Likkutei Sichos
Bechukosai
1012תלמידים ותלמידי תלמידים, וואָס זיי האָבן געקענט טאָן די אַרבעט) זיך אַליין אָפּגעגעבן מיט דער עבודה.
און דאָס איז אַ הוראה פאַר אַלע זיינע מקושרים והולכים בעקבותיו; מען זאָל זיך ניט באַנוגענען דערמיט וואָס זיי האָבן אויפגעשטעלט תלמידים וועלכע זיינען זיך שוין עוסק אין הרבצת התורה והפצת המעינות, מאַכנדיק אַ חשבון; וויבאַלד אַז די אַרבעט וואָס זייערע תלמידים טוען, קומט דאָך דורך זייער השפּעה, במילא וועלן אויך זיי, די משפּיעים, באַקומען דעם תוספות אור וואָס ווערט נמשך דורך עבודת התלמידים; זיי דאַרפן שוין איצטער ניט טאָן מיט אַ זולת, נאָר זיי וועלן זיך עוסק זיין אין תורה פאַר זיך אַליין. אַזאַ הנהגה — באַקומען
א. אויפן פּסוק „אם בחוקותי תלכו" זאָגט דער ספרא (און ס'ווערט אויך געבראַכט אין רש"י)א „יכול אלה המצות ת"ל כו' שתהיו עמלים בתורה", אַז „בחוקותי תלכו" מיינט ניט קיום המצוות, ווייל דאָס שטייט שפּעטער בפירוש „ואת מצותי תשמרו וגו'", נאָר וואָס מיינט „בחוקותי תלכו", איר זאָלט האָרעווען אין תורה.
דאַרף מען פאַרשטיין; אויב „בחוקותי תלכו" וואָלט געמיינט מצוות, וואָלט מען דאַן קענען מסביר זיין פאַרוואָס ער דערמאָנט נאָר חוקים, הגם אַז אין מצוות זיינען פאַראַן אויך די סוגים פון עדות און משפּטים, ווייל אויך עדות און משפּטים, וואָס האָבן אויף זיך אַ טעם, דאַרף מען מקיים זיין מיט קבלת עול, פּונקט ווי חוקיםא). ריוח (דעם תוספות אור) פאַר דער עבודה פון אַמאָל — איז (בדקות) אַן ענין פון ריבית. מען דאַרף שטענדיק טאָן ניט נאָר מיט זיך, נאָר אויך מיט יענעם; טאָן די זעלבע אַרבעט וואָס עס פאָדערט זיך פון זייערע תלמידים.
און דער שכר פאַר דער הנהגה פון זיין נזהר אין ריבית איז, אַז אויך אין זייער אייגענער עבודה וועלן זיי האָבן די השתתפות פון רבי'ן דעם נשיא, און דורך אים — וואָס ער איז עומד בין ה' וביניכם — די השתתפות פון אויבערשטן, קבלת עול שמים, וואָס דאָס וועט פּועל'ן ביי זיי אויך דעם ענין פון יציאת מצרים, דאָס וועט זיי אַרויסנעמען פון אַלע זייערע מצרים און הגבלות.
היות אָבער אַז דאָ רעדט זיך וועגן תורה, איז פאַרוואָס זאָגט דאָ דער פּסוק דעם לשון „בחוקותי תלכו", תורה איז דאָך בעיקרה הבנה והשגה; מען דאַרף האָרעווען ניט נאָר אויף צו איינ'חזר'ן און וויסן די פּרטי הדינים נאָר אויף צו פאַרשטיין זייערע טעמים, ווי זיי זיינען נתפּרש געוואָרן אין תורה שבכתב און אין תורה שבעל־פ
און כאָטש אַז די מצוות, וועלכע ווערן אָנגערופן מיטן נאָמען חוקים, איז דאָך ניט שייך צו פאַרשטיין זייערע טעמים, וואָרום אויף זיי שטייט דאָךב) „חוקה כו' אין לך רשות להרהר אחרי'", זיינען זיי דאָך אָבער אַ קליינער טייל פון תורה, דער גרעסטער טייל פון תורה איז געגעבן געוואָרן אין השגה דוקא.
1013פּונקט ווי תורה שבכתב בכללה — וואָס עיקר ענינה איז די קריאה, וואָס דערפאַר קען אויך אַן עם־הארץ מאַכן ברכת התורה כאָטש ער פאַרשטייט ניט די ווערטער וואָס ער זאָגט — איז אַ סך ווייניקער אין כמות פון תורה שבעל פּה — וועלכע מען מוז דוקא פאַרשטיין, און בשעת מען פאַרשטייט ניט וואָס מען לערנט קען מען אויף דעם קיין ברכת התורה ניט מַן
(און נאָך מער; דער אונטערשייד צווישן תורה שבכתב און תורה שבעל פּה איז באין ערוך ; תורה שבכתב איז אַ באַשטימטע צאָל פּסוקים אותיות וכו', און עס טאָר ניט זיין אַ יתר. די הגבלה פון תורה שבעל פּה איז אָבער — נאָר אין דעם וואָס איז שוין בגילוי בפּועל, אָבער מצד דעם וואָס אין איר איז פאַראַן און עס קומט אַרויס בגילוי נאָך און נאָך, — „מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש"*) — איז תורה שבעל פּה בלי גבול),
די זעלבע זאַך איז אין תורה שבכתב גופא; דער חלק פון תורה וואָס לא נתפּרש טעמו, דער חלק וואָס רעדט וועגן חוקים, איז אַ סך קלענער פון דעם חלק אין תורה וואָס רעדט וועגן די מצוות וואָס קומען אַראָפּ אין השגה.
איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק דער לשון „בחוקותי תלכו" — ווען דער פּסוק וויל אָנזאָגן „שתהיו עמלים בתורה", דערמאָנט ער חוקים וואָס איז גאָר אַ קליינער חלק פון תורה?
ב. דער אַלטער רבי אין לקוטי תורה איז מבאר אַז „בחוקותי" איז פון לשון חקיקה (אויסגעקריצט), און דער פּסוק איז דאָ מרמז אַז דער האָרעווען אין לימוד התורה דאַרף זיין אין אַן אופן פון חקיקה.
דער אויפטו פון אותיות החקיקה באַשטייט אין דעם, וואָס ניט בלויז זיינען די אותיות פאַראיינציקט מיט דער זאַך אויף וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט
— די מעלה איז פאַראַן אויך ביי אותיות הכתיבה. כאָטש די אותיות וועלכע מען שרייבט אויף קלף (פאַרמעט) זיינען אַ צוגעגעבענע זאַך צום קלף, ווערן זיי אָבער דורכן שרייבן פאַראיינציקט מיטן קלף —
נאָר די מעלה פון „חקיקה" איז, אַז די אותיות זיינען גאָר קיין מציאות ניט פאַר זיך, זייער גאַנצע מציאות איז נאָר די זאַך אין וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט.
און דאָס איז די הוראה פון „בחוקותי" בנוגע לימוד התורה; מען קומט דאָ ניט באַוואָרענען אַז דער איד וואָס לערנט תורה דאַרף זיין מיוחד מיט דער תורה (אַזאַ לערנען — וואָס דער וואָס לערנט בלייבט אַ באַזונדער זאַך פון דער תורה, אַזוי ווי תורתו של דואג וואָס זי איז געווען „מן השפה ולחוץ"ח) — איז ניט דאָ באַוואָרנט מען עס). דאָ קומט מען באַוואָרענען, אַז דער לימוד דאַרף זיין אין אַן אופן פון חקיקה; ס'איז ווייניק אַז זיין יחוד מיט דער תורה איז אין אַן אופן ווי צוויי זאַכן ווערן פאַראיינציקט (כתיבה), נאָר עס פאָדערט זיך, אַז ער זאָל גאָרניט זיין קיין מציאות, זיין גאַנצע מציאות זאָל זיין — תורה (חקיקה).
1014על דרך ווי משה רבינו (דער מקבל ראשון פון תורה), וואָס איז געווען אין אַזאַ ביטול און יחוד מיט אלקות ביז אַז ער האָט געזאָגטח) „ונתתי (איך וועל געבן) עשב גו'", ווייל „שכינה מדברת מתוך גרונו"ז). און אַזוי אויך דער ביטול פון רשב"י, וואָס האָט געזאָגט „ראיתי בני עלי' כו' אם שנים הן כו'") „ואם חד הוא כו'")) — כאָטש אַז זאָגן שבחים וועגן זיך אַליין איז ניט מדרך הצדיקים — ווייל ער איז ניט געווען קיין מציאות פאַר זיך און זיין גאַנצע מציאות איז געווען אלקות (ביטול פון חקיקה).
ג. ווי שוין גערעדט כמה פּעמים, זיינען אַלע פּירושים אין תורה פאַרבונדן איינער מיטן צווייטןי). איז פאַרשטאַנדיק,
הזקן; „בחוקותי" — פון לשון חקיקה, איז מתאים מיט דעם פּירוש הפּשוא; „בחוקותי", די מצוות וועלכע הייסן חוקים, ד.ה. אַז דער לימוד התורה דאַרף זיין אין אַן אופן פון „חוקים", מצד קבלת עול; אמת טאַקע, אַז אַ איד דאַרף תורה פאַרשטיין מיטן שכל, אָבער דאָס גופא טוט ער מיט קבלת עול (ניט צוליב זיין אייגענעם געשמאַק, נאָר ווייל דער אויבערשטער האָט געהייסן לערנען אין אַן אופן פון השגה), וואָס מצד דעם איז ביי אים דאָ דער „עמלים בתורה", ער האָרעוועט אין לערנען מערער וויפל עס פאָדערט זיין טבע און התמדה (אויב ער טוט עס נאָר מצד זיין געשמאַק אין תורה, איז דער לערנען אָפּגעמאָסטן לויט דער גרויס פון זיין געשמאַק און דאַן איז באַ אים ניטאָ קיין עמל). און דאָס איז די שייכות פון ביידע פּירושים; דורך דעם לימוד אין אַן אופן פון חוקים, „שתהיו עמלים בתורה", קומט ער צו צו דעם אַז זיין לימוד זאָל זיין אין אַ אופן פון „חקיקה", אַז ער מיט דער תורה ווערט חד ממש.
ד. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין דעם לשון „בחוקותי תלכו". הליכה איז שייך ביי אַזעלכע ענינים, אין וועלכע עס זיינען פאַראַן חילוקי מדריגות (ווייל זיי זיינען פאַרבונדן מיט אַ ענין פון השתלשלות: העולם וכו', כוחות האדם), איז אין זיי גייט דער מענטש מדרגא לדרגא. לדוגמא — אין מדות איז שייך צו זאָגן, אַז ער גייט, שטייגט מדרגא לדרגא — פון אהבה זוטא צו אהבה רבה; אַזוי אויך אין שכל: שכל קטן, שכל גדול. אָבער ווי איז שייך הליכה ביי חוקים, קבלת עול?
אין לקוטי תורה טייטשט דער אלטער רבי, אַז דאָס וואָרט „תלכו" איז מרמז אויף דעם נתינת שכר; דער שכר פאַר עבודה פון „בחוקותי" איז — „תלכו", וואָס הליכה אמיתית איז — בלי גבול. פּשטות הכתוב ווי מען לערנט אין חדר מיט קינדער איז, אַז דער סיפּור שכר הויבט זיך אָן פון „ונתתי גשמיכם בעתם וגו'", און דער „תלכו" רעדט נאָך וועגן עבודת האדם.
ה. עס שטייט אין לקוצי תורהיא), אַז דער עיקר פון אמונה איז אין די מדריגות פון אלקות וואו שכל קען ניט משיג זיין. אין די דרגות וואָס שכל1015קען באַגרייפן מוז זיין אויך השגה, ערשם נאָך זיין שלימות ההשגה, ווי הויך זיין שכל קען נאָר דערגרייכן, אין די העכערע דרגות וואָס שכל קען ניט משיג זיין, דאָרט איז דער אָרט פון זיין אמונה.
— דאָס איז דאָך דער אויפטו פון אמונת ישראל אויף דער אמונה פון אומות העולם להבדיל27)). ביי אומות העולם איז ניטאָ קיין אמת'ע אמונה אין אלקות. זייער גלויבן איז אין די דרגות וואָס שכל איז מכריח. דעריבער איז זייער אמונה נאָר אין בחינת ממלא כל עלמין, די בחינה פון אלקות וואָס איז מושג אין שכל. מה־שאין־כן ביי אידן, איז די אמונה אין בחינת סובב כל עלמין, וואָס איז העכער פון השגת השכל —
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד אין שכל זיינען פאַראַן עליות מדרגא לדרגא, ווי עס שטייט 18)) „ימים ידברו ורוב שנים יודיעו חכמה", איז וואָס די השגה ווערט העכער, איז אויך די אמונה — אין העכערע בחינות: די ענינים אויף וועלכע ער האָט פריער געדאַרפט אמונה, זיינען שוין ביי אים אַראָפּגעקומען אין השגה, און זיין איצטיקע אמונה איז אין העכערע דרגות אין אלקות.
לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז ס'איז שייך הליכה אויך אין חוקים. וואָס זיין השגה אין מצוות ווערט העכער, אַלץ העכער ווערן ביי אים די חוקים. דאָס וואָס פריער איז ביי אים געווען חוקים, הייסט שוין היינט ביי) אים ניט קיין חוקים, וואָרום דאָס איז שוין אַראָפּגעקומען אין השגת שכלו.
אַזוי ווי מיר געפינען ביי משה רבינו, אַז דער אויבערשטער האָט אים געזאָגטיד); „לך אני מגלה טעם פּרה" (דיר בין איך מגלה דעם טעם פון פּרה אדומה). איז פון דאַמאָלס אָן — באַ משה רבינו, פּרה אדומה שוין מער ניט געווען קיין חוקה. מ'קען אָבער ניט זאָגן אַז ביי משה רבינו האָט געפעלט ח"ו דער ענין פון חוקים — נאָר ביי אים איז געווען דער ענין פון חוקים אין אַ העכערע דרגא.
און דאָס מיינט בחוקותי תלכו — שתהיו עמלים בתורה. מען דאַרף האַלטן אין איין האָרעווען אין תורה. דאָס וואָס ער האָט נעכטן געהאָרעוועט ביז מיצוי הנפש איז שוין היינט ווייניק. היינט דאַרף ביי אים ווערן אַ העכערע השגה, און במילא — העכערע חוקים; „בתוקותי תלכו" — ער איז אַ מהלך אין חוקים 18)).
דער שכר פאַר דעם איז — „ונתתי גשמיכם בעתם וגו'" ביז „ואולך אתכם קוממיות", וואָס דאָס גייט אויף די גאולה העתידה, וואָס דאַן וועט זיין די הליכה בלי גבול, „ילכו מחיל אל חיל", ביז מען וועט זוכה זיין צו דעם גילוי וואָס איז העכער פון הליכה — „ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים"*1)).
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ג׳
- Id
- rh-2xcyq1j1