Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ ראה, מבה"ח אלול ה'תשמ"ט
652משיחות ש"פ ראה, מבה"ח אלול ה'תשמ"ט
א. חודש אלול — וועלכער ווערט געבענטשט דעם שבת — איז, ווי באַוואוסט, דער חודש החשבון והתשובהא פון דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, ווען יעדער איד דאַרף מאַכן אַ חשבון הנפש והכל פון זיין עבודה במשך דעם גאַנצן יאָר, על מנת ער זאָל פאַרריכטן, דערגענצן און פאַרבעסערן די עבודה; און אויך מאַכן די פּאַסיקע הכנות צו דער עבודה פון דעם קומענדיקן יאָר, אַז זי זאָל זיין נאָך בעסער ווי ביז איצטער.
דאָס איז איינער פון די טעמים אויף דעם וואָס עס שטייט אין ספרים, אַז אין די ראשי תיבות פון „אלול" זיינען מרומז אַלע עניני עבודה — די שלשה עמודים שעליהם העולם עומדב תורה עבודה און גמילות חסדיםג — ווייל דער חשבון והכנה פון חודש אלול דאַרף אַרומנעמען אַלע עניני עבודה (פון דעם פאַרגאַנגענעם יאָר און פון דעם קומענדיקן יאָר) — וועלכע שטעלן זיך אויס בכללות אין תורה עבודה וגמילות חסדים [מתאים למנהג ישראל — צו מרבה זיין אין חודש אלול אין לימוד התורה, עבודת התפלהד און גמילות חסדיםה].
דערצו זיינען פאַראַן נאָך צוויי ענינים וועלכע זיינען מרומז אין די ר"ת פון אלול — דער ענין התשובהו, און דער ענין הגאולה העתידה לבואז.
וויבאַלד אַז די צוויי ענינים זיינען אויך מרומז אין „אלול", איז פאַרשטאַנדיק אַז זיי זיינען אויך אַ טייל פון דער עבודה פון דעם חודש.
בנוגע צו תשובה איז פאַרשטאַנדיק בפשטות: חודש אלול ווערט דאָך אָנגערופן דער חודש התשובה — דער ענין פון חשבון הנפש (אויף דער פריערדיקער עבודה) און הכנה צו די ווייטערדיקע עבודה — איז דער תוכן פון עבודת התשובה (כלשון הידוע — חרטה על העבר און קבלה טובה על להבאח);653וויבאַלד אַז חודש אלול איז דער חודש התשובה (און אין ר"ת פון אלול איז מרומז ענין התשובה) פאַר אַלע אידן, אויך פאַר אַזאַ וואָס לא עבר עבירה מימיו ולא יעבור לעולם (דרגת הבינוניט — מדת כל אדם ואחרי' כל אדם ימשוךי) — דאַרף מען זאָגן, אַז דערביי ווערט געמיינט ניט נאָר תשובה על החטא וחסרון, נאָר אויך תשובה אַלס אַ טייל פון דער עבודה הרגילה פון יעדן אידן, וואָס קומט צוזאַמען מיט דער עבודה פון תורה עבודה וגמ"ח.
אַזוי אויך בנוגע דער ענין הגאולה וואָס איז מרומז אין „אלול" — איז מסתבר צו זאָגן אַז דאָס איז (ניט נאָר אַלס שכר אויף דער עבודה און אין אַנדערע פיר ענינים, נאָר) אַ טייל פון דער עבודה פון אַ אידן אין חודש אלול.
ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם ביאור אין לשון המשנהיא „תשובה ומעשים טובים", דלכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס די משנה איז מקדים „תשובה" פאַר „מעשים טובים" — דער סדר איז, אַז פריער ווערט אַ איד מחוייב (און טוט) „מעשים טובים" (תורה ומצוות), און דערנאָך, אויב ער איז ח"ו עובר אַן עבירה — דאַרף ער אויף דעם תשובה טאָן?
איז איינער פון די ביאורים אין דעם:
מיט מקדים זיין „תשובה" פאַר „מעשים טובים" גיט אַרויס די משנה די מעלה וואָס תשובה טוט אויף אין מעשה המצוות: תשובה גיט אַריין קיום וחיות אין דער עבודה פון תורה ומצוות, באופן אַז זיינע מעשים ווערן (דורך תשובה) „מעשים טובים", טובים ומאיריםיב.
וע"ד די מעלה פון עבודת התשובה לגבי עבודת הצדיקים (כמאחז"ליג אַז במקום שבעלי תשובה עומדין אפילו צדיקים גמורים אין יכולים לעמוד בו): אַ צדיק — וויבאַלד אַז לא טעם טעם חטא — האָבן זיינע מעשה המצוות ניט אַזאַ תוקף וחוזק ווי די מצוות פון אַ בעל תשובה, וועלכער האָט געהאַט דעם נסיון פון דער ירידה, און האָט זיך אויף דעם מתגבר געווען, במילא גיט עס אַריין אַ התגברות וחיות אין זיין עבודת השם (בחילא יתיריד), צוליב דעם וואָס די תשובה קומט לאחרי הצמאון וועלכער איז געוואָרן דורך דער ירידה וכו' — ווערן די מעשים שלו „טובים ומאירים".
און די מעלה פון תשובה איז פאַראַן באַ יעדער איד (אויך באַ צדיקים), וויילטו תשובה מיינט דאָ ניט (נאָר) תשובה אויף אַן עבירה, נאָר תשובה בפירושה — אומקערן זיך צו דעם אויבערשטןטז, וואָס אין דעם באַשטייט עיקר ענין התשובה, מלשון „והרוחיז תשוב אל האלקים אשר נתנה"יח, „להשיב את הנפש לשרשה ומקורה ולדבקה בו"טו: וויבאַלד דער אויבערשטער האָט אַריינגעגעבן (נתנה) אַ654נשמה אין אַ גוף דאָ למטה אין עולם הזה הגשמי, וואָס דאָס איז דאָך אַ געוואַלדיקע ירידה, אַז אַ נשמה ווי זי איז „טהורה היא" למעלה (זייענדיק צוזאַמען מיט „האלקים אשר נתנה"), זאָל אַראָפּקומען אין אַ גשמיות'דיקן קערפּער און אַ גשמיות'דיקע וועלט (עולם מלשון העלם והסתריט), וואו עס הערט זיך ניט אָן איר מקור, און זי זעט אויס ווי אַ באַזונדער זאַך, אַ יש ודבר נפרד ח"ו בפני עצמו פון דעם אויבערשטן — רופט דאָס ביי אַ אידן אַרויס די תשוקה און התגברות בעבודה, צו זיך אומקערן צוריק (והרוח תשוב) אל האלקים אשר נתנה, למקורו ושרשו, און זיין בדביקות (בגלוי) מיט דעם אויבערשטן (משא"כ בשעת די נשמה איז למעלה האָט זי ניט דעם תוקף, זי איז ע"ד עבודת הצדיקים בערך צו עבודת התשובה).
און די תשובה איז שייך און דאַרף זיין באַ יעדן אידן (אויך אַזאַ וואָס לא עבר עבירה מימיו, און אויך צדיקים) — גלייך בתחלת עבודתו, ואדרבה — דאָס איז דער יסוד והקדמה צו אַלע עניני עבודה. דעריבער איז די משנה מקדים „תשובה" פאַר „מעשים טובים", ווייל דורך דעם תוקף התשובה (והרוח תשוב אל האלקים) — אַז אַ איד ציט זיך צוריק צו דעם אויבערשטן — ווערן די „מעשים" (מעשי המצוות) „מעשים טובים",טובים ומאירים.
[און נאָכמער: די תשובה טוט אויף אַ חידוש באַ דעם אידן המקיים את המצוה לגבי ווי זיין נשמה איז געווען למעלה קודם ירידתה למטה (וואָרום אויב ניט איז מאי אהני — וואָס האָט מען פאַרדינט — פון דער ירידה למטה) — ווי ערקלערט אין מערערע ערטער, אַז דורך ירידת הנשמה למטה, און אַ איד ע"י עבודתו הוא נמשך און פאַרבינדט זיך (ווי ער איז נשמה בגוף למטה) מיט דעם אויבערשטן (עבודת התשובה — תשוב אל האלקים) — ווערט אויפגעטאָן אַן עילוי וחידוש וואָס איז פריער ניט געווען, אַפילו ווי די נשמה איז בשרשה בבחי' „האלקים אשר נתנה"כ, ע"ד במקום שבעלי תשובה עומדין אפילו צדיקים גמורים אין יכולים לעמוד בוכא].
די כוונה פון ירידת הנשמה למטה בעולם און בבריאת האדם בכלל, איז — צו דינען דעם אויבערשטן, אני נבראתי לשמש את קוניכב, דורך דעם וואָס אַ איד (אַלס נשמה בגוף) האָרעוועט מיט זיינע אייגענע כחות צו מקיים זיין תורה ומצוותי', ניט אין אַן אופן ווי ער באַקומט אַ מתנה (וואָס דעמולט איז דאָס „נהמא דכיסופא"כג).
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין זיין עבודה בקיום המצוות עצמן, איז די שלימות הטוב, בשעת דער קיום המצוה איז אין אַן אופן — אַז נוסף צו דעם655וואָס דער איד איז מקיים דעם ציווי וואָס מ'האָט אים געגעבן מלמעלה — איז ער אויך זיך משתדל מיט זיין אייגענעם פאַרשטאַנד און געפיל טאָן די מצוה (ניט נאָר בדרך הכרח וקבלת עול בלבד, ועאכו"כ לא כמצות אנשים מלומדה וכיו"ב, נאָר) בתכלית הטוב וההידור, מיט חיות וכוונה (מער ווי דער טוב שע"פ הציווי מלמעלה) — „מעשים טובים", ובלשון ההלכה אין רמב"םכד: והוא הדין בכל דבר שהוא לשם האהטוב שיהי' מן הנאה ומן הטוב וכו' וכן הוא אומרכה כל חלב לה' וגו'.
ובכדי אויפטאָן די הוספה אין מעשה המצוות, אַז זיי זאָלן זיין „מעשים טובים" — דאַרף מען האָבן די הקדמה פון תשובה, וועלכע באַדייט דעם כללות'דיקן חידוש וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך דער עבודה פון אַ אידן למטה — ער זאָל זיך אומקערן און מתדבק זיין צום אויבערשטן (והרוח תשוב אל האלקים), ביז צו אַ דרגא וואָס איז העכער פאַרן מקום שממנו ירדה (כנ"ל).
און דורך דער הקדמה פון עבודת התשובה, וואָס ווערט נתחדש דורך עבודת האדם בכח עצמו למטה, און דורך דעם ווערט אין דעם אידן אויפגעטאָן אַן עילוי לגבי די נשמה ווי זי איז געווען פריער למעלה — האָט ער בכח צו אויפטאָן בכח עצמו אַ חידוש אויך אין די מעשה המצוות — אַז זיי זאָלן זיין „מעשים טובים", בתכלית הטוב וההידור (מער ווי דער טוב פון די מצוות מצ"ע ווי זיי זיינען געגעבן געוואָרן מלמעלה).
ד. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק ווי תשובה איז אַ חלק פון דער עבודה פון חודש אלול, ביז אַז זי טוט אויף אַ שלימות אין דער עבודה אין די שלשה עמודים פון תורה עבודה וגמ"ח, אין וועלכע עס שטעלט זיך אויס כללות מעשה המצוות (מעשים), וועלכע ווערן „מעשים טובים" דורך הקדמת התשובה, ע"ד די מעלה וואָס תשובה טוט אויף לגבי עבודת הצדיקים.
דאָס איז אָבער נאָך אַלץ ניט תכלית שלימות העבודה — ווייל אפילו אין דער שלימות וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך תשובה (די התגברות הנשמה דורך ירידתה למטה) — הערט זיך אָן צוויי ענינים און תנועות: אַז ס'איז פריער דאָ אַ ירידה למטה, די ירידת הנשמה למטה אין דעם העלם והסתר פון עולם (ביז די ירידה פון אַ חטא כפשוטו — באַ תשובה על החטא), און די מעלה פון תשובה איז, אַז דער איד איז זיך מתגבר אויף דעם העלם והסתר. אָבער לולא ההתגברות בלייבט נאָך אַן אָרט אויף אַ העלם והסתר וואָס קען שטערן צו דער עבודה —
די שלימות העבודה איז בשעת אַ איד ווערט אַזוי דורכגענומען מיט דינען דעם אויבערשטן, אַז ער איז כלל ניט
ה'.
ויש לומר אַז אין דעם באַשטייט דער
אויפטו אין דער עבודה פון חודש אלול
וועלכע איז מרומז אין ענין הגאולה —656ווען עס וועט זיין „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ"כו, עס וועט בטל ווערן די מציאות ואפשריות אויף אַ העלם והסמר וואָס קען ברענגען צו עובר זיין אויף רצון ה'.
ומעין זה איז שייך אין דער עבודה פון אַ אידן בזמן הזה — דורך דעם וואָס ער איז אין זיך מעורר דעם ענין הגאולה, ווי ער ווערט לגמרי אויסגעלייזט פון אַלע ענינים וואָס קענען שטערן צו עבודת ה', אַזוי אַז בעולמו איז ניט שייך טאָן אַ זאַך וואָס איז ניט כפי רצון העליון. וכדלקמן.
ה. ויש לומר דעם ביאור אין דעם:
בכדי עס זאָל זיין אַן אפשריות אויף בחירה האָט דער אויבערשטער געגעבן אַן אידן צוויי וועגן — ווי עס שטייט אין אָנהויבס פון היינטיקער פרשה: „ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה וקללה", וכמ"שכז „ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע גו' ובחרת בחיים".
אָבער ניט קוקנדיק אויף די אַלע עילויים אין דעם ענין פון בחירה חפשית (וואָס דער כח לזה נעמט זיך פון דעם כח הבחירה באַ דעם אויבערשטן עצמו, וואָס איז העכער פאַר אַלע ציורים ונטיות כו') — איז פאַרשטאַנדיק אַז וויבאַלד בחירה איז פאַרבונדן מיט צוויי דרכים, און יעדער דרך האָט אַ באַשטימטן ציור (החיים והטוב, און דעם ציור פון דעם צווייטן דרך), איז דאָס אַ דרגא און אַ השפעה שלמטה ממנו פון דעם אויבערשטן,
וואָרום דער אויבערשטער, עצמותו ומהותו ית' איז העכער לגמרי פאַר דעם גאַנצן גדר פון חילוקי דרכים, און נאָכמער — ער איז העכער פאַר אַלע גדרים ותוארים, כולל דעם גדר פון „חיים" (וואָס איז אַ תואר מסויים וועלכער באַווייזט אויף אַ זאַך וואָס האָט אַ תכונה פון לעבעדיקייט, און מ'קען צוגעבן אין דער חיות) וכיו"ב, און העכער אפילו פאַר דעם גדר „בחירה" (וואָס באַווייזט אַז ער קלייבט אויס אַ צווייטער זאַך וואָס איז כביכול ניט ער) — וואָרום מצד עצמותו ית' איז „אין עוד"כח, ס'איז ניטאָ קיין אַנדער מציאות (אפילו ניט די מציאות פון „(אין עוד) מלבדו"כט), עאכו"כ ניט אַ מציאות פון „חיים", ועאכו"כ ניט אַ מציאות פון צוויי דרכיםל.
ווי פאַרשטאַנדיק אויך פון דעם לשון „נתתי לפניך היום את החיים גו'": בשעת מ'זאָגט אַז דער אויבערשטער גיט עפּעס — איז פאַרשטאַנדיק אַז די זאַך וואָס ער גיט איז נידעריקער פאַר אים (דעם אויבערשטן אַליין).
דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו אַ אידן: וויבאַלד אַז די נשמה פון אַ איד איז אַ „חלק אלוקה ממעל ממש"לא (והעצם כשאתה תופס בחלקו אתה תופס בכולולב) — ישראל וקוב"ה כולא חדלג [העכער פאַר אלקים אשר נתנה, כדלקמן] איז מצד זיין עצם הנשמה, איז אַ657איד העכער פאַר דעם ענין הבחירה, און פון צוויי דרכים; מצד דער התקשרות פון דער נשמה מיט דעם אויבערשטן איז ניטאָ קיין אַנדער מציאות (— אין עוד), און במילא — ניטאָ קיין בחירה, אין אפשריות לרצון צו אַן אַנדער ענין חוץ פון דעם אויבערשטןלד.
ער דאַרף ניט מאַכן אַ חשבון בשכל וכיו"ב ווי ער דאַרף זיך פירן, נאָר ער פירט זיך אַזוי מצ"ע (ווייל ס'איז ניטאָ קיין אַנדער אופן ההנהגה) — ע"ד „מנפשי' כרע"לה, אָן קיין התבוננות, זייענדיק אינגאַנצן בטל צום אויבערשטן, אַזוי אַז עס קען ניט זיין אַז רצונו והנהגתו זאָל זיין ניט כפי רצון פון עצמות ומהות [ובמכ"ש פון טבע הבהמה להבדיל, וואָס אַ נאָרמאַלע בהמה שפּרינגט ניט אין פייערלו]. וי"ל שזהו ע"ד פתגם הידועלז „אני מתפלל לדעת זה התינוק", אַז דעתו ווערט אַזוי ווי „דעת זה התינוק", וועלכער ווייסט און דאַוונט נאָר צו דעם אויבערשטן אַליין (אליו ולא למדותיו) בלי שום חשבונות.
ו. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק די הוספה פון עבודת חודש אלול (אין תורה עבודה וגמ"ח און עבודת התשובה) וואָס ווערט נרמז און אויפגעטאָן דורך ענין הגאולה:
די עבודה פון „תשובה ומעשים טובים" (תורה עבודה וגמ"ח) מצד עצמה איז אָפּגעגעבן געוואָרן לבחירת האדם, צו אויסקלייבן פון צוויי דרכים, „החיים והטוב" און דעם צווייטן דרך. וואָס דערצו פאָדערט זיך אַ התבוננות און אַ פאַרשטאַנד אין די צוויי דרכים, און דערנאָך — קומען לידי מסקנא אין וועלכן דרך מ'דאַרף גיין. דאָס הייסט, אַז אפילו ווען ס'איז דאָ דער „ובחרת בחיים", איז דאָס אָבער פאַרבונדן מיט אַ מדריגה וואו ס'איז נאָך דאָ אַ נתינת מקום אויף דעם צווייטן דרך.
דורך דעם וואָס מ'פאַרבינדט אָבער די עבודה מיט דעם ענין הגאולה — דערגרייכט מען שלימות העבודה — אַז דער איד איז עד כדי כך פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן וועלכער איז „אין עוד", אַז ס'איז ניטאָ קיין אָרט אויף אַ צווייטן דרך (ווי עס וועט זיין בשלימות הגילוי לע"ל), אַזוי אַז ער דאַרף וועגן דעם אפילו ניט טראַכטן — נאָר „מנפשי' כרע";
און די שלימות ווערט נמשך אויך אין דער עבודה פון תשובה ומעשים טובים.
און אע"פ אַז מ'האָט פריער גערעדט (ס"ג), אַז די שלימות איז דוקא בשעת ס'איז דאָ עבודה בכח עצמו, ולכאורה אין דעם ענין הגאולה (די עצם התקשרות פון אַ אידן מיטן אויבערשטן) איז ניטאָ קיין עבודה (וואָרום דער מענטש האָט דערביי ניט קיין בחירה), ובמילא — אויך ניט קיין שכר — איז דער אמת אָבער פאַרקערט.
די אמת'ע עבודה בכח עצמו איז דוקא אין דער עבודה פון אַ אידן מצד עצם הנשמה (בלי בחירה) — ווייל בנוגע צו זיין עבודה ובחרת בחיים, האָט מען אים געגעבן צוויי דרכים, און אויך דעם ציווי ונתינת כח ובחרת בחיים; משא"כ די עבודה מצד עצם הנפש (באופן כזה אַז658ביי אים איז ניט שייך קיין אַנדער רצון חוץ פון רצון ה') קומט דוקא דורך עבודה בכח עצמו, וואָרום דער ענין האָט מען אים ניט געגעבן מלמעלה כביכול — זייענדיק העכער פאַר גדר נתינה (כנ"ל); דערצו דערגרייכט ער דורך זיין עבודה בכח עצמו, זייענדיק אין אַ גוף בעוה"ז הגשמי, מיט העלמות והסתרים אויף זיין נשמה און אויף אלקות, טוט ער אַלץ וואָס איז שייך צו זיין עבודהלח, אין תורה עבודה וגמילות חסדים, ביז אויך — די עבודה פון תשובה (זיך אומקערן לשרשו) — און דורך דעם ווערט נתגלהלט ווי ישראל וקוב"ה כולא חדמ, שלמעלה מכל גדר נתינה ובחירה.
ז. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק אויך לאידך גיסא: אע"פ וואָס מ'האָט די עבודה פון גאולה, דאַרף מען אויך אָנקומען צו דער עבודה אין די ערשטע פיר ר"ת פון אלול (תורה עבודה וגמ"ח און עבודת התשובה) — ווייל:
בכדי דערגרייכן צו דער עבודה פון ישראל וקוב"ה כולא חד (וואו ס'איז ניטאָ קיין אָרט אויף אַ צווייטן דרך) — דאַרף דאָס קומען דורך ירידת הנשמה למטה דוקא, און דער עבודה פון אַ אידן אין די שלשה עמודים שעליהם העולם עומד, און עבודת התשובה וואָס ווערט נתחדש ע"י ירידת הנשמה למטה,
וואָרום דאָס טוט אויף די עלי' אין דער נשמה ביז צו „האלקים אשר נתנה", און נאָך העכער פון „נתנה" (כנ"ל ס"ב) פון „נתנה" — ישראל וקוב"ה כולא חד, וואָס איז העכער פאַר גדר נתינה (אלקים אשר נתנה), ע"ד המדובר לעיל אַז עצם הנשמה איז העכער פאַר „נתתי לפניך את החיים גו'".
די נשמה פון אַ איד איז אַ „חלק אלוקה ממעל ממש". און ס'איז ידוע דער כלל, אַז העצם כשאתה תופס בחלקו אתה תופס בכולו (כנ"ל ס"ה). דאָס הייסט — אַ חיבור פון צוויי פאַרקערטע קצוות: די תפיסה איז לכתחילה (נאָר) אין אַ חלק נבדלמא פון דעם עצם659(חלק אלוקה ממעל) און ניט כולו, דער חלק (מן העצם) האָט אין זיך אָבער די תכונה, אַז דורך תופס זיין אין אים איז מען תופס בכולו, און ניט נאָר בכח (אָדער בהעלם), נאָר ס'איז אַ דבר ודאי ביז אַז דערנאָך קומט עס אויך בגילוימב.
און נאָכמער — דאָס איז אַ „חלק אלוקה ממעל ממש": נוסף צו דעם פירוש אַז דער חלק אלוקה ממעל איז זיך מתלבש אין דער ממשות פון דעם גוף (וואָס האָט דאָך ניט קיין ערך אפילו צו חכמהמג עאכו"כ צו „אלוקה ממעל"), האָט דאָס אויך דעם פירוש אַז דער „חלק" איז „ממש" פון „אלוקה ממעל", און ניט פון למטה מזה. דאָס הייסט, אַז דער „חלק אלוקה ממעל ממש" וועלכע איז זיך מתלבש אין אַ גוף (ממשות) למטה, איז „ממש" אַ „חלק אלוקה ממעל", ווי דאָס איז „ממעל"מד — ישראל וקוב"ה כולא חד.
עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק אַז די נשמה נעמט זיך בעצם פון העכער פון בחי' „אלקים אשר נתנה": נתינת הנשמה למטה (נשמה שנתת בי) נעמט זיך טאַקע פון אַ דרגא אין אלקות וואָס איז העכער פון די דרגות וואָס די נשמה קומט
42) ראה מכתב הנ"ל.
43) ראה שעהיוה"א פ"ט.
44) וראה מכתב הנ"ל (ע' תז) בשם הצ"צ בפירוש תיבת „ממעל": ממעל הייסט העכער, דאָס הייסט אַז אין וואָס פאַר אַ מדריגה מי זאָל ניט רעדן איז דאָס העכער כו', ממעל איז אַ עילוי בלי גבול. ובפירוש אדה"ז שם: ממעל — רצוא, ממש — שוב. וראה מכתב מכ"ב אייר תשי"א (נדפס בליקוט פירושים כו' לתניא שם. אגרות קודש ח"ד ע' רצא), שע"י השוב הרי בזה מגלים בהנשמה שני הפכים: א) ממשות, שייכות לענינים דחוש המישוש, ב) עילוי יותר גדול מכל עליות, ובידוע במעלת השוב על הרצוא. אַראָפּ למטה — „אתה בראתה אתה יצרתה אתה נפחתה בי", ובלשון החסידות — נשמה שנתת בי איז אין עולם האצילות, וואָס פון דאָרטן איז די נתינת הנשמה למטה, אין עולמות בריאה (בראתה) יצירה (יצרתה) ועשי' (נפחתה), „בראתיו יצרתיו אף עשיתיו", ביז אין עוה"ז הגשמי וואו די נשמה דאַרף אָנקומען צו „ואתה משמרה בקרבי"; אָבער פונדעסטוועגן, איז די נתינה („אלקים אשר נתנה") פאַרבונדן און האָט אַן ערך מיט דעם מקום הנתינה, עולם האצילות איז טאַקע העכער פאַר סדר השתלשלות הג' עולמות, אָבער דאָס איז דער שרש ומקור פון סדר השתלשלות, ובמילא האָט עס אַן ערך מיט די* אַנדערע עולמות.
און דעריבער איז מובן, אַז הגם נתינת הנשמה למטה איז געקומען פון בחי' „האלקים אשר נתנה", עולם האצילות, מלשון אצלו וסמוך לו — איז אָבער דורך דער עבודה פון אַ אידן למטה — ווערט די נשמה נתעלה נאָך העכער, צו „לו" (דעם אויבערשטן) אַלייןמה, זייענדיק אַ חלק אלוקה ממעל ממש.
און דער אופן ווי עס ווערט נתגלה אין דער נשמה אַז זי איז כולא חד מיט קוב"ה כביכול — איז דורך דעם וואָס די נשמה קומט אַראָפּ למטה דוקא און טוט דאָרטן די עבודהמו:
כל זמן די נשמה געפינט זיך למעלה איז אין איר מאיר בגלוי נאָר ווי זי איז בשרשה באצילות (פון וואַנעט ס'איז געווען נשמה שנתת בי); דוקא דורך
45) ראה המשך תרס"ו ע' תכט, שאצילות הוא אלקות ולא אלוקה.
46) בהבא לקמן — ראה ד"ה ויגש תרס"ח (בהמשך תרס"ו).660ירידתה למטה (דורך אַלע דרגות פון סדר השתלשלות, בראת יצרת נפחת בי), ביז אין אַ גוף גשמי בעוה"ז התחתון, און דאָרטן טוט אַ איד זיין עבודה, מלמטה למעלה, אָנהויבנדיק פון דער עבודה אין די דרגות בנשמתו (דער סדר השתלשלות שבהאדם) — נפש רוח נשמה, ובמחשבה דיבור ומעשה (כנגד בי"ע), און מיט זיינע עשר כחות הנפש, ביז מיט זיין כח הרצון והתענוג (כנגד עולם האצילות), ובכללות — די עבודה אין די ג' קוים פון תורה עבודה וגמילות חסדים (מעשים טובים), ביז עבודת התשובה — זיך אומקערן און זיך מתדבק זיין מיט דעם אויבערשטן (ורוח תשוב אל האלקים אשר נתנה), וואָס דאָס ווערט אַרויסגערופן דורך ירידת הנשמה למטה — דוקא דורך דעם ווערט נתגלה אין דער נשמה שבגוף — דער עצם הנשמה, חלק אלוקה ממעל ממש, וואָס איז תופס בכל העצם.
און דורך דעם ווערט עס נתגלה אין אַלע דרגות פון דעם אידן, אויך אין זיינע כחות הנפש און אין מחשבה דיבור ומעשה, און אין זיין עבודה אין קיום המצוות — אַז זיי ווערן „מעשים טובים", נאָכמער טוב ווי זיי זיינען מצ"ע, כנ"ל.
ט. ע"פ הנ"ל וועט מען פאַרשטיין דעם תוכן העבודה פון חודש אלול ווי דאָס שטעלט זיך אויס אין די פינף ר"ת — כנגד תורה עבודה וגמ"ח, תשובה און גאולה:
די עבודה אין די ג' קוים (תורה עבודה וגמ"ח) — וואָס זיי זיינען כולל בכללות אַלע „מעשים" (מעשה המצוות) — איז בכללות פאַרבונדן מיט סדר השתלשלות — שלשה עמודים שעליהם העולם עומד וקיים — וועלכע טיילט זיך בכללות אין דריי עולמות (בריאה יצירה עשי'), און ג' קוים בכל עולם.
דורך עבודת התשובה (דער ענין הרביעי אין אלול) דערגרייכט מען צו העכער פון סדר השתלשלות, צו „אלקים אשר נתנה" (עולם האצילות), און נאָך העכער דערפון; און דעריבער גיט דאָס דעם כח אַז די „מעשים" פון תורה עבודה וגמ"ח זאָלן זיין „מעשים טובים", טובים ומאירים.
ביז אַז מ'דערגרייכט דורך דעם צו דעם ענין הגאולה (דעם פינפטן ענין) — וואָס דאָס גייט אויף דער שלימות העבודה (בכח עצמו) פון אַ אידן, דורך וועלכע ער דערגרייכט צו דעם שלימות היחוד פון ישראל וקוב"ה כולא חד, דער גילוי פון דעם חלק אלוקה ממעל ממש (ווי ער איז תופס בכל העצם), ווי ס'וועט זיין בשלימות בגאולה העתידה, ואדרבה — אין דעם באַשטייט שלימות העבודה פון אַ אידן, אַז זיין גאַנצע מציאות איז נאָר דינען דעם אויבערשטן, און ס'איז ניטאָ קיין אָרט אויף אַ צווייטן ענין — העכער פון „נתתי לפניך את החיים ואת הטוב גו'" [משא"כ די פריערדיקע פיר דרגות, זיינען פאַרבונדן מיט בחירת האדם בב' דרכים].
וביחד עם זה איז דאָס אויך שלימות השכר — וויבאַלד אַז דאָס קומט אינגאַנצן דורך דער עבודה פון אַ אידן בכח עצמו.
און נאָכמער: אויך בשעת מ'דערגרייכט די דרגא פון גאולה, שלימות השכר דלעתיד לבוא, וועט ווייטער זיין די עבודה פון אַ אידן, צו גיין העכער און העכער עד א"ס. [וכמובן פון דעם וואָס מ'זעט בנוגע צו צדיקים וועלכע האָבן דערגרייכט צו דער דרגא פון גילוי עצם הנשמה בחייהם בעוה"ז —661„עולמך תראה בחייך"מז — און צוזאָמען דערמיט האָבן זיי מאריך ימים ושנים געווען און האָבן שטענדיק עולה געווען נשמות בגופים העכער און העכער אין דעם גופא; די שלימות דערפון איז בשעת דאָס וועט אַזוי זיין ביי אַלע אידן בגאולה האמיתית והשלימה, ווען אַלע אידן וועלן נגאל ווערן (העכער ווי אין די פריערדיקע גאולות)].
וכמדובר לעילמח, אַז דער שכר דלעתיד לבוא גופא באַשטייט פון (שכר מצוה) מצוה — שלימות אין מעשינו ועבודתינו גופאמט (ניט קיין שכר צדדי, בענין שני)נ, אָבער ניט אין אַן אופן פון שכר וואָס קומט פאַר דער בחירה פון אויסקלייבן צווישן טוב ורע — נאָר פון דער עבודה אין קדושה עצמה, ביז — אין דעם „אָרט" וואָס מ'דערגרייכט אַהינצו נאָר דורך דער עבודה בכח עצמו.
לאידך גיסא — ווי קומט מען צו דער מדריגה פון גאולה (וועלכע איז סו"ס שכר מצוה), איז דאָס דוקא דורך מעשינו ועבודתינו בזמן הזהנא, אין עולם הזה (היום לעשותםנב), וואו ס'איז דאָ אַ העלם והסתר אויף דער נשמה און אויף אלקות, און אַ איד איז דאָס מגלה דורך זיין עבודה.
י. ויש לומר אַז דער ענין איז אויך מרומז אין סוף פרשתנו:
בסוף הפרשה רעדט זיך וועגן די שלש רגלים („שלש פעמים בשנה יראה כל זכורך גו'"), און וועגן דעם חיוב השמחה אין די רגלים. ובסיום הענין שטייט אין פסוק (בנוגע צו שמחת החג) „והיית אך שמח".
פון דעם וואָרט „אך" לערנט אָפּ די גמראנג „לרבות לילי י"ט האחרון לשמחה". פרעגן מפרשיםנד — ווי שטימט עס מיטן כללנה „אכין ורקין מיעוטין הן"?
ויש לומר ע"ד הרמז — בעבודת האדם:
די שלש רגלים זיינען ע"ד די עבודה אין די שלשה עמודים (רגלים) שעליהם העולם עומד — תורה עבודה וגמ"ח (ובכללות — עבודת הצדיקים), וואָס די עבודה — אַלס אַ טייל פון עבודת ה' בכלל — דאַרף זיין מתוך שמחה — עבדו את ה' בשמחהנו, עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבבנז.
כולל די שלימות פון דער שמחה — „אך שמח", וועלכער איז מרמז אויף דער שמחה גדולה יותר וואָס קומט662דורך דעם וואָס מ'פּראַוועט די שלש רגלים למטה, אין דער וועלט וואו ס'איז דאָ דער „ראה אנכי נותן לפניכם היום גו'", צוויי דרכים (ווי עס שטייט בתחלת הפרשה) — אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס מ'געפינט זיך אין אַן עולם מוגבל (ענין המיעוט), בזמן ובמקום, און דערצו נאָך אַן עולם מלשון העלם והסתר (אור אלקי במיעוט ובהעלם), וואו עס זיינען דאָ די צוויי דרכים פון „דרך החיים והטוב" און דער צווייטער דרך — טוט אויף דער איד אַז ער איז ממעט אין דעם „מיעוט" פון הגבלת והעלם העולם, און איז זיך מתגבר בעבודתו, וואָס דורך דעם קומט צו — „לרבות" [ע"ד „אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות"נח], אַ ריבוי פון ענין השמחה, וועלכע איז פורץ גדרנט (ענין הבלי גבול), און די שמחה בלתי מוגבלת ווערט נמשך אין דעם גבול („אך") פון עולם.
די שמחה פון די שלש רגלים איז אָבער מיט די הגבלה, ווי דער דין איזס אַז ב"ד האָבן געשיקט שוטרים צו פאַרזיכערן אַז די* שמחה זאָל זיין בהגבלה.
דערפון קומט מען דערנאָך צו נאָך אַ העכערער דרגא אין שמחה — „אך שמח", „לרבות לילי יו"ט האחרון" — די שמחה פון שמע"צ ושמח"ת, וואָס דעמולט פּראַוועט מען די הקפות (ובפרט פון שמחת תורה) מיט אַ שמחה למעלה ממדידה והגבלה (העכער פאַר שמחת יו"ט מן התורה), מצד דעם וואָס דאָס קומט דורך דער עבודה פון אידן (מנהג ישראל)סא.
וואָס דאָס איז מעין די שלימות פון דרגת הגאולה — העכער פון „ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה גו'" (צוויי דרכים) — נאָר אַז עס זיינען בכלל ניטאָ צוויי דרכים וענינים (העלם העולם און גילוי אלקות (ריבוי השמחה), ולמעלה יותר — גבול און בלי גבול), נאָר מער ניט ווי „אין עוד" (עצמותו ית'), אַז דער איד איז אַזוי דורכגענומען מיט אלקות, אַז ס'איז ניטאָ קיין אָרט אויף אַן ענין של היפך (כנ"ל). ביז אַז ער איז ממשיך דעם ביטול פון „אין עוד" אויך אין וועלט — אַז עס ווערט דער חיבור פון גבול ובלי גבול, באופן אַז עס זיינען ניטאָ קיין צוויי קוים, נאָר גבול גופא איז בלי גבולסב — ווי ס'וועט זיין בשלימות לע"ל, ע"ד פרזות תשב ירושלים ואני אהי' לך חומת גו'סג.
ועפ"ז איז דער פירוש אין „אך שמח", אַז דער „אך" איז ממעט אויך דעם ענין השמחה ווי דאָס שטייט אין תואר והגבלה פון שמחה [ע"ד „אין עוד", דער (אך) מיעוט פון נאָך אַ מציאות („עוד")], ווי די שמחה מוגבלת אין די שלש רגלים, נאָר אַ שמחה שלמעלה מהגבלה, ביז ווי די שמחה דלע"ל (עד כדי כך אַז מ'דאַרף ניט שיקן שוטרים),
663ובדוגמא די שמחה פון פורים (וואָס קומט דוקא פון דער מס"נ אין דעם העלם פון גלות אחשורוש, אכתיסד עבדי דאחשורוש אנן) — שמחה עד דלא ידעסה פון פוריםסו, וואָס דעמולט האָט מען ניט געשיקט שוטרים (אע"פ וואָס לא ידע בין ברוך מרדכי), ווייל בשעת כל מציאות האדם איז פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן באופן פון „אין עוד" — אַזוי אַז עס קען ניט זיין אַז רצונו והנהגתו זאָל זיין ניט כפי רצון ה' — דאַרף ער ניט אָנקומען צו אַ ידיעה והבנה אין די צוויי דרכים — נאָר „מנפשי' כרע", „לא ידע כו'", שטייענדיק העכער פאַר דעם ענין פון „נתתי לפניך את החיים גו'", וואָס פאָדערט אַ התבוננות וידיעה אַז עס זיינען דאָ צוויי דרכים, און ער דאַרף קלייבן בחיים.
ביז אַז דאָס ווערט אויך אַזוי נמשך אין וועלט, ווי עס שטייט אין מדרשסז אַז לע"ל וועט אויך אַ תאנה שרייען אַז מ'זאָל איר ניט רייסן ביום השבת, וכיו"ב.
יא. ועפ"ז יש לקשר זה אויך מיט דער פרשה וואָס מ'גייט לייענען בתפלת מנחה — „שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך":
שופטים ושוטרים בזמן הזה דאַרפן באַוואָרענען ענינים בלתי רצויים. ווי די שוטרים וואָס ב"ד האָט געשיקט צו מגביל זיין די שמחה ביו"ט, כנ"ל.
די שלימות ענין פון שופטים ושוטרים וועט אָבער זיין לע"ל — כמ"שסח „ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה" (כ"ף הדמיון — דמיון למעליותא). נאָר וויבאַלד אַז דעמולט וועט זיין „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ", וועלן די שופטים ושוטרים (ניט באַוואָרענען ענינים בלתי רצויים, נאָר) זיין נאָר אין ענינים טובים [לדוגמא: בכדי גיין פאָראויס און מאַכן אַ וועג אַז די עדי ראי' בקידוש הלבנה זאָלן קענען קומען לייכטערהייט און שנעלערהייט צו ב"ד].
יב. דער לימוד מהאמור לעיל בנוגע לפועל:
שטייענדיק בשבת מברכים אלול, דאַרף מען בפשטות מוסיף זיין אין אַלע ענינים פון תורה, תפלה און גמילות חסדים (צדקה), ובהקדמת עבודת התשובה,
וכל זה — אין אַ אופן פון גאולה, אַז ניט נאָר וואָס ער איז זיך מתגבר איבער די העלמות והסתרים פון וועלט, נאָר ער ווערט אַזוי דורכגענומען מיט לשמש את קונו, אַז ביי אים איז „מנפשי' כרע", ער איז כלל ניט שייך צו טאָן אַן ענין וואָס איז היפך רצונו של הקב"ה.
און נוסף אויף דעם וואָס ער דאַרף זיך אַליין אַזוי פירן, דאַרף ער זעען אַזוי אויך איינווירקן אויף אַנדערע, ביז — אויך מברר ומטהר ומזכך זיין די וועלט, אַלס צוגרייטונג צו דעם מצב דלע"ל, ווען „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ", „ונגלה כבוד ה' וראו כל בשר יחדיו"סט, און „מלאה הארץ דיעה את ה'664כמים לים מכסים"ע, „והי' ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהי' ה' אחד ושמו אחד"עא — „אין עוד מלבדו", און נאָכמער — „אין עוד".
וכמודגש אויך אין היינטיקן פרקעב — „בעשרה מאמרות נברא העולם, ומה תלמוד לומר והלא במאמר אחד יכול להבראות, אלא כו' ליתן שכר לצדיקים שמקיימין את העולם שנברא בעשרה מאמרות"*: וויבאַלד אַז חייב אדם לומר בשבילי נברא העולםעג — איז נאָכמער פאַרשטאַנדיק די גודל האחריות פון יעדן אידן צו מקיים זיין את העולם שנברא בעשרה מאמרות.
ולהוסיף, אַז דאָס טוט מען אויף דורך ממשיך זיין דעם „מאמר אחד" (וואָס „יכול להבראות" בו) — בחי' כתרעד, שלמעלה מהשתלשלות, און די עשרה מאמרות (כנגד די עשר ספירות), ביז מ'קומט צו סךהכל ושלימות פון „מאמר אחד" בפירושו מלכותעד (סיום הספירות) — אַז בכל העולם זעט מען בגלוי ווי „ה' ימלוך לעולם ועד"עה (כסיום פרק ששי פון פרקי אבות).
אין פשוט'ע אותיות ובנוגע לפועל: נוסף אויף די פעולות וואָס יעדערער טוט בנוגע צו זיך (קיום פון זיינע רמ"ח אברים און שס"ה גידים), און קיום בני ביתו און בני עירו — דאַרף ער זעען נעמען אויף זיך עכ"פ נאָך איין פעולה וואָס וועט צוגעבן אין קיום העולם.
און מ'דאַרף אויף דעם ניט האָבן קיין התבוננות ווי יעדערער קען משפיע זיין בקיום העולם — ווייל יעדערער קען דאָס לייכט אויספירן. ולדוגמא: דורך טאָן אין דעם ענין פון חינוך, אָדער שטיצן אַ מוסד חינוך — גיט ער צו אין קיום העולם, לשבת יצרהעו, דורך דעם וואָס דער מחונך ווערט ערצויגן בדרך הטוב והישר, וואָס אין דעם איז תלוי נוסף אויף זיין אייגענע הנהגה, די הנהגה פון אַלע די מיט וועמען ער וועט קומען אין באַרירונג, ובפרט די משפחה וואָס ער וועט אויפשטעלן, און די בנים ובנות ובני בנים עד סוף כל הדורות. אַזוי אויך דורך צדקה — ווערט החיית נפש העניעז, וואָס האָט אַ ווירקונג אין אַלע ווייטערדיקע פעולות פון דעם עני. אַזוי דורך תפלה, ווי די ברכות בתפלת העמידה — וועלכע זיינען נוסף על המתפלל אויף זיך אויך פאַר טובת העולם. און אַזוי זיינען פאַראַן נאָך אופנים וואָס יעדערער קען געפינען בהתאם צו זיין מעמד ומצב און זיינע חושים מיוחדים, ותן לחכם ויחכם עוד.
שטייענדיק בסמיכות צו דעם אָנהויבס פון אַ נייעם שנת לימודים, ווען עלטערן פאַרשרייבן און שיקן זייערע קינדער אין מוסדות חינוך פאַר דעם קומענדיקן יאָר — איז כדאי ונכון ביותר אַז יעדערער זאָל טאָן כל התלוי בו צו איינווירקן אויף עלטערן, בדרכי נועם ובדרכי שלום אבל אפילו מאה פעמים, אַז זיי זאָלן שיקן זייערע קינדער אין אַ מוסד חינוך הכשר ועל טהרת הקודש, בדרך התורה והמצוות.
665און אויך בנוגע צו די עלטערן וואָס זיינען דערוויילע ווייט ר"ל דערפון (און מ'קען ניט פועל'ן אַז זיי זאָלן שפּרינגען מן הקצה אל הקצה) — דאַרף מען זיך משתדל זיין אויך מיט זיי עד כמה שאפשרי, מן הקל אל הכבד, בדרכי נועם. צוזאַמען מיט זיי מסביר זיין מיט אַ תוקף המתאים, אַז עס זיינען פאַראַן תרי"ג מצוות, און איינע פון זיי איז „ושננתם לבניך"עח, און מען זאָגט עס פעמיים בכל יום ובקריאת שמע אויב זיי אַליין קענען ניט אויספירן בפשטות ושננתם לבניך, דאַרפן זיי שיקן דעם קינד צו אַ מוסד חינוך כשר וקדוש.
זיי מסביר זיין אַז דאָס גוטס פון דעם קינד איז תלוי אין זיין באַקומען אַ גוטן חינוך, וואָס עלטערן ווילן דאָך כל טוב פאַר זייערע קינדער, און ווי מ'זעט במנהג העולם, אַז בנוגע צו דעם טוב גשמי און געזונט פון אַ קינד — באַראַטן זיך די עלטערן מיט מומחים [און ניט נאָר נאָכן געבורט פון קינד, נאָר אויך פאַר דעם]. איז על אחת כמה וכמה, אַז בשעת דער אויבערשטער בענטשט עלטערן מיט געזונטע קינדער, דאַרפן זיי באַזאָרגן אַז ביים קינד זאָל אַלץ זיין גוט ברוחגיות — דורך באַקומען אַ פּאַסיקן חינוך — דורך שיקן דעם קינד צו מומחים אין דעם שטח פון חינוך — אַ תורה חינוך, על טהרת הקודש. ובפרט אַז דאָס איז נוגע ניט נאָר צום קינד אַליין, נאָר אויך צו דער משפחה וואָס ער וועט אויפשטעלן ווען ער וועט אויסוואַקסן.
און די וויכטיקייט אין דעם איז נאָך שטאַרקער אין די לעצטע דורות, ווען מ'זעט אַז עיקר החינוך באַקומט אַ קינד אין אַ מוסד חינוך, און מ'שיקט אים דאָרט פון גאָר יונ־ווייז אָן (ניט ווי אַמאָל וואָס אַ חלק חשוב פון דעם חינוך איז געווען אין שטוב).
יד. ויה"ר, אַז דורך דער הוספה אין די אַלע פעולות הנ"ל — זאָל דאָס צוגבן נאָכמער אין די ברכות פון דעם אויבערשטן צו יעדן אידן, בתוך כלל ישראל, „ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה", און עס ווערט נתגלה ווי אויך די ענינים וואָס שטייען בלשון אחר — זיינען ברכות הכי נעלותעט, כולל ובמיוחד — די ברכה אויף אַ כתיבה וחתימה טובה, לשנה טובה ומתוקה,
ביז — די ברכה העיקרית — די גאולה האמיתית והשלימה, ע"י משיח צדקנו, ובפרט אַז שנה הבאה — שנת תש"נ (ר"ת תהא שנת נסים) — הויבט זיך אָן מיט יום טוב של ראש השנה שחל להיות בשבת, וואָס איז מעין פון (און איז ממהר) דעם יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמיםפ, און צוזאַמען דערמיט וועט זיין אין להם מנוחה אין דער עבודה, שנאמרפא ילכו מחיל אל חיל יראה אל אלקים בציוןפב — דער גילוי וראי' אַז ישראל וקוב"ה כולא חד, בכל העולם כולו — „ה' ימלוך לעולם ועד".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ט, חלק ב
- Id
- rh-2g4azrwy