עברית
Library

Likkutei Sichos

Vayishlach 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

150וישלח

א. פון דעם פּסוקא „ויקחו שני בני יעקב שמעון ולוי אחי דינה איש חרבו גו'" — וואו שמעון ולוי ווערן אָנגערופן „איש" דערפאַר וואָס זיי זיינען דעמאָלט אַלט געווען דרייצן יאָרב — לערנט מען אָפּג, אַז ווען מען ווערט אַלט דרייצן יאָר ווערט מען אַן „איש" און מ'איז מחוייב אין אַלע מצות.

אין תורה זיינען דאָך אַלע ענינים בתכלית הדיוק. דאַרף מען פאַרשטיין; ווי קומט עס אַז אַזאַ עיקר־ענין אין אידישקייט — דער זמן ווען דער יצר טוב קומט אַריין באַם אידןד, דער גמר ועיקר כניסת נפש הקדושה באדםה, וואָס דאַן הויבט זיך ביי אים אָן דער קיום המצותו — זאָל מען דאָס אָפּלערנען פון „ויקחו שני בני יעקב גו' איש חרבו", וואָס איז לכאורה געווען אַ הנהגה בלתי רצוי'?

אמת טאַקע; אויך אין פּשטות איז מובן, אַז דערמיט וואָס „ויהרגו כל זכר" זיינען זיי ניט באַגאַנגען קיין איסור ח"ו (וואָרום עס האָט זיי (די אנשי שכם) געקומט מיתה **, דערפאַרז וואָס זיי האָבן ניט גע'משפּט שכם'ען פאַר זיין פאַרברעכןח, אָדער פאַר זייערע אייגענע זינד וואָס זיי זיינען באַגאַנגען נאָך פאַר מעשה דינהט),

פונדעסטוועגן געפינט מען דאָך, אַז אָט־די הנהגה פון שמעון ולוי איז יעקב אבינו ניט געפעלן געוואָרן, ביז ער האָט זי באַצייכנט ווי אַ זאַך פון „כלי חמס"; אַז „אומנות זו של רציחה", כאָטש זי איז דעמאָלט געווען אויסגעהאַלטן לויטן דין, איז זי צו זיי געקומען פון עשו'ן*20)

און דאָס ווערט דאָך אָנגעדייטעט אין די ווערטער פון דעם פּסוק גופא „ויקחו שני בני יעקב גו'" (וואָרום וויסנדיק שוין פון פריער אַז שמעון ולוי זיינען בני יעקב, דאַרף מען בכן זאָגן אַז דערמיט ווערט געמיינט);151טראָץ דעם וואָס זיי זיינען געווען „בני יעקב", האָבן זיי זיך אָבער געפירט „כשאר אנשים שאינם בניו שלא נטלו עצה הימנו"יא

— קומט דאָך לכאורה אויס, אַז אויך דער פּסוק מיינט דערמיט צו זאָגן דעם היפּך פון שבח — און פונדעסטוועגן האָט תורה אויסגעקליבן דווקא אָט־דעם פּסוק וענין אויף אָפּצולערנען פון אים דעם זמן פון התחלת החיוב במצות וכו'.

איז דערפון גופא געדרונגען, אַז די הנהגה פון „ויקחו גו' איש חרבו" האָט אין זיך (אויך) אַ מעלה גדולה וביותר — און ווי דאָס ווערט ערקלערט ווייטער (סעיף ב'. יו"ד).

ב. ויובן בהקדים וואָס דער מדרש זאָגטיב אויף די ווערטער „כי באפּם הרגו איש"יג; „וכי איש אחד הרגו והרי כתיב ויהרגו כל זכר, אלא שלא היו כולם לפני הקב"היד אלא כאיש אחד".

לכאורה קען מען פרעגן; דער לשון „הרגו איש" (ע"פּ ביאור המדרש) וואָלט געפאַסט בלויז דאַן, ווען די פּעולה פון שמעון ולוי („ויהרגו כל זכר") וואָלט געווען לויטן רצון פון דעם אויבערשטן — און היות אַז „לפני הקב"ה" זיינען זיי בלויז „כאיש אחד", האָבן זיי דעם זעלבן באַטרעף אויך ביי שמעון ולוי וועלכע זיינען מקיים דעם רצון של הקב"ה און באַקומען דערפאַר פון אים זיין כחיח;

געפינט מען דאָך אָבער, אַז יעקב אבינו האָט זיי גאָר געשטראָפט פאַר דעם וואָס „באפּם הרגו", אָננעמענדיק אַז זיי האָבן געטאָן אַ דבר בלתי רצוי — ביז צו זאָגן (ווי געבראַכט פריער אין סעיף א') אַז דאָס איז אַ תכונה וואָס שטאַמט גאָר פון עשו'ן — היינט ווי קען מען זאָגן אַז דערפאַר שטייט ביי דעם זעלבן „הרגו" — „איש", ווייל „לפני הקב"ה" האָבן זיי אַלע באַטראָפן „כאיש אחד"?

מוז מען זאָגן; יעקב אבינו האָט געהאַלטן אַז דער אופן פון זייער באַשטראָפן די אנשי שכם איז ניט געווען ווי עס דאַרף זיין (אָבער עס האָט זיי געקומט דער עונש מיתה כנ"ל ס"א), ווייל דאָס האָט געבראַכט צו „עכרתם אותי להבאישני ביושב הארץ"יח

152[און דעם טעם פון יעקב'ן, קען מען מבאר זיין אויף צוויי אופנים;

א) וויבאַלד אַז דער איינציקער נאַטירלעכער וועג, ווי אַזוי צו דורכפירן אָט־די שטראָף אויף די אנשי שכם, האָט דעמאָלט געקענט זיין נאָר דורך באַנוצן זיך מיט אַ מיטל וואָס זעט אויסיז ווי „מרמה" — פריער איינריידן זיי אַז אויב זיי וועלן זיך מל זיין איז מען זיי מבטיח אַז „וישבנו אתכם והיינו לעם אחד"יח, און דאָס — מיט דער כוונה אַז שפּעטער וועט מען די הבטחה ניט מקיים זיין און נאָך טאָן פאַרקערט דערפון (אַזוי ווי די בני יעקב האָבן טאַקע געטאָן),

— דערפאַר האָט יעקב געהאַלטן, אַז מען דאַרף זיי בכלל ניט הרג'נען בכדי אויסצומיידן דעם חילול השם וואָס קען דערפון קומען (ובדוגמא ווי מען געפינטיט בשייכות די גבעונים, אַז מען האָט געענדערט פון דעם וואָס תורה האָט אָנגעזאָגט וועגן דער הנהגה מיט זיי, בכדי ניט צו עובר זיין אויף דער הבטחה וואָס מען האָט זיי געגעבן — וואָרום דאָס וואָלט גורם געווען אַ חילול השם).

ב) אדרבה; יעקב האָט געהאַלטן אַז מען דאַרף זיי טאַקע יע הרג'נען, אָבער ניט דורך אַן אופן פון „מרמה" (וואָס קען גורם זיין צו חילול השם), נאָר בריש גלי, וואָרום וויבאַלד אַז לפני הקב"ה זיינען זיי כאיש אחדכ, איז כלל ניטאָ וואָס מורא צו האָבן פאַר זייכא];

אָבער טראָץ דעם האָט אויך יעקב געוואוסט, אַז שמעון ולוי — לויט זייער מהות — האָבן פאָרט ניט געדאַרפט און ניט געקאָנט זיך רעכענען מיטן חשבון פון „עכרתם אותי גו'"כב. וואָרום דאָס וואָס „הכזונה יעשה את אחותינו"כג, האָט באַ זיי אַרויסגערופן אַ קנאה גדולהכד (דקדושה — בדוגמא פון בקנאו את קנאתי באַ פּנחס'ן, קנאי בן קנאי — לויכח),153וואָס קנאה דערלאַנגט דאָך גאָר טיף בנפש וכמש"נ קשה כשאול קנאהכ, ביז אין עצם החייםכז, אין עצם הנפש, ובפרט אַ קנאה גדולהכח — און אין עצם הנפש איז ניטאָ קיין אָרט פאַר חשבונותכט.

און וויבאַלד אַז ביי שמעון ולוי, שטייענדיק אין דער תנועה פון קנא את קנאתי, אַ מצב שלמעלה מחשבון ושכל, האָט געמוזט זיין דער אופן פון „ויקחו איש חרבו ויהרגו כל זכר" אין דעם אופן, איז במילא פאַרשטאַנדיק אַז אין זייער פּעולה האָט זיך אויסגעדריקט כחו של הקב"ה, און דערפאַר שטייט אויף דעם „(הרגו) איש".

ג. לכאורה קען מען פרעגן אויף דעם ;

וויבאַלד אַז מעשה דינה האָט זיי אָנגערירט אין עצם הנפש, וואו ס'איז קיין אָרט ניטאָ פאַר „חשבונות", כנ"ל, איז וואָס פאַר אַ טענה קען מען צו זיי האָבן פאַרוואָס „לא נטלו עצה הימנו" — נטילת עצה איז דאָך אַ זאַך וואָס האָט צו טאָן דווקא מיט שכל און ניט מיט העכער פון שכל?

איז דער ביאור אין דעם, אַז דערפאַר איז טאַקע דער פּסוק מרמז די טענה אויף זיי מיט די ווערטער „שני בני יעקב" (אַז כאָטש „בניו היו" און „אעפּ"כ נהגו עצמן שמעון ולוי כשאר אנשים שאינם בניו");

אמת, מען קען פון זיי ניט מאָנען, אַז זיי האָבן זיך געדאַרפט מיישב זיין מיט יעקב'ן דערפאַר וואָס ער איז געווען גרעסער פון זיי אין שכל, עצה וכו' — ווייל ווען עס האַנדלט זיך וועגן עצם הנפש איז ניטאָ קיין אָרט אויף נטילת עצה; עס קען אָבער פון זיי יע געמאָנט ווערן, אַז זיי האָבן געדאַרפט נעמען אַן עצה פון אים מצד דעם וואָס „בניו היו" — מצד כיבוד אב.

ס'איז אָבער נאָך אַלץ ניט מובן;

אויב דאָס וואָס „לא נטלו עצה הימנו" איז געווען אַ חסרון אין כיבוד אב — וואָס אין דער מצוה איז מען געווען מחוייב אויך פאַר מתן־תורה

[ווי מען זעט פון דעם וואָס תורה דאַרף באַוואָרענען אַז מען זאָל ניט זאָגן „לא קיים אברם את כבוד אביו שהניחו זקן והלך לו"ל; און אַזוי שטאַרק איז דער חיוב, ביז אַז יעקב חאָטש ער האָט ניט עובר געווען אויף דעם חיוב, איז ער נענש געוואָרןלא154אויף דעם וואָס ער האָט (במשך פון צוויי און צוואַנציק יאָר) ניט געטאָן אויף מקיים זיין בפּועל די מצוה פון כיבוד אבלב]

— דאַרף דאָך אויסקומען לכאורה, אַז דער „ויקחו גו' ויהרגו כל זכר", איז געווען ניט כפי רצון העליון. איז דאָך הדרא קושיא לדוכתא; ווי אַזוי האָט דערביי געקענט זיין דער אופן פון „(הרגו) איש"?

ד. בכדי צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען פריער מקדים זיין נאָך אַ קשיא; עס שטייט אין גמראלג, אַז אין מרה זיינען אידן נצטווה געוואָרן אויף צען מצות: „שבע שקבלו עליהן בני נח והוסיפו עליהן דינין ושבת וכיבוד אב ואם". איז דערפוןלד קלאָרלח, אַז בני נח זיינען ניט נצטווה געוואָרן אויף כיבוד אב ואם — היינט פאַרוואָס איז יעקב נענש געוואָרן צוליב זיין פאַרפעלן אין כיבוד אב, און אויך פאַרוואָס דאַרף דאָס תורה באַוואָרענען בנוגע אברהם'ען בכדי מען זאָל ניט זאָגן „לא קיים כו'"?

בנוגע צו דעם וואָס חם איז נענש געוואָרן צוליב דעם וואָס „ביזה את אביו"ל, און אויך דאָס וואָס לבן ווערט גערופן „רשע" דערפאַר וואָס „קפץ להשיב לפני אביו"לז — קען מען ענטפערן, אַ הגם בני נח זיינען טאַקע ניט מצווה אין כיבוד אב ואם, האָבן זיי אָבער דעם איסור פון ביזוי אב88).

155[וי"ל, אַז דער מקור צו דעם איסור איזלט: בטבע פון עורבים איז אַז „עין תלעג לאב גו' יקרוה עורבי נחל גו'"מ. און וויבאַלד אַז אַפילו „אלמלא לא ניתנה תורה" (ח"ומא), איז פאַראַן דער חיוב זיך אָפּצולערנען געוויסע הנהגות פון בעלי־חיים וואָס זיי פאַרמאָגן בטבעמב — זיינען דעריבער אויך בני נח מחוייב (צו אָפּלערנען פון עורבים און) אָפּהיטן — ניט אָפּצולאַכן און מבזה זיין די עלטערןמח].

אַנדערש איז אָבער בנוגע אברהם און יעקב, וואָס עס רעדט זיך (ניט וועגן בזיון ח"ו, נאָר) בלויז וועגן ניט־כיבוד, שטעלט זיך בכן די שאלה; האָבנדיק דאַן דעם גדר פון ב"נ, זיינען זיי דאָך ניט געווען מצווה אויף כיבוד אב?

ה. עד"ז איז אויך די שאלה בנוגע צו דעם חטא און עונש פון סדום; דער חטא פון אנשי סדום, צוליב וועלכן זיי זיינען (בעיקרמד) באַשטראָפט געוואָרן, איז באַשטאַנען אין דעם וואָס זיי האָבן ניט געגעבן קיין צדקה צו נויטאַדערפטיקע און ווי עס שטייט בפירוש אין פּסוק „זה הי' עון סדום*44 גו' ויד עני ואביון156לא החזיקה"מג.

און הגם אַז דעם פּסוק „זעקת סדום ועמורה כי רבה"מ טייטשט אָפּ די גמראמז: „על עסקי ריבה" — אַז דאָרט האָט זיך געפונען אַ מיידל וואָס האָט געגעבן שפּייז צו אָרימעלייט, און דערפאַר האָבן איר די אנשי סדום אַרויפגעפירט אויף אַ דאָך אויסגעשמירט זי מיט האָניק און איבערגעלאָזן זי פאַר די בינען ביז זיי האָבן איר צוביסן אויף טויט; און מחמת דער עבירה מיט דער „ריבה", האָט זיי דער אויבערשטער מעניש געווען מיט דער „מהפּיכת סדום ועמורה" וכו'מח

— איז דאָס אָבער ניט קיין סתירה צום פריער געזאָגטן, אַז די שטראָף איז אויף זיי געקומען דערפאַר וואָס „יד עני ואביון לא החזיקה" — וואָ־157רום אויך דער חטא פון שפיכת דמים ביי „עסקי ריבה" איז שרשו און ער שטאַמט פון זייער ניט טאָן חסד און צדקה. ד.ה. די הנהגה פון „יד עני ואביון לא החזיקה" איז ביי זיי געווען אין אַזאַ שרעקליכער מאָס און איז דערגאַנגען אַזוי ווייט, אַז צוליב איר טאָן אַ פעולה פון צדקה, האָבן זיי פאַרפּייניקט די „ריבה" מיט אַ מיתה משונה, און צוליב דעם וואָס דער „יד עני גו' לא החזיקה" איז געווען באופן קיצוני, דאָסמט האָט געבראַכט צום „כלה".

דערפון גופא איז לכאורה געדרונגען, אַז די בני נח האָבן אויף זיך געהאַט דעם חיוב פון צדקהנ, וואָרום אויב ניט, וואָלט מען זיי דאָך איבערהויפּט ניט באַשטראָפט (און בפרט נאָך אַזאַ האַרבן עונש פון „כלה") פאַר זייער ניט דערלאָזן צו טאָן אַ זאַך וואָס זיי זיינען אויף דעם ניט אָנגעזאָגטנא.

אָבער דאָ ווערט די שאלה; פאַרוואָס זאָל „יד עני ואביון לא החזיקה" פאַררעכנט ווערן פאַר אַן עון ובפרט פאַר אַזאַ האַרבע עבירה אַז צוליב איר זאָל קומען אַזאַ גרויסער עונש — וויבאַלד די מצוה פון צדקה איז ניטאָ צווישן די שבע מצוות בני נח?

ו. לויטן דרך הפשט וואָלט געקענט אויסקומען, אַז דער פסוק „כי ידעתיו (לשון חיבה) למען אשר יצוה גו' לעשות צדקה ומשפט"82) מיינט צו זאָגן; די באַזונדערע חיבה צו אברהם אבינו קומט דערפון וואָס אברהם איז דער וואָס „יצוה . . לעשות צדקה וגו' ", ד.ה. וואָס ער זאָגט אָן „בניו" און „ביתו" צו טאָן צדקה, הגם אַז ווי בני נח זיינען זיי אין דעם ניט מחוייב —

זאָגט אָבער די גמראנח, אַז אויך בני נח זיינען מחוייב „לעשות צדקה ומשפט"; ובפרט צדקה — איז מחוייב סיי אַ „בן נח" סיי אַ „בת נח". ווי די גמראנג זאָגט „בניו, לדין; ביתו, לצדקה".

און דערמיט פאַרענטפערן ראשוניםסד פאַרוואָס סדום איז נענש געוואָרן פאַרן חטא פון „יד עני ואביון לא החזיקה", ווייל אין צדקה זיינען אַלע בני נח געווען מחוייב. און דאָס וואָס צדקה ווערט ניט גערעכנט צוזאַמען מיט די שבע מצות ב"נ, איז דאָס דערפאַר וואָס די ז' מצות ב"נ אַנטהאַלטן בלויז דעם סוג ציוויים פון „שב ואל תעשה", און די מצוה פון צדקה איז אַן ענין פון „קום עשה".

אָבער דער תירוץ פאַרענטפערט בלויז לויט דער מסקנא פון דער158גמרא88), וואָס נעמט אָן אַז אין די שבע מצות ב"נ רעכנט זיך בלויז ענינים פון „שב ואל תעשה"; אָבער לויטן ס"ד פון דער גמרא, אַז מען דאַרף רעכענען אויך מצות פון „קום עשה", איז דאָך ווידער שווער; פאַרוואָס רעכנט מען ניט אויך מצות הצדקה?

און מצד אָט־דער קשיא, ברענגט טאַקע דער מהרש"אס אַ ראי' צו שיטת רש"יסז, וואָס לערנט אַז דער וואָרט „צדקה" אין פסוק „כי ידעתיו גו'" מיינט „פשרה" — ד.ה. דער חיוב צו געפינען אַ „גערעכטע" פשרה אין משפט גופא — און דאָס מיינט ניט צדקה כפשוטה, אין וועלכער בני נח זיינען טאַקע ניט מחוייב; וואָרום אויב יע, וואָלט צו די ז' מצות ב"נ געדאַרפט צוגערעכנט ווערן (לויטן ס"ד) אויך מצות הצדקה.

אויך פון רמב"םסח איז מוכח, אַז ער נעמט אָן להלכה אַז ב"נ זיינען ניט מחוייב אויף צדקה — וואָרום בעת ער רעדט וועגן דעם דין „בן נח שרצה לעשות מצוה משאר מצות התורה כדי לקבל שכר כו'", גיט ער דערביי אַ דוגמא — „נתן צדקה כו'".

איז דאָך קשה לויט ביידע שיטות; לויט דער שיטה, אַז ב"נ זיינען יע מחוייב אין צדקה — פאַרוואָס ווערן גערעכנט (לויטן ס"ד) בלויז שבע מצות ב"נ און ניט שמונה מצות? און לויט דער שיטה, אַז זיי זיינען ניט מחוייב אין צדקה — פאַרוואָס איז זייער אויפפירונג פון „יד עני ואביון לא החזיקה" (פון סדום) אַ חטא, צו באַשטראָפן זיי פאַר דעם?

ז. בנוגע צו דער מצוה פון „דינין" — וואָס איז (לכל הדיעות) איינע פון די ז' מצות ב"נ89) — איז פאַראַן אַ פּלוגתא צווישן רמב"ם מיטן רמב"ן; דעת הרמב"ם איזח, אַז מצות „דינין" מיינט נאָר דעם באַשטימטן פּרט פון „חייבין להושיב דיינין ושופטים כו'"; דאַקעגן דער רמב"ן80) האַלט, אַז מיט מצות „דינין" ווערט געמיינט ניט בלויז „להושיב דיינין כו'", נאָר אויך „דיני גניבה ואונאה ועושק ושכר שכיר ודיני השומרים ואונס ומפתה ואבות נזיקין וחובל בחבירו ודיני מלוה ולוה ודיני מקח וממכר וכיוצא בהן". ד. ה. אַז „דינין" נעמען אַרום אַלע מיני אָנגעלעגנהייטן (בין אדם לחבירו) וואָס האָבן צו טאָן מיט אויפהאַלטן ישובו של עולם.

ועפּ"ז קען מען זאָגן (לשיטת הרמב"ן) אַז דערפאַר ווערט צדקה ניט גערעכנט צווישן די מצות ב"נ — ווייל אויך זי איז איינגעשלאָסן אין דעם כלל פון „דינין" היות אַז אויך דאָס טאָן צדקה איז נויטיק פאַר ישובו של עולם. און דערפאַר איז סדום נענש געוואָרןסא פאַר דעם וואָס „יד עני ואביון לא החזיקה"80).

159עס בלייבט אָבער שווער לדעת הרמב"ם, וואָס האַלט אַז ב"נ זיינען ניט מחוייב אין צדקה — פאַרוואָס האָט מען זיי מעניש געווען צוליב דעם וואָס „יד עני ואביון לא החזיקה", כנ"ל?

ח. בכדי צו פאַרשטיין דאָס דאַרף מען פריער מבאר זיין דעם כללות החילוק וואָס איז דאָ צווישן די ז' מצות ב"נ און די מצות אויף וועלכע אידן זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן — אָנהויבנדיק פון מצות מילה כו' און (מכ"ש) די מצות וואָס נאָך מתן־תורה

די וועלט, אַריינגערעכנט אויך (כמובן) דער מין המדבר, איז באַשאַפן געוואָרן צוליב אַנאַנדער זאַך — „בשביל ישראל ובשביל התורה"82). און וויבאַלד אַז די מציאות פון די בני נח איז צוליב אידן און תורה (וועלכע זיינען העכער פון וועלט), איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך די „מצות" זייערע (פון די ב"נ) זיינען (ניט אין אַן אופן אַז די מטרה דערפון געפינט זיך אין זיי אַליין (ווי דאָס איז ביי די מצות אויף וועלכע אידן זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן), נאָר אויך זיי (די מצות) זיינען) „בשביל ישראל ובשביל התורה". צוליב אידן און תורה איז נויטיק אַז די וועלט זאָל מתאים זיין צום „לשבת יצרה"88) (ישוב העולם), עס זאָל ניט זיין אַ סביבה והשפּעה *83) בלתי רצוי', ואדרבה די וועלט זאָל ווערן אויסגעאיידלט און שלימות'דיק, דעריבער דאַרפן די ב"נ מקיים זיין זייערע מצות

— סיי די וואָס בין אדם לחבירו, בכדי אַז די וועלט זאָל זיך פירן מיט צדק ויושר, און אויך די וואָס זיינען נוגע צו בין אדם למקום (אַזוי ווי ע"ז און ברכת השם),

160— ווייל דערמיט גרייטן זיי צו די וועלט צו דעם, אַז אידן זאָלן דערנאָך טאָן כדבעי זייער עבודה פון תורה ומצות און אויפהויבן די אויסגעאיידלטע וועלט צו העכער פון וועלט און מאַכן פון איר אַ תורה וועלט, אַ דירה לו ית'.

און דאָס איז אויך דער טעם וואָס ווען אַ ב"נ איז עובר אויף איינע פון זיינע מצות איז ער חייב מיתה84) — ווייל היות אַז די גאַנצע מציאות און אויפגאַבע פון די ב"נ איז צו אויפטאָן אַז דער ישוב העולם זאָל זיין כדבעי, דעריבער, ווען זיי טוען דעם היפּך דערפון (דורך עובר זיין אויף זייערע מצות), פאַרלירן זיי דעם יסוד פון זייער קיום אין וועלט; אַז עס ווערט בטל די סיבה ווערט בדרך ממילא בטל דער מסובב85).

און לויט דעם ווערט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס ס'האָט געקומט מיתה די אנשי סדום — אויך לדעת הרמב"ם88);

אמת טאַקע, אַז ווי ב"נ זיינען זיי ניט געווען מחוייב אין מצות הצדקה און זייער ניט אָפּהיטן די מצוה קען דעריבער ניט גערעכנט ווערן ווי אַן „עון", אָבער בשעת דער „יד עני ואביון לא החזיקה" איז אין אַזאַ אופן קיצוני, אַז אויך אַ צווייטן דערלאָזן זיי ניט צו געבן צדקה, און וואָס נאָכמער, אַז דערפאַר זיינען זיי יענעם דן למיתה — אַזאַ סאָרט הנהגה איז זיכער אַן „עון" ווייל ס'איז היפּך פון ישובו של עולם. און דערפאַר איז אויב נאָר „הכצעקתה עשו" קומט זיי „כלה".

ט. ע"פּ כל הנ"ל קען מען מסביר זיין (לשיטת הרמב"ן עכ"פּ), אַז דערפאַר געפינט מען דעם חיוב פון כיבוד אב אויך ביי בני נח, ווייל כיבוד אב איז אַ זאַך וואָס רירט אָן ישובו של עולם87). ד.ה. די מצוה פון כיבוד אב, בשלימותה און ווי אַ באַזונדער ענין, איז געגעבן געוואָרן צו אידן אין „מרה"; אָבער אויף וויפל כיבוד אב איז נוגע צו ישובו של עולם, איז מען דערויף געווען אָנגעזאָגט אויך פון פריער88).

און וויבאַלד אַז דער דעמאָלטיקער161כיבוד אב איז ניט געווען קיין ענין פאַר זיך, נאָר בלויז ווי אַ חלק פון דעם וואָס עס פאָדערט זיך צוליב הנהגת וישובו של עולם, וועט שוין זיין פאַרשטאַנדיק, אַז שמעון ולוי זיינען ניט באַגאַנגען קיין חטא דערמיט וואָס „לא נטלו עצה" פון זייער פאָטער; ווייל אדרבה, דווקא ווען אַזאַ זאַך ווי „נבלה עשה בישראל"89) דערנעמט ביז אַז ס'בלייבט קיין אָרט ניט אויף נטילת עצה און אַפילו ניט פונעם פאָטער — אַזאַ הנהגה איז דער אמת'ער קיום פון ישובו של עולם.

אין אַנדערע ווערטער; ווען כיבוד אב וואָלט דעמאָלט געווען אַ מצוה בפני עצמה — איז אויך ווען אַן ענין רירט אָן אין עצם הנפש און במילא, אַלס תוצאה דערפון, קומען די פּעולות אין ניט קיין אויסגערעכנטן און אויסגעמאָסטענעם אופן — מוז מען פאָרט דערביי מקיים זיין דעם ציווי הקב"ה (כיבוד אב);

וויבאַלד אָבער אַז קיין ציווי מיוחד אויף כיבוד אב איז דאַן ניט געווען, מען האָט דאָס געדאַרפט אָפּהיטן (בדרך כלל) צוליב „ישובו של עולם", איז בעת ס'קומט צו אַ פאַל וואָס איז יוצא מן הכלל און ס'רירט אָן אין עצם הנפש (וגם מטעם ישובו של עולם) — דאַן איז אדרבה; דער ישובו של עולם ווערט אויסגעפירט דורך „לא נטלו עצה הימנו", כנ"לע.

י. ע"פּ כל הנ"ל איז מובן דער גודל העילוי פון „ויקחו גו' איש חרבו";

דער ענין פון „הכזונה יעשה את אחותנו" האָט זיי דערנומען אַזוי שטאַרק, אַז „נהגו עצמן כשאר אנשים שאינם בניו" (של יעקב); זיי זיינען געווען דורכגענומען אינגאַנצן מיט דעם געפיל ובמילא איז ביי זיי ניט געבליבן קיין אָרט אויף קיין שום אַנדער זאַך אויסער „ויקחו איש גו'"עא.

162און דאָס איז אויך דער טעם וואָס דעם זמן פון התחלת החיוב במצות לערנט מען אָפּ (כנ"ל בתחילת השיחה) פון אָט־דעם פּסוק, ווייל דאָס איז אַ הוראה פאַר יעדער בר־מצוה, ד.ה. פאַר יעדן איד ווען ער האַלט ביי תחלת העבודה, אַז בשעת עס האַנדלט זיך וועגן „הכזונה"

— וואָס דאָס מיינט באמת יעדער עבירה, וואָס קומט דאָך פון תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים אחריהםעב, און דורך וועלכע מען ווערט אָפּגעריסן ר"ל פון אויבערשטן אין דער דוגמא ווי אַ „זונה" וואָס איז „אסורה לבעלה" („זה הקב"ה")עג —

דאַרף מען זיך ניט רעכענען מיט קיין שום חשבונות און מדידות, אַפילו ניט מיט מדידות פון תורה, נאָר מען דאַרף ביי זיך אַרויסרופן דווקא די תנועה פון מסירת־נפש.

נאָכדעם ווי מען האָט ביי זיך שוין מעורר געווען דעם כח המס"נ — דאַן דאַרף מען טאַקע יעדער זאַך טאָן ע"פּ טעם ודעת, במדידה והגבלה, על פּי תורה; אָבער בכדי אַז די עבודה שע"פּ טעם ודעת זאָל זיין ווי עס דאַרף צו זיין, מוז זיין צום אַלעם ערשטן, גלייך ווי מען ווערט נאָר אַן „איש", דער ענין פון מסירת־נפש שלמעלה מטעם ודעתעד.

(משיחת ש"פ וישלח תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-49jdwg1c

Copies

Recent activity

#121 Likkutei Sichos vol 5: machine reading · approved

Sources