כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דאַמאָלסט מסביר געווען די סיבה פון צוויי נוסחאות ; דער רבי נ"ע האָט עס אַליין ניט געדענקט (ווייל כאמור, איז ער דאַן געווען אַ קליין קינד), און די מספרים האָבן עס דערציילט אין די צוויי נוסחאות.
ב. די כללות ההוראה פון דעם מאמר הצ"צ (לויט ביידע נוסחאות) איזח, אַז אפילו אַ איד וואָס איז אַלט ניין און ניינציק יאָר
ווייל דוקא אויף „בן מאה" שטייטכב „כאילו מת ועבר ובטל מן העולם", אַז וועלט איז אים ניט מעלים. בשעת ער איז אָבער נאָר ניין און ניינציק יאָר, ער האַלט (אפילו נאָר מיט איין דרגא) נידעריקער ווי „בן מאה", דאַרף ער זיך באַוואָרענען פון דעם העלם העולם.
88ג. נאָך אַן ענין אין דעם;
אדם הראשון איז נצטווה געוואָרן אויף זעקס מצות. נח'ן איז צוגעקומען אַ זיבעטע מצוה. אברהם אבינו האָט מען געגעבן מצות מילהיח. און וויבאַלד אַז מצות מילה האָט זיך אויפגעטאָן דורך אברהם אבינו, איז מובן אַז די מצוה איז עיקר ענינו של אברהם.
פון דעם איז מובן, אַז אברהם'ס החלטה צו ניין און ניינציק יאָר אַז ער דאַרף זיך מל זיין, איז [ניט אַז ער דאַרף נאָך „עפּעס" מוסיף זיין אויף זיין עבודה וואָס ער האָט געטאָן במשך פון ניין און ניינציק יאָר נאָכאַנאַנד, נאָר] אַז לאחרי כל עבודתו, פעלט נאָך אַן ענין עיקרי.
און נאָכמער ; פון איצט אָן וועלן אַלע זיינע מעשים, וואָס פאַר אַן עבודה עס זאָל ניט זיין — זיין באופן אחר לגמרי,
וכמאמר רז"ליד; והי' תמים כו' בדבר הזה (ע"י המילה) תהי' תמים שכל זמן שהערלה בך אתה בעל מום לפני — וואָס דער עילוי פון אַ תמים אויף אַ בעל מום, איז דאָך אין אַלעםיח, ניט נאָר אין דעם אבר אין וועלכן עס איז דער מום.
ד. אַ טיפערער ענין אין דעם;
שוין גערעדט פיל מאָלי, אַז טראָץ דעם וואָס די מצות וועלכע מיר זיינען מקיים לאחרי מ"ת זיינען פיל העכער פון די מצות וואָס די אבות האָבן מקיים געווען ובלשון המדרשיז כל המצות שעשו לפניך האבות ריחות היו אבל אנו שמן תורק שמך,
[די מצות וואָס די אבות האָבן מקיים געווען, וויבאַלד אַז זיי האָבן עס געטאָן בכח עצמם (וואָס דאָס איז אויך כולל — וואָס אברהם התפלל שחרית ויצחק הפריש מעשר וכו'יח), איז (א) חורך זיי נמשך געוואָרן בלויז אַ הארה פון אלקות, ניט עצמות. און דעריבער (ב) האָבן די מצות ניט קובע געווען די קדושת המצוה בפנימיות ובגלוייט אין די דברים הגשמיים מיט וועלכע זיי האָבן די מצות געטאָן, באופן אַז די קדושה זאָל אין זיי פאַרבלייבן בגלוי אויך לאחרי קיום המצוה.
משא"כ די מצות שלאחרי מ"ת, איז (א) זיי האָבן אין זיך דעם כח העצמות, וואָרום דער ציווי אויף זיי איז געקומען פון „אנכיכ הוי' אלקיך", און דעריבער (ב) זיינען זיי קובע די קדושת המצוה אין די דברים הגשמיים מיט וועלכע די מצות ווערן געטאָן, ביז אַז די קדושה פאַרבלייבט אין זיי בפנימיות ובגלוי אויך לאחרי קיום המצוה],
פונדעסטוועגן, איז „מעשה אבות סימן לבנים"כא, אַז דער כח וואָס מיר האָבן אויף דעם קיום המצות לאחרי מ"ת, נעמט זיך פון די מצות שקיימו האבות לפני מ"ת.
און בכדי אַז די מצות פון די אבות זאָלן האָבן אַ שייסות און אַ חיבור צו89די מצות שלאחרי מ"ת, האָט געדאַרפט זיין צום ווייניקסטן איין מצוה פון די אבות בדוגמתכב המצות שלאחרי מ"ת, און דאָס איז מצות מילה
— וואָס (א) אויף איר איז אברהם נצטווה געוואָרן פון דעם אויבערשטןכג, און דעריבער איז (ב) די קדושה פון דער מצוה (אויך פאַר מ"ת), פאַרבליבן אין דעם דבר גשמי אויך לאחרי קיום המצוהכד —
וואָס זי האָט פאַרבונדן אַלע אַנדערע מצות וואָס די אבות האָבן מקיים געווען מיט די מצות שלאחרי מ"ת, אַז די „מעשה אבות" זאָלן זיין „סימן לבנים"כה.
און דאָס איז אַ הוראה לכל אחד ואחד, אַז ווי גרויס ער זאָל ניט זיין, (כל זמן ער האַלט נאָך ניט ביי דער עבודה פון „בן מאה") איז ניט נאָר וואָס ער האָט נאָך ניט פאַרענדיקט זיין עבודה ; ער דאַרף טאָן נאָך אַן עבודה און אַן עבודה עיקרית, נאָר ער דאַרף נאָך אַריינברענגען שלימות בכל עבודתו הקודמת.
ו. כאמור לעיל, זיינען אין דעם מאמר הצ"צ פאַראַן צוויי נוסחאות. און וויבאַלד אַז ביידע נוסחאות זיינען דערציילט געוואָרן דורך אַ רבי'ן, אַ נשיא בישראל, איז מוכרח אַז אין יעדן נוסח (כאָטש ער איז מפּי המספּרים) איז דאָ אַן אויפטו, אַ באַזונדערע הוראה אין עבודת האדם.
איז ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס פאַר אַן אויפטו איז דאָ אין דעם ערשטן נוסח (אַ איד — סתם) אויפן צווייטן (— אַ צדיק); וויבאַלד אַז מען זאָגט (אין צווייטן נוסח) אַז אַפילו אַ איד אַ צדיק דאַרף האָבן די החלטה אַז ער דאַרף זיך מל זיין, איז דאָך שוין מובן במכל שכן אַז אַ איד וואָס איז ניט קיין צדיק דאַרף אַ ודאי האָבן די החלטה, וואָרום — יש בכלל מאתים מנה. היינט וואָס איז דער אויפטו אין דעם ערשטן נוסחכו?
ובכלל — ווי איז בכלל שייך דער ערשטער נוסח — אברהם איז דאָך געווען אַ צדיק אויך קודם המילהכז, בלויז דער תואר „תמים" איז אים צוגעקומען ע"י המילה?
איז דער ביאור אין דעם;
וויבאַלד אַז דער אויפטו פון מצות מילה לגבי די מצות וואָס אברהם האָט מקיים געווען פריער איז, אַז אויף דער מצוה איז ער נצטווה געוואָרן פון דעם אויבערשטן, ובמילא האָט ער זי מקיים געווען ניט בכח עצמו נאָר (בדוגמת המצות שלאחרי מ"ת) מצד כח המצווה, כח הבורא, כח המאציל (כנ"ל סעיף ד),
דאַרף דעריבער די החלטה צו מקיים זיין די דאָזיקע מצוה קומען פון דעם אָרט אין נפש וואו ס'איז ניט שייך קיין חילוקי דרגות פון צדיק און ניט צדיק (און אַזוי איז אויך געווען באַ אברהם'ן). און דעריבער זאָגט ער ניט דעם וואָרט „צדיק" אין דעם ערשטן נוסח, ווייל
[נוסף אויף דערויף וואָס לגבי דעם ענין פון גילוי כח המאציל וואָס דאַרף זיך אויפטאָן ע"י המילה, איז קיין חידוש ניטאָ אין דעם וואָס אויך אַ צדיק דאַרף זיך מל זייןכח, וואָרום לגבי המאציל, איז אצילות (און אפילו א"קכט) גלייך מיט עשי'ל, איז נוסף לזה]
91בכדי צו נעמען גילוי בחי' מאציל (וואָס דאָס קומט דורך גילוי הבחי' שבנפש שהיא למעלה מחילוקי דרגות), דאַרף ער נתבטל ווערן פון זיינע מדריגות. (ובמכל שכן פון דעם וואָס עס שטייטלא אויף ר' זירא'ן, אַז ער האָט געדאַרפט פאַרגעסן תלמוד בבלי בכדי צו קענען לערנען תלמוד ירושלמי, אעפ"י וואָס ביידע זיינען בהבנה והשגה דוקא, מוזן זיי דאָך האָבן אַן ערך זה לזה).
און דאָס איז דער ביאור פון ביידע נוסחאות; דער ערשטער נוסח רעדט וועגן דעם ענין ווי ער איז לאמיתתו — מצד המאציל, וואָס לגבי אים איז אצילות ועשי' (שבעולם ושבאדם) שוין. און דער צווייטער נוסח רעדט ווי ס'איז מצד הרגש הנבראים, און אין הרגש הנבראים איז אַן אויפטו, אַז אַפילו אַ צדיק דאַרף זיך מל זיין.
ז. די הוראה פון דעם מאמר הצ"צ (לויט ביידע נוסחאות) צו אונז — נאָך מ"ת — איז;
דורך יעדער מצוה — מלשון צוותא וחיבורלב — ווערט מען למעלה מיוחד מיטן אויבערשטן אויף אייביג, ווי דער אַלטער רבי זאָגטלג „ויחוד זה למעלה הוא נצחי לעולם ועד".
און דער יחוד איז דאָ ביי יעדער אידן. ווי די גמרא זאָגטלד „אפילו פּושעי ישראל מלאים מצות" — מלשון צוותא וחיבור. וואָס דערפאַר זאָגט יעדער איד דעם נוסח ברכת המצות [און זאָגט עס מיט אַ שם ומלכות, ווייל אין דעם נוסח איז ניטאָ קיין ספק און ספק ספיקאלה] — ניט נאָר „מלך העולם" נאָר אויך „אלקינו" (אלוקה שלנו) און „אשר קדשנו במצותיו וצונו" (מלשון צוותא וחיבור).
און בשעת ער האָט די החלטה, איז ער ווערט — כסיום מאמר הצ"צ — אַז דער אויבערשטער זאָל זיך באַווייזן צו אים, ביז אין אַן אופן ווי ער האָט זיך באַוויזן צו אברהם אבינו, בחינת נבואה38) — וואָס איז העכער פון חכמה — ראיית המהות57).
(משיחת ש"פ וירא תשכ"ה)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site