עברית
Library

Likkutei Sichos

19 Kislev

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

799שטאַרקייט און שמחה אין טאָן די עבודה, וואָס אָט די שמחה העלפט צו דעם נצחון און אויך דערצו — אַז ער זאָל קומען פריער. ווי דער פּתגם פון כ"ק מו"ח אדמו"רד): „אַ סאָלדאַט . . . כאָטש ער גייט דאָך אין אַ מקום סכנה, גייט ער מיט אַ ניגון פון שמחה . . . ער גייט מיט שמחה און דאָס מאַכט אים פאַר אַ מנצח".

ז. און דעריבער זאָגט מען מוצאי שבת; „אל תירא עבדי יעקב וכו'" — ווי ער איז מבאר דאָרט אין לקוטי תורה28)) — ווייל שבת זיינען דאָך אידן אין דער בחינה פון „ישראל", דאַרפן זיי דאַן ניט אָנקומען צו דער עבודה און האָרוואַניע צו מברר זיין בירורים. אָבער מוצאי שבת, ווען מען

י''פן

א. צווישן די ענינים וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט גערעדט וועגן י"ט כסלו, האָט ער געזאָגטא): „י' כסלו איז דער זמן הלידה פון אַ חסיד, י"ט כסלו איז דער ברית". דעם ביאור אויף דער שייכות פון ברית מילה צו י"ט כסלו, וועט מען פאַרשטיין לויט דעם וואָס מ'האָט גערעדט *א), אַז אין מצות מילה זיינען פאַראַן דריי ענינים; א) די פּעולה פון מילה, דאָס עצם מל זיין, ב) וואָס דער איד ווערט און בלייבט אַ מהול, ג) ער ווערט אַן אינו ערל. און ווי דאַרף ווידער אַראָפּנידערן צו זיין אין דער מדריגה פון „יעקב עבדי", אין דער עבודת הבירורים פן ששת ימי החול, איז מען דאַן מכריז מלמעלה צו יעדן אידן; „אל תירא עבדי יעקב", ער זאָל ניט מורא האָבן צו אַראָפּקומען אין דער דרגא פון „יעקב עבדי"; און דאָס איז ניט נאָר אָן אָנזאָג — דו זאָלסט ניט מורא האָבן, נאָר מיט דעם גיט מען אויך כח ועוז ניט צו מורא האָבן און טאָן די עבודה מיט שמחה, וואָס די שמחה וועט פאַרגרינגערן און פאַרשנעלערן די אַרבעט, צו זען „שכר טוב בעמלו", די גוטע באַצאָלט פון זיין האָרוואַניע, ביז מ'וועט זוכה זיין צום „יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים".

(משיחת יו"ד שבט תשח"י) כסלו

מ'האָט מבאר געווען, זיינען פאַראַן פאַלן ווען בלויז צוויי פון די דריי פּרטים זיינען באַוואָרנט, איז די הלכה דאַן אַז מען דאַרף באַוואָרענען אויך דעם דריטן פּרט.

אויך האָט מען מבאר געווען דעם רמז פון די דריי פּרטים אין עבודת האדם: „מהול" מיינט אַז דער טוב וואָס אין דער נשמה זאָל זיין אָפּגעדעקט און אַנטפּלעקט — „ועשה טוב"; „אינו ערל" — ניט צו זיין אונטער שליטת הערל — יצר הרעא) — „סור מרע", וואָס אָט די ביידע פּרטים דאַרפן קומען דורך עבודה דוקא — פּעולת המילה.

לויט דעם וועט מען פאַרשטיין דעם וואָרט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז800י"ט כסלו איז דער ענין פון ברית מילה, ווייל י"ט כסלו איז דער זמן ווען ס'איז נתגלה געוואָרן נצחון ופדי' בשלום פון תורת חסידות חב"ד און דער טאָג איז ראש השנה לחסידותח) — און די אויבן־דערמאָנטע דריי פּרטים פון מצות מילה אין עבודה זיינען פון די עיקרים אין שיטת חסידות חב"ד

חסידות חב"ד מאָנט, אַז אַלע ענינים פון טוב זאָל אַ איד דערגרייכן דורך עבודה, און ניט באַנוגענען זיך מיט דעם טוב וואָס ער האָט בדרך ממילא. ווי דער סיפּור הידוע* פון אַ חסיד וואָס האָט געבעטן דעם רבי'ן דעם צמח צדק, אַז ער זאָל בענטשן זיין אייניקל מיט אַ גוטן זכרון; „ער זאָל געדענקען אַלץ וואָס ער וועט זען און הערן ביי דעם רבי'ן און ביי חסידים, וועט ער במילא זיין אַ ירא שמים". האָט אים דער רבי דער צמח צדק געענטפערט; „עס איז מער ווי אַ יובל יאָרן אַז דער זיידע (דער אַלטער רבי), דער שווער (דער מיטעלער רבי) און איך, האָרעווען אַז חסידים זאָלן זיין עבודה'דיקע יראשמים'ס, ניט קיין במילא'דיקע יראשמים'ס".

און דאָס איז פון די עיקר'דיקע אונטערשיידן צווישן שיטת חב"ד און שיטת פּוליןח), אַז חב"ד מאָנט מען זאָל זיך ניט פאַרלאַזן אויף דער עבודה פון דעם צדיק, אַז ער וועט מיט זיין עבודה אויפהויבן די חסידים און דאָס איז גענוג, נאָר יעדער איינער ראַרף און מוז אַליין האָרעווען אין עבודת הוי' ביגיעת בשר ויגיעת נפש, ווי עס שטייטח): „כי אדם לעמל יולדב — און דאָס איז פעולת המילה אין עבודה.

חסידות מאָנט, מ'זאָל פאַרשפּרייטן אידישקייט און תורה אומעטום און זוכן צו מאַכן גוט אַ צווייטן אידן, ווי דער וואָרט פון כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"עז); „אַ חסיד איז דער וואָס גיט זיך איבער לדרוש טובת זולתו". און דאָס איז דער ענין פון זיין אַ מהול אין עבודה, לב (דער אָרט פון אַלע מדות) מהול, אַ לב טוב, אַז דער אייגענער טוב זאָל זיין אַנטפּלעקט, ער זאָל טאָן אויך פאַר אַ צווייטן אידן.

דער ענין פון חסידות איז אויף צו ענדערן די טבעיות פון די אייגענע מדות, ווי דער לשון פון אַלטן רבי'ן): „כל ענין החסידות לשנות טבעי' מדותיו" — און דאָס מיינט „אינו ערל", אַראָפּגענומען די טבע מיט וועלכע מ'איז געבאָרן.

ב. נאָך אַן עיקרית'דיקע נקודה אין מצות מילה — האָט מען מבאר געווען18)) — אַז די קדושה פון דער נשמה, דער פאַרבונד פון אַ אידן מיטן אויבערשטן, גייט אַריין בפּנימיות אין דעם גוף דורך מצות מילה. דערפאַר פּסק'נט דער אַלטער רבי, אַז במצות מילה הויבט זיך אָן „כניסת נפש הקדושה" אין אַ אידיש קינה, וואָס „כניסה" מיינט אַן אַריינגיין אין801אַ פּנימיות'דיקן אופן. און צוליב אָט דעם טעם איז דער קינד פון זינט דעם ברית אַ באַ לעולם הבא20)).

און די נקודה איז אויך פון די עיקרים אין חסידות חב"ד; „חב"ד מאָנט פּנימיות"יא). דאָס הייסט, אַז די אַלע דריי אויבן־דערמאָנטע ענינים, וואָס זיינען מרומז אין מצות מילה, דאַרפן ניט געטאָן ווערן בלויז אין אַ מקיפ'דיקן אופן, בלויז אמונה, נאָר אויך אין אַן אופן פּנימי, אין חכמה בינה דעת (חב"ד) פון נפש האלקית, ביז עס זאָל דורכנעמען אויך דעם שכל פון נפש הבהמית און דעם מוח הגשמי פון גוף — וואָס דאָס מיינט די כניסה (בפּנימיות) פון נפש דקדושה אין דעם גוף הגשמי.

ג. און ניט קוקנדיק אויף דעם, וואָס בשעת הברית מילה איז נאָר דער אָנהויב, התחלת הכניסה, איז אָבער לויטן מאמר רז"ליב): „שכל התחלות קשות", קען מען זאָגן, אַז אין כניסת נפש דקדושה פון שעת המילה איז פאַראַן אַ כח און אַ מעלה 18)) וואָס זיינען ניטאָ אין דער מדריגת הכניסה וואָס קומט דורך דעם חינוך פון קינד צו תורה ומצוות און אפשר אויך ניטאָ אין דעם גמר און עיקר הכניסה פון דעם נפש דקדושה בשעת בר־מצוה.

ויהי רצון אַז אין די טעג וואָס פאַר י"ט כסלו, וועלכע זיינען בדוגמת הלידה וימי הכנה לברית, זאָל מען האָבן די פּאַסיקע צוגרייטונג צו די פּעולות בנוגע לערנען חסידות און פירן זיך בדרכי החסידות, און דאָס אַלץ — מתוך שמחה וטוב לבב.

(משיחת י"ט כסלו ומכתב

י"ב כסלו תשכ"ב)

יעדער ענין**) איז בהשגחה פּרטית. היינטיקן יאָר ווערט הונדערט און פופציק יאָריד) זינט דער הסתלקות פון דעם אַלטן רבי'ןטז), וואָס ער איז געווען דער גרינדער פון דער שיטה פון חב"ד און ליובאַוויטש. אויך איז דער „דינער" פון ישיבות תומכי תמימים היינטיקן יאָר באַשטימט געוואָרן אויפן טאָג פון זיין הסתלקות — כ"ד טבת. און זיכער אַז דאָס איז אַן ענין פון וועלכן מ'קען אָפּלערנען.

802פון רבי'ן דער שווער — וואָס ער האָט איבערגעפלאַנצט און איינגעפלאַנצט די ליובאַוויטשער ישיבות אין אַמעריקע — האָבן מיר געהערט פיל ערציילונגען וועגן דעם אַלטן רבי'ן. פון די פילע ערציילונגען וויל איך אויסקלייבן איינע, וואָס איך רעכן אַז זי איז צוגעפּאַסט צו דער געלעגענהייט, אַן ערציילונג וואָס כאַראַקטעריזירט און גיט אַן אַריינבליק אין דער שיטה פון ליובאַוויטש און חב"ד.

ס'איז געווען אין די צייטן ווען דער מיטעלער רבי, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן דער ממלא מקומו פון זיין פאָטער דעם אַלטן רבי'ן — האָט געלעבט צוזאַמען מיט'ן פאָטער. דער מיטעלער רבי האָט שוין דעמולט געהאַט קינדער, און צווישן זיי איז געווען אויך אַ גאָר קליינער קינד. דער אַלטער רבי האָט געלעבט אויפן צווייטן עטאַזש (פלאָר) און דער מיטעלער רבי אויפן אונטערשטן (גראַנד פלאָר). אַ מאָל, ווען דער מיטעלער רבי איז געזעסן און געלערנט, איז אַ קינד שלאָפענדיג אַרויסגעפאַלן פון וויגעלע (ווי עס טרעפט אַמאָל ביי אַ קינד) און האָט אָנגעהויבן וויינען. דער מיטעלער רבי איז געווען אַזוי פאַרטיפט אין לערנען אַז ער האָט עס גאָרניט געהערט און האָט ווייטער פאָרגעזעצט דעם לערנען. דער אַלטער רבי, כאָטש ער איז געווען אויפן אויבערשטן פלאָר, אָן איז אויך געווען פאַרטיפט אין לערנען, פונדעסטוועגן האָט ער דערהערט דעם געוויין פון קינד. ער האָט מפסיק געווען דעם לערנען, אַראָפּגעגאַנגען אויפן אונטערשטן פלאָר, אַריינגעלייגט דעם קינד אין וויגעלע און אים איינגעשטילט און פאַרוויגט.

דערנאָך האָט דער אַלטער רבי ערקלערט זיין זון, דעם מיטעלן רבי'ן, אַז דער ניט דערהערן דעם קינד'ס וויינען — וויפל מ'זאָל ניט זיין פאַרטיפט אין דעם לערנען, איז ניט קיין דרך.

דער רבי דער שווער האָט עס „אָפּגעטייטשט", אַז ווי פאַרטיפט מ'זאָל ניט זיין אין אייגענעם לערנען אָדער דאַוונען אָדער אין טאָן גוטע זאַכן בכלל, דאַרף מען בשעת מעשה דערהערן ווען אַ אידיש קינד וויינט, און מ'דאַרף מפסיק זיין פון דעם דאַוונען אָדער פון דעם לערנען און זען אַז דער קינד זאָל אויפהערן וויינען. ער האָט דערפון אָפּגעלערנט, אַז ווי הויך מ'זאָל אַליין ניט זיין און ווי גרויס עס זאָלן ניט זיין די ענינים אין וועלכע מען איז פאַרנומען, — וויבאַלד אָבער אַז ס'איז דאָ אַ אידיש קינד וואָס מאָנט און עס פעלט אים, דאַרף מען דאָס דערהערן, און מ'דאַרף אַוועקלייגן די אייגענע זאַכן אָן אַ זייט, און זוכן עצות אַז דער קינד זאָל אויפהערן וויינען.

די אָפּלערנונג דערפון ספּעציעל אין אנזער צייט און אַרבעט;

אין די לעצטע יאָרן באַמערקט זיך אַ שטאַרקע אויפוואַכונג ביי אידן בכלל און ביי אידישע יוגנט בפרט, מען האָט אָנגעהויבן זוכן אידישקייט. דאָס איז אַזוי אַפילו ביי אַכ־יריקע און צוואַנציק־יאָריקע, און נאָך אין אַ פיל גרעסערע מאָס, ביי דרייצןיאָריקע און אינגער. און אַזוי אויך ביי יונגע פאַרהייראַטע פּא־פאַלקן, וועלכע האָבן קינדער וואָס זיינען אַלט פיער אָדער פינף יאָר, איז אויך ביי זיי געוואָרן אַן ערוועקונג אויף צו געבן זייערע קינדער אידישקייט.

אויך פילט מען, — מען איז צוגע־803קומען סוף כל סוף צום אמת, — אַז מען וויל האָבן ריכטיקע אידישקייט, ניט קיין פאַרוואַסערטע, אָן פּשרות. וואָס דערפאַר ווערט אַלץ שטאַרקער דער פאַרלאַנג, אַז מען זאָל געבן די קינדער אַן ערציאונג וועלכע איז געגרינדעט און געבויט אינגאַנצן אויף אונזער לעבעדיקער תורה, וואָס זי ברענגט אמת'ן לעבן אין דעם טאָגטעגלעכן לעבן.

און דאָס איז די אָפּלערנונג פון דעם אויבן־דערציילטן סיפּור; אין וואָס אידן זאָלן ניט זיין פאַרנומען — וואָס זיכער איז מען דאָך פאַרנומען מיט גוטע זאַכן און וויכטיקע זאַכן, צי ענינים פון פּרנסה, צי פאַרשידענע נויטיקע זאַכן — איז ווען עס קומט אָבער צו דער פראַגע פון אידישע קינדער וועלכע וויינען און לעכצן נאָך אידישער ערציאונג, איז די פּראָבלעם און די אַרבעט האָט אַ פאָרצוג (פּראַיאָריטי) און קומט פאַר אַלע אַנדערע זאַכן אין וועלכע מען איז פאַרנומען.

מען דאַרף מאַכן די גרעסטע אָנשטרענגונג אויף געבן די מעגלעכקייט צו די מוסדות, ישיבות און חדרים, וועלכע ערציען אידישע קינדער מיט אַ ריכטיקער אידישער ערציאונג, אַז זיי זאָלן קענען אַרייננעמען דעם מאַקסימום צאָל קינדער וואָס ס'איז נאָר מעגלעך אויפצונעמען. וואָס ליידער — איצטער איז דער מצב, אַז אַ סך קינדער בלייבן אויף דער גאָס מצד דעם וואָס די ישיבות האָבן ניט די מיטלען צו עפענען נאָך כתות, אָדער אויפנעמען נאָך ראשי ישיבות.

ס'זיינען, ליידער, פאַראַן אַזוינע הייזער וואו די קינדער פילן גאָרניט אַז זיי פעלט עפּעס און דעריבער וויינען זיי ניט. צו די קינדער איז די פליכט און די אויפגאַבע אַ סך גרעסער. וואָרום דאָס גופא וואָס זיי ווייסן גאָרניט אַז זיי דאַרפן וויינען, איז אַ ראי' אַז זיי נויטיקן זיך אין אַ אידישער ערציאונג אין אַ פיל גרעסערער מאָס.

דאָס איז אויך איינע פון די אויפגאַבן וואָס די ישיבות דאַרפן זיך שטעלן בפרט;

אויפנעמען תלמידים פון אַלערליי קרייזן, אָן קיינע באַגרענעצונגען, אָן קיין אונטערשייד צי זיי קומען פון אַ קרייז וואָס ווייסט על כל פּנים אַז עס פעלט זיי עפּעס, צי פון אַזאַ קרייז וואָס ווייסט גאָרניט אַז זיי דאַרפן וויינעןז און געבן יעדערן פון זיי די פולסטע מאָס פון אידישער ערציאונג, וואָס דאָס וועט זיי פירן אויפ'ן וועג פון זיין גליקלעך זייער גאַנצן לעבן, סיי אין גשמיות, סיי אין רוחניות.

עס איז אויך דאָ אַן אָפּלערנונג פון דעם אויבן דערמאָנטן סיפּור בנוגע צו דער אַלגעמיינער וועלט־ַע

מיר זיינען ערשט אַריין אין אַ נייעם יאָר. דער נייער קינד, די וועלט אין דעם נייעם יאָר — איז ליידער אין אַ לאַגע פון אַ קליין קינד וואָס איז אַרויסגעפאַלן פון דער וויגעלע, אַראָפּגעגאַנגען פון דעם ריכטיקן „טרעק" (וועג) און ווייסט ניט ווי איינצושטעלן זיך, סיי אין די באַציאונגען צווישן פעלקער, סיי — צווישן פאַרשידענע קרייזן; ווי צו אויסנוצן די מעגלעכקייטן וואָס די מענטשהייט האָט, אויף בויען און בעסער מאַכן, און ניט פאַרקערט — אויף חרוב מאַכן און ערגער מאַכן.

804און אין דעם האָבן מיר די אָפּלערנונג פון דעם אויבן דערמאָנטן סיפּור — אויף באַוואָרענען צוויי ענטגעגענגעזעצטע טעות'ן ; אַמאָל טראַכט זיך אַ מענטש, אַז ער איז פאַרנומען מיט זיינע אייגענע געשעפטן, און וואָס גייט עם אָן וואָס עס טוט זיך אין דער וועלט אין אַלגעמיין, וואָס עס טוט זיך אַרום אים, ובפרט — אין אַן אַנדער מדינה. איצטער זעט מען קלאָר, אַז אַפילו זאַכן וועלכע טוען זיך אָפּ אין אַ גאָר ווייטן ווינקל פון וועלט, זיינען נוגע יעדערן, און אָפט — ביז אין זיין פּריוואַטן לעבן; אַ צווייטע טעות־טענה; מי אני ומה אני, וואָס קען איך אויפטאָן א. אַז. וו. דער אמת איז אָבער, אַז יעדערער קען אויפטאָן, און ווי ערקלערט אין גמרא און רמב"ם 18)) און אין שפּעטערדיקע ספרים, אַז בשעת יעדערער וועט מאַכן ליכטיקער אין זיין ווינקל, מיט דער אמת'ער ליכט, די ליכט פון תורה און מצוות, איז דער אויבערשטער מבטיח, אַז דורך דעם וועט ניט נאָר זיין אייגענער לעבן ווערן בעסער און גרינגער, נאָר דורך דעם וועט ער אויך בייטראָגן זיין חלק אין דעם אַלגעמיינעם לעבן פון דער גאַנצער וועלט, אַז די וועלט זאָל צוקומען נעענטער צו צדק און יושר, טוב וקדושה און די כחות וועלכע טרייבן די וועלט אויף היפּך השלום, היפּך הבנין והיפּך הטוב, וועלן שוואַכער ווערן.

אין דער טעטיקייט גייט אַריין צום אַלעם ערשטן, ווי גערעדט פריער פאַרשטאַרקן די אמת־אידישע ערציאונג פון אידישע קינדער בכל מקום שהם, וואָס דורך דעם פאַרשפּרייט מען די ליכט פון תורה און מצוות — נר מצוה ותורה אור. און מיר האָבן דאַן די הבטחה פון דעם אויבערשטן, אַז דאָס וועט ברענגען גליק צו די אַלע וואָס פאַרנעמען זיך דערמיט, דאָס וועט פאַרשטאַרקן די כחות פון גוט אין דער וועלט, ביז אַז סוף כל סוף וועלן זיי מנצח זיין, און מיר וועלן זוכה זיין, בתוך כלל ישראל, אַז עס וועט קומען משיח צדקנו און אַרויסנעמען אידן און די גאַנצע וועלט פון גלות, און אַראָפּברענגען די גאולה האמיתית והשלימה.

דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז מען זאָל טאָן דאָס אַלעס אין גוטן געזונט, מיט פריילעכקייט און בטוב לבב, וואָס דאָס וועט מוסיף זיין אין דער טעטיקייט — אַז מען וועט טאָן אין אַ פיל גרעסערן פאַרנעם.

וואָרום לויט ווי מ'זעט די לאַגע איצט, איז וויפל מ'זאָל ניט פאַרגרעסערן די ישיבות, וועט מען געפינען קינדער וואָס זאָלן אָנפילן אַלע צימערן, און אַלע כתות.

און דאָס וועט מוסיף זיין אויך אין דער הצלחה ובברכת ה'.

(קטע משיחה לעסקני ישיבות תומכי

תמימים ליובאוויטש, ה' פ' נח, תשכ"נ)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-4drndd1t

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources