עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

מכתב ר"ח ניסן תשמ"ט

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

והמעשה הוא העיקר: ס'איז שוין ערקלערט געוואָרן מערערע מאָל וועגן דער ספּעציעלער סגולה פון דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, וועלכער איז געווען שנת תשמח ותשמח און אַ שנת הקהל. איז אין צוגאָב דערצו, וואָס זיכער דאַרפן די אַלע פעולות פון „תשמח" „תשמח" און „הקהל" פאָרגעזעצט ווערן, און מיט נאָך אַ גרעסערן און העכערן פאַרנעם, אין איינקלאַנג מיט דעם ציווי פון „מעלין בקודש", אַז אין אַלע ענינים פון קדושה, דאַרף מען שטענדיק שטייגן העכער און העכער — איז אַריינקומענדיק פון דעם יאָר גלייך אין אַ שנת העיבור, האָט מען נאָך אַ גרעסערן כח, אַז דער גאַנצער נייער יאָר, גלייך פון אָנהויב יאָר, זאָל ערגענצן און פאַרפולקאָמען די פעולות פון דעם פריערדיקן יאָר.

*

ויהי רצון, אַז שטייענדיק אין די עשרת־ימי־תשובה, ווען מען נעמט אָן די החלטות טובות פאַר דעם נייעם ספּעציעלן יאָר — צוזאַמען מיטן מאַכן (נאָכאַמאָל) דעם חשבון צדק (פון דעם עבר) פון דעם פאָריגן יאָר — זאָל מען אויסנוצן די אַלע כוחות וואָס דער אויבערשטער גיט בכלל, און אין אַ שנת העיבור במיוחד, אין דער פולסטער מאָס, און — אין לך דבר העומד בפני התשובה, ס'איז ניטאָ קיין זאַך וואָס קען אים שטערן ח"ו, ער איז מצליח און מצליח בשלימות אין דעם אַלעם,

און דער „שובה ישראל" ברענגט דעם „מיד הן נגאלין", בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און עס ווערט מקויים מיד די הבטחה און דער יעוד „ולציון יאמר איש ואיש יולד בה והוא יכוננה עליון".

מ מ "

והמעשה הוא העיקר: אבות פ"א מי"ז. תקו"ז תנ"ב (פז, סע"א). ת"ס (צג, ב). ת"ע (קלג, ב. קלד, א).

מעלין בקודש: ברכות כח, א. וש"נ.

אין לך דבר העומד בפני התשובה: ירושלמי פאה פ"א ה"א (ד, ב). רמב"ם הל' תשובה ספ"ג. זח"ב קו, א. מדרש הנעלם בז"ח ס"פ בראשית (יט, ד). ועוד.

דער „שובה ישראל" ברענגט דעם „מיד הן נגאלין": רמב"ם הל' תשובה פ"ז ה"ה: הבטיחה תורה שסוף ישראל לעשות תשובה בסוף גלותן ומיד הן נגאלין.

שובה ישראל: הושע יד, ב. — התחלת וראש ההפטרה דשבת שובה (שעש"ז נק' „שבת שובה" — ראה הנסמן לעיל הערה ד"ה שבת קודש שובה).

דר יעוד: תהלים פז, ח.771ב"ה, יום חמישי פ' תזריע,

ראש־חודש ניס1ן7, ה'תשמ"ט

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

ראש־חודש ניסן — אין דער קביעות פון דער וואָך — איז שטענדיג אויך דער ערשטער טאָג פסח. הייאָר איז דאָס דאָנערשטאָג, דער טאָג אין וואָך פון יציאתמצרים.

פסח איז דער ערשטער יום־טוב פון אַלע ימים־טובים; ספּעציעל פון די שלשרגלים, פסח, שבועות און סוכות — דער ערשטער ניט נאָר אין צייט, נאָר אויך און בעיקר אין חשיבות, ווי עס ווערט אונטערשטראָכן אויך דערמיט וואָס שבת און די ימים־טובים זיינען „זכר ליציאת־מצרים"; פסח איז דער יסוד פון זיי אַלעמען.

772די דאָזיגע דריי ימיםטובים זיינען פאַרבונדן איינער מיט די אַנדערע מיט אַ געמיינזאַמען אינהאַלט, געמיינזאַמע שטריכן און דינים, וועלכע זיינען שייך צו זיי אַלעמען גלייך. גלייכצייטיג אָבער האָבן זיי אייגנאַרטיקע שטריכן, דינים און מנהגים, מיט וועלכע זיי צייכענען זיך אויס און ווערן אויסגעטיילט אַלס: פסח — זמן חירותנו; שבועות — זמן מתן תורתנו, און סוכות — זמן שמחתנו, אין צוגאָב צו דעם וואָס אַלע דריי זיינען מועדים לשמחה.

דער ענין פון שבת און יום־טוב, אין צוגאָב וואָס קדושת־שבת און שמחת־יוםטוב דרינגען דורך די דאָזיגע טעג, דאַרף די קדושה און שמחה נמשך ווערן אויך אין די וואכעדיקע טעג און דורכנעמען דעם א־טעגלעכן לעבן פון יעדן אידן, מאן, פרוי און קינד, במשך פון דעם גאַנצן יאָר.

הייאָר קומט־צו נאָך אַן ענין: ס'איז אַ שנה מעוברת, אַן עיבור־יאָר, וואָס אַדאַנק דעם וואָס ס'איז צוגעקומען נאָך אַ חודש איז דער יום־טוב פסח „געשטעלט" געוואָרן אין זיין שלימות אַלס חג האביב.

די אויבנדערמאָנטע (און אויך פילע ניט דערמאָנטע) ענינים אַנטהאַלטן גאָר אַ סאַך אַלגעמיינע און פרטיות'דיגע אָנווייזונגען, ביז בנוגע למעשה בפועל, סיי פאַר די טעג פון דעם יום־טוב אַליין, און סיי פאַר אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר. אויף אייניגע נקודות וועלן מיר זיך דאָ אָפּשטעלן.

דער ענין פון אַן עיבור־יאָר איז באַקאַנט, און ס'איז וועגן דעם גערעדט געוואָרן מערערע מאָל, וויבאַלד אַז אַן עיבור־יאָר איז ניט קיין זעלטנהייט: אַן עיבוריאָר דערשיינט זיבן מאָל אין יעדן מחזור (ציקל) פון ניינצען יאָר, וואָס דאָס פאַר־773זיכערט, אַז פסח זאָל אַלע יאָר זיין אין דער תקופה פון פרילינג, ווי תורה פאַרלאַנגט. וואָרום וויבאַלד אַז ישראל מונין ללבנה, אידן ציילן די חדשים פון יאָר לויט דער לבנה, און דער לבנה־יאר איז מיט אַ צאָל טעג קירצער פון דעם זון־אר דעריבער קומט צו אַ חודש יעדן צווייטן אָדער דריטן יאָר, כדי „אויסצוגלייכן" דעם חשבון.

וואָס ס'איז ווייניקער באַקאַנט איז אַז אין דעם ענין פון אַן עיבור־יאָר איז פאַראַן אַ פנימיות'דיגע נקודה — דאָס צוזאַמענבינדן (חיבור) פון „זון" און „לבנה", וועלכע זיינען אויסגעטיילט איינע פון די צווייטע: די זון איז טאָג, די לבנה איז נאַכט; די זון האָט אַן אייגענע ליכטיקייט, די לבנה שפּיגלט אָפּ די ליכטיקייט פון דער זון; זון און לבנה האָבן זייערע אייגענע און אייגנאַרטיקע טעטיקייטן, און זיי זיינען טעטיק אין פאַרשידענע צייטן.

אין אַ גייסטיקן און סימבאָלישן זין איז די זון אַ משפיע — אַ „געבער", און די לבנה איז אַ מקבל — אַ „נעמער".

774אין מענטשלעכן לעבן איז אויך אַזוי: עס זיינען פאַראַן „געבערס" און „נעמערס", און דער געבער און נעמער זיינען צוויי באַזונדערע וועלטן, און אויסער דעם וואָס איינער גיט און דער צווייטער נעמט, האָבן זיי לכאורה ניט קיין שייכות איינער צום צווייטן. אַזוי, לדוגמא, קען אַמאָל מיינען אַ איד וואָס גיט צדקה צו אַן אַרעמאַן: אַז בעצם האָט ער קיין שייכות ניט צום אָרעמאן; אַז בשעת ער פאַרנעמט זיך מיט זיך אַליין, בפרט אין תורה מצוות און תפילה, ווען ער וויל שיינען ווי די זון מיט דער ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור — איז איצט ניט די צייט צו פאַרנעמען זיך מיט אַן אָרעמאַן, כפשוטו, אָדער אַן „אָרעמאַן" אין אידישקייט, וכו' —

קומט דער עיבור־יאָר און לערנט, דערמאָנט און מאָנט, אַז דאָס איז ניט אַזוי; אַז „זון" און „לבנה" זיינען ניט צוויי אָפּגעזונדערטע וועלטן, נאָר — מצד דעם וואָס ביידע זיינען באַשאַפן געוואָרן פון איין בורא־עולם און ביידע זיינען באַשטאַנד־טיילן פון איין און דערזעלבע וועלט — האָבן ביידע גאָר אַ גרויסן שייכות און פאַרבונד איינער מיטן צווייטן; און אַז דער פאַרבונד איז אַ שטענדיקער, אַן אינערלעכער, ווי מ'זעט עס אויך אין טבע: די זון הערט ניט אויף צו שיינען, וואָרום ווען ס'איז אין איין אָרט נאַכט, איז אין דער זעלבער צייט אין אַן אַנדער אָרט טאָג.

נאָכמער, דוקא דורך חיבור פון „זון" און „לבנה", פון משפיע און מקבל, ווערט דערפילט די לעכע כוונה.

בפרט ווען עס רעדט זיך וועגן צוויי אידן, וואָס ביידע זיינען אַ טייל פון גוי אחד בארץ, און נאָר מצד זייערע גופים זיינען זיי אָפּגעטיילט, אָבער מצד זייער נשמה, חלק אלוקה ממעל ממש, זיינען זיי איין זאַך ממש.

דער עיבוריאָר אונטערשטרייכט אויך, אַז אַ משפיע און אַ מקבל (סיי די השפעה אין גשמיות — טאָן אַ אידן אַ טובה אין פרנסה וכדומה; און על אחת כמה וכמה אין רוחניות) זיינען גאָר אַ נאענטע פאַר, וואָס די ג־טלעכע השגחה ברענגט זיי — ספּעציעל זיי ביידן — צוזאַמען אין אַ געוויסן אָרט, אין אַ געוויסן מאָמענט, כדי דער געבער זאָל געבן דעם נעמער און גלייכצייטיק „נעמען" פון אים דוקא; און דער נעמער זאָל נעמען פון געבער אָבער גלייכצייטיק „געבן" אים, און אים דוקא;775און, אדרבא, געבן דעם געבער נאָך מער ווי דער געבער גיט אים, לויט דעם באַקאַנטן מאמר פון תורה, אַז מער ווי דער בעל־הבית טוט פאַר דעם אָרעמאַן, טוט דער אָרעמאַן פאַר דעם בעל־הבית.

ויהי רצון, אַז צווישן די הכנות צו פסח, זאָל יעדער איינער און איינע אַריינטראַכטן זיך אין דער אויבנדערמאָנטער נקודה, בפרט אין צוזאַמענהאַנג מיט די ווערטער מיט וועלכע מען גרייט זיך אָנהויבן דעם סדר של פסח: כל דכפין ייתי כו' כל דצריך ייתי כו',

און מ'זאָל זוכה זיין אַז עס זאָל זיין זמן חירותנו אין דעם פולסטן זין, די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

און עס וועט מקויים ווערן תיכף ומיד דער יעוד „ולציון יאמר איש ואיש יולד בה והוא יכוננה עליון", בקרוב בימינו ממש.

ממ מ "776ב"ה, מוצאי שבת הגדול, אור ליום א'

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-j17k2wk8

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#157 Sefer HaSichos ה'תשמ"ט, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here