Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ אמור, ח' אייר ה'תשמ"ט
433משיחות ש"פ אמור, ח' אייר ה'תשמ"ט
א. מ'שטייט איצטער אינמיטן די טעג פון ספירה, און אין דעם גופא — אין דעם דריטן שבת פון די ימי הספירה, ווען מ'לערנט דעם דריטן פרק פון פרקי אבות.
מער בדיוק איז דאָס: א) שבת פ' אמור, ב) בתפלת מנחה הויבט מען אָן לייענען פ' בהר, ג) דער שיעור היומי ברמב"ם (לויט דער חלוקה פון שלשה פרקים ליום) איז אין הל' שמיטה ויובל.
וויבאַלד אַז יעדער זאַך פאַרבונדן מיט תורה ומצוות איז בתכלית הדיוק (במכל־שכן פון דעם וואָס אַלע זאַכן אין וועלט זיינען בהשגחה פרטית), איז מובן אַז די אַלע ענינים האָבן צווישן זיך אַ שייכות.
ב. מ'האָט גערעדט מערערע מאָלא דעם טעם פאַרוואָס מתן תורה איז פאַרבונדן מיט דעם מספר (וענין) פון שלשה — סיי בנוגע צו זמן מ"ת: „בחודש השלישי" (כלשון הכתובב), ובלשון חז"לג — „ירחא תליתאי", און סיי בנוגע צו תורה אין אַלגעמיין — „(בריך רחמנא דיהב) אוריאן תליתאי לעם תליתאי על ידי תליתאי בירחא תליתאי"ג — ווייל דער מספר שלשה באַווייזט אויף דעם אינהאַלט און חידוש פון מתן תורה: מאַכן שלום ואחדות צווישן ־טלעקייט כביכול און וועלט.
דער חילוק צווישן דעם רמז התוכן פון „אחד", „שני" און „שלישי' איזד:
„אחד" איז מדגיש אַז ס'איז דאָ מלכתחילה נאָר איין זאַך. וכלשון חז"לה בנוגע צו „יום אחד"ו פון מעשה בראשית — „הקב"ה יחיד בעולמו";
„שני" ווייזט אויף התחלקות, היפך האחדות, כמרז"ל אויף יום שני פון מעשה בראשית — שבו נברא מחלוקת (און דעריבער שטייט דעמולט ניט „כי טוב")ז.
דער אויפטו פון „שלישי" איז — וואָס ער פאַראיינציקט די „שנים". און דורך דעם קומט צו אַן עילוי אין דעם אחדות (אפילו לגבי די אחדות פון דעם „אחד") — אַז „הוכפל בו כי טוב" (ווי דאָס איז געווען ביום השלישי פון מעשה בראשית, מצד דעם וואָס ער מאַכט שלום צווישן די התחלקות שנברא ביום שני און דעם אחד)ח: מצד „אחד" אַליין, הגם אַז דאָס באַווייזט אויף אחדות, איז דאָס אָבער אַן אחדות וואָס קומט איידער ס'איז דאָ נאָך אַ מציאות (דער ענין פון התחלקות), במילא איז דאָס נאָך ניט קיין אחדות בשלימות, ווייל מ'ווייסט ניט וואָס וועט זיין ווען ס'וועט באַשאַפן ווערן נאָך אַ מציאות; שלישי טוט אויף, אַז אויך אין דעם אָרט פון התחלקות —434ווערט אחדות, זעט מען דאַן אַז דאָס איז אַן אמת'ע אחדות.
וע"ד מאחז"לט „שני כתובים המכחישים זה את זה עד שיבוא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם". דער אויפטו פון דעם „כתוב השלישי" המכריע איז, ניט אַז ער פסק'נט ווי איין פסוק און איז שולל דעם צווייטן, נאָר אַז ביידע כתובים (וואָס זיינען מצ"ע מכחישים זה את זה באמתי) שטימען צוזאַמען (ביניהם) לויט דער „הכרעה" פון דעם „כתוב השלישי". און דעריבער איז „הלכה כדברי המכריע"יא, ווייל די הכרעה פון דער דיעה השלישית איז (ניט דערמיט וואָס זי איז „מסכים לאחת מב' הדיעות", נאָר דורכדעם וואָס איר סברא איז) „כולל ב' הדיעות ושניהם מסכימים לדעת המכריע"יב.
דער ענין אין עבודת ה': דער אויבערשטער איז ה' אחד. ווי דאָס שטייט בגלוי ביום אחד פון מעשה בראשית. דער אויבערשטער האָט אָבער געוואָלט אַז עס זאָל זיין אַ דירה לו יתברך בתחתוניםיג — דורך דעם וואָס עס ווערט באַשאַפן אַ מציאות פון וועלט, עולם מלשון העלם והסתריד, וואָס בגלוי זעט אויס ווי אַ מציאות באַזונדער פון אלקות — תכלית ענין ההתחלקות (שני) — און אַ איד דורך זיין עבודה, זאָל ווערן אַ שותף להקב"ה במעשה בראשיתטו, און פאַראיינציקן כביכול די וועלט מיט דעם אויבערשטן, ניט דורך מבטל זיין די מציאות פון וועלט, נאָר אַז די וועלט מצד אירע גדרים גופא זאָל זיין איין זאַך מיט אלקות, וואָס דורך דעם ווערט תכלית ושלימות ענין האחדות — אַז די וועלט (בריות) און אלקות (שמים), וואָס זיינען באַשאַפן געוואָרן מיט אַ הפסק בינתיים, ווערן איין זאַך — הוכפל בו כי טוב, טוב לשמים וטוב לבריותטז.
ועפ"ז איז מובן וואָס מתן תורה איז פאַרבונדן מיט ענינים פון שלשה — ווייל „כל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם"יז, ובכללות — שלום ואחדות צווישן וועלט מיט אלקות:
פאַר מתן תורה איז געווען די גזירה אַז „עליונים לא ירדו למטה ותחתונים לא יעלו למעלה"יח — דער הפסק והתחלקות פון עליונים און תחתונים; באַ מתן תורה איז בטל געוואָרן די גזירה, „ואני המתחיל", „וירד ה' על הר סיני"יט, און דעמולט איז געגעבן געוואָרן דער כח אַז אַ איד זאָל מאַכןכ די גשמיות'דיקע וועלט און אַלע אירע435ענינים פאַר אַ „חפצא" של קדושהכא (ווי ס'וועט זיין בגלוי לע"ל
און אַזוי אויך בנוגע צו תורה עצמה:
דער אויפטו פון מתן תורה (לגבי תורה ווי זי איז געווען פריער באַ די אבות וכו'כב) איז, אַז אַנשטאָט דעם וואָס מקום התורה זאָל זיין למעלה („חמודה גנוזה" של הקב"הכג), און זי געפינט זיך למטה נאָר לפי שעה באופן עראי, איז די גאַנצע תורהכד געגעבן געוואָרן למטה אין עולם הזה, באופן אַז דוקא דאָרטן איז איר מקום קבוע (און „לא בשמים היא"כה), ובאופן נצחי.
ג. וי"ל אַז דאָס איז אויך אַ ביאור פאַרוואָס מתן תורה איז געקומען (ניט גלייך נאָך יצי"מ, נאָר) לאחרי דער עבודה אין די מ"ט ימי הספירה:
היות אַז דער חידוש פון מ"ת איז אַז תורה זאָל זיין באופן קבוע למטה, און מאַכן שלום און מאחד זיין עליונים ותחתונים, ווי יעדערער שטייט במציאותו הוא (אַז תורה איז דער ענין פון „שלישי"), דערפאַר איז ניט גענוג אַז עס זאָל זיין נאָר די הקדמה פון יצי"מ (בחודש הראשון),
וויילכו אע"פ וואָס דאָס איז געווען גאָר אַ גרויסער גילוי — „נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב"ה — בכבודו ובעצמו — וגאלם"כז, איז דאָס אָבער געווען אַ גילוי מלמעלה (אתערותא דלעילא)כח, ע"ד די דרגא פון „אחד" (שלפני ההתחלקות), און אַ גילוי מלמעלה בלבד, ניט קוקנדיק אויף זיין גרויסקייט — איז באופן מקיף און נאָר לפי שעה, ווייל ער בייט ניט איבער און נעמט ניט דורך דעם טבע און די תכונות פון דעם תחתון, נאָר דער תחתון בלייבט ווי ער איז געווען פריער, אַ מציאות באַזונדער פון דעם גילוי אלקות מלמעלה;
דוקא דורך דעם וואָס ס'איז דאָ די עבודה פון דעם תחתון (בכח פון דער אתעדל"ע באַ יצי"מ), אַז ער זאָל זיך איבערמאַכן און אויסאיידלען, ווערט ער (מצד זיינע גדרים און תכונות) גרייט צו מתן תורה (און קבלת התורה) בפנימיות, און אין אַן אופן וואָס בלייבט שטענדיק, קבוע ונצחי (וויבאַלד אַז דער גילוי נעמט דורך (און האָט אין וואָס צו זיך „אַנהאַלטן") למטה, אַזוי אַז זיין טבע איז (בכח) ניט קיין אַנדער מציאות פון אלקות).
וואָס דאָס איז דער אינהאַלט פון די ימי הספירה (ענינו ענין חודש שני) וועלכע זיינען איין המשך ימיםכט וואָס פאַרבינדן „זמן חירותנו" (חג הפסח) און436„זמן מתן תורתנו" (חג השבועות) — די עבודה דעמולט באַשטייט פון „לטהרנו כו'": ספירה איז פאַרבונדן מיט דעם עומר, וועלכער איז געווען פון שעוריםל, מאכל בהמהלא, וואָס דאָס באַדייט די עבודה פון בירור וזיכוך (לטהרנו) המדות פון דעם נפש הבהמיתלב, פון חסד שבחסד ביז מלכות שבמלכות.
וואָס אע"פ אַז די עבודה פון בירור מדות האדם איז לכאורה אַ נידעריקע דרגא (שלא בערך נידעריקער פון דעם גילוי פון „ממה"מ הקב"ה" ביצי"מ) — איז דוקא דאָס ווערט די הכנה צו מתן תורה ביום החמשים, דער גילוי פון שער הנו"ןלג (נוסף צו דער המשכה פון די מ"ט שערים)לד, וועלכער איז העכער פאַר דעם גילוי פון יצי"מ; און וויבאַלד אַז דאָס קומט לאחרי הקדמת העבודה פון אידן, ווערט דאָס נמשך בפנימיות ובקביעות.
ד. דער ענין שטייט בהדגשה אין דעם תוכן פון דיני ימי הספירה בשולחן ערוךלה:
אין די ימי הספירה זיינען פאַראַן פאַרשידענע הגבלות בנוגע לעניני שמחה (נוהגין שלא לישא את אשה ולא להסתפר וכו') צוליב דעם וואָס „מתאבלין על כ"ד אלפים מתלמידי רבי עקיבא שמתו בימים הללו".
ווי די גמרא דערציילטלו, אַז די תלמידי רבי עקיבא מתו (מפסח ועד עצרת) „מפני שלא נהגו כבוד זה לזה".
וויבאַלד אַז דאָס איז אַ דין אין תורת חסד, והתורה (מל' הוראהלז) היא נצחיתלח בכל הזמנים, איז פאַרשטאַנדיק אַז דערפון איז דאָ אַ הוראה ניט נאָר בנוגע צו „מתאבלין כו'" (די תוצאות פון מיתת תלמידי רבי עקיבא מפסח ועד עצרת), נאָר אויך ובעיקר — בנוגע צו מתקן זיין דעם ענין פון „לא נהגו כבוד זה לזה", דורך מוסיף זיין אין אהבת ישראל, ובפרט בהנהגת כבוד זה לזה. ביז השלימות בזה.
ויש לומר, אַז דאָס איז מתאים מיט דעם תוכן כללי פון עבודת ימי הספירה — בירור וזיכוך טבע (מדות) האדם:
„לא נהגו כבוד זה לזה" קומט אַלס אַ תוצאה פון דעם וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן מענטשן אין אַן אופן אַז „אין דיעותיהן שוות"לט, וואָס דאָס גיט אַן אפשריות אַז מצד די חילוקי דיעות צווישן מענטשן זאָל ווערן אַ מצב פון „לא נהגו כבוד זה לזה".
די כוונה אין דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אַזוי באַשאַפן מענטשן איז אָבער ניט בכדי דערפון זאָל אַרויס ח"ו מחלוקת, כמובן ופשוט, נאָר אדרבה — צוליב דעם עילוי וואָס קומט אַרויס פון437שלום ואחדות אַנשטאָט
ההתחלקות (די מעלה פון שלשה): דורך דעם וואָס עס זיינען פאַראַן פאַרשידענע דיעות קומען אַרויס אַ ריבוי סברות און חידושים, וואָס יעדערער טוט אויף מצד זיין (טבע ה)שכל, ביז אַז דאָס קען ברענגען און ברענגט אַ גלייכערע און בעסערע מסקנא והכרעה (ע"ד הנ"ל (ס"ב) אַז הלכה כדברי המכריע דוקא), דורך דעם וואָס פאַרשידענע מענטשן מיט באַזונדערע סברות רעדן זיך צונויף (ניט אַז איינער איז מעלים אָדער מוותר אויף זיין סברא — היפך הטבע שהטביע בו הקב"ה), זעט מען דעם ענין פון כמה וכמה צדדים, במילא ברענגט דאָס צו אַ אויסריכטיקע מסקנא (ווי ווען נאָר איינער וואָלט געזאָגט זיין דיעה), ובשעת מ'רעדט זיך צוזאַמען באופן זה איז מובן אַז דאָס איז מתוך שלום וכבוד זה לזה (נוסף אויף דעם וואָס „את והב בסופה"מ.
און אין דעם באַשטייט די עבודה פון ימי הספירה: אַ מענטש זאָל נעמען זיין טבע (השכל והמדות) — וואָס בלי עבודה קען עס אויסגענוצט ווערן שלא כרצוי (ווייל „יצר לב האדם רע מנעוריו"מא, אָדער מצד תוקף השכל — ווי באַ תלמידי רבי עקיבאמב) — און אים אויסלייטערן און אויסאיידלען, עס זאָל מלכתחילה ניט קומען צו אַ מצב פון „לא נהגו כבוד זה לזה" וכיו"ב, נאָר אדרבה — די מעלה ושלימות וואָס קומט אַרויס דורך „אין דיעותיהן שוות", אָדער דורך די אַנדערע חילוקים צווישן בני אדם (בטבע המדות וכיו"ב שלהם).
און אפילו אויב ס'איז שוין געוואָרן אַ מצב פון „לא נהגו כבוד זה לזה" ר"ל (ווי ס'איז געווען דאַמאָלס באַ תלמידי רבי עקיבא) — דאָס צו מתקן זיין, דורך מוסיף זיין אין שלום בין אחד לחבירו. דורך דעם ווערט נאָך אַ העכערע שלימות ווי דער מצב פון שלום קודם המחלוקת, וע"ד העילוי פון אַ שטרמג שיצא עליו ערעור, וקיימו בב"ד — באַקומט ער מער תוקףמד (ווי סתם אַ שטר)מה, ובלשון החסידות — יתרון האור מן החושך וואָס קומט אַרויס דורך מהפך זיין חושך (מחלוקת) צו אור (שלום)מו [נוסף צו דעם עצם מעלה פון438שלום (צווישן פאַרשידענע דיעות) לגבי אַ דיעה יחידה פון איין מענטש אַליין, כנ"ל].
ביז אַז דאָס ווערט אַ הכנה צו שלימות ענין השלום באַ מתן תורה, ווען ס'איז געווען (נאָך בר"ח סיון, ועאכו"כ באַ מ"ת) „ויחן שם ישראל נגד ההר, כאיש אחד בלב אחד"מז.
ה. וי"ל אַז דאָס איז אויך איינער פון די טעמים אויף דעם מנהג ישראל צו זאָגן און לערנען פרקי אבות אין די שבתות בין פסח ועצרתמח — ווייל דער תוכן פון מס' אבות איז „מוסרים ומדות"מט (ע"ד בירור המדות בימי הספירה) — די עבודה ובירור המטה, אַלס הקדמה צו זמן מתן תורתנו.
ולהוסיף, אַז מס' אבות איז אַ מסכת אין תושבע"פ, וואָס איז געקומען דורך תנאים, ד.ה. אַז אין תורה עצמה איז דאָס דער חלק התורה וואָס קומט דורך עבודת המטה, בערך צו תושב"כ וועלכע איז נתגלה געוואָרן מלמעלה;
און אויך דער תוכן פון דער מסכת איז „מוסרים ומדות" (כנ"ל), מילי דחסידותאנ — הוראות ותקנות החכמים (בהוספה אויף די חיובים ומצוות מן התורה).
ווי ס'איז אויך מודגש גלייך בהתחלת המסכת — די הוראה „ועשו סיג לתורה": נוסף צו די חיובים שבתורה (שניתנו מלמעלה), זאָלן חכמים מאַכן (מלמטה למעלה) סייגים לתורה, וועלכע רעכענען זיך מיט טבע ותכונות האדם (וטבע הנה"ב), בכל זמן וזמן, און לויט דעם מאַכן די חכמים סייגים לתורה — ע"ד בקעה מצא וגדר בה גדרנא, עשו משמרת, עשו משמרת למשמרתנב.
והענין בזה: וויבאַלד אַז תורה איז (לכתחילה) געגעבן געוואָרן למטה (באַ מ"ת) בכדי צו אויפטאָן שלום ואחדות צווישן דעם בורא ונברא (דער ענין פון „שלשה"), און דערפאַר האָט דאָס געדאַרפט קומען נאָך דער בירור המדות פון אידן במצבם אַז — דעריבער איז מובן, אַז אַזוי איז אויך אין אַלע זמנים און דורות: בשעת נתמעטו הלבבות במשך הדורות, און עס ווערן מערער און שטאַרקער די העלמות והסתרים פון דעם נה"ב וכו', וואָס קען ברענגען אַ חלישות ח"ו אין קיום פון מצוות — האָט תורה געגעבן דעם כח צו די חכמי הדור, אַז זיי זאָלן אָפּשאַצן דעם מצב בני דורם, און לויט דעם מתקן זיין (ע"פ כללי התורה) סיגים וחומרות ותקנות כו', כולל די „דרכי המוסר שבאגדות ופרקי אבות"נג (וועלכע זיינען צוגעקומען דוקא בדורות שלאחרי בית439ראשון, אָנהויבנדיק פון זמן בית שנינד), בכדי פאַרשטאַרקן קיום התורה והמצוות.
און דער חידוש בזה איז, אַז אע"פ וואָס די תקנות וסייגים זיינען כשמם ניט קיין חיוב מן התורה, ווייל בשעת מתן תורה ובדורות הראשונים בכלל איז געווען „סגי בדאורייתא"נג און מ'האָט ניט געדאַרפט אָנקומען צו די תקנות, ווייל דעמולט זיינען אידן געווען שלמים בעבודתם — האָט די תורה (ווי זי איז געגעבן געוואָרן מלכתחילה באַ מ"ת) געגעבן דעם כח צו די חכמים אַז זיי זאָלן אָפּשאַצן (לפי שכלם) דעם מצב הלבבות פון זייער דור, און לויט דעם (ע"פ כללי התורה) מאַכן די תקנותנה.
ועפ"ז יש לקשר זה אויך מיט היינטיקער פרשה — „אמור גו' ואמרת", „להזהיר גדולים על הקטנים": תורה עצמה גיט אַ הוראה, אַז ס'איז ניט גענוג די אייגענע עבודה, נאָר מ'דאַרף זיך אַראָפּלאַזן צו די קטנים און זיי מזהיר זיין, וואָס דערצו דאַרף מען אָפּשאַצן דעם מצב פון דעם קטן, און לויט דעם אים מחנך ומזהיר זיין, כולל אויך „להזהיר" מלשון זוהר ואור („והמשכילים יזהירו כזהר הרקיע"נו) — אים באַלייכטן. און דורך דער ירידה לכאורה — קומט צו אין אים נאָך אַן עילוינז (ע"ד די מעלה פון שלשה הנ"ל) ע"ד מתלמידי יותר מכולםנח, והשיב לב אבות על בנים — ע"י בניםנט, שלימות השלום והאחדות.
ו. אין פרקי אבות עצמם לערנט מען דעם שבת פרק שלישי. אין דעם פרק איז בהדגשה כמה ענינים פון שלשה, אָנהויבנדיק פון התחלת הפרק: „הסתכל בשלשה דברים ואין אתה בא לידי עבירה".
וויבאַלד אַז יעדער זאַך איז בדיוק, איז מסתבר זאָגן אַז דער חלק ההכנה צו מתן תורה פון דעם פרק איז פאַרבונדן במיוחד מיט דעם ענין פון שלשה — מצב האחדות ושלום צווישן בורא מיט נברא, ד. ה. אַז נוסף אויף דעם וואָס די „מוסרים ומדות" בפרקי אבות זיינען אַ הכנה צו דעם גילוי פון „שלשה' בזמן מתן תורתנו, איז אין דעם — איז דאָס בהדגשה אין פרק שלישי.
וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם ביאור אין דער ערשטער משנה „הסתכל בשלשה דברים ואין אתה בא לידי עבירה". דלכאורה מנינא למה לי: עס וואָלט געקענט שטיין נאָר דער המשך המשנה אָן דער הקדמה אַז עס זיינען פאַראַן שלשה דברים?
וי"ל איינער פון די ביאורים אין דעם: „הסתכל בשלשה דברים" מיינט ניט נאָר די דריי זאַכן וועלכע ווערן אויסגערעכנט ווייטער אין משנה, נאָר אויך דער ענין פון „שלשה דברים" בכלל: די440התבוננות און הסתכלות אין דעם ענין פון „שלשה" באַוואָרנט אַז „אין אתה בא לידי עבירה":
בשעת מ'האַלט נאָך באַ דער הכרה אין דעם ענין פון „אחד" (ווי דער אויבערשטער איז „יחיד בעולמו") — קען נאָך זיין אַ קס"ד ונתינת מקום אויף אַן ענין של „עבירה", מלשון העברה מרשות לרשותס — אַ רשות שני (רשות הרבים) מרשות היחיד ליחידו של עולםסא; עאכו"כ דער ענין פון „שני", וואָס באַדייט צוויי רשויות בהדגשה, דער ענין המחלוקת;
דוקא דורך „הסתכל בשלשה דברים", וועלכע מאַכט שלום און פאַראיינציקט אויך די „רשות הרבים" פון וועלט מיט דער רשות היחיד של הקב"ה — דעמולט איז מען פאַרזיכערט אַז „אין אתה באַ לידי עבירה", ואפילו ניט „לידי עבירה" — אַן אפשריות אויף העברה לרשות שני (עאכו"כ ניט העברה בפועל), וואָרום מ'האָט מהפך געווען אויך דעם אַנדער רשות און אים מאחד געווען מיט דעם רשות היחיד ליחידו של עולם.
ויש לומר, אַז די הוראה („הסתכל בשלשה דברים"), ובפרט קומענדיק אַלס התחלה (וראש) פון דעם גאַנצן פרק שלישי בפרקי אבות — גיט צו כח אין דער עבודה בבירור המטה, אַלס הכנה צו זמן מתן תורתנו „בחודש השלישי".
א
ז. הנ"ל איז אויך אַ הסברה אין אַן ענין אין היינטיקן שיעור רמב"ם, בהל' שמיטה ויובלסב [דאָס איז אויך אַ קשר מיט פ' בהר, וועלכע מ'הויבט אָן לייענען בתפלת מנחה פון דעם שבת, וואו עס רעדט זיך וועגן דער מצוה פון שמיטהסג], ובמיוחד — די דינים וועגן שמיטת כספים.
[ולהעיר פון דער שייכות ברמז מיט דעם יאָר — שנת תשמ"ט, מלשון הכתוב (בנוגע צו שמיטת כספים)סד „ואשר יהי' לך את אחיך תשמט ידיך"].
אין דעם שיעור רעדט דער רמב"ם בארוכה וועגן דיני פרוזבול: „כשראהסה הלל הזקן שנמנעו מלהלוות זה את זה [צוליב דעם וואָס מ'האָט מורא אַז בשעת השמיטה וועט דער חוב נשמט ווערן] ועוברין על הכתוב בתורהסו השמר לך פן יהי' דבר גו' [עם לבבך בליעל לאמר441קרבה שנת השבע שנת השמיטה ורעה עיניך באחיך האביון ולא תתן לו גו'] התקין פרוזבול כדי שלא ישמט החוב עד שילוו זה את זה".
דער דין פון פרוזבול איז איינער פון די דוגמאות אויף דעם ענין פון „ועשו סיג לתורה": אַז הגם וואָס מן התורה איז ניטאָ קיין חשש אַז „עוברין על הכתוב בתורה"סז [מצד שלימות העבודה בזמן מ"ת און בדורות הראשונים בכלל], און דער חשש לזה איז צוגעקומען אין שפּעטערדיקע דורות מצד ירידת הדורות [אָנהויבנדיק פון זמן בית שניסח, „כשראה הלל הזקן שנמנעו מלהלוות זה את זה", ועאכו"כ לאחרי חורבן בית שני] — האָט די תורה געגעבן דעם כח צו די חכמים (הלל הזקן בנדו"ד) צו מתקן זיין דעם ענין פון פרוזבולסט (וואָס איז נוגע אויך בזמן הזהע), בכדי מ'זאָל ניט עובר זיין אויף „הכתוב בתורה השמר לך פן יהי' דבר וגו'", און מחזק זיין די מצוה פון „נתן תתן לו ולא ירע לבבך בתתך לו"עא.
וע"פ המבואר לעיל יש לומר, אַז אע"פ וואָס סיבת תקנת הפרוזבול (ועד"ז אַנדערע תקנות וסייגים מדברי סופרים) איז צוליב אַ ירידה, מיעוט הלבבות (אַז „לבבך בליעל* — קומט אָבער דורך דעם צו דער תיקון ועילוי, אַז אויך אין אַ מצב פון מיעוט הלבבות (וואָס לולא תקנת הפרוזבול „עוברין על הכתוב בתורה"), זאָלן אידן מקיים זיין די מצוה פון „נתן תתן גו'", וואָס דאָס האָט די מעלהעב ע"ד ווי אַ שטר שיצא עליו ערעור וקיימו בב"דעג, וואָס דעמולט באַקומט ער אַ תוקף מיוחד, ביז אַז בנדו"ד — קען מען אויף דעם שוין מער ניט מערער זיין, וויבאַלד אַז דאָס האָט שוין זיין תיקון איז עס געבליבן קיים אונטער אַלע אומשטענדן (ע"ד די מעלה פון יום שלישי (שבא לאחרי יום שני) שהוכפל בו כי טוב).
ולהוסיף, אַז דורך אַ פרוזבול קומט נאָך אַ מעלה: דער דין איז אַז „אין כותבין פרוזבול אלא על הקרקע"עד. ד. ה. אַז דורך אַ פרוזבול קומט אַרויס בגלוי ובנוגע לפועל די מעלה ווי יעדער איד האָט אַ חלק בקרקעעה. און נאָכמער:442לויט כמה דיעות קען מען זיך אין דעם פאַרלאַזן אויף דעם חלק בארץ ישראלעו וואָס יעדער איד האָט אַלעמאָל (אויך בזמן הגלות)עז. וואָס דאָס איז אַ גילוי מעין ודוגמת פון דער גאולה העתידה — ווען יעדער איד וועט האָבן בגלוי אַ חלק בארץ ישראל.
ח. לויט דעם כלל אין רמב"ם בספרו יד החזקהעח, אַז ער פאַרלאָזט זיך אין ווייטערדיקע הלכות אויף דעם וואָס ער שרייבט פריער בספרו — יש לומר, אַז ע"פ דעם ביאור הנ"ל אין דעם דין פון פרוזבול, קען מען אויך פאַרשטיין דעם שיעור רמב"ם פון מוצאי שבת זה (בהמשך ו)בסיום הל' שמיטה ויובל, בסיום ספר זרעים, און די (שייכות מיט דער) התחלה פון ספר עבודה, (ריש) הל' בית הבחירה:
לאחרי וואָס דער רמב"ם שרייבט וועגן דער הבדלה און עילוי פון שבט לוי לגבי די אַנדערע שבטים — איז ער ממשיך ומסיים די הלכות (און דעם ספר): „ולא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש מכל באי העולם אשר נדבה רוחו אותו והבינו מדעו להבדל לעמוד לפני ה' ולשרתו ולעובדו לדעה את ה' כו' ופרק מעל צוארו עול החשבונות הרבים אשר בקשו בני האדם — הרי זה נתקדש קדש קדשים ויהי' ה' חלקו ונחלתו לעולם ולעולמי עולמים ויזכה לו בעוה"ז דבר המספיק לו כמו שזכה לכהנים וללוים, הרי דוד ע"ה אומרעט ה' מנת חלקי וכוסי אתה תומיך גורלי".
דאַרף מען פאַרשטיין:
גלייך פאַר דעם שרייבט דער רמב"ם אַז ע"פ תורה איז דאָ אַ חילוק צווישן שבט לוי און שאר ישראל, אַז „לא זכה לוי בנחלת ארץ ישראל עם אחיו מפני443שהובדל לעבוד את ה' לשרתו ולהורות דרכיו הישרים ומשפטיו הצדיקים כו', לפיכך הובדלו מדרכי העולם כו' אלא הם חיל השם כו' והוא ברוך הוא זוכה להם שנאמרמ אני חלקך ונחלתך" — ווי זאָגט ער דערנאָך (אַלס אַ הלכה בתורה) אַז „לא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש אשר נדבה רוחו כו' (ונוסף ע"ז) הרי זה נתקדש קדש קדשים", ניט ווי שבט לוי סתם, נאָר בדרגת הכהן גדולפא (קדש הקדשים)?!
וי"ל הביאור אין דעם: מן התורה (הגילוי מלמעלה) איז דאָ אַ חילוק צווישן שבט לוי און שאר ישראל. אָבער תורה בפירושה ניתנה — תורה האָט געגעבן דעם כח [בדוגמא דעם כח פון עשו סיג לתורה] אַז תושבע"פ (עבודת התחתון — תנאים ואמוראים) זאָל מגלה זיין, אַז דאָס איז שייך צו „כל איש ואיש",
אַז יעדער מענטש, בכל זמן ובכל מקום, אויך אַ איד וואָס מצד תולדתו וע"פ תורה איז ער ניט פון שבט לוי, און זיין עסק איז אין עניני העולם, איז דורך זיין עבודה (עבודת המטה) פון „נדבה רוחו אותו (רוח שלו דוקא, ניט ווי זיין רוח הנשמה געפינט זיך למעלה) כו' להבדל לעמוד לפני ה' ולשרתו כו' ופרק מעל צוארו עול החשבונות הרבים אשר בקשו בני האדם" — קומט ער צו צו דער דרגא פון „נתקדש קדש הקדשים ויהי' ה' חלקו ונחלתו לעולם ולעולמי עולמים"!
ועפ"ז איז אויך מובן די ראי' וואָס דער רמב"ם ברענגט בסיום ההלכה — „אתה תומיך גורלי": גורל איז אַ חלק פון עבודת יוהכ"פ ע"י הכהן גדולפב. ומבואר בכ"מפג, אַז גורל (וואָס איז למעלה מחשבון ושכל), באַווייזט אויף אַ דרגא הכי נעלית, למעלה ממדידה והגבלהפד, ובפרט דער גורל פון יוהכ"פ — „גורל אחד לה'"פה. ביז אַז דאָס פועל'ט אויך אין דעם גורל השני (לעזאזל), דער שעיר המשתלח, אַז פריער מעלין אותופו און דערנאָך (דורך ירידתו) איז ער מכפר אויף אידןפז, ביז אַז די זדונות ווערן כזביותפח, ביז זכיות ממש — די מעלה פון עבודת התשובה, אתהפכא חשוכא לנהוראפט.
ובעבודת האדם: דורך דעם וואָס אַ איד שטעלט זיך אין אַ מצב פון גורל („גורלי" שלי), די עבודה פון יחידה שבנפש (מסירת נפש)צ, ווערט „אתה תומיך גורלי", „נתקדש קדש קדשים ויהי' ה' חלקו ונחלתו". און דאָס ווערט444זיין מציאות אַלס אַ נשמה בגוף למטה (גורל שלי), „חלקו ונחלתו", ביז אַז דאָס טוט אויף די הפיכה פון אַלע ענינים הפכיים (דער גורל השני).
און אַ איד האָט דעם כח אויך בזמן הגלות, כמובן פון דעם וואָס דער גורל פון יום הכפורים (כ־פוריםצא) איז בדוגמת הגורל פון פורים (וואָס איז געווען בזמן הגלות עבדי דאחשורוש), וואָס „פור הוא הגורל"צב, ד. ה. אַז גורל נעמט דורך אויך ביז לשון האומות, וואָס דאָס באַווייזט אַז אויך בזמן הגלות, ואכתי עבדי אחשורוש אנןצג, האָט מען כח צו טאָן די עבודה בבחי' גורל שבנפש.
ט. ולאחרי ווי אַ איד טוט זיין עבודה (מלמטה למעלה) — בזמן הגלות (כולל בהפיכת זדונות לזכיות) — פון „נדבה רוחו אותו כו'", דורך וועלכע „נתקדש קדש קדשים" — ווערט דאָס אַ הכנה וואָס ברענגט (דעם גילוי מלמעלה למטה) — (תחלת) ספר העבודה, הלכות בית הבחירהצד — „מצות עשה לעשות בית לה' מוכן להיות מקריבים בו הקרבנות כו', שנאמרצה ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", וואָס דורך דעם בית המקדש גשמי (וואָס ועשו לי מקדש גייט אויף אַלע בתי מקדשות) פירט זיך דורך כוונת הבריאה פון לעשות לו ית' דירה בתחתונים, תחתון שאין תחתון למטה ממנו, אַז דאָ למטה בגשמיות העולם, זאָל זיין „ושכנתי בתוכם".
ביז די שלימות בזה — בבנין בית המקדש השלישי, וועלכער וועט זיין אַ בית נצחיצו — וויבאַלד אַז דאָס קומט דורך מעשינו ועבודתינו בזמן הזהצז, אַז אַ איד ווערט „קדש קדשים" (דורך זיין עבודה פון „נדבה רוחו אותו כו' ופרק מעל צוארו עול החשבונות הרבים אשר בקשו בני האדם"), און ער מאַכט אַז חלקו בעולם זאָל ווערן תשמישי קדושה ותשמישי מצוה (ביז אַ חפצא של קדושה ממש), דורך כל מעשיך יהיו לשם שמים און בכל דרכיך דעהוצח, אַזוי אַז ער איז מהפך כל עניני העולם צו „קדש הקדשים" (בדוגמא לזה וואָס פרוזבול איז מגלה דעם חלק בארץ ישראל וואָס יעדער איד האָט אויך בזמן הגלות) — דעריבער, טוט דאָס אויף אַז דער ביהמ"ק השלישי זאָל זיין אַ בית נצחי, וויבאַלד אַז מ'האָט מהפך געווען אין גלותצט אַלע ענינים בלתי רצויים (אַזוי445אַז אין אתה באַ לידי עבירה), ע"ד די מעלה פון אַ דבר (שטר) שיצא עליו ערעור און מ'האָט עס מקיים געווען און באַוויזן אַז אין אַלע אומשטענדן בלייבט דאָס גאַנץ — וואָס דורך דעם ווערט דאָס אַ דבר קיים באופן נצחיק.
י. דערמיט איז אויך יומתק וואָס דער רמב"ם שרייבט „מצות עשה לעשות בית לה' מוכן להיות מקריבים בו הקרבנות" (און „כיון שנבנה המקדש כו' נאסרו כל המקומות כולן כו' להקריב בהן קרבן"), און ווייטער שרייבט ערקא „מקריבין הקרבנות כולן אע"פ שאין שם בית":
וויבאַלד אַז „קדושה ראשונה קדשה לשעתה וקדשה לעתיד לבוא" (מפני השכינה שאינה בטלה)קב — גיט דאָס דעם כח צו מקריב זיין קרבנות אע"פ שאין שם בית.
ובעבודה מיינט דאָס — אַז דער ביהמ"ק (בקדושה ראשונה) האָט אַריינגעגעבן דעם כח אין יעדער איד, בכל זמן ובכל מקום (אויך ווען „אין שם בית"), אַז ער זאָל זיך מקריב זיין צו דעם אויבערשטן אַלס אַ קרבן לה'קג שעולה עד רזא דא"סקד, וכתורת אדה"זקה עה"פקו „אדם כי יקריב מכם קרבן לה'", אַז ער איז מקריב זיך, זיין נה"ב, צו דעם אויבערשטן, אַזוי אַז ווי ער איז אַ נשמה בהגוף בעוה"ז (ובגלות) ווערט ער אַן „עולה תמימה"קז, אע"פ שאין שם בית [ע"ד המדובר לעיל (בסיום הל' שמיטה ויובל), אַז „לא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש" ווערט בדרגת „קדש קדשים" דורך זיין עבודה פון „נדבה רוחו אותו כו'"].
[ועאכו"כ ווען זיין הקרבה לה' איז אין זיין מקדש פרטי, כמדובר כמ"פ לאחרונהקח אַז יעדער איד דאַרף מאַכן פון זיין שטוב, זיינע ד' אמות און אַלע זיינע חפצים — אַ מקדש לה', אויף וועלכע דער אויבערשטער זאָגט „ושכנתי בתוכם"].
ס'איז אָבער פאַרשטאַנדיק, אַז די שלימות פון הקרבת הקרבנות, איז ניט בעבודה רוחנית און ווען „אין שם בית", נאָר דוקא אין דעם בית המקדש הגשמי — „בית לה' מוכן להיות מקריבים בו קרבנות" — די התחלה פון ספר עבודה; און דאָס קומט דורך דער הקדמה ועבודה פון „נדבה רוחו אותו כו' נתקדש קדש קדשים" (ווען „אין שם בית") בסוף ספר זרעים.
יא. ויש להוסיף בביאור הקשר מיט דעם פסוק וואָס דער רמב"ם ברענגט לפני תחלת ספר עבודה. ויש לומר אַז דאָס איז ע"ד „מנא הני מילי דאמר קרא"446צו דעם וואָס דער רמב"ם שרייבט בסוף ספר שלפניו ותחלת ספר שלאחריו.
ובנדו"ד — בתחלת ספר עבודה ברענגט דער רמב"ם דעם פסוקקט „שאלו שלום ירושלים ישליו אוהביך":
„שאלו שלום ירושלים" באַדייט די עבודה פון אַ אידן וועגן וועלכע עס רעדט זיך בסוף ספר זרעים — אַז בכל זמן ובכל מקום, אפילו ווען „אין שם בית" און מ'האָט ניט „שלום ירושלים" בגשמיות — דאַרף זיין דער „שאלו שלום ירושלים", די בענקעניש און בעטן אויף „שלום ירושלים" [ע"ד מאחז"לקי עה"פקיא „ציון היא אין דורש לה — מכלל דבעיא דרישה"], ביז אַז דאָס זאָל קומען בפועל אין זיין עבודה (רוחנית), אַז דער ירושלים שבו — יראה שלםקיב — שטייט בשלימות (שלום אויך מלשון שלימות), ביז באופן פון „קדש קדשים".
דאָס איז אָבער נאָך ניט תכלית השלימות (ווייל בפועל „אין שם בית" וירושלים בגשמיות). דערנאָך דערגרייכט מען (דורך דער עבודה פון „שאלו שלום ירושלים") צו „ישליו אוהביך", שלימות ענין השלוה אויך בגשמיות בגאולה העתידה, ומעין זה בסוף זמן הגלות [ניט ווי באַ יעקב, וואָס ביקשקיג לישב בשלוה, אָבער בפועל קפצה עליו רוגזו כו'קיד — ווייל דעמולט איז דאָס געווען קודם דער עבודה אין זמן הגלות; משא"כ לאחרי עבודה זו, וואָס מ'איז מהפך אַלע ענינים בלתי רצויים — ווערט דער „ישליו" בשלימות ובפשטות אויך בגשמיות], און „אוהביך" — תכלית שלימות העבודה לשמה (כמבואר ברמב"ם סוף הל' תשובה), וואָס שלימותה כמצות רצונך וועט זיין לע"ל, ומעין זה איצטער (בפרט דורך דעם וואָס מ'האָט „ישליו", קיום יעודים גשמיים ושלוה בפשטות, וואָס ערמעגלעכט די עבודה זאָל זיין בשלימות).
און גלייך בהמשך לזה קומט דער מנין המצוות פון בנין בית המקדש בפועל, „לבנות בית המקדש וכו'", און דערנאָך די הלכות עצמן — „מצות עשה לעשות בית לה' כו'" — לעשות דוקא, במעשה בפועל, וואָס הוא העיקרקטו.
יב. דער לימוד און די הוראה פון האמור לעיל בנוגע לפועל:
אע"פ וואָס מ'געפינט זיך אין גלות, און אין דעם חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא, און עס ווערן שטענדיק נתגבר די העלמות והסתרים פון דעם נה"ב כו', דאַרף מען וויסן — אַז אדרבה: דוקא אין דעם מצב גיט תורה מערער כחות צו מתקן זיין די חסרונות וואָס קענען זיין מצד מיעוט הלבבות, דורך דעם וואָס אידן זיינען מוסיף ביתר שאת וביתר עוז אין זייער עבודה, און דורך דעם ווערט — הוכפל בו כי טוב (מער ווי דער טוב וואָס איז דאָ בזמן ווען מ'האָט ניט העלמות).
מען דאַרף וויסן, אַז געפינענדיק זיך אין גלות, האָט יעדער איד בשלימות זיין חלק אין ארץ ישראל, און נאָכמער —447„קדש קדשים", ובאופן אַז דער אויבערשטער ווערט „חלקו ונחלתו", וכידוע דער פתגם פון רבותינו נשיאינוקטז, אַז אונזערע נשמות זיינען קיינמאָל אין גלות ניט געגאַנגען כו'.
ואין הדבר תלוי אלא ברצונו — אַז דאָס זאָל ביי אים שטיין בגלוי, אין זיין טאָג טעגלעכן לעבן.
ובפרט ווען מ'שטייט אין די ימי הספירה (און אין דעם דריטן שבת פון ספירה), וואָס דעמולט האָט מען ספּעציעלע כחות צו מתקן זיין די מדות, און אַלע ענינים וועלכע פאָדערן תיקון.
ובמיוחד — תיקון כל ענין פון „לא נהגו כבוד זה לזה", דורך זיך צוזאַמענרעדן איינער מיט דעם צווייטן, מתוך שלום וידידות, און ביז קומען צו אַ מסקנא, ואדרבה — דורך דעם וואָס אין דיעותיהן שוות, איז די מסקנא אַ בעסערע (כנ"ל ס"ד). [און אפילו אויב עס בלייבט אַן ענין אין וועלכן מ'קען זיך ניט צוזאַמענרעדן — גייט מען צו אַ שלישי המכריע, די רבני המקום, און מ'פירט זיך לויט זייער הוראה ופסק־ין — ווי דער סדר איז ע"פ תורה, כמובן וגם פשוט].
ואדרבה: בימים אלו דספירת העומר איז אַ זמן מתאים צו מוסיף זיין אין אַלע פעולות פון אהבת ישראל וקירוב הלבבות (במכ"ש — מתקן זיין אַ חסרון אין דעם).
ועוד והוא העיקר: מוסיף זיין אין אַלע ענינים פון תורה ומצוות, לימוד התורה, נגלה דתורה [כולל — מחזק זיין דעם לימוד פרקי אבות בשבתות אלו] און פנימיות התורה [ובהדגשה — גרייטנדיק זיך צו דעם טאָג פון ל"ג בעומר, יום שמחתו של רשב"י, מתן תורה פון פנימיות התורהקיז, וואָס רשב"י איז דער מקור הגילוי פון פנימיות התורה ובהאי ספרא דילך דאיהו ספר הזהרקיח],
ובפרט — מוסיף זיין נייע שיעורי תורה ברבים [כמודגש אין היינטיקן פרקקיט „עשרה שיושבין ועוסקין בתורה", ובפרשתנוקכ — „ונקדשתי בתוך בני ישראל", אין עדה פחותה מעשרהקכא], נוסף אויף ממשיך זיין בשיעורים הקבועים,
כולל אויך — סיומים בתורה, ווי דער סיום ספר זרעים (והתחלת ספר עבודה) ברמב"ם הנ"ל, ועד"ז אַנדערע סיומים (והתחלות) בתורה.
ותלמוד גדול שמביא לידי מעשהקכב — הוספה בקיום המצוות בהידור, און אָננעמען נייע החלטות אין אַלע פעולות טובות אין ענינים פון אידישקייט, ובכלל — הפצת היהדות און הפצת המעינות חוצה.
און דאָס אַלץ וועט נאָכמער צואיילן דעם בנין ביהמ"ק השלישי בפועל, למטה מעשרה טפחים, בית נצחי, מקדש אד' כוננו ידיךקכג, ושם נעשה לפניך את קרבנות כו' כמצות רצונךקכד, און כל זה — תיכף ומיד ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ט, חלק ב
- Id
- rh-a6a8e9fg