עברית
Library

Likkutei Sichos

Noach

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

750נח

א. ווי עס פירט זיך אַלעמאָל ביי אַזאַ געלעגנהייט*), הויבט מען אָן מיט אַן ענין פון תורה וואָס מען לייענט די וואָך. וואָרום תורה און אירע אָנווייזונגען זיינען דאָך אייבי

קעא) — בכל דור ודור, אין יעדער צייט און אין יעדן אָרטן און פון דעם אַליין וואָס יעדע וואָך לייענט מען אַ בעזונדערע פּרשה אין דער תורה איז אַ באַווייז אַז אין דער פּרשת השבוע איז מרומז און עס זיינען אין איר דאָ די הוראות בנוגע די פּאַסירונגען פון דער באַטרעפנדער וואָך אין וועלכער מען לייענט די סדרה)).

751ביים סוף פון היינטיקער סדרה (נח) ווערט דערציילט, אַז די מענטשן וואָס האָבן געלעבט נאָכן מבול האָבן געבויט אַ שטאָט מיט אַ טורעם, ווייל זיי האָבן מורא געהאַט: „פּן נפוץ על פּני כל הארץ", זיי זאָלן ניט צעשפּרייט ווערן איבער דער גאַנצער ערד. דעם אויבערשטן איז עס ניט געווען געפעלן און ער האָט צונישט געמאַכט זייער עצה פון בויען די שטאָט מיטן מגדל.

לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק; צוליב וואָס דערציילט עס אונז די תורה — וואָס קענען מיר איצט אָפּלערנען פון דער פּאַסירונג? וויבאַלד אַז די תורה דערציילט עס, און דערצו נאָך מיט אַזאַ אַריכות און מיט אַזוי פיל פּרטים — בעת אַ סך דינים שטייען אין דער תורה בלויז אין אַ רמז — מוז מען דאָך זאָגן, אַז אין דעם דאָזיקן סיפּור איז פאַראַן אַ טיפע אָנווייזונג פאַר אַלע דורות; פאַר אונזערע עלטערן אין די פאַרגאַנגענע דורות, פאַר אונז אין איצטיקן דור און פאַר אונזערע קינדער און אייניקלעך אין די קומענדיקע דורות.

די אָנווייזונג פון דער דאָזיקער געשעעניש פאַר אונזער דור;

באַטראַכטנדיק ווען און אין וועלכן מצב דאָס איז געשען — דאָס האָט פּאַסירט נאָך דעם ווי ס'איז געווען דער מבול, פון וועלכן בלויז אַ טייל מענטשן האָבן זיך געראַטעוועט — זעט מען שוין דערפון אַליין די ענלעכקייט צו אונזער דור. און דאָס איז די הוראה פאַר אונזער צייט;

נאָך דעם „מבול" מיט אייניקע יאָרן צוריק, וואָס האָט פאַרניכטעט מיליאָנען אידן און בלויז אַ טייל אידן שליט"א האָבן זיך געראַטעוועט, דאַרף איצט די שארית הפּליטה זיך אָפּלערנען און באַוואָרענען ניט צו אויפפירן זיך חס־ושלום ווי די שארית הפּליטה פון יענעם מבול, און דערמיט אויך אויסמיידן די ניט־גוטע תוצאות וואָס זיינען דאַן געקומען.

ב. קוקנדיק אויבן־אויף אויף דער געשעעניש פון דור הפלגה זעט מען ניט אַזוי קלאָר אין וואָס איז באַשטאַנען דער חטא פון וועלן בויען אַ שטאָט מיט אַ מגדל, וואָס אַזוי ווייט איז עס געווען קעגן דעם אויבערשטנס רצון ביז עס איז געווען ספּעציעלע השתדלות ניט צו דערלאָזן אַז דער פּלאַן זאָל קומען צו שטאַנד.

די תורה דערציילט אַז זיי האָבן געוואָלט בויען אַן עיר ומגדל מיטן צוועק פון „ונעשה לנו שם". זיי האָבן מורא געהאַט אַז זיי וועלן זיך צעשפּרייטן איבער דער וועלט, האָבן זיי דעריבער געוואָלט בויען אַ שטאָט אין וועלכער זיי וועלן אַלע לעבן צוזאַמען, און אויך בויען אַ הויכן טורעם, וואָס דער צוועק פון אַ מגדל איז ווי ערקלערט אין מפרשים; א) בכדי אַז אויך פון דערווייטן זאָל מען קענען באַמערקן און זען אַז אויף דעם אָרט געפינט זיך אַ שטאָט; ב) בכדי אויפן מגדל זאָלן זיך געפינען שומרים וואָס זאָלן אַכטונג געבן אַז אין שטאָט זאָל ניט אַריינקומען קיין שונא.

ווי געזאָגט, זעט זיך לכאורה אין דעם ניט קיין חטא. נאָר וואָס־זשע דען? — בשעת מענטשן קלייבן זיך צוזאַמען בכדי צו בויען אַ שטאָט מיטן איינציקן צוועק צו פאַראיי־752ביקן זייער נאָמען, „ונעשה לנו שם")), ניט האָבנדיק דערין קיין העכערן ציל נאָר בלויז צו פאַראייביקן זייער אייגענעם נאָמען — איז חוץ דעם עצם חסרון דערפון וואָס מען טראַכט נאָר וועגן זיך אַליין אָן קיין שום העכערן אינהאַלט אין לעבן)ז אויסער דעם, ווען דאָס איז דער איינציקער צוועק, קלייבט מען דאַן ניט איבער די מיטלען דורך וועלכע מען זאָל פאַרווירקלעכן און צוקומען צום דאָזיקן צוועק, און מ'קען זיך באַנוצן אויך מיט מיטלען וועלכע זיינען דאָס פאַרקערטע פון צדק און יושר.

בפרט אַז דאָס איז געווען נאָך אַ מבול, וואָס פאַר דעם מבול האָט נח אויפגעקלערטח) די סיבה צוליב וואָס דער מבול וועט קומען: צוליב דער ניט־גוטער אויפפירונג פון די מענטשן אין יענעם דור; האָבן דאָך די געראַטעוועטע פון מבול צום אַלעם ערשט געדאַרפט זען צו פאַרריכטן דעם גייסטיקן מצב דורך אַריינברענגען אַ העכערן אינהאַלט אין זייער לעבן, איז וועגן דעם האָבן זיי אינגאַנצן ניט געטראַכט, און אָנשטאָט דעם האָבן זיי, די געראַטעוועטע פון מבול, בלויז געזוכט אַ מיטל ווי צו פאַראייביקן זייער נאָמען אין דער היסטאָריע.

אין דעם איז באַשטאַנען זייער חטא און דערפאַר איז עס דעם אויבערשטן ניט געפעלן געוואָרן.

ג. די אָנווייזונג דערפון איז אַ קלאָרע

בשעת מען ראַטעוועט זיך פון אַ מבול דאַרף מען צום אַלעם ערשטן זיך באַוואָרענען און פאַרהיטן אַז עס זאָל זיך ניט איבער'חזר'ן ח"ו דער געוועזענער מצב וואָס האָט געבראַכט דעם מבול, אַז „לא תקום פּעמיים צרה", עס זאָל ניט אויפקומען צוויי מאָל די זעלבע צרה ח"ו. און דאָס באַוואָרנט מען ניט דורך בויען סתם אַ שטאָט און סתם אַ מגדל, ניט האָבנדיק דערביי קיין שום אַנדערן אינהאַלט ווי בלויז אַז די שטאָט און דער טורעם זאָלן זיין אַלץ גרעסער און העכער. ניט דורך אַזאַ צוגאַנג פאַרבעסערט מען דעם מצב, וואָרום בכדי אַז די שטאָט און טורעם זאָלן האָבן אַ קיום מוז מען אין דעם אַריינברענגען אַ העכערן אינהאַלט, וואָס דאַן בויט זיך די שטאָט בהצלחה און אויך די זאַכן וואָס שטערן צו דער שטאָט ווערן נתהפּך ביז אַז זיי העלפן נאָך צו.

ד. עס זיינען דאָ עיר און מגדל פון קדושה)) ; די „שטאָט" וועלכע ווערט אָנגערופן „עיר אלקינו", דאָס איז אַ שטאָט וואָס האָט אין זיך אַ קדושה'דיקן און ג־טלעכן אינהאַלט און אין דער שטאָט דאַרף זיין אַ טורעם ; אַ בית הכנסת און אַ בית המדרש, וואָס דאָס איז דער מגדל פון שטאָט, ווי דער דין איז, אַז די געביידע פון דער שול דאַרף זיין העכער פון אַלע בנינים פון שטאָטז).

753אין קלאָרערע ווערטער הייסט עס מען דאַרף בויען אין שטאָט די ערטער אין וועלכע מען דאַוונט און מען לערנט, וואָס דאָס זיינען די בתי כנסיות, בתי מדרשים און ישיבותן אין זיי דאַרף מען אַריינלייגן דעם עיקר קראַפט און די הויפּט ענערגיע אַז זיי זאָלן זיין וואָס גרעסער און וואָס העכער, וואָרום זיי זיינען דער מגדל פון שטאָט, דער מגדל אויף וועלכן עס שטייםח) „מגדל עוז שם הוי' בו ירוץ צדיק ונשגב", וואָס דער מגדל פאַרהיט פון אַלע שונאים, ניט בלויז פון אַן אָפענעם שונא נאָר אויך פון אַ באַהאַלטע* נעם*

און בשעת מען פירט זיך אַזוי, האָט מען ביידע זאַכן ערשטנס האָט מען דעם עיקר־שכר, אַז מען פירט דורך דעם אויבערשטנס רצון און מען האָט גרויס הצלחה אין דעם בנין פון עיר ומגדל דקדושה, און דערצו באַקומט מען אויך דעם צוגאָב־שכר, פון „ונעשה לנו שם", אַז דער נאָמען פון די וואָס טוען אין דעם ווערט פאַראייביקט אין דעם דברי הימים פון אידישקייט און פון תורה, אין דער היסטאָריע פון צדק און יושר; עס ווערט פאַראייביקט אַז דער און דער האָט געהאָלפן אויפצובויען דעם נצחיות'דיקן עיר ומגדל.

ה. מ'דאַרף זען בויען די ישיבות אין וועלכע מען דערציט קינדער צו לערנען תורה און צו פאַרשפּרייטן תורה אין דער גאַנצער וועלט. די ישיבות זיינען דאָך דער מגדל פון דער שטאָט, דאַרף מען זען צו פאַרגרעסערן און פאַרברייטערן די ישיבות אַז זיי זאָלן קענען עפענען נאָך אָפּטיילונגען און אַרייננעמען נאָך תלמידים. און, ווי געזאָגט פריער, איז דורך דעם בויען דעם מגדל דקדושה האָט מען סיי דעם שכר העיקרי, מען פירט דערמיט אויס דעם רצון העליון, און מען האָט אויך דעם שכר הטפל, דאָס העלפט אויך אין די פּערזענלעכע ענינים אַז זיי זאָלן זיין בהצלתה, און אויך אַז מען ווערט פאַראייביקט אין דער געשיכטע פון אידישקייט, וואָס זי איז די אייביקע געשיכטע.

דער אויבערשטער זאָל געבן און מצליח זיין אין בנין הישיבות כמה פּעמים ככה, און אַז צום נעקסטן מאָל ווען מ'וועט זיך צונויפקומען ביי אַזאַ געלעגנהייט, זאָל מען טראַכטן ניט וועגן דעקן דעם דעפיציט, נאָר וועגן פאַרגרעסערן דעם מגדל אַלץ מער און מער. און דער אויבערשטער זאָל געבן אַז עס זאָל זיין הצלחה אין דעם ענין און אויך אין אייערע פּרטיות'דיקע ענינים.

(משיחה לעסקני ישיבות תומכי תמימים

ליובאַוויטש, ה' פּ' נח תש"כ)

ו. וועגן די דורות פון נח'ן ביז אברהם'ען (וועלכע ווערן אויסגערעכנט אין פּרשת נח) שטייט אין דער משנהי); „עשרה דורות מנח ועד אברהם, להודיע כמה ארך אפּים לפניו, שכל הדורות היו מכעיסין ובאין, עד שבא אברהם אָבינו וקבל שכר כלם" (צען דורות זיינען געווען פון נח ביז אברהם — צו וויסן געבן וויפל דער אויבערשטער האַלט754אויף זיין צאָרן, אַז אַלע די דורות האָבן אים נאָכאַנאַנד דערצאָרנט, ביז ס'איז געקומען אברהם אָבינו און האָט באַקומען דעם שכר פון זיי אַלעמען).

איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיק; וואָס מיינט אַז אברהם האָט באַקומען דעם שכר פון די אַלע צען דורות? זיי זיינען דאָך געווען „מכעיסין ובאין", איז וואָס פאַר אַ שכר האָט זיי געקומט, וואָס דעם דאָזיקן שכר האָט אברהם גענומען?

פריער, אין דער זעלבער משנה, ווערט געזאָגט; „עשרה דורות מאדם ועד נח, להודיע וכו' עד שהביא עליהם את מי המבול" (ביז ער האָט אויף זיי געבראַכט די וואַסערן פון מבול). ביי די*) צען דורות פירט ניט אויס די משנה, אַז נח האָט באַקומען דעם שכר פון זיי אַלעמען; און אין פּשטות איז עס פאַרשטאַנדיק; וויבאַלד די אַלע צען דורות פון אדם ביז נח „היו מכעיסין ובאין", האָבן זיי במילא קיין שכר ניט פאַרדינט. ווערט נאָך מער ניט פאַרשטאַנדיק; פאַרוואָס ביי די צען דורות פון נח ביז אברהם, וואָס אויך זיי האָבן דערצאָרנט דעם אויבערשטן, פירט אויס די משנה, אַז אברהם אָבינו האָט באַקומען דעם שכר פון די דאָזיקע דורות?

וועט מען עס פאַרשטיין דורך מקדים זיין דעם חילוק צווישן דעם דור המבול — וואָס האָט אָפּגעשלאָסן און אין זיך כולל געווען די צען דורות פון אדם ביז נח (וואָס דערפאַר האָט דער מבול אַראָפּגעווישט אויך די חטאים פון די פריערדיקע ניין דורות) — און צווישן רעם דור הפלגה, וואָס האָט אָפּגעשלאָסן און אין זיך כולל געווען אַלע צען דורות פון נח ביז אברהם.

וועגן די עונשים פון דור המבול און דור הפלגה געפינען מיר צוויי קעגנזאַצן; בנוגע דעם עונש אין עולם הזה איז די שטראָף פון דור המבול געווען גרעסער ווי פון דור הפלגהיא) — דער דור המבול איז אינגאַנצן פאַרטיליקט געוואָרן פון דער וועלט, „וימח את כל היקום", און דער דור הפלגה איז בלויז צעשפּרייט געוואָרן איבער דער וועלט, „ויפץ ה' אתם וגו'"; דאַקעגן בנוגע די עונשים אין עולם הבא, איז אַ דבר פּשוט אַז דער דור הפלגה האָבן ניט קיין חלק לעולם הבאיב), און וועגן דור המבול זיינען דאָ פאַרשידענע דיעות ; אין משנה שטייטיג), און אַזוי איז דאָ אויך אַ דיעה אין זוהריד), אַז „אין להם חלק לעולם הבא". ס'איז דאָ אָבער נאָך אַ דיעה אין זוהר אַז זיי האָבן יאָ אַ חלק לעולם הבא. איז ניט פאַרשטאַנדיק דער אונטערשייד און ביז צו אַ היפּך אין זייערע עונשים אין עולם הזה און אין עולם הבא.

ז. לפי חילוק הפּגם — חילוק העונשיח). דער אונטערשייד צווישן דעם חטא ופּגם פון דור המבול און דעם חטא ופּגם פון דור הפלגה איז מבואר אין דברי חז"ל, וואָס דערמיט ווערט אויך ערקלערט דער חילוק צווישן זייערע עונשים; דער755דור הפלגה האָט געזינדיקט דערמיט וואָס „פּשטו יד בעיקר להלחם בו"י), זיי האָבן געוואָלט מלחמה האַלטן כביכול קעגן דעם אויבערשטן, און פונדעסטוועגן זיינען זיי ניט פאַרלאָרן געגאַנגען פון דער וועלט, נאָר בלויז צעשפּרייט געוואָרן, ווייל זיי האָבן זיך געפירט אין וועלט־זַכ צווישן זיך, מיט אהבה און פריינטשאַפט, ווי עס שטייט ביי זיי „שפה אחת ודברים אחדים"; דאַקעגן דער דור המבול, הגם אַז „לא פּשטו יד בעיקר", וויבאַלד אָבער זיי זיינען געווען גזלנים 217)) און ס'האָט געהערשט קריגעריי צווישן זיי, זיינען זיי דערפאַר פאַרפלייצט און פאַרניכטעט געוואָרן פון דער וועלט.

לויט דעם וועט מען אויך פאַרשציין דאָס וואָס אין עולם הזה איז דער עונש פון דור המבול געווען גרעסער ווי פון דור הפלגה, וויבאַלד דער דור המבול האָבן בעיקר געזינדיקט אין חטאים פון „בין אדם לחבירו"; גניבה, גזילה וכו', וואָס צעשטערן דעם סדר אין דער הנהגה וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט אין עולם הזה, דעריבער איז אויך זייער שטראָף געווען גרעסער אין עולם הזה; אָבער די זינד פון דור הפלגה זיינען בעיקר געווען „בין אדם למקום", דערפאַר איז אויך זייער עונש אין רוחניות געווען גרעסער ווי פון דור המבול, וואָס דור הפלגה האָבן ניט קיין חלק לעולם הבא לויט אַלע דיעות און וועגן דור המבול איז דאָ אַ דיעה אַז זיי האָבן יאָ אַ חלק לעולם הבא.

הגם אַז באמת איז אַ חטא שבין אדם למקום נוגע אויך אין עולם הזה, ווייל די וועלט־באַשאַפונג איז דאָך געווען צוליב תורה, „בראשית — בשביל התורה שנקראת ראשית"יח) און „אם בחוקתי תלכו", ווען מען פירט זיך ווי דער אויבערשטער וויל, באַקומט מען דאָך אויך גשמיות אויף דער וועלט, „ונתתי גשמיכם בעתם וגו'"; און אַזוי אויך די חטאים שבין אָדם לחבירו זיינען נוגע אויך אין עולם הבא, אין רוחניות, — אויך זיי זיינען דאָך מצוות התורה — פונדעסטוועגן זיינען די ענינים שבין אדם לחבירו בגילוי מער נוגע צו עולם הזה און ענינים שבין אדם למקום זיינען מער שייך צו עולם הבאיט).

ח. נאָך אַ טעם אויף דעם וואָס דער עיקר עונש פון דור המבול איז געווען אין עולם הזה;

אויף חטאים שבין אדם לחבירו העלפט ניט קיין תשובה און אַפילו יום כפּור העלפט ניט אויף דעם, „עד שירצה את חבירו"כ), ביז ער וועט איבערבעטן זיין חבר. און אויב יענער האָט אים ניט מוחל געווען, ווערט זיין תשובה ניט נתקבל. הגם ער האָט געטאָן וואָס ער האָט געקענט — און אויף וויפל דאָס רירט אַן עניני שמים איז זיין תשובה געווען ווי ס'דאַרף צו זיין — וויבאַלד אָבער אַז דאָס רירט אַן עניני756עולם הזה (בין אדם לחבירו) העלפט ניט די תשובה ביז ער וועט מקיים זיין דעם „והשיב את הגזילה", ער וועט צוריקגעבן די גזילה צום חבר, עד ש"יוליכנו אחריו אַפילו למדי"כא), אַפילו ווען יענער געפינט זיך אין עק וועלט.

דער כלל איז אָבער מער ניט ווי בנוגע עניני עולם הזה. בנוגע עניני שמים — וויבאַלד ער האָט געטאָן אַלץ וואָס ער האָט געקענט אויף מרצה צו זיין דעם חבר זיינעם, און ער איז ניט שולדיק אין דעם וואָס זיין חבר האָט אים ניט געוואָלט מוחל זיין אָדער אין דעם וואָס ער האָט אים ניט געקענט געפינען — ווערט זיין תשובה נתקבל. נאָר בנוגע עניני עולם הזה — וואָס דאָס איז דאָך דער עיקר אין די חטאים שבין אדם לחבירו — האָט ער דאָך פאָרט ניט פאַרריכט דאָס וואָס ער האָט צעשטערט אין דעם סדר פון עולם הזה, העלפט ניט אויף דעם זיין תשובהכא). און דעריבער איז כאָטש ס'איז דאָ אַ דיעה אַז דור המבול האָבן אַ חלק לעולם הבא, וואָרום לויט דער דיעה האָבן זיי תשובה געטאָן, האָבן זיי אָבער אַן עונש אין עולם הזה יאָ געהאַט, ווייל עס האָט ביי זיי געפעלט דער „והשיב את הגזילה".

ט. דערמיט ווערט פאַרענטפערט וואָס אברהם האָט באַקומען דעם שכר פון די צען דורות „שהיו מכעיסין ובאין" — ווייל שכר האָט זיי באמת געקומט צוליב זייער נוהג זיין צווישן זיך מיט אהבה און ריעות. זיי אַליין האָבן אָבער דעם שכר ניט געקענט באַקומען, אַפילו אין עולם הזה, ווייל צוליב דעם גרויסן חטא וואָס „פּשטו יד בעיקר להלחם בו" זיינען די המשכות, וועלכע זיי האָבן ממשיך געווען דורך זייער אהבה וריעות. אַראָפּגעקומען אין קליפּה. על דרך ווי דער אַלטער רבי פּסק'נטכא) אַז ווען אַ רשע לערנט תורה און איז מקיים מצוות איידער ער טוט תשובה, איז ער מוסיף חיות אין קליפּה. וואָרום די ענינים וועלכע ווערן נמשך דורך לימוד התורה און קיום המצוות ווערן אויך דאַן נמשך, נאָר אָנשטאָט אין קדושה, קומען זיי אַראָפּ אין קליפּה.

„עד שבא אברהם וקיבל שכר כלם" — ביז אברהם איז געקומען און דורך זיין עבודה אין דעם קו החסד; ער האָט זיך באַמיט צו מקרב זיין יעדן מענטשן צו ־טלעכקייט און ער האָט אַפילו מעורר רחמים געווען אויף די אַנשי סדום — דורך דער דאָזיקער עבודה פון טאָן מיט דער וועלט האָט ער אויך מברר געווען די פריערדיקע דורות און דערפאַר האָט ער אויך באַקומען זייער שכר. על דרך ווי דער אַלטער רבי פּסק'נט דאָרט, אַז דורך תשובה, נעמט מען אַרויס די תורה און מצוות וואָס מ'האָט ממשיך געווען אין קליפּות, און צוזאַמען מיטן בעל־תשובה קערן זיי זיך אום צו קדושה.

אַנדערש איז אָבער ביי די „עשרה דורות מאדם ועד נח", וואָס ביי זיי ווערט ניט אויסגעפירט אַז נח האָט באַקומען שכר כולם, ווייל (א) עס757האָט זיי ניט געקומט קיין שכר, (ב) וויבאַלד אַז נח האָט ניט געטאָן מיט דער וועלט און האָט ניט תפלה געטאָן אויף די מענטשן פון זיין דור (און דעריבער ווערט דער מבול אָנגערופן אויף זיין נאָמען: „מי נח")כא) — האָט ער דאָך די פריערדיקע דורות ניט מברר געווען, האָט ער ניט געקענט מקבל זיין זייער שכר, אויב אַפילו זיי וואָלטן געהאַט פאַרדינט אַ וועלכן ס'איז שכר.

די הוראה פון דעם אַלעמען צו אונז;

מיר געפינען זיך איצט אין דעם דור פון עיקבתא דמשיחא, דער לעצטער דור פאַר משיח'ן. די דורות ביז איצט זיינען אַ צוגרייטונג צו ביאת המשיח, וואָס דעמאָלט וועט זיך אויספירן דער תכלית פון דער גאַנ־

צער בריאה*40)), און אין דער עבודה פון איצטיקן דור זיינען אָפּהענגיק די ענינים פון די פריערדיקע דורות.

און דורך דער איצטיקער הנהגה בקו החסד, די מדה פון אברהם אָבינו, מקרב צו זיין אַלע אידן מיט אהבת ישראל און דערוועקן זיי צו אידישקייט, איז מען מגלה די הייליקע ניצוצות וואָס יעדער איד האָט אין זיך בהעלם — פון זיינע עלטערן און אור־עלטערן ביז די ערשטע דורות, און דער וואָס איז מקרב די אידן און איז מגלה זייערע ניצוצות, איז מקבל שכר כולם, דורך דעם וואָס ער ברענגט די ניצוצות צו זייער תכלית — גאולה האמיתית והשלימה בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ בחוקותי תשכ"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ccknjw8g

Copies

Recent activity

#176 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · approved
#171 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · closed
#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources