Likkutei Sichos
Ki Sisa
923אַ טאָג אין וועלכן מען פּראַוועט אים „ברוך". וואָרום וויבאַלד אַז זיין אַ גשמיות'דיקע סעודה, מיט עסן פאַרבונד מיטן אויבערשטן איז ניט און טרינקען, ביז צו „לבסומי כו' עד קיין דבר נוסף אין אים, נאָר דאָס איז דלא ידע"43)), און בשעת מעשה, אין זיין גאַנצער מהות, דערפאַר דערהערט דעם „לא ידע", איז ביי דעם אידן ער — ניט נאָר מצד ידיעה אין שכל אָפּגעלייגט, אַז „ארור המן" און „ברוך נאָר אפילו בשעת אַז „לא ידע" — מצד מרדכי", די ענינים פון רע (המן) זיינען זיין מהות, אַז „ארור המן" און „ברוך ביי אים „ארור", אָפּגעפרעגט, און די מרדכי".
ענינים פון טוב (מרדכי) זיינען ביי
תשא
א. אויף דעם פסוק; „זה יתנו וגו' (דורך מחצית השקל) פאַר זיין נפש? מחצית השקל", שטייט אין ירושלמי ווי דער מדרש זאָגט דאָרטן: מי יוכל און אין מדרשא): „כמין מטבע של ליתן כופר נפשו, „עור בעד עור וכל אש הוציא הקדוש ברוך הוא מתחת אשר לאיש יתן בעד נפשו"ח) ועדיין כסא כבודו והראהו למשה ואמר לו אינו מגיע וכו' (אַז אַלץ וואָס אַ מענטש וכו' כזה יתנו" (ווי אַ מין מטבע פון פאַרמאָגט גיט ער אַוועק פאַרן נפש — פייער האָט דער אויבערשטער אַרויס־און ס'איז נאָך אַלץ ניט גענוג). אַלס גענומען פון אונטערן כסא הכבוד און ענטפער אויף דעם האָט אים דער די מטבע באַוויזן צו משה'ן און אים אויבערשטער געוויזן אַ „מטבע של געזאָגט; אַזאַ מטבע ווי די, זאָלן אידן אש".
געבן פאַר מחצית השקל). און תוספותב)
איז מבאר, אַז דאָס וואָס דער אוי־ וואָס זיי זיינען דאָך אויך אַ כפּרה בערשטער האָט משה'ן באַוויזן אַ אויף חצאים — איז געזאָגט געוואָרן „מטבע של אש", איז עס ניט ווייל נאָך פאַר דעם ציווי פון מחצית השקל; ס'איז אים געווען שווער צו פאַרשטיין באַלד נאָך מתן תורה שייט שוין)) וואָס עס מיינט מחצית השקל, נאָר ער„וזבחת עליו את עולותיך ואת שלמיך", האָט זיך געוואונדערט; ווי אַזוי קען און פונדעסטוועגן איז ביי משה רבינו דער מענטש געבן „כופר", אויסלייזונג ניט געווען קיין וואונדער ווי אַזוי זיי
קענען זיין אַ כפּרה; ערשט ביים אָנזאָג דברים (נח, א). ולהעיר ממרז"ל כל המועדים פון מחצית השקל האָט זיך משה רבינו יהיו בסלין וימי הפורים לא כו' (מדרש משלי געוואונדערט, ווי קען דאָס זיין אַ כופר מ"ג. ואפילו 6ו באב נק' יו"ט) (סוף נפש. איז דער ביאור אין דעם: מחצית
23) ולהיות שבמצוה זו מתבטא ענין השקל איז געווען אַ כפּרה אויפן חטא הסורים, לכן י"ל דחיובה הוא במשך כל העגלו), וואָס איז געווען אַ חטא פון היום. ראה לעיל פ' זכור הערה 14.
1) שקלים פ"א, ה"ד. במדב"ר פי"ב, ג.
5) שקלים פ"ב, ה"ג. תנחומא תשא י.924עבודה זרה — האָט זיך משה רבינו געוואונדערט; ווי קען דער מחצית השקל זיין אַ כפּרה אויף אַזאַ תטא?
מצוות זיינען אין דער דוגמא פון אבריםח). פּונקט ווי אין די אברים פון אַ מענטשן זיינען פאַראַן חילוקים: עס זיינען דאָ אברים פּרטיים, וואָס יעדער פון זיי האָט זיך זיין פּרציות'דיקן חיות פון נפש (און זיי גופא ווערן פאַנאַנדערגעטיילט אין צוויי סוגים; אברים שהנשמה תלוי' בהם (וואָס דאָס לעבן איז אָפּהענגיק פון זיי) און אברים שאין הנשמה תלוי' בהם (וואָס דאָס לעבן הענגט ניט אָפּ פון זיי)), און אברים כלליים, ווי מוח און האַרץ, און וואָס אין זיי איז עיקר השראת הנפשז), דער חיות פאַר דעם גאַנצן גוף; אַזוי זיינען אויך פאַראַן די זעלבע חילוקים אין מצוות; מצוות פּרטיות און מצוות כלליות. „אנכי" און „לא יהי' לך" זיינען כללות כל התורה)), וואָס זיי זיינען נוגע צום עצם הנשמה און אין זיי הענגט אָפּ דער פאַרבונד פון אידן מיט דעם אויבערשטן. דעריבער בשעת דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט צו געבן דעם מחצית השקל אַלס אַ כפּרה אויף דעם חטא עבודה זרה, וואָס איז אַ „כפר נפשו", אַ כפּרה פאַר דעם נפש אַליין וואו עס האָט אָנגערירט דער חטא העגל — האָט זיך משה רבינו געוואונדערט ווי קען דער מחצית השקל דערלאַנגען און זיין אַ כפּרה אויפן נפש אַליין.
ב. דערמיט וועט ווערן פאַרשטאַנדיק דער פּירוש פון אור החיים הקדוש אויף דעם פּסוק „כי תשא את ראש בני ישראל לפקודיהם", אַז דער פּסוק רעדט וועגן דער הסתלקות פון צדיקים ראשי בני ישראל; „כי תשא את ראש בני ישראל" — אַז עס וועט נסתלק ווערן אַ צדיק פאַר זיין צייט, איז עס „לפקודיהם" (פון לשון חסרון, ווי עס שטייטח) „ולא נפקד ממנו איש") — צוליב דעם חסרון, דער חטא פון די אידן.
אַלע פּירושים אויף איין פּסוק האָבן צווישן זיך אַ שייכותי). וואָס איז די שייכות פון פּירוש אור החיים צום פּירוש הפּשוט אויף דעם זעלבן פּסוק?
נאָר וויבאַלד אַז לויטן פּירוש הפּשוט רעדט דער פּסוק וועגן דעם חטא עבודה זרה, אַ חטא און פּגם כללי, דערפאַר האָט עס אַ שייכות צום פּירוש אור החיים, ווייל אַ חטא כללי רירט אָן אין כללות הנשמה און אין דער נשמה כללית. ווי ס'איז טאַקע געווען ביים חטא העגל, אַז ער האָט גע'פּועל'ט אַ ירידה אין משה רבינו, ראש ישראל (כאָטש ער אַליין האָט גאָר ניט געהאַט צו טאָן מיט דעם חטא, ער איז גאָר בעת מעשה געווען למעלה), כמרז"ל „לך רד מגדולתך"יא).
און ווייל דער חטא העגל האָט גורם געווען ענין המיתה — וואָס דורך נתינת הלוחות איז געווען „חירות (באַפרייאונג) ממלאך המות"יב), און דער חטא העגל האָט צוריק מעורר926געווען דעם חטא עץ הדעת וועלכער האָט געבראַכט מיתה בעולם — דעריבער שפּיגלט זיך דאָס אויך אָפּ, אויף דעם זעלבן אופן, אין אַ נשמה כללית, וואָס דאָס איז דער ענין פון הסתלקות הצדיקים.
ג. מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין; וויבאַלד אַז משה רבינו איז ניט געווען שווער וואָס עס מיינט מחצית השקל, נאָר ער האָט זיך געוואונדערט ווי אַזוי דער מחצית השקל קען זיין „כפר נפשו" — איז מיט וואָס איז ביי אים די שאלה רעכט געוואָרן ווען דער אויבערשטער האָט אים באַוויזן אַ „מטבע של אש"? 18)).
וועט מען עס פאַרשטיין לויט אַ משל (יש אומרים אַז דער משל שטאַמט פון דעם בעל שם טוב); איינער האָט זיך געלערנט די מלאכה פון גאָלדאון זילבער־שמידעריי, און דער וואָס האָט אים געלערנט די מלאכה, האָט אים געוויזן ווי צו טאָן אַלע אירע פּרטים, אָבער דעם פּרט אַז אונטער דעם גאָלד און זילבער דאַרף מען אונטערלייגן פייער, האָט ער אים, צוליב דער פּשוט'קייט פון דער זאַך, ניט געזאָגט. אַז דער תלמיד האָט שפּעטער נאָכגעפאָלגט אַלע אָנגעוויזענע פּרטים פון דער אַרבעט, און ער האָט אויסגעלאָזט דעם איין פּרט ; ער האָט ניט אונטערגעלייגט קיין פייער, איז דאָך מובן אַז פון זיין אַרבעט איז גאָרניט אַרויסגעקומען און דער גאָלד און זילבער איז געבליבן דער זעלבער גולם ווי פריער.
און דאָס איז אויך געווען דער ענטפער פון דעם אויבערשטן צו משה רבינו דורך באַווייזן אים אַ „מטבע של אש"; דאָס געבן אַליין אַ מטבע, קען — טאַקע ניט דערלאַנגען אין עצם הנפש צו ווערן פאַר אים אַ כפּרה; ווען מען נוצט אָבער דערביי פייער, מען גיט די מטבע מיט אַ קאָך און פייער וואָס קומט פון עצם הנשמה, פון „נר הוי' נשמת אדם"כד), דאַן קען דער מחצית השקל ווערן כפר נפשו.
ד. יעדער מצוה, איז אין דער מעשה פון דער מצוה גופא מרומז איר כוונה ותוכן פּנימי. דאַרף מען זאָגן, אַז אויך אין מצות מחצית השקל, איז אין דער מעשה פון דעם געבן אַליין מרומז אויך די כוונה רוחנית פון דער מצוה, אַז דאָס איז אַן עבודה וואָס איז פאַרבונדן מיטן פייער פון עצם הנשמה. איז ניט פאַרשטאַנדיק; די מטבע של אש האָט דער אויבערשטער באַוויזן צו משה רבינו, אָבער דער מחצית השקל וואָס יעדער איד האָט געגעבן, איז דאָך דאָס געווען אַ פּשוט'ע מטבע אין וועלכער ס'איז לכאורה ניט געווען מרומז קיין שום ענין פון אש.
מען קען דאָס ניט מסביר זיין, מיט דער מעלה פון מצות צדקה, וואָס אַ מענטש גיט אַוועק פון זיין געלט אויף וועלכע ער האָט געהאָרעוועט בכל כחות נפשו, אָדער פאַר וועלכע ער קען קויפן חיי נפשו18)), און דערפאַר איז דאָס אַן ענין וואָס רירט אָן אין עצם הנפש — איז עס ניט קיין ביאור פאַר מצות מחצית השקל, וואָרום דאָס איז דאָך ניט קיין באַזונדערע מעלה אין דער מצוה, נאָר זי איז פאַראַן ביי צדקה בכלל.
אויך קען מען עס ניט מסביר זיין דערמיט, וואָס פון דעם מחצית השקל האָט מען געמאַכט די אדני המשכן,926דעם יסוד פון משכן — וואָס בעבודת האדם איז עס דער ענין פון קבלת עול18)), דער אַוועקגעב צום אויבערשטן למעלה מטעם ודעת, וואָס דאָס קומט פון עצם הנשמה (אויך אין די שפּעטערדיקע יאָרן ווען דער מחצית השקל איז געגאַנגען אויף קרבנות, איז עס גענוצט געוואָרן, ניט אויף קרבנות יחיד, נאָר אויף קרבנות ציבוריג), וואָס אין דעם האָט זיך אויסגעדריקט די התאחדות פון אַלע אידן צוזאַמען, וואָס קומט פון עצם הנשמה) — דאָס דריקט זיך אָבער אויס נאָר אין דעם וואָס מען האָט געטאָן שפּעטער, נאָך דעם געבן, מיט דעם מחצית השקל, אָבער אין דעם זה יתנו, אין דער נתינה פון מחצית השקל דריקט זיך ניט אויס לכאורה די עבודה וואָס מצד העצם.
אויך קען מען ניט זאָגן, אַז די שייכות פון מחצית השקל מיטן עצם הנשמה איז דורך דעם וואָס די תרומה פון מחצית השקל איז אַנדערש פון די איבעריקע נדבות המשכן — ביי די אַנדערע נדבות זיינען געווען חילוקים פון עשיר ועני און יעדערער האָט געגעבן כפי נדבת לבו, אָבער ביי מחצית השקל זיינען געווען אַלע אידן גלייך, „העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט" — וואָס דאָס באַווייזט אויף אַן עבודה שמצד העצם, ווייל מצד עצם הנשמה זיינען אַלע אידן גלייך און די חילוקים קומען מצד כחות פּנימייםכח).
דאָס איז דאָך אָבער ניט מרומז אין דעם ענין וציווי מחצית השקל; אַזוי וואָלט דאָך אויך געווען ביי יעדן אַנדערן סכום וואָס די תורה וואָלט געהייסן געבן אַלע אידן גלייך. מען מוז דאָך זאָגן, אַז דער פייער פון עצם הנשמה איז מרומז אויך אין דעם וואָס זה — מחצית השקל — יתנו.
ה. ביים ציווי פון מחצית השקל איז דער לשון אין דער תורה; „זה יתנו גו' מחצית השקל, עשרים גרה השקל, מחצית השקל תרומה לה'" דאָס הייסט; פריער זאָגט די תורה, אַז מ'זאָל געבן אַ מחצית השקל; און בכדי מען זאָל וויסן דעם ריכטיקן סכום פון מחצית השקל, איז די תורה מבאר אַז אַ גאַנצער שקל אַנטהאַלט צוואַנציק גרה, און אַז אַ מחצית דערפון — צען גרה — זאָל זיין תרומה צו דעם אויבערשטן.
דאַרף מען פאַרשטיין, צוליב וואָס איז די גאַנצע אריכות ? די תורה האָט דאָך געקענט זאָגן אין קורצן, אַז מען זאָל געבן צען גרה; אויב אפילו די תורה וויל דוקא דערמאָנען „מחצית השקל", וואָלט דאָך געווען גענוג צו זאָגן, אַ מ'זאָל געבן מחצית השקל וואָס דאָס איז עשר גרה. צוליב וואָס דאַרף דאָ דערמאָנט ווערן אַז אַ גאַנצער שקל איז עשרים גרה?
איז דאָס אַ באַווייז, אַז דער דיוק איז, מען זאָל געבן דוקא אַ מחצית פון אַ גאַנצן שקל; די צען גרה וואָס מען דאַרף געבן איז ניט קיין סכום וענין פאַר זיך, נאָר — אַ העלפט פון אַ סכום, פון אַ גאַנצן שקל וועלכער באַשטייט פון עשרים גרה. איז עס ניט פאַרשטאַנדיק; תורה פאָדערט דאָך אַלע מאָל אַז מען זאָל אַוועקגעבן דעם אויבערשטן דאָס בעסטע וואָס מען האָט — „כל חלב לה'"י) — איז פאַרוואָס זאָגט מען דאָ, אַז מ'זאָל געבן ניט מער ווי אַ האַלבע זאַך? וואָלט מען אין דעם ניט מדייק געווען „מחצית",927איז קיין קשיא ניט פאַרוואָס מען הייסט ניט געבן קיין גרעסערע מטבע. — יעדער מצוה האָט זיך אירע ענינים און שיעורים, איז אין דער באַששימטער מצוה נוגע אַ באַשטימטער סכום פון דער מטבע. וויבאַלד אָבער אַז מען אונטערשטרייכט דעם ענין „מחצית השקל", איז דאָך די מצוה פאַרבונדן מיט שקל (און ניט מיט אַ קלענערער מטבע), איז פאַרוואָס זאָל מען געבן ניט מער ווי אַ האַלבן (היפך השלימות) און ניט קיין גאַנצן שקל?
ובפרט לויט ווי ס'איז מבואר פריער, אַז מחצית השקל איז געווען אַ כפּרה אויפן חטא העגל, וואָס איז געווען כפירה באחדות ה' און פּירוד פון אלקות, וואָס דאָס איז דאָך כולל אַלץ — האָט דאָך די כפּרה אויף דעם חטא געדאַרפט זיין מדה כנגד מדה, אַוועקצוגעבן אַלץ צום אויבערשטן און גאָרניט איבערלאַזן פאַר זיך. זאָגט אָבער אָן די תורה אדרבה, אַז אַ גאַנצן שקל טאָר מען ניט געבן, „העשיר לא ירבה"17)), מ'מוז געבן נאָר אַ האַלבן, און דוקא דעמאָלט איז עס „כפר נפשו".
נאָך מערער איז ניט מובן: מען געפינט, אַז דעם מחצית השקל אַליין באַצייכנט די תורה (ביי אַן אַנדער ענין אָבער) אַלס אַ זאַך פאַר זיך, אַ גאַנצע
זאַך; רש"י זאָגט18)), אַז דער נזם זהב
וואָס האָט געוואָגן אַ „בקע" וואָס אלי־
עזר האָט געגעבן צו רבקה'ן איז אַ
רמז אויפן מחצית השקל, אָבער דאָרטן
זאָגט ניט די תורה אַז ער האָט איר
געגעבן אַ בקע פון אַ (גאַנצער) זאַך,
פון אַ שקל, נאָר אַז ער האָט איר
17) ראה רמב"ן תשא ל, טו.
18) בראשית כך, כב. השקל, מוז עס דוקא זיין אַ מחצית פון אַן אַנדער זאַך (שקל), פון אַ דבר שלם.
ו. ווי דערמאָנט פריער, איז חטא עבודה זרה — פּירוד פון אלקות. דערפאַר מוז מצות מחצית השקל, דער תיקון אויפן חטא העגל, זיין ענינה — אחדות. אמיתית ענין האחדות, וואָס פאָדערט זיך פון אַ אידן, איז ניט נאָר אַז ער זאָל אַוועקגעבן זיין אַלץ צו דעם אויבערשטן, ד.ה. אַז ער איז אַ מציאות און ער גיט אַוועק זיינע זאַכן צום אויבערשטן, נאָר נאָך מערער, אַז ער אַליין איז קיין מציאות ניט, ער איז ניט מער ווי אַ האַלבע זאַך. דורך וואָס ווערט ער אַ מציאות און אַ דבר שלם, דורך דעם וואָס ער באַהעפט זיך מיט דעם אויבערשטן.
און אָט דער הרגש און די עבודה רופן אַרויס און זיינען מגלה דעם זעלבן ענין אויך למעלה: אַז די שלימות פון אויבערשטן איז כביכול תלוי אין אידן. וואָס דערפאַר רופט אָן דער אויבערשטער כנסת ישראל מיטן נאָמען „תמתי", וואָס מאַכט מיר, כביכול, תם, גאַנץ18)). כביכול כנסת ישראל מאַכט אים גאַנץ.
דער פאַרבונד פון אידן מיטן אוי־
בערשטן איז ניט קיין חיבור פון צוויי זאַכן, נאָר זיי זיינען איין זאַך. יעדער
איינער פאַר זיך, אָן דעם צווייטן, איז
ניט מער ווי אַ העלפטכ) ; דוקא ביידע
צוזאַמען זיינען איין גאַנצע שלימות.
און דאָס איז דער ענין פון מחצית
השקל. עס איז דאָ איין גאַנצער שקל,
וואָס ער אַנטהאַלט עשרים גרה; איין
עשר גרה זיינען די עשר כחות הנפש,928וואָס דער איד דאַרף געבן דעם אויבערשטן; און דאָס איז ממשיך די צווייטע עשר גרה — די עשר ספירות העליונות פון דעם אויבערשטן (הגם אַז דער אויבערשטער שטייט דאָך ניט אין קיין שום ציור ח"ו, פונדעסטוועגן, מצד זיין גודל האהבה צו אידן, האָט ער זיך מצמצם געווען און זיך אַריינגעשטעלט אין עשר ספירות, וואָס פון דעם ווערן נשתלשל די עשר כחות הנפש שבאדםלא), אדם „אדמה לעליון"ח), זיי זיינען בדומה צו די עשר ספירות פון דעם אדם העליון). און די ביידע — די עשר כחות שבאדם און די עשר ספירות פון אויבערשטן — זיינען ניט קיין צוויי באַזונדערע זאַכן; ביידע צוזאַמען זיינען זיי איין גאַנצער שקל הקודש. יעדער איינער פון זיי, אָן דעם צווייטן, האָט ניט קיין שלימות.
און דאָס איז דער רמז פון דער כוונת המצוה — „מטבע של אש", דער פייער פון עצם הנשמה — אין דער מעשה המצוה פון מחצית השקל; מחצית השקל ווייחט אַז אידן מיטן אויבערשטן צוזאַמען זיינען כביכול איין גאַנצע זאַך, און דאָס איז דורך דעם פאַרבונד פון עצם הנשמה מיט עצמות. אין דעם פאַרבונד פון די כחות הגלויים מיט אלקות קען אַמאָל זיין אַ פּגם, אָבער עצם הנשמה איז אַלע מאָל באַהעפט און פאַראיינציקט מיט דעם אויבערשטן, „חבוקה ודבוקה בך, יחידה לייחדך".
און דעריבער איז מחצית השקל אויך אַ כפּרה אויפן חטא העגל, ווייל אַלע חטאים, ביז אפילו חטא עבודה זרה *ב), רירן ניט אָן אין עצם. דער עצם פון אַ אידן איז אַלע מאָל גאַנץ. און בשעת מען איז מגלה דעם עצם (דורכן מחצית השקל כנ"ל), פּועל'ט עס אויך אויף די כחות הגלויים, אַז אויך זיי ווערן פאַראייניקט מיט אלקותכד).
ז. דאָס איז אויך וואָס עס ווערט דערציילט אין פּרשת כי תשא, אַז נאָכדעם ווי משה רבינו האָט געבעטן דעם אויבערשטן ער זאָל פאַרגעבן די אידן אויפן חטא העגל, און דער אויבערשטער האָט באַוויליקט זיין בקשח צו מוחל זיין די אידן, האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט; „הנה אנכי כורת ברית". דער ענין פון אַ כריתת ברית איז צו פאַרבינדן און פאַראייניקן די כורתי הברית, דורך דעם וואָס מען טיילט פאַנאַנדער אַ גאַנצע זאַך און די כורתי הברית גייען דורך צווישן די צוויי האַלבע טיילןכח). ווי מען געפינט929ביים ברית בין הבתרים וואָס דער אויבערשטער האָט כורת געווען מיט אברהם אבינו. ולכאורה, איז דאָך דאָס צעטיילן אַ זאַך אויף דער העלפט, אַן ענין פון פּירוד, פאַרקערט פון ענין האחדות וואָס ווערט געמיינט מיט כריתת ברית? נאָר דער פּשט איז, אַז אדרבה, דוקא אין דעם איז קענטיק אמיתת האחדות; פּונקט ווי די בתרים (די צעשניטענע טיילן פון דער זאַך דורך וועלכער מ'איז כורת ברית), איז דאָך יעדער פון זיי מערניט ווי אַ האַלבע זאַך, אַזוי איז אויך די כורתי ברית, די עוברים בין הבתרים, ווערט יעדערער פון זיי נשלם דורכן צווייטן דוקא.
און דאָס איז דער ביאור אין דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו, אין שייכות מיט דער כפּרה אויפן חטא העגל, „הנה אָנכי כורת ברית" — מלמעלה האָט מען מגלה געווען די אמיתית היחוד פון אידן מיטן אויבערשטן, התקשרות עצם הנשמה בעצמות, וואָס אין דעם קען ניט אָנרירן קיין שום זאַך, אפילו ניט חטא עבודה זרה, ווי דער אויבערשטער זאָגטכ): „בין כך ובין כך בני הם ולהחליפם באומה אחרת (ח"ו) אי אפשר" (ווי עס זאָל ניט זיין זיינען זיי מיינע קינדער און פאַרבייטן זיי אויף עמעצן אַנדערש איז אוממעגלעך).
ח. אַזוי ווי דער ענין פון כריתת ברית צווישן אידן מיטן אויבערשטן האָט זיך אָנגעהויבן פון אברהם אבינו (נאָר ביי משה רבינו איז עס געווען אין אַ העכערן אופן) 17)), אַזוי האָט זיך אויך דער ענין פון מחצית השקל אָנגעהויבן פון די אבות. און דאָס איז מרומז אין דעם „בקע" וואָס אליעזר האָט געגעבן צו רבקה'ן, כנ"ל. ווייל „מעשה אבות סימן לבנים"18)): פון די אבות קומט דער סימן און נתינת כח אויף אַלע ענינים פון די בנים, נאָך מתן תורהכח).
און דערפאַר האָט אליעזר געגעבן דעם בקע אין שייכות מיט דעם ענין פון נישואין. נישואין בכלל, און נישואי יצחק ורבקה בפרט80)), זיינען מרמז אויף יחוד הקדוש ברוך הוא שנק' חתן מיט כנסת ישראל שנק' כלה. איז דעריבער דאָרט אויך געווען די נתינת הבקע — בדוגמת מחצית השקל — צו מרמז זיין אויף דעם יחוד פון דעם אויבערשטן מיט אידן, אַז כנסת ישראל, דורך איר עבודה, רופט אַרויס דעם מחצית השקל שלמעלה.
נאָר וויבאַלד אַז מעשה אבות זיינען מער ניט ווי אַ סימן און אַ נתינת כח לבנים, און אמיתית האחדות האָט זיך ערשט אויפגעטאָן ביי מתן תורה (ווייל ביז דאַן איז נאָך געווען די גזירה וואָס האָט פאַנאַנדערגעטיילט מעלה פון מטה), דעריבער איז דעמאָלט דער פאַרבונד נאָך ניט געווען אין אַן אופן פון „מחצית השקל", נאָר אין אַן אופן פון930„בקע"לא): די עבודה שלמטה האָט טאַקע אויפגעטאָן די המשכה מלמעלה, ס'איז אָבער געווען ווי אַ פאַרבונד פון צוויי זאַכן, וואָס איינע פּועל'ט אויף דער צווייטערלב). און ערשט נאָך מתן
א. אין פּרשת ויקהל דערציילט די תורה, ווי אַלע אידן, סיי אנשים, סיי נשים און אויך קליינע קינדערא) האָבן געבראַכט נדבות צום משכן — און נאָך מערער ווי עס האָט זיך געפאָדערט.
אין דער נדבה פון מחצית השקל זיינען געווען הגבלות; סיי אין דעם סכום פון דער נדבה — עס האָט געמוזט זיין פּונקט אַ האַלבער שקל („העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט"), און סיי אין די מנדבים — אין מחצית השקל (תרומת האדנים) האָבן זיך פרויען ניט באַטייליקטכז), נאָר בלויז אנשים, און דוקא אַזעלכע וואָס זיינען „מבן עשרים שנה ומעלה", צוואַנציק יאָר תורה איז די פאַראיינציקונג אין אַן אופן פון „מחצית", ביידע זיינען איין זאַך — ישראל וקודשא בריך הוא כולא חדלב).
(משיחות ש"פ שקלים תשט"ו, תש"כ) הל
און עלטער. (אויך דער חיוב פון מחצית השקל צוליב קרבנות, און אַזוי אויך דער חיוב פון מחצית השקל אין אונזער צייט ליגט נאָר אויף גדולים. דעם מחצית השקל וואָס מען גיט בשביל הקטנים, איז דאָס ניט קיין נתינה פון די קטנים אַליין, נאָר שוקל על ידו — די גדולים גיבן פאַר די קטנים)ג).
אַנדערש איז עס ביי די נדבות צום משכן; אין די נדבות אַליין איז ניט געווען קיין הגבלה (אין זיי איז ניט געווען קיין באַשטימטע זאַך אָדער אַ באַשטימטער סכום פאַר יעדן וויפל ער זאָל געבן, נאָר יעדערער האָט געגעבן כפי נדבת לבו; אויך איז ניט געווען קיין הגבלה אפילו אין דעם אַלגעמיינעם סכום פון די נדבות, והראי' — מען האָט דאָך געגעבן מערער וויפל עס האָט זיך געפאָדערט פאַר דעם משכן, ווי די תורה איז מעיד אַז די נדבות זיינען געווען איבערגענוג, „והותר"), אַזוי איז אויך ניט געווען קיין באַגרענעצונג, ווער עס זאָלן זיין די מנדבים; עס האָבן געגעבן סיי גדולים און סיי קטנים און ניט בלויז אנשים נאָר אויך נשים (און אדרבה; ויבואו האנשים על הנשים, טפל צו די נשים
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-jtcakcr2