עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ בהעלותך, כ"א סיון ה'תשמ"ט

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

522משיחות ש"פ בהעלותך, כ"א סיון ה'תשמ"ט

א. נאָך דעם וואָס די תורה איז מסיים וועגן די מאורעות וועלכע האָבן פּאַסירט בראש חודש ניסן (בשנה השנית), יום הקמת המשכן — אין סוף פ' פקודי, און די פרשיות פון ספר ויקרא, און דערנאָך בתחלת ספר במדברא, בפ' נשא, ובהמשך לזהב — בהתחלת פרשתנו, פ' בהעלותך את הנרותג [און דערנאָך — וועגן עבודת הלוייםד, און פ' פסח שניה] — הויבט אָן די תורה רעדןו וועגן דעם סדר המסעות פון אידן אין מדבר און די מאורעות וואָס זיינען דאַן פאַרגעקומען [ובלשון הרמב"ןז: „עתה יחזור לספר בעניני הנסיעה כו'", בהמשך צו דעם וואָס עס שטייט בסוף פ' פקודי „ויכס הענן את אוהל מועד וגו'"].

און דער המשך (פון הקמת המשכן בר"ח ניסן און סדר המסעות) איז פאַרשטאַנדיק בפשטות — ווי ס'איז מפורש אין פסוקו: „וביום הקים את המשכן כסה הענן את המשכן וגו', ולפי העלות הענן מעל האוהל ואחרי כן יסעו בני ישראל, ובמקום אשר ישכן שם הענן שם יחנו גו', על פי ה' יסעו גו' ועל פי ה' יחנו וגו'".

וויבאַלד אָבער אַז אין תורה איז יעדער זאַך בתכלית הדיוק, איז פאַרשטאַנדיק, אַז היות אַז די התחלה פון סדר המסעות („על פי ה'") שטייט אין פ' בהעלותך, האָט עס אַ שייכות (אויך אין אינהאַלט) מיט דעם תוכן פון התחלת הפרשהח (און דער שם הפרשה, וועלכער דייט אָן אויף תוכן כל הפרשה) — „בהעלותך את הנרות".

ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דעם ענין פון „בהעלותך את הנרות", וועלכער גיט אַרויס דעם תוכן523פון כללות עבודת האדם לשמש את קונו,

ווי פאַרשטאַנדיק אויך פון דעם וואָס די תורה טיילט דאָ אויס במיוחד פרשת המנורה פון די אַנדערע עבודות אין משכן — ווייל הדלקת המנורה איז אַ חלק עיקרי וכללי אין דער עבודה במשכן, וועלכער באַדייט כללות העבודה פון אַ אידן, „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכםט — בתוך כל אחד ואחד מישראל"י [ביז ווי רש"י איז מפרש עה"פ, אַז „שלך גדולה משלהם" — ד.ה. אַז די הדלקת המנורה („שלך") איז „גדולה" פון דער עבודה פון חנוכת המזבח ע"י קרבנות הנשיאים, וועלכער איז אויך אַן ענין עיקרי וכללי אין דעם משכןיא].

ועד כדי כך איז „בהעלותך את הנרות" אַן ענין עיקרי וכללי, אַז די עבודה בזה איז קיים באופן נצחי אויך בגשמיות בכל זמן ובכל מקום — ווי דער רמב"ן איז מבאריב, אַז „קרבנות כל זמן שביהמ"ק קיים הן נוהגין, אבל הנרות אינן בטלין לעולם", אפילו לאחרי חורבן ביהמ"ק, ווי מ'זעט פון „נרות של חנוכה כו' שהיא נוהגת אף לאחר חורבן בגלותינו".

דאָס הייסט, אַז אע"פ וואָס אַלע עניני התורה זיינען נצחיים און גיבן אַרויס הוראות נצחיות לכל הדורות כולם — איז דאָס בגלוי אין דער עבודה פון הדלקת הנרות, וועלכע איז קיימת בגשמיות בכל זמן — אויך בזמן הגלות, ובכל מקום — אויך חוץ פון ביהמ"קיג און אין חוץ לארץ [כפשטות הענין פון נרות חנוכה, וואָס מקומן איז „על פתח ביתו מבחוץ"יד], און דורך יעדן אידן (ניט נאָר אַ כהן) וועלכער צינדט אָן די נרות (חנוכה).

דערפון איז מובן, אַז דער ענין פון „בהעלותך את הנרות" איז אַן עבודה הכי עיקרית וכללית בכל זמן ובכל מקום ובכל מעמד ומצב.

ג. והביאור בזה:

„בהעלותך את הנרות" איז די תכלית וכוונה אין דער עבודה פון יעדן אידן אין „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם": יעדערטו איד האָט אַ נשמה וועלכע איז א ג־טלעכע ליכט, „נר ה' נשמת אדם"טז דאַרף אַ איד איר אָנצינדן מיט דער ליכט פון „נר מצוה ותורה אור"יז, און דורך דעם זאָל זי אויפלייכטן מיט איר אמת'ע ליכטיקייט, וועלכע באַלייכט זיך, זיין גאַנצע מציאות (זיין גוף און אַלע כחות הנפש) און חלקו בעולם — זיינע דברי רשות, כל מעשיך יהיו לשם שמים ובכל דרכיך דעהויח, און באַלייכט אויך די מענטשן אַרוב, ביז — באַלייכטן עולמו של הקב"ה (וואָס איז מצ"ע524מלשון העלם והסתר) — ממנה אורה יוצאה לכל העולם כולויט — מיט „נר מצוה ותורה אור", און אַזאַ ליכטיקייט וועלכע פאַרבינדט — מצוה מלשון צוותא וחיבורכ כביכול — די גשמיות'דיקע וועלט מיט דעם אויבערשטן, אַזוי אַז די גאַנצע וועלט ווערט — בלשון הידוע — אַ דירה לו יתברך בתחתוניםכא.

און דער כח לזה — איז דורך אהרן כהן גדול, וועלכער איז מדליק די מנורה, ועד"ז די דרגא פון אהרן כהן גדול אין יעדן אידן — „ממלכת כהנים"כב — צו אָנצינדן דעם „נר ה'" זי זאָל לייכטן מיט „נר מצוה ותורה אור".

סיי בנוגע צו דעם אייגענעם „נר ה'", אַליין צו זיין אַ שיינענדיקע ליכט, און סיי בנוגע צו דעם „נר ה'" אין אַנדערע אידן — צו אָנצינדן (אָדער צוגעבן ליכטיקייט צו) יעדער „נר ה' נשמת אדם" מיט וועלכע מ'קומט אין באַרירונג, ביז צו אַלע אידן, וועלכע טיילן זיך אין שבעה סוגים (בעבודת ה') כנגד די שבעה קני המנורה (יש עובד מאהבה משוך כמים, ויש מאהבה כרשפי אש וכו')כג — עס זאָל זיין „אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות", יעדער איד זאָל לייכטן מיט זיין ספּעציעלע ליכטיקייט, און אויך ווי פון אַלעמען צוזאַמען ווערט איין „מנורת זהב כולה"כד.

ד. וכשם ווי דער כללות הענין פון „בהעלותך את הנרות" גיט אַרויס די כללות'דיקע תכלית פון עבודת האדם לשמש את קונו, אַזוי גיבן זיך אַרויס אין די פרטים פון דעם ציווי נקודות עיקריות אין דער עבודה:

סיי בנוגע צו דעם „מדליק הנר" — „דבר אל אהרן ואמרת אליו בהעלותך גו'", אַז ער דאַרף זיין בדוגמא צו אהרן הכהן, איש החסד — ער זאָל טאָן די עבודה בדרכי נועם ובדרכי שלום, ובלשון המשנהכה — „הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה"*: מ'דאַרף יעדן אידן ליב האָבן, אפילו אַזאַ וואָס זיין איינציקע מעלה איז וואָס ער איז „בריות בעלמא"כו (אַ באַשעפעניש פון דעם אויבערשטן), און אים מקרב זיין צו תורה — ער זאָל לייכטן מיט „נר מצוה ותורה אור" [נוסף צו דעם, אַז ביי אים זאָל לייכטן און זיך אַנזען בגלוי ווי ער איז אַ „ברי'" של הקב"ה, דער „אומן שעשאני"כז].

סיי בנוגע צו די „נרות" — אַז יעדער איד איז איינער פון די „שבעת הנרות", ווייל ער האָט זיין „נר ה' נשמת אדם", ובמילא איז פאַרשטאַנדיק אַז וויבאַלד מ'זאָגט אים אָן „בהעלותך את הנרות" (לשון רבים) — האָט ער בכח צו „אָנצינדן" דעם „נר ה'" אין יעדן אידן, כידוע אַז יעדער מענטש האָט דעם כח צו משפיע זיין אויף אַנדערע, ביז אויף אַלע מענטשן, ועאכו"כ מצד בחי' אהרן שבו, וועלכע גיט אים דעם כח אַז די השפעה זאָל זיין אין אַן אופן פון „בהעלותך את הנרות",

525[אפילו ווען ער מיינט אַז ער קען נאָר ווירקן אויף אַ קליינע צאָל מענטשן, איז (נוסף צו דעם וואָס אַ בשר ודם קען מאַכן אַ טעות אין זיין אייגענעם חשבון, איז אפילו אויב זיין חשבון איז ריכטיק) — דורך דעם עצם ענין וואָס ער פאַרנעמט זיך מיט השפעה און חינוך וכיו"ב, גיט דאָס ביי אים צו ידיעות און נסיון צו קענען דערנאָך זיין מסוגל צו משפיע זיין אויף נאָך מענטשן];

אַזוי אויך לאידך גיסא: אין יעדער מענטש קען אַלעמאָל צוקומען אין ליכטיקייט פון דעם „נר ה'", סיי אין אַ גדול שבגדולים, און סיי אין אַ קטן שבקטנים [ווי מ'זעט דעם סדר אין חינוך, אפילו אין סדר העולם, אַז מ'הויבט אַן ערציען אַ קינד גלייך ווי ער ווערט געבאָרן, נאָך איידער ער האָט עפּעס אַ פאַרשטאַנד — באַווייזט מען אים תנועות בידים וכיו"ב, און מ'לערנט אים ער זאָל דאָס נאָכמאַכן וכו'].

ועוד ועיקר — די תורה דייט אויך אָן דעם אופן ההדלקה, ווי רש"י איז מפרש אַז דער „בהעלותך" דאַרף זיין אין אַן אופן „שצריך להדליק עד שתהא שלהבת עולה מאלי'":

שלימות ואמיתית העבודה איז בשעת דער „נר" ווערט אָנגעצונדן אין אַזאַ אופן אַז דאָס לייכט דערנאָך פון זיך אַליין, דער פלאָם פייער גייט אויף „מאלי'", ד.ה. אַז די עבודה פון דעם נברא זאָל זיין בכח עצמוכח — און דערנאָך ניט דאַרפן אָנקומען צו אַ „צווייטן" וואָס זאָל אים אָנצינדן.

סיי בנוגע צו די אייגענע עבודה: דאָס וואָס די נשמה פון אַ איד ווערט אָנגעצונדן מיט „נר מצוה ותורה אור", דאַרף זיין אין אַן אופן — אַז דאָס בלייבט ניט ווי אַ צוגעגעבענע זאַך אויף זיין גוף הגשמי און זיינע כחות, נאָר דאָס נעמט דורך זיין גאַנצע מציאות, אַזוי אַז דאָס ווערט אַ טייל פון זיין טבע און רגילות, אַז ער פון זיך אַליין — „מאלי'" — ווערט אַ לומד תורה ומקיים מצוות, ע"ד „מנפשי' כרע"כט.

און סיי בנוגע צו דער עבודה מיט אַנדערע: די אמת'ע און שלימות'דיקע השפעה אויף אַ צווייטן צו אָנצינדן זיין „נר ה'" זי זאָל לייכטן מיט „נר מצוה ותורה אור" איז דוקא ווען יענער ווערט אַ „שלהבת עולה מאלי'" — אַז אויך ווען דער משפיע („מדליק") גייט פון אים אַוועק, בלייבט ער (זיין מציאות, כולל הגוף) לייכטן פון זיך אַליין.

מ'קען דאָך מיינען, אַז ס'איז גענוג וואָס מ'האָט יענעם אַרויסגענומען פון די דרגא פון „בריות בעלמא" און אים מקרב געווען לתורה. לערנט אים די פרשה, אַז דערמיט האָט ער ניט יוצא געווען ידי חובתו פון „בהעלותך את הנרות"; ווען איז ער דאָס מקיים בשלימותו — דוקא בשעת ער טרעט ניט אָפּ פון דעם מושפע ביז ער זעט אַז ער האָט גענוג ידיעות אין אידישקייט און אין תומ"צ אַז דער פלאָם פייער פון „נר מצוה ותורה אור" איז „עולה מאלי'", אַזוי אַז אפילו ווען ער געפינט זיך במקום רחוק ממנו, בקצוי תבל, שיינט ער פון זיך אַליין מיט „נר מצוה ותורה אור".

526ווי מ'זעט עס אין דעם סדר החינוךל, און ניט נאָר באַ אידן נאָר אויך באַ ניטאידןלא — אַז די כוונה און שלימות החינוך פון אַ קינד איז, צו אים מדריך זיין במדות והנהגות ישרות אַז דאָס זאָל ווערן זיין הנהגה רגילה וטבע (ביז אַז גםלב כי יזקין לא יסור ממנה)לג, אין אַן אופן אַז ער זאָל קענען שטיין אויף די „אייגענע פיס", „עולה מאלי'", און ניט דאַרפן אָנקומען צו זיינע עלטערן און מחנכים, נאָר קענען אַליין אויפטאָן מיט די אייגענע כחות, שאַפן אַן אייגענע פרנסה, אויפשטעלן אַן אייגענע שטוב און משפחה וכו'.

אַזוי, אַז דער מחונך ווערט אַ „נר להאיר", וואָס האָט דעם כח צו אָנצינדן נאָך נרות, ונר מנר, אין אַן אומאויפהערלעכן המשך.

ולהוסיף בדיוק הלשון „עולה מאלי'" („בהעלותך — על שם שהלהב עולה כתוב בהדלקתן לשון עלי' כו'") — דאע"פ וואָס בפשטות איז דאָס דערפאַר וואָס טבע האש איז צו עולה זיין למעלה, איז דאָך אָבער יעדער זאַך אין תורה בדיוק, דאַרף מען זאָגן אַז אין דעם איז אויך דאָ אַ לימוד:

אפילו לאחרי ווי ער לייכט מיט „נר מצוה ותורה אור" אין אַן אופן פון „מאלי'" (פון זיך אַליין), זאָל ער ניט בלייבן שטיין אויף דער מדריגה, נאָר ער דאַרף שטענדיק עולה זיין העכער און העכער, ילכו מחיל אל חיללד. און527דאָס גופא (דער „עולה") דאַרף אויך זיין „מאלי'" — פון זיך אַליין, מצד זיין טבע ורגילות (און ניט נאָר מצד דער השפעה פון דעם מדליק).

[ולהוסיף, לויט דעם צווייטן פירוש אין פרש"י („מעלה היתה לפני המנורה שעלי' הכהן עומד ומטיב"), אַז דורך דער עבודה פון „בהעלותך את הנרות" (ביז באופן „שתהא שלהבת עולה מאלי'"), ווערט אַן עלי' („בהעלותך") אויך אין דעם משפיעלה והוא המתחיל — עולה במעלה].

ה. די עבודה כללית פון „בהעלותך את הנרות" — כללות עבודת האדם — טיילט זיך אין צוויי חלקים: א) די עבודה פון הדלקת „נר ה' נשמת אדם" דורך „נר מצוה ותורה אור" — די עבודה אין עניני קדושה, לימוד התורה וקיום המצוות, ובכללות — איז דאָס די עבודה בתוך המשכן והמקדש שבכל אחד ואחד. ב) די עבודה פון באַלייכטן די וועלט — ממנה יוצאה אורה (להאיר) לכל העולם כולו, חוץ פון דעם משכן ומקדש פרטי, ובכללות — די עבודה בבירור הגוף ונה"ב, און בירור העולם, דברי רשות — כל מעשיך (דיינע מעשים) יהיו לשם שמים און בכל דרכיך (דיינע דרכים) דעהו.

און דער סדר העבודה איז פריער „קשוט עצמך"לו — מדליק זיין דעם „נר ה'" פון אַ אידן דורך „נר מצוה ותורה אור", וואָס דאָס איז דער עיקר עבודה פון לעשות לו ית' דירה בתחתונים, כמבואר בכ"מלז אַז דאָס איז בעיקר (ולכל לראש) — די דירה (משכן ומקדש) אין אַ איד וואָס געפינט זיך בעוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו; דערנאָך, און דורך דעם, קומט די עבודה פון לעשות לו ית' דירה בתחתונים, אין וועלט.

ויש לומר, אַז דאָס איז דער סדר והמשך פון די צוויי ענינים בפרשתנו — „בהעלותך את הנרות" אין דעם משכן, און דערנאָך בהמשך לזה — דער סדר המסעות אין מדברלח, ווען „העלות הענן מעל האוהל", וואָס דעמולט „יסעו" (און מ'האָט „איינגעפּאַקט" און געטראָגן דעם משכן און די כלי המשכן):

פריער קומט די עבודה פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" דורך „נר מצוה ותורה אור" — „בהעלותך את הנרות" (מיט די אַלע פרטים הנ"ל).

דערנאָך ובהמשך לזה קומט די עבודה, אַז אויך בשעת „העלות הענן מעל האוהל", און אידן גייען אין וועג, „דרכיך" (וואָס איז מצ"ע ניט קיין עבודה בקדושה, רק און נאָר ווי אַן אמצעי בכדי אָנקומען אין ארץ ישראל), אין דעם528מדבר סיני — זאָל אויך דאָרטן זיין אורה יוצאה לכל העולם, אַז מ'זאָל זען אַז אויך די נסיעות בדרך זיינען „על פי ה'" — „על פי ה' יסעו על פי ה' יחנו", ביז זיי האָבן דאָס געזען בעיני בשר אין דעם ענן ה' וואָס האָט זיי געפירט.

ויש לומר נאָכמער: וויבאַלד אַז די תכלית העבודה פון „בהעלותך את הנרות" איז „שתהא שלהבת עולה מאלי'", אַז דאָס זאָל דורכנעמען מציאות האדם — איז פאַרשטאַנדיק אַז די שלימות בזה און די אמת'ע בחינה לזה (אַז דאָס איז ניט קיין דבר נוסף עליו, נאָר „מאלי'") איז בשעת דאָס נעמט דורך אויך דעם חלק הרשות פון דעם אדם (ניט נאָר ווען ער טוט די עבודה פון „נר מצוה ותורה אור" אין משכן, ביהכנ"ס וביהמ"ד) — אַז אויך דאָס איז „על פי ה'", ד.ה. אַז אויך אין „דרכיך" (דרכי הרשות) פון דעם מענטשן, גייט ער פון זיך אַליין, „מאלי'" (ניט וואו און ווי ביי אים קומט אויס, נאָר) — „על פי ה'", וואו דער אויבערשטער פירט אים, אַזוי אַז עס הערט זיך ביי אים אָן (ניט אַז ער איז דער גייער, נאָר) אַז „ויהי בנסוע הארון"לט (לאחרי דעם ענן ה'), אַז דער „ארון ברית ה'" גייטמ, און ער גייט נאָך.

און אין דעם גופא איז דאָס אין אָן אופן פון „עולה מאלי'" — כפשטות ענין הנסיעות, אַז ער בלייבט ניט שטיין אויף אַן אָרט, נאָר ער האַלט אין גיין ווייטער (העכער), ביז אַז אויך „מקום חנייתן אף הוא קרוי מסע, לפי שממקום החני' חזרו ונסעו לכך נקראו כולן מסעות"מא, אַזוי אַז די עלי' ווערט „מאלי'" (אַ חלק פון זיין טבע). ויש לומר הטעם, ווייל דער „מאלי'" (דער טבע) פון דעם מענטשן איז אינגאַנצן „על פי ה'", דעריבער איז ער זיך ניט מסתפק ווי ביי אים קומט אויס ע"פ טבע שלו, נאָר זיין „מאלי'" איז אין אַן אופן פון „עולה" — נאָכגייענדיק דעם אויבערשטן, „על פי ה'"מב.

ו. אַזוי איז אויך אין עבודת האדם בזמן הזה:

דער לעבן פון אַ אידן טיילט זיך אויף צוויי חלקים: א) די צייט ווען ער טוט די עבודה פון „נר מצוה ותורה אור", אין אָנצינדן דעם „נר ה'" אין זיך און אין אַנדערע אידן, ובאופן פון „שלהבת עולה מאלי'", מיט די אַלע פרטים שבזה.

ב) די מסעות שלו ממקום למקום במשך ימי חייו — כידוע אַז יעדער איד גייט דורך די מ"ב מסעות במשך זיין לעבןמג — ניט דוקא דורך אַ שליחות של תומ"צ, נאָר אויך בעניני הרשות שלו, צוליב פרנסה וכיו"ב, אָדער טלטולי האדם מצד שינוי מצב המדינה, מלחמות וכיו"ב [ווי מ'זעט עס בדורנו זה במיוחד — די פאַרשידענע נסיעות ממדינה למדינה וועלכע אַ ריבוי גדול פון אידן זיינען דורך].

וכשם ווי אין די מ"ב מסעות אין מדבר זיינען געווען שינויים אין משך529זמן החני', „ימים רבים" [ביז אַז אין איין אָרט איז מען געווען ח"י (אַכצן) יאָרמד], אָדער „ימים מספר", „מערב ועד בוקר גו' או יומם ולילה, או ימים או חודש, או ימים (שנה)"מה — אַזוי איז דאָס אויך אין די מסעות (אָדער — פעולות) פון אַ אידן במשך ימי חייו, אַז זיי האָבן געדויערט פאַרשידענע תקופות, אַזוינע ערטער אָדער פעולות וועלכע האָבן געדויערט כו"כ שנים, אַנדערע וועלכע זיינען נאָר אַ טאָג, צוויי טעג, וכיו"ב.

דאַרף אַ איד וויסן — אַז נוסף צו דעם וואָס ביי אים דאַרף זיין „בהעלותך את הנרות" אין „נר מצוה ותורה אור" (אין זיין משכן ומקדש פרטי), דאַרף ער זיך אויך מתבונן זיין אין די נסיעות און מאורעות בעניני רשות וועלכע ער גייט דורך אין זיין לעבן (וואָס זיינען לכאורה חוץ פון דעם משכן ומקדש שלו) — אין „דרכיך" און „מעשיך" — אַז אויך דאָס איז „על פי ה' יסעו ועל פי ה' יחנו"מו,

ווי עס שטייטמז „מה' מצעדי גבר כוננו ודרכו יחפץ" — „אַ איד דאַרף וויסן אַז ער גייט פון איין אָרט צו דעם אַנדערן, איז ניט ער גייט אַליין נאָר מ'פירט אים מלמעלה, און די כוונה איז לשכן שמו שם, אויף מפרסם זיין אלקות אין דעם אָרט וואו ער איז"מח,

ובפרטיות יותר — כתורת כ"ק מו"ח אדמו"ר עה"פ („מה' מצעדי גבר כוננו ודרכו יחפץ")מט: „לכל אחד מישראל יש לו תעודה רוחנית בחיים, והוא להתעסק בעבודת הבנין לעשות דירה לו ית', וכל אחד באשר הוא ובכל מקום שהוא צריך להתענין בכל מאמצי כוחו . . למצוא איזה פרנסה רוחנית כמו שהוא מחפש אחר פרנסה גשמית. והוא לפי שדרכו — של הקב"ה — יחפץ, כדכתיב באברהםנ כי ידעתיו גו' ושמרו דרך ה', כי יש שני דרכים: דרך הטבע ושלמעלה מן הטבע, העולם בראו הקב"ה להיות נראה כמו שהוא בדרך הטבע — בעיני בשר — והוא דרך אלקים. תורה ומצות הם דרך הוי' והוא המשכה שלמעלה מן הטבע בטבע, אשר בגלל זאת הנה הקב"ה משפיע לישראל למעלה מן הטבע בטבע".

ד.ה. אַז פּונקט ווי אין מדבר זיינען די מסעות געווען „ע"פ ה'", אַזוי איז אויך אין די מסעות פון אַ אידן במשך כל הדורות, כולל אויך אין זמן הגלות, ביז בדורנו זה, דרא דעקבתא דמשיחא — אַז אין אַלע זיינע מסעות גייט ער ניט אַליין, נאָר דער אויבערשטער פירט אים!

ז. ולהוסיף אין דעם דיוק „ודרכו יחפץ" נוסף צו דעם פירוש הנ"ל אַז „דרכו" גייט אויף דרכו של הקב"ה (דרך ה'), וואָס אין דעם דאַרף זיין דער חפץ530האדם, איז דאָ דער פירוש אין מפרשיםנא אַז דאָס גייט אויף דרכו של האדם (בעניני רשות), אַז „ה' חפץ דרכו ומצליחו כו"נב.

ויש לומר אַז אין „דרכו יחפץ" זיינען פאַראַן ביידע ענינים, און נאָכמער — דער חיבור ביניהם — אַז דרכו של האדם (דרך אלקים) בעניני רשות שלו ווערט איין זאַך מיט דרך הוי' (שלמעלה מטבע), דורך דעם וואָס אַ מענטש קומט צו דער הכרה און געפיל אַז אויך זיין דרך („דרכיך") איז באמת דרך ה' — „על פי ה' יסעו", ביז אַז „דרכו יחפץ" (הוי'), אין דעם איז זיין חפץ ותענוג (נוסף צו זיין רצון).

און אַזוי אויך לאידך גיסא, אַז דער „דרך הוי'" ווערט דער דרך האדם, ביז אַז „ה' חפץ דרכו ומצליחו כו'", „הקב"ה משפיע לישראל למעלה מן הטבע בטבע" — דער חיבור ויחוד פון דעם תענוג (חפץ) בורא און תענוג (חפץ) נבראנג.

און דורך דעם וואָס אויך דער דרך האדם (דרך אלקים) ווערט „דרך הוי'" („על פי הוי' יסעו") ווערט די שלימות אין „בהעלותך את הנרות כו' שתהא שלהבת עולה מאלי'": כל זמן וואָס ביי אַ איד זיינען פאַראַן צוויי באַזונדערע דרכים אין זיין לעבן, דער „דרך הוי'" בשעת ער איז מקיים תומ"צ, און דער „דרך אלקים" (דרך הטבע) בדברי הרשות שלו, „דרכיך", ווייסט מען נאָך ניט צי דער „נר ה' נשמת אדם" לייכט אין אַן אופן פון „עולה מאלי'" (מצד דעם גוף ודברי רשות של האדם); בשעת אָבער דער מענטש פילט ווי אויך זיין דרך בעניני רשות איז „על פי ה'", און צוזאַמען דערמיט איז דאָס זיין דרך הטבע, דעמולט איז דאָס דער אמת'ער ענין פון „מאלי'" [און אויך פון „עולה מאלי'", אַז ער איז עולה העכער און העכער, למעלה מטבע שלו, און דאָס גופא ווערט זיין טבע, כנ"ל ס"ה].

ולהוסיף, אַז בדור המדבר האָבן אידן געזען בגלוי ווי זייערע מסעות זיינען „על פי ה'", דעם ענן ה' וואָס האָט זיי געפירט, במילא איז דאָס ניט געווען (כ"כ) שלימות ענין פון „מאלי'"; משא"כ איצטער, אין זמן הגלות, איז הגם אַז „מה' מצעדי גבר כוננו ודרכו יחפץ" — דאַרף מען אָנקומען צו דער עבודה פון אַ אידן, אַז ער פון זיך אַליין („מאלי'") זאָל דערהערן ווי דער אויבערשטער פירט אים, „על פי ה' יסעו", ביז אַז ער זאָל דאָס דערזען בגלוי (אין די ענינים פון השגחה פרטית פון דרכי ה', ביז באופן שלמעלה מדרך הטבע), אַזוי ווי אידן האָבן געזען אין מדבר דעם ענן ה'.

ביז אַז ער דערזעט די תוצאות פון דעם ענן ה', ווי דאָס גלייכט אויס די וועג, מאַכט פאַר אים לייכטער די הליכה, און איז מבטל ענינים המבלבלים („הורג נחשים ועקרבים"נד), און ווי עס שטייט דערנאָך באַ „ויהי בנסוע הארון"לט — „קומה ה' ויפוצו אויביך וינוסו משנאיך מפניך", ובכללות — די יעודים גשמיים וואָס זיינען ע"ד תנאי צו עבודת ה' כדבעי, מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוףנה.

531ח. ובפשטות: בשעת אַ מענטש גייט אַרויס אין וועג, אין אַ נסיעה — דאַרף ביי אים זיין אַ חיבור פון צוויי ענינים הפכים: וויבאַלד אַז אין סומכין על הנסנו — דאַרף ער זיך צוגרייטן מיט אַלע פּאַסיקע הכנות בדרך הטבע אַז די נסיעה זאָל זיין כשורה ובהצלחה [ניט נאָר די הכנות בנוגע צו זיין עבודת ה' בעת הנסיעה — תפלה, שיעורי תורה וצדקהנז, נאָר אויך די הכנות גשמיות צו דער נסיעה], ד.ה. אַז דאָס איז „דרכו" (של אדם), נאָר אין דעם דרך — האָט ער ברכת ה' להצליח בדרכו (דרכו יחפץ);

צוזאַמען דערמיט פאָדערט זיך פון אים, אַז זייענדיק אַ בר שכל און מאַכנדיק די אַלע הכנות בדרך הטבע צו זיין נסיעה — זאָל ער דערהערן אַז דאָס איז „על פי ה'", ניט ער גייט אַליין בכח עצמו אין זיין אייגענעם דרך, נאָר דער אויבערשטער פירט אים באופן פון „דרך הוי'".

און ביי אים איז דאָס קיין סתירה ניט, ווייל דער אויבערשטער גופא וויל אַז אין דעם דרך ונסיעה (בעניני רשות) זאָל דער „דרך הוי'" (שלמעלה מדרך הטבע) זיך מתלבש זיין אין דעם דרך הטבע פון דעם מענטשן („העולם בראו הקב"ה להיות נראה כמו שהוא בדרך הטבע — בעיני בשר"), אַז דער אופן ווי ער גייט אין דעם „דרך הוי'" איז דורך מאַכן די הכנות משלו בדרך הטבע ע"פ שכלונח, ניט ווייל ער האַלט זיך פאַר אַ מציאות און פאַר אַ בר־שכל וואָס פאַרשטייט ווי צו פּלאַנירן אַ נסיעה בדרך — נאָר ווייל אַזוי וויל דער אויבערשטער, אַז די נסיעה זאָל קומען דורך זיינע הכנות, און זייענדיק דרך שלו זאָל זיין „עולה מאלי'" בדרכו של הקב"ה.

און דורך דעם וואָס אַ איד מאַכט פון זיין דרך הטבע — אַ דרך הוי', „על פי ה'", ווערט דאָס נאָכמער כלי אויף דעם גילוי פון ענן ה', וואָס איז מבטל אַלע ענינים בלתי רצויים, ביז אַז „בגלל זאת הנה הקב"ה משפיע לישראל למעלה מן הטבע בטבע".

ט. ע"פ הנ"ל יש לבאר אַ דבר תמוה אין דער ערשטער משנה אין היינטיקן פרקנט: „רבי אומר איזו היא דרך ישרה שיבור לו האדם? כל שהיא תפארת לעושי' ותפארת לו מן האדם".

וואָס לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: וואָס איז די שאלה „איזו היא דרך ישרה" — ס'איז דאָך מפורש אין תורה (שבכתב און שבעל־פה) — שעלי' נאמר „פקודי ה' ישרים משמחי לב"ס, „כי ישרים דרכי ה'"סא — אין וואָס באַשטייט דער „דרך ישרה" לכל אדםז!

מעין זה קען מען פרעגן אין דעם וואָס דער אַלטער רבי שרייבט אין שערבלאַט פון ספר התניא — אַז דער ספר איז „מיוסד על פסוקסב כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, לבאר היטב איך הוא קרוב מאד בדרך ארוכה וקצרה בעזה"י": וויבאַלד אַז אין תורה איז מפורש דער דרך ווי אַ532איד דאַרף זיך אויפפירן, ביז אַז ס'איז „קרוב אליך הדבר מאד גו'", פאַרוואָס זאָגט ער אַז דערצו דאַרף מען האָבן אַ (ביאור ב)"דרך ארוכה וקצרה" (וואָס קצרה איז נאָכמער אַ הוספה אויף „דרך ישרה") בכדי פאַרשטיין ווי ס'איז „קרוב אליך"?!

ויש לומר דער ביאור אין דעם:

תורה כללות ופרטות נאמרה. כשם ווי תורה בכלל ווייזט אָן דעם דרך ישרה פאַר אַ מענטשן, איז אין דעם גופא פאַראַן דרגות — ישר שבישרסג, ע"ד מהדרין ומהדרין מן המהדרין וכיו"ב.

וואָס דאָס איז דער תוכן פון פרקי אבות בכלל — „מילי דחסידותא"סד, ד.ה. אַז דאָס קומט לאחרי קיום כל התורה ומצוותי' ע"פ דין, די „פקודי ה' ישרים" און די „ישרים דרכי ה'", קומען צו אין פרקי אבות הוראות ווי מ'זאָל זיך פירן ע"פ מדת החסידות, באופן פון ישר שבישר וכו'.

ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק די שאלה אין משנה: לאחרי וואָס מ'האָט שוין די שלימות פון „ישרים דרכי ה'" ווי דאָס איז ע"פ דין התורה — פרעגט רבי אין פרקי אבות, „מילי דחסידותא" — „איזו היא דרך ישרה", וואָס איז דער דרך צו זיך פירן באופן ישר שבישר (אין תורה עצמה), ע"פ מדת החסידות,

און ער גיט צו — „דרך ישרה שיבור לו האדם": ער רעדט דאָ ניט וועגן „ישרים דרכי ה'" ווי זיי זיינען מפורש אין דיני התורה (ווייל דאָס איז מען זיכער מקיים, ומאי קמ"ל), נאָר „איזו היא דרך ישרה שיבור לו האדם", דער דרך בעניני רשות וועלכע מ'האָט אָפּגעגעבן צו דעם אדם („דרכיך") אַז ער זאָל אויסקלייבן ווי צו זיך אין דעם אויפפירן, באופן פון מדת החסידות, לפנים משורת הדין.

און אין וואָס באַשטייט דער „דרך ישרה שיבור לו האדם" — „כל שהיא תפארת לעושי' ותפארת לו מן האדם", אַז אַ מענטש דערזעט און דערפילט מיט זיין שכל ומדות, ווי דער דרך איז שיין און באַשיינט אים, ביז „ותפארת לו מן האדם", אַז דאָס איז שיין אויך צו די מענטשן אַרום.

און דורך דעם „דרך ישרה שיבור לו האדם" קומט צו אַ הוספה לגבי „ישרים דרכי ה'" ווי דאָס איז מצד חיוב התורה — כמדובר לעיל, אַז דאָס טוט אויף די שלימות „שלהבת עולה מאלי'", אַז דער אדם פון זיך אַליין — אויך מצד זיינע דרכי הרשות (דרך הטבע) — פירט זיך „על פי ה'", ביז אַז זיין „דרך ישרה" ווערט איין זאַך מיט „דרך ה'" („ישרים דרכי ה'"), כנ"ל בארוכה.

עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דברי אדה"ז אויפן שער פון ספר התניא, „לבאר היטב איך הוא קרוב מאד בדרך ארוכה וקצרה": נוסף צו דעם וואָס שטייט מפורש אין תורה וועגן דעם דרך ווי אַ איד דאַרף זיך אויפפירן, וועלכער איז „קרוב אליך הדבר מאד גו'" — גיט צו אין דעם גופא דער ספר התניא, תושב"כ פון חסידות, אַ ביאור „בדרך ארוכה וקצרה"סה, בחכמה בינה ודעת,533ביז פאַרשטאַנדיק אויך בשכל פון נה"ב, ווי עבודת האדם („מאלי'") זאָל זיין באופן פון ישר שבישר, און ווי מ'זאָל זיך איינקערן מיט מלחמת היצר וכו' — ווי מ'זעט בפועל די הוספה וואָס קומט צו דורך לימוד החסידות און הנהגה ע"פ דרכי החסידות.

[וע"ד די הוספה וואָס קומט צו דורך דברי סופרים בכלל, וואָס חמורים עלי וחביבין עלי דברי סופרים מדברי תורהסו, און נאָכמער — דורך מנהגי ישראל, כמבוארסז במעלת מנהג הקפות בשמחת תורה לגבי די שמחה פון ניסוך היין המפורש בתושב"כ און ניסוך המים המפורש בתושבע"פ].

י. דער סיכום פון האמור לעיל בנוגע לפועל:

שטייענדיק אין שבת פ' בהעלותך, ווען מ'דאַרף לעבן מיט דער צייט, מיט דער פרשת השבוע, איז אַ פּאַסיקע צייט אַז יעדערער זאָל זיך אַריינטראַכטן און מאַכן אַ חשבון צדק בנוגע זיין עבודה פון „בהעלותך את הנרות", צו מוסיף זיין אין דעם אָנצינדן פון דעם „נר ה' נשמת אדם" זי זאָל נאָכמער לייכטן מיט „נר מצוה ותורה אור", סיי בנוגע צו זיך אַליין, און סיי בנוגע צו אַנדערע, ביז אין אַן אופן פון „שלהבת עולה מאלי'".

ובפשטות: מ'זאָל אָננעמען החלטות טובות (ובפרט ברבים, וואָס דאָס גיט צו נאָכמער תוקף אין די החלטותסח) צו מוסיף זיין אין הפצת התורה והיהדות בכל מקום ומקום וואו מ'קען דערגרייכן.

וכמדובר לעיל, אַז יעדערער האָט בכח צו משפיע זיין אויף אַנדערע אידן, און אַ איד דאַרף וויסן וועגן זיינע כחות, כידוע דער פתגם פון כ"ק מו"ח אדמו"רסט, אַז כשם ווי מ'דאַרף וויסן די אייגענע חסרונות בכדי לתקנם, אַזוי דאַרף מען וויסן די אייגענע מעלות בכדי לנצלם און להוסיף בהם.

ואדרבה, דורך דעם וואָס ער איז מוסיף אין זיינע פעולות ההשפעה, און ברענגט אַרויס זיינע מעלות מן הכח אל הפועל, גיט דאָס צו נאָכמער אין זיינע כחות, ער זאָל קענען צוגעבן אין דעם נאָך מער, נאָך טיפער, ברייטער און לענגער.

ונוסף צו דער עבודה פון „בהעלותך" אין „נר מצוה ותורה אור", דאַרף דאָס דערנאָך אַרויסקומען אויך אין זיין עבודה בעניני רשות, אין די מסעות בחיי האדם, אַז אויך אין זיי זאָל ער אָנהערן אַז ס'איז „על פי ה'", ביז אַז זיין גאַנצע מציאות איז „עולה מאלי'" אין דעם פייער און ליכט פון דעם „נר ה' נשמת אדם", כנ"ל בארוכה.

און בשעת אַ איד פירט זיך באופן כזה, באַקומט ער די אַלע ברכות ויעודים פון דעם אויבערשטן, ניט נאָר בכדי אים באַשיצן פון ענינים המבלבלים, נאָר „בגלל זאת הנה הקב"ה משפיע לישראל למעלה מן הטבע בטבע", אַז אין די ענינים טבעיים שלו — זאָל ער מצליח זיין באופן שלמעלה מדרך הטבע, בבני534חיי ומזוני רויחי, ובבריאות הגוף ובריאות הנשמה, לאריכות ימים ושנים טובות, „ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה"ע, ביז „והיו ימיו מאה ועשרים שנה"עא, און נאָכמער דערפוןעב, און ניט נאָר ווי די קכ"ג שנה פון אהרןעג, נאָר אַ סך מער שנים,

ביז אַז מ'גייט אַריבער, בלי הפסק כלל, אין חיים נצחיים, בגאולה האמיתית והשלימה.

און אַלע אידן, בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו, זיינען אין ארץ הקודש, אין ירושלים עיר הקודש, אין ביהמ"ק השלישי, און (יראה כהן) בציון, ווי אהרן כהן גדולעד צינדט אָן די מנורה — „בהעלותך את הנרות", אין אַן אופן פון „שלהבת עולה מאלי'", ובהדגשה — „עולה", בעלי' אחר עלי', מחיל אל חיל, עד אין סוף, ועד א"ס ב"ה.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7mcn0v9a

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#157 Sefer HaSichos ה'תשמ"ט, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here