עברית
Library

Likkutei Sichos

Shabbos Hagadol

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

953שבת הגדול

אין ערשטן סימן פון הלכות פּסח, שרייבט דער אַלטער רבי אין זיין שלחן ערוך: „נהגו בדורות האחרונים שהחכם דורש הלכות פסח בשבת שלפניו אם אינו ערב פּסח והלכות החג דורש בשבת שובה" (מען איז זיך נוהג אין די לעצטע דורות אַז דער חכם דרש'נט די דינים פון פּסח אין דעם שבת וואָס פאַר אים (שבת הגדול) אויב ס'איז ניט ערב פּסח, און די דינים פון חג (סוכות) אין שבת שובה). דער מקור פון דעם מנהג איז אין „מנהגי מהרי"ל", און עס ווערט אויך געבראַכט אין ב"ח און מגן אברהם. אָבער דער לשון פון אַלטן רבי'ן איז אַנדערש פון דעם לשון פון דעם מגן אברהם; דער לשון אין מגן אברהם איז; „ומהרי"ל הי' דורש גם הלכות חג בשבת שובה". מיטן וואָרט „גם" איז ער מרמזא) אַז נוסף אויף הלכות יו"כ וואָס מען דאַרף דרש'נען בשבת שובה, דאַרף מען דרש'נען אויך הלכות החג, און דער אַלטער רבי לאָזט אויס דעם וואָרט „גם", וואָס איז מרמז אויף הלכות יו"כ, און ברענגט נאָר הל' החג. דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס איז דער אַלטער רבי משמיט אַז מען דאַרף דרש'נען אויך בהלכות יו"כ?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין; שבת שובה איז דאָך ניט אַלע מאָל דער שבת וואָס פאַר סוכות, ווייל אַ סך יאָרן איז די קביעות אַז ס'איז פאַראַן נאָך איין שבת צווישן שבת שובה און סוכות. האָט מען דאָך לכאורה געדאַרפט קובע זיין צו דרש'נען אין דעם שבת וואָס איז אַמנאָענסטן פאַר סוכות, ובפרט לדעת רבנו הזקן וואָס איז ניט מרמז אויף הל' יוהכ"פ כנ"ל. פאַרוואָס האָט מען באַשטימט דעם מנהג אַז דער חכם זאָל דרש'נען הלכות סוכות דוקא אין שבת שובה — אויך אין די יאָרן וואָס ס'איז דאָ נאָך אַ שבת פאַר סוכות?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין; ווען דער אַלטער רבי איז מבאר דעם תוכן פון די דרשות אין שבת שקודם פּסח און שבת שובה, איז ער מדייק בלשונו הזהב: „והעיקר לדרוש ולהורות להם דרכי ה' וללמד3)) להם המעשה אשר יעשון" (און דער עיקר איז צו דרש'נען און אָנווייזן די וועגן פון דעם אויבערשטן און צו לערנען זיי די מעשה וואָס זיי זאָלן טאָן) — פאַרוואָס טיילט ער עס אין צוויי באַזונדערע פּרטים? וועגן וועלכע „דרכי ה'" דאַרף מען עס דרש'נען און אָנווייזן אין צוגאָב צו דעם וואָס מען לערנט „המעשה אשר יעשון"?

ויש לומר; דער אַלטער רבי איז דאָ מרמז, אַז אין די צוויי שבתים — (שבת הגדול און שבת שובה) — דרש'נט מען ניט נאָר הלכות הפּסח והלכות החג — וואָס די הלכות מיינט מען מיט די ווערטער „המעשה אשר יעשון" — נאָר אויך וועגן ענינים וואָס זיינען נוגע צו עבודת האדם וקיום כל המצוות בכלל — וואָס דאָס ווערט געמיינט מיט „להורות דרכי954ה'". און דעריבער האָט דער אַלטער רבי אויסגעלאַזן „הל' יו"כ", ווייל בנוגע צו עיקר הל' יו"כ — דאַרף מען ניט האָבן קיין באַזונדערן זמן צו דרש'נען וועגן זיי, וויבאַלד אַז זיי ווערן שוין נכלל אין די דרשות פון להורות דרכי ה' וואָס מ'זאָגט בשבת הגדול און בשבת שובה. על דרך ווי מ'האָט ניט קובע געווען צו דרש'נען אין דעם שבת וואָס פאַר חג השבועות צוליב דעם וואָס „עצרת אין בו הלכות מיוחדות שכל איסור והיתר הנוהגין בו נוהגין גם כן בפּסח וסוכות")) (אין שבועות זיינען ניט פאַראַן קיין באַזונדערע הלכות, ווייל אַלע זאַכן פון איסור והיתר וואָס זיינען נוהג אין שבועות זיינען אויך נוהג אין פּסח און סוכות).

ב. דער ענין פון אַ דרך איז, וואָס דורך אים קען מען צוקומען צו אַ געוויסן אָרט. דער תכלית איז ניט דער דרך אַליין, דער דרך איז מער ניט ווי אַ מיטל וואָס פירט צום תכלית. אָבער אָן דעם מיטל קען מען דעם תכלית ניט דערגרייכן.

דער תכלית פון דער גאַנצער בריאה איז, אַז אידן זאָלן אין וועלט מקיים זיין מצוות בפועל, — „המעשה אשר יעשון". נאָר — בכדי אַז די מעשה זאָל זיין ווי עס דאַרף צו זיין, מיט לעבן און נשמה — וואָרום „מצוה בלא כוונה כגוף בלא נשמה") — דאַרף מען האָבן אַהבת ה' און יראת ה' וואָס זיי ברענגען אַריין חיות אין דעם קיום המצוות8)), און דאָס זיינען

3) שו"ע אדה"ז סתכ"ס ס"ב.

4) ראה ל"ת להאריז"ל ר"פ עקב. של"ה מסכת תמיד עמוד התפלה ענין חנוכה (רמט, סע"ב). תניא פל"ח.

5) ראה תניא פ"ד ושם. קונטרס העבודה ס"ב ע' 15. די „דרכי ה'", וואָס ברענגען צום תכלית פון מקיים זיין מצוות בפועל.

אמת טאַקע אַז „המעשה הוא העיקרו — אויב איינער זאָל מכוון זיין אַלע כוונות פון אַ מצוה אָבער די מצוה בפועל וועט ער ניט מקיים זיין, איז ער עובר אויף דעם רצון העליון. מה שאין כן אויב בפועל וועט ער טאָן די מצוה, כאָטש עס וועלן אים פעלן אירע כוונות, וועט ער מקיים זיין דעם עיקר פון דער מצוה און ער פירט אויס דעם רצון העליון)) — פונדעסטוועגן דאַרף דער קיום המצוה זיין מיט אַ חיות, און דאָס קען זיין נאָר דורך אהבה ויראה.

קען מען דאָך טענה'ן, וואָס אָרט עס אַז ער טוט די מצוות אָן אַ חיות, לצאת ידי חובתו, אַבי ער האָט מקיים געווען די מצוות בפועל? אַי זיי זיינען „כגוף בלא נשמה" — פעלט טאַקע די נשמה, אָבער וויבאַלד אַז דעם גוף פון די מצוות האָט ער — איז דאָך דאָ פאַראַן דער עיקר.

איז דער ענטפער אויף דעם;

אויב מען טוט אַ מצוה אָן חיות — דער טאָן איז נאָר לצאת ידי חובתו, אָדער פון געוואוינהייט אין אַן אופן פון „מצות אנשים מלומדה" — ווערט דאָס ססוף נוגע אויך צו דער עשיית המצוה בפועל. וואָרום אין צוגאָב צו דעם וואָס די מצוה ווערט דאַן געטאָן אָן הידוריםז) — ווייל טוענדיק די מצוה אָן חיות און נאָר אויף צו יוצא זיין, קען ער דאָך955יוצא זיין אויך בשעת ער טוט זי אָן הידורים — לבד זאת, איז וויבאַלד ער נוצט ניט אויס דעם חיות אין תורה און מצוות, זאָגט זיך אַרויס זיין חיות אין אַנדערע זאַכן ביז אין ענינים פון היפּך התורה ומצוות. איז כאָטש אַז אין אָנהויבס איז ער נאָך גאַנץ אין מעשה המצוות, וואָרום ער וויל דאָך יוצא זיין ידי חובתו, דעריבער באַהערשט ער זיינע מדות און תאוות און אוט די פליכט וואָס ליגט אויף אים, איז אָבער דערנאָך, מצד דעם וואָס זיין רצון און חיות זיינען אין ניט־קדושה'דיקע ענינים, הייבט ער אָן צו זוכן און — „השוחד יעור" — ער געפינט פאַרשידענע „היתרים" אויך אויף דברים האסורים; און — עבירה גוררת עבירה — ער פאַלט נאָך נידעריקער, אַז ער פאַלט דורך אַפילו אין איסורים אויף וועלכע ער קען שוין ניט געפינען קיין היתר, ביז ער קעמפט שוין ניט אַנטקעגן זיינע מדות און תאוות וואָס ליגן אין דברים האסורים.

און דעריבער מוז זיין אַ חיות אין קיום המצוות, וואָס דאָס קומט דורך אהבה ויראה, און דערפאַר זיינען זיי נכלל אין „דרכי הוי'"; זיי זיינען די דרכים וועלכע ברענגען צו דער אויפהאַלטונג און שלימות פון מעשה המצוות.

ג. נאָך אַן ענין; אויב אַפילו אין דעם עצם מעשה המצוות וואָלט גאָרניט געפעלט אויך ווען זיי ווערן געטאָן אָן חיות, פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז די מצוה איז דאָך „כגוף בלא נשמה", איז עס ניט כפי הכוונה. די כוונה ורצון העליון איז, עס זאָלן זיין לעבעדיקע מצוות.

דער טעם אויף דעם: מצוות זיינען געגעבן געוואָרן בכדי „לצרף בהן את הבריות")), בכדי אַז דער איד וואָס טוט די מצוה זאָל ווערן אויסגעאיידלט און פאַרבונדן מיטן אויבערשטן. וואָס דער פאַרבונד פון דעם אידן מיט דעם אויבערשטן דאַרף אַרומנעמען אַלע זיינע כחות, ביז צו פּנימיות הנפש. ובמילא, אויב ער וועט טאָן די מצוות נאָר לצאת ידי חובתו, אָן אַ חיות, ווערט דאָך דעמאָלט די מצוה געטאָן בלויז מיטן כח המעשה אַליין, איז ער דאָך דאַן פאַרבונדן מיטן אויבערשטן נאָר מיט זיין כח המעשה אַליין — דער רצון העליון איז אָבער, אַז דער גאַנצער איד מיט אַלע זיינע כחות זאָל ווערן פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, דורך דעם וואָס אַלע זיינע כחות וועלן מקיים זיין די מצוה*.

נאָר פונדעסטוועגן, כאָטש אַז דער רצון העליון איז אַז אַלע כחות, אויך די כחות פּנימיים, דאַרפן זיין פאַרבונדן מיטן אויבערשטן — ואַדרבה, כחות פּנימיים זיינען העכער און איידעלער פון דעם כח המעשה — איז אָבער פאָרט די עבודה מיט די כחות פּנימיים, אהבה ויראה, ניט אַן ענין פאַר זיך, וואָרום דער תכלית פון דער אהבה ויראה איז, זיי זאָלן ברענגען חיות אין קיום המצוות בפועל10)); ווייל תכלית הכוונה איז; דירה בתחתוניס דוקא, וואָס דאָס קומט דורך כח התחתון שבאדם — דורך מעשה המצוות בפועל. די שלימות הכוונה פון דירה בתחתונים אָבער ווערט אויסגעפירט — בשעת אַז דער קיום המצוות איז בכל כחותיו.

8) ב"ר רפמ"ד.

9) ראה לעיל ע' 897.

10) ראה תניא פ"מ: נק' ן . . תכלית האהבה היא העבודה מאהבה.

956און דאָס איז דער פּשט פון דעם וואָס די עבודה בכחות הפּנימיים, אהבה ויראה, ווערן אָנגערופן „דרכי הוי'"; דער תכלית איז מעשה המצוות, המעשה הוא העיקר, מיט דעם נעמט מען עצמות ומהות אין־סף ברוך הוא. אָבער בכדי אַז דער פאַרבונד מיט עצמות זאָל ניט פאַרבלייבן בהעלם, אויף דעם זיינען די „דרכי הוי'", די עבודה פּנימית אין השגה און אהבה ויראה, וואָס זיי זיינען די דרכים וועלכע פאַרבינדן (בגילוי)יא) עצמות המלך מיט דער מעשה בפועל.

ד. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין דעם לשון פון אַלטן רבי'ן: „דרכי הוי'", לשון רבים. בנוגע קיום המצוות בפועל זאָגט ער „המעשה (ולא „העשיות") אשר יעשון", לשון יחיד, און בנוגע די דרכים זאָגט ער „דרכי", לשון רבים — ווייל מעשה המצוות, איז הגם אַז ס'זיינען פאַראַן תרי"ג מצוות, איז אָבער זייער ענין איין זאַך — דער שעבוד פון כח המעשה צום אויבערשטן; בשעת עס רעדט זיך אָבער וועגן עבודה פּנימית, זיינען שוין דאָ פאַראַן חילוקי מדריגות, און ביי יעדן אידן לויט זיין מדריגה.

און, בכלל, טיילן זיך די דרכים אין צוויי סוגים (אָדער — בנוסח אחר אַ דרך דינט אויף צוויי זאַכן)18)): העלאה מלמטה למעלה והמשכה מלמעלה למטה (פון פעלד און דאַרף און שטאָט צו היכל המלך, פון היכל המלך ביז צום פעלד), וואָס דאָס איז דער כללות החילוק פון דער עבודה פון חודש ניסן צו דער עבודה פון חודש תשרי8 ניסן איז המשכה און תשרי העלאה18)), כמבואר במקום אחר.

און דעריבער איז דער מנהג צו דרש'נען צוויי מאָל אַ יאָר — שבת פאַר פּסח און שבת שובה, ווייל דאַן איז דער זמן פון די צוויי סוגי עבודות? שבת פאַר פּסח — המשכה, און שבת שובה — העלאה, און אין די צוויי דרשות ווערן שוין נכלל אַלע עבודות פון יאָר: די ענינים פון זומער — אין דער דרשה פון שבת הגדול, און די ענינים פון ווינטער — שבת שובה.

(משיחת שבת שובת תשי"ס)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-5w2myvvd

Copies

Recent activity

#113 Likkutei Sichos vol 3: machine reading · approved

Sources