Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ עקב, ח"י מנחם־אב ה'תשמ"ט
641משיחות ש"פ עקב, ח"י מנחם־אב ה'תשמ"ט
א. אין אָנהויבס פ' עקב שטייט „והי' עקב תשמעון גו' ושמר ה' אלקיך לך את הברית גו', ואהבך וברכך וגו'" — דער שכר אויף קיום התורה והמצוות, ווי עס רעדט זיך אויספירלעך אין המשך הפרשה.
דער ענין (פון שכר מצוות) איז אויך מרומז אין דעם וואָרט (און נאָמען פון כל הפרשה) „עקב" — וואָס איינער פון די פירושים אין דעם איז, אַז דאָס גייט אויף שכר מצוות וואָס מ'באַקומט אין אחרית („עקב") הימיםא דימות המשיח, לאחרי סיום העבודה אין „היום לעשותם"ב, ווי עס שטייט אין מדרשג „אמר להם הקב"ה כו' שכרו (שכר מצוות) בעקב (בסוף לעתיד לבואד) אני נותן לכם כו' שנאמר והי' עקב תשמעון"ה.
אין דעם וואָרט „עקב" איז דאָ נאָך אַ פירוש, אַז דאָס גייט אויף מצוות — די „מצוות שאדם דש בעקביו"ו. און „והי' עקב תשמעון" איז דער טייטש, אַז „אם המצוות קלות כו' תשמעון", וועט קומען דער שכר — „ושמר ה' וגו'" (ישמר לך הבטחתו).
וויבאַלד אַז ביידע פירושים זיינען אין דעם זעלבן פסוק, אין נאָכמער — אין זעלבן וואָרט, איז פאַרשטאַנדיק אַז זיי האָבן אַ שייכות צוו' שן זיך (ווי גערעדט מערערע מאָלז). לויט דעם איז ניט פאַרשטאַנדיק בנוגע די צוויי פירושים אין „עקב": ניט נאָר וואָס זיי האָבן צווישן זיך קיין שייכות ניט, נאָר זיי זיינען גאָר פאַרקערטע פירושים; לויט דעם צווייטן פירוש באַדייט „עקב" — מצוות [און אין מצוות גופא — דער סוג פון „מצוות קלות שאדם דש בעקביו", וואָס דאָס באַווייזט אַז דער מענטש שטייט אויף אַ נידעריקע דרגא וואו ער דאַרף אָנקומען צו אַ זהירות אַז עס זאָל ניט זיין „דש בעקביו"], משא"כ לויט דעם ערשטן פירוש גייט עס אציף שכר מצוות באחרית הימים.
נאָכמער: אַ פסוק פריער (אין סוף פ' ואתחנן) שטייט „היום לעשותם"ב, און רש"י איז מפרש „ולמחר לעולם הבא ליטול שכרם". ד. ה. אַז דער ענין פון642עשיית המצוות (היום) און שכר מצוות (למחר) זיינען פאַרבונדן מיט באַזונדערע זמנים; און אין דעם פסוק וואָס קומט גלייך לאחרי זה — קומען צוזאַמען די ביידע פירושים און ענינים — היום לעשותם און למחר לקבל שכרם — אין דעם זעלבן וואָרט „עקב"ח, וואָס באַדייט דער ענין פון שכר מצוות (כפירוש הא') און דער ענין פון מצוות (כפירוש הב')!
ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים אַ שאלה בנוגע צו דעם כללות הענין פון שכר מצוות (וועגן וועלכע עס רעדט זיך בארוכה ובפרטיות אין פ' עקב):
אמת'ע שכר דאַרף האָבן אַן ערך צו דער עבודה אויף וועלכע מ'צאָלט דעם שכר. ביז אַז דאָס דאַרף זיין נאָכמער ווי די ווערט פון דער השתדלות ועבודת הפועל אַליין [ווי דאָס איז בנוגע צו אַ שכר גשמי וואָס אַ בעה"ב צאָלט זיין אַרבעטערט, דאַרף דאָס זיין ניט בלויז אַז דער בעה"ב באַזאָרגט דעם פועל, און זיכער ניט נאָר אויף זיינע צרכים בשעת העבודה, נאָר אַ סך מער דערפון ווייל אליו הוא נושא את נפשוי, ער זאָל קענען מפרנס זיין בני ביתו. ועאכו"כ בנוגע צו אַ פועל אַ איד — כדברי המשנהיא: אפילו אם אתה עושה להם כסעודת שלמה בשעתו לא יצאת ידי חובתך עמהן שהן בני אברהם יצחק ויעקב].
לויט דעם שטעלט זיך אַ קשיא: יעדער ענין של שכר — גשמי אָדער רוחני [כולל די יעודים בפרשתנו און אין אַנדערע פרשיות בתורה] — איז ניט בערך צו קיום התורה ומצוותי' (חכמתו ורצונו של הקב"היב), און דעם „נחת רוח לפני"יג וואָס דאָס ברענגט, וכמאחז"ל (אין דער משנה פון היינטיקן פרקיד) „יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי העולם הבא", אפילו נאָר אַ שעה אחת פון תשובה ומעשים טובים איז „יפה" מער פון „כל חיי העולם הבא", עאכו"כ אַ סך שעות און אַ ריבוי תשובה ומעשים טובים. קומט דאָך אויס לכאורה, אַז מיט דעם שכר וואָס דער אויבערשטער גיט אידן, אפילו דער שכר פון „עולם הבא"טו, „שכרו בעקב אני נותן לכם" (למחר לקבל שכרם), עאכו"כ דער שכר פון די יעודים גשמיים בעולם הזה — ווערט ניט אָפּגעצאָלט דער (פולער) שכר פאַר643זייער קיום המצוות, וואָרום דער שכר קומט ניט צו די געוואַלדיקע מעלה פון מקיים זיין אַ מצוה של הקב"ה — וואָס פאַר אַ שכר קען מען פאַר דעם אָפּצאָלן?!
ג. בכמה מקומות איז מען מבארטז (ע"פ דעם מאמר המשנה „שכר מצוה מצוה"), אַז לעתיד לבוא וועט נתגלה ווערן דער „נחת רוח לפני", דער רצון ותענוג פון השם אין מצוות, וואָס מ'טוט אויף דורך קיום המצוות, דעריבעריז איז עס אַ שכר אמיתי אויף קיום המצוות. דאָס איז אָבער ניט אינגאַנצן מספיק (אין אונזער פאַל) — ווייל:
(א) דער גילוי הנחת רוח צום מקיים המצוה איז ניט דער תוקף און דער עצם הנחת רוח וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך קיום המצוה בעוה"ז (ועד כדי כך אַז „יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעוה"ז מכל חיי העוה"ב"). (ב) (רוב פון) די יעודים אין אונזער פרשה, ועד"ז אין אַנדערע ערטער אין תורה, רעדן ניט (אפילו ניט ברמז) וועגן דעם גילוי הנחת רוח פון דעם אויבערשטן, נאָר וועגן ברכות און המשכות צו אידן אין זייערע ענינים גשמיים: „ושמר ה"א לך את הברית ואת החסד גו', וברכך והרבך וברך פרי בטנך ופרי אדמתך גו', ברוך תהי' מכל העמים, לא יהי' בך עקר ועקרה גו', והסיר ה' ממך כל חולי וגו'", ועד"ז אין די ווייטערדיקע פסוקם.
ד. ויש לומר הביאור בזה לויט דער משנה (אין היינטיקן פרקיח) — „שכר מצוה מצוה":
דער אמת'ער שכר אויף אַ מצוה איז — די מצוה זעלבסט (ווייל אַלע אַנדערע זאַכן זיינען ניט בערך און במילא — ניט קיין שכר אויף דער מצוה, כנ"ל), וואָס פאַרבינדט אים מיט דעם אויבערשטן (מצוה מלשון צוותא וחיבוריט). ובפרט לויט נאָך אַ פירוש אין דעםכ: שכר מצוה — מצוה, דער שכר פון אַ מצוה איז, אַז דאָס ברענגט דעם אדם (המקיים המצוה) צו מקיים זיין נאָך אַ מצוה, ביז אַ ריבוי מצוותכא. נוסף אויף דעם — וואָס דאָס ברענגט עס אַז ער זאָל מקיים זיין די מצוה אויף אַ העכערן און מער שלימות'דיקן אופן (מיט מער הידור, מער שמחה וכו').
וע"ד פון דעם וואָס „מצוה גוררת644מצוה" (ווי די משנה זאָגט גלייך פאַר דעם), אַז די תכונה פון אַ מצוה מצ"ע איז, אַז דאָס ברענגט דעם מענטשן צו מקיים זיין נאָך אַ מצוה, ביז אַ ריבוי מצוות „עד סוף כל המצוות"כב.
עאכו"כ „שכר מצוה" — וואָס דער אויבערשטער גיט פאַר דער מצוהכג — אַז דאָס ברענגט נאָך אַ מצוה, נאָך אַ ריבוי מצוות — כולל אַן עילוי אין דעם ענין פון דער מצוה עצמה (קיום רצון ה'), סיי בכמות (מערער מצוות), און סיי באיכות — אַ העכערער אופן בהמצוהכד, כולל אויך אַז די ערשטע מצוה (אויף וועלכע מ'באַקומט דעם שכר) זאָל געטאָן ווערן מיט מער שלימות (כנ"ל).
ויש לומר אַז דאָס איז אויך דער תוכן פון דעם שכר מצוה אין די יעודים גשמיים בתורה (כולל — בפרשתנו) — „שיסיר ממנו כל הדברים המונעים אותנו מלעשותה (קיום התורה ומצוותי') כגון חולי ומלחמה ורעב וכיוצא בהן וישפיע לנו כל הטובות המחזיקות את ידינו לעשות התורה כגון שלום ושובע ורבוי כסף וזהב כדי שלא נעסוק כל ימינו בדברים שהגוף צריך להן אלא נשב פנויים ללמוד בחכמה ולעשות המצוה כו'" (ווי דער רמב"ם איז מבאר אין הל' תשובהכה), ד. ה. אַז דער שכר מצוה פון די אַלע יעודים גשמיים איז (ניט צוליב די טובה גשמית שבזה, דאָס האָט קיין ערך ניט צו אַ מצוה, נאָר) — די מעגלעכקייט וואָס די מנוחה, מנוחת הגוף ומנוחת הנפש (וואָס קומט אַלס אַ תוצאה פון די יעודים גשמיים), גיט צו קענען לערנען תורה און מקיים זיין מצוותכו, „ללמוד בחכמה ולעשות המצוה", און מיט אַ הוספה ביתר שאת וביתר עוז — בכמות ובאיכות.
על אחת כמה וכמה בנוגע צו דעם שכר פון ימות המשיח און עולם הבא — וואָס דאָס איז „סוף מתן שכרן של מצוות"כז, דער שכר וואָס דער אויבערשטער גיט „בעקב" (באחרית הימים) — וואָס דעמולט וועט זיין שלימות המנוחה באַ אידן („לא יהי' שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות שהטובה תהי' מושפעת הרבה וכל המעדנים מצויין כעפר"כח), וואָס „מפני זה נתאוו כל ישראל נביאיהם וחכמיהם לימות המשיח כדי שינוחו ממלכיות שאינן מניחות להן לעסוק בתורה ובמצות כהוגן כו'"כט, „לא כדי לאכול לשתות ולשמוח אלא כדי שיהיו פנויין בתורה וחכמתה כו'"ל,
בימות המשיח וועט זיין די שלימות פון שכר מצוה מצוהלא — ניט אַ שכר645צדדי, נאָר אַ שכר ושלימות אין דער „מצוה" עצמה (דער קיום פון תורה ומצוותלב בזמן הזה)לג — עס וועט דעמולט צוקומען שלימות (בכמות ובאיכות) אין קיום המצוות ושם נעשה לפניך כמצות רצונךלד, „עיקרלה היום לעשותם ותכלית השלימות של המעשה יהי' בימות המשיח"לו.
ה. עפ"ז יש לומר די שייכות פון די צוויי פירושים אין „עקב", שכר מצוות „בעקב" (אחרית הימים) און די מצוות עצמן: שלימות פון שכר מצוות איז — די מצוות אַליין. און דאָס איז דער פירוש אין „והי' עקב תשמעון", אַז (נוסף אויף דעם וואָס דורך קיום המצוות באַקומט מען שכר, איז) דער שכר „בעקב" עצמה („ושמר ה"א לך את הברית וגו'" און די אַלע יעודים אין דער פרשה) באַשטייט פון הוספה אין קיום המצוות — „עקב" בפירושו מצוות — נאָכמער המשפטים האלה — ושמרתם ועשיתם אותם.
לויט דעם דאַרף מען פאַרשטיין וואָס איז די שייכות פון דער שכר ושלימות במצוות („בעקב") מיט דעם וואָס „עקב" גייט אויף די „מצוות קלות שאדם דש646בעקביו", דלכאורה באַווייזט דאָס אויף אַ דרגא קלה אין מצוות, ועאכו"כ ניט אויף שלימות המצוות ווי ס'וועט זיין באחרית הימים („בעקב")?
ו. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם פאַרגלייך פון דער משנה הנ"ל „שכר מצוה מצוה" מיט דעם פסוק „והי' עקב תשמעון": די משנה זאָגט דאָרטןיח „הוי רץ למצוה קלה כו' שמצוה גוררת מצוה כו' ששכר מצוה מצוה". וואָס אויך דאָ זעט מען ווי „רץ למצוה קלה" דוקא איז פאַרבונדן מיט „שכר מצוה מצוה" — בדוגמא דער פירוש הנ"ל אין „והי' עקב תשמעון", אַז „שכר מצוה מצוה" באַשטייט פון די „מצוות קלות כו'". ויש לומר הטעם, ווייל די שלימות פון „שכר מצוה" דריקט זיך אויס אין דעם קיום פון מצוות קלות, וכדלקמן.
והביאור בזה:
אין דעם ענין פון „המצוות קלות שאדם דש בעקביו תשמעון" איז לכאורה פאַראַן אַ סתירה: פון איין זייט זאָגט מען אַז זיי זיינען „מצוות קלות", ולאידך — דאַרף אין דעם זיין „תשמעון", ובלשון חז"ללז (בהמשך צו דער דרשה הנ"ל אויף „והי' עקב תשמעון") — „לא תהא יושב ושוקל במצותי' של תורה", „הוילח זהיר במצוה קלה כבחמורה"לט — ער זעט דעם חילוק צווישן מצוות, ס'איז דאָ אַ מצוה קלה און אַ מצוה חמורה, און צוזאַמען דערמיט „לא תהא יושב ושוקל" און „הוי זהיר במצוה קלה כבחמורה".
עס שטעלט זיך די שאלה: וויבאַלד אַז ס'איז דאָ דער חילוק ונפק"מ (ע"פ תורת אמת) צווישן אַ מצוה קלה און אַ מצוה חמורה, און די תורה זאָגט אַז אידן זיינען אַן „עם חכם ונבון"מ, און ס'איז מובן אַז זיי דאַרפן נוצן זייער חכמה ובינה צו פאַרשטיין תורה און ווי צו דינען דעם אויבערשטן — איז ווי מאָנט מען „לא תהא יושב ושוקל מצותי' של תורה", אַז מ'זאָל ניט נוצן די חכמה וואָס דער אויבערשטער האָט אים געגעבן צו מברר זיין דעם חילוק צווישן קלה וחמורה?!
איז דער ביאור אין דעם, אַז אויך דער ענין פון „לא תהא יושב ושוקל כו'", „הוי זהיר במצוה קלה כבחמורה", האָט אַן אָרט און אַ טעם והסברה אין שכל פון נפש האלקית ביז אויך אין שכל פון נה"ב: וויבאַלד אַלע מצוות זיינען רצונו של הקב"ה, ה' אחד ורצונו אחד, איז מצד דעם ניטאָ קיין אונטערשייד צווישן איין מצוה און אַ צווייטער, „קלה" און „חמורה"מא; וויבאַלד אַז שכל פאַרשטייט די מעלה פון קבלת עול — דעריבער פאַרשטייט ער אַז מצד קבלת עול, דאַרף ער זיין זהיר במצוה קלה כבחמורה. ואדרבה — דוקא דורך דער מצוה קלה ברענגט זיך אַרויס בגלוי די קבלת עול.
עפ"ז ווערט די שאלה לאידך גיסא: וויבאַלד אַז אַ איד פאַרשטייט אַז קיום פון אַ מצוה קלה האָט אין זיך די מעלה פון קבלת עול — קומט דאָך אויס אַז אויך ע"פ שכל איז ניטאָ קיין חילוק צווישן „קלות" און „חמורות" — איז פאַרוואָס דאַרף מען אָנקומען צו דעם647אָנזאָג „לא תהא יושב ושוקל"?
איז דער ביאור אין דעם: שלימות העבודה פון קבלת עול איז — אַז די קבלת עול איז ניט מצד די מעלה פון קבלת עול (אַז דאָס איז „ראשית העבודה ועיקרה ושרשה"מב וכיו"ב) — ווייל דעמולט איז דאָס ניט קיין עול, נאָר אַ זאַך וואָס ער פאַרשטייט בשכל; אמת'ע קבלת עול איז אָן קיינע חשבונות, עול מלכות שמים. וע"ד הפתגם „אני מתפלל לדעת זה התינוק"מג, בשעת התפלה „לדעת זה התינוק" טראַכט ער ניט וועגן די מעלות פון תפלת התינוק (די מעלה פון פשטות), נאָר „לדעת זה התינוק" ממש, בלי חשבונות.
די שלימות אין קבלת עול איז דוקא בשעת אַ איד („עם חכם ונבון") פאַרשטייט בשכלו דעם אונטערשייד צווישן אַ מצוה קלה און אַ מצוה חמורה, און אַז ע"פ תורה איז די מצוה קלה (לייכטער) ווי אַ מצוה חמורה, ונפק"מ לפועל — אַז ע"פ שכל דקדושה קען ער געפינען טעמים פאַרוואָס מ'מעג אָפּלייגן לפי שעה דעם קיום פון אַ מצוה קלה (אויב זי איז ניט אַ מצוה שהזמן גרמא, אַ מצוה עוברת), ביז אַז עס קען זיין אַ קס"ד אַז „אדם דש בעקביו".
און טראָץ דעם אַלעם, איז ער מקיים די מצוה קלה מתוך קבלת עול (אל תהא שוקל) באופן פון „הוי זהיר במצוה קלה כבחמורה", כולל די זהירות פון „אין מעבירין על המצוות"מד, אפילו אַ מצוה קלה [וכמובן פון דעם לשון „אין מעבירין", אַז דאָס רעדט זיך ניט וועגן אַ מצוה עוברת, ווייל אויב ער איז זי ניט מקיים איז ער מבטל די מצוה און ניט בלויז מעביר על המצוה, נאָר דאָס רעדט זיך וועגן אַ מצוה וועלכע מ'קען ע"פ דין אָפּלייגן אויף שפּעטער, און אעפ"כ איז „אין מעבירין"], ניט צוליב אַ טעם וחשבון בשכל, נאָר דערפאַר ווייל דאָס איז אַ מצוה של הקב"ה.
וואָס דאָס איז דער אמת'ער מסירת נפש — מסירת נפש והרצון שלו (אויך זיין טעם ושכל) צו דעם אויבערשטן, אַז צוזאַמען דערמיט (ואדרבה — דוקא דורך דעם) וואָס ער נוצט זיין שכל און פאַרשטייט דעם אונטערשייד צווישן מצוות און ווי דאָס איז נאָר אַ מצוה קלה (ניט אַזוי האַרב ווי אַ מצוה חמורה), איז ער אין דעם זהיר כבחמורה, ניט צוליב אַ טעם וחשבון, נאָר באופן פון קבלת עול.
וואָס דורך דעם ווערט זיין גאַנצע מציאות פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן (מסירת נפש) — ווייל דוקא דורך דעם וואָס ער פאַרשטייט און דערהערט בשכל ווי דאָס איז אַ מצוה קלה — קומט אַרויס דער העכסטער אופן אין קיום המצוות — מתוך קבלת עול ומסירת נפש!
ז. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון „שכר מצוה מצוה" (שלימות קיום המצוות „בעקב", באחרית הימים) צו דעם ענין פון „עקב" בפירושו „מצוות קלות שאדם דש בעקביו":
דורך קיום מצוות קלות („המצוות קלות כו' תשמעון") — באַקומט מען די שלימות פון „שכר מצוה מצוה" (ע"ד ווי ס'וועט זיין לע"ל), מ'איז מקיים אַ מצוה ניט נאָר מצד החשבון בשכל, נאָר מתוך קבלת עול, און נאָכמער (קיום המצוה באופן נעלה יותר) — אַז צוזאַמען דערמיט, ואדרבה — דורך דעם — וואָס ער648נוצט זיין שכל און פאַרשטייט אַז דאָס איז אַ מצוה קלה, איז ער זי מקיים מתוך קבלת עול מיט דער גאַנצער זהירות פון אַ מצוה חמורה, וואָס דורך דעם ווערט אויך זיין שכל (און זיין גאַנצע מציאות)מה פאַרבונדן — מצוה מלשון צוותא וחיבור — מיט דעם אויבערשטן.
באופן אחר קצת: די שלימות פון „שכר מצוה מצוה" לע"ל („והי' עקב תשמעון") וועט זיך אויסדריקן (מער) אין קיום מצוות קלות שאדם דש בעקביו, זיי ברענגען אַרויס תכלית השלימות פון קיום המצוות — בתכלית הביטול צו דעם אויבערשטן, וביחד עם זה — ווי דאָס נעמט דורך און קומט אַרויס פון זיין מציאות (זיין שכל והרגש).
ועפ"ז יומתק דער פירוש אין משנה „הוי רץ למצוה קלה" דורך דעם וואָס „מצוה גוררת מצוה כו' שכר מצוה מצוה": דוקא דורך רץ למצוה קלה (וועלכע איז ע"פ שכל דקדושה ניט אַזוי חמור) ברענגט עס צו שלימות אין קיום המצוות — „מצוה גוררת מצוה"מו, און נאָכמער — „שכר מצוה מצוה", ביז שלימות שכר מצוה — בקיום המצוות דלע"ל.
ח. דערפון האָט מען אַ לימוד נפלא אין דער עבודה פון אַ אידן:
כשם ווי דער אויבערשטער גיט אידן פאַר קיום המצוות אַ שכר מלא וועלכער איז בערך זייער עבודה (שכר מצוה מצוה) און נאָכמער דערפון (דערפון קומט צו נאָכמער במצוות, בכמות ובאיכות), ביז דער שלימות אין מצוות דלע"ל — כולל די שלימות הצוותא וחיבור מיטן אויבערשטן —
והלכת בדרכיומז — ע"ד זה דאַרף זיין ביי אַ אידן, וועלכער ווערט אָנגערופן אדם על שם אדמה לעליוןמח: בשעת ער באַקומט אַ טובה פון אַ צווייטן אידן, אפילו אַ טובה גשמית, עאכו"כ אַ טובה רוחנית (אפילו אַ טובה קלה) — דאַרף ער אים אָפּצאָלן שכר מלא, ניט סתם צו יוצא זיין, נאָר אַ שכר וואָס איז לפי ערך די טובה וואָס ער האָט באַקומען, און נאָכמער דערפון [אויב ער האָט באַקומען אַ מנה פון חבירו — דאַרף עס ביי אים אַרויסרופן די החלטה אַז אויב חבירו וועט ביי אים בעטן מאתיים — וועט ער אים געבן מאתיים, וכיו"ב].
און אויב חברו איז עם מזכה מיט אַ מצוה — דאַרף ער אים אָפּצאָלן מיט דעם שכר — שכר מצוה מצוה — דורך דעם וואָס ער העלפט אים אין לימוד התורה וקיום המצוות (ובפרט אַז ער גיט אים די מעגלעכקייט פון מצות אהבת ישראל) — ער זאָל צוקומען צו מקיים זיין נאָך מצוות און נאָך מצוות, מצוה גוררת מצוה, און — מיט מער שלימות, הידור און שמחה, און עולה זיין און גיין מחיל אל חיל.
א
649ט. דער ענין הנ"ל האָט אויך אַ שייכות מיוחדת מיט דעם יום ההילולא פון דעם טאַטן בעשרים במנחם־א, וועלכער ווערט געבענטשט פון דעם שבת [וכידוע אַז כמה מנהגי יאָרצייט הויבן זיך אָן אין דעם שבת שלפניו], וואָס ביום ההילולא איז „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר שבד כל ימי חייו" שטייט בגלוי און איז „פועל ישועות בקרב הארץ"מט:
עבודתו פון דעם בעל ההילולא איז באַשטאַנען (בעיקר) אין כל השייך לרבנות אמיתית ומנהיגות אמיתית, כולל — אפילו בהיותו אין אַ גלות בתוך גלות, וואו ער האָט זיך עוסק געווען אין תורה ויהדות, כולל אויך — הפצת פנימיות התורה, מתוך מסירת נפש ממש,
וכידוע וואָס שטייט אין חינוךנ אַז „צער הגלות שקול כמעט כצער המיתה, שנפרד האדם מאוהביו ומארץ מולדתו ושוכן כל ימיו עם זרים", און ווען דער צער גלות ציט זיך אַ משך זמן, איז דאָ אַ מעלה נפלאה אין דער עבודה בקיום התומ"צ אין גלות מתוך מס"נ, ע"ד מאחז"לנא „אלמלא נגדוה לחנני' מישאל ועזרי' כו'"נב, כאָטש אַז זיי האָבן זיך מוסר נפש געווען ממש — בכבשן האשנג.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד זיין עבודה איז געווען אַ שווערערע (זייענדיק אין גלות בתוך גלות) — איז אויך דער „שכר מצוה מצוה" אַ גרעסערע, ביז שלימות העבודה — די עבודה פון מסירת נפש, ווי ס'איז געווען בפועל ובגלוי באַ דעם בעל ההילולא.
דער ענין איז אויך מרומז בשמו פון בעל ההילולא — „לוי יצחק": ביידע נעמען באַווייזן אויף תכלית הביטול (מסירת נפש). לוי איז על שם „הפעם ילוה אישי אלי"נד, באַהעפט (ילוה) מיט „אישי" זה הקב"ה; און „יצחק" איז אַן „עולה תמימה"נה, נוסף על זה וואָס ער איז געווען דער ראשון שמהול לשמונהנו, וואָס דורך מילה ווערט „והי' לאות ברית ביני וביניכם"נז.
[ובהדגשה מיוחדת בשנה זו — מ"ה שנה זינט דער הסתלקות (בשנת תש"ד) — וואָס מ"ה איז מרמז אויף תכלית הביטול, ונחנו מהנח].
ולהעיר אויך, אַז לוי איז ענינו „יורו משפטיך ליעקב גו'"נט — ענין רבנות.
און אויך דער גילוי דלעתיד (שלימות פון שכר מצוה מצוה) איז מרומז בשמו:650ביידע נעמען זיינען לשון עתיד — לוי ע"ש „ילוה אישי אלי" לשון עתיד, יצחק איז לשון עתיד, ע"ש „כל השומע יצחק לי"ס, און מרמז אויף שלימות הצחוק והתענוג דלע"לסא, וואָס לע"ל ליצחק יאמר כי אתה אבינוסב.
ולהוסיף, אַז דער יחוס פון דעם בעל ההילולא איז פון זרע דודסג [כידוע אַז ער איז אַ דור השביעי פון דעם אַלטן רבי'ן, וועלכער איז אַ דור השביעי פון מהר"ל פראג, און דער מהר"ל שטאַמט פון זרע דוד]סד.
ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער קשר מיט דעם וואָס די גמרא זאָגטסה אַז בעשרים באב (יום ההילולא) האָט אַ משפחה פון בית דודסו מקריב געווען קרבן עצים.
דער ענין אין עבודה: בכדי ברענגען די גאולה העתידה דאַרף זיין די שלימות פון דער אייגענער עבודה און שלימות אין דער השפעה על הזולתסז. ווי דאָס איז געווען באָם בעל ההילולא: ער האָט געטאָן זיין אייגענע עבודה בשלימות, ביז מתוך מס"נ, כולל — דורך זיין שרייבן דברי תורה, נגלה דתורה ופנימיות התורה. ער איז געווען אַ רב ומנהיג, און האָט אָנגעפירט מיט צאן מרעיתו [נוסף אויף זיין השפעה אויף אוה"ע, ובפרט דורך דעם וואָס זיי האָבן געזען די השגחה פרטית און נסים וואָס מיט אים האָט פּאַסירט, האָט דאָס באַ זיי מוסיף געווען באמונת ה', בורא עולם ומנהיגו],
נוסף אויף דעם — וואָס זכינו זכות גדולה און אַ קליינע טייל פון זיינע חידושי תורה ודברי תורה
ולהעיר — נאָר פון די חידושי תורה וועלכע ער האָט געהאַט די מעגלעכקייט —
דורך דער מסירת נפש פון דער מאַמען הרבנית הצדקנית אשת חבר כחבר — ברענגען ספרים, מאַכן טינט, זוכען און געפינען פּאַפּיר א. ז. וו.
— צו שרייבן וכו' וכו' אין דעם גלות בתוך גלות,
און דערנאָך זיינען די חידושי תורה ודברי תורה אַרויס פון גלות און אָפּגעדרוקט געוואָרן — איז דורך דעם צוגעקומען אין הפצת התורה נגלה ופנימיות התורה, וועלכע גיט אויך צו אין דער עבודה פון כו"כ אידן וכו' עד היום הזה.
און די ביידע ענינים — די עבודה עם עצמו און עם הסביבה — זיינען מרומז אין די צוויי נעמען „לוי" און „יצחק":
„לוי", „ילוה אישי אלי" איז מרמז אויף דער אייגענער עבודה („אלי") צו זיך באַהעפטן מיטן אויבערשטן („אישי"). „יצחק" איז מרמז אויף דער עבודה פון משפיע זיין על הסביבה — יצחק איז ע"ש „כל השומע יצחק לי", ד. ה. די השפעה אויף אַ שומע ממנו, ביז אַזאַ וועלכער האַלט נאָר באַ דער דרגא פון שמיעה (שלמטה מראי'), און „כל השומע", אפילו אַזאַ שומע וואָס טראָגט651זיך ניט צו צו „הערן" וואָס מ'רעדט, נאָר די ווערטער גייען אַריין אין זיינע אויערן — פועל'ט ער סו"ס אויף אים „יצחק", הצחוק והשמחה, ביז ווי דאָס איז למעלה ממדידה והגבלה.
ולהוסיף אַז „(יצחק) לי" גייט בפשטות אויף שרה, און ווי זי איז שרה (מיט אַ ה"א), האָבנדיק אַ שייכות מיט עולםסח — ע"ד ווי אשת בעל ההילולא, וועלכע איז געווען צוזאַמען מיטן בעל ההילולא אין גלות, און האָט אים דאָרט אַרויסגעהאָלפן בעבודתו (כנ"ל), כולל — דורך קלייבן גראַז און מאַכן דערפון דיו בכדי אַז דער בעל ההילולא זאָל קענען שרייבן זיינע דברי תורה, וועלכע זי האָט דערנאָך אַרויסגעבראַכט פון גלות בתוך גלות אין מאָסקווא און דערנאָך זיינען זיי אָנגעקומען ע"י כמה, כו"כ ממוצעים וכו' וכו' ביז . . — עס איז אָנגעקומען אין ברוקלין און אָפּגעדרוקט געוואָרן וכו'.
י. דער לימוד דערפון פאַר יעדערן:
יעדער איד האָט אין זיך די ענינים פון „לוי" און פון „יצחק" — כפס"ד הרמב"םסט „לא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש אשר נדבה רוחו כו'", און בנוגע ליצחק אבינו — האָט אין זיך יעדער איד די כחות פון די אבותע.
דאַרף ביי אַ אידן זיין די עבודה אין ביידע קוים — עבודה עם עצמו בקיום התורה והמצוות, „והי' עקב תשמעון את המשפטים האלה ושמרתם ועשיתם אותם", כולל די זהירות במצוות קלות כבחמורות, און די עבודה עם הזולת — דורך הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה. ומתוך מסירת נפש, ובפרט געפינענדיק זיך בסוף הגלות.
ובמיוחד — קומענדיק פון חמשה עשר באב, וואָס „מכאן ואילך דמוסיף יוסיף", יוסיף חיים על חייועא — אַ הוספה אין חיים כפשוטם אין וועלכע עס זיינען דאָ בפנימיותם חיים אמיתיים, תורה ומצוות, הם חיינו ואורך ימינועב.
און דורך דער הוספה אין מעשינו ועבודתינועג — וועט מען תיכף ומיד זוכה זיין צו דעם שלימות השכר — די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, עס וועט בגלוי ממש מקויים ווערן ילוה אישי אלי — דער אויבערשטער מיט אידז. „עמו אנכי בצרה"עד אין גלות, און גייט מיט זיי צוזאַמען פון גלות אַרויס בגאולה האמיתית והשלימה, כולל שלימות הצחוק והשמחה (יצחק),
והקיצו ורננו שוכני עפרעה, און דער בעל ההילולא בתוכם, צוזאַמען מיט כל ישראל, מיט אונז אַלעמען חיים כולכם היוםעו, באופן (כבמדרשעז) מאירים כיום),
וכל זה — באופן פון „ראה" (ווי מ'גייט באַלד לייענען בתפלת מנחה), מראה באצבעו ואומר זהעח — אָט איז די גאולה, אָט גייט מען אין ארץ הקודש, אין ירושלים עיר הקודש ולבית המקדש, מקדש אד־ני כוננו ידיךעט, ועוד והוא העיקר — תיכף ומיד ממש.