עברית
Library

Likkutei Sichos

Kedoshim

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

993קרושים

א. אין פּ' קדושים רעדט זיך וועגן דעם איסור פון ערלה (ניט צו עסן די פּירות פון אַ בוים וואָס וואַקסן אויס אין די ערשטע דריי יאָר). זאָגט די משנהא): „נטיעה של ערלה כו', שנתערבו בנטיעות, הרי זה לא ילקוט, ואם לקט יעלה באחד ומאתים". דער דין ביי ערלה איז, אַז ווען עס מישן זיך אויס פּירות ערלה און פּירות היתר, ווערן זיי בטל ווען אין די פּירות היתר איז פאַראַן צוויי הונדערט מאָל אַזוי פיל ווי די ערלהפּירות. (די מערסטע איסורים פון תורה ווערן בטל ברוב (אָדער בששים) און ערלה — באחד ומאתים). דער דין איז נאָר בדיעבד, אויב עס האָט זיך שוין אויסגעמישט. לכתחילה אָבער טאָר מען ניט אויסמישן פּירות ערלה אין אַנדערע פּירות כדי זיי מבטל זיין, — „אין מבטלין איסור

26) ראה חרא"נ מהרש"א (שבת קית, ב).

1) ערלה פ"א מ"ו (גיסין נד, ב).

לכתחילה"ב). זאָגט די משנה; אַז עס מישט זיך אויס אַ נטיעה (פלאַנץ) וואָס איז ערלה צווישן צוויי הונדערט היתר'דיקע נטיעות, און מען קען ניט דערקענען וועלכע נטיעה איז ערלה — טאָר מען לכתחילה ניט מלקט זיין (אַראָפּקלייבן) די פּירות פון די נטיעות, וואָרום דאַן ווערן דאָך די פּירות ערלה בטל (קומענדיק פון אַ נטיעה וואָס האָט עולה געווען באחד ומאתים). און דער דין איז אַז לכתחילה טאָר מען אַן איסור ניט אויסמישן אין היתר בכדי צו מבטל זיין דעם איסור. אָבער בדיעבד, ווערט עס בטל.

דער טעם פאַרוואָס די פּירות ערלה ווערן בטל דוקא נאָכן מלקט זיין, אָבער כל־זמן די פּירות זיינען אויף די נטיעות ווערט ניט בטל די נטיעה994פון ערלה אין די אַנדערע נטיעות איז, ווייל „מחובר לא בטל")).

ב. אַלע ענינים פון נגלה דתורה, זיינען אַ הוראה אויך אין עבודה הרוחנית פון אַ אידן;

ס'איז אַ כלל אין תורה, אַז מיעוט ווערט בטל אין רוב. קען דאָך אַ איד טראַכטן; וויבאַלד אַז „אַתם המעט מכל העמים", אידן זיינען אַ מינדערהייט צווישן אַלע פעלקער — ווי איז מעגלעך אַז אידן זאָלן האָבן דעם כוח ניט צו ווערן אויסגעמישט און ניט ווערן בטל צו די אומות העולם, צווישן וועלכע זיי געפינען זיך שוין אַזויפיל הונדערטער יאָרן?

אויף דעם איז די הוראה; וויבאַלד אַז אידן אומעטום, וואו נאָר זיי געפינען זיך, זיינען זיי מחובר מיט זייער מקור, מיטן אויבערשטן, קענען זיי ניט ווערן אויסגעמישט, זיי זיינען אַלע מאָל אַן „עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב") — אַ פאָלק פאַר זיך.

פּונקט כביכול ווי דער אויבערשטער איז „אני הוי' לא שניתי")), אין אים איז קיין מאָל קיין שום ענדערונג ניטאָ, ער איז הי' הוה ויהי' בשוה)), אַזוי זיינען אויך אידן — דורך ואתם הדבקים, זייער חיבור מיטן אויבערשטן — אייביק גאַנץ, ווי דער פּסוק פירט אויס „ואתם בני יעקב לא כליתם", אַז אין זיי איז ניט שייך קיין כליון ח"ו.

נאָך אַ פּירושא, אַז דער פּסוק „אני הוי' גו' ואתם בני יעקב וגו'" איז מיט אַ תמי'; וויבאַלד אַז „אַני הוי' לא שניתי", איז פאַרוואָס „ואתם בני יעקב לא כליתם", פאַרוואָס פּועל'ט ניט די ידיעה אַ כלות הנפש ביי אידן?

אַזוי ווי אַלע פּירושים פון אַ פּסוק זיינען פאַרבונדן צווישן זיך), איז דאָ אויך מרומז, אַז אפילו דער איד וואָס געפינט זיך אין אַ מצב אַז די ידיעה פון אני הוי' לא שניתי פועל'ט ניט אויף אים קיין כלות הנפש (פּירוש השני), איז ער אויך דאַן מחובר במקורו, און במילא איז ניט שייך ביי אים קיין ביטול און כליון, צווישן די אומות העולם, ח"ו (פּירוש הראשון).

מען דאַרף אָבער אַרויסטראָגן דעם חיבור בגלוי. און אַז „וראו כל עמי הארץ כי שם הוי' נקרא עליך"*), עס וועט זיך אנזען די ג־טעכקייט וואָס אין אידן, איז ניט נאָר וואָס די „עמי הארץ" — וואָס דאָס איז כולל אַלע עניני עולם — וועלן ניט מנגד זיין, נאָר אַדרבה, „ויראו ממך", און זיי וועלן אַרויסהעלפן די אידן בעבודתם לקונם. וואָרום דאָס איז דאָך תכלית כל הבריאה, ווי די משנה זאָגטי): „לא נבראו אלא לשמשני, ואני נבראתי לשמש את קוני" — אַלץ איז באַשאַפן געוואָרן צו באַדינען דעם אידן, און דער איד איז באַשאַפן געוואָרן צו דינען דעם באַשעפער.

ג. די אויבנדערמאָנטע הוראה, אַז מחובר ווערט ניט בטל, שטייט אין996דער משנה ביי ערלה, וואָס דער ענין פון ערלה איז אַ תיקון אויפן חטא עץ הדעתיא).

עס שטייט אין קבלה וחסידותיא), אַז דער חטא עץ הדעת האָט גורם געווען אַז קליפּה זאָל ווערן אַ מנגד צו קדושה. אויך פאַרן חטא איז געווען די מציאות פון קליפּות, אָבער דעמאָלט איז קליפּה ניט געווען קיין מנגד צו קדושה, אדרבה18)), זי איז געווען ווי אַ קליפּה (אַ שאָלעכץ) וואָס פאַרהיט און באַשיצט די פרוכט. נאָר דורך דעם חטא איז זי געוואָרן אַ מנגד.

אַז מען וועט דורכפירן די אויבנ־

אמ

א. מ'האָט שוין גערעדט פיל מאָלא), אַז ספירת העומר איז אַ הכנה צו מתן תורה. וואָס דערפאַר איז גלייך ווי עס ווערן פאַרענדיקט די ניין און פערציק טעג פון ספירת העומר קומט דער יום־טוב שבועות — מתן תורה.

די שייכות פון ספירה מיט מתן תורה דריקט זיך אויס אויך אין דעם, וואָס ביידע, ספירה און מתן תורה, זיינען פאַרבונדן מיט יעדן אידן אַלס אַ פּרט: אויף ספירת העומר זאָגט די גמרא) שתהא ספידערמאָנטע הוראה פון דעם דין בערלה — מען וועט אָפן אַרויסברענגען דעם חיבור פון אידן מיטן אויבערשטן — דורך דעם ווערט נתתקן וואָס דער חטא עץ הדעת האָט גורם געווען — אידן וועלן ניט בלויז ניט פאַרלאָרן ווערן ח"ו צווישן די אומות העולם, נאָר אַדרבה, די אומות העולם וועלן דערהערן אַז זייער גאַנצע מציאות איז בכדי צו משמש זיין אידן — ווי ס'איז געווען פאַרן חטא, *) אַז „קליפּה" האָט מגין געווען אויף דער „פּרי" — וכמ"ש 14)) „ועמדו זרים ורעו צאנכם", בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, בקרוב ממש.

(משיחת יב תמוז תשי"ד) ו —

תו

רה לכל אחד ואחד (אַז יעדער איד באַזונדער דאַרף ציילן ספירה. וואָס דערמיט איז ספירת העומר אַנדערש פון ספירת שמיטין ויובלות; ספירת שמיטין ויובלות איז דוקא דורך ביתדין — ס'איז איין ספירה פאַר אַלע אידן, אָבער ספירת העומר ציילט יעדער איד באַזונדער, פאַר זיך); און אַזוי איז אויך מתן תורה ניט בלויז פאַרן כלל ישראל, נאָר דער אויבערשטער זאָגט צו יעדן אידן באַזונדער)) „אנכי ה' אלקיך" (לשון יתיד), יעדן אידן באַזונדער גיט דער אויבערשטער די תורה, ער זאָגט יעדן באַזונדער אַן ער זאָל לערנען און מקיים זיין אַלע תרי"ג מצוות

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-tgaykayg

Copies

Recent activity

#176 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · approved
#171 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · closed
#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources