עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

שיחת יום א' פ' תולדות, כ"ח מרחשון ה'תש"נ — — לכינוס השלוחים העולמי

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

142שיחת יום א' פ' תולדות, כ"ח מרחשון ה'תש"נ

— לכינוס השלוחים העולמי —

א. בשעת עטלעכע אידן קלייבן זיך צוזאַמען האָט עס אין זיך אַ מעלה גדולה, עאכו"כ אַ צוזאַמענקלייבן זיך פון כמה עשיריות (מנינים) מישראל, וואָס „אכל) בי' עשרה שכינתא שריא"ב, „אף שאינם מדברים בדברי תורה"ג,

עאכו"כ אַז מ'קלייבט זיך צוזאַמען נאָך אַ תפלהד, און אין צוזאַמענהאנג מיט תורה און מצוותה, ובפרט מיט תורה ומצוות פון אידן איבער דער וועלט, ביז אויך מיט די שבע מצוות בני נח פון כל אומות העולם — ווי דאָס איז אין דעם איצטיקן צוזאַמענקלייבן זיך וועלכער קומט פאַר בקשר מיט דעם כינוס השלוחים העולמי* , שלוחים שי' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וועלכע געפינען זיך בכל מרחבי תבל מיט דער שליחות צו מפיץ זיין תורה ומצוות און מפיץ זיין די מעינות חוצה, ביז אויך — מפיץ זיין די ז' מצוות בני נח באַ ניט־אידן, כפס"ד הרמב"םו.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק דעם גודל הענין פון דעם איצטיקן צוזאַמענקומען זיך, הן בנוגע צו דער השראת השכינה (שכינתא שריא) וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם עצם קיבוץ פון אַזויפיל אידן (ביז — פאַרבונדן מיט אַלע אידן בכל העולם), ובמילא — אויך די סייעתא דשמיא וואָס מ'באַקומט דורך דעםז, און הן בנוגע צו דעם זכות פון די אַלע וואָס נעמען אין דעם איינטייל (אין וועלכן אופן מעגלעך), און וואָס מער דער איינטייל — אַלץ גרעסער דער זכות, און אַלץ מער גיט עס צו אין דער הצלחה פון דעם כינוס (נוסף צו דער ברכה וסיוע וואָס מ'האָט אין דעם מלמעלה).

דעריבער נוץ איך אויך אויס די געלעגנהייט צו נעמען איינטייל אין דעם כינוס, רעכנדיק דאָס פאַר מיר אַ זכות, און אַ זכות פאַר אַלעמען און פאַר אַלע ענינים, אַז זיי זאָלן זיין נאָכמער בהצלחה.

ב. דער אויפטו פון דעם „כינוס השלוחים העולמי" — ובמילא אויך די נויטיקייט צו האָבן אין דעם אַ סייעתא דשמיא און די השתתפות והשתדלות ועבודת האדם — איז פאַרשטאַנדיק אויך פון דעם נאָמען:

„כינוס השלוחים העולמי" אַנטהאַלט אין זיך — נוסף צו זיין פירוש הפשוט: אַ43כינוס פון די שלוחים בכל העולם — אויך אַ טיפערן פירוש:

„עולמי" איז דער טייטש — אַז דאָס איז אויף אַ וועלט פאַרנעם. דאָס הייסט אַז דער כינוס, און בעיקר — די עבודת השליחות פון די משתתפים (שלוחים) אין דעם כינוס — דאַרפן האָבן אַ השפעה און אַ ווירקונג אויף דער גאַנצער וועלט.

ביאור הדברים:

מ'האָט גערעדט מערערע מאָל, אַז די שליחות כללית וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן יעדער איד איז — צו מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתוניםח, דורך דעם וואָס ער איז משמש את קונוט ע"י קיום התורה ומצוותי', און איז אויך משפיע און פאַרשפּרייט תומ"צ ביי אַנדערע, און איז מגלה אלקות בחלקו בעולם, ביז בכל מקום וואו ער קען דערגרייכן, דורך אַנטפּלעקן און נוצן די עניני העולם (צוליב דעם וואָס זיי זיינען באַשאַפן געוואָרן —) „לכבודו" של הקב"הי.

וויבאַלד אָבער אַז די כוונה אין דעם איז צו מאַכן אַ דירה בתחתונים, בכל התחתונים (לשון רבים, אין אַלע פרטים און פרטי פרטים פון עולם), און ע"פ טבע איז דאָך שווער, זייער שווער (און אפשר גאָר ניט מעגלעך) אַז איינער זאָל אַליין (צוגיין רעדן און) דערגרייכן אַ ריבוי מענטשן ובפרט במקומות שונים בעולם, ועאכו"כ אַלע מענטשן בכל חלקי העולם — האָט דער אויבערשטער פאַנאַנדערגעטיילט די אַרבעט (פון מאַכן אַ דירה בתחתונים) צווישן מערערע אידן, וועלכע זיינען פאַנאַנדערגעשפּרייט איבער דער וועלט, און יעדערער טוט זיין עבודה במקומו און פאַרשפּרייט אידישקייט אין זיין אָרט צו די אידן וואָס געפינען זיך דאָרט.

און נאָכמער: דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט בטבע בני אדם (און ס'איז נוגע אויך אין הלכה), אַז „חברך חברא אית לי' וחברא דחברך חברא אית לי'"יא, א.א.וו. עד סוף העולם. ועד"ז איז אויך מצד דעם משפיע, אַז ער האָט בכח צו מאַכן אַ שליח, און „שליח עושה שליח"יב עד עולםיג.

צווישן אידן גופא זיינען דאָ די וועלכע האָבן זוכה געווען און זיינען אויסגעקליבן געוואָרן במיוחד, אַז כל עסקם איז צו זיין (בגלוי) שלוחים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר — מ'האָט זיי געשיקט כל א' וא' צו אַ באַזונדער מקום בעולם, צו אויספירן דער רצון וכוונת המשלח — צו טאָן אין הפצת התורה והיהדות, און מגלה זיין ווי אַלע אידן זיינען שלוחים של הקב"ה, דורך רעדן און משפיע זיין אויף די אידן במקומו (ובפרט דורך דברים היוצאים מן הלב און דורך באַווייזן אַ דוגמא חי').

ועפ"ז איז מובן, אַז אע"פ וואָס יעדער איד און יעדער שליח געפינט זיך במקום מסויים און טוט דאָרט זיין עבודה — איז אָבער דורך דעם וואָס „חברך חברא אית לי' כו'" און „שליח עושה שליח", איז זיין עבודה הולכת ומתפשטת, ביז אַז ער האָט בכח צו דערגרייכן און משפיע זיין אויף אַ ריבוי מענטשן ובכל מרחבי תבליד,144נוסף אויף דעם עיקר — די כחות וואָס מ'האָט אויף דעם פון דעם משלח, ביז די סייעתא דשמיא וואָס מ'האָט אין דעם פון דעם משלח הראשון, דער אויבערשטער, רו"ל

ננל.

און בשעת די שלוחים קלייבן זיך צוזאַמען ווי אין דעם „כינוס השלוחים העולמי" — אונטערשטרייכט עס נאָכמער אַז זייער פעולה איז צו אויפטאָן בכל העולם כולו, צו מאַכן די וועלט אַ דירה לו יתברך — ובאופן אַז מ'האָט אין דעם סיי דעם כח מלמעלה („אכל בי עשרה שכינתא שריא"), און סיי די עבודת השלוחים למטה.

ג. אין דעם קומט צו נאָך אַן ענין, וענין עיקרי:

בכדי מאַכן אַ דירה בתחתונים בשלימת בכל העולם כולו, עס זאָל זיין „(כינוס השלוחים ה)עולמי" אויף אַן אמת'ן וועלט פאַרנעם — פאָדערט זיך אַז מ'זאָל אויך פועל'ן אויף אומות העולם, ובפרט אַז זיי זיינען רוב בני אדם על פני האדמה.

וואָרום אידן זיינען דאָך „המעט מכל העמים"טו — איז אפילו ווען מ'דערגרייכט און טוט אויף מיט אַלע אידן בכל מקום שהם, איז דאָס נאָר אַ חלק מעט (בכמות) פון כל העמים בעולם הזה הגשמי (תחתונים), שלא בערך צו דעם פאַרנעם פון דער גרויסער וועלט און דער ריבוי בני אדם שבה — קען דורך זיי אַליין לכאורה ניט אויפגעטאָן ווערן (כביכול) אַ דירה לו יתברך בתתחונים, כל התחתוניםטז, באופן פון „(כינוס השלוחים ה)עולמי", אויף אַן אמת'ן וועלט פאַרנעם.

[זייענדיק שלוחו של הקב"ה, ושלוחו של אדם (העליוןיז) כמותויח, ביז כמותו ממש כביכול — האָט מען זיכער דעם כח וסיוע פון דעם אויבערשטן (דער בורא העולם ומנהיגו) צו איבערמאַכן די גאַנצע וועלט. אָבער דער אויבערשטער האָט געוואָלט, אַז עס זאָל זיין אַ דירה בתחתונים (בגדרי התחתונים), דאָס זאָל געטאָן ווערן בדרך הטבע און באופן המובן ע"פ שכל פון תחתונים (ביז אויך פון ניט־אידן).

איז דער ביאור אין דעם:

נוסף אויף דער שליחות פון אַ אידן אין זיין עבודה בתומ"צ און זיין השפעה בזה אויף אַנדערע אידן — האָבן אידן אויך אַ מצוה צו משפיע זיין אויף אומות העולם, אַז זיי זאָלן מקיים זיין די שבע מצוות בני נח — „צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצוות שנצטוו בהם בני נח"יט.

וי"ל הביאור בזה: דער תוכן כללי פון אַלע שבע מצוות ב"נ איז — אַז די וועלט זאָל זיין מתאים צום „לשבת יצרה"כ, ישובו של עולם — די וועלט זאָל זיין אַ מקום ראוי לדירה ומושב בני אדם. וואָס דורך דעם ווערט עס ראוי אַז אידן זאָלן דערפון קענען מאַכן אַ דירה פאַרן אדם העליון: אויב אין אַ חלק בעולם פעלט אין ישוב העולם, איז דער אָרט ניט אינגאַנצן ראוי אויף דאָרט מאַכן אַ דירה לו יתברך.

145לויט דעם איז מובן, אַז בכדי אויפטאָן ישובו של עולם („לשבת יצרה") בכל חלקי העולם — דאַרף מען אָנקומען דוקא צו אוה"ע, וועלכע זיינען אַ מספר הכי רב און זיי דאַרפן האָבן אַ שטח גדול ביותר בארץ למקום מושבם (ניט ווי אַ פאָלק וואָס איז בכמות „המעט מכל העמים", און דאַרפן ניט האָבן אַזויפיל אָרט פאַר זייער ישוב); אידן קענען אַרויסהעלפן אין דעם, אָבער דער עיקר ושלימות הפעולה פון „לשבת יצרה" — באופן של התיישבות בפשטות — איז תלוי אין דעם אַז עס זאָל געטאָן ווערן בפועל ובגופם פון די שבעים אומות.

ועפ"ז י"ל איינער פון די טעמים פאַרוואָס אידן זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן „לכוף את כל באי העולם לקבל מצוות שנצטוו בהם בני נח" [און דער קיום פון די שבע מצוות ב"נ (דורך וועלכע עס ווערט מקויים דעם „לשבת יצרה") דאַרף געטאָן ווערן (ניט „מפני הכרע הדעת", נאָר) „מפני שצוה בהן הקב"ה בתורה והודיענו ע"י משה רבינו"כא, ד.ה. אַז דאָס קומט אָן צו אוה"ע דורך אידן] — ווייל בכדי אַז אידן זאָלן אויספירן בשלימות די שליחות וואָס איז זיי אָפּגעגעבן געוואָרן פון מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים — דאַרפן זיי פועל'ן אַז אוה"ע זאָלן אויפטאָן דעם „לשבת יצרה", דורך די ז' מצוות בני נח (כולל — דורך ענין הצדקהכב).

[ולהוסיף, אַז אויך באַ אידן איז דאָ אַ הדגשה עיקרית אויף ישוב העולם, ביז אַז דאָס האָט אַ דין ומצוה מיוחדת באַ אידן. ווי מ'זעט אין דער מצוה פון פדיון שבויים (וואָס תוכנה איז צדקה וחסד — ישובו של עולם) — וועלכע ווערט אָנגערופן „מצוה רבה"כג, און דעריבער דאַרף אין דעם זיין אַ השתדלות וזריזות מיוחדתכד, צוליב דער סכנה פון דעם וואָס געפינט זיך ניט ברשות עצמו נאָר ברשות פון ניט־אידן, און מ'קען ניט זיין זיכער וואָס וועט זיי* ברגע לאחרי זה וכו'].

ד. ע"פ הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק ווי דאָס איז אַ „כינוס השלוחים העולמי", אויף אַן אמת'ן וועלט — „עולמי" — פאַרנעם:

בשעת די שלוחים קלייבן זיך צוזאַמען ווי אין דעם „כינוס השלוחים העולמי" — באַדייט עס אַ צוזאַמענקלייבן זיך און פאַראייניקונג פון שלוחים פון פאַרשידענע מקומות בעולם, ביז פון אַלע ארבע כנפות הארץ, וואָס יעדער שליח שטעלט מיט זיך פאַר די אידן און מענטשן במקומו, אויך די אוה"ע (וואָס ער אַרבעט מיט זיי און העלפט זיי אַרויס אין זייער עבודה) — וואָס דאָס אונטערשטרייכט נאָכמער אַז זייער פעולה איז צו אויפטאָן בכל העולם כולו, צו מאַכן די גאַנצע וועלט אַ דירה לו יתברך.

ה. נאָך אַ נקודה עיקרית אין דעם:

נוסף צו דעם פירוש בכללות אין „כינוס השלוחים העולמי", אַז די שלוחים טוען אויף בכל העולם כולו, איז אין דעם אויך דאָ דער פירוש בפרטות, אַז די שלוחים זיינען מגלה אין יעדער זאַך שליחותו146בעולם, אַזוי אַז עס ווערט אַ „כינוס השלוחים העולמי", אַ צוזאַמענקלייבן זיך און אחדות פון אַלע זאַכן אין דער וועלט וועלכע זיינען אַלע „שלוחים" של הקב"ה, צו מגלה זיין „כבודו" של הקב"ה.

דער תפקיד פון די שלוחים איז צו מגלה זיין ביי אַלע אַנדערע מענטשן ווי זיי זיינען שלוחים של הקב"ה, אידן — דורך די תרי"ג מצוות, און ניט־אידן — דורך די שבע מצוות בני נח, „לשבת יצרה".

ובפרטיות יותר — אין עולם שנה נפש:

עולם: אַ איד איז מגלה בכל פרט ופרט שבעולם זיין „שליחות", צו מגלה זיין „כבודו" של הקב"ה.

נפש: נוסף אויף נפש בכלל, אַז אַ איד איז מגלה אין יעדער נפש — סיי אידן סיי ניט־אידן — זייער שליחות בעולם, איז אויך אין זיין נפש פרטי, טוט אַ איד זיין עבודת השליחות מיט אַלע עשר כחות הנפש, דורך אויסנוצן יעדער כח צוליב דער שליחות וואָס ער (דער כח) איז באַשאַפן געוואָרן: שכל — צו פאַרשטיין אלקות, אהבה — צוליב אהבת ה' און אהבת ישראל וכיו"ב.

שנה: אַ איד איז מגלה אין יעדער חלק ופרט אין זמן, זיין שליחות מיוחדת אין דינען דעם אויבערשטן, כדלקמן.

ו. וביאור הענין:

„שליחות" דריקט אויס די נקודה כללית אין יעדער זאַך וואָס דער אויבערשטער טוט אין דער וועלט און סדר השתלשלות; יעדער זאַך במציאות — איז צוליב אַ צוועק, די כוונה ותכלית — די „שליחות" — צוליב וועלכער דער אויבערשטער האָט די זאַך באַשאַפןכה.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז נוסף אויף כללות ענין השליחות בכל הבריאה כולה ובכללות ירידת הנשמה בגוף, שפּיגלט זיך אָפּ דער ענין השליחות של הקב"ה אויך אין יעדער פרט ופרט — ע"ד הידוע אַז תורה כללות ופרטות נאמרהכו — אַז יעדער פרט פון דער בריאה האָט זיין שליחות מיוחדת פון דעם אויבערשטן.

ועד"ז איז אויך בנוגע צו די שליחות פון ירידת הנשמה בגוף וכללות חיי האדם, אַז דאָס איז באופן פון כללות ופרטות:

לכל לראש איז דאָ די שליחות כללית פון יעדער נשמה, וואָס ירדה מאיגרא רמה לבירא עמיקתאכז, בכדי מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים [אַ איד — בקיום התרי"ג מצוות, און דערנאָך קומט עס אַראָפּ (דורך אידן) אין דער שליחות כללית פון אוה"ע — בקיום הז' מצוות ב"נ], און גלייך בתחלת השליחות — קודם שיצא הולד לאויר העולם — זאָגט מען אים אָן וועגן זיין שליחות (און מ'גיט אים אויף דעם כחות): „משביעיןכח אותו תהי צדיק ואל תהי רשע"כט, וואָס דאָס איז כולל כל עבודת השליחות שלו, וועלכע טיילט זיך בכללות אויף די צוויי תנועות וקוים: עשה טוב („תהי צדיק"), מצות עשה (אָנהויבנדיק פון „אנכי ה' אלקיך", הכולל כל147מ"על), און סור מרע („אל תהי רשע"), מצות לא תעשה (אָנהויבנדיק פון „ולא יהי' לך", הכולל כל מל"תל).

דערנאָך שטעלט זיך דאָס אויס אין פרטים (בערך צו כללות השליחות הנ"ל), אין פרטי זמן העבודה שלו: ווען ער ווערט געבאָרן, בעת הכנסתו לבריתו של אברהם אבינו (ואשה כמאן דמהילא דמיאלא), בעת הבר־מצוה אָדער בת־מצוה (ווען ער (זי) ווערט מחוייב במצוות) וכו'.

ובזה גופא זיינען אויך פאַראַן דרגות, פון כללות הזמן ביז פרטות הזמן, ביז בפרטי פרטיות.

אָנהויבנדיק פון דער שליחות כללית (אָבער פרטית בערך צו כללות השליחות פון ירידת הנשמה בגוף) וואָס ווערט באַנייט בכל שנה ושנה, בראש השנה — ווען אַ איד איז ממליך דעם אויבערשטן — „תמליכוני עליכם"לב — אַלס „מלך ישראל" און „מלך על כל הארץ", ד.ה. דער כללות קבלת עול מלכותו ית', ובמילא אויך — כללות קבלת השליחות של הקב"ה, וואָס דאָס איז דער יסוד פון גאַנץ עבודת השליחות שלו (בכל הפרטים) — כמאחז"ללג „קבלו מלכותי", און דערנאָך — און דורך דעם — קען זיין „אגזור עליהם גזירות", באופן אַז „קבלו גזירותי"לד.

וכל שנה ושנה בפרט האָט איר אַ שליחות מיוחדת (דוקא לשנה זו). לדוגמא — בשנה זו, שנת תש"נ — תהא שנת נסים, ועד"ז בשנים שלפנ"ז: שנת תשמ"ח, תישמח ותשמח — דער ענין השמחה, שנת תשמ"ט ידיך, וכיו"ב.

נאָכמער בפרטיות קומט אַרויס די שליחות בכל חודש וחודש פון די חדשי השנה: בכל (ראש) חודש — אויך מלשון חידוש — באַקומט אַ איד אַ שליחות ועבודה חדשהלה, לויט דעם מזל פון דעם חודש און לויט די מועדים וימים מיוחדים בכל חודש [ועד"ז, דער חילוק צווישן אַ חודש מלא אָדער אַ חודש חסר]. לדוגמא — אין דעם חודש אין וועלכן מ'גייט באַלד אַריין — חודש כסלו — באַשטייט זיין עבודה מיוחדת פון די ימי חנוכה, ולפני זה (בימי החודש) — די ימים מיוחדים (טי"ת, יו"ד און י"ט כסלו) פאַרבונדן מיט יפוצו מעינותיך חוצה, וואָס עיקר ענינו האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דער גאולה פון דעם אַלטן רבי'ן בי"ט כסלולו, און דערנאָך (בשנים לאחרי זה) איז אין דעם צוגעקומען אַ הוספה בחג הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן ביו"ד כסלולז, און בטי"ת כסלו — יום הולדת ויום ההילולא שלו.

אין דעם חודש עצמו קומט דערנאָך אַרויס די שליחות בפרטיות עוד יותר — בכל שבוע ושבוע פון דעם חודש, כידועלח אַז יעדער וואָך הויבט זיך אָן אַ נייער סדר והיקף הזמן [דערפאַר הויבט מען אָן ציילן בתחלת כל שבוע פון יום ראשון (אע"פ148וואָס זינט בריאת הזמן ביום ראשון דמעשה בראשית זיינען דורך רבבות ימים), ווייל דאָס איז בדוגמת יום ראשון פון מעשה בראשיתלח], און כל שבוע האָט זיין עבודה מיוחדת — בהתאם צו פרשת השבוע, מיט וועלכע מ'דאַרף לעבןלט במשך שבוע זה.

ובפרטיות עוד יותר — האָט יעדער טאָג אין וואָך זיין שליחותמ, כל יומא ויומא עביד עבידתי'מא.

און בכל יום ויום — האָט יעדע שעה אַן עבודה ושליחות מיוחדת, כידועמב אַז די י"ב שעות היום זיינען כנגד די י"ב צירופי שם הוי', און די י"ב שעות הלילה כנגד די י"ב צירופי שם אד', ובכל שעה דאַרף זיין די עבודה בהתאם צו דעם צירוף השם וואָס איז מאיר בשעה זו.

ביז — אַז יעדער רגע אין אַ שעה האָט זיין שליחות ועבודה מיוחדתמג, כמ"שמד „לרגעים תבחננו", מ'איז אים בוחן צי ער האָט אויסגענוצט יעדער רגע בשלימות בהתאם צו דער עבודה מיוחדת וואָס דאַרף זיין ברגע זה.

ז. ע"פ הנ"ל קומט אויס, אַז בכדי אַ איד, אַ שליח זאָל ממלא זיין שליחותו בשלימות פאָדערן זיך בכללות צוויי ענינים: (א) די ידיעה ומילוי פון זיין שליחות כללית בעולם, וואָס נעמט אַרום און נעמט דורך כל ימי חייו, (ב) די ידיעה ומילוי השליחות פרטית בכל זמן לפי ענינו — שנה, חודש, שבוע, יום, שעה, רגע, ועד"ז בכל מקום לפי ענינו, און בכל נפש לפי ענינו.

און די צוויי ענינים זיינען קיין סתירה ניט זה לזה, נאָר אדרבה: בכדי אַ איד זאָל מקיים זיין שליחותו הכללית בשלימות — פאָדערט זיך אַז בכל זמן כו' לפי ענינו זאָל ער זיך אינגאַנצן אַריינוואַרפן אין מקיים זיין די שליחות פון דעם זמן — דער ענין שהזמן גרמא, פון דער רגע, טאָג וכיו"ב (און דערביי ניט טראַכטן ונתבלבל ווערן פון דער שליחות וואָס וועט קומען בזמן שני); און דורך דעם ווערט דער רגע — און זיין עבודה דעמולט — דער „שער"מה וועלכער איז אין זיך כולל (און דורך אים זיינען עולה) אַלע אַנדערע פרטים פון זיין עבודת השליחות במשך ימי חייו;

צוזאַמען דערמיט, דאַרף בכל רגע וכיו"ב ביי אים אויך זיין די ידיעה והכרה אַז דאָס איז ניט קיין אָפּגעטיילטער רגע ועבודה פון שאר ימי חייו, נאָר ער דאַרף טאָן כל התלוי בו צו זיך אויך גרייטן (און וויסן אַז זיין עבודה איצטער איז אויך אַ הכנה) צו דער עבודה ושליחות ברגע שלאחרי זה, ביז צו — מילוי השליחות הכללית פון דער גאַנצער שעה, מעת־לת, וואָך, חודש, שנה וכל ימי חייו — שלאחרי זה. און דאָס (די ידיעה אַז די שליחות149פרטית בכל זמן פרטי איז אַ חלק פון אַ שליחות כללית) גיט צו אין דער הצלחה ושלימות פון מקיים זיין די שליחות פרטית, בזמן פרטי.

און נאָכמער: אַ מענטש דאַרף דאָך שטענדיק שטייגן העכער אין זיין עבודה, „ילכו מחיל אל חיל"מו (נוסף אויף דעם וואָס ער נוצט אויס יעדער רגע בשלימות). ואפילו ווען ער דעגרייכט שוין צו שלימות, ביז צו דער שלימות פון מאה ועשרים שנה, איז היות עס קומט צו נאָך אַ רגע, נאָך אַ שעה וכו', קען און דאַרף ער עולה זיין נאָך העכערמז. ובמילא, בשעת אַלע פרטי הדרגות בעבודת האדם (בכל הזמנים) זיינען אַ טייל פון איין כלל, איז בשעת ער איז עולה העכער, הויבט דאָס אויף אויך זיין עבודה שלפני זה, וועלכע איז אַ הכנה והקדמה צו די שפּעטערידיקע עבודהמח.

עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק לאידך גיסא: טאָמער עס האָט (מאיזו סיבה שתהי') געפעלט אין דער מילוי השליחות ברגע (וכיו"ב) מסויים — האָט מען די הוראה פון רבותינו נשיאינומט, אַז „ס'איז ניטאָ קיין פאַרפאַלן", און מ'האָט די געלעגנהייט צו דאָס פאַרריכטן אין די רגעים שלאחרי זה, דורך דעם וואָס מ'טוט — נוסף צו דער עבודה השייכת לרגע זה — אויך די עבודה השייך לרגע שלפנ"ז, בצירוף עבודת התשובה וועלכע מאַכט אים אַ בעה"ב אויפן עברנ [אפילו אַן עבר וואָס איז אַ ריבוי זמן לפני זה, עאכו"כ אויב עס רעדט זיך וועגן אַן עבודה במשך דעם יאָר, חודש, שבוע אָדער שעה], אַז ער זאָל קענען ממלא זיין די עבודה ושליחות השייכת צו דעם זמן בעבר.

ויומתק ע"פ הנ"ל, אַז די אַלע חילוקים בזמן עבודת האדם זיינען פאַרבונדן און זיינען אַ טייל פון איין כלל, ובמילא קען מען ממלא ומשלים זיין אַ שליחות בעבר דורך דער עבודה — בצירוף עבודת התשובה — אין אַ זמן לאחרי זה.

ח. ויהי רצון, אַז יעדערער זאָל זיך מתבונן זיין בדבורים אלו בענין השליחות — נוסף צו דער התבוננות אין די עניני שליחות וועגן וועלכע מ'האָט זיכער גערעדט באַ דעם „כינוס השלוחים העולמי",

און די התבוננות זאָל ביי אים אַראָפּקומען אין אַ לייכטן אופן אין מעשה בפועל, המעשה הוא העיקרנא, במילוי השליחות של כל א' וא', און באופן של הוספה כהנה וכהנה בכל עניני השליחות, כמאחז"לנב מי150שיש לו מנה רוצה מאתיים, ומי שיש לו מאתיים רוצה ד' מאותנג וכו', באופן פון ילכו מחיל אל חיל, אַז נוסף לזה וואָס מ'נוצט אויס יעדער רגע בשלימות, איז מען מוסיף ועולה בזה העכער און העכער,

ביז מ'קומט צו דער שלימות פון מאה ועשרים, ביז — די שלימות פון „מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים" פון „שני חיי שרה"נד, און צוזאַמען מיט דער שלימות השליחות בכל הימים והשנים, האָט מען אויך די שלימות במילוי השליחות בכל כחות הנפש, דער חפץ ורצון השליח (מאה שנה), זיינע מוחין (עשרים שנה), און זיינע שבע מדות (שבע שנים)נה, „בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך"נו,

און דורך דעם וואָס דער שליח נוצט אויס אַלע זיינע עשר כחות במילוי שליחותו — ברענגט ער דעמולט גלייך דעם גילוי פון משיח (שליח בצירוף עשר) — גילוי משיח שבכל א' מישראל, ביז — גילוי משיח צדקנו בפשטות — תכלית השלימות פון מטרת השליחותנז.

און אויך דערנאָך איז מען ממשיך די עבודה אַלס נשמות בגופים — בלי הפסק כלל — אין דער אריכות ימים שלאחרי זה (נאָך ק"כ וקכ"ז שנה וכו'), ביז אין חיים נצחיים בגאולה האמיתית והשלימה, און דעמולט קומט צו אַ שליחות נוספת פאַרבונדן מיט די נייע ימים ושנים פון חיים נצחיים,

וואָס דאָס גיט אויך צו אין דער עבודת השליחות נאָך בזמן הזה, ווי מ'זעט טבע האדם, אַז בשעת ער ווייס אַז זיין איצטיקע עבודה (איז ניט בלויז אַ פעולה אויף אַ רגע קטן, נאָר זי) וועט נמשך ווערן און איז אים נוגע אויף אַ סך יאָרן, ביז לכל משך ימי חייו — טוט ער דאָס בהשתדלות יתירה, און נוצט אויס במילואו אַלע שנים וכחות וואָס דער אויבערשטער האָט אים געגעבן (זייעדיק שלוחו של אדם (העליון) כמותו, ביז כמותו ממש כביכול) בכדי דורכפירן זיין שליחות בכל רגע, בכל שעה בכל יום, בכל שבוע, בכל חודש, בכל שנה, ובמשך כל ימי חייו,

און אויב דאָס איז אַזוי בנוגע צו ימי חייו המוגבלים, עאכו"כ ווען עס רעדט זיך וועגן חיים נצחיים (בלי הפסק כלל בינתיים) — אַז ער ווייסט אַז זיין עבודה ופעולה איצטער איז נוגע צו חיים נצחיים, איז דאָך זיכער פאַרשטאַנדיק די השתדלות הכי גדולה און שמחה הכי גדולה וואָס איז דאָ אין דער עבודה.

ויש לומר נאָכמער: דורך זיין עבודה גיט ער צו אין חיים נצחיים עצמם — כידוע אַז אויך אין חיים נצחיים איז שייך דער ענין פון „ילכו מחיל אל חיל" (בעליות בקדושה עצמה)נח.

ט. וכן תהי' לנו תיכף ומיד ממש, אַז „ילכו מחיל אל חיל" במילוי השליחות, ביז „יראה אל אלקים בציון"מו, סיי גילוי פון ציון בפשטות — דער חלק פון ציון אין ירושלים עיר הקודש (די פנימיות פון ירושלים), אין ארצנו הקדושה, און סיי גילוי פון ציון שבנשמה, פנימיות ה־151נשמהנט, יחידה שבנפש (בחי' משיח שבוס),

דורך דעם וואָס יעדער שליח — דורך אויסנוצן זיינע עשר כחות — איז מגלה באַ זיך זיין „ציון" שבנשמה, בחי' „משיח" שבו, און איז אויך מגלה בחי' ציון בחלקו בעולם — די פנימיות שבעולם, ובאופן גלוי ביז אין אַן אופן פון ממש, אַז מ'קען דאָס אָנטאַפּן מיטן חוש המישוש, ואדרבה — דער חידוש פון דירה בתחתונים איז דוקא אין גשמיות וממשות של העולם, כידועסא.

י. וסיכום הדברים — ובפשטות:

פון דער מילוי השליחות ברגע זה, רגע האחרון אין גלות — טאַנצט מען גלייך אַרייןסב אין מילוי השליחות שברגע שלאחרי זה, רגע הראשון פון גאולה, טאַקע אַ רגע אחד, אָבער אַזאַ רגע וואָס איז משנה — באופן שלא בערך — די גאַנצע מציאות פון זמן ומקום מכאן ולהבא,

און מ'האָט דעמולט אַ נייע שליחות, מיט נייע כחות, בהתאם צו דעם מצב לאחרי הגאולה האמיתית והשלימה,

— און אין דעם גופא איז מען נאָכמער מוסיף דורך דעם וואָס מ'גיט איצטער אַ שליחות נוספת פון צדקה צו די אַלע שלוחים וואָס געפינען זיך דאָ. —

ועוד והוא העיקר: מ'האָט די אַלע ענינים למטה מעשרה טפחים, אָנהויבנדיק פון דעם רגע הראשון פון גאולה האמיתית והשלימה, ו"ילכו מחיל אל חיל יראה אל אלקים בציון", גילוי ציון שבירושלים, און ציון שבנשמה, ובאופן פון ממש, תיכף ומיד ממש.

[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן לכאו"א מהשלוחים שיחיו ומשפחותיהם, ולכל הנוכחים — שטר של דולר, לתת אותו (או חילופו) לצדקה, ובהוספה משלהם].

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-vcecjgcj

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#158 Sefer HaSichos ה'תש"נ, חלק א: one page per sicha · approved

Everything that belongs here