Likkutei Sichos
Tazria
979מען איידלט אויס דעם חושך העולם בדרך מלמטה למעלה; אָבער דאָך איז די ספירה אַ המשך צום קרבן ; ד. ה. אַז אין דער עבודת הספירה איז דאָ דער כח פון קדשים, גילוי אור
א. דער זמן פון מצות מילה איז דעם אַכטן טאָג פון געבורט, ווי ער זאָגט אין דער סדרה „וביום השמיני ימול בשר ערלתו". און אויב מען איז מל נאָך דעם אַכטן טאָג, איז כאָטש די מצות מילה בכלל איז מען מקיים, מען מאַכט דאָך אַ ברכה וכו'א), פעלט אָבער, לכאורה, דער פּרט פון דער מצוה, די מעלה פון מילה בזמנה — צו מל זיין ביום השמיני דוקא. און דאָס מל זיין דעם אַכטן טאָג האָט אין זיך אַ מעלה מיוחדת, וואָס מילה (און אויך מכשירי מילה) בזמנה, איז דוחה את השבת, ווי מען לערנט עס אָפּב) פון דעם פּסוק „וביום השמיני ימול בשר ערלתו" — „וביום אפילו בשבת", אָבער ניט בזמנה טאָר מען ניט מל זיין אום שבת.
לויט דעם דאַרף לכאורה אויסקומען8)), אַז אויב מען איז מל אַ קינד נאָך אַכט טעג, — אפילו ווען מען האָט אים פריער ניט געקענט מל זיין צוליב דעם וואָס דאָס קינד איז געווען קראַנק, — האָט מען די מצוה מלמעלה, וואָס וועט נמשך ווערן דורך דער עבודת הספירה, בפּנימיות אין וועלט, בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, בקרוב ממש.
פון מילה בזמנה ניט מקיים געווען, און אויך די מצות מילה בכלל, וואָס מען איז מקיים דורכן מל זיין שפּעטער, העלפט עס נאָר אַז דאָס קינד זאָל זיין אַ מהול פון איצטער אָן, אָבער עס העלפט ניט אויף די דורכגעגאַנגענע טעג, אין וועלכע דער קינד איז געווען אַן ערל. דאָס קען מען שוין ניט מתקן זיין. מען האָט טאַקע ניט עובר געווען אויף דער מצוה, ווייל מען האָט דאָך ניט געטאָרט מל זיין צוליב פּיקוח נפש וואָס איז דוחה את כל התורה), עס פעלט אָבער דאָך דער קיום המצוה.
דער רמב"ם זאָגט 8)) דעם טעם אויף דעם וואָס מען טאָר ניט מל זיין נאָר אַ קינד וואָס האָט ניט קיין שום חולי. „שסכנת נפשות דוחה את הכל ואפשר980למול לאחר זמן ואי אפשר להחזיר נפש אחת מישראל לעולם" (ווייל סכנת נפשות איז דוחה אַלץ; און מ'קען מל זיין שפּעטער און מ'קען ניט אומקערן איין נפש מישראל, קיין מאָל ניט). פון אריכות לשון הרמב"ם; „ואפשר למול כו' ", איז פאַרשטאַנדיק אַז ער מיינט דאָ צו געבן אַ צווייטן טעם; איין טעם, ווייל פקו"נ איז „דוחה את הכל", ד. ה. אַז אויב אפילו ס'איז ניטאָ קיין שום עצה צו מקיים זיין די מצוה שפּעטער ווערט זי אַלץ נדחה צוליב פּיקוח נפשות; און נאָך אַ טעם, ווייל „ואפשר למול לאחר זמן", אַז די מצוה ווערט גאָרניט נדחה ווייל מ'קען מל זיין שפּעטער. איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז די מצות מילה וואָס מען איז מקיים לאחר זמן, העלפט אויך אויף די פריערדיקע טעג, ביז אַז עס ווערט אויך אויפגעטאָן די מעלה פון מילה בזמנה (וואָרום אויב מען וועט זאָגן אַז מילה שלא בזמנה איז מתקן נאָר אויף שפּעטער, וועט דאָך ניט זיין גענוג דער טעם וואָס „ואפשר למול לאחר זמן", ווייל אפילו אַז מען וועט אים מל זיין שפּעטער, וועט דאָך נאָך אַלץ פעלן די מצות מילה אין די פריערדיקע טעג, און עס וועט אינגאַנצן פעלן די מצות מילה בזמנה).
דאַרף מען פאַרשטיין, ווי קען אַ פּעולה וואָס מען טוט שפּעטער ווירקן אויף דעם פריערדיקן זמן, איידער מען האָט די פּעולה געטאָן? דאָס וואָס מען געפינט אין תורה געוויסע פּעולות וואָס ווירקן אויך אויף פריער, איז עס נאָר אין אַזעלכע פאַלן, ווען די פּעולות דאַרפן ניט אויפטאָן קיין נייעם ענין, זיי דאַרפן בלויז מברר זיין און פעסט־שטעלן פריערדיקע פּעולות, אָדער אַ מצב (צושטאַנד) 88)), וואָס זיי (די פריערדיקע פּעולות ומצב) זיינען מלכתחילה אויסגעשטעלט אין אַזאַ אופן אַז זיי זיינען אָפּהענגיק און פאַרבונדן מיט געוויסע תנאים פון אַ שפּעטערדיקן זמן. איז וויבאַלד אַז די שפּעדערדיקע פּעולות דאַרפן בלויז פעסט־שטעלן און מברר זיין די פריערדיקע, איז פאַרשטאַנדיק אַז זיי קענען האָבן אַ ווירקונג אויך אויף פריער. מה־שאיןכן אַ פּעולה וואָס דאַרף אויפטאָן אַ נייע זאַך, קענען דאָך די תוצאות פון אָט דער פּעולה ניט זיין גילטיק אויף אַ פריערדיקן זמן, איידער די פּעולה אַליין האָט זיך אויפגעטאָן. דער מסובב קען דאָך ניט קומען פאַר זיין סיבה — היינט ווי קען פּעולת המילה האָבן אַ ווירקונג אויך אויף דעם זמן העבר?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין, וואָס צום סוף פון דעם צווייטן טעם, „ואפשר למול לאחר זמן", גיט צו דער רמב"ם די ווערטער „ואי אפשר להחזיר נפש אחת מישראל לעולם" — די עטלעכע ווערטער האָבן דאָך לכאורה מער שייכות צום ערשטן טעם פון פּיקוח נפשות ווי צום צווייטן טעם, וואָרום וויבאַלד אַז דורך דעם מל זיין שפּעטער ווערט אַלץ נתתקן אפילו דער ענין פון מילה בזמנה, דאַרף מען דאָך שוין ניט אָנקומען אַזוי צו דעם וואָס „ואי אפשר כו'".
ב. עס שטייט אין לקוטי תורה)), אַז דורך מילה ווערט נמשך אַזאַ אור981וואָס עבודה פון אַ אידן קען אים ניט ממשיך זיין, ווייל עבודת הנבראים קען ניט דערלאַנגען אַזוי הויך, נאָר — דער אור ווערט נמשך מצד עצמו, מלמעלה בדרך אתערותא דלעילא. נאָר כל־זמן ס'איז פאַראַן אַן ערלה וקליפּ קען דער אור ניט נמשך ווערן, און דורך דעם וואָס מען נעמט אַראָפּ די ערלה קומט דער אור פון זיך אַליין.
אַזוי ווי דאָס איז בנוגע המשכת האור שלמעלה, אַזוי איז עס אויך בנוגע כניסת נפש הקדושה וואָס קומט דורך מילה7)); דאָס איז אַ בחינת הנשמה וואָס איז העכער פון טעם ודעת*), וואָס די מדריגה קען ניט אויפגעטאָן ווערן דורך פּעולה און עבודה, נאָר זי איז פאַראַן ביי יעדער אידן בעצם, מער ניט וואָס זי ווערט נתגלה דורך מילה.
און דערפאַר ווירקט מילה אויך אויף דעם זמן העבר — אַזוי ווי אַלע פּעולות וועלכע דאַרפן ניט אויפטאָן קיין נייעם ענין, בלויז מגלה זיין אַ פריערדיקן ענין **)).
(ובדוגמת תשובה מאהבה וואָס העלפט אויך אויף למפרע), ווייל די תשובה דאַרף ניט אויפטאָן קיין נייע זאַך10)),
7) שו"ע אדמוה"ז מהדו"ב ס"ד, ס"ב. וראה לעיל ע' 763 וע' 800 ואילך.
8) ראה ד"ה באתי לגני תשי"ג.
*8) דכיון שכל העומד לחתוך כחתוך דמי תיכף (כנ"ל בהערה 58), לכן מועלת המילה גם על למפרע. וצ"ע באס בזמנו לא מל בפשיעה, אס מיקרי עומד לחתוך.
9) ראה יומא פו, א וברש"י שם.
10) כפירוש לשון תשובה — השבה למהותו העצמי. (וכמבואר בלקו"ת ר"ם האזינו. וראה לקוטי שיחות ח"ב ע' 409). וי"ל דבזה מחולק באו"ה (שמצינו בהם תשובה וכמו בנינוה) דאינה אמיתית ענין התשובה (מלשון השבה) ומועלת רק מכאן ולהבא — וראה: הצ"צ לאיכה עה"פ חטא חטאה וואָרום אפילו בשעת החטא איז דאָך די בחינת נשמה געווען „באמנה אתו יתברךיא), נאָר דאָס איז געווען בהעלם, און די תשובה איז עס מגלה, און דעריבער העלפט עס אויך אויף למפרע).
אויב מען איז אויך שפּעטער ניט מל, פאַרבלייבט עס דאַן בהעלם, און די כוונת הבריאה און די כוונה פון ירידת הנשמה למטה איז דאָך בכדי אַז אידן דורך זייער עבודה זאָלן אַרויסברענגען די נשמה בגילוי22)). בשעת אָבער מען איז יאָ מל און מען איז מגלה די בחינה, העלפט עס אויך אויף פריעריח).
ג. עלפּי־זה איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס דער רמב"ם איז דוקא נאָך ביידע טעמים מוסיף „ואי אפשר להחזיר נפש אחת מישראל לעולם"; די ווערטער זיינען נוסף על הפּשוט — אויך מרמז אַ הסבר אויף דעם וואָס ער זאָגט פריער „ואפשר למול לאתר זמן", אַז מילה העלפט אויף למפרע:
דער פאַרבונד פון אידן מיטן אויבערשטן איז העכער פון אַלע חשבונות, און דער פאַרבונד איז אַלע מאָל גאַנץ, אין וועלכן מצב אידן זאָלן ניט זיין. וכמאמר24))ב „בין כך ובין כך982בני הם ולהחליפם באומה אחרת (ח"ו) אי אפשר" (ווי עס זאָל ניט זיין — זיינען זיי מיינע קינדער, און אומבייטן זיי ח"ו אויף אַן אַנדער אומה איז אוממעגלעך). און דאָס איז דער רמז: „ואי אפשר להחזיר נפש אחת מישראל לעולם" — מען קען קיין מאָל ניט צוריקקערן, צוריקציען דעם פאַרבונד און כריתת ברית וואָס דער אויבערשטער האָט זיך פאַרבונדן מיט אידן.
וואָרום דאָס איז ניט נאָר בנוגע כלל ישראל, נאָר אויך בנוגע יעדער איינציקן אידן: דער אויבערשטער האָט זיך פאַרבונדן מיט יעדער אידן מיט אַזאַ סאָרט פאַרבונד וואָס מען קען אים קיין מאָל ניט אומקערן ח"ו. יעדער אידן באַזונדער האָט דער אויבערשטער ליב מיט אַן אַהבה עצמית. כמאמר הבעש"ט, אַז יעדער איד איז טייער ביי דעם אויבערשטן ווי אַ בן יחיד וואָס איז געבאָרן געוואָרן ביי עלטערן לעת זקנותם, און נאָך טייערער.
די כוונת הבריאה, וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט „בשביל ישראל שנקראו ראשית"יח), איז זי ניט נאָר צוליב כלל ישראל10)), נאָר צוליב יעדער אידן באַזונדער, אין יעדער אידן איז אָפּהענגיק די גאַנצע כוונת הבריאה, וואָס דערפאַר איז יעדער איד מחוייב זאָגן „בשבילי נברא העולם"יז) ; און דערפאַר איז אויך „כל המקיים נפש אחת מישראל כו' כאילו קיים עולם מלא"יז), (דער וואָס האַלט אויף איין נפש מישראל איז פּונקט ווי ער האַלט אויף אַ פולע וועלט), וואָרום אויב עס פעלט ח"ו אין איין אידן פעלט עס אין דער גאַנצער בריאה.
און וויבאַלד אַז „ואי אפשר להחזיר נפש אחת מישראל לעולם", דער פאַרבונד פון יעדער אידן מיטן אויבערשטן איז אַלע מאָל גאַנץ מיט זיין גאַנצער קראַפט, און מען דאַרף עס נאָר מגלה זיין, דעריבער איז „אפשר למול לאחר זמן" — אפילו ווען מען איז מל שפּעטער העלפט עס אויך אויף למפרע, ווייל מילה איז, ווי געזאָגט, מגלה דאָס וואָס אין אים איז שוין פאַראַן פון פריער.
ד. מען האָט שוין אַמאָל גערעדטיח), אַז אין מצות מילה איז מרומז כללות ענין העבודה, איז די הוראה פון דעם אויב־געזאָגטן אין עבודת האדם
פון איין זייט דאַרף אַ איד וויסן אַז מען מוז טאָן. ער קען זיך ניט „לייגן שלאָפן", טענה'נדיק אַז בהעלם איז ער דאָך אַלע מאָל פאַרבונדן מיטן אויבערשטן און אַז סו־סוף איז דאָך „לא ידח ממנו נדח"יט) און עס מאַכט ניט אויס ווי ער זאָל זיך ניט פירן
— ווייל דעם פאַרבונד מוז מען אַרויסברענגען בגילוי, און דאָס דאַרף זיין דוקא דורך עבודהכ). ובמילא מוז זיין די עבודה פון מילה און פּריעה אויף צו אָפּשוואַכן די תאוותיא);983דערצו מוז נאָך זיין מציצה: אַרויסנעמען דעם בלוט, דעם קאָך אין גשמיות, אויך פון ווייטע ערטער און אברים פון גוף.
פון דער צווייטער זייט דאַרף מען אָבער וויסן, אַז בשעת מען פּועל'ט דעם „ומלתם את ערלת לבבכם"ב), באַקומט מען דורך דעם אַ סך מערער
א. אין היינטיקער סדרה ווערן אַרומגערעדט דיני טומאת נדה. דעם טעם סאַרוואָס דם נדה איז מטמא, וועט מען פאַרשטיין לויט דעם וואָס עס שטייט אין גמראא), אַז דאָס איז פון די קללות וואָס זיינען נעקומען פאַרן חטא עץ הדעת. איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז מצד טבע הבריאה איז ניט געווען די מציאות פון דם נדה. אָן וויבאַלד אַז דאָס קומט מצד אַ חטא — און נאָך אַזאַ חטא וואָס איז אַ שורש ומקור צו אַלע חטאים) — דעריבער איז דער דם טמא.
טיסער וועט מען עס פאַרשטיין עלפי הידוע אַז דער עונש פון אדם הראשון, וואָס מען האָט אים אַרויסגעטריבן פון גן־עדן, איז דאָס ניט געווען סתם אַן עונש וואָס מען האָט אים באַשטראָפט צוליב דעם חטא עץ הדעת, נאָר דער עונש איז געווען, ווי אַלע עונשים וואָס קומען מלסעלה)), אַז די עבירה גופא וואָס דער מענטש
22) ובר"ם י, סז.
1) עירוכין ק, ב.
2) חה שבת קמו, רע"א זח"א נב, ע"ב נתבצר כאחכה בל"ה ע"כ יאברו הששלים תרצ"א (בסה"מ קונטרסים ח"א).
3) חנה העות בזה חסקבא — של"ה כהקוםה בית אחרון. פון דעם וואָס מען קען אַליין אויסהאָרעווען — דורך דער עבודה פון „ומלתם את ערלת לבבכם" איז מען זוכה צו דעם גילוי מלמעלה פון „ומל ה' אלקיך את לבבך"א), וואָס וועט נתגלה ווערן כבאשלה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, בקרוב ממש.
טוט דריקט זיך שפּעטער אויס אין אַ ציור פון עונש, ד. ה. אַז דער עונש איז ניט קיין אָפּרעכענונג־שטראָף פאַר דעם חטא, נאָר איז אַ דירעקטע תוצאה *) פון דעם מענטשנס רע, ווי עס שטייט) „תיסרך רעתך". אַזוי אויך בנוגע דעם גירוש פון גן עדן8 גן עדן איז כולו טוב, אַן אָרט וואָס איז ניט סובל קיין מציאות סון רע, ובמילא האָט אדם הראשון, נאָכדעם וזי ער האָט באַקומען אין זיך אַ מציאות פון רע, ניט געקענט זיין אין גן עדן.
אַזוי איז עס אייך בנוגע דעם אויבענדערטאָנטן עונש פון חוה'ןג דער עונש פון דם נדה איז אַ דירעקטע תוצאה פון דעם חטא עץ הדעת. די מצישת פון רע, וואָס האָט זיך אין איר נעשאָסן דורך דעם חטא, ווערט (טיילווייז) דם נדה, און עריבער איז דער דם — טמא און ווערט „אַרזיסגעטריבן" פון אַ אידישן גוף.
אַ איד איז דאָך — „טי קדש", כטלו טוב, אשן ניט נאָר מצד דעם נפש האלקית, נאָר אויך מצד זיין נפש הבהמית איז ער ניט שייך צו
23) שם ל, ו. וראה תו"א לך ו"ח בעפם היום הזה תר"ח שם.
4) יוס' ב, יט.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-4sk1yaah