Likkutei Sichos
Tetzaveh
913פּ' זכור
א. אין דער הפטרה פון פּרשת זכור ווערט דערציילט, ווי שאול האָט רחמנות געהאַט אויף אגג מלך עמלק און אויף „מיטב הצאן והבקר" פון עמלק'ן, און אַז דאָס איז געווען קעגן דעם רצון פון דעם אויבערשטן, און דערפאַר האָט דער אויבערשטער צוגענומען די מלוכה פון שאול'ן און זי איבערגעגעבן צו דוד'ן.
די הפטרה און אויך די קריאה פון פּרשת זכור האָבן אַ שייכות צו פּורים, וואָס דערפאַר ווערן זיי געלייענט דעם שבת פאַר פּורים. אין פּשטות איז פאַרשטאַנדיק אָט די שייכות, ווייל המן הרשע איז דאָך „האגגי" — האָט געשטאַמט פון אגג'ןא) (וועגן וועמען עס ווערט דערציילט אין דער הפטרה פון פּרשת זכור), וואָס ער האָט געשטאַמט פון עמלק'ןא) (און וועגן זכירת מעשה עמלק רעדט דאָך די קריאה פון פּרשת זכור). ובפרט לויט ווי חז"ל דערציילן)), אַז המן הרשע איז געבוירן געוואָרן נאָר דורך דעם וואָס שאול האָט ניט באַלד גע'הרג'עט אגג'ן, איז נאָך מער פאַרשטאַנדיק די שייכות פון פּורים צו דער הפטרה, ווייל די גאַנצע גזירה אויף די אידן דורך המן הרשע, איז אַרויסגעקומען פון דעם חטא וואָס שאול האָט ניט באַלד גע'הרג'עט אגג'ן.
אין תורה זיינען אַלע ענינים בדיוק. איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז ניט נאָר די פּאַסירונג אין אַלגעמיין, נאָר אויך אירע פּרטים וואָס ווערן דערציילט אין דער הפטרה — די טענות פון שאול'ן; „הקימותי את דבר ה'" (איך האָב מקיים געווען די רייד פון דעם אויבערשטן); „למען זבוח לה' אלקיך" (ער האָט געלאָזט לעבן די צאן ובקר בכדי זיי צו ברענגען פאַר קרבנות צום אויבערשטן), און דער ענטפער פון שמואל הנביא; „הנה שמוע מזבח טוב" (פאָלגן (דעם אויבערשטן) איז בעסער ווי ברענגען אַ קרבן); „מאסת את דבר ה'" — זיינען אויך פאַרבונדן מיט פּורים.
ב. די גמרא זאָגט) אויפן פּסוק „בן שנה שאול במלכו", אַז ער איז געווען ריין פון אַ חטא ווי אַ קינד פון איין יאָר. איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס ער האָט געלאָזט לעבן אגג'ן, אויך די מיטב הצאן והבקר, איז עס ניט געווען ווייל ער האָט סתם ניט
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-na2s83ty