (ווייל, ווי ער זאָגט אין דער סדרה, איז יום טוב שבועות ניט אָפּהענגיק אין דעם טאָג פון מתן תורה נאָר אין דעם יום החמישים לעומר), וויבאַלד אָבער ס'איז ניט בששה בסיון, זאָגט מען ניט „זמן מתן תורתינו"כב).

דערפון זעט מען, אַז אין מתן תורה זיינען דאָ צוויי ענינים איין ענין אין מתן תורה איז פאַרבונדן מיטן יום החמישים לעומר, וואָס אין דעם טאָג ווערט נמשך דער שער הנו"ן. אַ צווייטער ענין אין מתן תורה איז פאַרבונדן מיטן טאָג פון ששה בסיוןיח), און דוקא צוליב דעם ענין זאָגט מען „זמן מתן תורתינו".

דער חילוק בעבודה צווישן די צוויי ענינים איז דער ענין אין מתן תורה וואָס איז פאַרבונדן מיט יום החמישים לעומר קומט נאָך דער הקדמה פון עבודת האדם, זיין עבודה איז ניט גענוג צו ממשיך זיין די המשכה פון שער החמישים, און זי קומט מלמעלה בדרך אתערותא דלעילא, אָבער דאָך ווערט זי נמשך דוקא נאָך דער שלימות פון עבודת האדם*14)), נאָך דעם ווי ער פאַרענדיקט די עבודה פון מ"ט ימי הספירה ווערט ער אַ כלי צו אָט דער המשכה פון מתן תורה. אָבער דער ענין אין מתן תורה וואָס איז פאַרבונדן מיט יום הששה בסיון, איז בכלל ניט אָפּהענגיק פון דעם אָדם מיט זיין עבודה. דאָס איז אַזאַ נתינה וואָס האָט צו טאָן נאָר מיט תורה, און מצד תורה איז איר זמן ביום הששי — בששה בסיוןיח).

ד. די צוויי ענינים אין מתן תורה — פון יום החמישים לעומר און פון יום הששי בסיון — קענען קומען אין באַזונדערע זמנים. ניט נאָר בזמן שהיו מקדשים החודש על־פי998הראי', וואָס דאַן האָט שבועות (דער יום החמישים לעומר) געקענט אויספאַלן בחמישי בסיון אָדער בשביעי בסיון, נאָר אַפילו איצטי), ווען ניסן איז אַלעמאָל מלא און אייר חסר, קען ביי אַ יחיד געמאָלט זיין אַז די צוויי ענינים זאָלן נמשך ווערן אין צוויי פאַרשידענע זמנים;

ס'איז ידוע אַז צוליב דעם וואָס די ערד איז אַ כדור108)) (ווי אַ קוגל), און די זון (וואָס לויט איר גאַנג ווערן באַשטימט די טעג) קרייזט אַרום דעם כדור הארץ, מוז זיין אַ געוויסער קו (ליניע) אויף דער ערד („קו התאריך"), וואָס דאָרטן טיילן זיך פאַנאַנדער די טעג, און דער אָרט פון איין זייט קו איז אָפּגערוקט אין צייט מיט אַ (קאַרגן) מעת־לעת פון דעם אָרט אויפן צווייטן זייט פון דעם קו. במילא ווען עמעצער גייט אַריבער אָט־דעם קו, וועט ער איבערשפּרינגען אַ „טאָג" (נאָך זונטיק וועט קומען דינסטיק והדומה), אים וועט אויספעלן אַ מעת־לעת — — אויב ער גייט פון מזרח צו מערב, אָדער אים וועט צוקומען אַ מעת־לעת (אַ זונטיק נאָך אַ זונטיק) — אויב ער גייט פון מערב צו מזרח, קעגן דעם גאַנג פון דער זון.

ווען איינער פאָרט אַריבער דעם פּלאַץ (קו התאריך) אין מיטן פון די ספירה־טעג, איז וויבאַלד אַז די מצוה פון ספירת העומר ליגט אויף יעדן יחיד באַזונדער, דאַרף ער ציילן זיין ספירה, לויט דעם חשבון פון זיינע טעג, וואָס איז דאָך ניט אָפּהענגיק פון דער ספירה וואָס ווערט געציילט דורך עמיצן אַנדערש, אויף דעם זייט פון קו התאריך וואו ער איז געקומען. לדוגמא; פּסח שחל בשבת און איינער פאָרט פון מזרח צו מערב און מאָנטיק נאָך דעם ציילן דעם צווייטן טאָג פון ספירה איז ער אַריבערגעפאָרן דעם קו (וואָס דאָרט איז — דינסטיק), איז בשעת עס קומט די נעקסטע נאַכט דאַרף ער ציילן די ספירה וואָס קומט נאָך זיין צווייטער ספירה — ד. ה. די דריטע ספירה, כאָטש אַז אַלע, וועלכע געפינען זיך אין דעם אָרט וואו ער איז געקומען זינט דעם אָנהויב פון די ימי הספירה, ציילן שוין דעמאָלט (מיטוואָך) די פערטע ספירה; און אַזוי אויך — אויב ער איז אַריבערגעפאָרן דעם קז פון מערב צו מזרח, דאַרף ער ציילן די דריטע ספירה, כאָטש אַז אַלע אין יענעם אָרט האַלטן ערשט ביי דער צווייטער ספירה.

ווייל, ווי געזאָגט פריער, ספירת העומר איז ניט קיין מצוה אויף דעם כלל אידן, נאָר ס'איז אַ מצוה אויף יעדן יחיד באַזונדער, צו ציילן זיינע טעג, וויפל טעג עס זיינען ביי אים אַדורך פון זיין אָנהויב ספירת עומריז).

בנוגע שבת און אַנדערע ימים־טובים דאַרף דער יחיד זיי אָפּהיטן לויטן חשבון פון די תושבים וואָס געפינען זיך אין יענעם אָרט. ס'איז ניט קובע צי ביי אים, אַריבערגייענדיק דעם קו, איז דער זיבעטער טאָג999דער זעלבער ווי ביי די איינוואוינער פון אָרט, ווייל די קביעות פון שבת איז ניט איבערגעגעבן געוואָרן צו יעדן יחיד באַזונדעריח) ; דאָס זעלבע איז בנוגע יום־טוב, וואָס הענגט אָפּ אָן קביעות החודש וועלכע איז באַשטימט דורך איין בית דין פאַר אַלע אידן און (בזמן הזה) דורך זייער חשבון. (און אַזוי איז עס אויך בנוגע ר"ה, יו"כ). אַנדערש איז עס אָבער ביי ספירת העומר, וואָס דאַרף זיין „לכל אתד ואחד", איז וויבאַלד אַז די מצוה פון ספירה איז פאַר יעדן יחיד באַזונדער, איז דאָך מובן, אַז אויך אין דעם תשבון פון ספירה איז ער ניט אָפּהענגיק פון דעם חשבון פון אַ צווייטן, וואָרום די מצוה איז — ער זאָל ציילן די טעג וואָס זיינען אַדורך ביי איםיט).

ה. ווי געזאָגט בכתוב, איז דער יום־טוב שבועות ניט פאַרבונדן מיט אַ געוויסן טאָג פון חודש, נאָר מיטן חשבון פון ספירת העומר — דער פופציקסטער טאָג פון עומר איז שבועות, און דערפאַר האָט טאַקע אַמאָל, בזמן שהיו מקדשים החודש על־פי הראי', געקענט אויספאַלן שבועות בה' בסיון, בו' בסיון, אָדער בז' בסיון.

אָט די שייכות פון שבועות צו ספירת העומר מיינט ניט אַז דער עצם יום־טוב שבועות ווערט אויפגעטאָן דורך דער ספירה — אַז די ניין און פערציק טעג, וועלכע מען ציילט בפּועל, אָדער מען איז זיי מחוייב צו ציילן, זיי טוען אויף אַז דער טאָג וואָס נאָך זיי זאָל זיין יוםטוב — וואָרום מיר זעען דאָך, אַז אויך די וואָס האָבן ניט דעם (חיוב פון) צו ציילן (ווי קטנים, וואָס זיינען געוואָרן בני מצוה בימי הספירה, אָדער גרים וואָס האָבן זיך מגייר געווען בימי הספירה), איז ביי זיי מדאורייתא יום־טוב שבועות בעת עס קומט דער פופציקסטער טאָג פון צווייטן טאָג פּסח. (ועוד — ס'איז פאַראַן דיעות, און אַזוי איז די הלכהכ), אַז בזמן הזה איז די מצוה פון ספירת העומר בלויז דרבנן, און יום־טוב שבועות איז דאָך דאורייתא); מצד וואָס ווערט ביי זיי געשאַפן דער יום־טוב שבועות, וויבאַלד אַז ביי זיי איז דאָך ניט געווען דער ענין פון די מ"ט ימי הספירה?

— מען קען ניט זאָגן, אַז די ספירה פון כלל ישראל שאַפט אויך ביי זיי דעם יום טוב, ווייל זיי גייען נאָך נאָכן כלל — וואָרום מיר געפינען ניט אַזאַ מציאות ווי „ספירה (העומר) פון כלל ישראל", ווי געזאָגט פריער, די מציאות איז — יעדער איד ציילט ספירה פאַר זיך אַליין —

איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער יוםטוב שבועות ווערט ניט געשאַפן דורך ספירה. ס'איז נאָר, וואָס דער זמן פון דעם יום־טוב האָט די תורה1000קובע געווען אין יום החמישים לעומר, ד. ה. אַז די ימי הספירה ווייזן בלויז אָן, זיינען מברר דעם זמן פון שבועות; אַז דער טאָג וואָס נאָך זיי איז יום־טוב. און דער ענין פון ימי הספירה, (ווי אַן אָנווייזונג און בירור), איז שייך צו יעדן איינעם; ווען ער שטייט אין אַ טאָג וואָס אויב ער וואָלט געווען מחוייב בספירה וואָלט ער פאַר דעם טאָג אָנגעציילט ניין און פערציק טעג איז דאָס אַ בירור אַז דער טאָג איז שבועות.

ובמילא, ווען ביי איינעם ווערן פאַרענדיקט די מ"ט ימי הספירה פריער אָדער שפּעטער ווי ביי אַנדערע, זיינען די ימי הספירה וואָס זיינען דורכגעגאַנגען ביי אים מברר אַז ער דאַרף פּראַווען דעם יום־טוב שבועות, אין דעם טאָג וואָס קומט גלייך נאָך זיינע ימי הספירהכא) (מ'קען ניט זאָגן, אַז כאָטש לגבי ספירה האָט ער זיך זיין אייגענעם חשבון זאָל ער אָבער לגבי שבועות נאָכגיין נאָכן כלל — ווייל די איינציקע קביעות און סימן ווען איז שבועות — איז אַז דאָס איז דער פופציקסטער טאָג פון ימי הספירה, אַן ענין וואָס האָט גאָרניט צו טאָן מיטן כלל, נאָר מיט יעדן יחיד באַזונדער)כב).

דאָס אַלץ איז בנוגע דעם יום־טוב שבועות, וואָס זיין זמן האָט די תורה ניט באַשטימט אין אַ געוויסן טאָג פון חודש, נאָר ער איז אָפּהענגיק אין די ניין און פערציק טעג פון ספירת העומר. מה־שאין־כן בנוגע זאָגן „זמן מתן תורתינו", וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט ששה בסיון, — כנ"ל, פון אַלטן רבי'ן — איז כאָטש אַז ער פּראַוועט טאַקע דעם יוםטוב שבועות פריער מיט אַ טאָג אָדער שפּעטער מיט אַ טאָג, וויבאַלד אָבער ס'איז ניט ששה בסיון, קען ער ניט זאָגן „זמן מתן תורתינו". און אַפילו אויב ער איז דורכגעפאָרן דעם קו התאריך נאך ראש־חודש סיון (ובמילא איז דער יום החמישים לעומר ביי אים דער זעקסטער טאָג זינט פון זיין ראש החדש), פונדעסטוועגן קען ער ניט זאָגן „זמן מתן תורתינו", ווייל בנוגע קביעות ימי החודש געפינען מיר ניט קיין חילוק פון קביעות יום הראש חודש, וואָס איז ניט געגעבן געוואָרן צום חשבון הפּרטי פון יעדן איינעם, כנ"ל.

ו. פון דעם אַלעם קומט אַרויס דער דין

בעת איינער איז אַריבערגעפאָרן דעם קו התאריך אויפן וועג פון מערב צו מזרח, איז דער פינפטער טאָג אין סיון ביי אים דער פופציקסטער טאָג פון ספירה — יום־טוב שבועות, בנוגע אַלע דינים (אַ חוץ וואָס „זמן מתן תורתינו" קען ער ניט זאָגן). און ששה בסיון איז ביי אים יום־טוב שני של גליות (אויב ער איז אַ בן חוץרץ).

און אַזוי אויך ווען איינער איז אַריבערגעפאָרן דעם קו התאריך אין1001דער פאַרקערטער ריכטונג, פון מזרח צו מערב, איז שביעי בסיון ביי אים יום־טוב שבועות, און שמיני בסיון איז ביי אים (אויב ער איז אַ בן ץ־ארץ) — יוםטוב שני של גליות.

ז. דער ביאור דערפון אין עבודת האדם;

די עבודה פון ספירת העומר איז בירור המדות, וואָס דערפאַר ציילט מען ספירה ניין און פערציק טעג, „שבע שבתות תמימות", צו מברר זיין די זיבן מדות, וואָס יעדער מדה איז כלול פון אַלע זיבן, און מאַכן זיי תמימות. בשעת אַ איד פאַרענדיקט זיין עבודה אין בירור המדות גיט מען אים מלמעלה דעם ענין פון תורה, וואָס קומט נאָך די מ"ט ימי הספירה. ס'איז ניס קובע פאַר אים וואָס עס טוט זיך מיט אַנדערע האָט ער פאַרענדיקס צו מברר זיין זיינע מדות, גיט מען אים גלייך (שער הנו"ן) די תורה — כאָטש אַז אַנדערע זיינען נאָך דערצו ניט גרייט; האָט ער נאָך ניט מברר געווען זיינע מדות, דאַרף ער נאָך וואַרטן ביז ער וועט פאַרענדיקן מברר זיין זיינע מדות — כאָטש אַז אַנדערע באַקומען די תורה.

דאָס איז אָבער נאָר בנוגע דעם טייל פון מתן תורה וואָס קומט נאָך דער עבודת האדם. אָבער דער ענין אין מתן תורה וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט עבודת האדם, וואָס איז לגמרי העכער פון דעם, וואָס אין דעם איז ניט נוגע זיין עבודה אין בירור המדות — האָט זיך זיין זמן פאַר אַלעמען גלייך — ששי בסיון.

(משיחות חג השבונות תשי"ז ותשכ"א)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-6jez2m7r

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources