Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ ויצא, י"א כסלו ה'תש"נ
162משיחות ש"פ ויצא, י"א כסלו ה'תש"נ
א. אין אונזער סדרה — ויצא יעקב — הויבט זיך אָן דער עיקר סיפור אין תורה וועגן דעם לעבן פון יעקב אבינוא, און דאָס ווערט נמשך אין די קומענדיקע סדרות (וישלח יעקב, וישב יעקב וכו'ב) ביז סוף ספר בראשית (פ' ויחי), וואו עס רעדט זיך וועגן סוף ימי חייו — „ויחי יעקב בארץ מצרים", ביז וועגן ברכות יעקב לבניו והסתלקות יעקב.
בכללות שטעלן זיך אויס חיי יעקב אין דריי תקופות — בהתאם צו די דריי ערטער וואו ער האָט געלעבט, נוסף אויף דער צייט ווען ער איז געווען אין וועג: א) אין ארץ ישראל, „בית אבי"ג — וואו ער איז געבאָרן געוואָרן, און האָט געלעבט צוזאַמען מיט יצחק ורבקה'ן במשך ס"ג שנה; און דערנאָך — ווי ער האָט זיך דאָרט אומגעקערט (נאָך זייענדיק באַ לבן) און דאָרט געלעבט („וישב יעקב בארץ מגורי אביו") נאָך כו"כ (ל"א) שניםד; ב) אין חרן באַ לבן הארמי במשך עשרים שנהה; ג) אין ארץ מצרים — די לעצטע שבע עשרה שנהו פון זיין לעבן.
חז"ל זאָגןז אַז „כל מה שאירע לאבות סימן לבנים", „מעשה אבות סימן לבנים" [וכמדובר כמ"פח דער פירוש בזה, אַז די מעשה אבות איז ניט אַ סימן בעלמא (אַ דבר צדדי וועלכער איז מברר און ווייזט אָן אויף דעם דבר הנסמן), נאָר ווי אַ סימן וואָס ווירקט אין דער זאַךט, די „מעשה אבות" זיינען גורם און טוען אויף אַז אַזוי זאָל זיין באַ די בנים]. וואָס דערפון איז מובן, אַז די דריי ענינים אין חיי יעקב, זיינען אַ „סימן" (הגורם) אַז אַזוי וועט זיין באַ די בנים — ביי יעדער איד און ביי אַלע אידן.
ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים אַ חידוש וואָס מ'געפינט באַ יעקב לגבי אברהם ויצחק (וואָס פון דעם קומט אויך אַרויס אַן אויפטו אין „מעשה אבות (וועלכע איז) סימן לבנים" פון יעקב לגבי „מעשה אבות" פון אברהם ויצחק, כדלקמן):
חז"ל זאָגןי „אברהם יצא ממנו ישמעאל, יצחק יצא ממנו עשו", משא"כ באַ163יעקב איז געווען „מטתו שלימה, כל בניו צדיקים".
דאַרף מען פאַרשטיין: ווי קען מען זאָגן אויף די אבות אברהם ויצחק — וועלכע זיינען געווען צדיקים גמורים, און „האבות הן הן המרכבה"יא — אַז באַ זיי איז ניט אַלץ געווען בשלימות, וואָרום „יצא ממנו כו'"?!
וי"ל דער ביאור אין דעם, אַז אדרבה: דאָס גופא איז אַ חלק פון שלימות אברהם ויצחק, אַז בשעת באַ זיי איז געווען אַ קינד ווי ישמעאל ועשו, וועלכע זיינען דערנאָך אַרויס לתרבות רעה, איז ישמעאל „יצא" ונפרדיב פון אברהם, און עשו „יצא" ונפרדיב פון יצחק, זיי זיינען אינגאַנצן נדחה געוואָרן, אַזוי אַז ס'איז ניט פאַרבליבן קיין שייכות צווישן אברהם ויצחק מיט אַן ענין פון היפך הטוב, און דעריבער שטערט עס ניט די עבודה (דקדושה) פון אברהם ויצחק.
ובעבודת האדם: אין דער עבודה בקו החסד (ענינו של אברהם), עשה טוב, דאַרף זיין די הגבלה און באַוואָרעניש אַז דער חסד זאָל ניט נמשך ווערן אין אַ מקום אינו ראוי, מ'דאַרף אינגאַנצן דוחה זיין — באופן פון „יצא" ונפרד — יעדער ענין בלתי רצוי (חסד דלעו"ז, ישמעאל) וואָס קען דערפון אַרויסקומען. אַזוי אויך אין דער עבודה בקו הגבורה (פחד יצחקיג), „סור מרע" — דאַרף מען אינגאַנצן דוחה זיין („יצא" ונפרד) אַן ענין פון גבורה דלעו"ז (עשו).
לויט דעם ווערט די שאלה לאידך גיסא בנוגע צו יעקב: וויבאַלד אַז באַ יעקב איז געווען „מטתו שלימה" (כל בניו צדיקים), ער האָט ניט געהאַט קיין שייכות מיט אַ פאַרקערטן ענין (וואָס ער זאָל דאַרפן דוחה זיין), ועאכו"כ אַז יעקב אַליין — כל ימי חייו (במכ"ש פון „מטתו" שמחוץ ממנו) — איז געווען בתכלית השלימותיד — וואָלט דאָך לכאורה מער געפּאַסט אַז עיקר עבודתו של יעקב זאָל זיין נאָר במקום הקדושה, אין ארץ ישראל [במכ"ש פון דעם וואָס יצחק (וואָס „יצא ממנו עשו") איז קיינמאָל ניט אַרויס פון ארץ ישראל, ווייל „אתהטו עולה תמימה ואין חוצה לארץ כדאי לך"טז].
ווי איז שלימות יעקב (אַז ער האָט קיין שייכות ניט געהאַט מיט אַ דבר וואָס „יצא" ונפרד) מתאים דערמיט וואָס יעקב האָט געלעבט אַ ריבוי שנים אין חוץ לארץ, אין חרן (חרון אף של מקוםיז) באַ לבן הארמי, און נאָך נידעריקער — די שבע עשרה שנה אין ארץ מצרים, „ערות הארץ"יח, וואָס מעשיהם של מצרים מקולקלים מכל האומותיט?!
און נאָכמער: עיקר עבודתו של יעקב164(וועגן וועלכע עס ווערט דערציילט אין תורה שבכתב) איז געווען (ניט אין ארץ ישראלכ, נאָר) אין חרן — דוקא דאָרטן האָט ער אויפגעשטעלט ביתו (רובם ככולם פון די שבטים), ובאופן פון „מטתו שלימה", וואָס דאָס איז דער יסוד פון עם ישראל; און אין מצרים — וואָס דוקא דאָרטן זיינען געווען „מבחר שנותיו" פון יעקבכא („ויחיו יעקב בארץ מצרים שבע עשרה — בגימטריא טו"ב — שנה")כב.
ביז אַז דוקא אין מצרים איז געווען דער סיום וסהכל פון עבודת יעקב — בשעת הסתלקות יעקבכג, וואָס דעמולט ווערט נתגלה „כל עמל האדם אשר עמלה נפשו בחייו"כד — במשך כל ימי חיי יעקב, כולל ווען יעקב איז געווען אין ארץ ישראל — און דאָס איז „פועל ישועות בקרב הארץ"כד, און וואו איז געווען דער גילוי נעלה פון כל עבודת יעקב — דוקא אין מצרים, „ערות הארץ", וואו יעקב (ובניו) איז געווען אין גלות באַ פרעה'ן און האָט געדאַרפט צו אים אָנקומען (ביז אַז ער האָט אים געבענטשט דערפאַר). ועד כדי כך איז געווען די ירידה, אַז:א יעקב האָט געדאַרפט משביע זיין יוסף'ן „אל נא תקברני במצרים" („שלא יעשוני מצרים עבודת אלילים")כה,ב די מצריים האָבן זיך פאַרנומען מיט אים (לאחר מותו), ביז „ויחנטו הרופאים את ישראל"כו, ובמשך ארבעים יום („כי כן ימלאו ימי החנוטים"כז), און ערשט נאָך שבעים יוםכז האָט מען אים גענומען און געבראַכט אין ארץ ישראל!!
ג. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים דעם ביאור פאַרוואָס מ'זאָגט אַז באַ יעקב איז געווען „מטתו שלימה" אע"פ וואָס קלקל ראובן בנו (שבלבל יצועי אביו)כח. הגם די גמרא זאָגטכט אַז „כל האומר ראובן חטא אינו אלא טועה", איז דאָס אָבער נאָר בנוגע צו דעם חטא פון „מעשה בלהה"ל, אָבער „חטא בבלבול יצועי אביו"לא, ביז אַז ער איז דערפאַר נענש געוואָרןלב.
ויש לומר דער ביאור אין דעם, ע"פ דברי המדרשלג אַז ראובן איז „בכור לתשובה", „אמר לו הקב"ה (לראובן) מעולם לא חטא אדם לפני ועשה תשובה ואתה פתחת בתשובה", די"ל הפירוש בזה, אַז ראובן האָט פותח געווען דעם דרך צו תשובה אמיתיתלד.
עפ"ז איז מובן, אַז די שלימות פון „מטתו שלימה" של יעקב איז (ניט נאָר באופן אַז „כל בניו צדיקים" — צדיקים מלכתחילה, און מ'האָט קיין שייכות ניט צו אַן ענין הפכי, נאָר זי איז) כולל די שלימות וואָס קומט צו דורך דעם וואָס765ס'איז דאָ אַ נתינת מקום וקס"ד אַז „(האומר) ראובן חטא", און מ'באַוואָרנט אַז „אינו אלא טועה", ואדרבה: דורך דעם קומט צו די שלימות פון עבודת התשובה (וואָס ווישט אינגאַנצן אָפּ דעם חטא)לה, ביז אַז ראובן איז דער וואָס איז פותח דעם דרך אויף תשובה אמיתית פון כל הדורות.
ואדרבה: דורך תשובה (של ראובן) קומט צו נאָך אַ טיפערע און גרעסערע שלימות (אין „מטתו שלימה") ווי די שלימות פון עבודת הצדיקים — כמאחז"לטז במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים עומדים שם, ביז אַז „אין יכולים לעמוד שם"לז (ס'איז גאָר ניט אין זייער יכולת), כמבואר בכ"מלח אַז אַ בעל תשובה האָט אַ טיפערן פאַרבונד און דביקות, און אַ שטאַרקערע אהבה, צו דעם אויבערשטן, ווי אַ צדיק, וואָס דערפון איז אויך מובן, אַז דורך תשובת ראובן — איז געוואָרן נאָך אַ שטאַרקערע שלימות אין „מטתו שלימה" פון יעקב.
עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק די מעלה פון „מטתו שלימה" דיעקב לגבי אברהם ויצחק (וואָס באַ זיי איז געווען „יצא ממנו כו'")לט:
הגם אַז אברהם ויצחק זיינען (אַליין) געווען בשלימות דורך דעם וואָס זיי האָבן דוחה געווען כל ענין של היפך הטוב (באופן של יציאה ופירוד — יצא ממנו ישמעאל, יצא ממנו עשו), באַווייזט דאָס גופא אַז דער היפך הטוב אַליין שטייט (במקומו) בתוקף און ווערט ניט נתברר ונתהפך, וואָרום די קדושה פון אברהם ויצחק האָט ניט דערגרייכט צו ישמעאל ועשו, זיי זאָלן תשובה טאָן (בשלימות) און נהפך ווערן לטוב.
ועד כדי כך, אַז הגם וואָס ישמעאל איז געווען בנו בכורו של אברהם, ביז אַז אברהם האָט געזאָגט דעם אויבערשטן (ווען ער האָט געהערט די בשורה אויף לידת יצחק) „לו ישמעאל יחי' לפניך"מ (און ער האָט דערפאַר געוואָלט מוותר זיין אויף כמה ענינים) — איז בפועל סו"ס געוואָרן „יצא (ונפרד) ממנו ישמעאל", „כי ביצחק יקרא לך זרע"מא; ועד"ז עשו — הגם ער איז געווען בנו בכורו של יצחק, און „ויאהב יצחק את עשו כי ציד בפיו"מב [יצחק האָט געזען ווי עשו איז בשרשו, און צוליב דעם האָט ער אים ליב געהאַט אויך ווי עשו איז למטה], און ער האָט אים געוואָלט בענטשן מיט גאָר גרויסע ברכות — ער האָט געוואָלט דורך דעם מברר זיין אים און מגלה זיין די הויכע ניצוצות וואָס געפינען זיך אין אים („ציד בפיו")מג — איז בפועל געוואָרן „יצא (ונפרד) ממנו עשו".
משא"כ יעקב — „מטתו שלימה", ווייל זיין עבודה האָט געהאַט דעם כח צו אויפטאָן אַז אַלע זיינע בנים זאָלן זיין „צדיקים", כולל אויך דעם כח אויף עבודת התשובה (ווי דאָס איז געווען באַ ראובן בנו) — צו מברר ומהפך זיין רע לקדושה166(ניט נאָר בדרך דחי'), ביז אַז זדונות נעשו לו כזכיותמד.
ביז אויך אויפטאָן דעם בירור פון עשו (וואָס ביחס ליצחק איז געווען „יצא ממנו עשו") — כמבואר אין חסידותמה, אַז דער בירור פון עשו, ווי ער שטייט אַלס עשו במקומו הוא, דאַרף אויפגעטאָן ווערן (ניט דורך ברכות יצחק אַליין, נאָר) דוקא דורך יעקבמה, בחי' מ"ה דתיקון, וועלכער האָט דעם כח צו מברר זיין ב"ן (עשו)מד, ביז מברר ומהפך זיין לעו"ז, און דורך דעם מגלה זיין די גאָר הויכע ניצוצות וואָס זיינען דאָ באַ עשו'ן, ווי נשמת אונקלוס הגר, רבי מאיר וכו'מז, ביז — מגלה זיין די אורות גדולים דתהו אין די כלים גדולים דתיקון, [וי"ל ביז אַז אויך עשו עצמו (ווי ער שטייט למטה) האָט דאָס מרגיש געווען (מצד שרשו למעלה), און דערפאַר האָט ער געבעטן יעקב'ןמח: הלעיטני נא מן האדום האדום הזה. דוקא דורך יעקב ווערט דער בירור פון אדום (עשו)].
ד. כשם ווי „מטתו שלימה" איז כולל סיי די שלימות פון עבודת הצדיקים און סיי די שלימות פון עבודת התשובה (ראובן), אַזוי איז אויך (וי"ל אַז דאָס נעמט זיך פון דעם וואָס אַזוי איז געווען) די שלימות העבודה פון יעקב עצמו:
נוסף אויף דעם וואָס באַ יעקב'ן איז געווען די עבודה אין ארץ ישראל, „ארץ" ע"ש שרצתה לעשות רצון קונהמט, „ישראל" מלשון שרית עם אלקים ואנשים ותוכלנ — וואָס דאָס באַדייט עבודת הצדיקים, די עבודה אין מקום הקדושה — איז ביי אים אויך געווען די עבודה אין חוץ לארץ, חוץ פון „רצתה לעשות רצון קונה", וואָס בכללות באַדייט עס עבודת התשובה.
עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק ווי עבודתו של יעקב אין חוץ לארץ — אין חרן און אין מצרים — איז אַ חלק פון שלימות (ימי) יעקב, ווייל דורך דעם קומט צו די שלימות (באַ יעקב) פון עבודת התשובה: דער בירור והפיכה פון חוץ לארץ (חוץ פון רצתה לעשות רצון קונה), אין חרן, חרון אף של מקום, און אין מצרים מלשון מיצרים וגבולים, ביז „ערות הארץ".
ואדרבה: דוקא דורך דער עבודה אין חוץ לארץ קומט די אמת'ע שלימות (מער נאָך ווי דורך דער עבודה אין ארץ ישראל אַליין) פון תשובה (וואָס במקום שבע"ת עומדין צד"ג אין יכולים לעמוד בו) — און דעריבער איז עיקר עבודתו (בבנין ביתו) געווען אין חרן און „מבחר שנותיו" ביז שלימות עבודתו (בעת הסתלקותו) איז געווען אין מצריםנא — ווייל שלימות אמיתית באַשטייט אין דעם אַז מ'זאָל ניט זיין אָפּגעטראָגן פון דער מלחמה מצד די העלמות והסתרים אין עולם הזה (מלשון העלם והסתר), נאָר אדרבה — מ'זאָל זיך דאָרטן געפינען, און ניט קוקנדיק אויף די אַלע נסיונות אין „חרן" און אין „מצרים", זאָל מען זיך מתגבר זיין און שטיין שטאַרק, ביז אַז מ'איז (ניט נאָר דוחה, נאָר) מברר ומהפך די עניני העולם לטוב ולקדושה — אתהפכא חשוכא לנהורא, דורך67עבודת התשובה. אַזוי אַז מ'איז מבטל די אפשריות אפילו וקס"ד אויף אַ נסיון און אויף היפך הטוב.
ווי דאָס איז געווען באַ יעקב אבינו, אַז זייענדיק אַ צדיק גמור, האָט ער אויך געהאַט די מעלהנב פון תשובהנג [בדוגמא צו לאתבאנד צדיקיא בתיובתא דלע"ל]נה דורך זיין עבודה אין בירור והפיכת צאן לבן בחרן, ביז דער בירור והפיכה פון לבן עצמונו [און דערנאָך מברר געווען עשו'ןנז], או דערנאָך אויך — דער בירור פון מצרים, ביז אַז אויך אין דעם אָרט וואו ס'איז געווען אַ קס"ד אַז „יעשוני מצרים עבודת אלילים", האָט יעקב גע'פועל'ט (אויך לאחרי מותו) אַז מ'זאָל אים פון דאָרט מעלה זיין אין ארץ ישראל.
ה. ע"פ הנ"ל דאַרף מען פאַרשטיין לאידך גיסא: וויבאַלד אַז דורך דער עבודה אין מצרים איז געקומען די שלימות פון עבודת התשובה, פאַרוואָס איז רוב ימי חיי יעקב געווען אין ארץ ישראל (ניט אין חוץ לארץ)? אויך: וואָס איז דער ביאור וואָס באַ יעקב, אין חוץ לארץ עצמה, איז געווען סיי די עבודה אין חרן און סיי די עבודה אין מצרים?
וי"ל דעם ביאור אין דעם: שלימות עבודת יעקב („מטתו שלימה") איז כולל אַלע דרגות ושלימות אין עבודה (כדלקמן ס"ו), וואָס בכללות שטעלן זיי זיך אויס אין דריי — צדיק, בינוני און רשע (וכמ"שנח „בראת צדיקים בראת רשעים") — וכמבואר בארוכה אין ספר התניאיה.
ויש בזה מה שאין בזה:
די מעלה פון אַ צדיק — אדם ישר הולך, באַשטייט אין דעם — וואָס אין בעולמו אלא טוב, ער איז מלכתחילה פאַרבונדן נאָר מיט קדושה, און ס'איז אינגאַנצן ניטאָ קיין אָרט פאַר היפך הטוב (ער איז שונא רע בתכלית השנאה).
די מעלה פון אַ בינוניס — וואָס „היא מדת כל אדם ואחרי' כל אדם ימשוך"סא — באַשטייט אין דעם — וואָס ביי אים איז דאָ אַ שטענדיקע מלחמה צווישן דעם יצר טוב און יצר הרע, און דורך זיין (דעם בינוני'ס) עבודה איז דער יצר טוב מנצח אין דער מלחמה, אַזוי אַז „לא עבר עבירה מימיו ולא יעבור לעולם"מב, ביז אַז זיין מחשבה דיבור ומעשה זיינען נאָך אין טוב, עס איז נאָר וואָס ביי אים קען אַריינפאַלן768אַ הרהור עבירה, אָבער ער איז דאָס גלייך דוחה בשתי ידים ומסיח דעתו מיד שנזכר שהוא הרהור רעסג.
די מעלה וואָס קומט דורך דער ירידה פון אַ רשע (וועלכע האָט עובר געווען אויף אַן עבירה), איז — עבודת התשובה, וואָס איז מהפך זדונות לזכיות, און דורך דעם דערגרייכט ער במקום שאין צדיקים גמורים יכולים לעמוד שם.
ויש לומר, אַז דער כח אויף טאָן אין די דריי אופני עבודה באַקומט מען פון יעקב, וואָס ביי אים זיינען געווען מעין פון די דריי ענינים — זיין עבודה אין ארץ ישראל, אין חרן און אין מצרים:
די עבודה אין ארץ ישראל איז מרמז אויף עבודת הצדיק — אין קדושה, ארץ ע"ש שרצתה לעשות רצון קונה. די עבודה אין חוץ לארץ (חוץ פון רצתה לעשות רצון קונה), אין חרן, חרון אף של מקום (בירור צאן לבן) איז ע"ד עבודת הבינוניסד — וועלכע האָט די נסיונות פון עולם הזה, און איז זיך אויף זיי מתגבר ביז אַז ער טוט אויף דעם בירור המקום כו'. מצרים, „ערות הארץ", ומקולקלין שבאומות — איז בדוגמת עבודת הבעל תשובה, וואָס געפינט זיך אין אַ מקום וואָס איז ניט נאָר „חוץ" פון „רצתה לעשות רצון קונה", נאָר עס קען דאָרט זיין אַ קס"ד אויף נוצן אַ דבר של קדושה אויף היפך אמונה בה' (עבודת אלילים); און אויך דאָס איז ער מברר ומהפך, און מעלה אין קדושה (ארץ ישראל).
ו. מ'דאַרף אָבער האָבן הסברה: ווי קומט עס אַז באַ יעקב — איין מענטש — זאָל זיין אַלע דריי אופני עבודה, וועלכע זיינען לכאורה גאָר באַזונדערע עבודות, מן הקצה אל הקצה?
וי"ל דעם ביאור אין דעם: ע"פ הנ"ל קומט לכאורה אויס, אַז אין שלימות עבודת יעקב זיינען פאַראַן דריי באַזונדערע תקופות ודרגות: די עבודה אין קדושה — אין ארץ ישראל, די עבודה אין בירור העולם — אין חוץ לארץ, ובזה גופא — צוויי דרגות: אין חרן און אין מצרים; פון דעם לשון „מטתו שלימה" איז אָבער פאַרשטאַנדיק, אַז באַ יעקב (אַן איין און איינציקער מענטש) איז געווען איין שלימות, וועלכע באַשטייט און שטעלט זיך אויס אין פרטים (עבודת הצדיק, בינוני און תשובה). ועד"ז די שלימות באַ יעקב אַליין — איז אַן איין און איינציקע שלימות. ולכאורה: ווי קען מען זאָגן, אַז עבודת הצדיקים, עבודת הבינוני און עבודת התשובה איז איין שלימות?
ויש לומר דעם ביאור אין דעם:
די אמת'ע שלימות אין עבודה איז ניט, אַז עס זיינען דאָ באַזונדערע קוים אין זיין עבודה (ווי דאָס איז בתחלת העבודה), נאָר אַן איין און איינציקע שלימות, וועלכע דריקט זיך אויס אין דעם, אַז ער איז כולל אַלע מעלות צוזאַמען, אַזוי אַז ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב (צי ער איז אין ארץ ישראל אָדער אין חוץ לארץ, אין חרן אָדער אין מצרים) שטייט ער בתכלית השלימותסה: אין ארץ ישראל — די שלימות העבודה פון קדושה, און אין חוץ ל־69ארץ — די שלימות העבודה פון בירור התחתון, אין חרן — די שלימות פון עבודת הבינוני, און אין מצרים — די שלימות פון עבודת התשובה.
דאָס הייסט, אַז דאָס וואָס באַ יעקב איז געווען פאַרשידענע תקופות בחייו (במקום עבודתו), מן הקצה אל הקצה (ארץ ישראל, ביז . . מצרים), דריקט אויס זיין אמת'ע שלימות, וועלכע איז העכער פאַר — און דערפאַר איז דאָס כולל — אַלע קוי העבודה, סיי עבודת הצדיק, סיי עבודת הבינוני, סיי עבודת התשובה. און די עבודה פון אַלע דריי שטעלן צוזאַמען איין שלימות (איין „צבור", ר"ת צדיקים בינונים ורשעיםסו).
ווי ס'איז מרומז אויך אין דעם וואָס בשעת יעקב האָט זיך אומגעקערט צוריק פון חוץ לארץ אין ארץ ישראל איז „ויפגעו בו מלאכי אלקים ויאמר יעקב כאשר ראם מחנה אלקים זה ויקרא שם המקום ההוא מחניים", „על שם שתי מחנות של חוצה לארץ שבאו עמו עד כאן ושל ארץ ישראל שבאו לקראתו"סז — דער חיבור פון עבודת הצדיקים (ארץ ישראל) און עבודת הבירורים, כולל עבודת התשובה (חוץ לארץ), אַזוי אַז זיי ווערן איין זאַך מיט איין נאָמען — „מחניים", וועלכע איז כולל אַלע „מחנות" (פון אידן), ע"ד „המאסף לכל המחנות"סח, אַלע דרגות אין עבודת ה'.
ז. ע"פ הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק, אַז כשם ווי אין די „מעשה אבות" פון יעקב איז פאַראַן אַ חידוש לגבי די „מעשה אבות" פון אברהם ויצחק, אַזוי איז דאָס אויך בנוגע צו דעם „סימן לבנים" וואָס קומט דערפוןסט: פון אברהם ויצחק האָט מען אַ „סימן לבנים" בנוגע צו אַ חלק פון דער עבודה פון אַ אידן, בעיקר — אין דער חלק הקדושה, און ווי צו דוחה זיין רע (יצא ממנו);
משא"כ פון שלימות עבודת יעקב (אין ארץ ישראל, חרן און מצרים), האָט מען דעם „סימן" און כח אויף אַלע חלקים און דרגות אין עבודה פון אידן, בכל מעמד ומצב שיהי', ובכל הפרטים פון יעדער איד און אַלע אידן, וועלכע שטאַמען אַלע פון „מטתו שלימה" (בני יעקב), וכמבואר אין אגה"קע אַז נשמת יעקב איז כלולה פון כל נשמות ישראל. און נאָכמער: נוסף לזה וואָס פון יעקב ווערט נמשך דער כח אויף אַלע דרגות אין עבודת ה', באַקומט מען פון אים אויך דעם כח אַז באַ יעדער איד זאָל זיין שלימות העבודה אין אַלע קוים, איין שלימות וועלכע ווערט נמשך און דריקט זיך אויס אין אַלע פרטים ופרטי פרטים:
נוסף אויף דעם וואָס אידן טיילן זיך בכלל אויף די דריי דרגות, צדיק בינוני ובעל תשובה — איז באַ יעדערן בפרט פאַראַן אַלע דריי דרגות, און אין אַלע דרגות באַקומט ער כח פון יעקב צו אויפטאָן דאָס בשלימות:
אָנהויבנדיק ווי דאָס איז בכללות הנשמה: „נשמה שנתת בי טהורה היא"עא —70בדרגת צדיק (טהורה בשרשה בעולם האצילותעב), און דערנאָך איז זי יורד למטה — „אתה בראת אתה יצרת אתה נפחת בי"עא, ביז אין עוה"ז התחתון וואו זי דאַרף אָנקומען צו שמירהעג (צוליב די ענינים אין וועלט) — „ואתה משמרה בקרבי"עא, ובזה גופא — ניט נאָר אין „חרן", חרון אף של מקום, נאָר נאָך נידעריקער — אין תחתון שאין תחתון למטה ממנו, אין די (מצרים מלשון) מיצרים וגבולים פון וועלט, וואו עס דאַרף זיין אַ שמירה אפילו פון ענינים פון עבודה זרה, שזרה לו לגמרי.
עד"ז אויך אין דער עבודה פרטית פון אַ אידן למטה: באַ יעדער איד, אנשים נשים וטף, זיינען דאָ עניני קדושה וואָס ער וויל אַליין האָבן (מצד זיין טבע דקדושה), ביז אַז ער לויפט נאָכדעם נאָך באופן פון „רצתה לעשות רצון קונה" — דרגת הצדיק (ארץ ישראל); עס זיינען דאָ אַנדערע ענינים וואָס אין זיי דאַרף ער האָבן אַ מלחמה נגד זיין יצר, אָבער ער שטאַרקט זיך און איז מנצח (חרן) — דרגת הבינוני, מדת כל אדם; און אַנדערע ענינים וואָס אין זיי איז דער נסיון גאָר שטאַרק (אַן ענין פון עבודה זרה וכיו"ב), ביז אַז ער קען אַמאָל דורכפאַלן ר"ל, אָבער דערנאָך טוט ער תשובה (מצרים).
לדוגמא — ביי אַ קליין קינד: באַ יעדער קינד איז דאָ אַ מצב וואָס ער וויל האָבן גוטע זאַכן; אַמאָל פאַרוועלט זיך אים האָבן אַ דבר המזיק (ווייל אים ווייזט אויס אַז דאָס איז שיין און געשמאַק), און ער דאַרף אָנקומען אַז זיינע עלטערן און מחנכים זאָלן אים אָפּהאַלטן פון דאָס טאָן; אַמאָל קען ער דורכפאַלן ר"ל, און אויך דעולט האָט מען דעם לימוד אַז מ'טאָר זיך ניט ח"ו מייאש זיין פון אים, נאָר מ'דאַרף טאָן כל התלוי צו אים מגדיל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים. ובפרט בנוגע צו כמה קינדער בדורנו זה וועלכע זיינען תינוקות שנשבו בין העכו"ם — דאַרף זיין אַ השתדלות מיוחדת, מתוך מסירת נפש בתוך מסירת נפש, צו זיי מחנך זיין בדרך התורה והמצוות, ווי גערעדט מערערע מאָל.
ובפרטיות יותר יש לומר, אַז בכדי עס זאָל זיין שלימות העבודה דאַרף באַ יעדערן פון די דריי (צדיק, בינוני ובעל תשובה) בדקות זיין מעין פון אַלע דריי דרגות:
אַ בעל תשובה ווערט ניט בכלל מיט איין שפּרונג אַ צדיק גמור און העכער דערפון, נאָר ער גייט מן הקל אל הכבד: לאחרי התשובה שלו, ווערט ער פריער ווי אַ בינוני, וואָס האָט נאָך אַ מלחמה אָבער לויט זיין איצטיקן מצבעד איז „לא עבר עבירה מימיו ולא יעבור לעולם", און דערנאָך ווערט ער ווי אַ צדיק און דערנאָך ווי אַ צדיק גמור, אַז ער „הרג'ט" דעם יצה"ר (בתענית וכיו"ב)עה, און האָט מערניט דעם נסיון, ביז אַז ער איז מהפך דעם יצר הרעעו, און איז אינגאַנצן מבטל די אפשריות וקס"ד אויף אַ חטא. ווי דער רמב"ם פסק'נטעז אַז דורך תשובה איז71„יעיד עליו יודע תעלומות שלא ישוב לזה החטא לעולם"עח.
אַ בינוני האָט ענינים אין וועלכע ער האָט זיך אויסגעאַרבעט אַז באַ זיי זאָל מלכתחילה זיין נאָר אַ רצון לטוב וקדושה (מצד זיין נפש האלקית), און אין דעם דאַרף ער שוין ניט האָבן קיין מלחמהעט, בדוגמא ווי אַ צדיק; און די ענינים וואו ער האָט יע אַ מלחמה — זיינען דאָ אַזוינע ענינים אין וועלכע די מלחמה איז גאָר אַ שטאַרקע, ביז אַז מ'רופט אים אָן „כרשע"פ, און דאָס ווערט נכלל אין „בראת רשעים"פא, „ולא שיהיו רשעים באמת ח"ו אלא שיגיע אליהם כמעשה הרשעים במחשבתם והרהורם לבד והם יהיו נלחמים תמיד להסיח דעתם מהם כו'"פב.
ביי אַ צדיק איז — „אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא"פג, אפילו באַ אַ צדיק גמור — זיינען בדקות פאַראַן די דריי דרגות, מצד די נסיונות המקום וואו ער געפינט זיך. נוסף אויף דעם אַז אויך אַ צדיק גמור דאַרף האָבן דעם ענין התשובה (והרוח תשוב אל האלקיםפד), צדיקיא בתיובתא, וואָס אין דעם איז בפרטיות אויך דאָ ע"ד דרגת הבינוני — אַן עבודה ויגיעה צוצוקומען צו דער דרגא פון „הרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה".
ח. עד"ז אויך אין חיי יום יום פון אַ אידן זיינען פאַראַן דריי דרגות: בשעת ער געפינט זיך אין ביהכנ"ס וביהמ"ד און איז זיך עוסק אין לימוד התורה וקיום המצוות, וואָס דאָרטן איז ער אינגאַנצן אין דברי קדושה; בשעת ער פאַרנעמט זיך מיט דברי רשות — עסק הפרנסה וכיו"ב, וואָס דערביי זיינען פאַראַן פאַרשידענע נסיונות; אין דעם גופא — קענען די נסיונות אַמאָל זיין גאָר שטאַרקע, ביז אַז עס קען זיין אַז צוליב זיין עסק דאַרף ער זיין פאַרבונדן מיט ניט־אידן, וביניהם — עובדי ע"ז (צוליב מנהג אבותיהםפה, אָדער אפילו אדוקים בזהפו), ביז אַז עס קען געמאָלט זיין אַז די געלט וואָס דער איד פאַרדינט פון דעם ניט־אידן, איז אַזוינע געלט וואָס דער ניט־איד טראַכט אַז ער האָט דאָס באַקומען דורך מתפלל זיין צו זיין ע"ז!
ועד"ז בכללות יותר — אין כללות עבודת ישראל במשך הדורות זיינען פאַראַן די דריי דרגות: ווען אידן זיינען געווען אין ארץ ישראל, בזמן שביהמ"ק הי' קיים [ובפרטיות אויך בשעת מ'איז אין חו"ל — דורך דער עבודה פון „מאַך דאָ ארץ ישראל"פז]; די עבודה אין זמן הגלות אין חוץ72לארץ, ובפרט בגלות זה האחרון וואָס רוב אידן געפינען זיך אין חוץ לארץ, ובזה גופא — זיינען אידן דורך ביידע אופני נסיונות: בדוגמת בית לבן אין חרן, און בדוגמת מצרים, „ערות הארץ".
און אין די אַלע דרגות ואופני העבודה באַקומט מען דעם כח פון יעקב אבינו — מעשה אבות סימן לבנים — אַז מ'זאָל זיי אויפטאָן בתכלית השלימות, ביז אין אַן אופן, אַז די אַלע דרגות זיינען ניט באַזונדערע קוי העבודה, נאָר אַלע אַ חלק פון איין עבודה, איין שלימות, אַזוי אַז וואו דער איד געפינט זיך, און אין וועלכן מעמד ומצב, פירט ער זיך בתכלית השלימות אין דער דרגא: שלימות אין זיין עבודה בעניני קדושה, בקיום התומ"צ, שלימות אין זיין מלחמה מיטן יצר, און שלימות אין ביישטיין ביז די שווערסטע נסיונות, ביז צו מברר ומהפך זיין די דברים הכי תחתונים,
כולל אויך — אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס מ'געפינט זיך אין גלות, צווישן שבעים אומות, ובפרט אין גלות זה האחרון — גלות אדום (עשו), און מ'האָט מיט זיי צוטאָן, ביז אַז מ'דאַרף צו זיי אָנקומען, אין עניני מסחר וכיו"ב, כולל כאמור — אַזוינע גויים וואָס האָבן אַ שייכות מיט ע"ז — באַקומט מען דעם כח פון יעקב אבינו [וואָס „ויצא יעקב מבאר שבע וילך" איז מרמז אויף כללות ענין הגלותפח, און די יציאה משם לארץ ישראל איז מרמז אויף דער גאולה], ניט נאָר וואָס מ'ווערט דערפון ניט נתפעל און מ'שטייט ביי אַלע נסיונות, איז מען נאָך משפיע אויף די אומות, אַז זיי זאָלן האָבן אמונה בה', און מקיים זיין די ז' מצוות בני נחפט, און דורך דעם אויפטאָן דער בירור פון אדום און פון אַלע אומות.
ובפרט בדורות הכי האחרונים, ווען ס'איז געוואָרן נאָך לייכטער צו משפיע זיין אויף אוה"ע בנוגע צו זייערע ז' מצוות, און עס ווערט לייכטער צו זיי מברר זיין.
ובפרט לאחרונה ממש — דורך די מהפכות גדולות לטוב וואָס קומען פאַר בכל רחבי תבל, מתוך מנוחה ושלום (ווי גערעדט פריער בארוכהצ), וי"ל פון די טעמים בזה, ווייל לאחרי ריבוי העבודה במשך כל הדורות, איז שוין „עשו" (אדום) ושאר האומות כמעט נתברר געוואָרן, און מ'דאַרף נאָר פאַרענדיקן די פכים קטנים ממש פון דער עשיית דירה בתחתונים.
ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט מעיד געווען שוין פון כו"כ שנים, אַז אַלץ איז מן המוכן, עס דאַרף נאָר זיין „עמדו הכן כולכם"צא, נאָר פאַרענדיקן „צופּוצן די קנעפּלעך"צב, קומט דעמולט גלייך די גאולה.
ט. אין דעם אַלעם קומט צו נאָכמער מצד דעם וואָס די פרשיות בתורה, אָנהויבנדיק פון פ' ויצא, לייענט מען אַלעמאָל בחודש כסלו, דער חודש הגאולה, ובסמיכות צו יו"ד כסלו, דער חג הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן (ובשנה זו — איז יו"ד כסלו געווען ערב שבת, וואָס דער „יאכל בשבת" זו איז פון דעם „טרח בערב שבת"צג):
די גאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן — וועלכע איז געווען אַ גאולה פון גאַנץ73ענין החסידות — באַשטייט בפשטות דערפון, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ער איז פריער געווען אין אַ מאסר ביי אוה"ע, גלות בתוך גלות, האָבן זיי (די גויים) דערנאָך אַליין אַנערקענט אַז מ'דאַרף אים באַפרייען און אים בפועל באַפרייט. וואָס די גאולה — אַזוי ווי די אַנדערע גאולות פון רבותינו נשיאינו, אָנהויבנדיק פון דעם אַלטן רבי'ן, און דערנאָך פון דעם צ"צ ביז פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו בי"בי"ג תמוז — איז נאָכמער מוסיף אין בירור האומות, ביז אַז זיי אַליין אַנערקענען די אמת'קייט פון תורה און פון אלקות. ועד כדי כך, אַז באַ דער גאולה פון דעם צ"צ, איז לא מיבעי וואָס די ממשלה ההיא האָט אים באַפרייט פון דעם מאסר (צוליב זיין עסקנות ציבורית בפרט בקשר מיט חינוך בני ובנות ישראל), נאָר מ'האָט אים אויך געגעבן דעם טיטול „אזרח נכבד לדורותיו"צד, באופן אַז דאָס ווערט נמשך בכל בני משפחתו עד עולם!
ומעשה אבות החסידות סימן לבנים — דערפון באַקומט יעדער איד דעם כח אַז ביי אים זאָל זיין אַ „גאולה" אין אַלע זיינע ענינים, וועלכע שטעלן זיך בכללות אויס אין די דריי ענינים הנ"ל: אַ גאולה אין זיין עבודה דקדושה בלימוד התורה וקיום המצוות — ער זאָל אויסגעלייזט ווערן פון אַלע הגבלות אין דעם, און מוסיף זיין בזה באופן פון ילכו מחיל אל חיל, ביז באופן שלא בערך, אַזוי אַז בערך צו דעם ווערט זיין פריערדיקע עבודה פאַררעכנט ווי אַ „מאסר" (הגבלה). עאכו"כ אַ גאולה אין עבודת המלחמה שלו בעוה"ז; און אַ גאולה פון די שווערערע נסיונות פון „מצרים".
דעריבער איז כדאי פאַרבינדן דעם חג הגאולה פון יו"ד כסלו, מיט אַ הוספה — ביז שלא בערך — אין לימוד התורה וקיום המצוות, ובפרט דורך — מאַכן בכל מקום אַ התוועדות, וואו מ'נעמט אָן החלטות טובות אין אַלע עניני העבודה, כולל ובמיוחד — די ענינים פון דעם בעל הגאולה — הפצת התורה והיהדות, והפצת המעינות חוצה.
און — אַז מ'זאָל דאָס ממשיך זיין אויך אין די קומענדיקע טעג פון חודש כסלו (וואָס פון דעם שבת מתברכין כולהו יומין פון שבוע הבאצה), ובפרט בי"ד ובט"ו כסלו — קיימא סיהרא באשלמותאצו פון כל עניני כסלו. ובמיוחד — אין די הכנות מתאימות צו פּראַווען דעם חג הגאולה פון דעם אַלטן רבי'ן בי"ט כסלו, און דערנאָך — בימי החנוכה.
און וויבאַלד אַז אַלע גאולות זיינען פאַרבונדן זב"זצז, זאָלן די החלטות טובות בכל ענינים אלה — גלייך ברענגען די גאולה העיקרית — גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש,
און דעמולט באַקומט מען דעם ענטפער פון „עשו" אויף דעם „וישלח יעקב מלאכים אל עשו אחיו"צח, וואָס בשעתו האָט יעקב געטראַכט אַז עשו איז שוין נתברר געוואָרן (און אַזוי איז טאַקע געווען מצד דרגת יעקב)צט — וואָרום לאחרי ריבוי העבודה במשך כל הדורות זינט
774„והיתה לה' המלוכה"ק, „אז אהפוך אל
אוה"ע אַז זיי זאָלן מקיים ז מצוות, זיינען די אוה"ע בסיו שוין נתברר געוואָרן — אַ באַקומט מען דעם ענטפער אויך ער, מצד דרגתו הוא, צו דער גאולה,
עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה'
לעבדו שכם אחד"קא. אמן, כן יהי רצון.
100) עובדי' א, כא. הובא בפרש"י וישלח לג, ם דער יעוד
0
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תש"נ, חלק א
- Id
- rh-6esehv83