עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 7

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

458ו י חי

ב"ה, ט"ו טבת ה'תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

שלום וברכה!

. . ובעמדנו בפרשת השבוע סיום ספר בראשית הנקרא ספר הישר, כי מעשה ישרים, אברהם יצחק ויעקב, כתובים בו,

אשר מובן ופשוט, שאין הכוונה לסיפור בעלמא ח"ו, ע"ד מעשה אבות, כי אם לימוד והוראה לכל אחד ואחד, וכלשון חכמינו ז"ל, מעשה אבות סימן לבנים

יהי רצון שיעשה כל אחד ואחד מאתנו, בתוך כלל ישראל, בשלשת הקוין דשלשת האבות: בקו הגמילות חסדים הוא עבודת אברהם אבינו, בקו העבודה ותפלה — עבודת יצחק אבינו, בקו התורה — עבודת יעקב אבינו,

ומתוך עונג ובחיות דוקא — למבות עניני העולם (ל' העלם) המגבילים מעלימים ומצירים,

ואדרבה על ידי המיצר יוסיפו חיות,

וכתחלת פרשה שבוע זה, ויחי יעקב — כללא דכולהו אבות — בארץ מצרים.

לעשות הישר בעיני ה"א, ושכר מצוה מצוה — ישר יחזו פנימו, קיום היעוד כי עין בעין יראו — בביאת משיח צדקנו בב"א.

בברכה

459אין* פּ' ויתיא דערציילט די תורה, אַז יעקב אָבינו האָט געזאָגט צו יוסף'ן; „ועתה שני בניך הנולדים לך בארץ מצרים עד בואי אליך מצרימה לי הם, אפרים ומנשה כראובן ושמעון יהיו לי" — אַז דיינע צוויי זין וואָס זיינען דיר געבאָרן געוואָרן אין מצרים ביז צו מיין קומען צו דיר קיין מצרים זיינען זיי מיינע, אפרים און מנשה זיינען ביי מיר ווי ראובן און שמעון.

ווי ס'שטייט פריערב, זיינען מנשה און אפרים געווען די איינציקע קינדער וואָס יוסף האָט געהאַט ביז יעקב'ס קומען אין מצרים. איז ווען יעקב רעדט וועגן די צוויי זין פון יוסף'ן, פאַרשטייט מען שוין אַליין אַז ער מיינט מנשה און אפרים, פאַרוואָס באַדאַרף מען דערנאָך אויסטייטשן זיי מיט די נעמען „אפרים ומנשה"?

דאַרף מען פאַרשטיין, אַז מיט די נעמען אפרים און מנשה ווערט דאָ אָנגעדייט ניט בלויז די צוויי אויסשליסלעכע קינדער פון יוסף'ן, נאָר צוויי סאָרטן אידישע קינדער אין אַלגעמיין. אַלע אידן האָבן אַ שייכות צו אפרים און מנשה — איז דאָך די ברכה פאַר יעדן אידיש קינד „ישימך אלקים כאפרים וכמנשה"ג (און אויך יוסף הצדיק איז אַ נאָמען מיט וועלכן דער כלל ישראל ווערט אָנגערופן: „נוהג כצאן יוסף"ד).

מנשה און אפרים, וואָס זיינען געבאָרן געוואָרן אין מצרים, שטעלן מיט זיך פאַר צוויי סוגים פון אידן, און זייערע צוויי באַזונדערע וועגן אין דער עבודה פון תורה ומצוות, זייענדיק אין מצרים — ד. ה. אין גלות בכללה (מצרים איז דער סימבאָל פון אַלע גלות'ן); און אויך ווערט דערמיט געמיינט דער „גלות" פון לעבן אין אַ פינסטערער וועלט, וואָס מאַכט ענג און באַדריקט דעם גייסט פון אידן און אידישקייט („מצרים" פון לשון מיצר — ענגשאַפטו).

דעם נאָמען „מנשה" קלערט אויף די תורה; „כי נשני אלקים את כל עמלי ואת כל בית אבי"ח (ווייל דער אויבערשטער האָט מיר געמאַכט פאַרגעסן דאָס גאַנצע מי און ס'גאַנצע פאָטער־הויז). מנשה צייגט אויף אַזאַ סוג אידן, וועמען עס דראָט די סכנה פון פאַרגעסן דאָס ליכטיקייט פון „בית אבי"; די השגחה עליונה האָט אים אַריינגעשטעלט אין אַזאַ גלות, פון דרויסן און פון אינווייניק, וואָס זוכט צו מאַכן פאַרגעסן זיין ליכטיק־הייליקן שורש און אויך צו פאַרגעסן, פאַרנאַכלעסיקן דעם „כל עמלי", די האָרעוואַניע און עבודה אויף צו בלייבן געבונדן צו „בית אָבי". „מנשה" ווייזט אָבער גלייכצייטיק אָן דעם וועג ווי אַזוי ניט צו פאַרגעסן. דער נאָמען גופא, וואָס באַדייט „פאַרגעסונג", ער גופא וואָרנט שוין און מאָנט ניט צו460פאַרגעסן — ער איז כסדר באַוואוסטזיניק וועגן דעם און במילא היט ער זיך אויס פון דעם. „מנשה" איז דער נאָמען, די כסדר'דיקע וואַכזאַמקייט פון דער נשמה, וואָס דערמאָנט זיין סוג אידן; ניט פאַרגעסט אייער „בית אָב" און געדענקט אַז מ'דאַרף האָרעווען אויף דעם.

„אפרים" איז שוין אַן אַנדער סוג אידן. „אפרים", זאָגט דער פּסוק, באַדייט „כי הפרני אלקים בארץ עניי"ז (דער אויבערשטער האָט מיר געמאַכט פרוכטפּערן אין מיין פּיין־לאַנד). אויך אפרים איז אַ קינד פון גלות, פון לאַנד פון פּיין. נאָכמער; „אפרים"אידן זיינען נאָך אַ סך מער גלות'דיקער, ווייל זיי געדענקען אפשר שוין גאָרניט די גייסטרייכקייט פון „בית אבי"; זייער גאַנץ לעבן און וועג אין אידישקייט איז אויסשליסלעך אין די ראַמען פון גלות. אָבער דוקא אין „אפרים" שפּיגלט זיך אָפּ דעם אויבערשטנ'ס כוונה און תכלית פון גלות, און דער ציל פונעם גלות איז, אַז דוקא ווען די פינסטערקייט איז אַ פולשטענדיקע און די גייסטיקע נסיונות צוזאַמען מיט די פיזישע ליידן פאַרשאָטענען אַפילו אָט דעם ליכטיקן שיין פון דעם עבר, וואָס דער „מנשה"איד טראָגט נאָך אין זיך, זאָל דאָך אָט־דער „אפרים"־איד דורכפירן די שליחות פון „הפרני אלקים" — צו פאַרשפּרייטן ג־טלעכקייט און אידישקייט אין אָט דעם חושך פון מצרים (גלות).

און אין דעם באַשטייט דאָך דער אויפטו וואָס ליגט אין דער ג־טלעכער כוונה צו „שיקן" אידן אין גלות אַריין. וואָרום אָט־די ליכטיקייט וואָס שטייגט אויס פון דער סאַמע פינסטערניש, איז הערלעכער, טיפער און קאָנטראַסטיששיינענדער ווי די ליכט וואָס פאַרמאָגט ניט קיין פינסטערן הינטערגרונטח. אין לשון פון קהלתט; דער „יתרון האור — מן החושך" — די צוגאָבמעלה פון „אור" וואָס אין קעגנזאַץ פון „חושך". און דאָס ווערט דערגרייכט דורך „אפרים".

אין אַנדערע ווערטער מיינט עס אויך; די עבודה פון „מנשה" איז צו האָרעווען אַז די אומשטענדן פון דער אומווירדיקער וועלט (און אַזוי אויך די אייגפּערזענלעכע גראבקייט) זאלן ניט אַוועקרייסן דעם אידן פון זיין הייליקן וועג, ס'איז דער וועג צו אויסהיטן זיך פון שלעכטס, ניט צו געשעדיקט ווערן פונעם אַרום. ס'איז על דרך ווי דער סדר פון „סור מרע"י — אָפּקערן זיך פון שלעכטס. דאַקעגן איז די עבודה פון אפרים צו דורכלייכטן די גראָבקייט און חושך פון גלותוועלט גופא; „פרוכטפּערן און מערן זיך" אין „ארץ עניי" — אַריינצוברענגען וואָס מער אידישקייט אין דער וועלט, אַז דאָרט וואו ס'איז פינסטער און שלעכט, זאָל ווערן ג־טלעך גוט. און דאָס איז, אַשטייגער, די עבודה פון „ועשה טוב"י.

הייסט עס, אַז די עבודה און דרך פון „אפרים" איז העכער ווי פון „מנשה", דערפאַר האָט יעקב אבינו, ביי דער461ברכה, געלייגט זיין רעכטע האַנט דוקא אויפן קאָפּ פון אפרים און די לינקע אויף מנשהיא; און דאָס האָט אויך יעקב אבינו געזאָגט, אַז מנשה וועט זיין גרויס, אָבער אפרים — נאָך גרעסער פון אים. אפרים'ס עבודה פאָדערט אַ גרעסערע ברכה, אַ שטאַרקערע הילף פון „אויבן". אָבער טראָץ דעם זעט מען פאָרט, אַז דער בכור איז געווען מנשה; ער איז געבוירן געוואָרן דער ערשטער, און יעדער זאַך און פּאַסירונג אין תורה־וועלט איז מיט אַ גענויער כוונה — היינט אויב „אפרים" איז אַ העכערע מדריגה און זיין ברכה איז פון יעקב אָבינו'ס „יד ימין", האָט ער דאָך געדאַרפט זיין דער בכור, ער האָט געדאַרפט באַקומען די חשיבות פון ערשטקייט! פאַרוואָס מנשה?

דער אמת איז, אַז ביידע ענינים שטימען און זיינען פולשטענדיק אויסגעהאַלטן; ווען עס האַנדלט זיך וועגן גייסטיקן זין און צוועק פון אידישן לעבן אין גלות, איז אפרים פריער און העכער פון מנשה; מען דאַרף צום אַלעם ערשטן וויסן, אַז דער ציל און צוועק פון גלות איז די עבודה פון „אפרים" — וואָס מער צו פאַרשפּרייטן דאָס ג־טלעכע ליכט אין „ארץ עניי". אָבער ווען אַ איד טרעט־צו צו טאָן אין עבודת השם, אינעם גלות פון גוף און עולם הזהיב, דאַרף ער אין פּועל ממש אָנהויבן מיט דער עבודה פון „מנשה" („סור מרע", היטן זיך פון ניט־גוט), און ערשט דערנאָך די עבודה פון „אפרים" („עשה טוב", צו טאָן וואָס מער גוטס)יג. ד. ה., די בכורה און געבורט־ערשטקייט געהערט טאַקע צו מנשה'ן; מען קען ניט צוקומען צו עבודת אפרים איידער מען גייט פריער דורך די ערשטע שריט פון דער מדריגה פון מנשה.

דאָס מיינט; אַז אין די צוויי מדריגות אפרים און מנשה — סיי אינעם זינען פון צוויי אַלגעמיינע סוגים אידן, און סיי אין זינען פון צוויי סאָרטן עבודה ביי יעדן אידן גופא — איז „מנשה" פריער אין דעם אָפענעם גאַנג פון אידן אין עבודת השם. ער איז פריער און נענטער צו „בית אָבי" און במילא איז זיין עבודה אַ שטופנווייזע, וואָס צו אַלעם ערשטן דאַרף מען אָפּהיטן אָט־דעם הייליקן פאַרבונד פון אַלעם שלעכטן. אפרים אָבער שטעלט מיט זיך פאַר דעם שפּעטערדיקן (אַמאָל בלויז שפּעטער אין סדר פון עבודה, און אַמאָל טאַקע שפּעטיק און הינטערשטעליק פון מנשה'ס אָפענעם אָנגעהעריקייט מיט „בית אָבי", אָבער מיט אַ „שפּרונג" צו) דערהויבן זיך צום סאַמע ציל פון דער ־טלעכער כוונה — צום העכערן שטאַפּל אויפן „לייטער" פון עבודת השם.

און דאָ שליסט זיך דער סוף מיטן אָנהויביד; „אפרים", אין רוחניות'דיקן זינען, צייגט אויף דער ערשטער מצוה פון „פּרו ורבו" — עס זאָל אינעם ג־טלעכן פאָלק צוקומען נאָך462אַ אידישער איד15). „מנשה" דערמאָנט ושמעון יהיו לי" — זיי וועלן אויפזיך ווער זיין „טאַטע" איז; אָבער טאָן און דערגרייכן די הייליקע ליכט ביי דעם דאַרף מען ניט בלייבן. דאָס פון „ישראל סבא", אין די סאַמע פינאיז ניט גענוג. און דערפאַר קומט סטערסטע טעג פון גלות, פּונקט ווי „אפרים", טאַקע אין יענעם ביטערן ראובן און שמעון וועלכע זיינען מלכגלות וואָס האָט פאַרשווענקט אַזוי פיל תחילה אויפגעהאָדעוועט און אויפגעאידישע קינדער, און דערמאָנט אויך וואַקסן אין די געצעלטן פון די אבות, זיי ווער זייער „פאָטער" איז; ער וואו עס האָט געשיינט אָפן און אַנטדערוועקט אין זיי דעם פונק פון יש־פּלעקט די שפע פון הימלדיקער ליכט. ראל סבא און ער ברענגט נאָך אַ נאָר דערביי קומט נאָך צו, ווי דעראידיש־אידישן קינד אין דער יהדות־מאָנט, די „געשמאַקערע" און פיל הע־

כערע מעלה פון „אפרים" און „מנשה", ר א מ א ר ת א ר

15) ראה לקו"ר ח"ד תשמו, א. לקו"ש בך יברך ישראל . . כאפרים וכמנשה. ח"א ע' 114. ח"ב ע' 563.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-qqt474a3

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources