עברית
Library

Likkutei Sichos

Va'eira

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

854דעקל. די סיבה דערצו איז געווען, ווייל דאָס דעקל איז געווען שפּיגעלגלאַט, האָט עס דער אַלטער רבי גענוצט פאַר מכוון זיין די תפילין שבראש, אַז זיי זאָלן ליגן אויפן ריכטיקן אָרט.

בשעת מ'האָט וועגן דעם גערעדט אין אָנוועזענהייט פון דעם צמח־צדק, זאָגענדיג אַז דער אַלטער רבי האָט אָפּגעבראָכן דעם דעקל פון דער פּושקע, האָט דער צמחצדק געזאָגט אַז דעם זיידנס ענין איז ניט געווען ברעכן; ער האָט ניט געבראָכן, ניט זיך און ניט יענעם. נאָר מסתמא איז דאָס דעקל געווען מחובר צו דער פּושקע מיט אַ חוט, און דער זיידע האָט אַרויסגענומען דעם חוט המחבר.

ביי דעם צמח־צדק איז געווען אַזוי זיכער־קלאָר אַז דער אַלטער רבי האָט ניט געבראָכן, ביז אַז דאָס האָט אים געבראַכט צו זאָגן מיט אַ געוויסהייט אַז דער אַלטער רבי האָט ניט געבראָכן אַפילו קיין דומם. נאָר ער האָט בלויז אַרויסגענומען דעם חוט המחבר.

אַלע סיפּורים וואָס מ'האָט אונז דערציילט זיינען אַ הוראה אין עבודה.

די הוראה פון דעם אויבנדערמאָנטן סיפּור איז;

מען קען זיך אַזוי אויסאַרבעטן אַז

וא

א. אין סוף פון דער פריערדיקער סדרה (פ' שמות) ווערט דערציילט טעגן דער שאלה וואָס משה רבינו האָט געפרעגט ביי דעם אויבערשטן „למה הרעות לעם הזה וגו'". דער שטורם פון שאלת משה איז געווען; ווי קומט עס אַז פון דעם אויבערמ'זאָל ניט דאַרפן קיינעם ברעכן; ניט זיך און ניט יענעם, אפילו קיין דומם אויך ניט. און אויך ניט ברעכנדיק — קען מען מכוון זיין די תפלין שבראש, וואָס דער מיין פון תפלין איז — שעבוד המוח והלב צו דעם אויבערשטןי).

בכדי צו משעבד זיין דעם מוח ולב צו אלקות, דאַרף מען ניט דוקא ברעכן. מען דאַרף נאָר אַרויסנעמען דעם חוט וואָס איז מחבר און שלעפּט אַראָפּ דעם נפש האלקית צום נפש הבהמית — אַמאָל באַהעפט זיך דער נפש הבהמית צום נפש האלקית און רעדט איין דעם אידן ער זאָל טאָן אַנדערש פון דעם שעבוד וואָס ליגט אויף אים, און טענה'ט דערביי, אַז דאָס איז קדושהב) — איז אָט דעם חוט המחבר דאַרף מען אַרויסנעמען. מ'דאַרף וויסן קלאָר וואָס קומט פון נפש האלקית און וואָס קומט פון נפש הבהמית. און בשעת מ'האָט דעם ריכטיקן פאַרשטאַנד, „חרות מטפּשותא", קען מען מכוון זיין די תפלין — שעבוד המוח והלב צו אלקות, ביז אַז אפילו עמי הארץ (וואָס באַ זיך אינווייניג, און אויך די וועלכע זיינען בחלקו בעולם) יראו ממךיח).

(משיחת ליל ב' דחג הפסח תש"כ) רא

שטענס אַ שליחות און — דורך משה'ן און וועגן גאולת מצרים — זאָל קענען אַרויסקומען אַן ענין פון855„הרעות" — פון רע, וויבאַלד אַז די שליחות איז געווען וועגן גאולת מצרים, אַ גאולה וואָס איז כולה טובב) ; דורך אַ שליח — משה רבינו, וואָס אויף אים שטייט8 „ותרא אותו כי טוב הוא", אינגאַנצען טוב, באַלד ביי זיין געבוירן ווערן איז ער געווען נאָר טוב)); און דער משלח איז דאָך געווען דער אויבערשטער, „בכבודו ובעצמו" (ווייל צוליב דעם וואָס אידן אין מצרים זיינען געווען פאַרזונקען אין „מ"ט שערי טומאה"*), האָט זייער גאולה ניט געקענט קומען בסדר השתלשלות, פון אַזאַ מדריגה פון אלקות וואָס איז אָנגעטאָן אין וועלט (וואָס במילא איז דאָרט דאָ אַן אָרט פאַר קטרוגים פון מדת הדין), און די גאולה האָט געמוזט קומען פון דעם אויבערשטן אַליין))), וואָס ער איז דאָך אַודאי כולו טוב וחסד („בחי' עתיק", „לית שמאלא בהאי עתיקא")ח). דעריבער ווערט די שאלה, וויבאַלד אַז סיי די שליחות, סיי דער שליח און מכל שכן דער משלח אַליין זיינען אינגאַנצן טוב — ווי אַזוי האָט פון דעם געקענט אַרויסקומען אַן ענין פון רע, „הרעות"?

אויף דעם איז געקומען דער ענטפער (אין אָנהויב פון היינטיקער סדרה) פון דעם אויבערשטן; „ויאמר אליו אני הוי', וארא אל אברהם וגו' ושמי הוי' לא נודעתי להנז וגם הקמתי וגו'". דער אויבערשטער האָט געענטפערט צו משה'ן, אַז אברהם יצתק ויעקב האָבן געהאַט אַ סך נסיונות און פונדעסטוועגן האָבן זיי קיין קשיות ניט געפרעגט, „חבל על דאבדין ולא משתכחין"*.

איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיקז

א) פאַרוואָס האָט טאַקע משה רבינו געפרעגט אַ קשיא? משה רבינו האָט דאָך געהאַט אַ העכערע מדריגה ווי די אבות — ער איז דאָך געווען דער „שביעי" (דער זיבעטער פון אברהם אָבינו), און די חז"ל זאָגןז)ט „כל השביעין חביבין", אַז דער „שביעי" איז באַזונדער חביב, ווייל זיין מדריגה איז העכער פון די פריערדיקע זעקס — און וויבאַלד אַז די אָבות האָבן ניט געפרעגט, ווי קומט עס וואָס משה רבינו האָט יאָ געפרעגט „למה הרעות"?

ב) וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט, מיט זיין ענטפער צו משה'ן אַז די אבות האָבן ניט געפרעגט קיין קשיות, אונטערגעשטרייכט די מעלה פון די אבות, האָט ער דאָך אָנשטאָט „וארא גו' ואל יעקב", געדאַרפט זאָגן דעם נאָמען „ישראל", וואָס איז דער שם המעלה וואָס ווייזט אויף אַ העכערער מדריגה ווי יעקב).

ג) אַלע סיפּורים פון תורה זיינען דאָך אַ הוראה) פאַר יעדער אידן, און בפרט איז עס אַזוי בנוגע אָט דעם סיפּור — ווייל ס'איז ידוע אַז די תורה וויל ניט זאָגן אַ דבר מגונה אפילו ווען זי רעדט וועגן אַ בהמה140)), און אַודאי איז עס אַזוי ווען עס רעדט זיך להבדיל וועגן אַ אידן, וואָס איז856אויסדערוויילט פון אַלע נבראים, און מכל שכן וועגן משה רבינו, דער אויסדערוויילטער פון אַלע אידן; פונדעסטוועגן האָט זיך די תורה דאָ ניט אָפּגעהאַלטן פון דערציילן אַן ענין וואָס איז ניט בשבחו פון משה רבינו, מוז מען דאָך זאָגן אַז עס איז אַ הכרח גמור אין דעם — און דאָס איז צוליב צו געבן דערמיט אַ הוראה פאַר יעדער אידן בכל דור ודור; אַז די הנהגה וואָס איז אָנגענומען באַ דעם אויבערשטן איז צו אויסקלייבן דעם וועג פון די אבות, און ניט פרעגן קיין שום קשיות.

איז עס לכאורה זייער שווער צו פאַרשטיין: ווי אַזוי איז שייך אַז יעדער איד, ובפרט אין דעם דור פון „עקבתא דמשיחא", זאָל האָבן די ברירה צו אויסקלייבן זיך איינעם פון די צוויי דרכים, דעם דרך פון די אבות אָדער דעם דרך פון משה רבינו ? אמת טאַקע, די רז"ל זאָגןיא): „אין דור שאין בו כאברהם וכו' כיעקב ואין דור שאין בו כמשה", אַז ס'איז ניטאָ קיין דור וואָס אין אים איז ניט פאַראַן אַזאַ ווי אברהם, ווי יעקב, און ס'איז ניטאָ אַזאַ דור וואָס אין אים איז ניט פאַראַן אַזאַ ווי משה — דערמיט מיינט מען דאָך אָבער נאָר יחידי סנולה. די תורה איז דאָך אָבער געגעבן געוואָרן צו אַלע, „תורה על הרוב תדבר", די הוראות פון תורה רעכנען זיך (בעיקר) מיט די אייגענשאַפטן פון דער מערהייט אידן. איז ווי אַזוי קען מען דאָס זאָגן צו רוב ישראל, אַז זיי זאָלן פאַר זיך ניט אויסקלייבן דעם וועג פון משה רבינו (נאָר דעם וועג פון די אבות) ?

ב. דער חילוק צווישן די אבות און משה רבינו איז; די מדריגה פון משה רבינו איז חכמה (ווי משה האָט געזאָגט אויף זיךיא) 8 „ונחנו מה" — ער האָט אָנגעהערט דעם מ"ה דחכמה), וואָס דערפאַר איז דורך אים געגעבן געוואָרן די תורה, וואָס זי איז דעם אויבערשטנ'ס חכמה; און דער ענין פון די אבות בערך פון משה'ן — איז מדות ;

די עבודה פון אברהם אבינו איז געווען בעיקר אין דעם קו פון חסד און אהבה. ער האָט געדינט דעם אויבערשטן מיט אהבה, ווי עס שטייטיא): „אברהם אוהבי", און אויך בנוגע זיין אויפפירונג מיט מענטשן, האָט ער גומל חסד געווען מיט אַלעמען, סיי אין גשמיות און סיי אין רוהניות.

די עבודה פון יצחק אבינו איז געווען בעיקר אין דעם קו פון גבורה און יראה, ווי עס שטייטיד): „ופחד יצחק", אַז ער האָט געדינט דעם אויבערשטן מיט פּחד און יראה. און דערפאַר האָט ער אויך אין וועלט ניט געקענט סובל זיין קיין שום רע, אַפילו בדקות, וואָס צוליב דעם זיינען ביי אים טונקל געוואָרן די אויגן פון דער ע"ז פון עשו'ס נשים, ער האָט ניט געקענט פאַרטראָגן קיין רויך פון עבודה זרה פון בנות כנען *מד).

און די עבודה פון יעקב אבינו איז געווען בעיקר אין דעם קו פון תפארת, רחמים, וואָס איז כלול פון חסד און גבורה, דערפאַר האָט ער געזאָגטכד)1 „אלקי אבי אלקי אברהם ופחד יצחק857הי' לי", אַז זיין מדה האָט כולל געווען ביידע מדות, פון אברהם און יצחק. דערפאַר זיינען אַלע זיינע ענינים געווען בשלימות, „מטתו שלימה"יח), ווייל דורך אַזאַ עבודה וואָס נעמט אַרום ביידע קעגענגעזעצטע מדות, קען מען דורכגיין אַלע שוועריקייטן און אַלע נסיונות — סיי די נסיונות פון עשירות און הרחבה ביי לבנ'ען (חסד), ווי עס שטייטי): „ויפרוץ האיש מאד מאד"; סיי דעם נסיון פון דוחק און צער (גבורה), ווען עשו איז געגאַנגען קעגן אים „וארבע מאות איש עמו" — און פונדעסטוועגן בלייבן גאַנץ, ווי ס'שטייטיז): „ויבא יעקב שלם".

ג. כאָטש די אבות האָבן געלערנט תורה, ווי די חז"ל זאָגןיח) „שזימן הקב"ה לאברהם אבינו ב' כליותיו כשני חכמים והיו מבינות אותו ויועצות אותו ומלמדות אותו חכמה", אַז זיינע ביידע נירן האָבן, ווי צוויי חכמים, אים געלערנט און געגעבן צו פאַרשטיין די חכמה פון תורה; אויך זאָגן חז"ל180)): „מימיהן של אבותינו לא פּרשה ישיבה מהם וכו' אברהם אבינו זקן ויושב בישיבה היה וכו' יצחק אבינו וכו' יעקב אבינו וכו'", אַז פון זינט די טעג פון אונזערע אבות איז ביי זיי געווען אַ ישיבה צו לערנען תורה וכו' אברהם אבינו האָט געלערנט תורה וכו' און אַזוי אויך יצחק און יעקב. פון דער צווייטער זייט, געפינט מען אויך ביי משה רבינו די עבודה פון מדות — סיי אין דעם קו פון חסד, ווי עס שטייט106)) „וירא בסבלותם", אַז משה רבינו האָט צוגעטראָגן זיינע אויגן און האַרץ צו ווייטיקן פאַר זיי, און סיי אין דעם קו פון גבורה, ווי עס שטייטיא)ב „ויאמר לרשע למה תכה רעך", אַז משה רבינו האָט מוכיח געווען דעם אידן וואָס האָט געהויבן אַ האַנד אויף אַ צווייטן אידן — פונדעסטוועגן זיינען די אבות און משה רבינו פאַנאַנדערגעטיילט אין זייער עיקר ענין: דער עיקר ענין פון משה רבינו איז חכמה, און ער איז געווען דער וואָס האָט געגעבן צו אידן די תורה און דעריבער ווערט אויך די תורה גערופן אויף זיין נאָמען; „זכרו תורת משה עבדי"כב) ; און דער עיקר ענין פון די אבות איז מדות און דערמיט איז מען זיי אויך מתאר — „אברהם אוהבי" אא"וו — און אָט דעם דרך פון דינען דעם אויבערשטן מיט מדות האָבן זיי געמאַכט ירש'נען אַלע אידןכג).

ד. לויט דעם אַז אבות איז עיקר ענינם מדות, און משה רבינו — חכמה, וועט מען פאַרשטיין דעם טעם פאַרוואָס משה רבינו, וואָס איז געווען העכער אין מדריגה פון די אבות, האָט יאָ געפרעגט „למה הרעות" און די אבות האָבן קיין שאלות ניט געפרעגט; אין מדריגה איז טאַקע משה רבינו געווען העכער פון די אבות,858אָבער צוליב דעם גופא, וואָס זיין עיקר ענין איז חכמה ושכל, האָט ער געפרעגט די שאלה — ווייל די טבע פון שכל איז צו וועלן פאַרשטיין יעדע זאַך, איז בשעת עס קומט אַ זאַך וואָס ער האָט אויף דעם ניט קיין טעם אין שכל, שטערט עס אים פון צו גיין ווייטער אין זיין עבודה. דאָס איז געווען שאלת משה — ער האָט געוואָלט אַן ענטפער אויף זיין שאלה בכדי ער זאָל קענען ווייטער ממשיך זיין אין זיין עבודה — דער עבודה פון חכמה דקדושה.

ה. אויף דעם איז געקומען דער ענטפער מלמעלה: „וידבר אלקים אל משה ויאמר אליו אני הוי' וגו' ושמי הוי' לא נודעתי להם" — פאַר מתן תורה איז געווען דער גילוי פון שם אלקים און ניט פון שם הוי', „ושמי הוי' לא נודעתי להם" ; און איצט ביי מתן תורה — וואָס האָט זיך אָנגעהויבן שוין מיט בשורת הגאולה — איז געוואָרן דער גילוי פון שם הוי' „ויאמר אליו אני הוי'".

שם אלקים ווייזט אויף אַן אור מוגבל וואָס טוט זיך אָן אין עולמותמד), אלקים בגימט' הטבעכח), און מצד שם אלקים איז יעדער זאַך באַגרענעצט אין איר ענין וואָס ציילט איר אָפּ פון אַ צווייטער זאַך, וואָס דערפאַר איז אלקים לשון רבים, ווי עס שטייטכ) „אלקים קדושים", ווייל מצד דעם שם אלקים איז פאַראַן דער ענין פון רבים צוליב זייערע פאַרשידענקייטן. אָבער שם הוי' ווייזט אויף העכער פון הגבלה און התחלקות, הוי' — הי' הוה ויהי' כאחד, ווייל דאָס איז אַן אור וואָס איז העכער פון עולמות. און דער אור איז נתגלה געוואָרן ביי מתן תורה, וואָס דעריבער איז ביי מ"ת אַראָפּגענומען געוואָרן די גזירה)) וואָס האָט פאַנאַדערגעטיילט מעלה מיט מטה, וואָס אין כחות הנפש איז עס שכל מיט מדות.

און דאָס האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו משה רבינו, אַז איצטער, ווען מ'האַלט באַ דער גאולה וואָס זי איז דאָך בזכות און צוליב מתן תורהכח), איז אַפילו דער וואָס עיקר ענינו איז חכמה ושכל, דאַרף ביי אים זיין די התכללות פון צבע המדות, ער זאָל ניט פרעגן קיין שאלות.

דערמיט ווערט אויך רעכט דער לשון הכתוב „וארא וגו' ואל יעקב" און ניט דעם שם המעלה „ישראל") דער אויבערשטער האָט געמאָנט פון משה רבינו, מדריגת החכמה, אַז ביי אים זאָל זיין די התכללות פון טבע המדות, מדריגת המדות, אין אַן אופן פון קבלת עול פון יעקב. ניט די מדריגה פון ישראל — „לי ראש"יח), נאָר יעקב — „יו"ד עקב"80)), עס זאָל ביי אים זיין דער חיבור פון עליון מיט תחתון, רגל ועקב, אַז אויך אין זיין שכל וחכמה זאָל זיין די תנועה פון קבלת עול וואָס אין רגל ועקב.

859ו. נאָך אַן עיקרית'דיקע מעלה איז דאָ אין טבע המדות אויף טבע השכל, און דער אויבערשטער האָט פאַרלאַנגט פון משה רבינו, אַז כאָטש ער איז חכמה ושכל, זאָל ביי אים זיין אויך די מעלה פון מדות;

יעדער כח פון די כחות הנפש וואָס טוען זיך אָן אין גוף פון אַ מענטשן, האָט אַ באַזונדערן אבר וועלכער איז צוגעפּאַסט צו דעם כח וואָס טוט זיך אָן אין אים. דעריבער איז פון דעם געבוי פון די אברים כלליים פון גוף, קען מען האָבן אַ פאַרשטאַנד אין די אַלגעמיינע כחות הנפש וואָס טוען זיך אָן אין זיי — שכל און מדות.

מוח און לב באַווירקן אַלע אברים. פונדעסטוועגן איז פאַראַן אַ גרויסער חילוק צווישן זיי: „לבא פליג לכל שייפין"לא), די האַרץ טיילט אויס איר חיות און השפּעה צו אַלע אברים, און ס'איז ניטאָ קיין זאַך וואָס זאָל איר דערצו שטערן; מה שאין כן מוח, הגם אַז ער איז דער ערשטער פון די „תלת שליטין"לט), פון די דריי הויפּטאברים וואָס געוועלטיקן אויפן גאַנצן גוף — איז אָבער דאָ דער „מיצר הגרון"88)) (דער ענגער דורכגאַנג צווישן קאָפּ און האַרץ), וואָס שטערט צו דער ווירקונג פון קאָפּ אויפן האַרץ (וואָס ערשט ווען די השפּעה קומט אין האַרץ ווערט זי נאָך דעם פאַנאַדערגעטיילט „לכל שייפין"). דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויך אין כחות הנפש שכל און מדות; מדות מאָנען אַרויס טאָן בפּועל ממש — אהבה ברענגט צו „ועשה טוב" און יראה צו „סור מרע"לד) ; אָבער שכל אַליין, צוליב דעם וואָס זיין זאַך איז צו פאַראיינציקן זיך מיט דעם ענין וואָס ער לערנט, דעריבער איז ניט בלויז וואָס שכל מאָנט ניט אַרויס קיין טאָן בפּועל ממש — הגם ער פאַרשטייט ווי דער מענטש דאַרף זיך אויפפירן — נאָר אדרבה, די אָפּגעטראָגנקייט פון דעם שכל און זיין פאַראיינציקן זיך מיטן געשמאַק פון דעם מושכל אין וועלכן ער ליגט, שטערט צום אַראָפּלאַזן זיך און אַראָפּברענגען דעם פאַרשטאַנד לפּועללח). ווי בן עזאי האָט געזאָגטלח): „ומה אעשה שנפשי חשקה בתורה", אַז זיין געשמאַק אין לערנען תורה האָט אים געשטערט צו חתונה האָבן, הגם אַז ער האָט געוואוסט אַז „לשבת יצרה", דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט אַז זי זאָל זיין באַזעצט.

דערפאַר האָבן חז"ל באַזונדער באַוואָרענט בנוגע צו לימוד התורה; „כל האומר אין לי אלא תורה אפי' תורה אין לו"לז) (דער וואָס זאָגט איך האָב בלויז תורה, האָט ער קיין תורה אויך ניט), ווייל צוליב דער טבע פון שכל צו זיין שטענדיק אין אַ תנועה פון אָפּגעטראָגענקייט, איז מעגלעך אַז דער לומד תורה זאָל זיך באַנוגענען מיטן לערנען תורה אַליין, דעריבער זאָגט מען אים, אַז ער מוז אויך טאָן אין גמילות חסדים, ער מוז האָרעווען קעגן זיין נאַטור און זיך עוסק זיין אין עבודה בפּועל.

860ז. צוליב דער תכונה פון מדות, וואָס זיי ברענגען אַרויס אַ פּועל ממש, ווערן אברהם יצחק און יעקב, וואָס עיקר ענינם איז מדות, גערופן מיטן נאָמען אבות (ווי דער מאמר רז"ל148)) „אין קוראין אבות אלא לשלשה"), ווייל זיי ברענגען תולדות.

און דאָס דריקט זיך אויס אין צווייערליי ענינים:

א) ביי זיי אַליין האָבן די מדות אַרויסגעמאָנט מעשים טובים בפּועל ממש, ווי די חז"ל זאָגןכ): „תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים"; ב) זיי האָבן געטאָן אויך מיט אַ זולת, וואָס דאָס איז אויך דער מיין פון אבות כפשוטו, אַז זייער ענין האָבן זיי געמאַכט ירש'נען זייערע קינדער און קינדס־קינדער עד עולם.

ח. על פּי זה וועט מען פאַרשטיין וואָס רש"י זאָגט אין אָנהויב סדרה; „וארא, אל האבות". שטעלן זיך אויף דעם כמה מפרשים און פרעגן; וואָס איז דאָ רש"י מוסיף אויפן פּסוק אַליין — „וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב"? אַנדערע ווילן זאָגן, אַז רש"י איז דאָ מקצר בלשונו אין דעם ערשטן האַלבן פּסוק ווייל בעיקר שטעלט ער זיך אויף די ווערטער: „בא־ל ש־י ושמי הוי' לא נודעתי להם". דאָס איז דאָך אָבער ניט מובן, ווייל רש"י האָט זיך באַלד געקענט שטעלן אויף די ווייטערדיקע ווערטער, און אינגאַנצן ניט ברענגען די ערשטע ווערטער פון פּסוק.

און בפרט לויט דעם ווי ס'איז ידוע פון של"ה, און נאָכמער, פון דעם אַלטן רבי'ן און די רביים שלאחריו, וואָס זיי האָבן מפליג געווען אויף וויפיל עס איז מדוייק יעדער וואָרט און אות אין פּירוש רש"י — מאָנט זיך אַודאי אַ ביאור וואָס גיט דאָ צו רש"י מיט זיינע ווערטער „אל האבות"?

איז דער פּירוש אין דעם רש"י וויל דאָ אונטערשטרייכן, אַז דער עיקר־מעלה פון אברהם יצחק ויעקב איז וואָס זיי זיינען „אבות". הגם יעדער איינער פון זיי האָט זיך געהאַט די פּרטיות'דיקע מעלה פון זיין עבודה, אברהם אין חסד, יצחק אין גבורה און יעקב אין תפארת, און ביי יעדערן פון זיי איז זיין מדה געווען בתכלית השלימות און בלי גבול — פונדעסטוועגן איז ניט דאָס זייער עיקר־מעלה נאָר דאָס וואָס זיי זיינען — אבות. על דרך ווי עס שטייט ביי אברהם'ען, דעם ערשטן פון די אבותח): „כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו וגו'", דער אויבערשטער האָט אברהם'ען ליב, ולמה? ווייל ער טוט אָנזאָגן זיינע קינדער און זיין הויז־געזינד נאָך אים, און ער דערמאָנט ניט די מעלה פון זיין עבודה פרטית.

און הגם אין פּסוק שטייט ניט מפורש דאָס וואָרט „אבות", איז עס רש"י מפרש ומגלה אין דעם פּסוק; דער עיקר מעלה פון אברהם יצחק און יעקב — מדות, איז דאָס וואָס זיי זיינען אבות, זיי ברענגען תולדות.

ט. אין דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געמאָנט ביי משה רבינו, אַז אויך ביי אים זאָל זיין די טבע המדות, כאָטש זיין ענין איז חכמה ושכל, זיינען פאַראַן צוויי ענינים, א) ביי אים זאָלן זיך ניט שטעלן קיין שאלות, נאָר נעמען מיט קבלת עול,861ווי גערעדט פריער. ב) ער זאָל שטיין אין אַ תנועה פון המשכה למטה, ווי מיר געפינען אַז משה רבינו נאָך מתן תורה האָט זיך פאַרנומען מיט ענינים פון דאָ למטה — מער אפילו ווי די אבות. די אבות כאָטש זייער ענין איז מדות, זיינען זיי געווען רועי צאן און אין אַ געוויסער מאָס אָפּגעטראָגן פון וועלט — משה אָבער האָט מבאר געווען די תורה „בשבעים לשון"א) פאַר דער גאַנצער וועלט. ובהנוגע אידן איז דאָך געווען תאמר אלי שאהו בחיקך גו'.

און דאָס זיינען אויך די צוויי אויסשפּראָכן אין מדרשכא) בנוגע דעם חיבור מעלה און מטה וואָס האָט זיך אויפגעטאָן ביי מתן תורה; א) „העליונים ירדו למטה" — דאָס זעלבע אויך באַ עולם קטן זה האדם; שכל, וואָס זיין טבע איז אָפּגעטראָגענקייט און שטיין אין אַן עלי', זאָל אַראָפּקומען למטה צו טאָן אין פּועל ממש. ב) „ותחתונים יעלו למעלה" — אַז די טבע פון „רגל", וואָס איז דער נידעריקסטער פון די אברי האדם און פאָלגט אויס אַלע הוראות פון קאָפּ ניט פרעגענדיק פאַרוואָס, זאָל אט־די טבע פון רגל התחתון אויך זיין אין דעם ראש וואָס איז דער עליון פון דעם מענטשן — אַז אויך אין שכל זאָל זיין די תנועה צו טאָן אַלץ מיט קבלת עול אָן צו פרעגן פאַרוואָס.

י. און דאָס איז די הוראה פאַר אַלע אידן

ס'זיינען דאָך פאַראַן אַלערליי סוגים ביי אידןמא), פון „ראשיכם שבטיכם" ביז „חוטב עציך ושואב מימיך". מאָנט מען ביי די „עליונים", די העכערע בעלי מדריגה, „ראשיכם שבטיכם", אַז „ירדו למטה" זיי זאָלן זיך פאַרנעמען מיט אַנדערע אידן אַפילו מיט די וואָס זיינען „חוטב עציך ושואב מימיך"; און ביי די „תחתונים", ביי די נידעריגע בעלי מדריגה, מאָנט מען אַז „יעלו למעלה", — זיי זאָלן לערנען תורה, און ניט נאָר תורה הנגלית, נאָר אויך פּנימיות התורה, און מ'מאָנט ביי זיי ניט נאָר קיום המצות סתם, נאָר בהידור דוקא. ביי יעדן אידן מאָנט מען „כל חלב להוי'", אַלע זיינע בעסטע כחות זאָל ער אָפּגעבן דעם אויבערשטן, אַז זיין תורה און מצוות זאָלן זיין מן המובחר).

און אויך ביים סוג פון „ראשיכם שבטיכם" גופא, וואָס בכללות זיינען דאָס די יושבי אהל, מאָנט מען דעם חיבור פון עליון ותחתון; טאָן מיט וועלט, און אַז אין זייער שכל זאָל זיין די תנועה פון קבלת עול, ווי פריער גערעדט.

און דעם כח צו מחבר זיין ביידע קצוות פון מעלה און מטה האָט יעדער איד דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט צו משה רבינו באַוויזן „עד הים האחרון", זאָגן די רז"לח)1 „עד היום האַחרון", אַז ער האָט געזען אַלע אידישע דורות ביז ביאת המשיח — וואָס כידוע, אַז „מראות עיניהם של צדיקים"מח), די ראי' פון אַ צדיק862פּועל'ט און גיט אַ כח — איז דורך דעם וואָס משה רבינו האָט געזען אַלע אידן, אויך די אידן פון עקבתא דמשיחא, האָט ער זיי געגעבן דעם כח צו קענען מחבר זיין מעלה מיט מטה.

און אָט די הנהגה (חיבור מוחין ומדות) ברענגט די גאולה, און אַלע פיר לשונות של גאולה וואָס ווערן אויסגערעכנט ווייטער אין דער פּרשה, און מען גייט אַרויס פון אַלע מצרים וגבולים*7)) ביז „והבאתי אתכם אל הארץ" — כימי צאתך מארץ מצרים דורך משיח צדקנו בקרוב ממש.

יא. דער ענין הנ"ל איז פאַרבונדן אויך מיט ר"ח שבט. בעשתי עשר חדש באחד לחדש הואיל משה באר את התורה הזאת, און חז"ל זיינען מבאר*1)), אַז אין דעם טאָג (ראש חדש שבט) האָט משה רבינו איבערגעזעצט די תורה אויף אַלע שבעים לשונות. ולכאורה, צוליב וואָס האָט ער עס געדאַרפט טאָן? אַלע אידן האָבן דאָך דאַן גערעדט לשון קודש, און זיי זיינען געגאַנגען איינצונעמען די איין און דרייסיק מלכים פון ארץ ישראל, אין אַן אופן פון לא תחי' כל נשמה, איז צוליב וועמען האָט מען געדאַרפט איבערזעצן די תורה? און אַפילו אויב מען האָט דאָס שוין יאָ געדאַרפט טאָן, האָט דאָך דאָס געקענט טאָן אַן אַנדערער און ניט משה רבינו אַליין, וואָס ביי אים איז דאָך יעדער רגע געווען זייער אויסגערעכנט ובפרט נאָך אין אַזאַ זמן ווי ראש חדש וואָס איז העכער פון יום המעשהח ביז אַז יש נהגו ניט צו טאָן אין דעם טאָג קיין מלאכהח) ובפרט נשיםמ).

פאַר דעם דור הפלגה האָבן אַלע מענטשן גערעדט לשון הקודש 61)). נאָר פון דעם חטא פון דור הפלגה איז אַרויסגעקומען אַ פּירוד והתחלקות, „אשר לא ידע איש שפת רעהו", עס זיינען געוואָרן פאַרשידענע אָפּגעטיילטע לשונות, היפּך פון אחדות פון קדושה, הוי' אחד. אידן, „גוי אחד", זיינען ממשיך, דורך תורה אחת, דעם הוי' אחד אויך „בארץ", אַז אויך אין ארץ הגשמית ווערט אחדות. אָבער דורך דעם וואָס דער דור הפלגה האָט מורד געווען בהוי' אחד, איז געוואָרן התחלקות ופּירוד אין וועלט, און דערפון זיינען אַרויסגעקומען די שבעים לשון *נא).

און דאָס מיינט וואָס משה רבינו האָט איבערגעזעצט די תורה פון לשון קודש אויף שבעים לשון; ער האָט ממשיך געווען אַחדות — לשון קודש, אויך אין די ערטער פון פּירוד — שבעים לשון, אַז אויך דאָרטן זאָל דערהערט ווערן הוי' אחד, דורך תורה אחת 62)).

863און דאָס האָט געמוזט געטאָן ווערן דורך משה דוקא און ניט דורך קיין אַנדערן, צוליב צוויי טעמים;

א) ווייל דאָס איז דער אויפטו פון מ"ת, אַז עס זאָל זיין די התכללות פון עליונים מיט תחתונים (וואָס דעריבער האָט דער אויבערשטער געמאָנט ביי משה רבינו אַז ביי אים זאָל זיין אויך ענין האבות, די התכללות פון חכמה ושכל מיט מדות). און דעריבער האָט דוקא משה אַליין, וואָס ער איז די העכסטע מדרינה פון חכמה ושכל, געמוחט זיך אַראָפּלאַזן ביז צו שבעים לשון.

ב) נאָר משה רבינו קען ממשיך זיין אחדות הוי' ביז אין מקום הפּירוד, און ניט קיין אַנדערער, וואָרום ווער קען אַראָפּקומען „למטה מטה ביותר" — נאָר דער וואָס איז אַליין „גבוה גבוה ביותר"88)). כידוע דער משל, אַז מסביר זיין אַ שכל צו אַ גרעסערן אָדער אַ מיטעלן תלמיד, קען אויך אַ חכם בינוני; אָבער מסביר זיין אַ גאָר טיפן שכל צו אַ גאַנץ קליינעם תלמיד, קען דוקא נאָר נאָר אַ גרויסער חכם. אַ חכם וואָס ער איז ניט גדול בחכמה ביותר וועט דעם שכל ניט קענען אַראָפּטראָגן צום תלמיד קטן, און אויב ער וועט עס יאָ פּרואוון טאָן, וועט די טיפקייט פון דעם שכל פאַרלוירן גיין אין זיינע רייד. אַזוי איז עס אויך אין נמשל, אַז נאָר משה רבינו האָט געקענט מעתיק זיין און ממשיך זיין לשון הקודש אין דעם מקום הפּירוד פון די שבעים לשוןד).

יב. מען האָט שוין גערעדט כמה פּעמים, אַז דער טעם פאַרוואָס דער ערשטער טאָג פון חודש ווערט גערופן ראש חודש איז, ווייל דער טאָג איז כולל אין זיך אַלע טעג פון חודש, אַזוי ווי די קאָפּ פון אַ מענטשן איז אין זיך כולל דעם חיות פון אַלע אברי הגוף. דעם צענטן טאָג פון חודש שבט איז דער יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר. זעט מען די באַזונדערע שייכות פון דעם טאָג עשירי בשבט מיט דעם טאָג פון ראש חודש, ווען משה רבינו, דער ערשטער נשיא ישראל, האָט מעתיק געווען די תורה פון לשון קודש אין שבעים לשון. „אתפּשטותא דמשה בכל דרא"566)). דער נשיא פון אונזער דור, כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער בעל ההילולא פון יו"ד שבט, האָט זיך עוסק געווען אין די טיפסטע ענינים פון גליא און פּנימיות התורה און צוזאַמען דערמיט האָט ער „מעתיק" געווען תורה, סיי גליא און סיי פּנימיות, אויף די פאַרשידענע „שפּראַכן" ביז למטה ביותר — פאַר תינוקות שנשבו אא"וו.

און די הנהגה האָט דער רבי אויך געמאָנט פון די חסידים און מקושרים, אַז אויך ביי זיי זאָל זיין די התכללות פון ביידע קצוות צוזאַמען; זיי זאָלן האָרעווען אין די טיפסטע ענינים פון נגלה און חסידות, און גלייכצייטיק864זאָלן זיי זיך ניט אָפּשליסן אין די אייגענע פיר איילן, נאָר טאָן מיט וועלט.

און בזכות פון דער הנהגה פון ניט זיין באַגרענעצט בלויז אין איין קו, נאָר התכללות פון ביידע קעגנגעזעצטע קוים, וועט דער אויבערשטער אצנז

א. ווען משה רבינו האָט איבערגעגעבן צו פּרעה די רייד פון דעם אויבערשטן, אַז ער וועט ברענגען אצזיף מצרים די מכת בכורות, האָט ער אויך אָנגעגעבן די צייט ווען די מכה וועט קומען, בחצות — אין מיטן דער נאַכט; (נאָר צוליב דעם וואָס די אצטגניני (שטערן־זעער) פרעה קענען אַ טעות האָבן אין דער פּינקטלעכקייט פון דער צייט, האָט משה רבינו געזאָגטא) „כחצות הלילה וגו' ", אַז דאָס וועט פּאַסירן אַרום האַלבע נאַכט).

איז ניט פאַרשטאַנדיק; צוליב וואָס האָט מען בכלל געדאַרפט אָנגעבן פּרעה'ן די צייט ווען מכת בכורות וועט זיך אָנהויבן? ער האָט דאָך געקענט זאָגן סתם — ווי ביי די אַנדערע מכות — אַז דער אויבערשטער וועט ברענגען די מכה אויף מצרים, ניט אָנגעבנדיק דערביי די צייט. זעט מען דערפון, אַז מכת בכורות האָט אַ ספּעציעלע שייכות מיטן זמן פון חצות הלילה, אויף אַזויפיל, אַז בכדי צו איבערגעבן פּרעה'ן וועגן אָט־דער מכה האָט מען דערביי געאַרויסנעמען פון מיצר הגלות — וואָס אַלע גלות'ן ווערן אָנגערופן מצרים), מלשון מיצר וגבול — און אונז ברענגען „אל ארץ טובה ורחבה", דורך משיח צדקנו, בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ וארא, ר"ח שבט, תשכ"ב) א

מחט אָנגעבן דעם זמן (מער ניט צוליב „שמא יטעו אצטגניני פּרעה", האָט משה געזאָגט „כחצות הלילה וגו' ").

נאָך געפינען מיר ביי מכת בכורות, אַנדערש ווי ביי די אַלע אַנדערע מכות, א) ביי דער מכה האָבן די אידן געדאַרפט מאַכן אַ באַזונדערן צייכן אויף זייערע הייזער — דעם דם מילה און דם פון קרבן פסחב) „על שתי המזוזות ועל המשקוף" — בכדי די מכה וואָס וועט קומען אויף די מצריים זאָל ניט שאַטן די אידן. ב) דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט))א „ואתם לא תצאו איש מפּתח ביתו עד בוקר", אַז די גאַנצע נאַכט זאָלן די אידן ניט אַרויסגיין פון זייערע הייזער, וואָרום „מאחר שניתנה רשות למשחית אינו מבחין בין צדיקים לרשעים"), וויבאַלד אַז ס'איז געגעבן געוואָרן רשות צום משחית, מאַכט ער ניט קיין אונטערשייד צווישן אַ צדיק און אַ

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-yfxypcxf

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources