עברית
Library

Likkutei Sichos

Bo

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

864א

א. ווען משה רבינו האָט איבערגעגעבן צו פּרעה די רייד פון דעם אויבערשטן, אַז ער וועט ברענגען אצזיף מצרים די מכת בכורות, האָט ער אויך אָנגעגעבן די צייט ווען די מכה וועט קומען, בחצות — אין מיטן דער נאַכט; (נאָר צוליב דעם וואָס די אצטגניני (שטערן־זעער) פרעה קענען אַ טעות האָבן אין דער פּינקטלעכקייט פון דער צייט, האָט משה רבינו געזאָגטא) „כחצות הלילה וגו' ", אַז דאָס וועט פּאַסירן אַרום האַלבע נאַכט).

איז ניט פאַרשטאַנדיק; צוליב וואָס האָט מען בכלל געדאַרפט אָנגעבן פּרעה'ן די צייט ווען מכת בכורות וועט זיך אָנהויבן? ער האָט דאָך געקענט זאָגן סתם — ווי ביי די אַנדערע מכות — אַז דער אויבערשטער וועט ברענגען די מכה אויף מצרים, ניט אָנגעבנדיק דערביי די צייט. זעט מען דערפון, אַז מכת בכורות האָט אַ ספּעציעלע שייכות מיטן זמן פון חצות הלילה, אויף אַזויפיל, אַז בכדי צו איבערגעבן פּרעה'ן וועגן אָט־דער מכה האָט מען דערביי גע

מחט אָנגעבן דעם זמן (מער ניט צוליב „שמא יטעו אצטגניני פּרעה", האָט משה געזאָגט „כחצות הלילה וגו' ").

נאָך געפינען מיר ביי מכת בכורות, אַנדערש ווי ביי די אַלע אַנדערע מכות, א) ביי דער מכה האָבן די אידן געדאַרפט מאַכן אַ באַזונדערן צייכן אויף זייערע הייזער — דעם דם מילה און דם פון קרבן פסח) „על שתי המזוזות ועל המשקוף" — בכדי די מכה וואָס וועט קומען אויף די מצריים זאָל ניט שאַטן די אידן. ב) דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט))א „ואתם לא תצאו איש מפּתח ביתו עד בוקר", אַז די גאַנצע נאַכט זאָלן די אידן ניט אַרויסגיין פון זייערע הייזער, וואָרום „מאחר שניתנה רשות למשחית אינו מבחין בין צדיקים לרשעים"), וויבאַלד אַז ס'איז געגעבן געוואָרן רשות צום משחית, מאַכט ער ניט קיין אונטערשייד צווישן אַ צדיק און אַ866רשע, און אויך אידן האָבן געקענט געטראָפן ווערן פון דער מכה.

ולכאורה; אויך פון די אַנדערע מכות האָבן די אידן ניט געליטן. די מכות זיינען געווען נאָר פאַר די מצריים. איז דאָך אויך ביי די איבעריקע מכות געווען ניתנה רשות למשחית, און פונדעסטוועגן האָבן די אידן ניט געדאַרפט האָבן קיין ספּעציעלע באַוואָרענישן צו באַשיצן זיי פון משחית — פאַרוואָס דוקא ביי מכת בכורות האָבן די אידן דאָס יאָ געדאַרפט האָבן? און אין וואָס באַשטייט דער חילוק און נויטיקייט פון די צוויי זאַכן; א) לא תצאו גו'. ב) דער צייכן פון דם מילה ופּסח.

ב. דער חילוק צווישן מכת בכורות און די איבעריקע מכות איז;

די אַנדערע מכות זיינען ניט געווען אין אַזאַ אופן וואָס קען הייסן „ניתנה רשות למשחית". אַפילו די מכות וואָס האָבן אָנגערירט ניט בלויז ממונם של מצרים נאָר אויך זייער לעבן — ווי למשל ערוב — איז דאָך אָבער דער משחית געווען באַגרעניצט אין דער השחתה, עס האָט זיך דורכגעפירט דורך אַ באַשטימטע באַגרעניצטעח) זאַך (צפרדע, כנים א.א.וו.). ער האָט געהאַט רשות צו מזיק זיין אָדער הרג'ענען די מצריים נא*) ־ אויף דעם וועג פון דער באַטרעפנדער מכה)). דערפאַר איז דאָס ניט „ניתנה רשות למשחית". דאַקעגן ביי מכת בכורות האָט מען אים געגעבן רשות — מען געפינט ניט קיינע הגבלות אין דעם אופן ווי צו טויטן די בכורי מצרים. און וויבאַלד אַז „ניתנה רשות למשחית", האָבן די אידן געדאַרפט אַ באַוואָרעניש, בכדי ער זאָל ניט מזיק זיין אויך אידן.

אַ טיפערער חילוק איז; די מטרה פון די מכות איז בעיקר ניט געווען צו שלאָגן די מצריים, נאָר בכדי מען זאָל וויסן „כי אני הוי'", ווי עס שטייט אויך בפּירוש ביי אייניקע פון די מכותז): „בזאת תדע וגו'", „למען תדע וגו'", „בעבור תדע וגו'". דעריבער האָט מען דאָס ניט געדאַרפט פאַר די אידן, ווייל אידן האָבן שוין אָן דעם געהאַט די ידיעה אין אלקותח). און אין דעם גופא איז מחולק מכת בכורות פון די ניין מכות ; באַ זיי איז דער געשלאָגענער אַליין ניט נאבד געוואָרן לגמרי און אויך ער עצמו האָט געהאַט די תועלת פון דער ידיעה. ביי מכת בכורות אָבער איז געווען ומת כל בכור גו'. די מצרה פון מכת בכורות איז געווען אויך צו טויטן די בכורי מצרים, צו מאבד זיין זיי לגמרי — און ניט בכדי זיי בעצמם זאָלן דורך דעם וויסן „כי אני הוי'". דערפאַר האָט מען דאָ געדאַרפט באַוואָרענען אַ מעגליכע טענה פון מדת הדין;: „מה נשתנו אלו מאלו", מיט וואָס זיינען — בנוגע צו דעם עונש (ניט בנוגע דער ידיעה) — די אידן אַנדערש פון די בכורי מצרים, ווייל אויך די אידן אין מצרים זיינען געווען פאַרזונקען אין קליפּה „אלו עובדי ע"ז וכו'"י) ; און דע־866ריבער איז געווען אַן אָרט, אַז דער שליח פון מדת הדין, דער משחית. זאָל ניט לאַזן אונטערשיידן צווישן די מצריים און אידן.

(הגם ס'שטייטיב) ; „ועברתי וגו' והכיתי כל בכור וגו' אעשה שפטים אני הוי'" — און די חז"ליח) לערנען דערפון אַרויס; „אני ולא מלאך וכו' אני הוא ולא אחר", אַז די מכת בכורות האָט דער אויבערשטער אַליין געבראַכט אויף מצרים, פונדעסטוועגן, איז דער משחית אויך געווען דערביי און געקאָנט מקטרג זייןיח), און צוליב דעם האָבן געדאַרפט זיין די באַוואָרענישן, אַז דער משחית זאָל ניט האָבן קיין צוטריט).

אין דעם איז געווען צוויי ענינים א) בכלל אין ארץ מצרים איז געווען „ניתנה רשות", אָן הגבלות — העלפט ניט קיין אות, ווייל אינו מבחין כו' אַלע גלייך — איז די עצה נאָר לא תצאו גו'. ב) אין די הייזער פון די אידן, וואָס ביי דעם איז געווען אַ הגבלהיד) „ופסחתי עליכם", איך וועל איבערשפּרינגען איבער אייך — איז דאָך ניטאָ דער רשות למשחית — במילא קען זיין הבחנה, אָן אונטערשיד צווישן אידן און מצרים. און דער אונטערשיד איז פאַרבונדן מיט דעם אות.

ג. עס איז אָבער נאָך אַלץ ניט מובן ; וויבאַלד אַז די טענה פון מדת הדין, „מה נשתנו אלו מאלו", האָט געהאַט אַן אָרט, איז ווי אַזוי האָט דער „אות" געקענט באַשיצן די אידן פון דער טענה און פון איר תוצאה — מכת בכורות? דער ענטפער אויף דעם איז, אַז מכת בכורות איז געקומען פון אַזאַ מדריגה אין אלקות — „הקב"ה בכבודו ובעצמו" — וואָס איז אינגאַנצן העכער פון השתלשלות, למעלה פון מדת הדין און במילא איז דאַמאָלסט לגמרי קיין אָרט ניטאָ פאַר טענות פון מדת הדין. טענות פון שכל קענען תופס מקום זיין אין די מדריגות פון סדר השתלשלות וואָס זיי זיינען געמאָסטן און באַגרענעצט. אָבער העכער פון סדר השתלשלות, וואָס איז געווען בשעת מכת בכורות, איז דאָרט ניט שייך קיין שכל'דיקע טענות.

און דאָס איז דער ביאור אויף דעם וואָס מכת בכורות איז געווען בחצות הלילה דוקא, ווייל פּונקט אין דער רגע פון חצות הלילה איז מאיר דער אור שלמעלה מהשתלשלות, וואָס דערפאַר קען די רגע מחבר זיין די ביידע האַלבע נעכט — חסד און גבורה. די ערשטע האַלבע נאַכט איז דער זמן פון מדת הגבורה, וואָס דערפאַר זעען מיר, אַז דאַן ווערט וואָס ווייטער אַלץ פינסטערער; די צווייטע האַלבע נאַכט איז מאיר מדת החסד, און דעריבער הויבט דאַן אָן ווערן אַלץ ליכטיקער און ליכטיקער — און די רגע פון חצות פאַראייניקט ביידע קעגנזאַצן פון חסד און גבורה, ווייל אין איר איז מאיר דער אור וואָס איז העכער פון השתלשלות. וכידוע, אַז דער וואָס איז מחבר צוויי ענינים הפכיים מוז ער אַליין זיין העכער פון ביידע הגבלותי).

867דאָס מיינט, אַז ביי מכת בכורות האָט מאיר געווען די עצמיות'דיקע אהבה פון דעם אויבערשטן צו אידן, אַזאַ אַהבה וואָס איז העכער פון אַלע טעמים און אַלע חשבונות. און מצד דער אַהבה עצמית, איז אַפילו ווען שכל פרעגט „מה נשתנו אלו מאלו", „הלוא אח עשו ליעקב"י) — זיי זיינען דאָך ביידע גלייך — זאָגט אָבער דער אויבערשטער; „ואוהב את יעקב ואת עשו שנאתי", ער האָט ליב אידן — ווייל זיי זיינען זיינע קינדער, „בנים אתם לה' אלקיכם"יז), און די אהבה פון אַ פאָטער צו קינדער איז אַן עצמיות'דיקע אהבה וואָס קען ניט אָפּגעפרעגט און ניט אָנגערירט ווערן פון קיין שום שכל'דיקן טעם און טענה.

דערפאַר האָט משה רבינו געדאַרפט דערמאָנען פאַר פּרעה'ן די צייט ווען מכת בכורות וועט קומען, „כחצות הלילה", צו מרמז זיין אַז דאָס וועט זיין אַ גילוי פון למעלה מהשתלשלות. וואָרום אָן דעם רמז אויף דעם העכערן אור וואָלט פּרעה והרטומיו ניט געקענט גלויבן, אַז אַ מכה, וואָס איר מטרה איז צו מאבד זיין קליפּה, און אין דער צייט וואָס „ניתנה רשות למשחית", זאָל ניט אָנרירן די אידן, כאָטש „לא נשתנו אלו מאלו". צוליב דעם האָט משה רבינו געזאָגט „כחצות הלילה", אַן אור — העכער פון השתלשלות.

ד. עס האָט אָבער געמוזט זיין אַז אידן זאָלן האָבן אַן אות. דער ביאור אין דעם;

אַלע ־טלעכע המשכות וואָס קומען מלמעלה ווערן נמשך נאָר דורך דער עבודה פון אידן דאָ למטה. אויך די גילויים פון למעלה מהשתלשלות, ביז דער אהבה עצמית פון דעם אויבערשטן צו אידן, מוז מען דערצו האָבן עבודה — הגם אַז זייענדיק אַן עצמיות'דיקע אהבה, איז זי דאָך אַלע מאָל גאַנץ, פונדעסטוועגן פאָדערט זיך עבודה למטה בכדי די אהבה זאָל זיין בגילוי (און זאָל נתקבל ווערן בפּנימיות) למטה. אָבער, די עבודה מוז זיין ענלעך צו דער המשכה — אַן עבודה העכער פון טעם ודעת, ד. ה. העכער פון השתלשלות כחות פּנימיים ביי דעם אידן.

דערפאַר איז אויך דער צייכן אויף די אידישע הייזער אין דער נאַכט פון מכת בכורות באַשטאַנען — דם מילה און דם פּסח, ווייל זיי האָבן אויסגעדריקט דעם פאַרבונד פון אידן מיט דעם אויבערשטן אין אַן אופן פון למעלה מטעם ודעת ; דער כריתת ברית פון אַ אידן מיט דעם אויבערשטן דורך מצות מילה איז אַ פאַרבונד וואָס איז העכער פון שכל (ווי מיר זעען עס פון דעם וואָס די מצוה איז צו מל זיין אַ אידיש קינד צו אַכט טעג ווען ער איז נאָך לגמרי ניט קיין בר־שכל)יח) ; אַזוי איז אויך די מצוה פון קרבן פּסח געווען דעמאָלט אין אַן אופן פון מסירת נפש, העכער פאַר טעם ודעת, ווייל די שעפּסן פאַר דעם קרבן פּסח זיינען געווען „תועבת מצרים", די עבודה זרה פון מצרים, און די אידן האָבן גענומען דעם שעפּס, אים געהאַלטן פיר טעג פאַר די אויגן פון די מצריים, און געזאָגט אָפן אַז זיי גייען אים שחט'ן און מקריב זיין פאַר דעם אויבערשטן. איז דאָך868דאָס אַן עבודה פון מסירת נפש בפּועל.

און די עבודה פון מסירת נפש בגילוי, למעלה מטעם ודעת פון אידן, האָט אויך מלמעלה אַרויסגערופן בגילוי די אַהבה עצמית למעלה מטעם ודעת, וואָס דאָס איז דער גילוי פון חצות הלילה.

ה. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון די מאמרי חז"ל בנוגע דעם זכות אין וועלכן אידן זיינען אויסגעלייזט געוואָרן פון מצרים. אַמאָל זאָגן חז"ליט) ; „בזכות האמונה נגאלו אבותינו ממצרים", אַז די גאולה איז געווען אין זכות פון דער אמונה פון אידן אין בשורת הגאולה („ויאמן העם וישמעו כי פקד ה' ")כ), און אַמאָל זאָגן חז"ליא) אַז זיי זיינען נגאל געוואָרן בזכות די צוויי דמים, דם פּסח און דם מילה, („בדמיך חיי וגו' ")כב). ווייל די ביידע ענינים, סיי אמונה און סיי די דמים פון פּסח און מילה, זיינען העכער פון טעם ודעת.

אמונה בכלל איז העכער פאַר שכל און בפרט די אמונה פון אידן אין דער גאולה זייענדיק אין גלות מצרים. על פּי טבע איז געווען אוממעגלעך אַז די אידן זאָלן קענען באַפרייט ווערן פון מצרים, וואָרום „לא הי' עבד יכול לברוח ממצרים"כח) — אַפילו איין קנעכט האָט פון דאָרט ניט געקענט אַנטלויפן — און מכל־שכן ששים רבוא. דערצו איז גרינג צו פאָרשטעלן זיך ווי די אידן זיינען דאַן געווען צעבראָכן פון קושי הגלות והשעבוד בכלל, און גאָר באַזונדער די צעבראָכנקייט און יסורים פון גזירת פּרעה אויף די קליינע קינדער (וואָס די טבע בני אדם איז צו מוותר זיין אויף אַלץ, אַבי עס זאָל ח"ו ניט שאַטן זיינע קינדער און ספּעציעל קליינע קינדער). און ניט קוקנדיק אויף זייער גרויסער צעבראָכנקייט, און זייער שטרענגער אָפּגעשלאָסנקייט אין שווערן גלות פון מצרים, האָבן די אידן געגלויבט מיט אַן אמונה פּשוטה אין דער בשורת הגאולה פון משה רבינו, אַז דער אויבערשטער וועט זיי באַפרייען און אַרויסנעמען פון גלות.

האָט די אמונה פּשוטה וואָס איז למעלה מטעם ודעת אַרויסגערופן אויך למעלה די אַהבה עצמית וואָס העכער פון טעם ודעת, הגם על פּי שכל האָט געקענט זיין אַ טענה; „מה נשתנו אלו מאלו". אָבער, כנ"ל, בכדי אַז די אַהבה עצמית, פון למעלה מהשתלשלות, זאָל אַראָפּקומען און ווירקן דורך סדר השתלשלות, ביז עס זאָל פון איר קענען זיין בפּועל ממש למטה גאולת ישראל, האָט אויך ביי די אידן זייער עצמיות'דיקער פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן געדאַרפט אַראָפּקומען בגילוי און ווירקן אויף זייערע כחות פּנימיים ביז אין אַן ענין של פּועל. און דאָס האָבן די אידן געטאָן דורך זייער עבודה אין מצות פּסח און מצות מילה — דער פאַרבונד פון למעלה מן השכל דורכגעפירט אין עשי' בפּועל.

ו. אויפן פּסוק „ויהי בחצי הלילה" ברענגט די מכילתא צוויי דעות א) „יוצרו חלקו" (דער באַשעפער האָט869די נאַכט צעטיילט); ב) „יודע עתותיו ושעותיו הוא חלקו" (דער וואָס ווייסט זיינע צייטן און זיינע שעות האָט צעטיילט די נאַכט). און דער רדב"ז איז מבאריד) דעם אונטערשייד פון די ביידע דעות; לויט דער ערשטער דעה האָט דער אויבערשטער, וואָס ער איז דער באַשעפער פון דער נאַכט, אָפּגעשטעלט אויף אַ קורצע וויילע דעם גלגל (דעם אַרומקרייז פון צבא השמים), מבצל געווען דעם ענין פון זמן, און דאָס האָט אָפּגעטיילט, אויף אַ קענטיקן אופן, די ערשטע האַלבע נאַכט פון דער צווייטער; לויט דער צווייטער דעה האָט מען דאָ קיין נס ניט געדאַרפט, נאָר דער אויבערשטער, וואָס ער איז „יודע עתותיו ושעותיו", האָט ער מצמצם און מכוון געווען צו דער גענויער האַלבער נאַכט — הגם אַז אַ מענטש קען עס ניט באַווייזן — און אין אָט־דעם פּינקטלעכן מאָמענט האָט ער געשלאָגן די בכורי מצרים. וואָס איז דער חילוק בפּנימיות פון די צוויי דעות? וביחוד; צוליב וואָס האָט מען געדאַרפט דעם נס פון יוצרו חלקו?

ז. דער ביאור פון די ביידע דעות;

דאָס איז געוויס, אַז די המשכה אין דער צייט פון מכת בכורות איז געקומען פון אַן אָרט וואָס איז העכער פון השתלשלות, ווי פריער גערעדט באריכות. די דעות טיילן זיך אָבער פאַנאַנדער, אין וואָס פאַר אָן אופן איז די המשכה אַראָפּגעקומען למטה. לויט דער דעה אַז „יוצרו חלקו", איז אויך למטה די המשכה געווען בגילוי אין אַן אופן פון למעלה מן הטבע און למעלה מן הזמן, ווייל טבע און זמן זיינען ניט קיין כלים צו אַזאַ אור שלמעלה מהשתלשלות, האָט דעריבער דער אויבערשטער אָפּגעשטעלט דעם גלגל, מבטל געווען זמן און טבע. לויט דער צווייטער דעה, איז עס ניט געווען קיין ביטול הטבע, נאָר די המשכה פון למעלה מהשתלשלות איז נמשך און נתגלה געוואָרן אין די לבושים פון טבע (על דרך ווי ס'איז געווען ביי דעם נס פון פּורים). און אין דעם צווייטן אופן איז פאַראַן אַ באַזונדער מעלה, וואָס טבע גופא איז דערהויבן געוואָרן — טבע איז געוואָרן אַ כלי צו למעלה מן הטבע.

וויבאַלד אַז „אלו ואלו דברי אלקים חיים", זיינען אין דעם גילוי פון חצי הלילה געווען ביידע מעלות (נאָך העכער ווי אין נס פון פּורים); דער אור שלמעלה מהשתלשלות האָט זיך אָנגעטאָן אין טבע אין אַ פּנימיות („יודע עתותיו ושעותיו"), דער אור האָט אָבער אויך מאיר געווען דורך טבע בגילוי (יוצרו חלקו).

דער טעם דערפון איז; מכת בכורות, די לעצטע מכה, איז געווען דער אָנהויב פון יציאת מצרים. וואָס דער תכלית פון יציאת מצרים איז מתן תורה, ווי עס שטייטיח): „בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה", און דער ענין פון מתן תורה איז דאָך צו מחבר זיין מעלה און מטהח), דער חיבור פון אלקות שלמעלה מהטבע מיט טבע, דעריבער איז אויך בשעת מכת בכורות געווען דער גלוי'דיקער חיבור פון מעלה מיט מטה דורך870ביידע ענינים צוזאַמען — „יוצרו" און „יודע עתותיו ושעותיו".

וואָס דאָס האָט מען אויך געזען ביי יציאת מצרים בכלל7 אויך נאָך דער גאולה פון מצרים איז דאָס לאַנד מצרים ניט בטל געוואָרן, זי איז פאַרבליבן אַ מלוכה אויך שפּעטער. און פונדעסטוועגן, אין דער זעלבער צייט ווען מצרים איז געווען בתקפה און „לא הי' עבד יכול לברוח

אַרויסגעגאַנגען ששים רבוא, אויסער פרויען און קינדער — און דאָס איז געווען „ביד רמה".

ח. ווי געזאָגט פריער, איז דער גילוי שלמעלה מהשתלשלות בשעת יציאת מצרים געקומען דורך דם מילה און דם פּסח. וויבאַלד אַז אין דעם גילוי פון חצות איז געווען בגלוי די התכללות פון מעלה מיט מטה, מוז מען זאָגן, אַז אויך די עבודה פון אמונה און מסירת נפש למעלה מטעם ודעת דורך דם מילה ודם פּסח איז געווען אין אַזאַ אופן, וואָס האָט דורכגענומען אויך די כחות פּנימיים, ביז צו די גאָר נידעריקסטע עניניםכז), וואָס דעריבער האָט עס אויך למעלה גע'פּועל'ט, אַז דער גילוי שלמעלה מהשתלשלות האָט דורכגענומען אויך די לבושי הטבע.

די עבודה פון ברית מילה, ווי שוין גערעדט באריכותכח), איז צו דורכנעמען דעם בשר הגשמי ביז „יסוד סיומא דגופא"כט) און דעם בשר הגשמי פאַרבינדן כביכול מיט דעם אויבערשטן אין אַ „ברית עולם", למעלה מטעם ודעת. נאָך מערער איז געווען קענטיק דער פאַרבונד שלמעלה מטעם ודעת מיט גאָר נידעריק — אין דער עבודה פון דם פּסח; מ'האָט גענומען אַ שה, אַ זאַך וואָס איז דרויסן אַפילו פון דעם גוף האדם, — „סיומא דגופא" איז נאָך אַלץ אַ טייל פון מענטשן, אָבער שה איז אַ זאַך וואָס געהערט צו חלקו בעולם — און נאָך נידעריקער — דעם שה האָבן די מצריים געמאַכט פאַר זייער עבודה זרה, און אויך דאָס האָבן די אידן געמאַכט פאַר אַ כלי צו דער מסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת.

וואָס דאָס איז אויך וואָס מיר זעען, אַז קרבן פּסח איז אַנדערש פון אַלע אַנדערע קרבנותל) דערמיט, וואָס „שלא בא מתחילתו אלא לאכילה". אַלע קרבנות איז מצות אכילה ביי זיי אַ מצוה נוספת צום עיקר הקרבן. אָבער ביי קרבן פּסח איז דער גאַנצער קרבן צוליב אַכילת הפּסח. דאָס איז דער ענין פון קרבן פּסח, אַז אין עניני אכילה, וואָס אין זיי איז דער אָדם שוה לבהמה81)), זאָל זיך אויסדריקן די אמונה ומסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת.

871ט. מ'האָט שוין גערעדט כמה פּעמיםח), אַז אמיתית ענין החרות איז, אַז ניט נאָר די נשמה זאָל זיין פריי פון די הגבלות פון גוף און נפש הבהמית, נאָר עס דאַרפן אויך באַפרייט ווערן דער גוף און נפש הבהמית, און אויך חלקו בעולם, פון די ענינים וואָס פאַרשטעלן אויף אלקות — אויך אין זיי זאָל זיך דערהערן דער גילוי הנשמה.

און די הכנה צום אמת'ן חירות — פון דער נשמה, גוף ונפש הבהמית און חלקו בעולם — איז געווען גילוי האמונה (גילוי הנשמה), וואָס האָט זיך אויסגעדריקט ביז אין מילה (יסוד סיומא דגופא), און אויך אין שה, דבר שחוץ ממנו (חלקו בעולם) 88)).

און וויבאַלד אַז דער כח אויף אַראָפּקומען זייער נידעריק נעמט זיך פון זייער הויך, איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז ווי הויך ס'איז דער כוח פון מילה וואָס פּועל'ט און איז מגלה אלקות אויך אין בשר הגשמי ביז „יסוד סיומא דגופא" — איז דער כוח פון קרבן פּסח, נאָך העכער — דערמיט, וואָס ער איז ממשיך אלקות אויך אין דעם דרויסן פון מענטשן, אין חלקו בעולם. און דוקא דורך דעם פירט זיך אויס אמיתית ענין החירות, און ווי שוין גערעדטח), אַז כל־זמן דער „רכוש גדול", חלקו בעולם, איז נאָך ניט אַרויס פון מצרים, פעלט עס אין דער שלימות פון חירות.

און דערפאַר געפינען מיר, אַז דם מילה איז געווען אַ הכנה, אַ צוגרייטונג צו דם פּסח, ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש38)), אַז בשעת אידן האָבן געוואָלט עסן דעם קרבן פּסח און משה האָט זיי געזאָגט אַז זיי מוזן זיך פריער מל זיין, האָבן זיך די אידן דאַן מל געווען. וואָס אַ הכנה איז דאָך קלענער ווי די872זאַך צוליב וועלכע מען איז זיך מכין.

י. כימי צאתך מארץ מצרים אַראנו נפלאות. די גאולה העתידה בקרוב וועט זיין בדומה צו יציאת מצרים. פּונקט ווי יציאת מצרים איז געקומען בזכות האמונה, וואָס איז נתגלה געוואָרן און אַראָפּגעקומען אויך אין כחות פּנימיים ביז אין כחות היותר תחתונים (מילה), און אויך אין ענינים וואָס אויסער דעם מענטשן (פּסח) — אַזוי וועט אויך די גאולה העתידה קומען בזכות האמונהז אַז ניט קוקנדיק אויף דעם גרויסן העלם והסתר פון אונזער גלות וועט מען מעורר זיין די אמונה פּשוטה אין ביאת המשיח, אַז „הנה זה עומד אחר כתלנו"80)), אַז אָט־אָט קומט ער שוין, ער שטייט שוין הינטער

דער וואַנט. און די אמונה וועט ניט בלייבן אין אַן אופן פון מקיף, נאָר זי וועט נתגלה ווערן אין די כחות פּנימיים, אָנהויבנדיק פון הבנה והשגה, מדות, ביז צו ווירקן אויף אַלע, אַפילו די נידעריקסטע כחות (מילה). און דאָס קומט דורך לערנען חסידות באופן פון הבנה והשגה, חסידות חב"ד37)), וואָס זי איז מגלה די אמונה און איז זי ממשיך אויך אין די כחות פּנימיים חב"ד, ביז עס ווירקט אויך אויף אַלע כחות, לשנות טבע מדותיו. און דאָס איז מען ממשיך אויך אין חוצה (פּסח), וואָס די הפצת המעינות חוצה, וועט ברענגען — כהבאחת מלכא משיחא — דעם „אתי מר", בקרוב ממש.

(מלוקט משיחות אחש"פ

תשכ"א ותשכ"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-gebyrtqa

Copies

Recent activity

#176 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · approved
#171 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · closed
#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources