עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayigash

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

823וי ג ש

א. בשעת יוסף הצדיק האָט זיך געלאָזט דערקענען צו זיינע ברידער האָט ער זיי געזאָגטא): „וישלחני אלקים לפניכם לשום לכם שארית בארץ ולהחיות לכם לפליטה גדולה ועתה לא אתם שלחתם אתי הנה כי האלקים וישימני וגו' ומושל בכל ארץ מצרים" — אַז ניט די ברידער, נאָר דער אויבערשטער האָט יוסף'ן פאָראויסגעשיקט קיין מצרים און האָט אים דאָרט געמאַכט פאַר אַ מושל איבער גאַנץ מצרים, צוליב דעם אַז יעקב און זיינע קינדער זאָלן דורך אים קענען געשפּייזט ווערן און גאַנץ בלייבן אין דער צייט פון די הונגעריאָרן. און באַלד נאָכדעם האָט ער זיי אָנגעזאָגט זיי זאָלן איבערגעבן יעקב'ן: „שמני אלקים לאדון לכל מצרים", דער אויבערשטער האָט מיר געמאַכט פאַר אַ האַר איבער גאַנץ מצרים — און דערפאַר8 „רדה אלי אל תעמוד", אַז יעקב און זיין משפּחה זאָלן זיך ניט אויפהאַלטן נאָר באַלד אַראָפּנידרן צו אים קיין מצרים.

פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז די ירידה פון יעקב ובניו אין גלות מצרים איז געווען אָפּהענגיק אין דעם וואָס יוסף איז געווען אַ מושל און אדון אויף גאַנץ מצרים. דאָס הייסט, אַז יוסף האָט ניט בלויז דערציילט ווי די השגחה פּרטית האָט געפירט אַז מכירת יוסף זאָל זיין אַ סיבה צו זייער קומען קיין מצרים, נאָר ער האָט זיי אויך מרמז געווען, אַז דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אים געמאַכט פאַר אַ געוועלטיקער פון מצרים קען שוין זיין דער „רדה וגו'", עס קען שוין דורכגעפירט ווערן די כוונה פון גלות מצרים.

ב. די ערקלערונג דערפון אין פשטות;

ווען דער אויבערשטער האָט אין דעם ברית בין הבתרים געלאָזט וויסן צו אברהם אבינו, אַז זיינע קינדער וועלן קומען אין גלות (מצרים), האָט ער אים צוגעזאָגטב): „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול", אַז זיי וועלן אַרויסגיין פון גלות מיט אַ גרויסן רייכטום. איז דער מיין פון אָט דער הבטחה ניט בלויז אַ פאַרגיטיקונג פאַר די יסורים פון „ועבדום ועינו אותם", נאָר נאָך מער; זייער אַרויסגיין פון דאָרט „ברכוש גדול" איז דער תכלית און כוונה פון זייער גיין אין גלות מצרים.

אַ ראי' אויף דעם איז; איינער פון די טעמיםח) אויף דער מכה פון חושך וואָס דער אויבערשטער האָט געבראַכט אויף די מצריים איז בכדי די אידן זאָלן אין דער צייט פון דעם חושך קענען אויסקוקן און אויסגעפינען די טייערע כלים פון די מצריים, און דורך דעם זאָלן די אידן קענען דורכפירן דעם אָנזאָג)) „וישאלו איש מאת רעהו ואשה מאת רעותה כלי כסף וכלי זהב", זיי זאָלן אויסבאָרגן דעם רייכטום פון די מצרים, בכדי עס זאָל מקויים ווערן דער „ואחרי כן יצאו824ברכוש גדול" — „שלא יאמר אותו צדיק"ח), אַז אברהם אבינו זאָל ניט זאָגן, אַז דער אויבערשטער האָט מקיים געווען דעם „ועבדום ועינו אותם" אָבער ער האָט ניט מקיים געווען דעם „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול".

לכאורה איז עס ניט פאַרשטאַנדיק; ווען מ'געפינט זיך אין גלות, און בפרט אין אַזאַ שווערן און ביטערן גלות ווי ס'איז געווען דער גלות מצרים, וועט דאָך אַ מענטש זיכער מוותר זיין אויף דעם ריווח אַבי באַלד צו אַרויסגיין פון גלות. ווי די גמרא זאָגטח), אַז אידן האָבן צאַקע גע'טענה'ט (ווען דער אויבערשטער האָט זיי געזאָגט: „וישאלו גו'"); „ולואי שנצא בעצמנו", הלואי זאָלן מיר אַליין אַרויסגיין פון מצרים. און די גמרא בריינגט דאָרטן אַ משל פון אַ מענטשן וואָס איז איינגעשפּאַרט אין בית האסורים און מענטשן זאָגן אים: מ'וועט דיר מאָרגן באַפרייען פון תפיסה און מ'וועט דיר געבן אַ סך געלט; ענטפערט ער זיי: איך בעט אייך, נעמט מיר היינט אַרויס, און איך בעט ביי אייך מער גאָרנישט. איז ווי קומט עס וואָס דער אויבערשטער האָט געהאַלטן די אידן נאָך א געוויסן זמן אין גלות בכדי צו מקיים זיין דעם „יצאו ברכוש גדול"? און אויך דער טעם פון גמרא „שלא יאמר אותו צדיק וכו'", איז ניט פאַרשטאַנדיק: ווייל זיכער וואָלט אויך אברהם אבינו מוותר געווען אויפן „רכוש גדול", אַבי זיינע קינדער זאָלן וואָס פריער אַרויסגיין פון גלות.

דעריבער מוז מען זאָגן, אַז ווען ניט דער רכוש גדול וואָס די אידן האָבן אַרויסגענומען פון מצרים וואָלט זיך ניט אויסגעפירט די כוונה און תכלית פון זייער קומען אין גלות מצרים, ווייל די כוונה פון גלות איז געווען — „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול"**)).

און בכדי צו אויספירן אָט די כוונה פון גלות מצרים האָט יוסף פריער געמוזט ווערן אַ שליט אויף גאַנץ מצרים, וואָס דורכדעם האָט ער געהאָט די מעגלעכקייט איינצוזאַמלען אונטער זיין האַנט דעם רייכטום פון אַלע לענדער — „וילקט יוסף את כל הכסף" — כל כסף וזהב שבעולםז) — און עס האָט שפּעטער געקענט זיך אויספירן דער „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול".

ג. די ירידה קיין מצרים איז געווען בכדי צו מברר זיין און מעלה זיין אין קדושה די ניצוצות פון מצרים. דורך זייער עבודה במשך די גאַנצע יאָרן פון גלות האָבן זיי מברר געווען און אויסגעקליבן די ניצוצות הקדושה און ווען זיי זיינען אַרויס פון מצרים האָבן זיי אָט די ניצוצות אויפגעהויבן צו זייער מקור, ווי עס שטייטח) ביי יציאת מצרים: „וגם ערב רב עלה אתם", אַז זיי האָבן מעלה געווען די ר"ב, די צוויי הונדערט און צוויי ניצוצות קדושה וואָס האָבן זיך געפונען, געווען אַריינגעמישט אין מצרים.

און די ניצוצות האָבן זיך געפונען אין דעם רכוש גדול וואָס די אידן האָבן מיטגענומען פון מצרים. און826ווי דער בעל שם טוב איז מבאר דעם מאמר רז"לי), „התורה חסה על ממונם של ישראל" און יעקב חס על „פּכים קטנים"יא), אַז אידישע אייגנאום איז זייער טייער, ווייל אין ממונם של ישראל געפינען זיך ניצוצות קדושה וועלכע דער איד דאַרף מברר זיין און אויפהויבן צו קדושה. און דעריבער האָט געמוזט זיין דער „ושאלה אשה משכנתה וגו'"יב), צו מברר זיין און מעלה זיין די ניצוצות וואָס האָבן זיך געפונען אין די „כלי כסף וכלי זהב ושמלות".

ד. די אויספירונג פון דער כוונה איז אויך געווען לטובתם של ישראל. וואָס דערפאַר וואָלט אברהם אבינו געמאָנט אַז דער אויבערשטער זאָל מקיים זיין דעם „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול", אפילו ווען דאָס איז פאַרבונדן מיט וואַרטן — ווייל דאָס איז געווען די טובה פון זיינע קינדער.

דער ביאור אין דעם; דער סדר פון מברר זיין די ניצוצות און זייער שייכות צו נשמות ישראל איז אַזוי אויסגעשטעלט, אַז פּונקט ווי ס'איז פאַר יעדן ניצוץ באַשטימט געוואָרן דורך וועמען ער זאָל נתברר ווערן, אַזוי איז באַשטימט פאַר יעדער נשמה וועלכע ניצוצות זי זאָל מברר זיין, וואָס די ניצוצות האָבן אַ שייכות צו דער פּרטית'דיקער נשמה. ווי די רז"ל זאָגן*1)) „אין אדם נוגע במוכן לחבירו", אַ מענטש קען ניט פאַרדינען פון דעם וואָס געהערט צו אַ צווייטן — און דאָס איז אַזוי אין גשמיות, ווייל אַזוי איז עס אין רוחניות (ווי געזאָגט פריער, אַז די רוחניות'דיקע רווחים — ניצוצות — זיינען אין דעם גשמיות'דיקן רכוש), אַז יעדע נשמה האָט אַן אויפגאַבע צו מברר זיין געוויסע ניצוצות וואָס באַלאַנגען צו איר מצד איר מהות. ווי ס'איז מבואר אין דער רשימהיד) פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז דער אויבערשטער איז מסבב הסיבות בהשגחה פּרטית, אַז דער איד זאָל זיך צוזאַמענטרעפן מיט די ניצוצות וואָס ער דאַרף מברר זיין. און כל־זמן ער איז ניט מברר און מעלה פון גלות אָט דעם ניצוץ וואָס איז שייך און פאַרבונדן מיט זיין נשמה, געפינט זיך זיין נשמה דאָרטן וואו דער ניצוץ — ביידע געפינען זיך אין גלות.

נאָך מערער; בירור הניצוצות האָט צו טאָן און איז פאַרבונדן ביז צו זיין עצם הנשמה. און וויבאַלד „כל עצם בלתי מתחלק" (אַן עצם טיילט זיך ניט), איז כל־זמן אַ טייל, אַפילו אַ קליינער טייל, פון זיינע ניצוצות געפינט זיך נאָך אין גלות, געפינט זיך דאַן אויך אין גלות ניט בלויז אַ טייל פון דער נשמה (צוזאַמען מיט דעם חלק הניצוצות), נאָר אויך דער עצם הנשמה. כמאמר הבעל שם טוביח) „העצם, כשאתה תופס במקצתו אתה תופס בכולו".

און דעריבער איז דער אַרויסנעמען דעם „רכוש גדול" פון מצרים געווען נוגע אויך דער אייגענער טובה פון אידן, ווייל דורך אַרויסקלייבן און מעלה זיין די ניצוצות פון מצרים, זיינען אויך זייערע נשמות אויסגעלייחט געוואָרן פון גלות מצרים.

828נוסף אויף דעם (ועיקר); דער תכלית השלימות פון אַ נברא איז דאָך צו אויספירן דעם רצון הבורא און צוליב דעם איז ער באַשאַפן געוואָרןכ). איז וויבאַלד אַז דער רצון הבורא איז געווען, זיי זאָלן מיטנעמען מיט זיך אַלע ניצוצות הקדושה פון מצרים, איז דאָך דאָס געווען זייער גרעסטע טובה; דורך דעם זיינען זיי צוגעקומען צו זייער העכסטער שלימות.

ה. דאָס אויבנגערעדטע וועגן גלות מצרים און יציאת מצרים איז אַ הוראה פאַר אונז אין דעם לעצטן גלות, ווייל גלות מצרים איז דער שורש פון אַלע גליותכז).

די כוונה פון גלות איז ניט נאָר אַן עונש פאַר חטאים ועוונות, נאָר זיין כוונה און תכלית איז בירור הניצוצות. ווי חסידות איז מבאר דעם מאמר רז"ליח) „לא הגלה הקב"ה את ישראל לבין האומות אלא כדי שיתוספו עליהם גרים", אַז אידן זיינען פאַרטריבן געוואָרן אין גלות נאָר בכדי עס זאָלן צוקומען „גרים", ניצוצות הקדושה וואָס געפינען זיך אין די דברים הגשמיים. דעריבער דאַרף מען וויסן אַז די עבודה דאַרף זיין — „ושאלה אשה משכנתה ומגרת ביתה": „אשה" מיינט די נשמה*2)), קומט צו איר דער אָנזאָג פון דעם אויבערשטן, אַז ניט נאָר זי אַליין דאַרף אַרויסגיין פון גלות, נאָר אויך „ושאלה משכנתה ומגרת ביתה", זי דאַרף מיטנעמען די ניצוצות הקדושה וואָס געפינען זיך אין גוף ונפש הבהמית און אין איר חלק פון וועלט.

„שכנתה", מיינט די ענינים מיט וועלכע מ'טרעפט זיך בלויז צייטנווייז (ווי אַ שכן מיט וועמען מען באַגעגנט זיך ניט שטענדיק); „גרת ביתה", מיינט די ענינים מיט וועלכע מען איז שטענדיק צוזאַמען (ווי אַ מענטש מיט וועמען מ'לעבט אינאיינעם אין איין הויז). איז דער ציווי, אַז מ'דאַרף אַרויסנעמען פון גלות ניט בלויז די ניצוצות וואָס געפינען זיך אין זאַכן מיט וועלכע מ'האָט צו טאָן שטענדיק („מגרת ביתה"), נאָר אויך די ניצוצות וואָס געפינען זיך אין ענינים מיט וועלכע מ'טרעפט זיך נאָר פון צייט צו צייט, (וואָרום דאָס וואָס עס טרעפט זיך מיט עמיצן און מיט עפּעס איז עס ניט קיין צופאַל ח"ו, נאָר בהשגחה פּרטית, „יש מנהיג לבירה"י), וואָס מלמעלה איז מען מזמין אַלע זאַכן וואָס ער דאַרף מברר זיין און מעלה זיין אין קדושה), עס זאָל ווערן פון זיי „כלי כסף וכלי זהב", זיי זאָלן צוגעבן און נכלל ווערן אין דער עבודה פון אהבה (כסף) און יראה (זהב).

ו. פאַראַן אַזוינע וואָס טענה'ן; מה לי ולהגלות! וואָס דאַרף איך האָבן צו טאָן מיט ענינים פון גלות, איך בין מוחל און מוותר אויפן רכוש גדול, אויף דעם עילוי וואָס מיין נשמה וועט האָבן דורך בירור הניצוצות, אַבי ניט צו דאַרפן זיך מאַטערן אין גלות, חושך כפול ומכופל, אין ענינים גשמיים וחומרים; איך וועל זיך בעסער איינשליסן אין די ד' אמות פון תורה און תפלה.

827דאַרפן זיי וויסן;

א) אויב זיי טוען ניט אָפּ בשלימות

די עבודה וואָס ליגט אויף זיי, פאַר־

בלייבט זייער נשמה אין גלות, און זייער טענה אַז זיי וועלן זיך איינשפּאַרן אין די ד' אמות של תורה ותפלה און ניט האָבן צו טאָן מיט גלות, קען עס אַזוי זיין נאָר אין זייערע כחות הגלויים, אָבער די עצם הנשמה געפינט זיך נאָך אַלץ אין גלות צוזאַמען מיט די ניצוצות וועלכע זי דאַרף מברר זיין. ווייל דאָס וואָס די כחות הגלויים געפינען זיך אין קדושה איז ניט קיין באַווייז אויפן עצםיא). און אַריינטראַכטנדיק זיך אין דעם אַפילו נאָר מיט אַ התבוננות קלה, וועט פּועל'ן אויף אים צו טאָן די עבודת הבירורים וואָס איז שייך צו אים, וואָרום „וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו"יב), אַלץ וואָס אַ מענטש האָט וועט ער אַוועקגעבן פאַר זיין נפש, וביחוד פאַר זיין עצם.

ב) אַפילו ווען ער וואָלט יע געקענט אַרויסגיין פון גלות, און צוקומען צו גאָר הויכע מדיגות ניט טוענדיק זיין איפגאַבע אין עבודת הבירורים — איז וואָס טויגן אים אַלע עילויים, און וואָס פאַראַ עילויים זיינען דאָס, אויב ער טוט פאַרקערט פון דעם רצון העליון וואָס הוא ורצונו אחדיח).

און דאָס איז די הוראה פון גלות ויציאת מצרים 2 די עבודה דאַרף זיין צו טאָן מיט וועלט; מברר זיין די ניצוצות וואָס אין גלות — „וינצלו את מצרים, כמצודה שאין בה דגן כמצולה שאין בה דגים"), און גיין מיט זיי

צוואַמען לקבל פּני משיח צדקנו למטה

מעשרה טפחים, בקרוב ממש.

(משיחת אחש"פ תשכ"א)

ז. אויפן פּסוק „ואת יהודה שלח לפניו אל יוסף להורות לפניו גשנה" זאָגט רש"י בשם המדרשלג): „לתקן לו בית תלמוד שמשם תצא הוראה", אַז יעקב האָט פאָראויס געשיקט יהודה'ן קיין מצרים, בכדי צו איינאָרדנען דאָרט אַ בית תלמוד, אַ ישיבה אויף לערנען תורה. זעען מיר דערפון, אַז בשעת אַ איד דאַרף קומען אין אַ נייער מדינה, דאַרף ער צום אַלעם ערשטן באַוואָרנען, נאָך פאַר זיין קומען אַהין, אַז אין דער מדינה זאָל זיין אַ מקום תורה, ווייל תורה איז דער גאַנצער קיום און לעבן פון אַ אידן.

דאַרף מען אָבער פאַרשטיין;

וואָס האָט יעקב געדאַרפט שיקן אַ באַזונדערן שליח, יהודה'ן, קיין מצרים, צו מאַכן דאָרט אַ מקום תורה — דאָרט איז דאָך שוין פון פריער געווען יוסף, האָט ער דאָך געקענט מתקן זיין דעם בית תלמוד דורך יוסף. ועוד ועיקריב ע"פ מרז"לכד) מימיהן של אבותינו לא פרשה ישיבה מהם כו' אברהם כו' יצחק כו' יעקב כו' — איז דאָך באַ יוסף'ן מסתם אויך אַזוי געווען. ובפרט לויט דעם פּירוש רז"ל244)) אויפן פּסוק „כי בן זקונים הוא לו" אַז יעקב האָט איבערגעגעבן יוסף'ן כל מה שלמד. און אויפן828פּסוקיח) „וירא את העגלות", אַז יוסף האָט געגעבן אַ סימן יעקב'ן אויף די הלכות עגלה ערופה וואָס יעקב האָט מיט אים געלערנט ; און יוסף'ס הנהגה איז דאָך געווען אין אַזאַ הויכער מדריגה, אַז יעקב האָט דערויף געזאָגט „רב עוד יוסף בני חי", אויך לויט דער הויכער הבנה פון יעקב אבינו איז יוסף געווען „חי"לז), ביז אַז דאָס האָט געווירקט אַז „ותחי רוח יעקב אביהם — שרתה עליו שכינה"כח), אַז די שכינה האָט ווידער גערוט אויף יעקב'ן.

ח. עס איז ידועכח) דער אונטערשייד צווישן דער מדריגה פון יוסף'ן און די מדריגות פון יעקב און די שבטים יעקב אבינו (און אַזוי אויך די אבות אברהם און יצחק) און די שבטים זיינען געווען אָפּגעזונדערט פון עולם הזה. וואָס דערפאַר האָבן זיי אויסגעקליבן צו זיין „רועי צאן", זיי האָבן זיך פאַרנומען מיט פיטערן שאָף, בכדי וואָס ווייניגער האָבן צו טאָן מיט די ענינים פון עולם הזה, זיי זאָלן זיי ניט שטערן צו תורה ועבודה. מה שאין כן יוסף איז ניט געווען קיין רועה צאן שוין פון יוגנט אָן; אויך ווען ער איז פאַרקויפט געוואָרן פאַר אַ קנעכט אין מצרים איז ער געווען פאַרנומען מיט פירן די געשעפטן ביי פּוטיפר'ן, ווי עס שטייט0)): „ויבא הביתה לעשות מלאכתו", אַז יוסף איז געקומען אין הויז צו טאָן זיין אַרבעט — זאָגט אויף דעם דער תרגום אונקלוס: „למבדק בכתבי חושבנא", ער האָט געפירט די חשבונות, וואָס בכלל איז דאָס דאָך אַ גרויסע טרדא; און באַזונדערס שפּעטער, ווען ער איז געוואָרן משנה למלך און האָט אָנגעפירט די גאַנצע מלוכה אין מצרים, אויף אַזויפיל ביז אַזלב) „על פּיך ישק כל עמי גו'. ומבלעדיך לא ירים איש וגו'", אַז ער האָט אַכטונג געגעבן אויף יעדערן אין גאַנצן לאַנד, איז ער דאָך געווען גאָר שטאַרק פאַרנומען מיט עניני מצרים — און פונדעסטוועגן האָט עס אים אינגאַנצן ניט געשטערט צו שטיין בשעת מעשה אין תכלית הדביקות צו אלקות.

דאָס מיינט, אַז באַ יוסף'ן האָט געלויכטן בגלוי די מדריגה פון ג־טלעכקייט וואָס איז העכער פון צו זיין אַ מקור אויף עולמות, וואָס דאָרט האָט וועלט אינגאַנצן קיין באַטרעף ניט, ובמילא איז ניט שייך צו זאָגן אַז די ענינים און טרדות פון וועלט זאָלן אים פאַרנעמען און מבלבל זיין צו זיין דביקות באלקות. הגם אויך ביי די אבות און די שבטים האָט מאיר געווען אלקות בגילוי, איז דאָס אָבער די מדריגה אין אלקות, וואָס טוט זיך אָן אין וועלט, במילא איז פאַרשטאַנדיק אַז וועלט פאַרנעמט דאָרט אַן אָרט. און דערפאַר זיינען זיי געווען „רועי צאן", אָפּגעטראָגן פון וועלטטרדות בכדי די עניני העולם זאָלן ניט זיין קיין שטער צו זייער שטענדיקן פאַרבונד און דביקות מיטן אויבערשטן. אָבער ביי יוסף'ן האָט מאיר געווען אַזאַ הויכע מדריגה פון אלקות,829וואָס איז העכער פון וועלט און פּועל'ט אין איר אין אַן אופן פון „סובב", במילא האָט ער געקענט זיין פאַרנומען אין טרדות פון וועלט און גלייכצייטיק זאָלן זיי אים ניט מבלבל זיין צו זיין תכלית הדביקות באלקות.

ט. אָט די הויכקייט פון מדריגת יוסף — אַז אויך זייענדיק פאַרנומען „בכתבי חושבנא" און טרדות העולם איז ער געווען בתכלית הדביקות באלקות — איז עס בנוגע צו דער מעלה פון זיין נשמה. אָבער בנוגע צו לימוד התורה, וואָס דער מענטש וואָס לערנט תורה דאַרף דאָך זיין פאַראיינציקט מיט דער תורהכא), מוז זיין „תורתו אומנתו", אַז זיין גאַנצע פאַרנומענקייט זאָל זיין נאָר אין תורה. איז דעריבער, ווען ער איז באַשעפטיקט אויסער תורה אויך מיט אַנדערע זאַכן, כאָטש זיי זיינען על פּי תורה און ער איז אויך דאַן אַ מרכבה צו אלקות, פעלט אָבער אין דעם תכלית היחוד פון דעם מענטשן מיט תורה. די פולשטענדיקע פאַראיינציקונג קען זיין נאָר דאַן ווען „תורתו אומנתו" און ער האָט ניט צו טאָן מיט קיינע אַנדערע זאַכן, אַפילו ענינים שעל פי תורהלח).

אַזוי ווי אביי האָט געזאָגט*)), אַז ווען ער האָט געדאַרפט טאָן אַפילו אַ לייכטע אַרבעט פאַר זיין „אם" (די פרוי וואָס האָט אים געהאָדעוועט), האָט עס אים מבלבל געווען פון זיין לימוד התורה.

נאָך מער געפינען מיר אין הלכות תלמוד תורה פון אַלטן רבי'ןכח) ; ער טיילט דאָרט פאַנאַנדער צווישן דעם אופן פון לערנען תורה פאַר דער חתונה — און אויך דעם לערנען אין די צוויי־דריי יאָר נאָך דער חתונה, „בארם יוליד בנים הרבה", ווען ער קען לערנען תורה אָן צופיל טרדות — און צווישן דעם לערנען שפּעטער, ווען ער האָט שוין אויף זיך דעם יאָך פון פּרנסה, „ריחיים על צוארו", כאָטש לכאורה קען דאָך געמאָלט זיין אַז אויך שפּעטער, ווען ער דאַרף מפרנס זיין די בני־בית, זאָל ער ניט זיין קיין גרויסער טרוד, ווי למשל אַן עשיר גדול וואָס דאַרף ניט האָרעווען אויף פּרנסה, — פונדעסטוועגן, וויבאַלד ער האָט פאָרט אויף זיך אַ יאָך צו מפרנס זיין די בני־בית, איז דורכן יאָך אַליין — האָט ניט זיין לימוד די מעלה פון זיין לערנען תורה פאַר דער חתונה און באַלד נאָך איר.

דאָס איז אויך דער טעם*8)) וואָס די לויים — וועמענס גאַנצע עבודה איז געווען בבית המקדש און מלמד תורה זיין — האָבן ניט געהאַט קיין חלק ונחלה אין ארץ ישראל. וואָרום אויב זיי וואָלטן געהאַט צו טאָן מיט זייטיקע זאַכן, פון אַ נחלה, אויף וועלכן אופן ס'זאָל ניט זיין, וואָלט עס געשטערט צו דער שלימות העבודה זייערע. אַזוי אויך איצט, נאָך דעם ווי דער בית המקדש איז חרוב געוואָרן, און „ואין לו להקדוש ברוך הוא בעולמו אלא ד' אמות של הלכה830בלבד"87)), אַז דער אויבערשטער געפינט זיך אין די פיר איילן פון לימוד התורה על דרך ווי אין בית המקדש, איז די וואָס ווילן טאָן די עבודה פון דעם בית המקדש (די ד' אמות של הלכה וואָס איז אַנשטאָט עבודת המקדש) דאַרפן ביי זיי אויך ניט זיין קיינע זייטיקע ענינים אויסער לימוד התורה; „תורתם" דאַרף זיין „אומנתם", וכלשון הרמב"םלח): לוי . . הובדל לעבוד את ה' כו' לפיכך הובדלו מדרכי העולם כו' ולא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש מכל באי העולם אשר נדבה רוחו כו'.

י. לויט דעם אַלעמען וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס יעקב האָט געדאַרפט שיקן יהודה'ן צו איינשטעלן אַ בית תלמוד אין מצרים, און ער האָט זיך ניט פאַרלאָזט אויפן לימוד התורה פון יוסף'ן. אמת טאַקע אַז יוסף הצדיק איז אַלעמאָל געווען פאַראיינציקט און דבוק בתכלית מיט דעם אויבערשטן, איז עס אַ העכערקייט וואָס איז נוגע צו זיין נשמה. אָבער בנוגע לימוד התורה, איז זיינע פאַרשידענע ענינים פון מושל בכל ארץ מצרים, פון וילקט יוסף וכו' — כנ"ל בארוכה אין דעם — האָט זיין לערנען ניט געקענט זיין אין אַן אופן פון תכלית שלימות תורתו אומנתו, ווי פריער גערעדט. ובמילא, איז הגם באַ יוסף'ן אַליין האָט ח"ו ניט געפעלט — איז אָבער צוליב עולם וקיומו, (וואָס תורה איז דער ערשטער פון די דריי עמודים אויף וועלכע עס שטייט די וועלט)לח), האָט יעקב געשיקט יהודה'ן (וואָס ער איז געווען אַ רועה צאן, אָפּגעזונדערט פון וועלט), צו אויפשטעלן אין מצרים אַ ישיבה און בית תלמוד וואו די וואָס לערנען תורה זאָלן כלל ניט האָבן צו טאָן מיט אַנדערע ענינים — ווי הויך זיי זאָלן ניט זיין, אויך אין אַן אופן פון מרכבהלח) — נאָר זייער גאַנצער עסק זאָל זיין נאָר תורה אַליין.

יא. תורה און אירע הוראות זיינען פאַר יעדן דור; תלמידי הישיבות דאַרפן וויסן אַז זייער ענין איז נאָר תורה, צו אַנדערע זאַכן האָבן זיי קיין שום שייכות ניט. און אויך די עבודה פון גמילות חסדים וואָס פאָדערט זיך צוליב דעם לימוד התורה, כמאמר רז"ל0)); „כל האומר אין לי אלא תורה אַפילו תורה אין לו", אַז תורה אָן גמילות חסדים איז ניט גענוג — וואָס דערפאַר האָבן די רביים געמאָנט אַז אויך די תלמידי הישיבות זאָלן זיך פאַרנעמען מיטן פאַרשפּרייטן די מעינות פון חסידות בפרט און הפצת היהדות בכלל — דאַרף אָבער אָט די עבודה פון גמילות חסדים זיין אין אַזאַ אופן וואָס זאָל די תלמידים ניט אָפּרייסן פון זייער פאַראיינציקונג מיט תורה, נאָר אַדרבה — צוליב דעם אַז זייער תורה זאָל זיין ווי עס דאַרף צו זיין. און דורך לימוד התורה אין אַזאַ אופן האָט און וועט די וועלט האָבן אַ קיום.

(משיחת ש"פ מקץ תשכ"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7fbvy8wc

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources