Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
172י"ש כסלו
ר"ה לחסידות*
א.ס'איז ידועא וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט בנוגע דעם טאָג פון יט כסלו, אַז „זה היום יוקבע למועד תמידי בישראל".
בהשקפה ראשונה קומט אויס, אַז מיטן אויסשפּראַך „יוקבע למועד תמידי" האָט דער אַלטער רבי געמיינט צו באַטאָנען, אַז דער טאָג פון יט כסלו וועט זיין באַשטימט אַלס אַ מועד בכל שנה ושנה.
עס איז אָבער שווער אַזוי, צו זאָגן, ווייל אַפילו אָן דעם וואָרט „תמידי" וואָלט מען פון די ווערטער „יוקבע למועד" אַליין פאַרשטאַנען, אַז דאָס מיינט אַ מועד וואָס וועט זיך איבער'חזר'ן בכל שנה ושנה
[וואָרום אַ מועד וואָס זיין קיום ציט זיך נאָר אַ זמן מסוים און דערנאָך ווערט ער בטל — פּאַסט ניט אויף אים דער לשון יוקבע, וכידועב אַז קבוע לא בטל.
און ווי מען זעט עס אויך דערפון וואָס די גמרא זאָגטג בנוגע חנוכה; „לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה" — אַז דורך דעם וואָס „קבעום" זיינען די ימי חנוכה פאַרבליבן אַ יו"ט בכל שנה ושנה, (ביז אַז אַפילו לעתיד לבוא, ווען „כל המועדים בטלים", וועט חנוכה (און פּורים) ניט בטל ווערן*].
מוז מען זאָגן, אַז מיט דער הדגשה פון „מועד תמידי" (אַ שטענדיקער מועד), איז ער אויסן צו זאָגן, אַז דער מועד פון יט כסלו וועט נמשך ווערן תמיד, שטענדיק, אין אַלע טעג פון יאָר,
(און דער פּירוש פון „יוקבע למועד תמידי" איז, אַז דער ענין וואָס יט כסלו ווערט נמשך ווי אַ מועד תמידי, אין כל ימי השנה, וועט זיין אין אַן אופן פון קביעות, ד.ה. אַז אַלע יאָרן איז יעדן יאָר באַזונדער וועט דער מועד פון יט כסלו נמשך ווערן אין אַלע טעג פון דעם יאָר).
און דאָס מיינט ניט בלויז דאָס וואָס דער מועד פון יט כסלו האָט אַ ווירקונג אויף כל ימי השנה (וואָרום היות אַז „בו . . יתעוררו אלפי לבבות173בישראל בתשובה ועבודה שבלב"א, זיינען דאָך געוויס פאַראַן תוצאות פון דער התעוררות וועלכע דריקן זיך אויס אין דער הנהגה בפועל אין משך פון כל ימי השנה);
[וואָס עד"ז איז ביי יעדער יו"ט; פון דעם אור וואָס ווערט נמשך ביו"ט, נעמען אידן מיט אור אויף אַ גאַנץ יאָרח; און אַזוי איז אויך ביים קיום פון יעדער מצוה, אַז דער זיכוך, די אויסאיידלונג, וואָס די מצוה פּועל'ט אין דעם מענטשן וואָס טוט זי, פאַרבלייבט און ווירקט אויך נאָך דער עשיית המצוהח] —
דער אויסדרוק „תמידי" זאָגט נאָך מער; אַז דער יט־כס־מועד גופא, ווערט נמשךז בכל ימי השנהח.
ב. מצות דרבנן זיינען „יוצאות ונמשכות ממצות התורה"ט. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די מצות התורה האָבן אַוודאי אין זיך אַזעלכע ענינים וואָס פאַרבלייבן און ציען זיך שטענדיק. געפינט מען טאַקע, אַז חגה"פּ ווערט נמשך בכל ימי השנהי.174וכידועכא דער טעם וואָס דער אַלטער רבי האָט אין דער הגדה פון זיין סידור ניט אַריינגעשטעלט (די פּסקא) „חסל סידור פּסח", ווייל פּסח ענדיקט זיך ניט און ער ציט זיך אויך אין אַלע ווייטערדיקע טעג — ניט ווי ביי אַלע מועדים, ביי וועלכע עס בלייבט לייכטן בלויז זייער הארה אין שאר ימות השנהכב.
יט כסלו איז דאָך דער מועד פון התגלות החסידות (ווי באַוואוסטיח אַז דעמאָלט האָט זיך אויפגעטאָן דער עיקר פון „יפוצו מעינותיךיד חוצה"יג) — און וויבאַלד אַז „חסידות איז דער זעלביקער ענין ממש פון יציאת מצרים"י, דעריבער איז דער מועד פון יט כסלו בדומה צו חג הפּסח, און אויך ער ווערט נמשך שטענדיק.
ג. אַלע ענינים פון פּנימיות התורה געפינט מען (ברמז עכ"פּ) אויך אין נגלה דתורה. איז אויך אָט־דער ענין, אַז יציאת מצרים (דער תוכן עיקרי פון חג הפּסח — זמן חרותנו, און אויך — פון יט כסלו) ציט זיך אין אַן אופן תמידי, שטייט אויך אין נגלה ובפירוש;
אויף (זכירת) יציאת מצרים ווערט געזאָגט אין נגלהיז, אַז דאָס איז אַ „יסוד גדול ועמוד חזק בתורתנו ובאמונתנו". פאַרשטייט מען דערפון אַז (אין צוגאָב דערצו וואָס „בא לנו מצות רבות על זה מצות עשה ומל"ת" און וואָס „אנו אומרים לעולם בברכותינו ובתפילתינו זכר ליצי"מ"יז, איז נאָך מער —) אין יעדער מצוה וואָס אַ איד טוט, און אויך אין אַלע זיינע אייגענע צרכים וואָס ווערן געטאָן „לשם שמים" אָדער אין אַן אופן פון „בכל דרכיך דעהו"יח, איז דאָ דער אויסדרוק און גרונטיקע השפּעה פון יציאת מצרים, זייענדיק דער „יסוד" וואָס האַלט אויף די אַלע פּרטי ה"בנין" פון תורה (ומצותי') ואמונה.
און היות אַז שטענדיק, בכל רגע ורגע, דאַרף אַ איד דינען דעם אויבערשטן, צי דורך לימוד התורה וקיום המצות אָדער דורך דעם קיום ציווי התורה „וכל מעשיך יהיו לשם שמים"175און „בכל דרכיך דעהו"כח — קומט דאָך במילא אויס אַז אויך יצי"מ, זייענדיק דער יסוד צו עבודת ה', דאַרף זיין נמשך באופן תמידי.
ד. נוסף להנ"ל וואָס יצי"מ שטעלט מיט זיך פאַר דעם שטענדיקן „יסוד" און „עמוד" פון קיום התומ"צ — איז אויך יצי"מ גופא אַ שטענדיקער ענין, און אויך דער ענין שטייט בפירוש אין נגלה;
אויף דער גאולה פון יצי"מ שטייטי „אשר גאלנו וגאל את אבותינו", אַז דאָס וואָס מיר זיינען איצט — אין די אַלע יאָרן וואָס נאָך יצי"מ — אין אַ מצב פון חירות, קומט (ניט ווי אַ במילא'דיקע תוצאה פון דעם וואָס „גאל את אבותינו" בשנת ב' אלפים תמ"ח, נאָר) מצד דעם וואָס „גאלנו", וואָס דער אויבערשטער לייזט אונז אויס פון מצריםכ; און דאָס וואָס מיר זאָגן זכר ליצי"מ — איז דאָס ווייל די גאולה וועלכע איז פאָרגעקומען בשנת ב"א תמ"ח ווערט נמשך און ציט זיך אויך איצט. און „אילו לא הוציא הקב"ה את אבותינו ממצרים" — ווען די גאולה וואָס „הוציא את אבותינו" וואָלט ניט נמשך געוואָרן אויך איצטערכא — „הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים היינו לפרעה במצרים".
בשלמא קריעת ים סוף, וויבאַלד די עצם ערשיינונג פון וואַסער וואָס שטייען ווי אַ חומה איז דער היפּך פון טבע המים, איז מובן אַז אָטדער שינוי הטבע קען עקזיסטירן בלויז מצד דעם כח אלקי וואָס האָט זיך אָנגעטאָן אין דעם „רוח קדים" און אויפגעטאָן אָט־דעם שינוי. און דעריבער, ווי נאָר דער „רוח קדים" איז אַריבער, איז נתבטל געוואָרן*23 דער שינוי הטבע און דער ים האָט זיך אומגעקערט „לאיתנו"כד;
176אָבער יציאת מצרים — וויבאַלד די זאַך פון חירות גופא איז ניט קיין שינוי הטבע
(דער נס, שינוי הטבע, וואָס איז געווען ביי יצי"מ איז בלויז באַשטאַנען אין דער רגע היציאה פון גלות מצרים, וואָרום ע"פּ טבע איז אַפילו עבד אחד אין יכול לברוח משםכו, אָבער נאָך דער רגע היציאה און באַפרייאונג, איז ע"פּ טבע בלייבט מען אַ באַפרייטערכ),
דאַרף דאָך לכאורה אויסקומען אַז נאָך דער רגע וואָס „הוציאנו מעבדות לחירות" וואָלט מען געדאַרפט פאַרבלייבן אין דעם חירות־צושטאַנד אויך אָן די שטענדיקע המשכה פון יצי"מכז. צוליב וואָס דאַרף מען האָבן דעם „גאלנו" — אַז יצי"מ דאַרף נמשך ווערן אויך איצט?
ו. איז דער ביאור אין דעם;
ס'איז ידוע, אַז גלות מצרים איז דער שרש צו אַלע שפּעטערדיקע גליותכח. פון דעם איז מובן, אַז ער איז אויך געווען דער שווערסטער גלות — שווערער (בכמה ענינים) אַפילו פון דעם איצטיקן, לעצטן, גלותכט.
וואָס דאָס איז דער טעם פון דעם וואָס אויך בזמן הגלות פּראַווען מיר דעם יו"ט פּסח פון „זמן חירותינו" און מיר זאָגן הלל אויף דעם וואָס מיר זיינען געוואָרן אויס „עבדי פּר־177עה"ל — כאָטש אַז „השתא עבדין"לא — ווייל די עבדות און שעבוד פון איצטיקן גלות איז ניט בערך צו דעם שעבוד פון גלות מצרים.
נאָך מער; דורך יציאת מצרים האָט זיך אויפגעטאָן אַז ס'זאָל שוין מער ניט זיין קיין אפשריות און נתינת מקום אויף אַזאַ סאָרט גלות ווי גלות מצרים. וואָרום נאָך יציאת מצרים, ווען אידן זיינען געוואָרן „עבדי ה'"ל, קען שוין מער ניט געמאָלט זיין זיי זאָלן זיך אַמאָל ווידער געפינען אין אַזאַ שווערן שעבוד צו ווערן „עבדי פרעה"לב.
און ווי עס שטייט אין זהר אויף „וירא ישראל את מצרים מת על שפת הים"לג, אַז אידן האָבן געזען מיתת שרו של מצרים. און בשעת ס'איז נתבטל געוואָרן דער שר של מצרים למעלה, איז שוין במילא אויך למטה אַוועקגענומען געוואָרן יעדער נתינת מקום ואפשריות פאַר אַ גלות בדומה צום גלות מצרים — „לא תוסיפו לראותם עוד עד עולם"לד.
ועפ"ז איז מובן, אַז ניט נאָר די יציאה פון מצרים איז געווען אַ שינוי הטבע, נאָר אויך דער עצם מציאות פון דעם חירות — וואָס אידן שטייען אין אַזאַ מצב אַז פּרעה און מצרים קען צו זיי ניט האָבן קיין צוטריט — איז אַן ענין ניסי וואָס האָט ניט קיין אָרט אין טבע כדלהלן.
ז. אַלע ענינים למטה האָבן אַ שרש למעלה. שטייט אין חסידותלח אַז אויך למעלה איז דאָ דער ענין פון „מצרים": „כל סדר ההשתלשלות נקרא בשם מצרים בחי' מיצר וגבול". און וויבאַלד אַז מצד סדר ההשתלשלות איז פאַראַן אַ נתינת מקום אויך צום צד ההיפּך, איז דעריבער „במצרים, בחי' סדר השתלשלות, יכול להיות בית עבדים". און דער מציאות החירות אין וועלכן אידן געפינען זיך — אַז ס'איז ניטאָ קיין מעגלעכקייט זיי זאָלן זיין „בבחי' עבדים", איז עס מצד דעם וואָס „הוצאתיך מארץ מצרים" — וואָס דער אויבערשטער האָט אַרויסגענומען אידן פון די מצרים פון סדר השתלשלות און אויפגעהויבן זיי צו דער מדריגה פון למעלה מהשתלשלות.*
און דאָס איז די הסברה אויף דעם וואָס אויך דער עצם מציאות החירות איז אַן ענין ניסי שלמעלה מהטבע, וואָרום וויבאַלד אַז אַזאַ סאָרט חירות (אין וועלכן ס'איז ניטאָ קיין נתינת מקום כלל אויף שעבוד מצרים) קומט מצד דער מדריגה פון למעלה מהש־178תלשלות, איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז דער חיבור פונעם מיצר וגבול פון עוה"ז הגשמי (וואו אידן געפינען זיך) מיטן בלי גבול פון למעלה מהשתלשלות (וואָס איז אַ סך אַ גרעסערער פּלא פון „פילא בקופא דמחטא"ל) — איז אַן ענין ניסי וואָס איז לגמרי העכער און איז היפך פון טבע.
און דערפאַר מוז די פּעולה פון יציאת מצרים נמשך ווערן נאָכאַנאַנד, אויך איצט, און ווען די פּעולה זאָל נפסק ווערן ח"ו וואָלט ווידער געווען דער מצב פון „משועבדים היינו לפרעה במצרים" (די אפשריות אויף שעבוד מצריםלז) — ווייל ביי יעדן חיבור פון ב' הפכים, מוז אָט די פּעולה, וואָס האָט אויפגעטאָן דעם חיבור, זיין אַ פּעולה נמשכתלח.
ח. פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז די שייכות פון יצי"מ מיט קיום התומ"צ איז אַ צווייענדיקע; פון איין זייט, איז (זכירת) יציאת מצרים דער יסוד וואָס האַלט אויף אַלע פּרטי התומ"צ (כנ"ל סעיף ג') ; און לאידך גיסא; קיום התומ"צ ברענגט צו יציאת מצרים. וואָרום וויבאַלד אַז „על מנת כן הוצאתיך"לט, אַז יצי"מ איז תלוי אין דעם תנאי פון קיום התומ"צ, מוז מען דאָך שטענדיק אָנקומען צום קיום התומ"צ דורך וועלכן עס קומט פאַר דער שטענדיקער „הוצאתיך".
ט. פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע צו יט כסלו — דער זמן פון התגלות החסידות וואָס איז דער זעלבער ענין ווי יצי"מ, כנ"ל סעיף ב' — אַז אויך אין אים זיינען פאַראַן אַלע דריי ענינים הנ"ל ווי אין יצי"מ כפשוטה;
א) די פּעולה פון גילוי החסידות וואָס האָט זיך אויפגעטאָן בי"ט כסלו תקנ"ט, איז אַ פּעולה נמשכת. וואָרום היות אַז דער נס פון יט כסלו האָט זיך אויסגעדריקט ניט בלויז אין דער יציאה פון אַלטן רבי'ן און תורת החסידות ממאסר לחירות, נאָר אויך אין דעם וואָס חסידות געפינט זיך שפּעטער אין אַ מצב של חירות וגילוי אין וועלט
— ווייל מצד סדר ההשתלשלות, איז ניטאָ קיין נתינת מקום אַז דער מיצר וגבול פון וועלט, ביז אין „חוצה" און אין דעם ווייטסטן „חוצה",179זאָל ווערן אַן אָרט פאַר די „מעינות" פון רזין דאורייתא און רזין דרזין, און נאָך אין אַן אופן פון גילוי והפצה, אַזוי אַז דער חיבור פון די צוויי הפכים („מעינותיך" און „חוצה") איז אַן ענין ניסי שלמעלה מהטבע —
מוז דעריבער די פּעולה זיין אַ פּעולה נמשכת.
און דערפאַר איז דער טאָג פון יט כסלו — וואָס בכל שנה ושנה איז אין דעם טאָג חוזר וניעורמ דער ענין וואָס האָט זיך אויפגעטאָן בי"ט כסלו הראשון — אַ „מועד תמידי" וואָס ווערט נמשך בכל ימי השנה, בדוגמת חג הפסח.
ב) דער ענין החסידות איז אַ „יסוד גדול" און אַן „עמוד חזק" וואָס האַלט אויף און פאַרשטאַרקט אַלע ענינים פון תומ"צ און אויך עשיית דברי הרשות לשם שמים — ביז דעם אופן פון בכל דרכיך דעהו; וואָס בשעת ער טוט זיי מיטן הרגש און חיות פון חסידות, זיינען זיי באופן אחר לגמרי.
וואָס דאָס איז אויך איינער פון די טעמים וואָס חסידות ווערט באַצייכנט מיטן נאָמען „מעינותיך"מא;
אַזוי ווי וואַסער איז אַ זאַך אין וועלכן ס'איז אָפּהענגיק דער גשמיות'דיקער קיום האדם; ביז אַז אויך די מינים פון צומח און חי וואָס מיט זיי שפּייזט זיך דער מענטש, מוז זייער קיום אָנקומען צו וואַסער — און די אַלע וואַסערן קומען דאָך פון (תהום דורך) די מעינות
— אַזוי זיינען אויך די מעינות פון תורת החסידות; אין זיי איז תלוי דער קיום (הרוחני) פון דעם מענטש.
ג) בכדי די פּעולה פון גילוי החסידות, וואָס האָט זיך אָנגעפאַנגען בי"ט כסלו הראשון, זאָל נמשך ווערן (און ס'זאָל פּועל זיין בפּנימיות) בתמידות — איז דאָס תלוי אין דער „עבודה בפּועל" פון תורת החסידות; אָט די עבודה בפּועל, וואָס אַ איד פירט זיך אויף ווי חסידות מאָנט, סיי בנוגע לעצמו, סיי בנוגע לזולתו; ער איז מפיץ די מעינות החסידות אין זיין אייגענעם „חוצה", בכל כחות נפשו ואברי גופו, און אויך אין דעם דרויסנדיקן „חוצה"
— דאָס גופא איז מעורר און ממשיך דעם גילוי וואָס האָט זיך אויפגעטאָן בי"ט כסלו הראשון, אַז עס ווערט נמשך דער כח אויף דער עבודה פון „יפוצו מעינותיך חוצה" — ובכל שנה ושנה ווערט נמשך דער כח ביתר שאת ויתר עזמב — וואָס זי וועט ברענגען דעם „קאתי מר"מג דא מלכא משיחא, בקרוב ממש.
(משיחות חגה"פ תשכ"ד
וי"טכ' כסלו תשכ"ז)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site