עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ תרומה, ו' אדר ה'תש"נ

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

311משיחות ש"פ תרומה, ו' אדר ה'תש"נ

א. אין היינטיקער סדרה, תרומה, הויבט זיך אָן אַ נייער ענין — און אַן ענין הכי כללי ויסודי — אין תורה: דער ציוויא „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", וועלכער ווערט פאָרגעזעצט אין די קומענדיקע סדרות ביז סוף ספר שמות, און דערנאָך אין פרשת וספר ויקראב:

לכל לראש — ציווי ה' למשה אויף מעשה המשכן ופרטיו („ועשו לי מקדש וגו'") — אין פ' תרומה, תצוה און תשא [בפ' תרומה — וועגן דעם משכן עצמו וכלי המשכן; בפ' תצוה — וועגן העלאת נרות המנורה, עשיית בגדי כהונה, חינוך אהרן ובניו ועשיית מזבח הקטורת; ובפ' תשא — וועגן נתינת מחצית השקל פאַר די אדני המשכןג, עשיית כיור וכנו וסממני הקטורת], און דערנאָך ווי משה גיט איבער צו אידן ציווי ה' וועגן נדבות ועשיית המשכן, און ווי זיי זיינען דאָס מקיים בפועל (בפ' ויקהל), און אין פ' פקודי, „אלה פקודי המשכן גו'" — דער סיום וסךהכל פון מעשה המשכן, „ותכל כל עבודת משכן אוהל מועד"ד, ביז — הקמת המשכן בפועל (בראש חודש ניסן), „ויכס הענן את אוהל מועד וכבוד ה' מלא את המשכן"ה.

און דערנאָך (אין ספר ופ' ויקרא) — וועגן דער קריאה ודיבור ה' אל משה אין משכן (דער תכלית פון משכן — „ונועדתי לך שם"ו), „ויקרא אל משה וידבר ה' אליו מאוהל מועד", און דער המשך הציוויים והפרשיות (וועלכע זיינען געזאָגט געוואָרן בר"ח ניסן) וועגן דער עבודה אין משכן — עבודת הקרבנות, און דערנאָך וועגן העבודה בפועל (אָנהויבנדיק פון עבודת אהרן ובניו בחנוכת המשכן אין די שבעת ימי המילואים, און דערנאָך די חנוכה דורך די י"ב נשיאים).

וויבאַלד אַז דער סיפור וועגן מעשה המשכן וכלי המשכן וכו' ווערט פאַנאַנדערגעטיילט אין עטלעכע סדרות, איז פאַרשטאַנדיק אַז יעדער סדרה ברענגט (בעיקר) אַ באַזונדער ענין בנוגע המשכן און די עבודה בו.

ב. דער כללות'דיקער תוכן פון עשיית המשכן והחידוש בהעבודה בו:

„ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" בריינגט אויך אַרויס דעם תכלית הכוונה פון בריאת העולם: בכדי מאַכן די גשמיות'דיקע וועלט אַ „משכן" און „מקדש"ז פאַרן אויבערשטן, ובלשון הידועח: אַ דירה לו יתברך בתחתונים, אין „תחתונים" דוקא, בעולם הזה התחתון שאין תחתון312למטה ממנו, זאָל דער אויבערשטער שטיין בגלוי בכל עצמותו („לו" — לעצמותוט), כביכול ווי אַ מענטש אין זיין דירה.

דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס (דער ציווי וקיום פון) עשיית והקמת המשכן איז געקומען גלייך בהמשך צו מתן תורהי — ווייל באַ מתן תורה איז געגעבן געוואָרן דער כח צו ממשיך זיין די שכינה למטה, כמחז"ליא אַז דעמולט איז בטל געוואָרן די גזירה און אפטיילונג בין עליונים ותחתונים, און „אמר (הקב"ה) התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים", ואני המתחיל — וירד ה' על הר סינייב און האָט געגעבן תורה ומצוות, צוזאַמען מיט דעם כח צו מאַכן פון דער גשמיות'דיקער וועלט (אַ חפצא של) קדושה, און אויספירן תכלית כל הבריאה — צו מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים; דאָס האָט זיך אויסגעפירט בשלימותיג דורך „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", דורך דעם וואָס אידן האָבן געמאַכט אַ משכן פאַרן אויבערשטן, אָנהויבנדיק דורך זייער עשי' ומלאכה פון ברענגען נדבות המשכן, פון דברים גשמיים שבעולם („זהב וכסף ונחושת גו'"), אַז מ'זאָל דערפון מאַכן דעם משכן לה', און דורך הקמת המשכן וואָס האָט געבראַכט די השראת השכינה למטה, און דערנאָך — די עבודה בפועל אין משכן, הקרבת הקרבנות וכו'.

און דערפאַר איז „ועשו לי מקדש גו'" אַ ציווי בזמן משה במדבר און דערנאָך במשכן שילה און דערנאָך דער בויען אַ „בית לה'"יד, אַלע בתי מקדשות, בית ראשון, שני און שלישי [ביז אויך בזמן הגלותטו, כמאחז"לטז „ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד"] — וואָרום „ושכנתי בתוכם" איז תכלית בריאת העולם (בכל הזמנים ובכל המקומות).

און אין דעם חיבור עליון ותחתון („ושכנתי בתוכם") וואָס האָט זיך אויפגעטאָן אין משכן ומקדש — זיינען פאַראַן כמה פרטים, כמה דרגות ושלבים — ווי דערציילט אין די סדרות הנ"ל, תרומה, תצוה, תשא, ויקהל פקודי, און ויקרא —313יעדער סדרה ברענגט אַרויס אַן ענין מיוחד אין דעם משכן (ווי ס'איז אויך מרומז אין די שמות הסדרות, כידוע אַז דער שם הסדרה דייט אָן אויף איר תוכן).

ג. והביאור בזה:

אין פ' תרומה ווערט דערציילט וועגן דעם ציווי פון דעם אויבערשטן אויף מעשה המשכן, „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", וואָס דאָס איז דער כללות'דיקער ציווי ונתינת כח פון דעם אויבערשטן צו אידן אויף (קענען) מאַכן דעם משכן לה' (און די כלי המשכן — דער ארון וכו') פון גשמיות העולם („זהב וגו'", די אַלע י"ג (ט"ו)יז דברים גשמיים) — אַ משכן וואו און דורך וועלכען עס וועט זיין „ושכנתי בתוכם", די השראת השכינה למטה.

אין פ' תצוה קומט צו אַן ענין נעלה עוד יותר אין (ציווי ה' בענין ה)משכן (חיבור עליון ותחתון) — „ואתה תצוה את בני ישראל וגו'".

ובהקדים דעם דיוק אין „ואתה תצוה", דלכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיקיח: פאַרוואָס איז דער ציווי אַנדערש פון די אַנדערע ציוויים בתורה וואו עס שטייט „דבר (וכיו"ב) אל בני ישראל", ובפרט — אַז אַזוי שטייט אויך בעניננו — בתחלת פ' תרומה בנוגע צו דעם ציווי פון ויקחו לי תרומה און עשיית המשכן; און דאָ שטייט „ואתה תצוה" דוקא, אַז „משה עצמו יצוה"?

איז ידוע דער פירוש פון כ"ק מו"ח אדמו"ריט אין דעם פסוק, אַז „ואתה" גייט אויף דעם עצם פון משה („מהות עצמותך"כ) וועלכע איז העכער פון שם ותואר (אפילו פון שם משה), וואָס דאָס („בחי' אתה שבמשה") איז פאַרבונדן מיט דעם „אתה" האמיתי, „דעצמותיט א"ס ב"ה שנק' אתה"כא (וואָס דוקא אויף עצמות איז שייך זאָגן „אתה" לשון נוכח באמת לאמיתו),

און דער „אתה" איז — „תצוה את בני ישראל", „תצוה" מלשון צוותא והתקשרותכב פון אַלע אידן, ווי זיי געפינען זיך למטה בתחתונים, מיט דעם „אתה" פון משה, און דורך אים (ממוצע המחברכג) — מיט עצמותו ית'.

און וויבאַלד אַז דאָס רעדט זיך וועגן דעם גילוי העצם פון משה און פון עצמותו ית', און דורך דעם — דער גילוי העצם פון יעדער איד, איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס דערגרייכט למטה מטה יותר. וכידוע אַז דער עצם (אתה) פון יעדער איד, ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב בגלוי ובחיצוניות, אפילו אַ פשוט שבפשוטים — איז פאַרבונדן (תצוה) מיט דעם אויבערשטןכד, און אין דער התקשרות עצמית איז ניט שייך קיין הפסק ושינוי ח"וכה. כידוע דער וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ןכו:314אַ איד, ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אָפּגריסן פון אלקות.

ועפ"ז יש לומר דער אויפטו אין דעם ענין פון „ושכנתי בתוכם" וואָס קומט צו בפ' ואתה תצוה לגבי פ' תרומה (וואו עס שטייט „וידבר ה' אל משה דבר אל בנ"י", און ניט „ואתה תצוה"): לאחרי גמר ענין (הציווי אויף) עשיית המשכן בפ' תרומה, פאַרבונדן מיט דעם שם משה („וידבר ה' אל משה"), בחי' הגילויים, קומט מעןכז בפ' ואתה תצוה צו אַ נאָך העכערע, נאָך אַ טיפערע הבנה אין דעם ענין פון „ושכנתי בתוכם" — (א) סיי מצד דעם גילוי מלמעלה — גילוי עצמותו ית' (אתה), און (ב) סיי אין דער דרגא וואו דער גילוי דערגרייכט למטה בתחתונים — אפילו ווי אַ איד געפינט זיך למטה מטהכח, אויך דאָרטן איז ער פאַרבונדן מיט „אתה", עצמותו ית'כט.

ד. און דער ענין דריקט זיך אויך אויס אין דעם המשך הציווי (פון „ואתה תצוה")ל „ויקחו אליך שמן גו' להעלות נר תמיד". ובהקדיםלא: (א) די העלאת הנרות איז געווען דורך אהרן, ווי עס שטייט דערנאָך „יערוך אותו אהרן ובניו מערב ועד בוקר", איז פאַרוואָס איז דער אָנזאָג „ויקחו אליך" (צו משה'ן)? (ב) וואָס איז דער טעם וואָס באַ משה'ן שטייט „להעלות נר תמיד" און באַ אהרן — „מערב ועד בוקר"?

דער ענין פון העלאת הנרות ע"י אהרן אין עבודת האדם איז — די עלי' פון דעם „נר ה' נשמת אדם"לב פון יעדער איד, ד.ה. די אהבת ה' און רצון פון אַ איד (ווי ער געפינט זיך למטה אַלס נשמה בגוף) צו עולה זיין און נכלל ווערן אין אלקות און לייכטן מיט „נר מצוה ותורה אור"לג. און וויבאַלד אַז דער כח וואָס אהרן גיט אויף דעם איז באופן פון העלאה מלמטה למעלה — דערפאַר איז דאָס אין אַן אופן אַז די נרות לייכטן „מערב עד בוקר", ד.ה. אַז הגם די נרות לייכטן, איז אָבער אין דעם ניכר אַן אונטערשייד צווישן „ערב" און „בוקר", וואָס דאָס באַווייזט אויף אַ מצב פון שינויים (שינויי הזמן), אַ מצב פון ערב וחושך און אַ מצב פון בוקר ואורלד, „וזהו מערב ועד בוקר, כי ברישא חשוכא והדר נהורא, שמאיר בנפשו אור ה' מעט מעט מתוך החושך כו'"לה. וואָס דאָס איז בכללות די עבודה פון תפלה (און כללות315המצוות — „נר מצוה") וועלכע איז פאַרבונדן מיט הגבלת הזמןלו.

בכדי אַז אהרן זאָל האָבן דעם כח צו אויפטאָן העלאת הנרות מלמטה למעלה, ביז אַז אין דעם זאָל זיין די עבודה אין אַן אופן פון „להעלות נר תמיד", אַן עבודה אָן שינויים (ובכללות — דער ענין התורה, „תורה אור")לו — אַז אַ איד געפינט זיך תמיד אין אַ מצב פון אור וגילוי, זייענדיק פאַרבונדן מיט מקורו בתמידות — דאַרף מען האָבן דעם „ואתה תצוה את בנ"י ויקחו אליך", די צוותא וחיבור פון אידן (למטה) מיט עצמותו ית' (ואתה), שלמעלה מכל גדר שינוי (אני ה' לא שניתילז).

ובפרטיות יותר יש לומר, אַז אין דעם זיינען פאַראַן דריי ענינים: „ואתה תצוה את בנ"י", „ויקחו אליך גו' להעלות נר תמיד", און „יערוך אותו אהרן ובניו מערב עד בוקר". די כוונה איז, אַז עס זאָלן זיין ביידע ענינים — סיי דער גילוי פון „נר תמיד" (מצד בחי' משה), און סיי דער גילוי „מערב עד בוקר"לח (מצד בחי' אהרן), אַז אויך אין גדרי התחתונים, וואו עס זיינען דאָ שינויים פון ערב און בוקר, זאָל זיין דער גילוי פון „נר ה' נשמת אדם". ויש לומר, אַז דאָס („מערב עד בוקר") איז כולל אויך די שינויים ועליות אין קדושה עצמה, אַז ער ווערט שטענדיק נתעלה אין זיין עבודה מדרגא לדרגא ביז שלא בערך (אַזוי אַז בערך צו דער דרגא נעלה יותר, ווערט די דרגא שלמטה מזה אָנגערופן „ערב"). וי"ל אַז דאָס (העלאת הנרות „מערב ועד בוקר") איז די מעלה פון דער עבודה באופן פון רצוא ושוב — שטענדיקע שינויים ועליות, דורך דעם וואָס ער דערהערט אַז די דרגא תחתונה איז בבחי' „ערב", ווערט באַ עם אַ רצוא צו דעם „בוקר", מצב נעלה יותר (שלאחרי זה)לט. און אַזוי — דרגא למעלה מדרגא.

און דער חיבור פון ביידע ענינים (הפכיים) — „נר תמיד", און „מערב עד בוקר" צוזאַמען, ד.ה. אַז אויך אין דער הדלקה באופן ודרגא פון שינויי הזמן „מערב עד בוקר" (תחתונים) זאָל אויפגעטאָן ווערן די הדלקת נר הנשמה באופן פון „נר תמיד"מ — קומט פון כח העצמות, „ואתה תצוה", שלמעלה משניהםמא.

316ה. אין פ' תשא קומט צו נאָך אַן ענין אין דעם „ושכנתי בתוכם" אין משכן. ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם לשון „תשא את ראש בני ישראל", ד.ה. אַז דורך „זה יתנו גו' מחצית השקל" אויף תרומת האדנים בנדבת המשכן (וואָס דער ציווי על זה איז אַ חידוש אין פ' תשא לגבי די פריערדיקע פרשיות) — ווערט אַ התנשאות ועלי'מב אין אידןמג לגבי ווי זיי זיינען לפני זהמד (כולל — דורך די ציוויים אין פ' תרומה ותצוה).

ויש לומר, אַז די הוספה אין פ' תשא (אין דער דירה בתחתונים וואָס ווערט אויפגעטאָן דורכ'ן משכן) באַשטייט אין דעם, אַז נוסף צו דער „ושכנתי בתוכם" (גילוי עצמותו ית', „ואתה תצוה") וואָס ווערט אויפגעטאָן אין אידן, ווערט דאָס אויך נמשך — דורך אידן — אין חלקם בעולם.

ויובן לויט דעם וואָס מ'האָט אַמאָל גערעדטמה בביאור דברי רז"ל עה"פ „זה יתנו . . מחצית השקל" — אַז „תמהמו (משה) על הדבר מה יכול אדם ליתן כופר נפשו", און דערפאַר „כמיןמז מטבע של אש הוציא מתחת כסא כבודו והראהו למשה ואמר זה יתנו, כזה יתנו":

תמיהת משה איז באַשטאַנען אין דעם: ווי קען מען פאַרשטיין ע"פ שכל, אַז די נתינה פון אַ מטבע גשמית (מחצית השקל), אַ דבר הכי תחתון, זאָל אויפטאָן „כופר נפשו", פון אַ „חלק אלוקה ממעל ממש"מח (תכלית העילוי)?!

אויף דעם האָט אים דער אויבערשטער געענטפערט דערמיט וואָס הראהו „מטבע של אש . . מתחת כסא כבודו . . ואמר לו זה יתנו": דערמיט האָט דער אויבערשטער אויפגעמאַכט אַ חידוש, אַז דער מחצית השקל וואָס אידן האָבן געגעבן דעמולט (און דאָס ווערט נמשך אין מצות מחצית השקל תמיד בכל השנים) איז ניט נאָר אַ מטבע גשמית, נאָר אויך אַ „מטבע של אש . . מתחת כסא הכבוד", און „זה יתנו" בני ישראל, מטבע כזה ממש.

דער חידוש אין דעם איז ניט, אַז בשרשה איז עס אַ „מטבע של אש" (דאָס איז ביי אַלע דברים גשמיים, אַז זיי ווערן נשתלשל פון זייער רוחניות'דיקן שרש), און אויך ניט אַז דורך דער מצוה איז מען ממשיך אַ חיות רוחני („אש") אין דער עשי' גשמית (דער חידוש האָט זיך אויפגעטאָן באַ מ"ת און עשיית המשכן בכלל), נאָר אין דעם, וואָס אויך נאָך דעם ווי די מטבע איז נשתלשל געוואָרן און אראָפּגעקומען אין עוה"ז הגשמי, איז דורך דעם וואָס מ'איז מקיים מיט איר די מצוה פון מחצית השקל, ווערט אויפגעטאָן אַ שינוי אין דער מטבע אַז זי ווערט (ווי זי געפינט זיך317בגשמיות) אַ „מטבע של אש" — היפך סדר השתלשלות, אַז דער תחתון בלייבט נידעריקער פאַר דעם עליון — ובגלוי „זה יתנו".

וואָס דער כח אויף דעם חיבור (פון דער מטבע מיט אש מתחת כסא כבודו) קען אויפגעטאָן ווערן נאָר דורך דעם אויבערשטן אַליין, „מטבע של אש הוציא הקב"ה כו' והראהו למשה ואמר לו זה יתנו"; די פאַראייניקונג פון גשמיות און רוחניות (ביידע בבת אחת בפועל) קען געמאַכט ווערן נאָר דורך הקב"ה בעצמו, וואָס ער האָט ברצונו בוחר געווען סדר השתלשלות, איז בכחו צו מבטל זיין דעם סדר השתלשלות.

ועפ"ז איז מובן, אַז אין נתינת מחצית השקל (מטבע גשמית) איז דאָ אַ העכערער ענין אפילו פאַר דעם „מטבע של אש . . מתחת כסא כבודו", ווייל דער „מטבע של אש" למעלה (מתחת כסא כבודו) איז אַ חלק פון סדר השתלשלות, אין עולם הכסא (עולם הבריאה); משא"כ אַז די נתינה פון אַ מטבע גשמית זאָל ווערן „זה" אויך אַ „מטבע של אש" — קומט פון כח העצמות, שלמעלה מסדר השתלשלות (און נאָכמער — דורך דעם איז ער מבטל סדר השתלשלות), ניט נאָר העכער פון עולם הבריאה, נאָר אויך פון עולם האצילות ולמעלה מזה. און נאָכמער: דער חיבור (פון דער מטבע גשמית און „אש") ווערט אין אַן אופן פון „זה", בגלוי, משא"כ עולם הבריאה (און אפילו עולם האצילות) איז עולם מלשון העלם והסתרמט.

דערמיט איז פאַרשטאַנדיק דער חידוש אין דעם „ושכנתי בתוכם" וואָס קומט צו אין פ' תשא — אין „זה יתנו גו' מחצית השקל", אַז ס'איז ניט נאָר אַ חיבור פון עליון ותחתון, באופן אַז מ'איז ממשיך רוחניות אין גשמיות העולם, נאָר אַז די גשמיות גופא ווערט איין זאַך מיט רוחניות.

ו. אין פ' ויקהל (ופקודי) קומט צו דער ענין, אַז לאחרי ציווי ה' אל משה (בפ' תרומה, תצוה ותשא) גיט משה איבער דעם ציווי צו אידן, און זיי זיינען דאָס מקיים בפועל — וואָס אין דעם קומט צו דער אויפטו, אַז נאָך דעם ציווי ונתינת כח מלמעלה, איז המעשה הוא העיקרנ — דער עיקר איז די עבודה פון אידן בתחתונים צו מאַכן דעם משכן לה'נא.

ולהוסיף, אַז „ויקהל" גיט אויך צו אַן ענין אין דעם עצם המשכן — כמודגש אין דעם וואָרט „ויקהל", וואָס מיינט די הקהלה והתאחדות פון אַלע אידן, וואָס דאָס איז אַ הקדמה והכנה עיקרית צו עשיית המשכן: כדי דער משכן זאָל זיין אַ משכן פון כלל ישראל — „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", בתוך אַלע אידן — האָט תרומת ונדבת כל יחיד מישראל למלאכת המשכן געדאַרפט זיין באופן אַז עס זאָל ווערן (אויס ממון יחיד, און ווערן) ממון ציבור. און דערפאַר איז די הקדמה לזה — צו צונויפקלייבן אַלע אידן (יחידים) און מאַכן פון זיי איין קהל. ונוסף לזה — איז „ויקהל" מרמז אויף דעם אופן עשיית כלי המשכן, אַז די כוונה אין דעם זאָל זיין ניט (נאָר) אַלס עשי' ופעולה פרטית, פון דעם כלי פרטי, נאָר באופן פון „ויקהל" — צונויפקלייבן צוזאַמען אַלע חלקי המשכן אויף מאַכן איין משכן, וואָס דוקא דעמולט באַקומט יעדער כלי איר קדושה פרטית, דורך דעם וואָס תחלת עשייתן לשמה איז לשם קדושת המשכןנב.

318ז. די הוספה אין פ' פקודי איז בפשטות: דער סיום וסך־הכלנג פון מעשה המשכן, און דער עיקר פון אַלץ — הקמת המשכן בפועל און השראת השכינה למטה בפועל — ביז אַז „ויכס הענן את אוהל מועד וכבוד ה' מלא את המשכן"נד.

דערנאָך אין פ' ויקרא קומט צו נאָך אַ העכערער עילוי — „ויקרא אל משה וידבר ה' אליו מאוהל מועד": אויך לאחרי הקמת המשכן בפועל (בפ' פקודי) איז „לא יכול משה לבוא אל אוהל מועד כי שכן עליו הענן", וואָס „שכן עליו הענן" איז „המשכת והשראת אור א"ס ממקום עליון ונורא מאד שנאמר בונה ישת חשך סתרו כו' שלא שייך בו שום גילוי השגה כו'"נו; אָבער דערנאָך, דורך „ויקרא אל משה" — האָט די קריאה אויפגעטאָן אַז ער זאָל (קענען און בפועל) אַריינגיין אין אוהל מועדנז, און מקבל זיין דעם גילוי פון בחי' ישת חשך סתרונח.

און דערנאָך — זאָגט אָן דער אויבערשטער — אין ספר ויקרא, ספר הקרבנותנט — די אַלע פרטי דיני הקרבנות אין משכן, וואָס דאָס איז שלימות ענין המקדש: בית לה' מוכן להיות מקריבים בו הקרבנותס, די הקרבה ועלי' פון אַ בהמה כו' גשמית אַלס אַ קרבן לה'סא, „ריח ניחוח לה'", „נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני"סב, קרבן מלשון קירובסג, ורזא דקורבנא עולה עד רזא דא"ססד. כולל ועיקר — „אדם כי יקריב מכם קרבן לה'"סה, „מכם" דוקאסו.

ח. פון יעדער ענין אין תורה דאַרף זיין אַ לימוד והוראה בפועל אין עבודת האדם, עאכו"כ פון דער מצוה כללית „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" וועלכע איז אַ ציווי לדורות — דער ציווי אויף אַלע בתי מקדשות — משכן, בית ראשון, בית שני, ובנוגע לפועל איצטער — דער בית המקדש השלישי שיבנה במהרה בימינו.

ובהקדמה: אין דעם בית המקדש השלישי, „מקדש אד' כוננו ידיך"סז, אַ בית נצחי (ניט ווי בית ראשון ושני)סח — וועט זיין די שלימות פון „ושכנתי בתוכם", חיבור עליון ותחתון, און אין אַלע פרטים הנ"ל: די שלימות פון דער נתינת כח מלמעלה (ציווי ה' אל משה), ובפרט ע"פ319הידוע אַז דער ביהמ"ק השלישי איז שוין בנוי ומשוכלל למעלהסט, און ער דאַרף נאָר יורד זיין למטה; די שלימות הגילוי פון „ואתה תצוה" — דער צוותא וחיבור מיט עצמותו ית', ובאופן נצחי („תמיד"), אין דעם בית נצחי, צוזאַמען מיט דער שלימות אין דער עבודה פון רצוא ושוב („מערב עד בוקר"); די שלימות אין „תשא את ראש", און דער המשכה פון „מטבע של אש" אין תחתונים (עולם), אַזוי אַז בכל העולם כולו וועט זיך אָנזען בגלוי — „זה" — ווי דאָס איז איין זאַך מיט רוחניות (אש מתחת כסא כבודו); די שלימות פון „ויקהל" — „קהל גדול ישובו הנה"ע, און גילוי אחדותו ית' בכל העולם כולו, „ה' אחד ושמו אחד"עא; די שלימות פון „פקודי" — דער מנין העשירי דלע"לעב, און אויך די השראת השכינה בפועל למטה אין דעם ביהמ"ק השלישי; און די שלימות פון „ויקרא אל משה", די קריאה ודיבור ה' צו בחי' משה שבכאו"א, וועלכע גיט דעם כח צו אַריינגיין אין אוהל מועד — ביז אַז כשם שבא לראות כך באַ ליראותעג, ביז אַז „ולא יכנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריך"עד, כולל ווי ס'וועט זיין לע"ל — די עלי' לרגל בכל שבת ור"חעה.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק דער לימוד עתה פון המדובר לעיל, ובפרט בדורנו זה:

אידן האָבן געוואַרט און געגלוסט מיט אַ השתוקקות עצומה אויף דער גאולה — „אחכה לו בכל יום שיבוא" [וי"ל אַז דאָס איז כולל דעם אחכה פון בנין ביהמ"ק השלישי און אַלע ענינים וואָס קומען מיט ביאת המשיח]. ביז אַז דאָס האָט זיך אויסגעדריקט בפועל אין דער הנהגה (והוראה) פון כמה צו לערנען „תורת כהנים", לערנען די דינים פאַרבונדן מיט ביהמ"ק והקרבת קרבנות כו' (כולל די סדרות פון די וואָכן), בכדי מ'זאָל זיין „צוגעגרייט" צו דער גאולה וואָס קען קומען תיכף ומיד — דורך וויסן די הלכות וואָס וועלן דעמולט זיין נוגע לפועל פאַר „כהנים בעבודתם לויים בדוכנם וישראל במעמדם".

עאכו"כ בדורנו זה, לאחרי וואָס „כלו כל הקיצין"עד, און לויט אַלע סימנים אין גמרא און מדרשי חז"ל געפינט מען זיך שוין אין עקבתא דעקבתא דמשיחא, און ס'איז אַ דבר ברור אַז היינטיקער דור איז דער לעצטער דור פון גלות, און דער ערשטער דור פון גאולה.

ובפרט בשעת מ'געפינט זיך אין ימי סגולה, ימים מסוגלים ביותר צו דער גאולה, ווי אין די וואָכן וואָס הויבן זיך אָן פון דעם שבתעז, ווען מ'לייענט אין תורה וועגן „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", מיט די אַלע פרטים האמורים לעיל — דאַרף דאָס ביתר שאת וביתר עוז מעורר זיין באַ יעדער איד [נוסף צו מקיים זיין דעם „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", בתוך כאו"א, אין זיין משכן רוחני, בביתו הפרטי וכו'] די השתוקקות און בענקעניש320צו דער גאולה האמיתית והשלימה און צו דעם בית המקדש השלישי, און עבודת המקדש, הדלקת המנורה והקרבת הקרבנות וכו'.

ועוד ועיקר: דאָס דאַרף אַרויסקומען אין מעשה בפועלעח — צו מוסיף זיין ביתר שאת וביתר עוז אין „מעשינו ועבודתינו" וועלכע ברענגען די גאולהעט, ובמיוחד — ענינים (בעבודת ה') וועלכע זיינען מעין — און זיינען נאָכמער ממהר — די גאולה. כולל און אָנהויבנדיק פון לערנען הל' בית המקדש און תורת כהנים (כמבואר בפרשיות אלו בתורה שבכתב, ותורה בפירושה ניתנהפ — אין תושבע"פ), ותלמוד גדול שמביא לידי מעשהפא — די עבודה בפועל מעין הגאולה. ובכללות: צו מאַכן פון יעדער זאַך אין וועלט אַ משכן ומקדש לה', און אַ מקדש נצחי — דורך נוצן די זאַך פאַר אַ מצוה (אָדער תשמישי מצוה), וואָס דורך דעם ווערט די זאַך נתאחד אין אַ יחוד וואָס למעלה איז ער „נצחי לעולם ועד"פב, ביז אַז דאָס קומט אַרויס אויך למטה, אין דער מצוה מלשון צוותא וחיבורפג מיט דעם אויבערשטן. לדוגמא — דורך מצות צדקה: דורך אָפּגעבן פון די אייגענע געלט אויף צדקה, מאַכט מען פון דער מטבע גשמית (וכיו"ב) אַ מצוה של הקב"ה, וועלכע ווערט (אויך) אַ „מטבע של אש שמתחת כסא כבודו" (כנ"ל). און דאָס ווערט אַ מעין און אַ הכנה — צו דער דירה בתחתונים, אַ דירה נצחית, וואָס וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה, גאולה נצחית (שאין אחרי' גלותפד), און ביהמ"ק נצחי.

ט. אין דעם אַלעם קומט צו במיוחד בתוככי חב"ד דורך און מצד דער קביעות פון שבת פ' תרומה בשנה זו — ביום ו' אדר, דער יום היאָרצייט (הראשון) פון דער וואָס האָט זוכה געווען צו באַשטימט ווערן (דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו) אַלס דער יו"ר ועד הפועל פון ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטשפה:

אין דעם טאָג פון אַ יאָרצייטפו ווערט אַן עלי' שלא בערך (רצוא) אין דער נשמה [ובפרט אַז דאָס קומט נאָך אמירת קדיש במשך י"א חדשים, כו"כ פעמים בכל יום (ווי די פאַרשידענע מנהגים בזה), כידוע אַז קדיש טוט אויף אַן עלי' אין דער נשמה, ועאכו"כ אמירת הקדיש ביום היאָרצייט], וביחד עם זה טוט עס אויך אויף אַ המשכה למטה (שוב), און דאָס גיט אַ כח וסיוע צו דעם אומר ושומע הקדיש (ועונה אמן), אַלס נשמות בגופים למטהו [ובפרט צו די תלמידי הישיבה וועלכע זיינען געוואָרען דורך דער עבודה והשתדלות פון דעם בעל היאָרצייט, כדלקמן].

דער עיקר העבודה פון דעם בעל321היאָרצייט (במשך רוב ימי חייו) — וואָס ביום היאָרצייט שטייט בגלוי „כל מעשיו ועבודתו אשר עבד במשך ימי חייו"פז — איז באַשטאַנען אין דעם וואָס ער האָט אָנגעפירט, כאמור, מיט דער הנהלה בפועל פון ישיבת תומכי תמימים (בכח פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וועלכער איז נתמנה געוואָרן (דורך זיין פאָטער, דער מייסד הישיבה) אַלס דער מנהל פועל פון דער ישיבה), וואָס דורך זיין השתדלות ועבודה זיינען אויפגעשטעלט געוואָרן אַ ריבוי תלמידים, תלמידי התמימים, פירות ופירי פירות, וועלכע מ'זעט בעיני בשר — תלמידים וואָס זיינען עוסק אין לימוד התורה, נגלה און חסידות, און אין הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה.

יעדע ישיבה איז אַ „מקדש מעט"ח (אלו בתי מדרשות)פט, אַ משכן ומקדש לה', ובאופן של קביעות והתיישבות (ישיבה), מעין דעם ביהמ"ק נצחי לע"ל. עאכו"כ ישיבת תומכי תמימים וועלכע איז נתייסד געוואָרן (דורך דעם רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע) בסוף זמן הגלות, בכדי אַז די תלמידי הישיבה זאָלן זיין „נרות להאיר", צו באַלייכטן דעם חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא, „מיט דעם נר תמיד פון די מאורות כו'"צ,

וכידוע די שיחה פון דעם רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע צו די תלמידי הישיבהצא בענין „כלצב היוצא למלחמה בית דוד" — אַז די תלמידי הישיבה זיינען „חיילי בית דוד" וועלכע וועלן „ראַטעווען דעם מצב פון כלל ישראל" פון די „אשר חרפו עקבות משיחך"צג,

און אויספירן די כוונה פון „יפוצו מעינותיך חוצה" (דורך רבותינו נשיאינו) וועלכע וועט ברענגען די גאולהצד.

און דער אופן ווי די תלמידי הישיבה פירן דאָס דורך איז — דורך לערנען תורה (בקביעות ובהתיישבות), נגלה דתורה און פנימיות התורה (תורת החסידות), כפי שנתגלתה בתורת חסידות חב"ד, און אַלס אַ תורה אחת — „תורה תמימה" [כידוע דער סיפור בקשר מיט קריאת שם הישיבה „תומכי תמימים"צה — אַז דער נאָמען האָט דער רבי נ"ע געגעבן שמחת תורהו בשעת הקפות7י), בהמשך צו אמירת „תומך תמימים הושיעא נא", און ער האָט דערביי צוגעגעבן: „מטרת הישיבה להיות תורת ה', תורה הנגלית ותורת החסידות, תמימה כו'"].

ויש לומר, אַז דער חיבור פון נגלה דתורה און פנימיות התורה איז בדוגמת דער חיבור פון עליון ותחתון אין תורה עצמה (כביכול), ווי דאָס איז אין משכן ומקדש: נגלה דתורה, גופא דאורייתא322(אילנא דטו"רצח), איז פאַרבונדן מיט בחי' גליא דקוב"ה, אלקות וואָס איז בערך צו דער בריאה, און פנימיות התורה, נשמתא דאורייתא (דלית תמן לא קשיא כו'צח) איז פאַרבונדן מיט סתים דקוב"הצט, אלקות שלמעלה מהבריאה; און אין ישיבת תומכי תמימים ווערט חיבור שניהם יחד (בכח פון אתפשטותא דמשה שבכל דור, „ואתה תצוה"ק) — „ושכנתי בתוכם", גילוי בחי' סתים דתורה און סתים דקוב"ה אין בחי' גליא דתורה און גליא דקוב"הקא.

און דאָס גיט דעם כח צו אויפטאָן די עבודה מיט די אידן אַרום — דורך זיין „נרות להאיר" אין דעם משכן ומקדש פון „ישיבת תומכי תמימים" — און באַלייכטן אַלע אַרום מיט דעם מאור שבתורה (פנימיות התורה), „ויקחו אליך שמן (פנימיות התורה) גו' להעלות נר תמיד", און דורך דעם מגלה זיין ביי אַלע אידן („מערב עד בוקר") דעם „נר ה' נשמת אדם", זייער פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן („ואתה תצוה"), סתים דישראל מיט סתים דקוב"הצט.

ביז אַז מ'באַלייכט כל העולם כולו, און מ'מאַכט פון גשמיות העולם אַ משכן ומקדש לה' („מטבע של אש"), אַ דירה לו ית' בתחתונים. וואָס דאָס איז דער ענין פון חסידות בכלל — צו מגלה זיין אלקות, ביז די העכסטע דרגות אין אלקות, מגלה זיין אין וועלט.

ביז אין אַן אופן אַז מ'טוט אויף אַז אויך די מושפעים זאָלן זיין „נרות להאיר", טופח על מנת להטפיח, און דורך דעם וואָס זיי באַקומען דעם ציווי ה' (ע"י משה שבכל דור, ובחי' משה שבכאו"א) אויף „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" — מאַכן זיי אויף דורך זייער עבודה, דעם משכן ומקדש לה' (כמסופר בפ' ויקהל), ביז דער הקמה בפועל (בפ' פקודי), און ביז עס ווערט „ויקרא אל משה", צו בחי' משה שבכאו"א.

ולהוסיף, אַז אין דער ישיבה עצמה איז צוגעקומען אַ הוספה לאחרי וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר איז געקומען פון חצי כדור העליון און האָט זיך באַזעצט אין חצי כדור התחתון (אין ארצות הברית, אין ברוקלין, ניאָרק), און האָט דאָ איבערגעפלאַנצט מרכז ישיבת תומכי תמימים — וואָס בט' אדר שנה זו ווערט אַ יובל (חמשים) שנים זינט דעמולט (ת"ש־תש"נ)קב: ס'איז ידוע דער פתגםקג, אַז מתן תורה איז ניט געווען בגלוי אין חצי הכדור התחתון. וע"פ הכלל אַז יעדע עלי' איז בערך הירידה שקדמה לה — דאַרף מען זאָגן, אַז דורך דער ירידה (פון דער ישיבה) אין חצי כדור התחתון, וואו מ"ת (וואָס דעמולט איז געגעבן געוואָרן כל התורה כולה, נגלה און פנימיות התורה) איז ניט געווען בגלוי — קומט צו אַן עלי' ויתרון האור אין דער עבודה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בכללקד, כולל אין דער פעולה323פון דער ישיבה אין הפצת המעינות חוצה. ווי מ'האָט געזען בפועל די פאַרברייטערונג ביז שלא בערך פון הפצת המעינות חוצה בחצי כדור התחתון לגבי ווי ס'איז געווען פריער (בחצי כדור העליון), והולך ומוסיף.

י. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד עיקר העבודה פון דעם בעל היאָרצייט פון ו' אדר איז באַשטאַנען אין אָנפירן מיט דער ישיבה — איז אין דעם טאָג, שטייט בהדגשה ובשלימות — זיין עבודה אין דעם משכן ומקדש פון ישיבת תומכי תמימים — ווי מ'זעט עס בגלוי ובפועל אין די פירות ופירי פירות, די תלמידי הישיבה, וועלכע זיינען ממשיך די עבודה בפועל דאָ למטה.

ויש להוסיף, אַז וויבאַלד ער איז נתמנה געוואָרן בהשגחה פרטית (דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר) צו אָנפירן מיט דער ישיבה, איז דער ענין הנ"ל (תוכן ענין הישיבה) מרומז אין שמו — „שמריהו בן מנחם מענדל":

שמו „שמריהו" האָט אין זיך (רוב ה)אותיות „נשמה": ש', מ', ה'. און דער י' אַז מ'שטעלט עם בתחתית הוא"ו ווערט עס אות נ'. וואָס דאָס איז מרמז אויף דעם ענין פון גילוי (ועילוי) הנשמה (וואָס ווערט ביום יאָרצייט), ובמיוחד — גילוי נשמתא דאורייתא (אין גליא דאורייתא), און גילוי „נר ה' נשמת אדם".

אויך דער ענין הגאולה — וואָס ווערט צוגעאיילט דורך ישיבת תומכי תמימים אַלס משכן ומקדש (מעט), בתור הכנה צו דעם מקדש דלעתיד — וע"פ הידועקה שבאם מתוסף עי"ז ביר"ש וכו' מותר וכדאי „לחפש" רמזים, י"ל רמז בשמו: דער אות מ'186) באמצע תיבה איז מרמז אויף דעם ענין הגאולה — כידועקז בענין „לםרבה המשרה"קח, אַז דער מ"ם סתום באמצע התיבה איז פאַרבונדן מיט דער גאולה (משא"כ דער מ"ם פתוח בסיום התיבה, „חומות ירושלים אשר המ פרוצימ"קט, איז מרמז אויף גלות). וי"ל אַז בשעת עס שטייט אַ מ"ם פתוח באמצע התיבה איז דאָס אויך פאַרבונדן מיט גאולה, נאָר וויבאַלד אַז די גאולה וסתימת רוח הרביעי, איז נאָך ניט געקומען בפועל איז דאָס נאָך אַ מ"ם פתוח.

ובפרט אַז שם אביו איז „מנחם מענדל", וידוע מרז"ל אשר משיח — מנחם שמוקי, און אויך מענדל, איז בגימטריא „צדק" [כידוע בנוגע דעם נאָמען פון אדמו"ר ה"צמח צדק" — גימטריא פון שמו „מנחם מענדל"], וואָס „צדק" (און אויך „צמח") איז שמו של משיחקיא.

און בן מנחם מענדל", איז אויך מרמז ע"ד דער פירוש אין „בן חורין" (ניט אַ „זון", נאָר), אַז מציאות שלו איז „חורין".

324ד.ה. אַז התעסקותו איז בעניני תלמידי התמימים, שילמדו נגלה וחסידות ויפיצו המעינות חוצה וואָס ברענגט, „אתי מר" דא מלכא משיחא.

יא. בכל זה קומט צו נאָכמער מצד דעם וואָס ו' אדר (ובשנה זו — ש"פ תרומה) איז אויך ערב ז' אדר — דער יום הולדת ויום פטירת משה רבינוקיב: ביום זה שטייט בגלוי כל מעשיו ועבודתו של משה רבינו, וואָס בכללות איז דאָס — (א) דער ענין התורה (וועלכע ווערט אָנגערופן על שמו, תורת משהקיג), „משה קיבל תורה מסיני ומסרה כו'"קיד, כל התורה כולה — תושב"כ און תשבע"פ, נגלה דתורה און פנימיות התורה, ביז כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש; און (ב) דער ענין המשכן — וואָס ווערט אָנגערופן על שמוקטו. וציווי ה' אל משה „ועשו לי מקדש" איז כולל אַלע בתי מקדשות.

ובפרט אַז דאָס איז בהמשך צו ו' אדר, ערב והכנה צו ז' אדר — די עבודה פון לימוד התורה — און עשיית משכן ומקדש בו' אדר, פירט און ברענגט צו דער שלימות בזה ביום ז' אדר — יומו של משה רבינו, גואל ראשון הוא גואל אחרוןקטז.

יב. די הוראה מזה בנוגע לפועל:

בקשר מיט דעם טאָג, שבת פ' תרומה, ו' אדר, ערב ז' אדר — כדאי מוסיף זיין במיוחד אין לימוד התורה, נגלה דתורה און פנימיות התורה. און ממשיך זיין די הוספה בפרט אין ז' אדר. און תלמוד גדול שמביא לידי מעשה — אויך מוסיף זיין אין נתינת הצדקה, און בהחלטות טובות אין אַלע עניני תומ"צ, כולל ובמיוחד — תקנת משה רבינו „להקהיל קהילות בכל שבת ללמד דברי תורה"קיז (כמדובר כמ"פ לאחרונהקיח).

ובפרט די תלמידים פון ישיבת תומכי תמימים — זאָלן מוסיף זיין אין זייער תפקיד: לכל לראש — הוספה אין לימוד הנגלה און לימוד החסידות, און אויך — מוסיף זיין אין דער עבודה פון „נרות להאיר", אויף הפצת המעינות חוצה. [וכדאי אַז מ'זאָל אויך אַרויסגעבן אַ מאמר חסידות לכבוד בעל היאָרצייט בענין הגאולה, תחיית המתים וכיו"ב].

ובמיוחד — זאָלן די תלמידי הישיבה (ע"פ הוראת ההנהלה) אויך ממשיך זיין אין די חסיד'ישע פאַרברענגענישן (בנוסף אויף דער התוועדות בערב שבת), צוזאַמען מיט החלטות טובות בכל הנ"ל.

ויה"ר, אַז לאחרי כל הדיבור וועגן דער גאולה האמיתית והשלימה, און מאָנען „עד מתי" . . . — זאָל די גאולה שוין קומען בפועל ממש, און מ'זאָל שוין האָבן דעם ביהמ"ק השלישי דאָ למטה, און דאָרטן בביהמ"ק טאָן די עבודה, ומשה ואהרן עמהםקיט,

והקיצו ורננו שוכני עפרקכ, און דער בעל היאָרצייט פון ו' אדר בתוכם — אַזוי אַז נאָך אַ יאָרצייט וועט שוין ניט זיין,

325און אַלע אידן שליט"א נשמות בגופים, צוזאַמען מיט אַלע נשמות, וואָס כל ישראל יש להם חלק בעוה"בקכא, וועלן אויפשטיין בתחיית המתים, גייען תומ"י ממש —

אין ארץ הקודש, אין ירושלים עיר הקודש, ובביהמ"ק השלישי, מקדש אד'

כוננו ידיך.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-00s7082n

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · open
#158 Sefer HaSichos ה'תש"נ, חלק א: one page per sicha · approved