עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayeishev 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

180וישב

א. אין פּסוק „ויקנאו בו אחיו ואביו שמר את הדבר"א, שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „שמר את הדבר" און איז מפרש; „הי' ממתין ומצפה מתי יבאב. וכן שומר אמוניםג וכן לא תשמור על חטאתיד, לא תמתין".

דאַרף מען פאַרשטיין:

א) לכאורה איז דאָך רש"י דאָ אויסן צו מפרש זיין בלויז דאָס וואָרט „שמר" [אַז זיין טייטש איז ניט געהיט (ווי דער לשון שמירה ברוב המקומות) נאָר געוואַרט]. צוליב וואָס־זשע איז ער מעתיק אויך די ווערטער „את הדבר"?

ב) אויב רש"י וויל נאָר ברענגען אַ ראי' אַז „שמירה" באַדייט (אויך) „וואַרטן", איז דאָך גענוג צו ברענגען בלויז איין פּסוק וואו דער לשון שמירה מיינט המתנה. וואָס דאַרף ער ברענגען צוויי פּסוקים?

ג) ווען רש"י וואָלט געווען געבראַכט (אין זיין צווייטער ראי') דעם פּסוק „לא תשמור על חטאתי" און אים ניט געווען אויסגעטייטשט — וואָלט מען שוין אַליין פאַרשטאַנען אַז דער פּירוש פון „לא תשמור" איז „לא תמתין". היינט צוליב וואָס דאַרף עס רש"י אויסטייטשן בפירוש?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער; ביים ברענגען די ערשטע ראי' — דעם פּסוק „שומר אמונים" — איז ער טאַקע ניט מפרש „ממתין כו'". טאָ פאַרוואָס ביי דער צווייטער ראי' — ביים פּסוק „לא תשמור גו'" — דאַרף ער יע אויסטייטשן און זאָגן „לא תמתין"?

ב. איז דער ביאור אין דער צוויי־181טער קשיא — פאַרוואָס רש"י באַגנוגנט זיך ניט מיטן פּסוק „שומר אמונים" און ברענגט אויך „לא תשמור על חטאתי";

בעת מען וואָרט (און עאכו"כ ווען מען האָפט און מ'איז מצפּה, מ'וויל און מ'קוקט אויסח) אויף אַ געוויסער זאַך, שטייט מען דאַן אין אַ תנועה פון „נאָענטקייט" און שייכות צו דער זאַך אויף וועלכער מען וואָרט.

און דעריבער, בעת דער פּסוק רעדט בשייכות צום אידישן פאָלק, אַז ער וואָרט „לאמונתו של הקב"ה"ח, אַז דער אויבערשטער וועט מקיים זיין הבטחתו זיי אויסצולייזן — זאָגט ער ניט „שומר את אמונים" (וכיו"ב), נאָר „שומר אמונים" — דער וואָרט „אמונים" שטייט בסמיכות ובקירוב צום וואָרט „שומר", ווייל זייער וואַרטן אויף „אמונים" — „לאמונתו של הקב"ה", איז אין אַן אופן אַז מ'איז צו דעם נאָענט.

און דערפאַר איז פון פּסוק „שומר אמונים" ניט קיין גענוגנדע ראי' אַז אויך „שמר" אין אונזער פּסוק זאָל מיינען „געוואַרט" — וואָרום וויבאַלד אַז דאָ שטייט „שמר את הדבר", איז דאָ במילא ניט אַזוי לייכט צו לערנען אַז „שמר את הדבר" זאָל מיינען געוואַרט אויפן „דבר", וואָרום בעת מען וואָרט און מ'האָפט („ממתין ומצפּה") אויף אַ געוויסער זאַך — איז מען צו איר נאָענט.

דעריבער איז רש"י מוסיף „וכן לא תשמור על חטאתי" — וואו דאָס וואָרט „על" איז מפסיק צווישן „תשמור" און „חטאתי", און פונדעסטוועגן איז דאָרטן דער טייטש פון וואָרט „תשמור" — „תמתין"; און וויבאַלד אַזוי, קען מען דאָך שוין לערנען אויך ביי אונז, אַז „שמר את הדבר" מיינט „הי' ממתין ומצפה כו'".

ועפּ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י איז (פאַר זיין פּירוש) מעתיק די ווערטער „(שמר) את הדבר" — הגם אַז ער איז מפרש בלויז דאָס וואָרט „שמר" — בכדי צו מדגיש זיין דערמיט, אַז כאָטש דאָס וואָרט „את" איז מפסיק צווישן „שמר" און „הדבר" פונדעסטוועגן מיינט עס „הי' ממתין כו'" — אַזוי ווי ביי „לא תשמור על חטאתי" וואָס מיינט „לא תמתין".

ג. עס איז אָבער נאָך ניט פאַרשטאַנדיק:

וויבאַלד אַז לפי הנ"ל איז דער פּסוק „לא תשמור גו'" מער ענלעך צו אונזער פּסוק ווי דער פּסוק „שומר אמונים" — איז צוליב וואָס ברענגט רש"י אויך דעם פּסוק „שומר אמונים", און נאָך מער; ער ברענגט אים פאַר דעם פּסוק „לא תשמור גו'"ז?

וועט עס ווערן פאַרשטאַנדיק דערמיט, וואָס רש"י בעת ער פאַרטייטשט אונזער פּסוק „שמר את הדבר", זאָגט ער דעם לשון „הי' ממתין ומצפה כו'". משא"כ (בסיום פּירושו) ווען ער טייטשט דעם פּסוק „לא תשמור182גו'", זאָגט ער (בלויז) „לא תמתין" — און ניט „ותצפה".

די סיבה צו אָט־דעם חילוק איז מובן בפּשטות; דער לשון „ממתין" פּאַסט אויך ווען ער וויל אַז די זאַך וועלכע מען ערוואַרט זאָל ניט געשען (אָבער עס היינגט ניט אָפּ אַן עם); משא"כ „מצפה" מיינט, אַז ער האָפט און קוקט אַרויס אויף דער זאַך — ווען וועט זי שוין קומען. ובלשון רש"י „מצפה מתי יבא".

און דעריבער, אין אונזער פּסוק, וואו מען מוז לערנען אַז יעקב האָט טאַקע געהאָפט און אַרויסגעקוקט דערצו אַז יוסף'ס חלום זאָל מקויים ווערןח, זאָגט רש"י דעם לשון „הי' ממתין ומצפה כו'"; משא"כ ביי „לא תשמור על חטאתי", וואָס די טענה פון איוב'ן איז געווען אויף דעם וואָס דער אויבערשטער וואָרט ניט מיט זיין באַשטראָפן אים — פּאַסט דאָך דאָרט ניט דער ענין „מצפּה"*8

[נוסף צו דעם וואָס עס איז בכלל ניט שייך צו זאָגן אַז דער אויבערשטער זאָל האָפן ח"ו צו באַשטראָפן אַ מענטשן, וואָרום אדרבה; דער אויבערשטער וויל דאָך און איז זיך משתדל אַז דער מענטש זאָל תשובה טאָן און דערמיט פאַרמיידן די שטראָףט]

— זאָגט דעריבער רש"י בלויז „לא תמתין"י.

ד. עפּ"ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י באַגנוגנט זיך ניט מיט ברענגען דעם פּסוק „לא תשמור גו'" און ברענגט אויך דעם פּסוק „שומר אמונים" — ווייל דוקא אין פּסוק „שומר אמונים" איז דער פּירוש פון „שומר" — „ממתין ומצפה" (וואָס אידן האָפן און קוקן אַרויס צו דער גאולה), אַזוי ווי אין אונזער פּסוק.

און דערפאַר ברענגט רש"י דעם פּסוק „שומר אמונים" פאַר „לא תשמור גו'" — ווייל [נוסף דערצו וואָס ער שטייט אין אַ פריערדיקן ספריא]183זיין ראי' פון „שומר אמונים" איז צום עצם טייטש פון וואָרט „שמר", אַז ער מיינט „ממתין ומצפה" אָבער זיין ראי' פון „לא תשמור על חטאתי" איז בלויז דערויף אַז דער (וואָרט שמירה פון) לשון המתנה, פּאַסט אויך אין פאַל וואו ס'איז פאַראַן אַ תיבה המפסקת צווישן דער „שמירה" און דער זאַך וואָס מען דערוואַרט, כנ"ל סעיף ב'.

און דאָס איז אויך דער טעם וואָס רש"י, בעת ער ברענגט דעם פּסוק „לא תשמור גו'" טייטשט ער אויס בפירוש „לא תמתין" — בכדי דערמיט צו מאַכן קלאָר, אַז מיט זיין ברענגען דעם פּסוק מיינט ער בלויז צו ברענגען אַ ראי' אויף אַ זייטיקן ענין (צו באַוואָרענען אַ קשיא), אָבער ניט צו זיין עצם פּירוש אַז „שמר" מיינט „ממתין ומצפה" — ווייל דער טייטש פון „לא תשמור גו'" דאָרט איז בלויז „לא תמתין".

ה. פון די ענינים פון „יינה של תורה" אין אונזער פּירוש רש"י;

שוין גערעדט פיל מאָליב, אַז כאָטש דאָס וואָס „גלינו מארצנו" איז געקומען „מפני חטאינו", איז אָבער די כוונה פּנימית פון דעם גלות — בכדי אַז דורכדעם זאָל מען צוקומען צו אַ העכערע דרגא לגבי ווי מ'איז געווען פאַר'ן גלות — צו דעם מצב ווי אידן וועלן זיין אין דער גאולה העתידה, וואָס דאַן וועט זיין אַזאַ עילוי וואָס איז נאָך העכער ווי עס איז געווען בזמן שביהמ"ק הי' קייםיג.

ועפ"ז קומט אויס, אַז כאָטש בפועל קומט די גאולה נאָכן גלות [ביז אַז אפילו די התחלת הגאולה — וואָס „נולד מושיען של ישראל", איז אויך געקומען (אַ רגע) נאָך דעם חורבןיד] — וויבאַלד אָבער אַז די כוונה פון גלות איז צוליב דער גאולה (הגם אַז בפועל איז דער גלות געקומען „מפני חטאינו"), קומט דאָך אויס אַז אין זייער כוונה איז די גאולה פאַרן גלות.

און דאָס איז רש"י מרמז מיטן ברענגען אין זיין פירוש אויף „שמר את הדבר" — פריער דעם פּסוק „שומר אמונים" און ערשט דערנאָך „לא תשמור על חטאתי";

דער קיום פון יוסף'ס חלום, וואָס רעדט זיך אין אונזער פּסוק, איז געווען בכדי עס זאָל זיך אויספירן דער „כייח גר יהי' זרעך בארץ לא להם"*14) — דער גלות מצרים וואָס איז אַ שרש27) אויף אַלע גליות.

און אויף דעם זאָגט רש"י, אַז כאָטש די גליות (וועלכע זיינען נשתלשל געוואָרן פון גלות מצרים) זיינען געקומען אַלס אַ „פרעון" אויף „חטאינו" — דער ענין פון „לא תשמור על חטא־184תי"יח, אָבעריט די ערשטע (און עיקר) סיבה צום גלות, איז די גאולה העתידה — „שומר אמונים";

דער פרעון אויפן חטא איז בלויז דער אופן ווי דער גלות איז געקומען בפועל, אָבער דער עיקר תכלית פון גלות [וואָס ב"כוונה" איז עס געווען נאָך פאַר „ומפני חטאינו"] איז, בכדי אַז דורכדעם זאָל מען צוקומען סוף סוף צום „ישובו הנה"כ אין אַן אופן פון „קהל גדול ישובו הנה"כא און פון ירחיב ה"א את גבולך גו' ונתן לך את כל הארץכב — מנהר מצרים עד הנהר הגדול נהר פרת את הקיני גו'כג — צום עילוי וואָס וועט זיין אין דער גאולה העתידה דורך משיח צדקנו, יבא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ וישב תשכ"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-d5sj4cd3

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources