Likkutei Sichos
Acharei
987פון איסור איז דעם אידן מונע לפי שעה פון זיין פאַראיינציקט מיטן אויבערשטן, איז עס אַזוי נאָר ביי אַן איסור ודאי, אָבער אַ ספק איז ניט קיין מניעה28)) צום יחוד פון כנסת ישראל עם בעלה — אַפילו לפי שעה.
די צווייטע ראי' ;
דער חילוק צווישן עד אחד הנ"ל או שני עדים איז; שני עדים איז זייער עדות־זאָגן פאַרבונדן מיט אַ ביתדין, אָן בית־דין איז זייער עדותזאָגן ניט ווערט. וואָס דערפאַר איז דער דין, אַז כל־זמן זיי האָבן דאָס ניט געזאָגט פאַר בית־דין, קענען זיי חרטה האָבן און זאָגן אַנדערש ווי זיי האָבן געזאָגט פריערכ). מה־שאיןעד אחד איז ניט פאַרבונדן מיט ביתדין; די נאמנות פון אַן עד אחד איז פאַרבונדן מיט דער „כשרות" פון זיין נפש האלקית, און ער איז באַגלויבט,
א. אין דעם פּסוק — אָנהייבס פון דער סדרה „אחרי מות שני בני אהרן בקרבתם לפני ה' וימותו", איז ניט פאַרשטאַנדיק; וואָס גיט דאָ צו דער וואָרט „וימותו", נאָכדעם ווי עס שטייט שוין פריער „אחרי מות שני בני אהרן"?
פון די זאַכן פאַר וועלכע די שני בני אהרן זיינען נענש געוואָרן רעכנט ווייל אַלע אידן זיינען בחזקת כשרות81)).
בשעת עס האַנדלט זיך וועגן דער כשרות פון אַ אשה לבעלה, פון כנסת ישראל להקב"ה, דאַרף מען ניט גיין צו קיין בית־דין, ניט צו בית דין של מאה און ניט צו בית־דין של מעלה; עס איז גענוג אויף דעם די נאמנות פון נפש האלקית. בשעת דער נפש האלקית גיט אַ קרעכץ מיט אַן אמת אויף זיינע ניט־גוטע מעשים, דאַרף מען ניט אָנקומען צו בית דין, און דער אויבערשטער גיט דעם אידן „כמנהג גוברין יהודאין", „שאר כסות ועונה" כו', און דער עיקר, אַז ער ווערט מיוחד מיט דעם אויבערשטן — ואתם הדבקים בה' — ביז אַז עס קומט אַרויס בגלוי, די דביקות פון דעם אויבערשטן מיט אידן, „ישראל וקודשא בריך הוא כולא חד"לב).
דער מדרש די פאָלגנדע: נכנסו לפני ולפניםא), זיי זיינען אַריינגעגאַנגען אין קדשי קדשים; „מחוסרי בגדים" — זיי האָבן ניט געטראָגן די אַלע נויציקע בגדי כהונה ביים טאָן די עבודהג) ; לא היו להם בנים — זיי האָבן קיין קינדער ניט געהאַט)) לא הי' להם נשים — זיי האָבן ניט חתונה געהאַט)). געוויס זיינען די אַלע פּרצים דערמאָנט אין פּסוק לכל988הפּחות מיט אַ רמז. דאַרף מען פאַרשטיין, וואו זיינען זיי מרומז אין פּסוק?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין, ווי קומט עס, אַז נדב ואביהוא זאָלן זיין שייך צו טאָן אַ חטא? רז"ל זאָגן דאָךח), אַז משה רבינו האָט געזאָגט צו אהרן'ען; אהרן מיין ברודער, איך האָב געוואוסט אַז דער משכן וועט געהייליקט ווערן מיט די וואָס זיינען באַליבט און נאָענט צום אויבערשטן, איצט זע איך, אַז זיי (נדב ואביהוא) זיינען גרעסער פון מיר און פון דיר — איז ווי אַזוי האָט עס געקענט געמאָלט זיין אַז זיי זאָלן טאָן אַ חטא?
ב. חסידות איז מבאר)) (ועיין אויך אין אור החיים הקדוש), אַז דער חטא פון שני בני אהרן איז ניט געווען אַ חטא כפּשוטו ח"ו; זייער חטא איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס זיי האָבן דערלאָזט אַז זייער גאָר גרויסע דביקות צום אויבערשטן, זאָל זיי צוברענגען צו דעם, אַז זיי זאָלן אויסגיין בפועל אין אַ כלות הנפש. דאָס איז דער מיין פון „בקרבתם לפני ה' (ביז אַז) וימותו". און דאָס איז גערעכנט פאַר אַ חטא, ווייל כאָטש אַ איד דאַרף וועלן און טאָן אַז זיין עבודה זאָל זיין אין אַן אופן ביז ער זאָל צוקומען צו התפּשטות הגשמיותח) (זיך אויסצוטאָן אינגאַנצען פון גשמיות), איז צוזאַמען דערמיט פאָדערט זיך פון אים, אַז בעת ער האַלט ביי כלות הנפש, „רצוא", זאָל ער ביי זיך אַרויסרופן דעם „שוב", צוריקקערן זיך צו טאָן די עבודה אַ נשמה אין גוף, און — אין עולם הזה, כמאמר רז"לח): „על כרחך אתה חי", און אויסצופירן די כוונה העליונה פון „דירה בתחתונים")) — ניט אַרויסגיין פון וועלט, נאָר מאַכן פון דער וועלט גופא אַ דירה צום אויבערשטן. און וויבאַלד אַז ביי נדב ואביהוא איז געווען אַ „רצוא" אָן אַ שפּעטערדיקן „שוב", ווערט עס גערעכנט פאַר אַ חטא.
און דערפאַר חזר'ט איבער דער פּסוק נאָך אַמאָל — „וימותו", דאָס איז אַן ערקלערונג פאַרוואָס איז געקומען „מות שני בני אהרן"; אין דעם איז באַשטאַנען זייער חטא; אַז „בקרבתם לפני ה' — (איז) וימותו"; זייער קירוב צום אויבערשטן איז געווען אין אַן אופן פון „וימותו", רצוא אָן אַ שוב*8).
989ע־פיזה וועט מען אויך פאַרשטיין ווי אַזוי אין פּסוק ווערן מרומז די פּרטים פון דעם חטא בני אהרן וועלכע ווערן אויסגערעכנט אין מדרש ; די נקודה פון זיי אַלע איז — „רצוא" אָן „שוב". „נכנסו לפני ולפנים" — זיי האָבן זיך געצויגן און זיינען געגאַנגען אַלץ העכער און העכער ביז צו לפני ולפנים, ניט טראַכטנדיק וועגן אומקערן זיך למטה. „מחוסרי בגדים" — „בגדים" איז מרמז אויף די לבושים פון מצוות **)) (וועלכע זיינען דאָך אָנגעטאָן אין דברים גשמיים) — זיי האָבן זיך ניט אָפּגעגעבן מיט מקיים זיין מצוות ווי זיי זיינען אָנגעטאָן אין דברים גשמיים, בכדי צו אויסאיידלען די וועלט, זיי האָבן נאָר געוואָלט אַרויסגיין פון וועלט און נדבק ווערן אין תכלית הרוחניוונ. „לא היו להם בנים" און „לא היו להם נשים" — זיי האָבן זיך ניט אָפּגעגעבן מיט מצות פּרי' ורבי', צו ממשיך זיין נשמות אין גופים; זייער עבודה איז געווען אין אַ פאַרקערטער תנועה — אַרויס פון גוףט).
ג. רש"י זאָגט אַז דער ציווי „ואל יבא בכל עת אל הקודש גו', בזאת יבא אהרן אל הקודש", — וואָס שטייט גלייך נאָך „אחרי מות שני בני אהרן גו'" — קומט צו שולל זיין און וואָרענען אַז עס זאָל ניט זיין דער אופן העבודה פון שני בני אהרן. דאַרף מען פאַרשטיין (לויט דעם פריערדיקן ביאור), וואו איז אין דעם ציווי מרומז די שלילת העבודה פון רצוא אָן שוב?
צו פאַרשטיין עס דאַרף מען מקדים זיין; ווי איז בכלל שייך צו האַלטן ביי „שוב", זייענדיק אין אַזאַ הויכער מדריגה פון „רצוא"? די עבודה פון רצוא (ווי יעדער עבודה) דאַרף דאָך זיין מיט אַן אמת. בשעת ער האַלט ביי דער עבודה פון רצוא, פאָדערט זיך פון אים אַז זיין אהבה צום אויבערשטן זאָל זיין ביז „בכל מאדך" (וואָס „מאד" מיינט — זייער, אָן אַ גרענעץ), ער זאָל אַרויסגיין פון אַלע זיינע הגבלות. וואָרום כל־זמן ער990האָט אַן אָנהאַלט און ער איז נאָך פאַרבונדן מיט אַ הגבלה פון „כלים" (שכל וכיו"ב), איז דאָס ניט „בכל מאדך". איז ווען ער געפינט זיך אין אַ רצוא אָן קיין שום הגבלות, ווי קען ער זיך באַוואָרענען ער זאָל ניט אויסגיין אין כלות הנפש, נאָר אדרבה, ביי אים זאָל ווערן אַ שוב?
איז ידוע אין דעם, אַז אָט די באַוואָרעניש דאַרף זיין באַלד ביים אָנהויב רצוא. אויב זיין קירוב צו אלקות אין דער תנועה פון רצוא קומט ניט ווייל ער זוכט זיין טוב, צוליב דעם וואָס ער ווייס אַז קרבת אלקים לי טוב, פאַר עם איז גוט זיין נאָענט צום אויבערשטן, נאָר דער רצוא קומט ביי אים בכדי צו דורכפירן דעם רצון העליון, דעם ציווי הקדוש־ברוך־הוא „ואהבת גו' בכל מאדך", איז וויבאַלד ער זוכט אויספירן ניט זיין רצון נאָר דעם רצון העליון, און ער ווייסט אַז די כוונה העליונה אין באַשאַפן די וועלט איז בכדי זי זאָל האָבן אַ קיום, „לא תהו בראה לשבת יצרה")) — במילא שטעלם זיך ביי אים דאַן אויס דער רצוא מלכתחילה אין אַזאַ אופן, אַז נאָך דעם רצוא זאָל ער האַלטן ביי דער תנועה פון שוב.
לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס די גמראי) דערציילט ; „ארבעה נכנסו לפּרדס כו' בן עזאי הציץ ומת כו' בן זומא הציץ כו' ר' עקיבא נכנס בשלום ויצא בשלום". לכאורה, דער אונטערשייד צווישן ר' עקיבא און די אַנדערע איז דאָך געווען נאָר ביי דער יציאה פון פּרדס, וואָס ר"ע „יצא בשלום", אָבער אין אַריינגיין אין פּרדס איז דאָך ניט שייך קיין אונטערשייד — איז וואָס אונטערשטרייכט די גמרא אַז ר"ע איז „נכנס בשלום"?
נאָר דער פּירוש איז: דער „הציץ ומת" פון בן עזאי איז געווען אַן ענין פון רצוא גאָר אָן שוביא). זיין אַריינגיין אין „פּרדס"יב) איז געווען אַ רצוא צו דעם אויבערשטן מיט כלות הנפש אָן אַ שוב כלל (ועל־דרךזה אויך בן זומא)יג). און דאָס וואָס ביי אים איז ניט געווען דער שוב איז ווייל לכתחילה, ביי דעם נכנס, איז ניט געווען נכנס בשלום. אָבער ר"ע איז „יצא בשלום", ווייל „נכנם בשלום"יד), זיין כניסה איז געווען בכדי צו דורכפירן דעם רצון העליון, צו מאַכן „שלום בפּמליא של מעלה ובפמליא של מטה" (מחבר זיין מעלה991מיט מטה און פאַרבינדן וועלט מיט אלקות). און וויבאַלד אַז „נבנס בשלום" — דערפאַר איז — „יצא בשלום".
און דאָס איז וואָס מ'באַוואָרנט; „ואל יבוא בכל עת אל הקודש גו', בזאת יבוא גו', וכפר בעדו וננעד ביתו", וואָס אין דעם איז מרומז די שלילה פון עבודה פון רצוא אָן אַ שוב
דורך דעם ניט, דורך „ואַל"יח), ביטול עצמי — וועלן ניט דעם אייגענעם קירוב צום אויבערשטן, נאָר מער ניט ווי אויספירן דעם רצון העליון — דורך דעם איז „יבוא אל הקודש". דאָס מיינט אויך „בזאת יבוא אהרן אל הקודש". „זאת" איז לויט'ן ביאור הזהר יראה און ביטול28)), און „דא תרעא לאעלאה"יא). אויב ס'איז דאָ די הקדמה פון „זאת", יראה און ביטול, איז אפילו ווען „יבוא אהרן אל הקודש" (רצוא), ער וועט אַריינגיין „לפני ולפנים", וועט עס אים ניט שטערן צום „וכפר גו' ובעד ביתו — ביתו זו אשתו"יח), צו דעם שוב אין עניני עולם (ואדרבה, אויב עס פעלט דער „ביתו זו אשתו", קען גאָר ניט זיין די כניסה לפני ולפנים*2)), ווייל דער תכלית פון דעם „רצוא" איז — עס זאָל אַראָפּקומען אין „שוב"). און אַזוי איז אויך געווען ביים אַרויסגיין פון לפני ולפנים — באַלד אַרויסגייענדיק פון קודש הקדשים האָט דער זעלבער כה־גדול מתפּלל געווען אַ תפלה אויף „פּרנסת" פון „עמך בית ישראל" *א) — פּרנסה בעניני העולם — בגשמיות.
ד. אַלע סיפּורים פון תורה (מלשון הוראה)כ) זיינען אַן אָנווייזונג ניט בלויז פאַר יחידי סגולה, נאָר — פאַר אַלע אידן.
לכאורה איז די הוראה פון דעם סיפּור וועגן נדב ואביהוא שייך נאָר פאַר יחידי סגולה, פאַר יענע וואָס האַלטן ביי דער מדריגה פון רצוא בכלות הנפש ממש, וואָס זיי דאַרף מען וואָרענען אַז זיי זאָלן ניט בלייבן ביי דעם רצוא אָן אַ שוב. וואָס איז די הוראה דערפון פאַר רוב בני ישראל, ביז אַפילו פאַר אידן וואָס געפינען זיך בקצה התחתון, זיינען נידעריקער פון דעם רוב?
ביי יעדער אידן זיינען פאַראַן זמנים ווען ער איז אין אַ התעוררות. בפרט איז עס אין די זמנים ווען מלמעלה איז אַן עת רצון, ווי שבת און יוםטוב, און נאָך מערער — אין די טעג פון בהמצאו ובהיותו קרוב — עשי"ת בכלליב) און ראש־השנה ויום כיפּורים בפרט וביחוד אין יום כיפּורים, יום הקדושיא), וואָס דעמאָלט שטייט ער העכער פון זיינע וואָכעדיקע זאַכן, אויסגעטאָן פון די ענינים פון וועלט מיט וועלכע ער איז פאַרבונדן טטעגלעך
992איז בשעת דער איד, אַ נשמה בגוף און צו דער זעלבער צייט העכער פון וועלט, ער שטייט אין אַ תנועה פון „רצוא", דאַרף ער וויסן אַז דער „רצוא" דאַרף זיין פאַרבונדן מיט אַ „שוב"; די כניסה אל הקודש טאָר ניט זיין אָפּגעטיילט פון דער יציאה מהקודש. די ותנועה פון דער גרעסטער התעוררות אין דעם יום הקדוש, זאָל ניט בלייבן אָפּגעטראָגן און אויסגעטאָן פון וועלט, נאָר עס דאַרף זיין דער פעסטער באַשלוס צו אַראָפּטראָגן און פאַרבינדן די התעוררות מיט זיין טא־טעגלעכן לעבן. „נכנס בשלום" — בעת דער כניסה אל הקודש דאַרף זיין די כוונה צו מאַכן שלום און פאַרבינדן וועלט מיט אלקות, און דאָס ברענגט אַז דערנאָך, „בצאתו מן הקודש", זאָל די יציאה זיין „בשלום", אַז אַרויסגייענדיק צוריק אין וועלט מאַכט ער שלום און פאַרבינדט אלקות מיט וועלט, אַז אַלע עניני העולם ווערן ביי אים געטאָן „לשם שמים", ביז ער קומט צו דעם מצב אַז — „בכל דרכיך דעהו"28)).
ה. די הוראה פון דעם פאַרבינדן די כניסה אל הקודש מיט דער יציאה מהקודש, איז ניט נאָר בנוגע דער עבודה מיט די ענינים הגשמיים (בצאתו מהקודש), נאָר אויך — די דברים הגשמיים גופא פון אַ אידן זיינען פאַרבונדן מיט דער כניסה לפני ולפנים. ווייל אַלע ענינים פון אַ אידן, אויך די גשמיות'דיקע השפּעות אין בני חיי ומזוני רויחי, באַקומט ער זיי „דירעקט" פון דעם אויבערשטן. ווי עס שטייטכד) ; „אם בחוקותי תלכו ואת מצותי תשמרו גו' ונתתי גשמיכם בעתם וגו'" — באַקומען גשמיכם בעתם וגו' קען אַ איד נאָר דורך מקיים זיין תורה און מצוות.
(דער חשבון פון „שלום יהי' לי כי בשרירות לבי אלך", אַז זיין השפּעה גשמית וועט ער האָבן ווען ער וועט נאָכגיין די צעלאַזנקייט פון האַרצן — באַקומען עס ניט פון קדושה — דער חשבון קען האַלטן נאָר לפי שעה, ווייל סףסוף מוז דער חיות פון אַ אידן האָבן אַ דירעקטן פאַרבונד מיט טלעכקייט) 28)).
און אויך דאָס איז מרומז אין דעם פאַרבונד פון „כניסה לפני ולפנים" מיטן „בצאתו מן הקודש"; דוקא נאָך דעם און דורך דעם וואָס דער כהן גדול איז געווען לפני ולפנים האָט ער אַרויסגייענדיק מתפּלל געווען און אויסגעבעטן פּרנסה בגשמיות. און וואָס נאָך מערער; דאַן קומט די המשכת הפּרנסה בריבוי, אָן הגבלות, וויבאַלד זי קומט פון „לפני ולפנים".
ו. כאמור, איז ביי דער כניסה פון כהן גדול יו"כ אין קודש הקדשים געווען נוגע דער „ביתו זו אשתו".
דער רמז בזה;
בכדי עס זאָל זיין די כניסה אל הקודש ווי עס דאַרף צו זיין, וואָס דעמאָלט ברענגט זי די „יציאה בשלום", וואָס דאָס איז דער תכלית פון דער כניסה — איז עס אָפּהענגיק אין די אידישע פרויען. אַז אַפילו ווען
25) קונטרס ומעין מאמר י. וגם ה"לפי שעהד הוא רק עידז שמקודם לזה המשיך מבחי' פנימיות רצה"ע (עיי)ש מ"ז ס"ד, מי"א פ"ב).993דער מאַן געפינט זיך „לפני ולפנים", אויך דעמאָלט זיינען זיי „ביתו", צוגעפאַסט צו זיין דרגא28)), און נאָך דעם;
דער זכות און די פליכט פון נשי ובנות ישראל איז צו ווירקן אויף זייערע מענער און קינדער, אַז ביי זיי זאָל זיין פאַרבונדן די כניסה אל הקודש מיט דער יציאה מן הקודש.
אידישע פרויען דאַרפן זיך ניט זאָרגן, אַז אויב דער מאַן וועט דאַוונען לענגער מיט אַ שעה אָדער מער, אויב ער וועט לערנען מער מיט
א. אין פּ' קדושים רעדט זיך וועגן דעם איסור פון ערלה (ניט צו עסן די פּירות פון אַ בוים וואָס וואַקסן אויס אין די ערשטע דריי יאָר). זאָגט די משנהא): „נטיעה של ערלה כו', שנתערבו בנטיעות, הרי זה לא ילקוט, ואם לקט יעלה באחד ומאתים". דער דין ביי ערלה איז, אַז ווען עס מישן זיך אויס פּירות ערלה און פּירות היתר, ווערן זיי בטל ווען אין די פּירות היתר איז פאַראַן צוויי הונדערט מאָל אַזוי פיל ווי די ערלהפּירות. (די מערסטע איסורים פון תורה ווערן בטל ברוב (אָדער בששים) און ערלה — באחד ומאתים). דער דין איז נאָר בדיעבד, אויב עס האָט זיך שוין אויסגעמישט. לכתחילה אָבער טאָר מען ניט אויסמישן פּירות ערלה אין אַנדערע פּירות כדי זיי מבטל זיין, — „אין מבטלין איסור
1) ערלה פ"א מ"ו (גיסין נד, ב). אַ שעה אָדער נאָכמער, וועט פעלן אין ענינים גשמיים; און דאָס זעלבע האָט קיין אָרט ניט די דאגה, אַז אויב מען וועט מחנך זיין די קינדער צו לערנען תורה אַ גאַנצן טאָג, וועט שפּעטער פעלן אין זייער הסתדרות כו' — נאָר אַדרבה, זיי דאַרפן מסביר זיין זייערע מענער און קינדער, אַז דוקא דורך מוסיף זיין אין תורה ומצוות, אין דעם בחוקותי תלכו ואת מצותי תשמרו, וועט צוקומען אין דעם ונתתי גשמיכם בעתם וגו'.
(ממאמר ושיחות יא ניסן תשכ"ב) שים
לכתחילה"ב). זאָגט די משנה; אַז עס מישט זיך אויס אַ נטיעה (פלאַנץ) וואָס איז ערלה צווישן צוויי הונדערט היתר'דיקע נטיעות, און מען קען ניט דערקענען וועלכע נטיעה איז ערלה — טאָר מען לכתחילה ניט מלקט זיין (אַראָפּקלייבן) די פּירות פון די נטיעות, וואָרום דאַן ווערן דאָך די פּירות ערלה בטל (קומענדיק פון אַ נטיעה וואָס האָט עולה געווען באחד ומאתים). און דער דין איז אַז לכתחילה טאָר מען אַן איסור ניט אויסמישן אין היתר בכדי צו מבטל זיין דעם איסור. אָבער בדיעבד, ווערט עס בטל.
דער טעם פאַרוואָס די פּירות ערלה ווערן בטל דוקא נאָכן מלקט זיין, אָבער כל־זמן די פּירות זיינען אויף די נטיעות ווערט ניט בטל די נטיעה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-h2t1dtc9