Likkutei Sichos
Vayechi
831ו יח י
)
א. אין סיום פון פּרשת ויחי דערציילט די תורה, ווי יוסף האָט אָנגעזאָגט אידן די בשורת הגאולה „ואלקים פּקד יפקד אתכם והעלה אתכם מן הארץ הזאת גו'", אַז זיי וועלן נגאל ווערן און אַרויסגיין פון גלות מצרים. סיי די ירידה אין מצרים איז געקומען דורך יוסף'ן; צוליב אים זיינען געקומען יעקב ובניו קיין מצרים. און סיי די יציאה פון מצרים איז געקומען דורך יוסף'ן; ער האָט אָנגעזאָגט די בשורה און געגעבן דעם סימןא) און ניט נאָר סתם אַ סימן — נאָר אויך דעם כחב) עס זאָל זיין דער „והעלה אתכם מן הארץ הזאת".
די שייכות פון גלות מצרים און יציאת מצרים צו יוסף'ן, וועט מען פאַרשטיין בהקדים די מעלה פון יוסף'ן, וואָס אין אייניגע ענינים איז ער געשטאַנען אין אַ העכערע דרגא ניט נאָר פון זיינע ברידער די שבצים נאָר אויך פון יעקב אבינו. וואָס מצד דעם וואָס אין רוחניות איז ער געווען — בענינים הנ"ל — העכער פון זיי, דעריבערח) איז אויך אין גשמיות איז ער געווען במקום מלך, און די שבצים און אויך יעקב האָבן זיך משתחוה געווען צו אים, ווי געוויזן פריער בחלום יוסף און דערנאָך מקוים געוואָרן בפועל; די שבצים — מערערע מאָל) — און אויך יעקב, ווי עס דערציילט זיך אין אָנהייבס פון דער סדרה „וישתחו ישראל על ראש המאה".
וואָרום אַלע זאַכן און פּאַסירונגען פון דער גשמיות'דיקער וועלט קומען אַראָפּ און שטאַמען פון די זאַכן און פּאַסירונגען אין רוחניות. ובפרט בנוגע דעם לעבן פון די אבות און שבצים, וואָס זייער גאַנצער לעבן איז געווען רוחניות — ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין תניאח); „שחיי הצדיק אינם חיים בשרים כי אם חיים רוחנים שהם אמונה ויראה ואהבה", אַז דאָס לעבן פון דעם צדיק איז ניט קיין פליישיק לעבן, נאָר חיים רוחנים, וואָס דאָס זיינען אמונה און יראה און אהבה — איז דאָך געוויס אַז אַלע זייערע געשעענישן אין גשמיות, אויך דאָס וואָס יעקב מיט די שבצים האָבן זיך געבוקט צו יוסף'ן, איז דאָס מצד דעם וואָס אין רוחניות איז ער געשצאַנען אין אַ העכערע מדריגה פון זיי.
ב. וועגן דער מעלה פון מדריגת יוסף, אויך די מדריגות פון די שבטים און די אבות, ווערט ערקלערט באריכות אין חסידות, אַז די אבות און שבצים זיינען געווען „רועי צאן", אָפּגעזונדערט פון די עניני העולם וואָס קענען זיי שטערן אין זייער עבודה; אָבער יוסף איז געווען אַ משנה למלך, וואָס איז פאַרבונדן מיט די גרעסטע טרדות, ובפרט אין מצרים, וואָס ווערט גערופן „ערות הארץ"832— און דאָך האָט עס ניט געשטערט אַז יוסף זאָל גלייכצייטיק אויך שטיין בתכלית הדביקות צו אלקות.
דאָס איז אויך אַ טעם אויף דעם וואָס די תורה דערציילטז): „ויכר יוסף את אחיו והם לא הכירוהו", אַז די ברידער האָבן יוסף'ן ניט דערקענט, ווייל זיי האָבן זיך ניט פאַרגעשטעלט אַז עס זאָל זיין מעגלעך אַז אָט דער משנה למלך אין מצרים זאָל עס זיין יוסף הצדיק, וואָרום לויט זייער סדר אין עבודה איז וועלט אַ סתירה צו דביקות באלקות (אויך איז דער פשט: „והם לא הכירוהו" — זיי האָבן ניט געהאַט קיין דערקענטעניש, קיין הכרה אין אַזאַ הויכער מדריגה ווי ס'איז געווען מדריגת יוסף הצדיק).
דערמיט ווערט מבואר וואָס עס שטייטח): „אלה תולדות יעקב יוסף", אַז „תולדות יעקב", די גילויים פון יעקב'ן, וואָס יעקב ועניניו זיינען אין אצילות, האָט יוסף ממשיך געווען און אַראָפּגעטראָגן אין די עולמות בי"ע ביז אין עולם הזה הגשמי. און דוקא יוסף האָט עס געקענט טאָן, ווייל זיין מדריגה איז געווען — אין דעם ענין — נאָך העכער פון יעקב'ס מדריגה, דערפאַר האָט ער זיך געקענט אַראָפּלאָזן נידעריקער, ווי דער כלל)): „כל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה יותר" (וואָס די זאַך איז העכער, אַלץ מער קען זי אַראָפּנידערן).
דאָס הייסט; הגם אַז „אין קוראין אבות אלא לשלשה"י), נאָר די דריי, אברהם יצחק און יעקב זיינען געווען „אבות", אַז יעדער פון זיי האָט אויפגעטאָן אין יעדער אידן, ממשיך געווען אלקות דורך אַ באַזונדערער מדה; אברהם דורך חסד, יצחק — גבורה און יעקב — תפארת (רחמים); יוסף אָבער האָט קיין נייעם ענין ניט אויפגעטאָן, עס איז געווען „תולדות יעקב", ער האָט דורכגעפירט אין וועלט די המשכות פון יעקב — „בחיר שבאבות"יא) (דער אויסדערוויילטער פון די אבות, ווייל זיין מדה, תפארת, איז דער קו האמצעי צווישן חסד און גבורה, וואָס איז כולל זיי ביידן). איז אָבער דאָס גופא, וואָס יוסף האָט געקענט אַראָפּברענגען די המשכות פון „בחיר שבאבות" למטה מטה, איז ווייל ער אַליין איז געווען גבוה גבוה ביותר.
ג. על פּי זה וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין זוהריא) אַז די שלש רגלים זיינען כנגד די דריי אבות; פסח איז כנגד אברהם, ביי וועמען עס שטייטיח) „לושי ועשי עוגות"; שבועות כנגד יצחק, וואָס דערפאַר איז די תקיעה ביי מתןתורה בחג השבועות געווען מיט דעם833שופריד), מאילו של יצחק218)), און סוכות כנגד יעקב, ביי וועמען עס שטייטי) „ולמקנהו עשה סוכות", וואָס דאָס איז דער ערשטער מאָל וואָס עס ווערט דערמאָנט אין דער תורה ענין סוכות, און שמיני עצרת האָט אַ שייכות צו יוסףכז), ווייל אַזוי ווי ביי יוסף'ן שטייט „אלה תולדות יעקב יוסף", אַז יוסף איז אַ המשך פון יעקב'ן, אַזוי איז שמיני עצרת אַ המשך פון חג הסוכות.
אין שמיני עצרת זיינען פאַראַן צוויי קעגנגעזעצטע זאַכן; ער איז אַ „רגל בפני עצמו"י), אַ באַזונדערער יום־טוב פאַר זיך אַליין, וואָס דערפאַר מאַכט מען שהחיינו אין שמיני עצרת (ניט ווי שביעי של פּסח, ווען מ'מאַכט ניט קיין שהחיינו, ווייל ער איז ניט קיין באַזונדערער יום־צוב פון חג הפּסח); און פון דער צווייטער זייט, ווערט ער גערופן שמיני עצרת, דער אַכטער טאָג, וואָס דאָס מיינט, אַז ער איז אַ המשך פון דעם יום־טוב סוכות.
וואָרום שמיני עצרת אין זיין פאַרבינדונג צו סוכות — איז גלייך ווי יוסף הצדיק מיט יעקב'ן. אויך יוסף איז אַ המשך פון יעקב'ן, ווייל, ווי גערעדט, איז ער ממשיך למטה די עניני יעקב, אָבער דאָס גופא וואָס ער קען אַראָפּטראָגן די הויכע המשכות פון יעקב'ן למטה, איז דאָס אַ באַזונדערע מעלה פון יוסף'ן אפילו אויף דער מדריגה פון יעקב'ן אַליין. אַזוי איז אויך שמיני עצרת ממשיך אין אַ פּנימיות אַלע ענינים פון חג הסוכות (רגל השלישי, וואָס איז כטלל אין זיך ביידע רגלים פּסח און שבועות, אַזוי ווי מדת יעקב איז כולל די מדות אברהם ויצחק). וואָרום סוכות ווייזט אויף מקיף (ווי אַ סוכה וואָס נעמט אַרום דעם מענטשן), דאָס מיינט, אַז סוכות קומען אַראָפּ אַלע המשכות מלמעלה אין אַ מקיף'דיקן אופן און שמיני עצרת קומען זיי אַראָפּ אין אַ פּנימיות7 „עצרת תהי' לכם", אַז די המשכות ווערן נמשך צו אידן אין אַן אופן פון „עצרת" — כנישו, מלשון קליטה, אַריינגענומען אין אַ פּנימיותי). איז אָבער דאָס גופא, וואָס שמיני עצרת קומען אַראָפּ אַלע המשכות אין אַן אופן פּנימי, ווייזט אויף אַ העכערן כח אין שמיני עצרת, וואָס צוליב דעם כח עליון קענען אויך די גילויים וואָס זיינען העכער פון וועלט — און קענען מצד זיי אַליין נמשך ווערן נאָר אין אָן אופן פון מקיף — אַראָפּקומען בשמיני עצרת אין וועלט אין אַ פּנימיות.
נאָך מערער; סוכות האָט מען מקריב געווען שבעים פּרים כנגד די שבעים אומות*)), דאָס הייסט, אַז פן די המשכות בחג הסוכות, וואָס זיינען834נמשך געוואָרן בבחינת מקיף, קענען די אומות העולם האָבן אַ יניקה און אַן אָנהאַלט אין זיי. דערפאַר האָט מען מקריב געווען די שבעים פּרים בכדי צו מברר זיין די שבעים אומות; אָבער בשמיני עצרת, כאָטש דאַן קומען אַראָפּ אַלע המשכות למטה, פונדעסטוועגן האָט מען מקריב געווען נאָר „פּר אחד איל אחד", וואָס אויף דעם שטייטכא) „יהיו לך לבדך ואין לזרים אתך", אַז די זרים האָבן ניט אין דעם קיין שום אחיזה און יניקה. בדוגמא צו מדריגת יוסף, וואָס אפילו זייענדיק אין מצרים, „ערות הארץ", האָט עס אים כלל ניט מבלבל געווען צו זיין בתכלית הדביקות אין אלקות — „ואין לזרים אתך".
נאָך אַן ערקלערונג אין דער שייכות פון שמיני עצרת צו יוסף; צווישן די טעמים וואָס אָט דער יוםטוב ווערט גערופן שמיני, הגם ער איז אַ יום־טוב פאַר זיך, איז ווייל אין אים לייכט די מדריגה פון שמיני, וואָס איז העכער פון סדר ההשתלשלותכא). דער מספּר שבעה מיינט דעם גאַנצן סדר ההשתלשות וואָס איז אויסגעשטעלט און איינגעטיילט אין דער צאָל פון זיבן — „שבעת ימי ההיקף". דער מספּר שמונה ווייזט אויף דער מדריגה וואָס קומט נאָך און איבער דעם מספּר שבעה, העכער פון השתלשלות. און ווייל אין שמיני עצרת לייכט די מדריגה פון שמיני — וואָס איז העכער פון סדר השתלשלות און איז ניט באַגרענעצט אין זיינע מדידות זהגבלות — דערפאַר קענען אין שמיני עצרת אַראָפּקומען אין אַ פּנימיות אויך די המשכות וואָס זיינען העכער פון וועלט און זיינען נמשך געוואָרן אין סוכות נאָר בבחי' מקיף.
אַזוי געפינט מען אויך ביי דעם ענין פון מילה, וואָס איר מצוה איז ביום השמיני, ווייל דורך ברית מילה ווערט נמשך די בחי' שמיני, וואָס איז העכער פון השתלשלות, גיט עס אַ כח צו ממשיך זיין די העכסטע מדריגות פון קדושה, וואָס זיינען העכער פון וועלט (כתריח) שלמעלה מהשתלשלות) און זיי אַראָפּטראָגן און צוזאַמענבינדן מיט „יסוד סיומא דגופא" *ב), דאָס ענדע פון גוף האדם. ד. ה. אַז דורך ברית מילה ווערט אויך דער גאַנצער בשר גשמי פון אַ אידן אויסגעאיידלט און פאַרבונדן מיטן אויבערשטן אין אַ ברית עולםיח).
און די מדריגה פון שמיני*) , וואָס איז מאיר אין שמיני עצרת, דאָס איז די מדריגה פון יוסף הצדיק, „צדיק יסוד עולם".
ה. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון גלות מצרים מיט יציאת מצרים צו יוסף'ן דוקא די כוונה פון דער ירידה אין גלות מצרים איז געווען בכדי צו מיטנעמען פון דאָרט דעם „רכוש גדול", ד. ה.836צו מברר זיין די ניצוצות הקדושה וואָס האָבן זיך געפונען אין מצריםכ). און ווען אידן האָבן פאַרענדיקט די עבודה, מען האָט מברר געווען די ניצוצות, איז געווען די גאולה. וואָס דאָס איז אויך וואָס עס שטייטלז), אַז די גאולה פון גלות מצרים איז געווען בזכות דם מילה ודם פסח*2)), ווייל דער ענין פון דם מילה איז צו מעלה זיין די נידעריקסטע דרגות, „יסוד סיומא דגופא". איז דער כח — צו קענען אַראָפּלאַזן זיך למטה מטה און אַרויסנעמען פון דאָרטן די ניצוצות — געקומען פון יוסף הצדיק. דעריבער איז יוסף הצדיק געווען דער דורך וועמען עס איז געקומען די ירידה אין גלות, און דער וואָס האָט אָנגעזאָגט די בשורת הגאולה, ווייל ער האָט געגעבן דעם כח אויף דורכפירן די כוונה פון גלות, עבודת הבירורים, און דורך דעם בריינגען די גאולה.
ו. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגט כמה פּעמיםכח), אַז עס זיינען פאַראַן די חסידישע „אושפּיזין", דאָס מיינט, אַז אַזוי ווי די זיבן „אושפּיזין", אברהם, יצחק א. א. וו. איז יעדערער פון זיי אַן אושפּיזא, „אורח", אין אַ באַזונדערן טאָג פון חג הסוכות, אַזוי זיינען פאַראַן די זיבן „אושפּיזין" פון די נשיאי החסידות, דער בעל שם טוב, דער מעזעריטשער מגיד, דער אַלטער רבי, דער מיטעלער רבי, דער צמח צדק, דער רבי מהר"ש, און דער רבי מוהרש"ב, וואָס יעדער פון זיי איז אַן „אושפּיזא" אין איינעם פון די סוכות־טעג. דערפון איז מובן בפּשטות, אַז כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואָס ער איז דער ממלא מקום און דער פאַרזעצער פון די חסידישע נשיאיםאושפּיזין, איז זיין טאָג — שמיני עצרת.
אַזוי איז אויך מרומז אין דעם רבי'נס ערשטן נאָמען — יוסף*0)), (וואָס בכלל איז דאָך שמא גרים*1)) וביחוד אין דעם פאַל וואָס דער נאָמען איז דאָך אויסגעקליבן געוואָרן דורך צדיקים נשיאי ישראל) וואָס, ווי גערעדט פריער, האָט די מדריגה פון יוסף הצדיק אַ שייכות צו שמיני עצרת. אויך די עבודה פון רבי'ן איז געווען אין דעם זעלבן אופן פון יוסף הצדיקב) ער האָט אַראָפּגעטראָגן אַלע הויכע ענינים פון די פריערדיקע רביים למטה אין וועלט. מיר זעען דאָס פון דעם וואָס דער רבי האָט זיך פאַרנומען מיט מפרסם זיין און פאַרשפּרייטן חסידות ניט נאָר אין לשון קודש און אין אידיש, נאָר אויך אין פאַרשידענע אַנדערע שפּראַכן. ווייל זיין עבודה איז געווען צו ממשיך זיין אלקות אומעטום, ביז למטה מטה.
אויך געפינען מיר אין דער הנהגה פון רבי'ן צוויי קעגנגעזעצטע קצוות (עקסטרעמען) זייענדיק מיט זיין גאַנצן וועזן פאַרנומען מיט מגלה זיין טיפסטע ענינים פון תורת החסידות, איז ער גלייכצייטיק געווען אין גאַנצן836איבערגעגעבן צו חינוך און הפצת היהדות אין אַ גאָר פּשוט'ן אופן; לערנען מיט אידישע קינדער אלףבית, באַווירקן אידן צו היטן שבת, כשרות, טהרת המשפּחה אד"ג. און דאָס זעלבע האָט ער אויך געמאָנט פון זיינע חסידים (ווייל „דבתר רישא גופא אזיל"לג), דער גאַנצער גוף גייט נאָך נאָך דער קאָפּ, דערפאַר דאַרפן זיך חסידים ביחוד משתדל זיין זיך אין די ענינים מיט וועלכע עס האָט זיך אָפּגעגעבן זייער קאָפּ, דער רבי), זיי זאָלן זיך אָפּגעבן מיט חינוך הכשר און הפצת היהדות אין אַ גאָר פּועל'דיקן און ביז אַפילו אַ גאָר פּשוט'ן אופן, און אין דער זעלבער צייט זיך פאַרטיפן אין דעם לימוד פון חסידות (וואָס צוליב דעם האָט דער רבי געשריבן און אַרויסגעגעבן טיפע מאמרים און המשכים פון חסידות חב"ד).
אַזאַ הנהגה איז בדוגמא צו דעם ווי עס איז געווען ביי יוסף הצדיק; ער האָט געהאַט צו טאָן מיט גאָר נידעריקע זאַכן, ביז צו משפּיע זיין צו די מצריים — „הא לכם זרע" — און בעת מעשה איז ער געווען בתכלית הדביקות צו אלקות.
ז. דערפאַר האָט מען אויך געזען אַז די השגחה פּרטית האָט געפירט מיטן רבי'ן אין אַזאַ סדר, אַז אים איז אויסגעקומען צו וואוינען דוקא אין גרויסע שטעט, אויף וואָס די חז"ל זאָגן; „ישיבת כרכים קשה"לד) (פּונקט ווי יוסף הצדיק האָט זיך געפונען אין מטרופּולין של מצרים). די פריערדיקע נשיאים איז זייער וואויןאָרט געווען אין קליינע שטעטלעך, ווי ליאָזנע, ליאַדי, ליובאַוויטש (זיי האָבן טאַקע אַ סך מאָל באַזוכט גרויסע שטעט, פילע מאָל אויך אין אויסלאַנד, צוליב טובת הכלל והפּרט, דאָס איז אָבער געווען צייטווייליק, אָבער בקביעות איז זייער דירה געווען אין דער קליינער שטאָט). אַפילו שפּעטער, ווען דער רבי (מוהרש"ב) נ"ע האָט זיך אַריבערגעצויגן פון ליובאַוויטש קיין ראָסטאָוו, איז אָבער דעמאָלט אויך אָט די גרויסע שטאָט געווען אָפּגעשלאָסן פון וועלט, און אויך אין ראָסטאָוו גופא, איז מען געווען אָפּגעזונדערט פון דער שטאָט. אָבער כ"ק מו"ח אדמו"ר איז פון אָנהויב פון זיין נשיאות געווען, פריער נסיעות און דאַן באַזעצען זיך אין גרויסע שטעט; מאָסקווע, פּעטערבורג (לענינגראַד) און שפּעטער אין ריגע, וואַרשע, א. א. וו. — ווי דער רבי האָט אַמאָל געזאָגט; עשר גלויות גלתה ליובאַוויטש, און ער האָט אויסגערעכנט אַלע צען גלות'ן — ביז דער רבי האָט זיך באַזעצט אין ניו יאָרק. און ערשט אין די אַלע גרויסע שטעט האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט הפצת החסידות צוזאַמען מיט זיין פאַרשפּרייטן אידישקייט בכלל. פּונקט ווי יוסף הצדיק, וואָס איז געווען פאַראיינציקט מיט ג־טלעכקייט און איז פונדעסטוועגן געווען אַ מושל און האָט זיך פאַרנומען מיט תיקונים אין ארץ מצרים.
ח. צוליב דער מעלה פון יוסף אויף די אבות און די שבטים; וואָס ביי אים האָט מאיר געווען אַזאַ מדריגה פון אלקות וואָס איז העכער פון וועלט, דערפאַר איז אויך די הנהגה מלמעלה מיט אים געווען אין אַן אופן פון למעלה מן הטבע (בחי' סובב).
837דאָס איז אויך אַ טעםיח) אויף דעם וואָס יוסף הצדיק איז באַשטראָפט געוואָרן140)) פאַר זיין בעטן דעם שר המשקים ער זאָל אים דערמאָנען פאַר פּרעה'ן; פאַר ניט פאַרלאַזן זיך בבטחון גמור אַז דער אויבערשטער אַליין וועט אים אויסלייזן פון בית האסורים, וואָס דערפאַר איז זיין עונש געווען צו בלייבן איבעריקע צוויי יאָר אין בית האסורים. פרעגט מען אויף דעם: אין וואָס איז באַשטאַנען דאָ דער חטא פון יוסף'ן? ס'איז דאָך ידוע אַז אַ מענטש דאַרף מאַכן אַ כלי בדרך הטבע פאַר דער ברכה פון דעם אויבערשטן און דאָס איז ניט קיין סתירה צו דעם בטחון אין דעם אויבערשטן. אַזוי ווי עס שטייטלז) ביי דעם ענין פון פּרנסה; „וברכך ה' אלקיך בכל אשר תעשה", דער אציבערשטער וועט דיר בענטשן אין אַלץ וואָס דו וועסט טאָן, אַז מען דאַרף מאַכן אַ כלי בדרך הטבע צו פּרנסה און פאַרלאָזן זיך אַז דער אויבערשטער וועט שיקן זיין ברכה דורך דער כלי. אַזוי געפינט מען אויך ביי יעקב אבינו, ווען ער האָט מורא געהאַט פאַר עשו'ן; „פּן יבא והכני אם על בנים", אַז צוזאַמען מיט תפלה און בטחון אין דעם אויבערשטן האָט ער אויך צוגעגרייט כלים בדרך הטבע — דורון (אַ מתנה צו עשו'ן) און מלחמה — דורך וואָס עס זאָל קומען זיין הצלה. פאַרוואָס איז יוסף הצדיק נענש געוואָרן פאַר מאַכן אַ כלי בדרך הטבע צו זיין הצלה פון בית האסורים?
נאָר ווייל ביי דער מדריגה וואָס יוסף האָט געהאַלטן, — ווי געזאָגט פריער, אַז ער איז געווען דבוק אין דער בחינת הסובב פון אלקות וואָס איז העכער פאַר מקור אויף נבראים, — האָט ער ניט געדאַרפט אָנקומען צו הכנות וכלים בדרך הטבע, און פון אים האָט זיך געפאָדערט אַ העכערע מדריגה פון בטחון, אָן קיין שום פאַרמיטלונג פון הנהגת הטבע, וואָס אויף אַזאַ בטחון שטייטח)ז „טוב לחסות בהוי' (בחי' סובב) מבטוח באדם" (העליון, בחי' ממלא).
ט. און אַזאַ הנהגה פון למעלה מן הטבע האָט מען אויך געזען ביי כ"ק מו"ח אדמו"ר. ער האָט דורכגעבראָכן אַלע העלמות והסתרים פון טבע אין אַזאַ אופן גלוי, וואָס ביי אַלע רביים האָט מען אַזויפיל ניט געזען. אויסער דעם וואָס ער איז געווען אַרעסטירט אַ סך מאָל), איז דער אופן פון זיין מאַסר געווען אַ סך שווערער, ביז מען האָט אים בפועל ממש פאַר'משפּט צו עונש מות, ר"ל (דער אַלטער רבי בעת זיין אַרעסט איז בלויז געשטאַנען אין אַ סכנה פון אָט דעם עונש, אָבער לפּועל האָט מען אויף אים אַזאַ גזר ניט אַרויסגעגעבן, אָבער דעם רבי'ן האָט מען טאַקע פאַראורטיילט בפועל צו אָט דער שטראָף, ה"י). נאָך מער? צווישן די וואָס האָבן דעם רבי'ן אַרעסטירט, געפירט זיין אויספאָרשונג און אים געפּייניקט אין תפיסה זיינען געווען בעלי בחירה (אידן), און אויף בעלי בחירה איז דאָך כביכול אויך דער אויבערשטער נים קיין בעל הבית, כמאמר: „הכל838בידי שמים חוץ מיראת שמים"0)), אַז בנוגע צו ענינים פון יראת שמים, פון תורה ומצוות, האָט מען די בעלהבתישקיים אינגאַנצן איבערגעגעבן אין די הענט פון אַ אידן ער זאָל קענען טאָן ווי ער וועט אויסקלייבן.
דאָס איז אויך אַ ביאור אויף דעם וואָס ראובן האָט געזאָגט צו די ברידער בנוגע יוסף'ן: „השליכו אותו אל הבור גו' ויד אל תשלחו בו"מא), אַז זיי אַליין זאָלן ניט טשעפּן עם נאָר אַריינוואַרפן אים אין גרוב. לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק; וויבאַלד אַז אין בור זיינען געווען נחשים ועקרביםא), איז מיט וואָס איז געווען בעסער דאָס אַריינוואַרפן אין בור פון אַן אַנדער אופן שליחת יד? ס'איז דאָך על פּי תורה געווען זיכער, אַז ער וועט אין דעם גרוב געטויט ווערן, ווי די הלכה איזח), אַז מעידין כו' — ווען עס קומען עדות און זאָגן אַז פּלוני איז אַריינגעפאַלן אין אַ גרוב פון נחשים ועקרבים מעג זיין פרוי חתונה האָבן מיט אַן אַנדערן. דער ענטפער אויף דעם; הגם די שבטים האָבן געהאַלטן אַז ער איז מחוייב מיתה *)), האָט ראובן אָבער גע'טענה'ט מ'זאָל ניט שטעלן אויף זיך און אים הרג'ענען בידים, ווייל וויבאַלד זיי זיינען בעלי בחירה וואָלט ער דאַן געטויט געוואָרן אויך ווען ער וואָלט ניט געווען מחוייב מיתה לכל הדעות, אָדער ער וואָלט געהאַט אַ זכות ונעשה לו נס). האָבן זיי אים דערפאַר אַריינגעוואָרפן אין בור, וואָס דערמיט האָבן זיי איבערגעגעבן דינו לשמים, ווייל נחשים ועקרבים זיינען ניט קיין בעלי בחירהח) ונס נעשה לו. כאָטש על פּי תורה איז ע"פ טבע בשעת אַ מענטש פאַלט אַריין אין אַ גרוב פון נחשים ועקרבים, ווערט ער געטויט, ווי דערמאָנט פריער, — נאָכמער קען מען זאָגען; דער דין תורה אַז מעידין כו' איז מצד דעם כלל פון „אזלינן בתר רובא" (מיר גייען לויטן רוב, וואָס מערסטנס ווערט דער מענטש געטויט אין אַזאַ פאַל), נאָר מצד דער חומרא פון איסור אשת איש דאַרף עס זיין אַזאַ רוב אַז דער מיעוט איז אפילו ניט קיין מיעוט דלא שכיח), אָבער ניט אַז עס איז אַ נס ממש, שינוי הטבע, נאָר בלשון רבנו הזקןמח) עס ווערט אַזוי אָנגערופן דורך מענטשן און אפילו אויך בלשון חכמים — וויבאַלד אָבער אַז סוף סוף קען עס אַמאָל פּאַסירן און פונדעסטוועגן רעכנט מען זיך ניט מיט דער מעגליכקייט, איז דאָך דאָס אַלץ מצד דעם כלל פון אזלינן בתר רובא, און באַ יוסף'ן איז דאָך לכמה דעות; א) די שבצים האָבן געהאַט אַ דין פון839בני נחמט). ב) ביי בני נח איז ניטאָ דער דין פון רוב80)).
י. אויף דער גאולה העתידה שטייט81)) „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות", אַז די גאולה העתידה וועט זיין ענלעך צו דער גאולה פון מצרים.
דעריבער דאַרף אויך איצט בעקבתא דמשיחא, ווי ביי יציאת מצרים, זיין אונזער עבודה צו מברר זיין די סאַמע לעצטע ניצוצות הקדושה וואָס געפינען זיך למצה מטה. איז דער כח אויף צו אַראָפּלאַזן זיך אַזוי נידעריק און קענען טאָן די עבודת הבירורים, האָט אונז געגעבן דער רבי, נשיא דורנו. וואָרום דאָס איז געווען די עבודה פון רבי'ן, „כל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה יותר", און דאָס איז אויך אונזער עבודה, ווייל „דבתר רישא גופא אזיל". אונזער אַרבעט דאַרף זיין צו נעמען די העכסטע ענינים, רזין דרזין דאורייתא, און אָט די מעיינות מפיץ זיין למטה מטה, ביז אין „חוצה", און דורך דעם מברר זיין די ניצוצות היותר אחרונים, וואָס דאָס וועט ברענגען דעם קא אתי מר, למטה מעשרה טפחים, בקרוב ממש.
ושיחת אחש"פ תשכ"א)
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-27bpb4wx