עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

מכתב ח"י אלול תשמ"ח

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ח"י אלול, ה' תשמח, שנת הקהל,

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

פותחין בברכה ובשמחה — שטייענדיק אין די טעג פון חודש אלול (אין איינקלאַנג מיט מנהג ישראל), און בפרט אין דעם סגולה־טאָג פון ח"י אלול, דער763געבורטסטאָג פון שני המאורות הגדולים (די גרויסע ליכט־קוואַלן): דער בעל שם טוב, מייסד תורת החסידות הכללית (אין יאָר נח"ת), און דער אַלטער רבי, מייסד תורת חסידות חב"ד, בעל התניא והשולחן־ערוך (אין יאָר קה"ת);

ספּעציעל היינטיקס יאָר, וואָס ח"י אלול קומט־אויס מיטוואך, דער פערטער טאָג פון מעשה־בראשית, ווען די „שני המאורות הגדולים" (די זון און די לבנה) האָבן אַנגעהויבן צו שיינען און באַלייכטן די ערד;

איז היינט זיכער אַ פּאַסענדע צייט פאַר יעדערן און יעדערע צו ווינטשן יעדן איינעם און איינע, בתוך כלל ישראל, אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות — דער פון אַלע אידן אַנגענומענער נוסח, וועלכער איז כולל כל הברכות.

בפרט אַז עס איז פאַראַן אַ ספּעציעלע פאַרבינדונג צווישן ח"י אלול מיט ראשהשנה, לויט ווי עס איז באַוואוסט, אַז אין צוגאָב צו דעם וואָס דער גאַנצער חודש אלול איז אַ צייט פון צוגרייטונג און חשבון־הנפש — זיינען די לעצטע צוועלף טעג פון חודש אלול, אָנהויבנדיק פון ח"י אלול, אויסגעטיילט דערמיט וואָס יעדער איינער פון זיי איז פאַרבונדען מיט אַ (גאַנצן) חודש פון דעם יאָר, יום לחודש. קומט764אויס, אַז ח"י אלול — דער ערשטער פון די צוועלף טעג — איז אַנטקעגן דעם חודש תשרי, און אַזוי אַרום פאַרבינדט ער דעם ראש־השנה פון דעם יאָר מיט דעם ראשהשנה פון אָנקומענדיקן נייעם יאָר.

דער אויבנדערמאָנטער חשבון־הנפש דאַרף ספּעציעל אַרייננעמען די דריי ענינים מיט וועלכע דער הי־יאריקער יאָר טיילט זיך אויס פון אַנדערע יארן: שנת הקהל, שנת תשמח, און שנת תשמח, וועגן וועלכע מ'האָט גערעדט באריכות באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן. ובקיצור:

שנת הקהל: די נקודה דערפון, אַ פאַרשטאַרקטע טעטיקייט, בכמות ובאיכות, מקרב צו זיין אנשים נשים וטף צום אויבערשטן, ביז דורך מעשים בפועל אין אַלע שלשה דברים: תורה, עבודה און גמילות חסדים, און דערמיט אויך נאָכמער פאַרשטאַרקן דעם פאַרבונד (הקהל) פון אידן איינער צום צווייטן, ביז צו אַ פולשטענדיקע אחדות פון כלל ישראל, גוי אחד בארץ, און — אחדות מיט השם אחד, דורך תורתנו תורה אחת.

שנת תשמח: צו שטיין אין אַ תנועה פון שמחה אמיתית, עבדו את הוי' בשמחה — שמחה של תורה ושמחה של מצוה — ניט נאָר אין טעג פון שמחה און ווען מ'פּראַוועט אַ שמחה, נאָר, וויבאַלד אַז אַ איד איז דאָך באַשאַפן געוואָרן לשמש את קונו, דאַרף דאָך זיין בכל דרכיך דעהו, מיינט דאָס אַ שטענדיקער צושטאַנד פון שמחה; און —

765שנת תשמַח: אַריינברענגען די שמחה אויך צו (און אין האַרצן פון) אַנדערע, אין אַלע ענינים הנ"ל,

ועל כולם — משמח זיין את קונו ואת בוראו, דעם אויבערשטן,

און דער אויבערשטער וועט נאָך מער צוגעבן אין זיין פרייען זיך מיט אונז, ישמח ה' במעשיו.

*

מ'האָט אָפט דערמאָנט, אַז אין אַלע גוטע זאַכן דאַרף זיין והחי יתן אל לבו, און המעשה עיקר, אַז דער עיקר איז, אַז אַלע גוטע מחשבות און החלטות זאָלן אַראָפּקומען אין מעשה בפועל,

איז צו האָפן, און מיט אַ זיכערקייט, אַז דער חשבון־הנפש אין אַלע אויבנדערמאָנטע ענינים — דער חשבון־צדק וויפל מ'האָט אויפגעטאָן, און דער עיקר, בהנוגע לפועל, וויפל מ'דאַרף נאָך אויפטאָן — וועט זיך אויסדריקן אין מעשים בפועל, און מ'וועט אויך אויסניצן די לעצטע טעג פון דעם יאָר „אַריינצוכאַפּן" און משלים זיין וואָס מער;

און דאָס גופא וועט זיין די ריכטיקע הכנה אַז די אַלע ענינים וועלן האָבן אַ המשך ווי עס דאַרף זיין אין דעם נייעם יאָר הבע"ל, אויף אַ גאָר גרויסן און הויכן פאַרנעם.

און דאָס אַלעס וועט נאָכמער צואיילן די גאולה האמיתית והשלימה, ווען מיר וועלן אַלע, האנשים הנשים והטף, זיך אויפפירן כמצות רצונך,

ובפרט — אין בית המקדש, מקדש אד־ני כוננו ידיך — כהנים בעבודתם ולויים בדוכנם וישראל במעמדם,

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-xa849hxa

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · open
#157 Sefer HaSichos ה'תשמ"ט, חלק ב: one page per sicha · approved