עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ וישב, א' דחנוכה ה'תש"נ

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

84משיחות ש"פ וישב, א' דחנוכה ה'תש"נ

א. בנוגע צו חנוכה געפינט מען אַ דבר פלא:

ס'איז ידוע אַז דער סיפור פון נס חנוכה איז פאַרשריבן געוואָרן באריכות אין אַ מגילה, אָנגערופן מיט דעם נאָמען „מגילת אנטיוכוס". והגם אַז די מגילה איז ניט אַ חלק פון די כ"ד ספרי קודש, ווערט זי געבראַכט אין פוסקים, און נאָכמער: בכמה קהילות קדושות בישראל פירט מען זיך צו לייענען די מגילה בחנוכהא.

וואָס לכאורה איז דאָס אַ דבר והיפוכו וועלכע פאָדערט ביאור — דממה נפשך: ווי קומט עס אַז אַ מגילה וועלכע איז ניט קיין טייל פון די כתבי קודש זאָל ווערן געלייענט בציבור אין קהילות קדושות בישראל?!

די פלא בזה איז נאָך שטאַרקער אין פאַרגלייך מיט פורים: חנוכה און פורים זיינען ענלעך — און ווערן געבראַכט בכו"כ דינים וענינים צוזאַמעןב — זיי זיינען ביידע מצוות מדברי סופריםג, ביידע מותרים במלאכהד, וכיו"ב. פונדעסטוועגן זעט מען צווישן זיי אַן אונטערשייד מן הקצה אל הקצה:

„מגילת אסתר" איז (א) געוואָרן (דורך בקשת אסתר „כתבוני לדורות", „עם שאר הכתובים"ה) איינע פון די כ"ד ספרי קודש, ואדרבה — מגילת אסתר האָט אַ מעלה לגבי די אַנדערע נביאים וכתובים, ווייל „כלו ספרי הנביאים וכל הכתובים עתידין ליבטל לימות המשיחז חוץ ממגילת אסתר והרי היא קיימת כחמשה חומשי תורה וכהלכות כו' שאין בטלין לעולם". און (ב) ס'איז אַ מצוה צו לייענען די מגילה בפורים (וכבקשת אסתר „קבעוני לדורות", „ליו"ט ולקריי'"ח).

מה שאין כן „מגילת אנטיוכוס" פון חנוכה איז (א) ניט קיין חלק פון די כ"דט ספרי קודש, (ב) ניטאָ קיין מצוה איר צו לייענעןי. — ואעפ"כ בכמה קהילות קדושות לייענט מען איר בימי חנוכה, כנ"ל.

85נאָך אַ בולט'דיקער אונטערשייד צווישן זיי זעט מען אין זייערע נעמען: מגילת אסתר ווערט אָנגערופן על שם אסתריא (ניט מגילת אחשורוש אָדער המן) — וואָס דורך איר איז געקומען די הצלה ונס פורים, און אסתר איז פון די הויפּט נשים צדקניות, וביחוס „בתה של שרה"יב. דאַקעגן „מגילת אנטיוכוס" ווערט אָנגערופן על שם אנטיוכוס הרשע (און ניט על שם מתתיהו כהן גדול אָדער יהודה המכבי וכיו"ב), דער וואָס האָט געבראַכט די גזירות אויף אידן בימים ההם!

ב. ויש לומר דעם ביאור אין דעם:

ס'איז מבואר בכ"מיג אַז דער אויפטו פון חנוכה — און עד"ז פורים — איז, דער בירור ועלי' פון דעם תחתון ביותר, באופן פון אתהפכא חשוכא לנהורא, וכידוע: פריער איז געווען התגברות ביותר של החושך — „נכנסויד יוונים להיכל" און „טמאו כל השמנים שבהיכל", און מ'האָט געדאַרפט מלחמה האָבן מיט „מלכותטו יון הרשעה" וועלכע האָבן געוואָלט „להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך", און דערנאָך איז געווען דער נצחון המלחמה — „מסרת גבורים ביד חלשים וטמאים ביד טהורים כו'", און דער נס פון פך השמן וועלכער האָט געברענט אַכט טעג.

ועד"ז איז אויך געווען בימי הפורים: פריער איז געווען התגברות ביותר של החושך: גזירת המן הרשע, צורר היהודים, און פון אחשורוש ע"ש שהשחיר פניהם של ישראלטז, ו"הוא אחשורוש, הוא ברשעו מתחילתו ועד סופו"יז; און דורך דער מסירת נפש פון מרדכי ואסתר און אידן בכלל איז געקומען די הצלה ונס פורים, אַז ס'איז געוואָרן „ונהפוך הוא"יח, ביז באופן אַז אסתר האָט גע'פועל'ט אויף אחשורוש, אַז ער זאָל מהפך זיין הגזירה מרע לטוב.

[און חנוכה ופורים זיינען ביידע מצוות מדברי סופרים, ימים המותרים במלאכה כו' (ניט ווי די אַנדערע מועדי השנה (די ג' רגלים) און שבת) — ווייל דעמולט איז די המשכה פון גאָר אַ הויכע מדריגה וועלכע ווערט נמשך בהתלבשות אין עניני ומלאכות העולםיט, וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך עבודת האדם למטה, און דעריבער איז אויך קביעת היו"ט — מדברי סופרים].

ויש לומר אַז הגם וואָס בכללות איז דאָס דער תוכן העבודה פון ביידען — חנוכה און פורים, איז אין דעם פאַראַן אַ חידוש אין חנוכה לגבי פורים. ווי מ'זעט עס בפשטות אין די מצות וועלכע מ'האָט קובע געווען בימים אלהכ:

די מצוות פון פורים זיינען אַלע פאַרבונדן מיט עניני קדושה וועלכע אַ איד טוט בפנים, באַ זיך אין שטוב און אין בית הכנסת, און צווישן אידן (מקרא מגילה,186סעודת פורים, הלל והודאה, משלוח מנות איש לרעהו וכו').

דער נס פון חנוכה האָט מען קובע געווען בהדלקת נרות, אין וועלכע ס'איז מודגש די השפעה (אויך) אויף דעם חוץ און רשות הרבים ביז אויך אויף אומות העולם (נוסף אויף דער עבודה בפנים, אין קדושה) — סיי אין דעם מקום פון די נרות חנוכה, און סיי אין דעם זמן פון דער הדלקה:

מקום הנרות — „מצוה להניחה על פתח ביתו מבחוץ", פרסומי ניסאכא. דאָס הייסט, אַז נוסף אויף דעם וואָס ער און די בני בית דאַרפן זעהן די חנוכה ליכט, דאַרפן זיי אויך לייכטן אין אַן אופן אַז (אויך) די וואָס געפינען זיך „בחוץ", ברשות הרבים, זאָלן זיי זעהן.

זמן ההדלקה — „מצותה משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק כו' ועד כמה כו' עד דכליא ריגלא דתרמודאי"כב, ווייל ביז „תכלה רגל מן השוק" (ריגלא דתרמודאי — די לעצטע מענטשן וועלכע דרייען זיך אַרום אין שוק) זיינען פאַראַן עוברים ושבים וועלכע זעען די נרות, און במילא איז דאָ אין דעם פרסומי ניסאכג.

דאָס הייסט: נרות חנוכה דאַרפן לייכטן און באַלייכטן דעם „חוץ", אין „שוק", כל זמן עס געפינען זיך נאָך דאָרטן מענטשן, אויך אַזוינע מענטשן וואָס ווערען אָנגערופן „תרמודאי" — „שם אומה מלקטי עצים דקים ומתעכבים בשוק עד שהולכים בני השוק לבתיהם"כד, אָדער „עניים שלאחר שגומרים מלאכתם מלקטים עצים מן ההפקר להתחמם בהם, ומתאחרים בשוק יותר משאר בני אדם"כה — וואָס דאָס איז כולל אויך אומות העולם.

ובפרט לויט דעם פירוש (הפנימי) אין „על פתח ביתו מבחוץ", אין רשות הרבים ממש, מקום הקליפות, לאהפכא חשוכא לנהוראכו, און די פעולה פון די נרות חנוכה איז „עד שתכלה רגל מן השוק כו' עד דכליא ריגלא דתרמודאי" — אויך אין „שוק" (טורי דפרודא)כז באַ די וואָס זיינען „תרמודאי", זיי זיינען מורדים (תרמוד אותיות מורדתכח) אין דעם אויבערשטן ר"ל, און ניט נאָר ווי די „תרמודאי" עבדי שלמהכט וועלכע זיינען דערנאָך געוואָרן מורדים, נאָר אויך די מורדים בה' צווישן גויים ממש [וועלכע זיינען למטה מטה פון עבדי שלמה, וועלכע האָבן שייכות צו שלמה, משא"כ גויים. וכמודגש אויך אין די צוויי באַזונדערע ברכות השחר — „שלא עשני עבד", און „שלא עשני גוי"] — די וואָס זאָגן „אלקא דאלקייא"ל, אָדער נאָך נידעריקער דערפון — „לי יאורי ואני עשיתיני"לא — דאַרפען אויך צו זיי דערגרייכן די חנוכה ליכט,

„עד — ביז — דכליא ריגלא דתרמודאי", אַז די נרות חנוכה טוען אין זיי אויף „כליא" — ביטול וכליוןלב, און ניט נאָר פון87די „תרמודאי" (מורדים) בכלל, נאָר אויך פון „ריגלא דתרמודאי", דער חלק הכי תחתון שבהם (וועלכער איז מורד בה' ניט מצד השכל והמדות, נאָר ווי אַ רגל וואָס האָט ניט קיין שכל). ביז אַז זיי ווערן נהפך: אַנשטאָט מורדים בה', ווערן זיי פאַרבונדן מיט די ליכטיקייט פון נרות חנוכה, „נר מצוה ותורה אור"לג — אידן דורך זייערע תרי"ג מצוות, און ניט־אידן דורך די שבע מצוות בני נח, אמונה בה' וכו'.

ע"פ הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק דער חידוש אין אתהפכא וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך חנוכה, חידוש לגבי פורים: הגם אַז אויך בימי הפורים איז געווען „ונהפוך הוא" (פון גזירת המן ומלך אחשורוש), האָט מען אָבער קובע געווען די מצוות פורים לדורות דוקא אין עניני קדושה, און ניט אין אַן ענין וואָס האָט אַ השפעה (אויך) אין „חוץ", ביז אויף אוה"ע, וואָס דערפון איז מובן אַז דער אויפטו פון פורים איז בעיקר אין דער פעולה פון אתהפכא אויף אידן — פרסומי ניסא און שמחה הכי גדולה וואָס ברענגט באַ זיי אַרויס: דאָס איז טאַקע אַ שמחה פון אתהפכא — „עד דלא ידע בין ארור המן וברוך מרדכי"לד, אַז ער ווייסט ניט דעם חילוק צווישן די עבודה פון עשה טוב אין קדושה (ברוך מרדכי) און די עבודה פון סור מרע, ביז עבודת התשובה (ארור המן), (אָבער בעיקר) ווי די שמחה שטייט בגלוי באַ אידן, און אין עניני קדושה, ניט אין עניני העולם;

משא"כ נס חנוכה האָט מען קובע געווען לדורות במצות הנרות, וועלכע דאַרף באַלייכטן (אויך) דעם „חוץ", אין „שוק", ביז די „תרמודאי", די מורדים בה', כולל אויך אוה"עלה — וואָס דאָס באַווייזט אַז אין דער פעולת האתהפכא בזה איז (אויך) נוגע, ועיקר (נוסף אויף דער השפעה מזה „על פתח ביתו" בפנים, ווי אונטערשטראָכן אין די מצוות חנוכה וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט פנים: הלל והודאה, תפלות וקריאת הנשיאים בחנוכה וכיו"ב), אויך די השפעה אין חוץ פון תחום הקדושה, ביז אויך באַ מורדים בה' און באַ אוה"ע.

ד. וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם ביאור אין דעם ענין פון בירור פון אוה"ע, דורך דעם בירור פון די שבעים לשון:

אין עבודת הבירורים, כולל דער בירור פון די שבעים אומות, זיינען פאַראַן, בכללות, צוויי אופנים: (א) מלמעלה למטה: דורך דער עבודה אין קדושה מיט אַ תוקף, איז דאָס ממשיך דעם אור הקדושה אויך אין דעם מקום תחתון, און דאָס טוט דאָרטן אויף דעם בירור (בדוגמא ווי אַן אבוקה גדולה וועלכע דערגרייכט גאָר ווייט, און ציט צו זיך צו די ניצוצות פון אַרום)לו. ווי דער בירור איז דורך תורה — דורך לערנען אין תורה וועגן אַן ענין בעולם (ווי ענין הנזיקין, ועאכו"כ המחליף88פרה בחמור וכיו"ב) טוט מען אויף — מלמעלה למטה — דעם בירור פון דעם ענין בעולם. (ב) מלמטה למעלה: דורך דעם וואָס מ'געפינט זיך „מפוזר ומפורד בין העמים"לז, און מ'איז זיך מתלבש (כפשוט — באופן המותר) אין די „לבושים" און די לשונות פון אוה"ע, טוט מען אויף זייער בירור — דורך נוצן די לשונות ועניני המדינה לשם שמים, ובכל דרכיך דעהולח.

עד"ז זיינען פאַראַן צוויי אופנים אין דעם בירור פון אוה"ע: (א) ווי דאָס איז געווען בתחלת הבריאה, ווען אַלע מענטשן האָבן גערעדט לשון הקודש, כמ"שלט „ויהי כל הארץ שפה אחת" (לשון הקודש). (ב) און ווי ס'איז געוואָרן בדור ההפלגה — ווען ס'איז געקומען דער חידוש „ויאמר ה' הן גו' שפה אחת לכולם גו' הבה נרדה ונבלה שם שפתם גו' (און) בלל ה' שפת כל הארץ"מ.

ויובן זה בהקדים השאלה: ס'איז ידועה די שקו"טמא בנוגע דער זהירות פון רעדן בעניני חול אין לשון הקודש, צוליב קדושת הלשון. ולכאורה צריך להבין: במשך די ערשטע עשרים דור (פון תחלת הבריאה ביז דעם דור ההפלגה) האָבן אַלע מענטשן גערעדט נאָר בלשון הקודש, און דער דיבור איז געווען בנוגע אַלע זייערע ענינים, כולל עניני חול ועניני היפך הקדושה שלהם, כמובן מזה וואָס די דורות (ווען מ'האָט גערעדט נאָר בלשון הקודש) זיינען כולל דעם דור ווי דור אנוש (ווען „אז הוחל לקרוא בשם ה'"מב) און דור המבול („ותשחת הארץ לפני האלקים ותמלא הארץ חמס"מג) וכו', וואָס זייער דיבור איז געווען (אויך) אין ענינים פון היפך הקדושה בתכלית?!

ויש לומר דעם ביאור אין דעם: דער שרש ומקור החיות פון יעדער זאַך אין וועלט, אויך עניני חול, ואפילו ענינים פון היפך הקדושה (וועלכע האָבן אין זיך אויך אַ ניצוץ קדושה) איז — פון לשון הקודש, כמבואר אין תניאמד, אַז „כל הנבראים שבעולם השמות שנקראים בהם בלשון הקודש הן הן אותיות המשתלשלות ממדרגה למדרגה מעשרה מאמרות שבתורה כו' וזה שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש הוא כלי לחיות המצומצם באותיות שם זה כו'".

כידועמה דער חילוק צווישן לשון הקודש און אַנדערע לשונות, אַז אַנדערע שפּראַכן זיינען נאָר שמות הסכמיים, משא"כ די נעמען (און זייערע אותיות) פון לשון הקודש זיינען מהוה ומחי' ומקיים די זאַך, און גיבן אַרויס זיין תוכן ומהות. [וואָס דאָס איז דער טעם אויף דעם הכרח פון גודל החכמה פון אדם הראשון אין דעם וואָס ער האָט געגעבן נעמען צו אַלע נבראים (ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט די מלאכים אַז חכמתו גדולה משלהם)מו — חכמת אדה"ר איז באַשטאַנען אין דעם אַז ער האָט דערקענט די תכונה וטבע פון יעדער נברא, ובהתאם לזה האָט ער זיי אָנגערופן מיט די נעמען וועלכע זיינען מתאים צו זייער מהותמז].

189ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס אין די ערשטע דורות (ביז דעם דור ההפלגה) האָבן אַלע גערעדט „שפה אחת" (לשון הקודש), אויך עניני חול און היפך הקדושה, ווייל דעמולט האָט יעדערער געהאָט דעם כח, ער זאָל קענען דערקענען און מגלה זיין דעם חיות אלקי וואָס איז דאָ בכל נברא, דורך רעדן און אָנרופן די זאַך מיט איר נאָמען בלשון הקודש. ד.ה. אַז יעדער מענטש — ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב, אפילו אַ מורד ופושע בה' (ווי נמרוד בדור ההפלגה — נמרוד ע"ש שהמרידמח, אַנדערע וכיו"ב) — דורך אָנרופן אַ דבר שבעולם בשמו — יעדער זאַך אין וועלט, אפילו אַן אבן (דומם שבדומם), וועלכע האָט ניט קיין חיות — ער האָט דורך דעם מגלה געווען איר חיות אלקי (וועלכע ווערט נמשך דורך די צירופי אותיות השם ותמורות שלהן)מט

נאָר דערנאָך, כולל דורך דער ירידה פון דעם דור ההפלגה, וועלכע האָבן זיך געוואָלט אָפּטיילן פון זייער שרש למעלה ר"ל, האָט מען ניט געקענט מגלה זיין דורך לשון הקודש די חיות אין נבראים למטה. ס'איז געווען „בלל ה' שפת כל הארץ", און עס האָט זיך דעמולט אָנגעהויבן אַ נייער סדר העבודה, אַז ניט אַלע קענען זיך באַנוצן מיט לשון הקודש, און דורך דעם מגלה זיין אלקות אין דער בריאה, דלאו כל מוחא סביל דא (דער־

פאַר איז די זהירות, לכמה דיעות, ניט צו

רעדן לה"ק בעניני חול), נאָר דערצו

דאַרף מען יורד זיין און רעדן אין די לשונות האומות, און זיי מעלה זיין לקדושה, מלמטה למעלה,

ווי דער אַלטער רבי איז מבארנ, אַז עס זיינען פאַראַן צוויי דרגות אין אותיות: די אותיות פון לשון הקודש (לשון תורה) — דוגמת ענין האבנים, וועלכע זיינען אַ בריאה בידי שמים (אַזוי ווי לשון הקודש איז אַ לשון (התורה) מן השמים); און די אותיות פון די שבעים לשון האומות, אשר כל עם ועם מדבר כלשונו — וואָס די כוונה בזה איז, אַז דורך דעם וואָס די אידן לעבן אין די מדינות און רעדן אין דער שפּראַך פון די אוה"ע בכל מדינה לפי לשונה, כולל אויך אַז זיי רעדן בלשון זה אין לימוד התורה — איז מען מברר ומעלה די שבעים לשון לשרשם ומקורם — און זיי ווערן בדוגמת לבנים (ציגעל), וועלכע זיינען מעשה ידי אדם, און דורך דעם באַקומען זיי דעם חוזק פון אבנים, און דורך דעם בויט מען אויך „אני חומה זו תורה"נא.

אָבער וויבאַלד אַז בעצם האָבן אַלע מענטשן (אויך אוה"ע) מצד בריאתם בתחלת הבריאה אַ שייכות מיט לשון הקודשנב — דעריבער ווערט נמשך דערפון

דער כח, אַז אויך לאחרי וואָס „בלל ה'

שפת כל הארץ", זאָל מען קענען דורך די

לשונות מגלה זיין אלקות אין דער בריאה

— וכמבואר בכ"מנג, אַז „כשברא הקב"ה

עולמו לא הי' רק לה"ק כו', וכשבלל

הקב"ה את הלשונות בדור הפלגה בלל

לה"ק ג"כ בשאר הלשונות, והתיבות הנ"ל

(„יגר שהדותא"נד, „לטוטפות"נה, וכיו"ב)190הם לה"ק ונבללו בלשון יוני או בכתפי או באפריקי" (ו"אל יעלה בדעתך שהתורה כתבה אלו הלשונות שאינם לה"ק"),

ביז נאָכמער (לפירוש שנינו, אַז די ווערטער „יגר שהדותא" וכיו"ב, זיינען יע פון לשונות האומות): אין תורה זיינען פאַראַן ווערטער פון אַנדערע שפּראַכן, וועלכע זיינען נתעלה געוואָרן און געוואָרן לשון התורה. ולכולי עלמא — זיינען פאַראַן כמה ספרים פון די כ"ד ספרי קודש, וואָס חלק חשוב פון זיי איז געשריבן בלשון ארמי, ביז אַז אויך ענינים הכי נעלים — ווי דער קץ הגאולה אין ספר דניאל (עידן, עידניםנז וכיו"ב) — איז געשריבן בלשון זה,

וואָס דערפון (פון תורה שבכתב) האָט מען דעם כחנח, צו מעלה זיין אַלע שבעים לשון לקדושה. און דורך דעם קומט צו אַן עילוי אפילו לגבי ווי דער בירור העולם איז דורך לשון הקודש (ובפרט — קודם דור ההפלגה).

ויש לומר אַז דערפאַר וועלן די לשונות ניט בטל ווערן לעתיד לבוא — ווייל דעמולט וועט זיין „והיתה לה' המלוכה"נט אין אַלע עניני ופרטי העולם, כולל אויך אין די לשונות האומות, כמ"ש „אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' לעבוד שכם אחד"ס. וכפס"ד הרמב"ם בסוף ובחותם ספרו: ובאותו הזמן כו' לא יהי' עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד כו' שנאמרסא כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

ה. ועפ"ז יש לומר דעם אונטערשייד צווישן דעם אופן פון בירור האומות וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך חנוכה און דעם בירור דורך פורים: הגם אַז אויך דורך דעם נס פורים איז געוואָרן דער בירור והפיכה פון מלך אחשורוש, דער מושל בכיפה פון כל האומותסב — איז דער בירור אין אַן אופן ווי די אומות ווערן נתברר דורך לשון הקודש, דורך תורה מלמעלה (בדוגמת די שמות חול בלשון הקודש, ווי אוה"ע האָבן גערעדט קודם דור ההפלגה, ויותר מזה — בדוגמת לשון ארמי וואָס שטייט אין תורה).

און דערפאַר קומט אויס, אַז הגם אין „מגילת אסתר" שטייען ווערטער פון לשון פרס ומדי (אָנהויבנדיק פון דעם נאָמען „אחשורוש"), און נאָכמער — „העתיקוה הפרסיים ונכתבה בדברי הימים של מלכיהם והם היו עו"ג כו'", און דעריבער איז „כבוד השם שלא יזכירנו מרדכי במגילה"סג — וואָס דאָס באַווייזט אַז מגילת אסתר האָט אויך דעגרייכט למטה מטה —191פונדעסטוועגן, איז מגילת אסתר איינע פון די כ"ד כתבי קודשסד (תורה), ווייל דאָס איז ווי דער בירור המטה ווערט אויפגעטאָן דורך קדושה, ע"ד דער בירור דורך לשון הקודש (אָדער לשון ארמי שבתורה). און דעריבער האָט עס ניט בכח אויפטאָן דעם בירור אויך פון די „פרסיים" עו"ג, דערפאַר קען מען ניט שרייבן דעם שם הוי' אין דער מגילה.

דערפאַר ווערט די מגילה אויך אָנגערופן על שם אסתר, ווייל דאָס רעדט זיך וועגן דער בירור וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך אסתר (קדושה).

משא"כ חנוכה דערגרייכט אויךסה אין „חוץ", אין „שוק", ביז אויך באַ די אוה"עלה און די מורדים בה' (תרמודאי) ווי זיי שטייען במקומם הם, און אין זייערע לשונות (נאָך איידער עס ווערט נתברר ונתעלה אין לשון הקודש, אָדער ווי לשון ארמי שבתורה), אַלס הכנה וכח צו „אז אהפוך אל עמים (אויך ווי זיי זיינען מצד לשון האומות) שפה ברורה גו'"סו. און דעריבער דריקט זיך עס אויס אויך אין דעם וואָס „מגילת אנטיוכוס" ווערט אָנגערופן על שמו, ווי ער שטייט במקומו הוא — אנטיוכוס הרשע, און ניט אַלס אַ טייל פון (תורה —) די כתבי קודש (בדוגמא צו די לשונות האומות ווי זיי שטייען במקומן, חוץ פון לשון הקודש), און אויך דאָס איז מען מעלה (דורך דער עבודה פון חנוכה) עי"ז וואָס די מגילת אנטיוכוס (ענינים וואָס רעדן זיך דאָרט) ווערט געבראַכט אין פוסקים אין תורה, ביז אַז בכמה קהילות לייענט מען איר בציבור בימי חנוכה.

ו. ולהוסיף, אַז מ'האָט אַ תוספת כח אין דער עבודה פון: (א) שבת חנוכה — וואָס שבת איז ממשיך מקדושתה, קדש מלה בגרמי'סז (בדוגמת לשון הקודש), אין די עניני חנוכה, כולל אין דער עבודה פון בירור המטה ביותר. ובפרט בשנה זו, אַז עס זיינען פאַראַן צוויי שבתות חנוכה — בתחלת ימי חנוכה (הכולל כל ימי חנוכה), און בסיומם — דער סהכל פון כל ימי חנוכה. ווי אונטערשטראָכן אויך אין דער קריאה בתורה פון די צוויי טעג — אַז ביום ראשון דחנוכה לייענט מען וועגן ההחלטה פון הקרבת כל הנשיאים (בכח), און בסיום — לייענט מען וועגן דעם הכל בפועל פון הקרבת כל הנשיאיםסח;

און (ב) שבת (חנוכה) פ' וישב יעקב בארץ מגורי אביו בארץ כנען — כמבואר בכ"מסט, אַז „מגורי אביו" און „ארץ כנען" גייען אויף די צוויי אופני עבודה: די עבודה אין עניני קדושה („מגורי אביו"), און די עבודה אין בירור העולם ואוה"ע, כידוע אַז „כנען" איז „פירושו סוחר", „עד"מ כמו הסוחר שיפזר ממון כסף וזהב ומוציאם מרשותו כדי להרויח ולהשתכרע וכל עיקר כוונתו להיות מפזר192ונוסף עוד, כך הנה מקור נשמת ישראל כו' נמשלה בגלות לסוחר זה כו', שע"י התלבשות . . בבחי' גלות . . עי"ז מתבררים כל ניצוצות הקדושה כמו שאמרו חז"ל לא גלו ישראל אלא להוסיף עליהם כו'"עא.

ז. ע"פ הנ"ל קען מען מבאר זיין די הנהגה פון רבותינו נשיאינו בליל „ניתל"עב [וואָס קומט אויס בכמה שנים בתוך ימי חנוכה, אָדער בסמיכות להם]:

ס'איז ידוע דברי כ"ק מו"ח אדמו"רעג אַז „נוהגים שלא ללמוד בניתל" (עד חצות לילה), און דער טעם (ווי ער האָט געהערט פון זיין פאָטער, דער רבי (מהורש"ב) נ"ע) „כדי שלא להוסיף חיות".

כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אַמאָל אויך דערציילטעד, אַז זיין פאָטער (דער רבי נ"ע) פלעגט דעמולט „שפּילן" „שאח" (אָדער שטיין דערביי און מציע זיין ווי צו שפּילן).

ויש לומר הענין בזה: דער רבי נ"ע האָט דורך דעם אָנגעוויזן אַ לימוד והוראה, אַז אפילו אַ זמן ווען ס'איז לכאורה נאָר שייך אַן ענין פון סור מרע (העדר) — ד.ה. אַ תחתון תחתון ביותר וועלכע מ'קען ניט מברר זיין באופן ישר דורך לימוד התורה — זאָל מען אים אויסנוצן (און אויפטאָן דעם בירור) מיט אַ תועלת [ע"ד המדובר לעיל בנוגע צו דעם בירור וואָס חנוכה טוט אויף אויך אין „מגילת אנטיוכוס", וואָס איז ניט דברי תורה], דורך (ניט מבטל זיין דעם זמן, נאָר) „שפּילן" דעמולט אין „שאח"עה, אַ משחק שיש בו חכמהעו (נאָר — בעניני רשות), וואָס מ'טוט לשם שמים, כל מעשיך לשם שמים ובכל דרכיך דעהועז, און דאָס (א) גיט צו שאַרפקייט אין קאָפּ, בכדי מ'זאָל קענען דערנאָך בעסער פאַרשטיין תורה, (ב) מקדש שם שמים, ושבחן של ישראל לעיני העמים (וועלכע זיינען מחשיב דעם משחק) — זעענדיק אַז אידן זיינען „עם חכם ונבון"עח, אויך אין דעם, (ג) אפילו אַלס אַ דבר של רשות — האָט עס אַ תועלת פאַר די וואָס אין דעם באַשטייט זייער מסחר, ניט ערגער פאַר אַנדערע עניני „מסחר", ואדרבה — וויבאַלד אַז ס'איז אַ מסחר שיש בו חכמה כנ"ל.

193דערפון האָט מען אויך אַ הוראה (ונתינת כח) בנוגע לפועל ווי אויסצונוצן דעם זמן פון „ניתל" — ניט זיין כבטל ח"ו (כדי לא להוסיף חיות), נאָר לתועלת — ובפרט דורך צוגעבן אין עניני חכמה, מיט די מעלות (כוונות) הנ"ל, אָדער אויף מוסיף זיין אין צדקה וחסד, אָדער אין הנהגת הבית וכיו"ב.

— כ'האָב אַמאָל געהערט פון אַ תלמיד ישיבה, וואָס אין זיין לבוש האָט געפעלט קנעפּלעך — אַז דער טעם פאַרוואָס ער נייט ניט צו די קנעפּלעך אין זיינע קליידער — ווייל דעמולט וועט ביי אים ניט בלייבן וואָס צו טאָן „ניתל"! . . .

ביי אַ תלמיד ישיבה איז גיין בטל — מאן דכר שמי'? נאָר ער דאַרף נוצן די צייט לתועלת, כולל — צונייען די קנעפּלעך, באופן אַז עס זאָל זיין צד הימין (מגביר) על צד השמאל (כידוע מנהג ישראל בזה).

פון הנהגת אדנ"ע קומט צו נאָך אַן ענין: דורך דעם עצם ידיעה אין הנהגת אדנ"ע בזמן „ניתל" — קען מען אויסנוצן די צייט אויף זיך מצייר זיין דמות פני קדשו פון דעם רבי'ן נ"ע (דורך דער תמונה וואָס מ'האָט פון איםעט, ועאכו"כ די וואָס האָבן אים אַליין זוכה געווען זען), ע"ד והיו עיניך רואות את מוריךפ, דער מייסד פון ישיבת תומכי תמימים — וואָס דאָס אַליין (תואר פני קדשו) גיט צו אין אהבה ויראה וכו' — און ווי ער האָט זיך געפירט, על מנת צו גיין בדרכיו ואורחותיו אשר הורנו.

ח. דער לימוד והוראה מהנ"ל:

נוסף צו דער התעוררות פון די נרות חנוכהפא, אַז מ'זאָל פאַרשטאַרקן אַלע פעולות פון „נר מצוה ותורה אור", ובאופן פון מוסיף והולך ואור (ווי מ'איז מוסיף אין די נרות חנוכה מיום ליום), און דורכגענומען מיט דער הרגש והכרה אַז בשעת מ'איז מקיים אַ מצוה איז „שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה" (וואָס ווערט נמשך בכל ימי החנוכה פון ברכת שהחיינו דחנוכה בליל ראשון) —

קומט אויך צו דער לימוד נוסף, אַז דער „נר מצוה ותורה אור" דאַרף לייכטן און באַלייכטן „על פתח ביתו מבחוץ", „עד דכליא ריגלא דתרמודאי",

אָנהויבנדיק פון דעם „חוץ" וואָס איז דאָ באַ יעדערן בפרט, אַז ער באַנוגנט זיך ניט מיט טאָן זיין עבודה נאָר אין עניני קדושה, לימוד התורה וקיום המצוות, טוט ער אויך די עבודה פון כל מעשיך יהיו לשם שמים און בכל דרכיך דעהו, ביז אַז אויך אין די ענינים וואָס אין זיי איז לכאורה נאָר שייך „סור מרע", טוט ער כל התלוי בו (באופן המותר ע"פ שו"ע) אַז ער זאָל דאָס אָנפילן מיט אַ דבר של תועלת וענינים של זכות.

194און אַזוי אויך בנוגע צו זיין השפעה אויף בני ביתו, אַז נוסף צו דעם וואָס ער פאַרשטאַרקט זיין פאַרבונד מיט זיינע קינדער דורך לערנען מיט זיי תורה (וואָס דאָס איז דער עיקר החיוב פון אַן אב לבנופב, ועד"ז לבתו — בנוגע לכל הלכות הצריכות לה), באַנוגנט ער זיך ניט דערמיט, נאָר ער איז זיי אויך מחנך בנוגע צו עניני יהדות בכלל, כולל מחנך זיין בנו שלפני בר־מצוה (כולל אין דער מצוה פון הדלקת נר חנוכהפג), ועד"ז בנוגע צו בנות ישראל (קודם בת מצוה), בנוגע צו די אַנדערע מצוות פון חנוכה, ד"אף הן היו באותו הנס"פד, ואדרבה — דער עיקר הנס איז געווען ע"י אשהפה.

וואָס די עבודה בחנוכה אין „חוץ" (בערך צו עניני קדושה — בדיוק) איז כולל אויך — דער קיום המנהג פון געבן „חנוכה געלט" צו די קינדער [כמנהג רבותינו נשיאינופו]. און ניט מאַכן דעם חשבון, אַז וויבאַלד דער עיקר פאַרבונד מיט זיי איז דורך לימוד התורה, איז ניט אַזוי נוגע קיום מנהג ישראל. נאָר — חנוכה לערנט אַז די השפעה דאַרף זיין אויך אין די עניני רשות, כולל — די השתדלות צו געבן די קינדער חנוכה־געלט, עכ"פ שני פעמים במשך די ימי חנוכה, ומה טוב — בכל יום לבד בשבת (גם לא בדבר המותר — גזירה כו') [ובפרט אַז עלטערן בטבע ווילען אַז זייערע קינדער זאָלען האָבן פאַרגעניגן אויך דורך באַקומען חנוכה געלט].

ט. נוסף צו דער השתדלות וואָס דאַרף זיין בנוגע צו חינוך פון די אייגענע בני בית, דאַרף מען זען אויך משפיע זיין אין „חוץ" כפשוטו, אידישע קינדער וואָס געפינען זיך מחוץ פון זיין בית, ועאכו"כ די וואָס געפינען זיך מחוץ פון ד' אמות של קדושה,

ביז די אידישע קינדער — וואָס ליידער זיינען פאַראַן כמה וכמה — וועלכע געפינען זיך דערוויילע בבחי' „בלל" אין כל הארץ אין „פּאָבליק סקולס" (בתי ספר ממלכתיים), אונטערוואָרפן די השפעה פון אַ ניט־אידישע סביבה — דאַרף מען זעען ניט נאָר טאָן באופן פון „סור מרע", נאָר אויסנוצן די חופש וואָס די קינדער האָבן פון די סקולס אויף זיי אַריינברענגען אין אַ אידישען בית ספר וסביבה, לערנען מיט זיי תורה און יהדות בכלל, חינוך הכשר על טהרת הקודש.

וכמובן, זיך משתדל זיין איינווירקן אויף די עלטערן, זיי זאָלען אַריינגעבען די קינדער — תיכף — אין אַ מוסד חינוך הכשר על טהרת הקודש.

י. נוסף על כל זה — קומט צו דער לימוד פון חנוכה „על פתח ביתו מבחוץ", „עד דכליא ריגלא דתרמודאי" — אויף נאָך אַ ברייטערן אופן: מ'נוצט די התעוררות פון די ימי חנוכה, אַז נוסף אויף זיין עבודה אין ד' אמות של תורה ושל מצוות, און עבודה פאַרבונדן מיט אידן און אידישקייט — גייט ער „אַרויס" אין וועלט, און בכל נברא איז ער מגלה כבודו של הקב"ה — וכמרז"ל כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודופז — אָנהויבנדיק פון כללות מין המדבר, כולל195אויך אוה"ע, דורך משפיע זיין אויף זיי בנוגע צו די שבע מצוות בני נח (כפס"ד הרמב"םח, כולל אויך די וואָס זיינען דערוויילע „תרמודאי", אַז אויך זיי זאָלן נהפך ווערן לטוב,

ביז אַז מ'טוט אַזוי אויף בכל העולם כולו, במין החי ובמין הצומח ובמין הדומם, ביז דומם שבדומם — אַז מ'איז מגלה אין יעדער זאַך זיין תכלית צוליב וועלכע ער איז באַשאַפן געוואָרן, ובכללות כנ"ל — בכדי מוסיף זיין בכבודו של הקב"ה.

און דורך דעם גרייט מען נאָכמער צו די וועלט צו דעם „ויהי מקץ שנתיים ימים" (ווי מ'גייט באַלד לייענען בתפלת המנחה), דער מקץ וקץ הגלות — קץ הימין וקץ הימיםפט (בדוגמא צו דעם קץ פון גלות ומאסר יוסף בזמנו וואָס יצא למלוךצ), פאַרבונדן מיט חלום, היינו כחולמים פון גלותצא — דורך דעם וואָס מ'באַקומט דעם „פתרון החלום" ע"י יוסף הצדיק שבדורנו (כ"ק מו"ח אדמו"ר) — די גאולה האמיתית והשלימה,

און עס ווערט גלייך „מקץ שנתיים ימים", דער קץ וס־הכל פון גלות, וואָס דאָס איז — אַז „אין עוד מלבדו"צב, ווי חסידיםצג האָבן אַמאָל געענטפערט אַ שוטר וועלכע האָט זיי אָפּגעשטעלט אין דער עיר הבירה אין רוסלאַנד, מיט דער שאלה: „קטאָ אידיאָט" (ווער גייט), האָבן זיי געענטפערט: „ביטול אידיאָט" (ביטול גייט), וי"ל אַז אין שאלת השוטר איז געווען מרומז (שלא בידיעתו) אַז ביי אַ איד דאַרף שטענדיק זיין „אידיאָט", הליכה (מהלכים), און זיי האָבן געענטפערט — אַז הליכה דאַרף זיין אין ענין הביטול, אַזוי אַז מ'טוט אויף דעם ביטול האמיתי אויך בכל העולם כולו, באופן פון הליכה מחיל אל חיל, ביז — יראה אל אלקים בציוןצד, בגאולה האמיתית והשלימה.

ביז אַז עס זעט זיך בכל העולם כולו אַז „והיתה לה' המלוכה"נט, „ה' אחד ושמו אחד"צה, ו"מלאה הארץ דיעה את ה' כמים לים מכסים"סא.

196שיחת יום ג' פ' מקץ כ"ח כ־

— בבית הכנסת, לילדי „צבאות

א. [לאחרי תפלת מנחה, אמרו בכל קצוי תבל*(נייארק, ירושלים עיה"ק, מוסקבה, לונדון, פריז) ה"י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל". ואח"כ הדליקו נרות חנוכה (חמשה נרות) וניגנו כולם „הנרות הללו"].

ב. ווען אידן קלייבן זיך צוזאַמען — דאַרפן זיי צום אַלעם ערשטן ריידן דברי תורה, ווי די משנה ערקלערטא: אפילו ווען איינער איז אַליין — איז ער „יושב ועוסק בתורה"ב [וואָס יעדער איד — אפילו ווען ער געפינט זיך איינער אַליין אין אַ מדבר, איז מחוייב אין לימוד התורה בכל רגעה], און עס האָט אַ מעלה נפלאה, אַז „שכינה עמו"ד, ווי עס שטייטה „בכל המקום אשר אזכיר את שמי אבוא אליך וברכתיך". על אחת כמה וכמה „שנים שיושבין ועוסקין בתורה", און זיכער די העכערע דרגות אין דעם (ווי אויסבסלו, נר ה' דחנוכה ה'תש"נ

השם" שיחיו בכל קצוי תבל* — גערעכנט בפרט אין משנהו), „שלשה", „חמשה", „עשרה", ועאכו"כ אין אונזער פאַל — אַ מצב פון אַ סך מערער ווי עשרה, מאה און אלף מישראל, אנשים נשים וטף, און אין אַ זמן זכאי, ימי חנוכה, און אַ מקום זכאי, אַ בית הכנסת און בית המדרש. וואָס דורך דעם אַלעם קומט צו נאָכמער אין „ברוב עם הדרת מלך"ז.

און די הנהגה פון דעם אויבערשטן איז „מדה כנגד מדה"ח און כמה פעמים ככה — אַז ער „צאָלט אָפּ" אַלע צוזאַמענגעקליבענע — און זיכער ביתר שאת די וואָס האָבן דאָס מארגן געווען — בכל המצטרך להם. ולכל לראש — אין דעם עיקר „צורך" פון יעדער איד: „אני נבראתי לשמש את קוני"ט — ער זאָל קענען דינען דעם אויבערשטן, לערנען תורה און מקיים זיין מצוות אָן קיינע בלבולים, מתוך הרחבה ובריאות הנכונה בטוב הנראה והנגלה.

ביז מ'קומט צו דער גאולה האמתית והשלימה, ווען מ'וועט מקיים זיין מצוות בשלימות (ד.ה. כמצות רצונךי) מתוך מנוחה אמיתיתיא,

ובאופן גלוי — „מראה באצבעו ואומר זה"יב — בדוגמת די לייכטנדיקע נרות197חנוכה, וועלכע מ'האָט ערשט אָנגעצונדן, און אַלע זען אַז זיי ברענען באופן פון „שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה"יג, כולל — די ברכת „שהחיינו" אויף דעם רגע האחרון של גלות וועלכער ווערט דער רגע הראשון פון גאולה,

און מ'זעט ווי אהרן כהן גדול צינדט אָן די מנורה אין בית המקדש, און אַלע זינגען צוזאַמען „הנרות הללו כו'" — „ברוב עם הדרת מלך".

[כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה שישירו עוה"פ „הנרות הללו" בכל המקומות הנ"ל ביחד].

ג. די נרות חנוכה לערנען אַ אידן פאַרשידענע הוראות אין זיין אופן פון דינען דעם אויבערשטן:

א) דער אָרט וואו מ'צינדט די נרות חנוכה איז — „על פתח ביתו מבחוץ"יד, און די צייט — „משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק, עד דכליא ריגלא דתרמודאי"יד.

די אָפּלערנונג דערפון: אין צוגאָב צו דער אייגענער עבודה פון „נר מצוה ותורה אור"טו (על פתח ביתו), דאַרף אַ איד אויך פאַרשפּרייטן די ליכטיקייט פון אידישקייט און תומ"צ אויך בחוץ, אין דער סביבה און רשות הרבים אַרום אים. ביז אַז דאָס ווירקט און פועל'ט אַ ביטול וכליון (כליא)טז אין די וואָס זיינען מורדים (תרמודאי)יז קעגען דעם אויבערשטן ר"ל, ביז אויך אין זייער נידעריקסטע דרגא (ריגלא), אַזוי אַז זיי ווערן איבערגעמאַכט צו טוב וקדושהיח.

ב) נרות חנוכה צינדט מען באופן פון „מוסיף והולך" מיום ליוםיט (ווי דער „מנהג פשוט"כ פון אַלע אידן בזמן הזה). וואָס דאָס באַדייט, און לערנט אַז מ'דאַרף שטענדיק מוסיף זיין אין „נר מצוה ותורה אור" — סיי באַ זיך אַליין און סיי אין דעם באַלייכטן בחוץ, אין דעם אַרום.

ד. אין דעם לימוד פון חנוכה דעם יאָר — איז פאַראַן אַ חידוש — אַז חנוכה הויבט זיך אָן (און ענדיקט זיך) אין דעם טאָג פון שבת קודש [נוסף אויף דעם וואָס דער גאַנצער יאָר האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ שבת] — וואָס לויט דער התחלה „שטעלט זיך" אויס דער גייסט פון דער גאַנצער זאַך (אַלע ימי החנוכה):

„שבת קודש" באַדייט — קדושה, די אָפּשיידונג און אָפּגעטיילטקייט (הבדלה) פון קדושה (לגבי חול).

באמת איז דער גאַנצער לעבן פון אַ איד — בדרגת „שבת", ווייל „אני נבראתי לשמש את קוני"ט, און תורה זאָגט אָן: „כל מעשיך יהיו לשם שמים" און „בכל דרכיך דעהו"כא — אַזוי אַז זיין גאַנצער לעבן דאַרף זיין דורכגעדרונגען מיט קדושההייליקייט — געטליכקייט.

אין „שבת" גופא זיינען פאַראַן דרגות: ס'איז ניט גלייך די קדושה אין די הנהגה בימי החול לגבי די קדושה ביום השבת ווען מ'איז אָפּגעשיידט פון עובדין דחול;198אַזוי אויך באַ אידן איז ניט גלייך די קדושה (שבת) פון אַ „כולל יונגערמאַן", פון אַ תלמיד אין ישיבה, וכיו"ב, באַ וועמען „תורתו אומנתו"כב, לגבי אַ געשעפטסמאַן וועלכע טוט זיין אַרבעט (געשעפט) לשם שמים.

און דער אונטערשייד איז גאָר איינפאַך: אין די וואָכעדיקע טעג, און וואָכעדיקע אַרבעט — איז די קדושה אָנגעטאָן אין „לבושים" פון חול, און אַ איד דורך זיין עבודה איז מגלה די באַהאַלטענע קדושה דערין. דאַקעגן שבת, און אין תורה (הייליקע) טעטיקייטן — שטייט די קדושה מלכתחילה בגלוי (אָן לבושים).

און אין דעם באַשטייט דער אויפטו פון אַ חנוכה וועלכע הויבט זיך אָן מיט שבת: מ'באַקומט דעמולט כח אַז די עבודה פון „נר מצוה ותורה אור" (אין חנוכה) זאָל מלכתחילה זיין אַ „שבת'דיקע" בגלוי (ניט ווי דאָס איז אָנגעטאָן און פאַרדעקט אין „וואָכעדיקע" לבושים), און דאָס — די התחלה — ווירקט אַז אַזוי זאָל זיין די עבודה פון אַלע טעג פון חנוכה — אַז אויך די וואָכעדיקייט אין זיין לעבען (כולל — אויך דער חוץ און תרמודאי) זאָל זיין אינגאַנצן דורכגענומען און דורכגעדרונגען מיט שבת'דיקייט.

[ווי אונטערשטראָכן אויך אין דער הדלקת נר ראשון דחנוכה (בערב שבת): מ'האָט אָנגעצונדן דעם נר אַ משך זמן פאַר שבת; אָבער — דאָס איז די הדלקה פון נר ראשון דחנוכה — שבת (וואָס דערפאַר דאַרף דער נר דלוק אַריינציען כהשיעור אין שבת)]כט.

ה. די קביעות פון יום ראשון (און יום אחרון) פון חנוכה ביום השבת שטרייכט אויך אונטער די שייכות פון חנוכה מיט דער גאולה האמיתית והשלימה [חנוכת בית המקדש השלישי] — ווייל יעדער שבת איז פאַרבונדןכד מיט יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמיםכה — וואָס דעמולט וועט קדושה (שבת) שטיין אַנטפּלעקט אין דער גאַנצער בריאה, בכל הבריאה כולה „והיתה לה' המלוכה"כו.

ו. דער ענין איז אויך מודגש אין היינטיקער פרשה בתורה — „ויהי מקץ שנתיים ימים ופרעה חולם גו'"כז, און יוסף איז געבראַכט געוואָרן פון בית האסורים צו פותר זיין דעם חלוםכח, און דורך דעם געוואָרן דער „משנה למלך"כט:

בשעת חלום פרעה איז יוסף געווען בבית האסורים, דערנאָך איז ער ניט נאָר אַרויס פון דאָרטן, נאָר ער איז גלייך געוואָרן משנה למלך, „מבית האסורים יצא למלוך"ל, ביז אַז „בלעדיךלא לא ירים איש את ידו ואת רגלו"!

בדוגמת זה איז אויך אין דעם „חלום" פון אונזער גלותלב, „היינו כחולמים"לג, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס מ'געפינט זיך אין „בית האסורים" פון גלות (חול, ולמטה מזה), קומט גלייך די גאולה (שבת), און יעדער איד (זייענדיק בנו יחידו פון דעם אויבערשטן) ווערט „משנה למלך" —199למלך מלכי המלכים הקב"ה, „בני מלכים"לד, ביז „מלכים"לה ממש.

און דער טעם אויף דערויף איז — ווייל ירידה איז צורך עלי', און פון אַ ירידה הכי גדולה ווערט גלייך אַן עלי' הכי גדולה.

ז. דאָס אַלעם איז נאָכמער אונטערשטראָכן אין דעם פינפטער ליכטל פון חנוכה — ווען ס'איז דאָ אַ מנהג מיוחד (ווי מ'האָט געזען באַ רבותינו נשיאינולו) צו געבן „חנוכה געלט" צו די קינדער (סיי קליינע און סיי ערוואַקסענע) — וואָס דער תוכן פון „חנוכה געלט" איז: מאַכן פון אַ דבר של חול (געלט) — „חנוכה", קדושה.

דאָס איז אויך גלייך מעורר אויף דעם מנהג ישראל — ווי גערעדט מערערע מאָל — אַז ס'איז כדאי געבן די קינדער „חנוכה געלט" עכ"פ צוויי מאָל במשך די ימי חנוכה, ומה טוב — יעדן טאָג [כולל אויך בערב שבת — קודם כניסת שבת], און בנר חמישי — מוסיף זיין אין דעם, כמנהג הנ"ל.

ח. דערפאַר וועט מען איצטער מסיים זיין מיט געבן — בהוספה אויף צדקה הרגילה — אויך „חנוכה געלט".

ויהי רצון, אַז דאָס אַלעם זאָל נאָכמער צואיילן חנוכת בית המקדש השלישי, און עס ווערט די שלימות פון הדלקת „נר מצוה ותורה אור" „על פתח ביתו מבחוץ" — בכל העולם כולו, כולל די שבעים אומות — „והיתה לה' המלוכה", בגאולה האמיתית והשלימה, ע"י דוד מלכא משיחא, „דוד מלך ישראל חי וקיים"לז, תיכף ומיד ממש.

[כ"ק אדמו"ר שליט"א חילק לכאו"א מהילדים והילדות שיחיו ד' מטבעות של עשר סענט. אח"כ נתן לה"טאַנקיסטן" שטרות של דולר, לתת לכאו"א מהנוכחים שיחיו ב' שטרות של דולר].

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7xgzczv9

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#158 Sefer HaSichos ה'תש"נ, חלק א: one page per sicha · approved

Everything that belongs here