Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ בא, ח' שבט ואור ליום ב', יו"ד שבט ה'תש"נ
259משיחות ש"פ בא, ח' שבט ואור ליום ב', יו"ד שבט ה'תש"נ
א. ויהי בארבעים שנה בעשתי עשר חודשא בעשירי לחודש: היינטיקער יו"ד שבט (תש"נ) ווערט ארבעים שנה פון דעם יום ההסתלקות־הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר (ביו"ד שבט תש"י), ווען „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד בה כל ימי חייו" איז געשטאַנען בגלוי און „פועל ישועות בקרב הארץ"ב.
דער עילוי מיוחד פון ארבעים שנה — ווערט ערקלערט אין חז"ל: אין דעם שנת הארבעים אין מדבר האָט משה רבינו געזאָגט אידן, אַז דעמולט איז „נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע"ג. לערנט דערפון אָפּ די גמראד, אַז בארבעין שנין איז „קאי איניש אדעתי' דרבי'". ד.ה. אַז דעמולט קומט מען צו וויסן און פאַרשטיין (לדעת) סוף דעתו ותבונתוה — פנימיות ועצמיות כוונתוו — פון רבי', ובנדו"ד — פון דעם רבי'ן נשיא דורנו, כ"ק מו"ח אדמו"ר, און פון „מעשיו ותורתו ועבודתו" — אַזוי, אַז דעמולט הויבט זיך אָן אַ נייער סדר און אַ נייע תקופה אין דעם פאַרשטיין און מקיים זיין מעשיו ותורתו ועבודתו פון נשיא דורנו, באופן פון „לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע".
ב. ויש לומר אַז אין דעם איז פאַראַן לנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א —
אַן ענין הכי כללי ועיקרי אין עבודת ה' — ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס דער לימוד אין גמרא (אַז בארבעין שנין „קאי איניש אדעתי' דרבי'") איז פון דעם פסוק „נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע" וואָס משה האָט געזאָגט די אידן בשנת הארבעים פון יציאת מצרים און מתן תורה (וקודם כניסתם לארץ ישראל), אַז דעמולט ווערט באַ זיי „לב לדעת וגו'" אין דעם אויבערשטןז און זיין הנהגה — „אתח כל אשר עשה ה' לעיניכם בארץ מצרים גו' המסות הגדולות גו' האותות והמופתים הגדולים ההם":
יציאת מצרים און מתן תורה (און דערנאָך די כניסה לארץ) זיינען די יסודות פון עם ישראל: באַ יצי"מ זיינען אידן געוואָרן אַ פאָלק פון דעם אויבערשטן — „ולקחתי אתכם לי לעם והייתי לכם לאלקים וידעתם כי אני ה' אלקיכם וגו'"ט, און די שלימות דערפון האָט זיך אויפגעטאָן באַ מתן תורה (דער תכלית פון יצי"מ), ווען דער אויבערשטער האָט געגעבן זיין תורה צו אידן אין עולם הזה התחתון, מיט דער כוונה אַז זיי — געפינענדיק זיך למטה — זאָלן לערנען און פאַרשטיין תורה און מקיים זיין אירע מצוות, און דורך דעם (אויך) אויפטאָן דעם בירור וזיכוך פון עולם הזה הגשמי — מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים.
און די שלימות הכח לזה איז געגעבן260געוואָרן בשנת הארבעים (פון יצי"מ ומ"ת), לאחרי די עבודה פון אידן במשך די ארבעים שנה אין מדבר — וואָס דעמולט איז „נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע", צו פאַרשטיין בדעת די אמיתית ושלימות הכוונה פון „דעתי' דרבי'" — דער אויבערשטער (אין יצי"מ און מ"ת).
און ווי עס שטייט אין זהרי, אַז „(ולקחתי אתכם לי לעם והייתי לכם לאלקים) וידעתם כי אני ה' אלקיכם וגו'" שנאמר במצרים — איז „פקודא דא קדמאה דכל פקודין . . למנדע לי' לקב"ה" (בכדי אידן זאָלן גלויבן „בכל אינון נסין וגבורן דעביד לון במצרים"), און די שלימות בזה האָט זיך אויסגעפירט בשנת הארבעים (נאָך יצי"מ),
וכמבואר שם, אַז אין ידיעת ה' זיינען פאַראַן צוויי ענינים: די ידיעה בדרך כלל („וידעתם כי אני ה' אלקיכם") — וואָס דאָס איז געזאָגט געוואָרן באַ יציאת מצרים [און דאָס האָט זיך אויפגעטאָן בגלוי באַ מתן תורה — „אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים"יא], און די שלימות בזה — די ידיעה בדרך פרט, וואָס דאָס איז געווען „לסוף מ' שנין דקא אשתדלנו בכל אינון פקודין דאורייתא דאוליף לון משה כו' כדין אוליף לון בדרך פרט, הה"דיב וידעת היום והשבות אל לבבך, היום דייקא (בשנת הארבעים) מה דלא הוה רשו מקדמת דנא (כמאחז"ל „קאי איניש אדעתי' דרבי' בארבעין שנין", און בריינגט דעם פסוק „ולא נתן ה' לכם לב לדעת", ע"ד „וידעת גו' והשבות אל לבבך"יג), כי ה' הוא האלקים דאָ באורח פרט"יד, און די צוויי פסוקים („וידעת גו'" און „וידעתם גו'") „כלה מלא חדא, דא בכלל ודא בפרט".
קומט דערפון אויס, אַז דער ענין פון „נתן ה' לכם לב לדעת גו'" בשנת הארבעים במדבר איז אַן ענין כללי ועיקרי אין עבודת עם ישראל — זייענדיק די שלימות פון יציאת מצרים און מתן תורה, ווען ס'איז געוואָרן „לב לדעת" אין „דעתי' דרבי'" (דער אויבערשטער); און דערפאַר זיינען אידן דעמולט — לאחרי די ארבעים שנה — געוואָרן גרייט צו אַריינגיין אין ארץ ישראל („והבאתי אתכם אל הארץ גו'"טו, וואָס שטייט בהמשך צו „והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים גו' ולקחתי אתכם גו' וידעתם גו'") — וואָס דאָרטן פירט זיך דורך בפועל די כוונה פון יצי"מ ומ"ת (מאַכן די וועלט אַ דירה בתחתונים), דורך קיום המצוות (שרובן זיינען) התלויות בארץ, ביז בנין בית המקדש — די שלימות הכוונה פון מתן תורה (השראת השכינה למטה).
ג. דערפון איז מובן, אַז אין דעם („נתן ה' לכם לב לדעת גו'" וואָס ווערט דערציילט אין תורה, תורה מלשון הוראהטז) איז פאַראַן אַ לימוד כללי אין דער עבודה פון אידן במשך כל הדורות [כידוע אַז בכל יום איז דאָ די עבודה פון יצי"מ (מזכירין יצי"מ בכל יוםיז, און חייב אדם261לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצריםיח), ועד"ז מתן תורה (כלשון הברכה נותן התורה „לשון" הוה), און כניסה לארץ (ארץ ע"ש שרצתה לעשות רצון קונהיט)]־
אַז לאחרי וואָס עס גייט דורך אַ תקופה פון ארבעים שנה אין דער עבודה פון אַ אידן [ובפרט אין זמן הגלות פון „מדבר העמים"כ, וועלכע איז בדוגמא צו דער הליכה ארבעים שנה במדבר ההוא], באַקומט ער דעם אמת'ן, שלימות'דיקן פאַרשטאַנד (ידיעה אמיתית) אין „דעתי' דרבי'", דער אויבערשטער („וידעת היום והשבות אל לבבך כי ה' הוא האלקים גו'").
[און דערפון ווערט נשתלשל, אַז אַזוי איז אויך ביי אַ רב ותלמיד כפשוטם (בשר ודם), אַז בארבעין שנין איז „קאי איניש אדעתי' דרבי'"].
און דער ענין איז נאָכמער בהדגשה בדורנו זה, וואָס לויט אַלע סימנים איז ער דרא דעקבתא דמשיחא ועקבתא דעקבתא דמשיחא, דער דור האחרון פון גלות — אַז לאחרי דער לעצטער תקופה פון ארבעים שנה (זינט דער הילולא פון משה רבינו שבדורנו בשנת תש"י), ווערט באַ יעדערן פון דעם דור „קאי איניש אדעתי' דרבי'", און מ'גייט גלייך אַריין אין ארץ ישראל, בגאולה האמיתית והשלימהכא.
ובפרט, אַז דאָס איז ארבעים שנה פון דער הילולא פון אַ נשיא חב"ד, וואָס חב"ד איז ענינו צו מבאר זיין פנימיות התורה אין חכמה בינה ודעת, וואָס דורך דעם ווערט די שלימות פון „דע את אלקי אביך ועבדהו בלבב שלם"כב — דער „לב לדעת" אין „דעתי' דרבי'" („אלקי אביך").
ד. דער ביאור הענין אין דעם וועט מען פאַרשטיין לויט די דיוקי הלשונות אין דעם פסוק און מאחז"ל הנ"ל — כידוע דער תכלית הדיוק פון יעדער וואָרט אין תורה:
אין דעם פסוק „נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע":א וואָס איז דער טעם אַז מ'דאַרף אָנקומען דוקא צו אַ נתינה מה'?ב וואָס איז די הוספה פון „לכם"?ג די דריי ענינים פון „לב לדעת, ועינים לראות, ואזנים לשמוע".ד דער סדר פון די דריי ענינים.
אין דעם מאחז"ל אַז בארבעין שנין איז „קאי איניש אדעתי' דרבי'":א פאַרוואָס שטייט דער לשון „קאי" און ניט „יודע" אָדער „מבין" וכיו"ב (אַ תואר וואָס באַדייט אַ פאַרשטאַנד) — בהתאם צו דעם המשך ותוכן הענין: „אדעתי' דרבי'" (ידיעת התלמיד בתורת רבו), און פון דעם מקור בכתוב: „לב לדעת"?ב פאַרוואָס שטייט דאָ דער לשון „איניש" (און ניט תלמיד וכיו"ב), ובפרט אַז צווישן די פיר תוארים אויף אַ מענטשן באַדייט „איניש" די נידעריקסטע דרגא — (אנוש מלשון) חלישות ופחיתות האדםכג, משא"כ בנדו"ד — רעדט זיך גאָר וועגן מעלת התלמיד (אַז ער איז קאי אדעתי' דרבי')?!
ה. ויש לומר דער ביאור אין דעם — ע"פ ההקדמה הנ"ל, אַז דער פסוק ומאחז"ל גיבן אַרויס אַן ענין כללי אין עבודת ה' — אין דעם פאַרבונד פון אידן מיט „דעתי' דרבי'" (דער אויבערשטער), וואָס262טוט זיך אויף בשלימותה בארבעים שנה נאָך יצי"מ ומ"ת:
וויבאַלד אַז די כוונה פון (יצי"מ און) מתן תורה איז — דירה בתחתונים, אַז אַ איד למטה זאָל פאַראיינציקט ווערן מיט דעם אויבערשטן (דורך לימוד התורה וקיום המצוות), און אין תחתונים בכלל זאָל נתגלה ווערן אלקות (עליונים), ביז ווערן אַ דירה לו יתברך — איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין דעם דאַרפן זיין צוויי ענינים: גילוי אלקות מלמעלה, און באופן אַז דאָס ווערט אויפגענומען ונקלט בתחתונים, בגדרי התחתונים.
ועפ"ז יש לומר דעם ביאור אין דעם רעיא מהימנא הנ"ל, אַז די שלימות פון ידיעת ה' איז בשעת דאָס קומט אַרויס (אויך) בדרך פרט („וידעת היום גו'") ווי עס האָט זיך אויפגעטאָן בשנת הארבעים, נוסף אויף דער ידיעה בדרך כלל („וידעתם גו'") וואָס איז געווען אין יציאת מצרים:
דער מיטעלער רבי איז מבארכד, אַז שלימות התבוננות באלקות איז — בשעת מ'האָט סיי די התבוננות כללית, און סיי די התבוננות פרטית, בפרטים ופרטי פרטים [ע"ד ווי אין התבוננות התפלה: לכוון דרך כלל לפני מי אתה עומד ומתפלל, און אויך לכוון בפירוש המלות דרך פרט בגדולת ה'] — וואָרום יש בזה מה שאין בזה:
התבוננות כללית האָט די מעלה אַז דורך דעם קומט מען „לבחי' העומק בכלל שהיא בחי' עצמות אור האלקי בבחי' הכלל", און די מעלה אין התבוננות פרטית איז „מצד עוצם הקירוב גלוי אור האלקי בנפשו יותר, כי בהתבוננות דרך כלל יוכל להטעות א"ע עד שנדמה לו כי מאד קרוב אליו הדבר ובאמת מרחוק מאד ה' נראה לו בהיותו דרך כלל לבד, משא"כ התבוננות דרך פרט, שכל פרטי בהשגה בדבר פרטי, יוקבע בנפשו בבחי' הקירוב ביותר וממנו יבוא להשגת דבר פרטי העליון הימנו בהדרגה עד שיבוא לכלל ההשגה בכללות שאז מתאמת יותר בלתי הטעות א"ע כלל". און דערפאַר איז די שלימות בזה דוקא בשעת די התבוננות כללית קומט אַרויס (אויך) אין פרטים, ווייל „הגם שכל פרט בפ"ע אינו ענין אלקות בכללות ואינו רק בחי' טפל פרטי לבד, אבל כאשר יתחבר כל העיון מכל הפרטים אל הכלל אז יוקבע יותר בנפש בחי' הכלל". לאידך גיסא — דאַרף מען אויך האָבן די התבוננות כללית, ווייל „מי שהוא מעמיק בכל לבו ובכל חפצו לעצמות האלקות דוקא הנה גם בעיונו בפרטיות יכוין הכל אל המח' הכללית דעצמות דוקא ולא יפול מכללות הכוונה כלל כו' מאחר שכל הפרטים אינם נמשכים והולכים רק אחר הכלל דוקא כו' כמ"שכה אליו ולא למדותיו, רק כללות ענין ההתבוננות בפרטי מדותיו הוא רק כדי שיבוא לעצמותו ומהותו דוקא".
ויש לומר, אַז די צוויי דרגות אין התבוננות (בכלל ובפרט) זיינען בהתאם צו די צוויי ענינים הנ"ל: די התבוננות בדרך כלל ברענגט אַרויס (מער) דעם גילוי אלקות מלמעלה, און די התבוננות בדרך פרט — איז דאָס מלביש אין די פרטים פון גדרי הנבראים (תחתונים) וועלכע טיילן זיך אויף פרטים ופרטי פרטים.
ועפ"ז איז אויך מובן, וואָס ידיעת ה' בדרך פרט (וואָס ווערט אויפגעטאָן בשנת הארבעים) באַשטייט פון דעם יחוד הוי' אלקים („וידעת גו' כי הוי' הוא האלקים", „דא באורח פרט")כו — וואָס דער תוכן263כללי דערפון איז, אַז נוסף צו ידיעת ה' בכלל („וידעתם כי אני הוי' גו'"), האָט מען אויך די ידיעה אַז הוי' וואָס איז העכער פאַר עולם (ע"ד הכלל), איז איין זאַך מיט אלקים (ל' רבים, ע"ד הפרט) בגימטריא הטבעכז, דרגת אלקות וואָס ווערט נתלבש און איז מחי' די וועלטכח.
ו. ויש לומר אַז דער ענין הנ"ל — ידיעת ה' וואָס האָט זיך אויפגעטאָן בשנת הארבעים — דריקט זיך אויס אין די פרטי לשונות הכתוב „נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמע" (ומאחז"ל „קאי' איניש אדעתי' דרבי", כדלקמן ס"ז):
וויבאַלד אַז דורך „נתן ה' לכם לב לדעת גו'" ווערט די שלימות אין מתן תורה — איז מובן, אַז אין דעם זיינען דאָ ביידע קצוות וואָס זיינען געווען באַ מתן תורה: נתינת (מתן) התורה מלמעלה, און אַ גילוי פון שם הוי', שלמעלה מעלה פון שם אלקים שבו נברא העולם (בראשית ברא אלקים), און צוזאַמען דערמיט איז די תורה געגעבן געוואָרן דוקא למטה, ובאופן אַז זי איז אינגאַנצן אָפּגעגעבן גוואָרן צו אידן למטה (ותורה לא בשמים היאכט), אַז אידן ווערן בעה"ב אויף תורה; און אויך דער גילוי אלקות באַ מ"ת איז געווען באופן פון „אנכי הוי' אלקיך", כחך וחיותךל, ראה אנכי נותן לפניכם — לפנימיותכםיא;
עד"ז איז אויך בנוגע צו דער שלימות הידיעה וואָס ווערט בשנת הארבעים — אַז דאָס קומט דורך „נתן הוי' לכם"לב: אַ נתינה מלמעלה (ובאופן פון כל הנותן בעין יפה נותןלג), פון שם הוי' דוקא, ובאופן אַז דאָס ווערט אָפּגעגעבן „לכם" — אַז דאָס ווערט דער אייגנטום פון אידן למטה (אין זייערע גדרים).
וויבאַלד אַז די כוונה איז, אַז די שלימות הידיעה זאָל דורכנעמען דעם אדם למטה — דעריבער איז נוסף אויף דער נתינה כללית („נתן ה' לכם"), וואָס איז כולל אַלע פרטים ופרטי פרטים (ע"ד ווי באַ מתן תורה איז געגעבען געוואָרן בכללות כל התורה כולה, אויך דאָס וואָס תלמיד ותיק עתיד לחדשלד), קומט די נתינה אַראָפּ אויך אין פרטים (וואָס דורך דעם קומט צו שלימות אין דעם כלל, ע"ד הנ"ל בנוגע צו התבוננות פרטית), בהתאם צו פרטי כחות האדם, וועלכע טיילן זיך264אין די דריי ענינים פון „לב לדעת, עינים לראות, אזנים לשמוע", וואָס זיי זיינען כנגד די ג' מוחין חב"ד: „לראות" — מוח החכמה, וואָס ענינה איז ראיית עין השכל. „לשמוע" — מוח הבינה, שמיעה מלשון הבנה. „לדעת" — מוח הדעתלה.
און פון די מוחין, ובפרט פון מוח הדעת — וועלכע איז דער שרש ומקור המדות („לב לדעת", מפתחא דכליל שיתלו) — ווערט עס נמשך אין די מדות שבלב („וידעת גו' והשבות אל לבבך"). און דערפון קומט עס אַראָפּ אין די שלשה לבושים — מחשבה דיבור ומעשהלז.
אַזוי, אַז די שלימות הידיעה בה' וואָס קומט צו בארבעים שנה, נעמט אַרום אַלע כחות ולבושי האדם, בפרטיות, וואָס דורך דעם קומט צו אין דעם גאַנצן כלל, כנ"ל.
ז. אין דעם קומט צו נאָכמער פירוש וביאור אין דעם מאחז"ל בתושבע"פ עה"פ „קאי איניש אדעתי' דרבי'" — כידוע אַז תושבע"פ איז „פירושה" פון תושב"כלח:
דער „לב לדעת גו'" וואָס מ'באַקומט בשנת הארבעים, איז (ניט נאָר נאָך אַ פרט אָדער נאָך אַ כלל אין דער ידיעה פון דעם תלמיד, נאָר) אין אַן אופן פון „קאי כו' אדעתי' דרבי'", אַז ער ווערט אינגאַנצן איבערגעמאַכט פון־דאָס־ניי, ער באַקומט אַ נייעם שטעל אינגאַנצן, אַזוי אַז ער — זיין גאַנצע מציאות (ניט בלויז אַ טייל פון אים) — שטייט און בלייבט קיים (קאי) אויף אַ נייעם יסוד לגמרי — אויף „דעתי' דרבי'"לט.
און וויבאַלד אַז ער (כל מציאותו) באַקומט אַ נייעם שטעל אויף אַ נייעם יסוד — דעריבער זיינען חז"ל מדייק „קאי איניש (אדעתי' דרבי')", אַז (ניט נאָר זיין שכל ומדות, נאָר) אויך די נידעריקסטע דרגות פון דעם מענטשן (חלישות ופחיתות האדם) „שטייען" (קאי) אויף „דעתי' דרבי'", ווייל דאָס איז מדגיש אַז זיין גאַנצע מציאות (אפילו דער חלק הכי תחתון) ווערט אַוועקגעשטעלט מחדש (ובדרך ממילא איז מובן אַז אַזוי איז אויך אין די דרגות עליונות יותר שבאדם)מ.
ח. וחידוש גדול יותר — אַז דער „קאי איניש" איז „אדעתי' דרבי'": דער נייער שטעל פון אידן (בארבעים שנה) איז ניט (נאָר) אויף דער דרגא פון דעתו של הקב"ה וואָס איז פאַרבונדן מיט בריאת העולםמא [וכ"ש ניט אויף דער דרגא פון דעת הנבראים, וועלכע דער אויבערשטער האָט באַשאַפן יש מאין אַזוי ווי אַלע אַנדערע נבראים (ד.ה. אַז ס'איז שלא265בערך צו דעם בורא)], נאָר אויף „דעתי' דרבי'", דעת הקב"ה ווי ער שטייט אַלס „רבי'", העכער פאַר דעת וואָס איז שייך צו דער בריאהמב („דעתי' דבורא" וכיו"ב) — ווי דער אויבערשטער (וואָס לית מחשבה תפיסא בי' כללמג) האָט זיך (כביכול) מצמצם ומתלבש געווען אין דעת, (ניט דעת וואָס ממנה נברא העולםמד, נאָר שלמעלה מהבריאה) ווי דאָס שטייט בגלוי אין תורהמה וועלכע איז חכמתו (ורצונו) של הקב"ה, והוא וחכמתו אחד והוא ודעתו אחדמו, די תורה וועלכע דער אויבערשטער האָט אָפּגעגעבן אידן באַ מתן תורה, ובשלימות — בשנת הארבעים ווען „קאי איניש אדעתי' דרבי'".
וואָס דאָס ברענגט אַרויס תכלית שלימות הכוונה פון דעם חיבור ויחוד (באַ מ"ת) פון אידן (למטה) מיטן אויבערשטן — אַז אַ איד, ווי ער שטייט למטה (כולל בחי' „איניש" שבו) איז ער „קאי אדעתי' דרבי'", כל מציאותו — ועאכו"כ זיין שכל ודעת — איז געבויט און משיג „דעתי' דרבי'", וואָס דורך דעם (ידיעת התורה, חכמתו של הקב"ה) ווערט ער נתאחד אין אַ „יחוד נפלא שאין יחוד כמוהו ולא כערכו נמצא כלל בגשמיות להיות לאחדים ומיוחדים ממש מכל צד ופנה"מז.
ובלשון ההלכה: אַ איד איז מחוייב אין ידיעת ה' — „דע את אלקי אביך", „וידעת גו' כי הוי' הוא האלקים", וכנ"ל פון זהר: „פקודא דא קדמאה לכל פקודין כו' למנדע לי' לקב"ה" בכלל ובפרט, און די ידיעה אין דעם אויבערשטן דאַרף זיין נוסף אויף דער דרגא פון דעת הקב"ה וואָס האָט אַ שייכות מיט דער בריאה, נאָר (אויך) אין דער דרגא אין דעת וואָס איז למעלה מהבריאהמח — ווי דאָס איז בפשטות אין לימוד התורה בהבנה והשגה, וואָס תורה איז חכמתו של הקב"ה שלמעלה מהבריאה (תורה קדמה לעולםמט),
וכמבואר אין רמב"ם בריש ספרו: „יסוד היסודות ועמוד החכמות לידע (ניט נאָר להאמין) שיש שם מצוי ראשון כו'", און ער איז דערנאָך מבאר באריכות כו"כ פרטים אין ידיעת ה', נוסף אויף דער ידיעה אין ה' וואָס מ'האָט פון דעם אופן ווי דער אויבערשטער איז פאַרבונדן מיט (מהוה זיין) מציאות העולם (מצוי ראשון שממנו נמצאו כל הנמצאים), און דורך דער התבוננות אין „מעשהנ רבון העול־266מים", „שמתוך כך אתה מכיר את מי שאמר והי' העולם"נא, (אויך) אין אופן ידיעת ה' עצמונב, „הקב"ה מכיר אמתו ויודע אותה כמו שהיא, ואינו יודע בדעה שהיא חוץ ממנו כמו שאנו יודעין כו' הבורא יתברך הוא ודעתו וחייו אחד כו' הוא היודע והוא הידוע והוא הדעה עצמה הכל אחד"נג.
ביז ווי דער רמב"ם איז מסיים ספרו, אַז לע"ל וועט זיין „עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד, ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם, שנאמרנד כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים", „דעה את הוי'" בשלימותהנה.
ט. מ'דאַרף נאָך פאַרשטיין: דער רמב"ם אַליין שרייבט, אַז „אמיתתנו הדבר אין דעתו של אדם מבין ולא יכולה להשיגו ולחקרו כמ"שנז החקר אלוקה תמצא", „אמיתת המצאו של הקב"ה כו' אין כח בדעת האדם החי כו' להשיג אמיתת דבר זה על בוריו". און אפילו בנוגע צו דעם ענין אַז „הוא היודע וכו'" (כנ"ל), שרייבט דער רמב"םנח אַז „דבר זה אין כח בפה לאומרו כו' ולא בלב האדם להכירו על בוריו", ובנוגע צו „מעשה מרכבה" — „אין כל דעת ודעת ראוי לסובלן"נט, ואפילו בנוגע צו „מעשה בראשית" — „אין כל אדם יש לו דעת רחבה להשיג"ס. — איז ווי זאָגט מען אַז „קאי איניש אדעתי' דרבי'" (הקב"ה)?!
און די קשיא איז אויף דעם רמב"ם עצמו: ער אַליין איז מבאר אופן דעתו של הקב"ה (און נאָכמער: ער שרייבט אַז ספרו איז „לקטן לגדול"), וביחד עם זה שרייבט ער, אַז אין כח להשיג כו', אין כל אדם יש לו דעת רחבה להשיג כו'?! און ווי דער ראב"ד פרעגט אויף דברי הרמב"ם אין הל' תשובהסא, „כשם שאין כח באדם להשיג ולמצוא אמתת הבורא כו' כך אין כח באדם להשיג ולמצוא דעתו של בורא כו' כי לא מחשבותי מחשבותיכם ולא דרכיכם דרכיסב כו' אין בנו כח לידע היאך ידע הקב"ה כו'" — פרעגט דער ראב"ד: „והוא החל בשאלות קושיות267והניח הדבר בקושיאסג והחזירו לאמונה, וטוב הי' לו להניח הדבר בתמימות התמימים".
ויש לומר הביאור בזה, אַז שניהם אמת: אַ איד — דורך זיין אמונה בה' — קען האָבן און באַקומט אַ ידיעה והכרה (אויך) אין דעם וואָס „אין בנו כח לידע" בהשגת הנברא. ובלשון החוקריםסד: תכלית הידיעה שלא נדעך. והביאור:
די שלימות האמונה פון אַ אידן אין דעם אויבערשטן איז (ניט באופן מקיף, נאָר) — בשעת דאָס נעמט אים אינגאַנצן דורך בפנימיות (אויך זיין שכל ודעתסה), ביז אַז דאָס ווערט זיין גאַנצע מציאות,
[ע"ד ווי „מודה אני כו' שהחזרת בי נשמתי", אַז אַ איד — אויך אַ קליין קינד — איז מרגיש אַז די נשמה וואָס „החזרת" — הקב"ה (וואָס ער איז העכער פאַר אַלע ענינים) איז „בי" און „נשמתי" [ע"ד „נתן ה' לכם"] — ניט באופן מקיף, און אפילו ניט באופן פנימי אָבער ווי אַ דבר נוסף, און אפילו אויך ניט באופן אַז נשמתו עיקר וגופו טפל — נאָר באופן אַז דאָס איז „בי", כל מציאותו, אַזוי אַז ער איז מרגיש דעם חיות הנשמהסו (ביז — עצם החיות) וואָס איז בלתי מורגש מצ"ע, און אַזאַ הרגש וואָס נעמט אים אינגאַנצן דורך (ניט ווי אַ הרגש פון דבר זולתו)סז — בתכלית ההתאמתות (אַזוי ווי די התאמתות דורך ראי')סח].
און דורך דער אמונה אין אלקות וואָס נעמט דורך כל מציאותו און ווערט נמשך אין דעת שלו — האָט ער דעם כח עס זאָל זיין „קאי אדעתי' דרבי'" (דעתו של הקב"ה) — אַז ביי אים ווערט נתאמת (באופן של ראי') ידיעתו של ה' שלמעלה מהשגת הנברא (ואדרבה — די התאמתות איז למעלה פון דער התאמתות שע"י השכל סתם), ביז נאָכמער — אַז ער קען דאָס (דעת ה') פאַרשטיין בדעתו (און ניט נאָר בדרך שלילה) — ווייל ער איז „קאי (ניט אויף דעת הנברא, ואפילו ניט אויף דעת הבורא וואָס איז שייך ובערך צו דער בריאה, נאָר) אדעתי' דרבי'":
וויבאַלד אַז דער אויבערשטער (שלמעלה מגדר דעת, לית מחשבה תפיסא בי' כלל) האָט זיך מתלבש געווען (לאחרי כמה צמצומים וכו') בבחי' דעת (דעתי' דרבי'), וואָס דערפון ווערט באַשאַפן און268נשתלשל דעת האדם (הנברא), דעריבער האָט אַ איד (אַלס אַ נשמה בגוף למטה) בכח — דורך דעם וואָס זיין אמונה ווערט נמשך בפנימיותו — צו פאַרשטיין און פאַראיינציקט ווערן מיט דעת ה', און דורך דעם — מיט דעם אויבערשטן אַליין, שהוא ודעתו חד הוא.
[און דורך דעם קומט אויך צו אין זיין ידיעה אַלס אַ נברא, אַז אויך אין שכל הנברא זאָל זיך אָפּלייגן אלקות, סיי בחי' אלקות וואָס איז שייך צו דער בריאה (לידע שיש שם מצוי ראשון כו'), און אויך אלקות שלמעלה מהבריאה (וויפל ס'איז שייך בכח השגת האדם)].
י. דערפון קומט אויס, אַז נאָך מתן תורה, אין אָנהויבס פון די ארבעים שנה איז געווען בגלוי לימוד התורה וידיעת ה' (בעיקר) אין די דרגות וואָס זינען שייך צו דער בריאה, און דערנאָך איז מען נתעלה געוואָרן אין דעם מלמטה למעלה, ביז שנת הארבעים, ווען „נתן ה' לכם לב לדעת גו'", „קאי איניש אדעתי' דרבי'" — דעת ה'.
עפ"ז איז מובן דעם טעם פאַרוואָס דער „לב לדעת" האָט געדאַרפט קומען דוקא דורך „נתן ה'" — ווייל דער כח צו זיין „קאי אדעתי' דרבי'" קען ניט קומען דורך כח ושכל הנברא, נאָר דוקא דורך כח פון דעם אויבערשטן („רבי'").
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס דער פסוק איז מקדים „לב לדעת" פאַר „עינים לראות ואזנים לשמוע" (חכמה ובינה), אע"פ וואָס בסדר המוחין קומט דעת נאָך חכמה ובינה, און אויך דער דיוק „דעתי' דרבי'" (און ניט חכמה אָדער בינה)סט — ווייל בסוף הארבעים שנה ווערט שלימות אין חכמה בינה דעת, און שלימות הדעת איז — ניט ווי דעת שטייט במקומו (תחת חכמה ובינה), נאָר ווי זי שטייט בדרגת הכתרע, העכער פאַר חכמה ובינהעא. ובעבודה: ווי דעת שטייט בדרגת האמונה (כתר), ד.ה. אַז מ'האָט אַ ידיעה פנימית אין די ענינים (סוכ"ע) וואָס בכלל דאַרפ'ן אויף זיי האָבן אמונה (זייענדיק למעלה מהשגת הנברא), און איז מחבר אמונה (כתר) מיט חכמה ובינה.
ולהוסיף, אַז אויך אין דעם המשך „ועינים לראות ואזנים לשמוע" איז מודגש דער חיבור פון די התאמתות שע"י ראי' מיט שכל האדם (שמיעה והבנה). בדוגמא ווי ס'איז געווען באַ מתן תורה — רואין את הנשמע ושומעין את הנראהעב.
יא. בסגנון אחר: דער סדר פון די ארבעים שנה איז באופן פון כלל פרט כלל:
לכל לראש דער כלל הראשון — מתן תורה, ווען ס'איז געגעבן געוואָרן כל התורה (כידוע אַז נאָכאַמאָל דאַרף (וועט) מתן תורה ניט זייןעג), דורך דעם אויבערשטן וואָס ער איז „כלל" הראשון, הכולל הכל; דערנאָך ווערט דאָס נמשך אין פרטים — בדעת הנבראים, און דורך זייער עבודה במשך די ארבעים שנה זיינען זיי עולה מלמטה למעלה ביז מ'קומט צו דעם כלל בסוף הארבעים שנה, נאָך דער סיום פון אַלע פרטים — וואָס דעמולט דער־269גרייכט מען די העכסטע שלימות: קאי איניש אדעתי' דרבי', דער חיבור ויחוד פון דעם כלל ופרט, וואָס דורך דעם קומט צו אפילו לגבי דעם כלל הראשון, כפשטות הכתובים — אַז דער „לב לדעת גו'" האָט אויפגעטאָן אַ שלימות אין דער ידיעה והכרה אין אַלע ענינים וואָס האָבן פּאַסירט במשך הארבעים שנה, אָנהויבנדיק פון די אותות ומופתים במצרים און מתן תורה בתחלת הארבעים שנה.
ויש לומר: בכדי עס זאָל זיין דער יחוד פון אידן מיטן אויבערשטן, מאַכט דער אויבערשטער אַז פון דעם כלל זאָל זיין אין פרט (בדוגמא צו ראי', אַז לאחרי וואָס מ'זעט אַ גאַנצע זאַך בכללותו, קלייבט מען דערנאָך פאַנאַנדער די פרטים), די התלבשות פון עצמותו ית' אין חב"ד פון תורה (חכמתו ורצונו של הקב"ה), בכדי אַז די נבראים זאָלן קענען קומען מן הפרט אל הכלל (בדוגמא צו שמיעה, אַז מ'הערט פרט אחר פרט, ביז מ'קומט צו און מ'האָט דעם כלל), און עס זאָל זיין חיבור שניהם יחד.
ובפרטיות — זיינען דאָ ביידע ענינים (ראי' ושמיעה) אין דער עבודה פון אַ אידן בכל יום: תפלת הבוקר — איז דער כלל, אַז מ'איז עומד לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה, און דערנאָך דאַרף ער דאָס ממשיך זיין אין פרטי העבודה במשך היום. אַזוי אויך אין תפלה עצמה: מודה אני לפניך כו' — איז דער כלל, און דערנאָך ווערט דאָס נמשך אין די ברכות השחר, ברכות פרטיות. און אַזוי איז אויך דאָ דער צווייטער סדר מלמטלמ"ע — מן הפרט אל הכלל: הודו, פסוקי דזמרה, ביז מ'קומט צו תפלת העמידה, כעבדא קמי' מרי'עד, ביז צו סיום התפלה — „אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך"עה, דער גילוי פון פנימיות עצמותו ית', ובאופן אַז דאָס קומט בהתיישבות (ישבו), וואָס דאָס איז העכער פאַר דעם כלל הראשון, וויבאַלד אַז דאָס קומט לאחרי אַלע פרטים אין תפלה.
יב. ע"פ כל זה איז אויך פאַרשטאַנדיק דער תוכן פון ארבעים שנה בתקופה זו (שהתחלתה שנת תש"י), אַז אין דעם זיינען פאַראַן די אַלע ענינים הנ"ל: יעדער איד פון דעם דור דערגרייכט דעמולט צו „קאי איניש אדעתי' דרבי'" פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא הדור (וואָס הנשיא הוא הכלעו), אַז זיין גאַנצע מציאות ושכל ווערט אַוועקגעשטעלט און שטייט אויף „דעתי' דרבי'" — דורך דעם וואָס מ'לערנט זיין תורה, וואָס ער האָט זיך אין דעם אַריינגעגעבן (ע"ד „אנאעז נפשית כתבית יהבית"), כידוע דער וואָרט פון דעם פאָטער פון דעם בעל ההילולא, דער רבי (מהורש"ב) נ"עעח, קודם הסתלקותו: „איך גיי אין הימל, די כתבים לאָז איך אייך". ד.ה. אַז דורך די כתבים (לערנען די כתבים כו'), אין וועלכע ער האָט זיך „אַריינגעגעבן", „האָט מען" אים ווי ער איז אין הימל, וואָרום נשיאי ישראל לא יעזובו צאן מרעיתםעט.
ובפרט אַז דער דור איז דער לעצטער דור אין גלות (כנ"ל), לאחרי וואָס מ'האָט שוין פאַרענדיקט (דורך „מעשינו ועבודתינו"פ במשך די אַלע טויזנטער יאָרן שלפני זה) דער בירור פון אַלע פרטים [ניט270ווי בדורות שלפנ"ז, וואָס אויב די גאולה וואָלט דעמולט געקומען וואָלטן כמה ניצוצות פרטיות ניט נתברר געוואָרן (באופן פרטי)פא. וי"ל אַז דערפאַר האָבן כמה צדיקים בדורות הקודמים ניט דוחק געווען את הקץ (כאָטש זיי האָבן געהאַט דעם כח לזה), אע"פ וואָס זיי האָבן געוואוסט דער גודל הצער פון גלות, שכינתא בגלותא וכו' — בכדי אַז קיינע ניצוצות זאָלן ניט „פאַרלאָרן" ווערן] — איז שוין זיכער די העכסטע צייט, אַז עס זאָל קומען דער כלל הכי גדול — די גאולה האמיתית והשלימה, וביחד עם זה — אַ גאולה וואָס לייזט אויס און הויבט אויף אַלע פרטים און פרטי פרטים.
יג. דער ענין איז אויך בהדגשה אין דער פרשה פון דעם שבת וואָס בענטשט דעם יום ההילולא — פ' באַ, וואָס תוכנה איז: גאולת מצרים. ווי דער פסוק זאָגטפב „ויהי בעצם היום הזה יצאו כל צבאות הוי' מארץ מצרים":
די כלי אויף יציאת מצרים איז — דאָס וואָס אידן זיינען „צבאות השם", וואָס דער ענין פון אַן איש צבא איז — תכלית הביטול, ובאופן אַז דאָס נעמט דורך זיין גאַנצע מציאות, אַזוי אַז אויך ווען ער שלאָפט איז אויף אים ניכר אַז עס שלאָפט אַ סאָלדאַט (כפתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר), ד.ה. אַז דאָס איז אַ ביטול שלמעלה מטעם ודעת שלו (דערפאַר איז דאָס פאַראַן אויך בשעת השינה ווען דער כח השכל איז ניט בגלוי) — ע"ד מנפשי' כרעפג.
און דער ביטול שלמעלה מטעם ודעת וואָס נעמט דורך כל מציאותו — ע"ד המבואר לעיל בנוגע צו אמונה — נעמט עצמותו ית', שלמעלה מכל הגילויים, כידוע דער פתגםפד אַז די פשיטות פון אַן איש פשוט איז פאַרבונדן מיט פשיטות העצמות. וכמבואר אויך אין דעם מאמר ההילולא (באתי לגני)פה, אַז דער מלך איז מבזבז אַלע זיינע אוצרות דוקא פאַר די אנשי צבא, וואָס פירן דורך די מלחמה בפועל.
און דעריבער איז דאָס („צבאות השם") געווען די כלי והכנה צו דעם העכסטן גילוי — נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב"ה, בכבודו ובעצמו, וגאלםפו, וואָס בכבודו ובעצמו איז פשיטות העצמות — העכער פאַר עשר ספירות, און פאַר ספירות אין קץ, און אפילו פאַר ספירות ווי זיי זיינען נכלל בעצמותו ית' (וואָרום זיי זיינען סו"ס אַ תואר כו'). און דאָס ווערט נתגלה למטה מטהפז — אין גאולת מצרים.
און די שלימות דערפון איז אַרויסגעקומען בגלוי ארבעים שנה נאָך יצי"מ, ווען „קאי איניש אדעתי' דרבי'" — דורך דעם ביטול ואמונה פון אידן אין ה', כנ"ל.
וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאותפח (און נפלאות אפילו בערך די נפלאות בגאולת מצריםפט) — אַז אויך אין דעם271סיום פון די ארבעים שנה, ווערט די שלימות אין „קאי איניש אדעתי' דרבי'", ותיכף ומיד ממש ווערט די כניסה לארץ ישראל, בגאולה האמיתית והשלימה.
יד. ע"פ הנ"ל האָט מען דעם ענטפער אויף שאלת רבים — אין וואָס דאַרף באַשטיין די עבודה מיוחדת פון ארבעים שנה זינט דער הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו:
די עבודה דאַרף באַשטיין אין דעם, אַז מ'דאַרף איצטער ווערן אינגאַנצן אַ נייע מציאות — אַ מציאות חדשה וואָס שטייט אויף אַ נייעם יסוד: קאי איניש אדעתי' דרבי'.
ובפשטות — אַז די אַלע ענינים וואָס דער בעל ההילולא האָט געמאָנט, ובכלל — לימוד התורה בהתמדה ושקידה וקיום המצוות בהידור, ובמיוחד — הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה — דאַרף מען זיי אָנהויבן איצטער טאָן אויף אַ נייעם פאַרנעם, מיט אַ נייעם שטעל — ניט לויט די השגות וואָס מ'האָט געהאַט ביז איצטער (לויט דעת המקבל), נאָר לויט די השגות און פאַרנעם פון „דעתי' דרבי'" — נשיא דורנו.
סיי בנוגע לימוד התורה (ובפרט לימוד תורתו פון דעם בעל ההילולא) — אַז דאָס דאַרף זיין (ניט נאָר מיט אַ תוס' הבנה והשגה, נאָר בעיקר) מיט אַ נייער שטעל און יסוד — מיוסד אויף דעם דרך הלימוד ופנימיות הכוונה פון „רבי'"; און סיי אין די הנהגות בהתאם צו די הוראות פון דעם בעל ההילולא — דאַרפן געטאָן ווערן באופן כזה.
ס'איז ניט גענוג אַז מ'זאָל מוסיף זיין נאָך אַ פרט אָדער נאָך אַ כלל, אפילו אַ כלל גדול, אין דער עבודה, נאָר עס דאַרף זיין „קאי איניש" — זיין גאַנצע מציאות דאַרף זיך איבערשטעלן אויף „דעתי' דרבי'". וביחד עם זה — דאַרף דאָס אַראָפּקומען אין פרטים און פרטי פרטים — ובהתבוננות אפילו קלה קען זיכער יעדערער אַליין געפינען די פרטים וועלכע ער קען אָנהויבן טאָן אַלס אַ מציאות חדשה וועלכער איז „קאי אדעתי' דרבי'".
ובסגנון אחר: יעדערער דאַרף ווערן אַ נייער „מוסד", אין זיין עבודה בתורה עבודה וגמ"ח, וועלכע שטייט אויף אַ נייעם יסוד — „דעתי' דרבי'".
ולהוסיף, אַז שמו הראשון פון דעם בעל ההילולא איז „יוסף" — וואָס מדתו איז יסודצ. און דאָס נעמט דורך אַלע פרטים — „כל השומע יצחק לי"צא (שמו השני).
און אַזוי דאַרף מען אויך פועל'ן אין וועלט — אַז עס ווערט נתגלה ווי ער איז „צדיק יסוד עולם"צב (ועמך כולם צדיקיםצג), כמאחז"לצד אַז חייב (יעדער) אדם לומר בשבילי נברא העולם.
כולל אויך דורך דעם וואָס מ'שטעלט אויף בכל מקום בעולם נייע מוסדוות פון תורה עבודה וגמילות חסדים, דורכגענומען מיט הפצת המעינות חוצה. — ואפילו אין ערטער וואו עס זיינען פאַראַן מוסדות — זאָל מען דאָרט אויפשטעלן נאָך מוסדות (ומה טוב — יעדער מוסד זאָל אויפשטעלן עכ"פ נאָך איין מוסד), ועאכו"כ אין די ערטער וואו עס זיינען נאָך לע"ע ניטאָ קיין מוסדות — זאָל מען דאָרט אויפשטעלן אַ מוסד, און מערערע מוסדות. און מ'האָט די הבטחות וברכות פון דעם בעל272ההילולא, בברכתו של הקב"ה, אַז מ'וועט קענען דעקן די הוצאות בזה. ובפרט אַז בתור סיוע רוחני באַקומט מען אויך אַ השתתפות פון קופת רבינו במספר ארבעים (ולהעיר מ"ארבע מאות" שקל כסף עובר לסוחר"צה).
וויבאַלד אַז יעדער זאַך הויבט זיך אָן פון תורה — איז כדאי אַז אין תורה עצמה זאָל מען מאַכן אַ „מוסד" חדש — דורך אַרויסגעבן קובצי חידושי תורה, בנגלה ובחסידות, ובפרט בתורת כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו [וואָס אין דעם איז אויך דאָ די השתתפות והתאחדות פון יששכר וזבולוןצו — די לומדי תורה און די וואָס דעקן די הוצאות אויף דער עריכה והוצאה לאור].
ס'איז אויך כדאי, אַז אין דעם יום ההילולא, יו"ד שבט, זאָל מען מוסיף זיין אין תורה עבודה וגמ"ח אין די אַלע מוסדות פון דעם בעל ההילולא, ובנוגע לגמ"ח וצדקה — מוסיף זיין בזה אין אַ מספר פון ארבעים.
ויה"ר אַז גלייך ותיכף באַ דעם סיום פון שנת הארבעים — זאָל קומען די גאולה האמיתית והשלימה, און עס וועט זיין די שלימות פון „קאי איניש אדעתי' דרבי'" — לימוד תורתו של משיח מפיו של משיחצז, ביז תורה חדשה מאתי תצאצח, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, והיו עיניך רואות את מוריךצט, והקיצו ורננו שוכני עפרק, און דער בעל ההילולא פון יו"ד שבט בתוכם,
וכל זה — תיכף ומיד ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תש"נ, חלק א
- Id
- rh-3fe180xj