Likkutei Sichos
Vayeishev
806ו י ש ב
א. אין אָנהויב פון היינטיקער סדרה (וישב) ווערט דערציילט וועגן די צוויי חלומות וואָס האָבן זיך גע'חלומ'ט יוסף'ן, וואָס דער מיין פון ביידע חלומות איז געווען דער זעלבער; זיי האָבן ביידע מרמז געווען אַז יוסף וועט געוועלטיקן איבער זיינע ברידער און זיי וועלן זיך צו אים בוקן. [אין צווייטן חלום איז בלויז צוגעקומען, אַז אויך „השמש והירח", יעקב און בלהה — ניט נאָר די עלף שטערן, די ברידער, ווי אין ערשטן חלום — וועלן זיך צו אים משתחוה זיין]. אויך באַ פּרעה'ן ווערט דערציילט (אין פּ' מקץ) וועגן צוויי חלומות וואָס האָבן זיך אים גע'חלומ'ט, און אויך ביי אים זיינען ביידע חלומות געווען מיט דעם זעלבן מיין. אָבער דאָרט, ביי פּרעה, גיט די תורה אַ טעם „ועל השנות החלום", פאַרוואָס דער חלום איז איבערגע'חזר'ט געוואָרן, ווייל „וממהר האלקים לעשותו" (דער אויבערשטער איילט זיך דעם חלום צו פאַרווירקלעכן). דאַקעגן באַ יוסף'ן גיט די תורה ניט אָן קיין שום טעם פאַרוואָס זיין חלום האָט זיך איבערגע'חזר'ט. און כאָטש אַז אין צווייטן חלום איז כנ"ל צוגעקומען דער רמז וועגן דעם אַז אויך יעקב און בלהה וועלן זיך בוקן צו יוסף'ן, ווי אויבן דערמאָנט, איז עס אָבער ניט קיין גענוגנדער טעם פאַר דער ווידערהאָלונג פון חלום, ווייל מ'האָט עס יוסף'ן געקענט מרמז זיין אין ערשטן חלום. איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז הגם אַז דער מיין פון די צוויי חלומות פון יוסף'ן איז געווען דער זעלבער, זיינען זיי דאָך מרמז אויף צוויי באַזונדערע ענינים.
דאַרף מען פאַרשטיין, וואָס זיינען די צוויי באַזונדערע ענינים פון די חלומות און וואָס איז די הוראה פון זיי פאַר אונז, ווייל, ווי גערעדט כמה פעמים, איז דאָך „מעשה אבות" — וואָס אין דעם גייען אויך אַריין די פּאַסירונגען פון יוסף'ן, וואָרום ער האָט דאָך ממשיך געווען און דורכגעפירט אין וועלט, אין עולמות בי"ע, די ענינים פון יעקב'ן, ווי עס שטייט: „אלה תולדות יעקב יוסף"א) — אַ סימן (אין הוראה) לבניםב).
ב. דער אונטערשייד פון די צוויי חלומות פון יוסף איז; דער ערשטער חלום איז געווען וועגן ערדישע זאַכן, „והנה אנחנו מאלמים אלמים בתוך השדה", און דער צווייטער חלום — וועגן „השמש והירח ואחד עשר כוכבים", עניני שמים.
ביי פּרעה זיינען ביידע חלומות געווען ערדישע זאַכן ; איין חלום איז געווען וועגן סוג ה"חי" (פּרות), און דער צווייטער — וועגן סוג ה"צומח" (שבלים), אָבער צו הימלישע זאַכן האָט פּרעה קיין שייכות ניט געהאַט. אין עניני ארץ גופא איז דער סדר ביי פּרעה געווען: „פּוחת והולך")),806וואָס ווייטער אַלץ נידעריקער — פריער דער חלום וועגן פּרות און שפּעטער וועגן שבלים). אָבער ביי יוסף'ן איז געווען דער סדר פון „מעלין בקודש")), וואָס אַמאָל אַלץ העכער אין קדושה — פריער דער חלום וועגן עניני ארץ און שפּעטער וועגן „השמש והירח ואחד עשר כוכבים".
דאָס איז דער אַלגעמיינער אונטערשייד צווישן אַ אידן און, להבדיל, אַ ניט אידן. אַ איד, אויך זייענדיק אין עולם הזה, האָט ער אַ פאַרבונד מיט ביידע וועלטן, ניט נאָר מיט דער גשמיות פון דער וועלט, נאָר אויך מיט די רוחניות פון עולם הבא. ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגט (ווען איינער פון די אויספאָרשער, — אין דער צייט וואָס דער רבי איז געווען אַרעסטירט אין רוסלאַנד אין יאָר תרפ"ז — האָט דעם רבי'ן געדראָט מיט אַ רעוואָלווער): אַז די וואָס האָבן אַ סך געטער און איין וועלט, שרעקן זיך פאַר אַ רעוואָלווערז אָבער דער וואָס האָט איין ג־ט און צוויי וועלטן האָט זיך ניט וואָס צו שרעקןח). מיינט עס ניט אַז אַ איד האָט צוויי וועלטן אין צוויי באַזונדערע צייטן, נאָר אויך ווען ער איז אין עולם הזה איז ער פאַרבונדן מיט אַ העכערער, רוחניות'דיקער וועלט. און דער סדר פון דעם פאַרבונד איז מלמטה למעלה: „סלם מצב ארצה וראשו מגיע השמימה" — „סלם", דער עבודה־לייטער פון אַ אידן, הייבט זיך אָן פון נידעריקע ענינים, „ארצה", און פון דעם דערגרייכט ער ביז צו די העכסטע רוחניות'דיקע מדריגות — „השמימה".
ג. אַלע ענינים פון תורה זיינען דאָך בדיוק און יעדער פּרט פון זיי איז אַ הוראהח) אין עבודה. איז מובן, אַז דאָס וואָס אין פּשטות איז דער מיין דער זעלבער אין ביידע יוסף'ס חלומות, כאָטש זיי ריידן וועגן צוויי באַזונדערע וועלטן פון ארץ און שמים — איז עס אַ הוראה פאַר אַ אידן אַז ער דאַרף מאַכן פון ביידע וועלטן — גשמיות און רוחניות — איין זאַך; ניט נאָר דאַרף די גשמיות פון אַ אידן ניט שטערן צו רוחניות, נאָר זי זאָל אויך צוהעלפן אין עבודה, ביז אַז פון די גשמיות זאָל ווערן רוחניותז.
(דאָס וואָס עס שטייט אין זוהר)) „תוקפא דגופא חולשא דנשמתא", אַז די שטאַרקייט פון גוף איז די שוואַכקייט פון דער נשמה, מיינט עס ניט דעם גשמיות'דיקן געזונט פון גוף, נאָר די שטאַרקייט פון תאוות און דעם קאָך אין קערפּערליכע זאַכן. אָבער בריאות הגוף אַליין איז אַדרבה, מען מוז עס האָבן צו עבודת השם, ווי דער רמב"ם זאָגט); „היות הגוף807בריא ושלם מדרכי השם הוא", אַז דער גוף זאָל זיין געזונט און גאַנץ איז עס פון די וועגן פון (דינען און וויסן) דעם אויבערשטן).
און דער ענין, אַז אַלע גשמיות'דיקע ענינים ווי עסן, טרינקען און זיין גאַנצער לעבן איז צוליב רוחניות, צוליב דינען דעם אויבערשטן, איז פאַראַן אין דער נאַטור פון יעדן אידן, אַפילו פון אנשים פּשוטים. און ווי עס איז ידוע דער סיפּורי) פון כ"ק אדמו"ר מהר"ש (בשייכות מיטן וויכוח פון דעם רבי'ן נ"ע (כ"ק אדמו"ר מהורש"ב) מיט זיין ברודער רז"א, ווען זיי זיינען געווען נאָך קליינע קינדער, וועגן דער מעלה פון אַ אידן אויף אַ ניט אידן); דער רבי מהר"ש האָט געפרעגט ביי בן ציון דעם משרת; „בן ציון, האָסטע געגעסן " האָט דער משרת געענטפערט: „יע". האָט אים דער רבי מהר"ש געפרעגט3 „האָסטו גוט געגעסן" האָט ער געענטפערט ; „וואָס הייסט גוט, זאַט ברוך השם". האָט אים דער רבי ווידער געפרעגט; „און צוליב וואָס האָסטו געגעסן" ענטפערט בן ציון: „כדי צו לעבן". „און צוליב וואָס לעבסטו 7" — האָט אים דער רבי געפרעגט. האָט בן ציון געענטפערטב „כדי איך זאָל קענען זיין אַ איד און טאָן וואָס דער אויבערשטער וויל", און דער משרת האָט דערביי אַ קרעכץ געטאָן. שפּעטער האָט דער רבי מהר"ש געזאָגט צו די קינדער: „איר זעט, אַ איד, בטבעו, עסט כדי ער זאָל לעבן, און דאַרף לעבן כדי ער זאָל קענען זיין אַ איד און טאָן וואָס דער אויבערשטער הייסט און גיט נאָך אַ קרעכץ אויך, ער פילט אַז עס איז נאָך ניט מיטן ריינעם אמת".
און וויבאַלד אַז אַ איד האָט ביי אַלע זיינע גשמיות'דיקע זאַכן אַ כוונה און אַ ווילן צו רוחניות, ווערן זיי טאַקע רוחניות, ווי דער מאמר הבעל שם טוב: „וואו דער רצון פון אַ מענטשן איז — דאָרט איז ער אַליין"יא).
ד. דאָס איז בנוגע די צוויי חלומות־יוסף אין אַלגעמיין. וואָס איז אָבער די הוראה פון די באַזונדערע פּרטים אין די ביידע חלומות?
דער ערשטער חלום פון יוסף'ן הויבט זיך אָן: „והנה אנחנו מאלמים אלמים בתוך השדה", ווי יוסף מיט די שבטים בינדן צוזאַמען סנאָפּעס אין פעלד. יוסף'ס חלומות הויבן זיך באַלד אָן מיט אַרבעט, מיט עבודה. ניט ווי אין די חלומות פון פּרעה וואו עס רעדט זיך אינגאַנצן ניט וועגן קיין שום עבודה.
וואָס דאָס איז דער אַלגעמיינער אונטערשייד צווישן קדושה און קליפּה. אין קליפּה איז לאו דוקא דורך עבודה: „אשר נאכל במצרים חנם", — אין מצרים, אין קליפּה, האָט מען געגעבן עסן „חנם", אַן עבודה פון מצוותיב) ; אָבער אין קדושה איז ניטאָ קיין808„נהמא דכסופא" (קיין אומזיסטער ברויט), יעדער המשכה און השפּעה מלמעלה קומט נאָר דורך עבודה. און דאָס איז די הוראה פאַר אַ אידן, אַז באַלד ווי ער הויבט אָן צו גיין אויפן „סלם" דאַרף זיין די עבודה מיט עניני ארץ, „מצב ארצה" (ווי אין יוסף'ס ערשטן חלום), ביז ער קומט צו צו עניני שמים, „וראשו מגיע השמימה" (ווי אין יוסף'ס צווייטן חלום).
ה. אין וואָס באַשטייט די עבודה? — „מאלמים אלמים". די זאַנגען פון וועלכע מען בינדט צונויף די אלומים, וואַקסט יעדע איינציקע פון זיי אין אַ באַזונדער אָרט וגומא (גריבל) און זיי זיינען אָפּגעטיילט איינע פון דער צווייטער. איז די עבודה פון אַ מענטשן זיי צוזאַמענצונעמען און צו פאַראייניקן אין „אלמים", אין סנאָפּעסיג). וואו טוט מען די עבודה? — „בתוך השדה", אין פעלד. און אין דעם איז די הוראה; די נשמה פון אַ אידן קומט אַראָפּ למטה אין „שדה", עולם הזה, וואָס איז אַן אָרט פון פּירודיד), פון קליפּות און סטרא אחרא („עשו איש שדה"), זי טוט זיך אָן אין אַ גוף און נפש הבהמית, וואָס זיינען אַ יש און מציאות פאַר זיך — און די עבודה איז אין „שדה", צו מבטל זיין די ישות און פּירוד וואָס קומען מצד דעם גוף און נפש הבהמית, און צוזאַמענקלייבן און פאַראייניקן אַלע זיינע כחות צו עבודת ה' — „מאלמים אלומים".
נאָך אָט־דער עבודה פון „מאלמים אלומים בתוך השדה" דאַרף ערשט זיין די עבודה פון „ותשתחוין לאלמתי", די השתחוי' און ביטול צו דער „אַלומה" פון יוסף הצדיק. אַלע אידן זיינען דאָך איין „קומה שלימה"יח) (איין גאַנצע געשטאַלט). איז פּונקט ווי אין געשטאַלט פון מענטשלעכן קערפּער, מוזן אַלע אברים זיין בטל צו די „תלת שליטין"יח) (מוחא, ליבא וכבדא — די דריי הויפּט אברים, מוח, האַרץ און לעבער וואָס געוועלטיקן איבערן גאַנצן גוף) און בעיקר מוז זיין דער ביטול פון אַלע אברים צום קאָפּ, וואָס דוקא דאַן איז עס אַ געזונטער גוף; אַזוי איז עס אויך אין דער „קומה שלימה" פון כלל ישראל. עס איז ניט גענוג וואָס ער טוט די עבודה פון „מאלמים אלמים", וואָס ער איז מבטל די כחות פון גוף ונפש הבהמית און ער פאַראייניקט זיי צו דינען דעם אויבערשטן; נאָכדעם ווי ער ווערט אַן „אלומה" (אַ ציור פון עבודה), דאַרף זי ערשט זיין בטל צו דער „אַלומה" פון יוסף הצדיק, צו דעם רבי'ן, דעם נשיא הדור, וואָס ער איז דער ראש פון קומת ישראליח), וועלכער גיט הוראות און פירט אָן מיט אַלע אידן, פּונקט ווי אַ קאָפּ פירט אָן מיט אַלע אברי הגוף*1)).
בפּנימיות הענין, איז אויך פאַר דער עבודה פון „מאלמים אלמים"809פאַראַן דער „ותשתחוין לאלומתי", דער ביטול צום צדיק הדור; וואָרום דאָס גופא וואָס אַ איד קען טאָן די עבודה „בתוך השדה", איז עס דורך דעם ביטול פּנימי וואָס אַ נשמה האָט צו יוסף הצדיקי). אָבער אין סדר העבודה פון אַ אידן מלמטה למעלה דאַרף פריער קומען די נידעריקערע מדריגה פון „מאלמים אלמים" און דערנאָך מבטל זיין די „אַלומה", אויך דעם קדושה'דיקן ציור, צום נשיא — „ותשתחוין לאלמתי".
ו. אָבער נאָך דער גאַנצער עבודה איז מען נאָך אַלץ „בתוך השדה", אין דער דרגא פון „מצב ארצה" (דער ערשטער חלום פון יוסף'ן). די כוונה איז אָבער צו אַרויסגיין אינגאַנצן פון די הגבלות פון גוף און נפש הבהמית, וואָס דאָס איז דער אמת'ער ענין פון (כל ימיו ב)תשובה, ווי ס'איז מבואר אין לקוטי תורה *0)), אַז דער פּנימיות הענין פון תשובה איז „והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה"יא), אַז די נשמה פון אַ אידן זאָל זיך אומקערן צו דעם אויבערשטן און זיין אין דער זעלבער דרגא ווי זי איז געווען איידער זי איז אַראָפּגעקומען אין גוף (מען מיינט ניט ח"ו אַרויסגיין פון גוף און נפש הבהמית, נאָר אַז זייענדיק דאָ למטה אין אַ גוף זאָל דער גוף כלל ניט מעלים זיין), וואָס צוליב דעם איז געווען די גאַנצע ירידת הנשמה למסה; אויך זייענדיק אין גוף זאָל זי קענען זיין פאַראיינציקט מיט דעם אויבערשטן „אשר נתנה", ווי זי איז עס געווען פאַר דער ירידה.
און דאָס איז דער באַדייט פון צווייטן חלום, וואָס אין אים רעדנ זיך נאָר וועגן עניני שמים. פון „שדה" איז ער שוין אַרויס; ער האָט אָפּגעטאָן די גאַנצע עבודה מיט ענינים ארציים. דערפאַר ווערט דאָ, אין צווייטן חלום, שוין ניט דערמאָנט אַן עבודה פון „מאלמים", פון צוזאַמעננעמען דברים נפרדים, ווייל די עבודה האָט ער שוין אָפּגעטאָן. זיין עבודה איז איצט נאָר אין עניני שמים, אין ענינים רוחניים — „והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה".
אָבער די עבודה פון מבטל זיין דעם ציור פּנימי צום נשיא הדור ווערט איבערגע'חזר'ט אויך אין צווייטן חלום — „ואחד עשר כוכבים (אויך אין דעם ציור פון כוכבים) משתחוים לי"; מען זאָל ניט מיינען, אַז דער ביטול פּנימי צו יוסף'ן פאָדערט זיך נאָר ווען מ'טוט די עבודה „בתוך השדה", וואָס איז אַן אָרט פון פּירוד, דאַרף מען זיך דאָרט באַוואָרענען אַז קליפּה זאָל ניט האָבן קיין יניקה; אָבער ווען מ'האָט צו טאָן נאָר מיט עניני שמים, מוז שוין ניט זיין אָט־דער ביטול — אויף דעם איז די הוראה פון צווייטן חלום: „ואחד עשר כוכבים משתחוים לי", אַז די השתחוואה און ביטול צו יוסף הצדיק מוז אויך זיין אַפילו ווען מ'האַלט ביי דער העכסטער עבודה פון „וראשו מגיע השמימה".
ז. און דאָס זיינען די הויפּט־קודות וואָס מיר לערנען אַרויס פון די חלומות פון יוסף הצדיק 2 זנום אַלעם ערשטן מוז זיין עבודה. דוקא דאָס איז דער סולם אויף וועלכן אַ איד810קען זיך אויפהויבן אין זיין פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן. מען זאָל ניט מיינען, אַז וויבאַלד אַלע אידן זיינען „בני מלכים"כב), אָדער, נאָך מערער, ווי עס שטייט אַמאָלכג): „מלכים" הם, דאַרפן זיי דעריבער ניט קיין עבודה. איז די אויבנגעזאָגטע הוראה, אַז אַלע השפּעות פון קדושה קומען נאָר דורך עבודה. נאָר וויבאַלד עס האַנדלט זיך וועגן מלכים, איז ביי זיי יעדער קלייניקייט אַ גאַנצע עבודה און דער אויבערשטער וועט זיי טאָקע דערפאַר באַלוינען „כסעודת שלמה בשעתו (ווען ער איז געווען מלך)" און נאָך מערער. אָבער עבודה מוז זיין. און ווען מען וועט האָרעווען אין עבודה — „יגעת", וועט מען דאַן צוקומען אויך צו אַזעלכע מדריגות אויף וועלכע מען ריכט זיך גאָרניט — „ומצאת"כד) (ווי אַ מציאה וואָס מ'געפינט אומגעריכטערהייט), ד. ה. אַ סך מערער ווי לויט זיין
יגעת — עבודה, ביז מען קומט צו צום „וראשו מגיע השמימה".
די צווייטע הוראה איז, אַז אין אַלע סאָרטן עבודה מוז זיין דער ביטול צום ראש ומנהיג ישראל — ביי וועלכער דרגא מען זאָל ניט האַלטן.
און בשעת עס וועט זיין דער „בטל רצונך", וועט דער אויבערשטער מבטל זיין „רצון אחרים מפני רצונך"כ), אַז ס'ווערט נתבטל „רצון אַחרים", לשון רבים, די העלמות פון עולם הזה — וועלכע גיבן אַן אָרט צו אַ טעות האָבן און מיינען אַז עס זיינען דאָ ח"ו שתי רשויות, ווי עס שטייט: „נעשה" לשון רבים „והרוצה לטעות וכו'"יח) — און דורך דעם ווערט מען אַ פּאַסיקע כלי צו אויפנעמען אַלע השפּעות פון יוסף צדיק יסוד עולם.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-16qwtf34