Likkutei Sichos
Vayikra
939א. אין חומש ויקרא רעדט זיך בעי־
קר וועגן עבודת הקרבנות1)), וואָס איז איינע פון די הופּט־עבודות אין משכן
און בית המקדש*).
*) די תורה איז אַן אייביקע)), ד. ה. אַז אין די דינים פון תורה, און אפילו אין די דערציילונגען פון תורה, קען יעדער איד, סיי אַ מאַן און סיי אַ פרוי, אין יעדע צייט און אין יעדן אָרט, געפינען אָנווייזונגען פאַר זיין טאָגטעגלעכן לעבן, — וואָס ער דאַרף יע טאָן און וואָס ער דאַרף ניט טאָן.
אַזוי איז עס בנוגע צו אַלע ענינים פון תורה, און באַזונדערס זיינען נוגע יעדן אידן אין אַלע דורות די הוראות פון תורה בנוגע דעם בית המקדש און דער עבודה אין אים.
דער ציל פון „ועשו לי מקדש", אַז אידן זאָלן מאַכן אַ בית המקדש, איז צוליב „ושכנתי בתוכם" (לשון רבים), אַז דער אויבערשטער זאָל רוען אין זיי, ביי יעדן אידן, אין זיין האַרצן און אין זיין הויז. במילא, איז אפילו איצט, ווען „ומפּני חטאינו", צוליב אונזערע זינך, איז דער גשמיות'דיקער בית המקדש חרוב געוואָרן, איז אָבער דורך דעם וואָס אַ איד „בויט" זיין הויז, און ער פירט זיך אויף אין זיין פאַמיליעןלעבן, אין אַן אופן פון מקדש — קדושה, איז ער זיכער אַז די דאָזיקע אויפפירונג וועט פּועל זיין אַ מחילה אויף די זינד פון אַמאָל, 1) ראה פתיחת הרמב"ן לס' ויקרא.
2) ראה ד"ה באתי לגני השי"ת רפ"ב.
און זיין הויז וועט זיין אַ „מקדש", אַן אָרט וואו עס וועט זיין ושכנ־
רוען. און דאָס וועט אויך ברענגען די ברכות אין אַלץ וואָס ער נויטיקט זיך.
ב. ווי דערמאָנט איז עבודת הקרבנות געווען פון די עיקר'דיקע עבודות אין בית המקדש. עבודת הקרבנות האָט זיך יעדן טאָג אָנגעהויבן און זיך געשלאָסן מיטן קרבן תמיד (דעם קרבן תמיד האָט מען דאָך מקריב געווען צוויי מאָל יעדן טאָג, איין מאָל גאַנץ פרי, פאַר אַלע קרבנות, און דעם צווייטן מאָל, פאַרנאַכט, נאָך אַלע קרבנות)).
דער קרבן תמיד לערנט אַז דער סדר תמידי, דער געוויינליכער סדר איז, אַז אַ איד מוז ניט ברענגען און פאַרברענען אויפן מזבח זיין גאַנצן אייגנטום; דער תמיד איז באַשטאַנען ניט מער ווי פון איין שעפּס, אַ קליינע מאָס וויין און בוימל, אַ ביסל מעל און זאַלץ. נאָך מער: דער סדר תמידי איז אַז ניט יעדער איד האָט געדאַרפט ברענגען אַ באַזונדער קרבן תמיד צוויי מאָל טעגלעך אויפן מזבח. נאָר וואָס דען: יעדער איד האָט געדאַרפט בייטראָגן זיין חלק צום אַלגעמיינעם סכום, פאַר וועלכן מען האָט אַיינגעקויפט שעפּסן, וויין, א.אַ.וו. פאַר די קרבנות פונעם גאַנצן יאָר. פאַרשטענדלעך, אַז פאַנאַנדערטיילנדיק די קאָסטן פון די 4) פסחים נח, ב וש"נ.940קרבנות פון אַ גאַנץ יאָר אויף אַלע אידן, באַטרעפט עס אויפן חלק פון יעדן אידן באַזונדער ניאַ מער ווי אַ קליינע סומע — און דאָך האָט דאָס געבראַכט דעם אויבערשטנס ברכות אויף אַ גליקלעכן יאָר פאַר יעדן אידן, וואו נאָר ער האָט זיך געפונען.
די עבודת הקרבנות לערנט אונז דער אויבערשטער פאַרלאַנגט ניט, אַז דער סדר תמידי פון אַ אידן זאָל זיין אַוועקגעבן זיין גאַנצן פאַרמעגן אין בית המקדש צום פאַרברענען אויפן מזבח, און פאַר זיך זאָל ער גאָרניט איבערלאָזן. וואָס ער מאָנט אָבער יע פון אַ אידן איז: דאָס גאַנצע האַרץ*) . דאָס סאַמע וויכטיקסטע איז ניט די כמות)) — וויפל כחות, געלט און אַלגעמיינע האָב און גוטס דער איד גיט אַוועק פאַר דעם אויבערשטן, נאָר בעיבאדנג איז ער אָל עס געבן מיטו. פולן האַרצן. וואָס דעמאָלט, אפילו אויב די מאָס פון זיין געבן איז (מאיזה סיבה חזקה) ניט קיין גרויסע: בלויז אַ קליינעם טייל פון זיין יעדן סאָרט פאַרמעגן,
— ווי מיר געפינען ביים קרבן תמיד אַז ער איז באַשטאַנען פון אַלע סוגים7): אַ שעפּס פון סוג החי, מעל, בוימל און וויין פון צומח, און זאַלץ פון דומם —
וויבאַלד אָבער דאָס ווערט געגעבן מיט אַ גאַנץ האַרץ, מיט לעבעדיקייט און שמחה, טוט זיך אָפּ דער ענין כפי
5) ראה זבחים (יג, א) דשלא לשמן או לשמן ושלא לשמן — דינם שווה. ובמשנה ספ"ך דזבחים: לשם השם . . לשם ניחוח. ואפילו לדעת התוס' והמשנה למלך — מצוה הוא ובפרט לפי' הלח"מ דלהרמב"ם (הל' מעה"ק ספ"ד) מעכב נם בדיעבד.
6) ראה משנה סוף מנחות. ויק"ר פ"ג, ה.
7) ראה טעמי המצות להאריז"ל פ' ויקרא. וראה ג"כ תניא פל"ד. הכוונה און עס ברענגט אויך אַלע ברכות און גוטע השפּעות פּונקט ווי דער קרבן תמיד אַמאָל.
ג. נאָך אַן אָנווייזונג איז פאַראַן אין דעם קרבן תמיד;
דעם דאָזיקן קרבן האָט מען געבראַכט אויפן מזבח בלויז צוויי מאָלאַ טאָג, איינעם גאַנץ פרי און דעם צווייטן פאַרנאַכט — און דאָך ווערט אָט דער קרבן באַצייכנט מיטן נאָמען וואָס באַדייט שטענדיקייט: „קרבן תמיד". דאָס מיינטח), אַז אויך די צווישנצייט פון די צוויי קרבנות איז געווען פאַרפולט און דורכגעדרונגען מיטן קרבן תמיד. דערפאַר איז די צייט פון ערשטן קרבן תמיד געווען גאַנץ פרי, צום אַלעם ערשטן, פאַר יעדער אַנדערער באַשעפטיקונג, ווייל דער קרבן תמיד דאַרף באַאיינפלוסן און דורכדרינגען אין די אדרכן דארף מנן אפרערננן וי א אידיש הויז דאַרף זיך פירן:
אין פאַרלויף פון טאָג איז מען דאָך אין הויז באַשעפטיקט מיט אַלערליי זאַכן, וואָס האָבן אַ שייכות סיי מיטן גוף און סיי מיט דער נשמה. וויבאַלד אָבער דאָס גטלעכע ליכט איז ניט קענטיק אין דער טא־טעגלעכער פאַרנומענקייט — ווייל אפילו די זאַכן וואָס האָבן צו טאָן מיט דער נשמה ווערן זיי דאָך דורכגעפירט לויטן מענטשלעכן פאַרשטאַנד, וואָס קען אַמאָל אַראָפּפירן פון ריכטיקן וועג און צוברענגען ח"ו ביז צום היפּך פון אוי־
בערשטנס ווילן — דערפאַר דאַרף זיך
אַ איד באַוואָרענען באַלד אין אָנהויבס
טאָג, נאָך איידער ער טרעט צו צו זיינע
פאַרשידענע באַשעפטיקונגען פון טאָג941אויסדריקן צום אַלעם ערשטן זיין איבערגעבנקייט בתכלית צום אויבערשטן. וואָס דאָס איז דער מיין פון דעם זאָגן „מודה אני לפניך מלך . . . " מיד שניעור, באַלד ביים עפענען די אויגן אינדערפרי; ער דאַנקט השי"ת וואָס האָט אים צוריקגעגעבן די נשמה און רופט עם דערביי „מלך", וואָס די באַציאונג צו אַ מלך איז דאָך אַז מען גיט זיך איבער מיט זיין גאַנצן לייב און לעבן. און די דאָזיקע איבערגעבנקייט פון אָנהויבס טאָג ווירקט זיך אויס אויך אין די שפּעטערדיקע שעות, וועלכע ער פאַרנוצט פאַר זיינע באַדערפענישן; אויך אין זיי זעט זיך די ווירקונג פון „מודה אני", אויך זיי זיינען דורכגענומען מיט מסירה ונתינה צום „מלך", צום באַשעפער און במילא ווערן אויך זיי באַגלייט מיט די ברכות והשפּעות פון אויבערשטן.
און דאָס איז אָנגעדייטעט אין דעם ענין פון „קרבן תמיד" און די פּרצים אין דעם; בעת מען הויבט אָן דעם טאָג מיטן קרבן, מיט איבערגעבנקייט צום אויבערשטן, ווערט דער קרבן באַצייכנט ווי אַ תמיד: ער איז ניט באַגרענעצט בלויז צו יענעם מאָמענט אין פרימאָרגן, נאָר האָט אַ תמידית'דיקע, שטענדיקע ווירקונג. ברענגענדיק דעם קרבן האָט מען געדאַרפט שפּריצן זיין בלוט אויפן מזבח און דאָרט מקריב זיין זיין פעטס (חלב). בלוט האָט די אייגנשאַפט פון לעבעדיקייט, היציקייט און קאָכעניש, פעטס צייגט אויף דעם פאַרגעניגנס־געפיל (פון פאַרגעניגן ווערט געשאַפן פעטקייט)). דאָס מיינט; דער ערשטער שריט פון טאָג איז דעם אידנס פעסטער באַשלוס צו ריכטן זיין קאָכיקייט נאָר צום מזבח, אין ריינע און הייליקע זאַכן און אַז נאָר אין זיי זאָל זיין זיין פאַרגעניגן — און דער אויבערשטער העלפט אים אָנצוהאַלטן און פאַרווירקלעכן דעם דאָזיקן באַשלוס אין אַלע צייטן פון טאָג, וואָס ברענגט אויך מיט זיך דעם אויבערשטנס ברכה און הצלחה אויפן גאַנצן טאָג און גאַנצער נאַכט.
ד. וועגן קרבן תמיד דערציילט דער מדרשי), אַז דאָס מקריב זיין דעם קרבן תמיד האָט פאַרגעבן אויף (געוויסע) זינד, וועלכע מ'איז באַגאַנגען איידער מ'האָט מקריב געווען דעם קרבן;
השי"ת גיט אַ געלעגנהייט אַ מענטשן וואָס איז ח"ו דורכגעפאַלן, צו פאַריכטן זיין פאַרגאַנגענהייט. אַ מענטש גייט דורך אין זיין לעבן פאַרשידענע שוועריקייטן און נסיונות — און אַמאָל קען פּאַסירן ער זאָל אַ געוויסן נסיון ניט ביישטיין ח"ו. אויב אָבער ער נעמט אויף זיך פון דאָס ניי צו זיין איבערגעגעבן צום אויבערשטן, ער זאָגט מיטן גאַנצן האַרצן „מודה אני לפניך מלך" — וואָס דאָס איז, ווי געזאָגט פריער, אויך פון דעם „אינהאַלט" פון קרבן תמיד — איז עס מכפּר אויף די פריערדיקע שעות פון טאָג,
אָנהויבנדיק פון דעם אַלטן רבי'ן אָן, ווערט אין חסידות אונטערשטראָכן און ערקלערט מיט טיפער, ברייטער און פאַרשטענדלעכער ערקלערונג ; אַז אויך ווען אַ איד פאַלט דורך ר"ל, טאָר ער ביי זיך ניט ווערן אַראָפּגעפאַלן אינגאַנצן און זיין אָפּהענטיק; און אין קיין פאַל טאָר ער ניט אַריינפאַלן אין אַ צושטאַנד פון יאוש ח"ו. אדרבה, ער942דאַרף זיך שטאַרקן; פאַריכטן וואָס ער האָט פאַרקרימט, דערגענצן וואָס ער האָט פאַרפעלט צו טאָן און האָפן אַז דער אויבערשטער וועט אָננעמען זיין תשובהיא).
די דאָזיקע תשובה געפינט איר אויסדרוק — אין „מודה אני לפניך מלך", איינקריצן אין קאָפּ און אין האַרצן די דאַנקבאַרקייט און איבערגעגעבנקייט צום אויבערשטן, און פאַסן אַ פעסטן באַשלוס, אַז דער דם און חלב — קאָך און פאַרגעניגן — זאָלן זיין נאָר אין הייליקע זאַכן, וואָס דאַן פאַרגיט אים דער אויבערשטער אויף דאָס באַגאַנגענע אין די פריערדיקע שעות, און גלייכצייטיק גיט אים דער אויבערשטער זיין ברכה, אין דער פולסטער מאָס, אין אַלץ וואָס ער נויטיקט זיך, סיי אין גשמיות סיי אין רוחניות, פאַר זיך און פאַר זיינע בני־בית.
ביז אַז דאָס (ההנהגה דקרבן תמיד) וועט ברענגען אויך די ברכה הכללית, די הויפברכה און עיקהברכה, אַז בקרוב וועט קומען משיח צדקנו און אויפבויען דעם בית המקדש און אַרויסנעמען אונז פון אינעווייניקסטן גלות און פון אויסערלעכן גלות, און ברענגען אונז לארצנו הקדושהיב), וואָס דעמאָלט וועט מען זוכה זיין צו זען, אויך מיט די פליישיקע אויגן, ווי מען איז מקריב דעם קרבן תמיד אין בית המקדש, במהרה בימינו אמן.
ה. אין סוף פּ' ויקרא ווערט גערעדט וועגן אשם תלוי וואָס מען דאַרןף) ברענגען ווען מ'באַגייט אַ ספק חטא (ווי למשל, ווען איינער האָט פאַר זיך געהאַט כשר'ע און ניטשר'ע פעט און האָט געגעסן איינע פון זיי. שפּעטער האָט מען אים געזאָגט אַז איינע פון די צוויי איז געווען חלב, אָבער עס איז נאָך אַלץ ניט קלאָר צי ער האָט געגעסן די חלב אָדער די כשר'ע פעטס. איז דער דין, אַז אויף דעם ספק איז מען מחוייב צו ברענגען אַ קרבן וואָס ווערט גערופן אשם תלוי). איז אַ מחלוקת אין גמראיג) ; צי מען איז חייב (כרת אָדער חטאת) אויב מען שעכט אַן אשם תלוי חוץ לעזרה (ווי מען איז חייב ביי אַנדערע קרבנות אויף שחוטי חוץ), ר' מאיר איז מחייב און די חכמים פּטר'ן. זייער טעם; וויבאַלד אַז דער קרבן אשם תלוי קומט דאָך אויף אַ ספק, קען דאָך זיין אַז ער האָט גאָר קיין איסור ניט געטאָן, דעריבער קען מען ניט מחייב זיין אויף שחוטי חוץ, וואָרום עס קען דאָך זיין אַז מען האָט גע'שחט'ן מחוץ לעזרה אַ בהמה וואָס איז ניט געווען קיין קרבן. און דער רמב"םיד) פּסק'נט דעם דין ווי די חכמים, אַז מען איז פּטור.
נאָך אַ מחלוקת איז פאַראַןיח) וועגן איינעם וואָס האָט געבראַכט אַן אשם תלוי, און איידער מ'האָט דעם קרבן גע'שחט'ן האָט ער זיך דערוואוסט אויף זיכער אַז ער איז קיין איסור ניט באַגאַנגען, אָדער ער האָט זיך דערוואוסט אויף זיכער אַז ער האָט יע געטאָן אַן איסור (וואָס דאַן קען מען דעם קרבן ניט מקריב זיין, ווייל אַן אָשם תלוי קומט אויף אַ ספק), זאָגט ר' מאיר; „יצא וירעה בעדר", אַז די943בהמה ווערט חולין; און די חכמים זאָגן3 „ירעה עד שיסתאב כו'", אַז די בהמה האָט דעם דין פון אַ קרבן, אָבער אַ קרבן וואָס מען קען אים ניט מקריב זיין און מען דאַרף וואַרטן ביז די בהמה וועט באַקומען אַ מום און דאַן וועט מען זי אויסקויפן פון הקדש. און דער רמב"ם*10)) פּסק'נט ווי די חכמים, און דער טעם איז: ווייל „לבו של אדם דוה על עונותיו והואיל ועל ספק הפרישו גמר בלבו להקדיש" (דאָס האַרץ פון דעם וואָס ברענגט דעם קרבן טוט אים וויי אויף זיינע זינד און וויבאַלד אַז ער האָט אים מפריש געווען אויף אַ ספק, האָט ער אין האַרצן באַשלאָסן אַז די בהמה זאָל אַלץ איינס זיין הקדש).
פרעגט מען די קשיא; לויט דער דעה פון די חכמים (און דעם פּסק פון רמב"ם) אַז אויך ווען ער ווייסט שפּעטער בבירור אַז „לא חטא", בלייבט די בהמה נאָך אַלץ הקדש, ווייל „גמר בלבו להקדיש", דאַרף דאָך אויסקומען לכאורה (ואדרבה — מיט אַ כל שכן) אַז דאָרט וואו ס'איז געבליבן דער ספק, דאַרף זי דאָך געוויס בלייבן אַ קרבן — ווייל אויב אפילו אין אמת'ן האָט ער ניט געזינדיקט, איז דאָך „גמר בלבו להקדיש" — איז פאַרוואָס פּסק'נען די חכמים (והרמב"ם), אַז אויב מען האָט דעם קרבן גע'שחט'ן בחוץ האָט עס ניט דעם דין פון שחוטי חוץ?
די ערקלערונג אין דעם קען מען זאָגן; אין קדושת הקרבנות זיינען דאָ צוויי חלקים; א) בדיני אדם, ווי דער מענטש זאָל זיך נוהג זיין מיט דער בהמה וואָס ער האָט מקדיש געווען פאַר אַ קרבן — אין דעם איז גענוג דאָס וואָס מען ווייס בדיני אדם אַז „גמר בלבו להקדיש" אַז זי זאָל זיין הקדש, אויך ווען באמת לא חטא אָדער אפילו ווען אים איז דערנאָך קלאָר געוואָרן אַז יאָ חטא. ב) בנוגע לדיני שמים: דער אשם תלוי איז אַ קרבן בנוגע דיני שמים דוקא אויב ער האָט טאַקע געזינדיקט — נאָר ביי דעם מענטשן איז אַ ספק, וואָס צוליב דעם חטא וואָס ער איז באַגאַנגען אין אַן אופן וואָס ביי אים איז אַ ספק צי חטא, דאַרף ער ברענגען אַן אשם תלוי (אויב אויך דער מענטש ווייסט אַז ער איז באַגאַנגען אַ חטא דאַרף ער ברענגען אַ חטאת).
דעריבער איז דער טעם וואָס „לבו של אדם דוה וכו' וגמר בלבו להקדיש", העלפט אַז דאָס זאָל זיין הקדש נאָר בנוגע לדיני אדםיז), אָבער בנוגע לדיני שמים איז עס אַ קרבן דוקא אויב חטא בפועליח) ; און וויבאַלד אַז עס קען דאָך זיין אַז לא חטא — וואָס דאַן איז עס בנוגע לדיני שמים (כרת) קיין קרבן ניט — איז ער דאָך ניט מחוייב קיין כרת אויף דעם שחוטי חוץ במזיד, און במילא דאַרף ער אויך ניט ברענגען אויף דעם קיין קרבן חטאת אויב ער האָט עס געטאָן בשוגג, ווייל דוקא „דבר שזדונו כרת שגגתו חטאת" 180)).
944ו. וועט מען עס פאַרשטיין אויך פון דעם וואָס כאָטש אַז קרבן חטאת קומט אויף איסור ודאי (בשוגג) און אשם תלוי אויף איסור ספק, געפינען מיר אָבער מער האַרבקייט אין אשם תלוי ווי אין קרבן חטאת; חטאת בת דנקא ואשם בת שתיםכ), אַ חטאת האָט געמוחט זיין ווערט ניט ווייניקער ווי אַ „דנקא"*20) (אַזאַ מטבע) און אַן אשם תלוי — ניט ווייניקער ווי צוויי סלעים וואָס דאָס איז 48 דנקא'ת!
איז רבינו יונהכא) דאָס מבאר, ווייל עיקר הכפּרה פון אַ קרבן איז דורך דער תשובה וואָס מען טוט דערביי. דעריבער, ווען מען ווייסט ביי זיך זיכער אַז מען האָט געזינדיקט, ווערט דער מענטש דערוועקט צו חרטה און תשובה מיט אַן אמת; בשעת אָבער ביי אים איז אַ ספק און ער טראַכט אַז אפשר האָט ער גאָר קיין עבירה ניט געטאָן — דאַרף מען זוכן מיטלען צו „פּועל'ן" ביי אים, ער זאָל האָבן חרטה און טאָן תשובה באמת. דערפאַר האָט אַן אשם תלוי געדאַרפט קאָסטן אַ סך מער פון אַ חטאת.
דער טעם איז אָבער, לכאורה, ניט מספּיק. אמת טאַקע אַז עס האָט געדאַרפט זיין תשובה, ס'איז דאָך אָבער פאַראַן אַן ענין און אַ מעלה אין הקרבת הקרבן גופא, וואָס זי האָט אין זיך די סגולה צו מכפּר זיין און אַראָפּנעמען די פּגמים וועלכע זיינען געשאַפן געוואָרן דורך די עבירות; און לויט די חילוקים פון די פּגמים דורך די פאַרשידענע חטאים, לויט דעם זיינען די חילוקים אין די קרבנות, וואָס דאַרפן מתקן זיין די פּגמים. מוז מען דאָך זאָגן, אַז דאָס וואָס אַן אשם תלוי האָט געדאַרפט קאָסטן מער פון אַ חטאת איז עס ניט נאָר בכדי צו מעורר זיין דעם מענטשן צו אמת'ר תשובה, נאָר אויך ווייל אַן אָשם תלוי דאַרף מכפּר זיין אויף אַזאַ פּגם וואָס איז גרעסער פון דעם פּגם וואָס אַ קרבן חטאת איז מכפּר. איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק, ווי איז שייך צו זאָגן אַז דורך אַ ספק איסור זאָל ווערן אַ גרעסערער פּגם ווי דורך אַן איסור ודאי?
ז. קרבנות בכלל זיינען מכפר נאָר אויף חטאים וואָס מ'טוט בשוגגיא), וואָרום אויך אַן עבירה בשוגג דאַרף האָבן אַ כפּרהיא). כאָטש דער עצם טאָן דעם חטא איז געווען ניט ווילנדיק, ער האָט עס געטאָן שלא מדעתו, אָבער דאָס גופא וואָס דער מענטש האָט געקענט באַגיין אַן עבירה בשוגג איז אַ באַווייז אַז ער איז ניט ווי עס דאַרף צו זיין, ווייל אויב ער וואָלט געווען ווי עס דאַרף צו זיין וואָלט ער ניט דורכגעפאַלן אפילו אין אַ שוגג, ווי עס שטייט *2)) 2) „לא יאונה לצדיק כל און". ד.ה. אַז די שולד פון דעם עובר עבירה בשוגג איז דאָס וואָס ער האָט געלאָזט זיין נפש הבהמית צו ווערן שטאַרק דורך זיינע פריערדיקע, בהמה'שע פּעולותיח) (נאָך איידער ער האָט געטאָן די עבירה), וואָס דאָס האָט אים גע־946בראַכט דערצו אַז ער זאָל קענען עובר זיין אַן עבירה בשוגג.
אָט די זאַכן וועלכע ווערן געטאָן ביי אַ מענטשן בדרך ממילא, שלא מדעתו ושלא בכוונה, ווייזן אויף זיין מהות, אין וואָס ער ליגט און אין וואָס עס איז זיין געשמאַק. די עשיות פון אַ צדיק, וואָס זיין געשמאַק איז אין ג־טלעקייט, זיינען פּעולות פון טוב און קדושה; און דער וואָס האָט געקענט דורכפאַלן אין אַן עבירה, איז אַ ראי' אַז זיין געשמאַק געפינט זיך אין ענינים פון לא טוב.
און דאָס וואָס די מעשה העבירה איז געווען נאָר בשוגג, איז אָבער, אין אַ געוויסן פּרט, דער פּגם פון אַ שוגג נאָך גרעסער ווי דורך אַ מעשה במזיד; ווייל ווען אַ מענטש טוט אַ פּעולה בכוונה ומדעתו, ווייתט זי ניט אויף אַזויפיל אויף דעם טיפן פאַרבונד פון דעם מענטשן מיט דער זאַך וואָס ער האָט געטאָן; עס קען זיין אַז די גאַנצע שייכות זיינע מיט דער פּעולה קומט נאָר בשעת העשי' און איז נאָר מיט זיין כח העשי' און דער דרגת הכוונה ודעת באַ וועלכע ער האַלט דאַן. אָבער אַ פּעולה וואָס טוט זיך ביי אים פון זיך אַליין, איז זי דאָך אַ באַווייז אויף זיין מהות, אַז דערמיט איז פאַרבונדן זיין „איך" וואָס איז טיפער פון כוונה ודעת, און דעריבער ציט עס אים, אינסטינקטיוו, צו טאָן אָט די פּעולות און אַזוי שטאַרק ביז אַז עס איז אַראָפּגעקומען במעשה בפועל.
ח. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין כתבי האריז"לכ) אַז דער וואָס איז נזהר פון אַ משהו חמץ בפסח איז ער פאַרזיכערט אַז ער וועט ניט זינדיקן דעם גאַנצן יאָר. איז ניט פאַרשטאַנדיק ; אַ מענטש איז דאָך אַ בעל בחירה, ער קען אַלעמאָל אויסקלייבן צו גיין אין וועלכן וועג ער וויל, איז ווי קען מען זאָגן, אַז דורך דעם וואָס ער וועט זיך אויסהיטן פון אַ משהו חמץ 8 טעג וועט ביי אים צוגענומען ווערן די בחירה?
נאָר דער פּירוש איז, אַז דער אריז"ל רעדט דאָ וועגן חטאים בשוגג; במזיד איז טאַקע מעגלעך אַז ער זאָל ח"ו עובר זיין, ווייל ער איז אַלעמאָל אַ בעל בחירה און ער איז אַלעמאָל פריי צו טאָן לויט זיין ווילן, אָבער אין אַ חטא בשוגג וואָס ווערט געטאָן שלא מדעתו, וועט ער ניט דורכפאַלן (אויף אַזויפיל), ווייל דורך דעם וואָס ער איז געווען נזהר פון אַ משהו חמץ, איז זיין מהות געוואָרן, אין אַ געוויסער מאָס, אַ מהות פון קדושהכז), וואָס דורך דעם וועט אים במילא ניט ציען צו עבירותכח).
ט. על פּי זה וועט אויך זיין מובן וואָס ווען די גמראכח) וויל אויסמאָלן אַ מציאות אויף וועלכער מען דאַרף ברענגען אַן אשם תלוי, ברענגט זי דעם ביישפּיל פון ספק חלב ספק שומן.946ולכאורה, עס זיינען דאָך פאַראַן כמה וכמה אַנדערע פאַלן פון ספק עבירה — וואָס איז דער טעם וואָס די גמרא כאַפט אָן דוקא די מציאות פון ספק חלב ספק שומן?
איז די ערקלערונג8 ווי געזאָגט, קומט אַן אשם תלוי אויף ספק איסור שוגג — ביי אים איז געוואָרן אַ ספק צי ער האָט געטאָן אַן עבירה בשוגג. און וויבאַלד אַז די אָסור'דיקע פּעולות שבשוגג קומען דאָך מצד דעם תענוג, מצד דעם געשמאַק וואָס ער האָט אין זיי, כנ"ל, הייסט דאָך דאָס, אַז וואָס פאַר אַ ספק איסור עס זאָל ניט זיין איז דער אינהאַלט פון דעם ספק; אין וואָס איז זיין תענוג — צי זיין פאַרגעניגן איז אַ מותר'דיקער, וואָס ברענגט אים צו פּעולות כשרות, אָדער זיין תענוג איז ר"ל אַן אָסור'דיקער, אַזאַ וואָס ציט אים צו דברים האסורים. און דעריבער ברענגט די גמרא די דוגמא אויף אשם תלוי — ספק חלב ספק שומן (ווייל חלב ושומן קומען פון תענוג).
על דרך ווי עס איז ערקלערט געוואָרן אַז דער פּגם דורך אַן איסור בשוגג איז אין אַ פּרט גרעסער פון אַ פּגם דורך אַן איסור במזיד, אַזוי קען מען אויך מבאר זיין די האַרבקייט וואָס איז דאָ אין אַ ספק איסור אויף אַ ודאי איסור; בשעת איינער ווייסט זיכער אַז ער האָט בשוגג עובר געווען אויף אַן איסור, איז אמת טאַקע, דאָס ווייזט אַז זיין פאַרבונדענקייט מיט רע איז געווען נאָך פאַר דער מעשה האיסור, וואָס האָט אים געבראַכט צו עובר זיין אויף דעם איסור בשוגג, שלא מידיעתו וכוונתו; פונדעסטוועגן איז אָבער נאָך דעם ווי ער האָט געטאָן דעם איסור, כאַפּט ער זיך אַז ער איז דורכגעפאַלן און ער ווייסט אַז עס טויג ניט צו זיין אַזוי ווי ער איז. אָבער ביי ספק איסור, ווען ער ווייסט גאָר ניט צי איז ער דורכגעפאַלן, ביי אים איז רעכט צו מיינען, „מתברך בלבבו" *0)), אַז ער איז גאָר קיין איסור ניט באַגאַנגען, ווייזט עס אין אַ געוויסן זין אויף אַ טיפערער שייכות צו רע, וואָס מצד דעם ווייסט ער גאָרניט אַז ער טויג ניט.
ביי דעם עובר אויף אַן איסור שוגג בודאי, איז זיין מהוות נאָך אַלץ טוב, און אַן עבירה איז אַ סתירה און אַ מנגד צו איט, וואָס דערפאַר דערפילט ער ססוף אַז ער האָט עובר געווען אויפן רצון העליון; ער דערפילט דעם רע וואָס איז אים מנגד און שטערט צו זיין מהות (דער נפש הבהמית האָט אים מער ניט ווי אַרומגענומען און שלעפּט אים צו רע, אָבער ניט אַז דאָס איז געוואָרן זיין מהות, אדרבה, ס'איז גאָר מנגד צו זיין מהות). משא"כ דער עובר עבירה בספק, און איז מתברך בלבבו, איז דאָס געוואָרן זיין מהות און איז אים גאָר ניט קיין מנגד און קיין שטער, וואָס דערפאַר פילט ער גאָרניט און ווייסט גאָרניט אַז ער האָט געטאָן אַן עבירה.
און דערפאַר דאַרף מען אויף אַ ספק איסור ברענגען אַן אשם תלוי, וואָס קאָסט אַ סך טייערער ווי אַ חטאת וואָס מען דאַרף ברענגען אויף אַ ודאי איסור, ווייל דער אשם תלוי דאַרף אַראָפּווישן אַ טיפערן פּגם.
י. על פּי זה איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת ביי איינעם איז אַ ספק צי ער האָט געטאָן אַן איסור, איז אויב אפילו אַז כלפּי שמיא גליא אַז ער האָט ניט947עובר געווען אויף דעם איסור (ובמילא קומט אים נים קיין עונש, ווייל עונש קומט אויף מעשה איסור דוקא), איז אָבער בנוגע צו זיין מצב הנפש, איז דאָס גופא וואָס אויף אים איז פאַראַן אַ ספק אַז ער האָט עובר געווען אַן עבירה (אפילו אויב אין אמת'ן האָט ער ניט עובר געווען), איז דאָס אַ באַווייז אַז ער האָט אַ שייכות צו דעם (אויב ער וואָלט ניט געהאַט קיין שייכות צו רע וואָלט גאָר ניט קענען זיין קיין ספק אַז ער האָט געטאָן אַן איסור) 0)), איז אויב פונדעסטוועגן איז עס פאַר אים קיין שטער ניט און ביי אים איז רעכט צו מיינען אַז ער איז ווי עס דאַרף צו זיין; אַז זיין תענוג און קאָך איז אַ היתר'דיקער (ספק שומן), איז דאָך זיין מצב הנפש, אין אַ געוויסן זין, ערגער ווי ביי דעם עובר איסור ודאי, בשוגג צי במזיד.
לויט דעם קומט אויס אַז קרבן אשם תלוי, מיט זיין האַרבקייט אויף קרבן חטאת, איז שייך ביי יעדערן וואָס נודע לו ספק איסור, אפילו אויב אין דער אמת'ן האָט ער קיין איסור ניט געטאָן 4)). דערפאַר האַלטן די חכמים, אַז אפילו אויב דערנאָך איז קלאָר געוואָרן אַז לא חטא אָדער אַז חטא ודאי, פונדעסטוועגן, איז דאָס וואָס ס'איז נוגע צו אים, צו מעמד ומצב נפשו, איז „גמר בלבו להקדיש" און „ירעה עד שיסתאב".
דאָס אַלץ איז בנוגע למצב נפשו וואָס ער וויל און דאַרף מתקן זיין. אָבער בנוגע צו דיני שמים איז „המעשה הוא העיקר". בעונשין דלמעלה איז נוגע די עשיית העבירה בפועל 4)). טאָן אַן עבירה בפועל איז היפך רצון וציווי הקדוש ברוך הוא בתורתו, „אשר יעשה אותם האדם"ח), „אשר לא תעשינה" 4)). און דעריבער איז אויב כלפּי שמיא גליא אַז ער האָט ניט עובר געווען אויפן איסור בפועל (כאָטש אַז מצד מצב נפשו איז ער שייך דערצו), איז בדיני שמים קומט אויף דעם ניט קיין עונש.
און דערפאַר פּסק'נען חכמים (ורמב"ם)7) „אשם תלוי וכו' שהקריבן בחוץ פּטור", וואָרום וויבאַלד אַז עס קען זיין אַז לא חטא במעשה בפועל, און דעמאָלט איז דאָך בנוגע לדיני שמים איז עס קיין קרבן ניט, קומט דאָך ניט קיין כרת על הקרבתו בחוץ, וכל שאין זדונו כרת — אין שגגתו חטאת, — ער איז פּטור.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-4rw9t21w