עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayeira

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

766וירא

א. די גמראא) לערנט אַרויס פון דעם וואָס אברהם אָבינו האָט געזאָגט צו דעם אויבערשטן „אד' אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבור וגו'", אַז „גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פּני שכינה" — דערפון וואָס אברהם האָט געבעטן דעם אויבערשטן צו וואַרטן און ער אַליין איז געלאָפן אויפנעמען די אורחים, איז אַ ראי' אַז הכנסת אורחים איז גרעסער ווי קבלת פּני שכינה.

אַזוי פּסק'נט אויך דער רמב"םג) און דאָס איז דער לשון פון רמב"ם דאָרט: „והוא החק שחקק אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה, מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן ומלוה אותן, וגדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה שנאמר וירא והנה שלשה אנשים" (און דאָס איז דער געזעץ וואָס אַברהם אָבינו האָט איינגעקריצט און די חסד וועג וואָס ער האָט זיך אין איר געפירט, ער גיט עסן צו די פאַרבייגייער און גיט זיי טרינקען און באַגלייט זיי, וגדולה הכנסת אורחים וכו').

אין דעם רמב"ם זיינען ניט פאַרשטאַנדיק צוויי ענינים;

(א) דער דרך פון רמב"ם אין „יד החזקה" איז צו ברענגען נאָר די הלכה אַליין און ניט דעם מקור פון וואַנען מ'לערנט אַרויס די הלכה, סיידן אין פאַל ווען דער געבראַכטער מקור גיט צו אַן ערקלערונג אין דער הלכה. אָבער אין הלכה פון „גדולה הכנסת אורחים" זעט מען ניט, לכאורה, דעם ביאור וואָס דער מקור „שנאמר וירא והנה וגו'" גיט צו אין דער דאָזיקער הלכה, איז צוליב וואָס ברענגט דאָ דער רמב"ם דעם פּסוק?

(ב) דער רמב"ם אַליין איז מאריך אין פּירוש המשניותח), אַז אַלע מצוות וועלכע מיר זיינען היינט מקיים, טוען מיר זיי נאָר צוליב דעם ציווי פון דעם אויבערשטן צו אונז דורך משה רבינו ע"ה אויפן באַרג סיני. למשל, דאָס וואָס מיר זיינען מקיים מצות מילה, איז עס ניט ווייל אברהם אָבינו און בני ביתו האָבן זיך מל געווען, נאָר ווייל דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט דורך משה רבינו אַז מיר זאָלן זיך מל זיין אַזוי ווי אברהם אבינו ע"ה האָט זיך מל געווען. און אַזוי איז עס אויך ביי אַלע אַנדערע מצוות וועלכע מ'האָט מצווה געווען פאַר מתן תורה. איז לויט דעם ניט פאַרשטאַנדיק וואָס דער רמב"ם זאָגט דאָ „והוא החק שחקקו אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה" (אַז דעם חוק פון הכנסת אורחים האָט אברהם אבינו איינגעשטעלט), — מיר טוען דאָך דאָס נאָר ווייל אַזוי האָט אונז דער אויבערשטער אָנגעזאָגט ביי מתן תורה, און ווי דער רמב"ם אַליין שרייבט דאָרט)), אַז די מצוה פון הכנסת אורחים גייט אַריין אין כלל פון „ואהבת לרעך כמוך". איז וואָס766לערנט אונז דאָס וואָס אברהם אָבינו האָט עס חוקק געווען?

ב. אין תיקוני זוהר שטייטח), אַז ר' שמעון האָט געזאָגט ; „זכאה איהו מאן דמקבל אורחין ברעו שלים כאילו מקבל אפּי שכינתא" (דער וואָס נעמט אויף אורחים מיטן גאַנצן ווילן איז כאילו (אַזוי ווי) ער איז מקבל פּני שכינה). לכאורה איז דער מאמר פון תיקוני זוהר אין סתירה צום פריערגעבראַכטן מאמר פון גמרא אַז הכנסת אורחים איז גרעסער ווי קבלת פּני שכינה.

הגם מיר געפינען אָפט חלוקי דעות אין דברי חז"ל — אין גמרא גופא און אַזוי אויך צווישן גמרא און זוהר — אָבער אין דעם ענין איז ניט שייך צו זאָגן אַז דער תיקוני זוהר קריגט אויף דער גמרא, ווייל די גמרא לערנט דאָך אַרויס פון אַ פּסוק, און אַ בפּועל, אַ „מעשה רב" פון אברהם אָבינו, אַז הכנסת אורחים איז גרעסער, מוז מען דערפאַר לערנען פּשט אין תיקוני זוהר באופן כזה אַז ס'זאָל ניט זיין קיין סתירה צום פּסק פון גמרא וואָס איז באַגרינדעט אויף אַ פּסוק.

ג. דער פּשט אין תיקוני זוהר וועט ווערן פאַרשטאַנדיק מיט דעם וואָס מ'וועט פריער מבאר זיין די מדריגה פון רבי שמעון בר יוחאי, וואָס ער האָט עס געזאָגט דעם אויבנדערמאָנטן מאמר פון תיקוני זוהר.

ביי רשב"י איז געווען „תורתו אומנתו"ח), און אויך איז ער געווען פון די „בני עלי'"א), וואָס אַפילו אין נגלה דתורה איז ערקלערט די גרויסקייט פון די צוויי מעלות, און מכל שכן ווי זיי זיינען מבואר אין פּנימיות התורה, אין חסידות)). זייענדיק אין אַזאַ מדריגה איז פאַרשטאַנדיק ווי הויך ביי ר' שמעון'ען איז געווען דער ענין פון קבלת פּני שכינה. בפרט ווי דער זוהר זאָגט „מאן פּני האדון הוי' דא רשב"י" — במילא איז דאָך דאָס וואָס לגבי אונזער ערך הייסט „קבלת פני שכינה", מקבל זיין די מדריגה פון פּנימיות אלקות, האָט רשב"י געהאַלטן ביי דער מדריגה שטענדיק, ביי אים האָט אַלע מאָל געלויכטן דער פּני (פּנימיות) האדון הוי'. מוז מען דאָך זאָגן אַז זיין קבלת פּני שכינה איז געווען גאָר אין אַ סך אַ העכערן אופן.

און אין פאַרגלייך מיט דער הויכער מדריגה פון קבלת פּני שכינה ביי ר' שמעון'ען — און לויט זיין אייגענער דרגא האָט ער אויך אַזוי גענומען וועלטכ) — איז הכנסת אורחים ניט גרעסער נאָר איז גלייך צו זיין קבלת פּני שכינה. אָבער די וואָס האָבן ניט דערגרייכט צו דער הויכער מדריגה פון רשב"י, ביי זיי איז הכנסת אורחים גרעסער ווי קבלת פּני שכינה.

נאָך אַ זאַך; עס רעדט זיך אין לקוטי תורהיא), אַז מצד דער מעלה פון נשמת רשב"י, האָט ער מיט זיין767עבודה רוחנית געקענט ממשיך זיין די המשכות וואָס ווערן נמשך ביי אַנדערע נאָר דורך קיום המצוות בגשמיות. די ראי' אויף דעם איז פון די דרייצן יאָר וואָס רשב"י איז געווען אין מערה — וואו ער האָט זיכער ניט געהאַט די מעגלעכקייטן צו מקיים זיין אכילת מצה, קידוש אויף וויין, אתרוג און סוכה, א"אַ (וואָרום מצד סכנת נפשות האָט ער ניט געטאָרט אַרויסגיין פון דער מערה) — האָט ער ממשיך געווען די המשכות פון די אַלע מצוות דורך יחודים עליונים ועליות (הגם אַז אין דער מערה איז ער געווען אַן אָנוס, און „אונס רחמנא פּטרי' "יב), די תורה האָט אים גע'פּטר'ט פון מקיים זיין יענע מצוות — איז אָבער שווער צו זאָגן אַז מלמעלה האָט מען געפירט דערצו אַז דעם רשב"י האָבן געפעלט געוויסע המשכות). און ווייל רשב"י האָט מיט זיין עבודה רוחנית אויפגעטאָן אַזוי ווי אַנדערע דורך מצוות גשמיות, דערפאַר איז ביי אים נוגע געווען ווי ביי אַנדערע די גשמיות פון די מצוות, און ווי ער זאָגט אין ירושלמייח) בפּשיטות: ולא מודי רשב"י שמפסיקין לעשות סוכה ולעשות לולב — אָבער ניט אַזויפיל נוגע ווי ביי אַנדערע, אויך דאַן ווען ער האָט די מצוות מקיים געווען בפּועל ממש אין גשמיות אַריינגענומען אויך די מצות הכנסת אורחים.

(על דרך ווי ביי דער הלכה פון „לאו שאין בו מעשה אין לוקין עליו"יד) (אַ „לאו" — אַ „לא תעשה" — וואָס אין אים איז ניטאָ קיין מעשה קומט ניט פאַר דעם קיין מלקות) געפינען מיר כמה פּוסקים וואָס האַלטןטז), אַז ווען דער לאו איז אין אַלגעמיין פון דעם סוג „שאין בו מעשה", איז אַפילו אין דעם פאַל ווען מ'איז עובר אויף דעם לאו דורך אַ מעשה, קומט ניט פאַר דעם קיין מלקות, ווייל די מעשה ווירקט ניט אין אַזאַ לאו, וואו בעיקרו איז ער אַ „לאו שאין בו מעשה").

און היות אַז די מצות „הכנסת אורחים", האָט דער רשב"י מקיים געווען אין אַזאַ הויכן אופן וואו די גשמיות'דיקע דורכפירונג פון דער מצוה איז ניט אַזויפיל נוגע, ווייל בעיקר האָט ער זי מקיים געווען דורך עבודה רוחנית, — איז אין רוחניות די מצוה פון הכנסת אורחים ניט גרעסער ווי „קבלת פּני שכינה", און מכל שכן אַז זי איז ניט גרעסער פון אַזאַ הויכער „קבלת פּני שכינה" ווי ס'איז געווען ביי רשב"י. דערפאַר האָט רשב"י געזאָגט, אַז „הכנסת אורחים" איז גלייך צו „קבלת פּני שכינה". אָבער די תורה איז דאָך על „הרוב תדבר" — די תורה רעדט דאָך אין אָן אופן וואָס איז אָנגעמאָסטן צו דער מערהייט פון אידן, וואָס קומען ניט צו דער מדריגה פון רשב"י וואָרום בני עלי' — הן מועטיןז), איז דערפאַר — האָט תורה גע'פּסק'נט, אַז „גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פּני שכינה".

ד. און דאָס קומט דער רמב"ם באַוואָרענען דורך זיין ברענגען דעם מקור פון דער הלכה „גדולה הכנסת אורחים וכו'". דער מקור פון פּסוק768גיט דאָ צו אַן ערקלערונג אין דער הלכה; אָן דעם מקור פון דער הלכה וואָלט מען געקענט מיינען אַז ר' שמעון אין תיקוני זוהר קריגט אויף דער הלכה — און הגם אַז וואו ס'איז אַ מחלוקת פון תלמוד בבלי מיטן זוהר איז די הלכה ווי אין בבלי, איז דאָך אָבער „אלו ואלו דברי אלקים חיים"י), עס וואָלט געהאָט אַן אָרט אויך די דיעה פון זוהר ביי יעדן (מצב פון אַ) אידן — דעריבער ברענגט דער רמב"ם דעם מקור פון אַ פּסוק מפורש, צו באַווייזן אַז דערינען איז ניטאָ קיין מחלוקת און דעת רשב"י וואָס רעדט לויט זיין מדריגה, ווי אויבן געזאָגט, איז ניט אין סתירה צום פּסק הגמרא.

און ס'איז קיין וואונדער ניט וואָס דער רמב"ם באַוואָרנט אַן ענין וואָס ווערט געבראַכט אין זוהר, ווייל ס'איז ידועכז) אַז דער רמב"ם איז געווען אַ מקובל און אַ סך ענינים אין זיינע ספרים איז זייער מקור בזוהר, קבלה וכו' 28)).

ה. על פּי זה איז אויך מובן דער לשון פון רמב"ם; „והוא החק שחקקו אברהם אָבינו ודרך החסד שנהג בה", וואָס דערמיט גיט ער צו פאַרשטיין פאַרוואָס די הלכה פון בבלי איז ניט אין סתירה צו דעת ר' שמעון אין תיקוני זוהר

דאָס וואָס מיר האָבן דעם כוח צו מקיים זיין די מצוות וועלכע מ'האָט אונז אָנגעזאָגט מסיני, איז עס צוליב דעם וואָס „מעשה אבות סימן לבנים"י). און אין דער מצוה פון הכנסת אורחים; דאָס וואָס בנוגע לכל ישראל איז הכנסת אורחים גרעסער פון קבלת פּני שכינה, קומט עס פון דער נתינת כוח פון אברהם אבינו, דורך דעם „חק שחקקו" אין דער מצוה פון הכנסת אורחים — „מעשה אבות" — אין אַן אופן וואָס זאָל זיין שייך צו יעדן אידן.

און דאָס איז אויך דער דיוק פון לשון הרמב"ם „ודרך החסד שנהג בה"; אַז די עבודה פון אברהם אָבינו איז געווען אין קו פון חסד (וואָס מצד דעם האָט ער געבעטן אַפילו אויף ישמעאל'ן: „לו ישמעאל יחי' לפניך"), האָט ער דעריבער איינגעשטעלט זיין הכנסת אורחים אין אַן אופן וואָס איז שייך צו אַלע אידן, אַפילו צו די וואָס זיינען אין אַ זייער נידעריקער מדריגה, און דערמיט אונז ממשיך געווען אַ כוח אויפן קיום פון מצות הכנסת אורחים, אַז עס זאָל זיין „גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פּני שכינה".

און דאָס מיינט דער רמב"ם מיט זיין לשון „והוא החק שחקקו אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה" — ווען ניט די עבודה פון אברהם אבינו, וואָלטן מיר ניט געהאַט דעם כוח צו מקיים זיין מצות הכנסת אורחים בגשמיות, במילא וואָלט ביי אונז ניט געווען דער ענין פון הכנסת אורחים אין אַן אופן וואָס איז גדולה מהקבלת פּני שכינה. נאָר אב־769רהם אָבינו דורך זיין עבודה האָט אונז געמאָכט ירש'נען, איינגעקריצט און איינגעפירט אין יעדן אידן זיין דרך החסד, וואָס איז דער אָנהויב פון אַלע מדות, און פון מדות קומט עס אַראָפּ אין פּועל ממש — וואָס זה כל האדם.

(משיחת ליל ערב ראש השנה,

כ"ט אלול תשכ"ב)

ו. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אַ סך מאָל געזאָגטכ), אַז פון דער סדרה פון יעדער וואָך דאַרף מען זיך אָפּלערנען אַ הוראה אין לעבן. און ס'איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז אַזוי; ווייל מיר האָבן דאָך אַן אייביקן לעבעדיקן ג־ט, און ער האָט אונז געגעבן אַן אייביקע לעבעדיקע תורה, וואָס דורך איר — דורך לערנען שטענדיק די תורה און אָפּלערנען פון איר אַ הוראה אין לעבן — זיינען מיר אַן אייביק לעבעדיק פאָלק און מיר קענען איבערלעבן און בייקומען אַלע שוועריקייטן.

די היינטיקע סדרה דערציילט וועגן דעם ערשטן אידן וואָס איז געווען אויף דער וועלט. ער איז געווען אַן איין־איינציקער און די גאַנצע וועלט איז געווען קעגן איםכא), ביז מען האָט איינגעזען אַז דער אויבערשטער איז מיט אים און שטיצט אים אין אַלץ וואָס ער טוט. דאַן האָט דער מלך פון פּלשתים „כורת ברית" געווען, געשלאָסן אַ בונד מיט אברהם'ען און אברהם האָט געקענט רואיקערהייט וואוינען אין ארץ פּלשתים.

און אין דער צייט, וואָס אברהם האָט געוואוינט אין פּלשתים, דערציילט די היינטיקע סדרה; „ויטע אשל בבאר שבע", אַז ער האָט דאָרט געפלאַנצט אַן אשל; „ויקרא שם בשם הוי' א־ל עולם", ער האָט דאָרט מפרסם געווען ג־טלעכקייטכב) און אמונה; „ויגר אברהם בארץ פּלשתים ימים רבים", ער האָט געוואוינט אין לאַנד פון פּלשתים אַ סך יאָרן — און דערנאָך קומט די דערציילונג וועגן דער עקידה.

דאַרף מען פאַרשטיין; וואָס לערנען מיר אָפּ פון דעם וואָס אברהם האָט דאָרט געפלאַנצט אַן אשל? די תורה באַשרייבט דאָך דאָ די גרויסקייט פון אברהם אָבינו, אַז זייענדיק אַן איינציקער איד האָט ער אומעטום פאַרשפּרייט אמונה בה' אחד, איז וואָס גיט־צו אין דעם די דערציילונג פון זיין פלאַנצן דעם אשל? אויך וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער „ויטע אשל" צו דער פּרשת העקידה וואָס קומט באַלד נאָך דעם?

ז. אין פּשטות איז דער טייטש פון „אשל" — אַ גרויסער פאַרצווייגטער בוים. זייענדיק אין אַ מדבר'דיקן לאַנד, וואו די היץ פון דער זון ברענט, האָט ער דאָרט געפלאַנצט אַ בוים כדי צו באַשיצן זיך פון דער זון.

אין גמרא28)) שטייט, אַז „אשל" מיינט ניט אַן איינציקן בוים, נאָר אַז אברהם האָט געפלאַנצט אַ גאַנצן גאָרטן מיט פרוכט־בוימער, און דער צוועק איז געווען אַז די פאַרבייגייער־אורחים, זאָלן געניסן פון די פרוכטן. נאָך אַ דיעה; אַז „אשל"770מיינט „פּונדק" — אַכסני', אַז אברהם האָט די אורחים געגעבן ניט בלויז פרוכטן, נאָר עסן און טרינקען, פלייש און וויין וכו' און אַ געלעגערב). ביז — ווי ס'שטייט אין מדרש 36)) — אַז אברהם האָט אויך (צוליב די אורחים) איינגעאָרדנט ביי זיך אין הויז אַ סנהדרין, בכדי צו ענטפערן אויף די שאלות וואָס האָבן געקענט אויפקומען ביי די אורחים.

די תורה דערציילט אונז דאָ דעם אופן פון אברהם אבינו'ס הכנסת אורחים; ער האָט זיך ניט באַנוגנט מיט געבן די אורחים ברויט, זאַלץ און וואַסער, וואָס זיי זיינען דאָך גענוג צו אָנזעטיקן; אברהם אָבינו האָט זיך ניט באַנוגנט צו געבן זיי דעם מינימום, נאָר ער האָט זיי אויך געגעבן פאַרגעניגן־זאַכן; פרוכט, וויין, כל מיני מגדים, און אַ געלעגער, און אַפילו אויך אַ סנהדרין צו ענטפערן אויף זייערע שאלות, און ער האָט זיי דאָס אַלץ געגעבן כאָטש זיי זיינען פאַר אים געווען אינגאַנצן פרעמדע מענטשן.

פון דעם דאַרף זיך אָפּלערנען יעדער איד; ביי יעדערן איז דאָך איינגעפלאַנצט אין האַרצן די מדה פון צדקה און גמילות חסדים. דאַרף ער וויסן אַז די מדה, וואָס ער האָט זי בירושה פון אברהם אָבינוכ), איז זי ניט בלויז אויף צו געבן אַ צווייטן דאָס סאַמע נויטיקע, נאָר אויך צו געבן אים דברי תענוג; און ניט נאָר אין מאַטעריעלן זין, נאָר אויך

24) מדרש הובא בבחיי וירא (כא, לג).

25) ב"ר פנ"ד, ו.

26) יבמות עט, א. צו לייזן יענעמס נפש'דיקע פּראָבלעמען.

ח. דער ענין פון טאָן צדקה אין דעם אויבנדערמאָנטן אופן, צו געבן ניט נאָר דאָס נויטיקסטע נאָר אויך צו מהנה זיין מיט דברי תענוג, איז ספּעציעל איינגעוואָרצלט אין עלטערן בנוגע צו זייערע קינדער. קינדער זיינען דאָך אומבאַהאָלפן, איז דאָ אַן איינגעוואָרצלטע טבע אין די עלטערן צו געבן זייערע קינדער אַלץ וואָס זיי דאַרפן (ניט רעכענענדיק זיך צי די קינדער וועלן זיי שפּעטער צוריקצאָלן צי ניט). ניט נאָר זייערע הכרחיות; אַזוי בכלל בנוגע צו חינוך, דערציען עלטערן די קינדער זיי זאָלן זיך אַנטוויקלען און אויסוואַקסן אין דער פולסטער מאָס, סיי מאַטעריעל און סיי גייסטיק.

ביי אידן, ווי אין ביישפּיל פון אברהם אבינו, איז די דאָזיקע באַציאונג ניט בלויז צו אייגענע קינדער נאָר אויך צו פרעמדע מענטשן. דאָס איז איינגעפלאַנצט אין יעדער אידישער האַרץ, אַז דאָס וואָס ער האָט באַקומען דורך האָרעוואַניע און גרויסער אָנשטרענגונג, זאָל ער עס אַוועקגעבן צו אַ גאַנץ פרעמדן מענטשן; און ניט נאָר צו באַפרידיקן יענעמס באַדערפענישן אין גשמיות, נאָר אויך פּותר זיין יענעמס נפש'דיקע פּראָבלעמען.

אַזאַ הנהגה איז העכער פון שכל; געבן יענעם וואָס אים פעלט — פאַרשטייט עס אויך שכל, אַז וויבאַלד יענעם פעלט עפּעס דאַרף מען עס אים דערפילן, ווייל ס'איז אויף אים אַ רחמנות. אָבער געבן יענעם וואָס אים פעלט ניט נאָר אויף אַ

771תענוג זאַך, דאָס קומט פון אַ באַזונדערע מדה פון גוטסקייט וועלכע

נעמט זיך פון העכער ווי שכל; וואָס

מצד זיין מדת הטוב זוכט ער אַז אויך יענעם זאָל זיין גוט.

און אַז עס איז אַזוי אין מאַטעריעלע זאַכן, איז עס נאָך מערער אין גייסטיקע זאַכן, ווייל אַ גייסטיקער חסרון, אַ חסרון אין דער נשמה — טוט פיל מער וויי, און ס'איז אים שווערער צו פאַרריכטן ווי אַ חסרון אין גוף

דערפאַר איז דער סדר ביי אידן, אַז אין יעדן אָרט וואו מ'איז נאָר געקומען — אין אַ פרייער מדינה, צי אין אַן אָרט וואו מ'אונטערדריקט זיי — האָט מען זיך ניט גערעכנט מיט קיין זאַך און מ'האָט באַלד געגרינדעט ישיבות און תלמוד־תורה'סכז), און מ'האָט געזוכט זיי איינשטעלן אַז זיי זאָלן געבן ניט נאָר דעם מינימום וואָס עס פאָדערט זיך פאַר די תלמידים און תלמידות, נאָר אין דער פולסטער מאָס, יגדיל תורה ויאדיר.

ט. וועט מען איצט פאַרשטיין די שייכות פון „ויטע אשל גו'" צו דער עקידה.

דער כוח פון מסירת נפש ביי אברהם און יצחק צו גיין צו דער עקידה, זייענדיק „בארץ פּלשתים ימים רבים", — אין אַ לאַנד וואו מען האָט זיי ניט געדריקט, ניט געקוועטשט און וואו זיי זיינען געווען אינגאַנצן פריי — איז עס געקומען פון „ויטע אשל", פון זייער הנהגה אין אַזאַ אופן פון חסד וואָס איז העכער פון טעם ודעת. דערפאַר

זיינען זיי אויך אין דער רואיקער

צייט פון „ימים רבים" געגאַנגען צו

דער עקידה מיט שמחה.

י. דאָס איז אויך אַן אָווייזונג

פאַר אַלע דורות; עס מאָנט זיך ביי אידן אַ הנהגה פון מסירת נפש און ספּעציעל ביי דער דערציאונג פון קינדער, אַז דאָס וואָס זיי האָבן אויף דעם געהאָרעוועט יאָרן לאַנג, זאָלן זיי עס אַוועקגעבן אויף חינוך הבנים והבנות, ניט נאָר אייגענע קינדער, נאָר אויך יענעמס; און געבן זיי ניט נאָר די זאַכן פון הכרחיות, נאָר די פולסטע מאָס פון אידישקייט, תורה ומצוות — און דאַן וואַקסט אויס אַ מסירת־נפש־דור, אַז אויך זייענדיק אין אַ פרייער מדינה זיינען זיי גרייט צו מקריב זיין אַלץ וואָס זיי האָבן ביז אויך זייער לעבן פאַר אמונה תורה ומצוות, פאַר אַלץ וואָס איז פאַרבונדן מיט אידישקייט.

יא. בשעת די הנהגה איז אין דעם אויבנגעזאָגטן אופן האָט מען דעם צוזאָג פון דעם אויבערשטן אַז דער שכר פאַר שטיצן און פאַרגרעסערן און פאַרטיפן די ישיבות און תלמודתורה'ס וועט זיין ניט „אַ דאָלאר פאַר אַ דאָלאר", נאָר דער אויבערשטער וועט אָפּצאָלן כמה פּעמים ככה (אַזוי ווי מיר געפינען ביי אברהם אָבינו, וואָס ביי אים האָט זיך אָנגעהויבן מיט איין קינד, און פון דעם איז געקומען דער „והרבה ארבה את זרעך ככוכבי השמים וכחול אשר על שפת הים"), ניט נאָר אין געלט — וועגן דעם איז גאָר איבעריק צו ריידן — נאָר אויך אין אַנדערע ענינים; געזונט, אַריכות ימים און נחת פון קינדער.

772ואל ירע לבבך בתתך לו — דער אויבערשטער זאָל געבן מ'זאָל אויפנעמען בשמחה די אָפּלערנונג פון הנהגת אברהם אבינו ויצחק, מען זאָל געבן אויף די ישיבות מיט אַן אָפענער און ברייטער האַנט און בשמחה,

חיי

א. אויפן פּסוק „ויהיו חיי שרה וגו'", ברענגט דער מדרשא) דעם פּסוק)) „יודע ה' ימי תמימים וגו'", און ער טייטשט: „כשם שהן תמימים כך שנותם תמימים" (פּונקט ווי זיי (די צדיקים — דערמאָנט אין פּסוק פאַר דעם) זיינען גאַנצע, אַזוי זיינען אויך זייערע יאָרן גאַנצע). און דער מדרש ברענגט דערויף אַ דוגמא פון שרה'ן, וואָס אירע יאָרן זיינען געווען תמימים, פון די יאָרן וואָס מען האָט איר באַשטימט האָט גאָרניט געפעלט.

דאַרף מען פאַרשטיין: עס זיינען דאָך געווען אַ סך צדיקים און צדקניות פאַר שרה'ן און נאָך שרה'ן, וואָס אויך זייערע יאָרן זיינען געווען תמימים. — פאַרוואָס ברענגט ער אַ דוגמא דוקא פון שרה'ן?

אין פּשטות קען מען ענטפערן; אַלע צדיקים, וויבאַלד זיי האָבן מקיים געווען דעם „ועבדתם את ה' אלקיכם", זיי האָבן שטענדיק געדינט דעם אויבערשטן, האָט זיי אויך דער אויבערשטער פאַר דעם צוריק־עצאָלט מיט דער ברכה וואָס שטייט און דאַן וועט דער אויבערשטער צוריקצאָלן כמה פּעמים ככה, ניט נאָר אין געלט נאָר אין אַלץ וואָס מען דאַרף 280)).

(משיחה לעסקני ישיבות תומכי תמימים

ליובאוויטש, י"ז מרזזשון, תשי"ט) שרה

דערבייג), „את מספר ימיך אמלא", ער האָט זיי געגעבן גאַנצע, פולע יאָרן. איז קיין חידוש ניט אַז זייערע יאָרן זיינען געווען תמימים (און ביי די צדיקים, וואָס צוליב אַ זייטיקער סיבה האָט מען אַראָפּגענומען פון זייערע באַשטימטע יאָרן, האָט ביי זיי טאַקע געפעלט פון זייער פולער צאָל יאָרן)), אָבער שרה, וואָס איז נפטר געוואָרן פּלוצלונג צוליב אַ זייטיקער סיבה — „פּרחה נשמתה" פון דער בשורה פון עקידת יצחקח) — איז עס אַ חידוש, אַז פונדעסטצוועגן זיינען אירע יאָרן געווען גאַנצע.

וויבאַלד אָבער אַז ענינים אין תורה זיינען זייער בדיוק, מוז מען זאָגן אַז דאָס וואָס דער מדרש ברענגט די דוגמא פון שרה'ן, איז עס ניט בלויז צוליב דער נייעם וואָס אין

28) ראה תו"א בתחילתו שע"י הצדקה „נעשה מוחו ולבו זכים אלף פעמים ככה", ונתבאר בלקו"ת לג"פ שם (נדפס באוה"ת כרך ו' תתרכו, ב ואילך).

3) שמות, כג, כו.

4) ראה ב"ר פס"ג, יב: ה' שנים שמנע הקב"ה מחייו.

5) מבשורה המצערת שנעקד (ב"ר פנ"ח, ה. וראה פדר"א פל"ב). או מרוב שמחה (כפירוש ריב"א עה"ת — ומביא דוגמא מכתובות סב, ב — או כמסופר בס' הישר).

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-22wsjpf4

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources