Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ בחקותי, כ"ב אייר ה'תשמ"ט
463משיחות ש"פ בחקותי, כ"ב אייר ה'תשמ"ט
א. דעם שבת האָט מען מסיים געווען דעם ספר שלישי פון חמשה חומשי תורה — ספר ויקרא. און כמנהג ישראל, אַז גלייך נאָך דעם סיום הקריאה פון דעם ספר איז דער גאַנצער קהל מכריז בקול רם: „חזק חזק ונתחזק"א.
דער פשוט'ער אינהאַלט פון דער הכרזה איז — אַז בשעת אידן זיינען מסיים אַ חלק אין תורה, דאַרף צוקומען אַ (תוספות ו)חיזוק אין תורה ומצוות און עבודת ה' בכלל, און בפרט אַ חיזוק בכפליים און דריי מאָל אַזויפיל — „חזק חזק ונתחזק" — צו ממשיך זיין טאָן אין כל עניני תורה ומצוות מיט אַ צוגעגעבענע שטאַרקייט (התחזקות)א, במחשבה, בדיבור, און (דער עיקר) — במעשה בפועל.
דערצו איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד תורה „כללות ופרטות נאמרה"ב, און אמירת „חזק חזק ונתחזק" (בסיום כל ספר פון חמשה חומשי תורה) קומט בהמשך צו אַ ספר וחלק מסויים בתורה, בנדו"ד — בסיום ספר ויקרא — איז נוסף צו דעם חיזוק וואָס די הכרזה פון „חזק כו'" גיט אין תורה בכלל, שפּיגלט זיך אָפּ דער חיזוק בפרט אין דעם תוכן המיוחד פון ספר ויקרא, ובפרטי פרטיות — אין דער לעצטער פרשה — פ' בחוקותי, און אין איר גופא — דעם לעצטן פסוק פון דער פרשה;
לאידך: דער „חזק חזק ונתחזק" פון דעם ספר (ויקרא) בפרט האָט אין זיך אַ חידוש וועלכער גיט אַרויס אַ לימוד כללי אין חיזוק כל התורה כולה (כדלקמן), וואָרום יעדער פרט אין תורה איז פאַרבונדן מיט כל התורה כולהג, און אין ביידע קצוות: די גאַנצע תורה שפּיגלט זיך אָפּ אין יעדער פרט (כנ"ל), און יעדער פרט גיט צו אַן ענין הנוגע לכל התורה כולה.
ב. פון די חמשה חומשי תורה איז דער (חיזוק אין) עיקר ענין התורה (אירע דינים הלכות ומצוות) בהדגשה מיוחדת אין ספר ויקרא: אַ גרויסער טייל (ביז — רובם) פון די אַנדערע ספריםד באַשטייט פון סיפורי המאורעות וואָס זיינען דעמולט פאָרגע־464קומעןה. דאַקעגן ספר ויקרא איז אויסגעטיילט דערמיט וואָס ער איז „מלא הלכות רבות"ו, ער ווערט אָנגערופן „ארי", „שהוא חמור שבספרים"ז, און הייסט אויך „ספר הקרבנות"ח און „תורת כהנים"ט — ווי מ'זעט בפשטות אַז רובו ככולו פון ספר ויקרא באַשטייט פון הלכות התורה.
די הדגשה מיוחדת פון תורהוראה אין ספר ויקרא איז אויך מרומז אין דעם וואָס ספר ויקרא איז דער ספר השלישי (אמצעי) פון די חמשה חומשי תורה — כידוע אַז תורה בכלל איז פאַרבונדן מיט שלשה (קו האמצעי): אוריאן תליתאי לעמא תליתאי ביומא תליתאי ע"י תליתאיי, כמבואר בכ"מיא.
ג. וויבאַלד אַז דער סיום פון יעדער ענין של קדושה, ועאכו"כ אַ ספר אין תורה, איז אַזוי ווי אַ הכל פון דעם גאַנצן ענין וספריב, דעריבער איז דער אינהאַלט פון ספר ויקרא (זיין ספּעציעלער פאַרבונד מיט עיקר התורה — דינים ומצוות) אונטערשטראָכן אין דעם סיום הספר — אין דער לעצטער פרשה (פ' בחוקותי), און אין דעם גופא — אין לעצטן פסוק און סך־הכל פון דעם גאַנצן ספר: „אלה המצוות אשר צוה ה' את משה אל בני ישראל בהר סיני".
דער חידוש אין דעם איז נאָך שטאַרקער בשעת מ'פאַרגלייכט דאָס מיט דעם סיום פון די אַנדערע ספרים, וועלכע ענדיקן זיך אַלע ניט מיט דעם ענין פון „אלה המצוות"יג נאָר מיט פאַרשידענע מאורעותיד.
465אפילו ספר דברים, סיום כל חמשה חומשי תורה, וועלכע דאַרף אַרויסגעבן דעם הכל פון כל התורה, ענדיקט זיך ניט מיט דעם ענין התורה והמצוות, נאָר — וועגן אידן — „לכל האותות והמופתים גו' לעיני כל ישראל",
ויש לומר הטעם — וואָרום (מחשבתן של) ישראל קדמו לכל דבר, אפילו (למחשבתה של) תורהטו, דעריבער איז דער סיום כל התורה מיט עיקר כל העיקרים — (די מעלה פון) אידן (צוליב וועמען ס'איז געגעבן געוואָרן כל התורה, צו את בנ"י, דבר אל בנ"י)טז.
משא"כ ספר ויקרא ענדיקט זיך (ניט וועגן אידן, ניט אויף זיי גייט דער אלה פון דעם פסוק, נאָר) מיט „אלה המצוות", ווי זיי זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן „אל בני ישראל", ד.ה. ווי אידן זיינען מקבלי המצוות (כולל מצות תלמוד תורה) — בהתאם צו דעם תוכן מיוחד פון ספר ויקרא (ספר שלישי — כנגד מצות עדות חוקים) וועלכער איז ספּעציעל פאַרבונדן מיט מצוות התורה.
ד. אויך די התחלהיז פון דער לעצטער פרשהיח אין ספר ויקרא רעדט וועגן כל התורה ומצוותי' (דער תוכן פון ספר ויקרא בכלל) — „אם בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו ועשיתם אותם"יט.
און ווי רש"י איז מפרש דעם פסוק (ד.ה. לויט פשוטו של מקרא): „אם בחוקותי תלכו — יכול זה קיום המצוות, כשהוא אומר ואת מצוותי תשמרו הרי קיום המצוות אמור, הא מה אני מקיים אם בחוקותי תלכו, שתהיו עמלים בתורה".
ועפ"ז איז מובן, אַז דער פסוק און די פרשה רעדט (בעיקר — ניט וועגן קיום תומ"צ בכלל, ע"ד הרגיל, נאָר) וועגן שלימות כל התורה ומצוותי'כ — (אויך) אַלס אַ סהכל פון גאַנץ ספר ויקרא וואו ס'איז אונטערשטראָכן דער ענין פון מצוות התורהכא, כנ"ל:
„בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו ועשיתם אותם" איז כולל סיי תורה און סיי כל המצוות, מצות לא תעשה (תשמרו" — שמור זה מל"תכב), און מצות עשה („ועשיתם")כג. און די שלי־466מות זייערע: ניט סתם לימוד התורה (ווי דאָס איז אַ חלק פון קיום המצוות בכלל), נאָר „עמלים בתורה"כד. כמבואר בכ"מכה אַז שלימות לימוד התורה איז דורך עמל ויגיעהכו בתורה, וואָס דורך דעם קומט צו אַ חידוש ושלימות אין (מצות) תלמוד תורה בכללכז. און דערצו האָט מען אויך גדלות בלימוד התורה (אין עמל תורה גופא) — דורך דעם וואָס דאָס ברענגט לידי מעשה, „מצוותי תשמרו ועשיתם אותם"; ועד"ז לאידך גיסא: בשעת קיום המצוות קומט אַלס אַ תוצאה פון לימוד התורה, ועאכו"כ פון „עמלים בתורה", איז דאָס מיט מער שלימות.
ה. ע"פ הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק דער חידוש וואָס קומט פון דעם „חזק כו'" בסוף ספר ויקרא אין דער התחזקות בכל התורה כולה: נוסף צו התחזקות אין קיום התומ"צ בכלל, גיט דאָס אַריין חיזוק אין „אלה המצוות", אַלע תומ"צ, און בתכלית השלימות — עס זאָל זיין „בחוקותי תלכו", „שתהיו עמלים בתורה", ביז אין פאַרשטיין דעם „חמור שבספרים", און על מנת אַז דאָס זאָל ברענגען צו שלימות אין מעשה המצוות — „את מצוותי תשמרו ועשיתם אותם".
ו. דער ביאור אין דעם בעומק יותר וועט מען פאַרשטיין בהקדים דעם דיוק אין די ערשטע ווערטער פון דער פרשה „בחוקותי תלכו":
לויט פירוש רש"י הנ"ל אַז „בחוקותי תלכו" גייט אויף תורה, דאַרף מען פאַרשטיין פאַרוואָס דער פסוק נוצט אויף דעם בתחילה דעם לשון „בחוקותי" וואָס בכלל גייט ער אויף מצוות (און מ'דאַרף אָנקומען צו דעם לימוד אַז „יכול כו' כשהוא אומר כו'"), און ניט אַ לשון וואָס גייט בפירוש אויף תורהכח?
איז דער ביאור אין דעם פאַרשטאַנדיק במיוחד לויט דעם פירוש פון דעם אַלטן רבי'ןכט אין „בחוקותי" — מלשון חקיקה (אויסגעקריצט):
דער אויפטו פון אותיות החקיקה באַשטייט אין דעם, וואָס ניט בלויז זיינען די אותיות פאַראיינציקט מיט דער467זאַך אין וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט, נאָר אַז די אותיות זיינען קיין מציאות ניט פאַר זיך, זייער גאַנצע מציאות איז נאָר די זאַך אין וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט. ניט ווי באַ אותיות הכתיבה וועלכע מ'שרייבט אויף קלף, וואָס כאָטש אַז דורכן שרייבן ווערן די אותיות פאַראיינציקט מיטן קלף, זיינען זיי (און זיי בלייבן) אַ צוגעגעבענע זאַך צום קלף, ביז אַז מ'קען זיי אָפּטיילן פון דעם קלף.
וואָס דאָס איז געווען דער אויפטו פון די לוחות (אויף וועלכע ס'זיינען געגעבן געוואָרן די עשרות הדברות, וועלכע זיינען כולל כל התורה כולהל) — „מכתב אלקים גו' חרות על הלוחות"לא: די אותיות פון די עשרת הדברות זיינען געווען אויסגעקריצט מיני' ובי' אין די לוחות. און נאָכמער — מעבר לעבר [וואָס דערפאַר זאָגן חז"ללב אַז „מ"ם וסמ"ך שבלוחות בנס היו עומדין", „דהואיל והכתב הי' נראה משני עבריהם (שהי' החקק חודר את כל הלוח) הי' לו ליפול אם לא שבנס הי' עומד". אויב די חקיקה וואָלט ניט געווען דורך און דורך, האָבן די אותיות מ"ם און סמ"ך זיך געקענט אָנהאַלטן אויף דעם אונטערשטן טייל פון די לוחות וועלכער איז ניט דורכגעקריצט].
וי"ל דעם טעם אויף דעםלג, ווייל די תורה ווי זי איז במקורה (די שני לוחות הברית) איז זי איין זאַך מיט דעם אויבערשטן — אורייתא וקוב"ה כולא חדלד. ביז אַז די אותיות אירע דאָרט זיינען (ניט אַ באַזונדער זאַך, ווי אותיות הכתיבה, נאָר) זייער מציאות איז אלקות. און דערפאַר קומט עס אַזוי אַרויס אין די לוחות, אַז די אותיות התורה שבלוחות, זיינען מיני' ובי' פון דעם (אבן ה)לוח, ביז — אַ חקיקה מעבר לעבר, אַזוי אַז עס בלייבט ניט איבער קיין חלק פון אבן (דער חלק האָבן וואו ס'איז חקוק דער אות), וואָס איז ניט דורכגעקריצט מיט דעם אות [נאָר דערנאָך, ווי תורה איז נשתלשל געוואָרן למטה — ווערט זיך נתלבש אויך אין תורה שבכתב — דיו על הקלףלה ביז על נייר].
עפ"ז יש לומר אַז דער פסוק נוצט דאָ דעם לשון „בחוקותי" אויף „עמלים בתורה" — בכדי לערנען אַ אידן, אַז כשם ווי די תורה בעצם (די לוחות) איז אותיות החקיקה, אַזוי דאַרף אויך זיין ביי אַ איד וואָס לערנט תורה (וואָס ישראל מתקשראן באורייתאלו): זיין לערנען דאַרף זיין אין אַן אופן אַז אין צוגאָב וואָס ער (— זיין שכל) ווערט פאַראיינציקט מיט תורה, אָבער זיי בלייבן פאָרט צוויי באַזונדערע זאַכן, זאָל ער גאָרניט זיין אַ מציאות פאַר זיך, זיין גאַנצע מציאות זאָל זיין תורה, ווייל די תורה ווערט אין אים (ניט נאָר „אָנגעשריבן" ווי דיו על הקלף, נאָר) חקוק מיני' ובי' — איינגעקריצט (בי') און (נאָכמער —) אויסגעקריצט מעבר לעבר, דורך און דורך — אַזוי אַז עס בלייבט ניט קיין פרט פון זיין מציאות468וואָס איז ניט חקוק מיט (די אותיות ה)תורה.
ויש לומר, אַז דאָס איז אויך מתאים מיט דעם פירוש אַז „בחוקותי תלכו" מיינט „עמלים בתורה": בשעת דער לימוד התורה איז באופן של חקיקה, אַז דאָס איז אַ טייל פון זיין מציאות (ניט קיין באַזונדער זאַך), דעמולט האַרעוועט דער איד אין תורה ווי איינער האָרעוועט אין אַ גאָר אייגענער זאַך (און ניט נאָר וויפל ס'איז מוכרח מצד דעם וואָס דאָס איז באַהעפט צו עם אָבער צוגעגעבן צו זיין מציאות), ומעין זה — ווי דער אונטערשייד צווישן אַ בעה"ב וועלכער האָרעוועט אין זיין אייגענעם עסק און אַן אָנגעשטעלטער (אפילו אַ גאָר געטרייער).
און פון „עמלים בתורה" קומט אַזוי אַרויס אין קיום המצוות („מצוותי תשמרו ועשיתם אותם") — אַז מ'איז מקיים אַלע מצוות (אויך עדות און משפטים) אין אַן אופן פון „בחוקותי", חקיקה.
ז. לויט דעם דאַרף מען פאַרשטיין דעם המשך אין פסוק — „בחוקותי תלכו", וואָס דאָס מיינט אַז אין דעם ענין פון „בחוקותי" דאַרף זיין „תלכו"לז, וואָס לכאורה איז דאָס אַ סתירה מיני' ובי':
ביי אותיות הכתיבה, וויבאַלד זיי זיינען אַ צוגעגעבענע זאַך אויפן קלף, איז שייך אין דעם אַ (שינוי ו)הוספה („תלכו"). ביז ווי דאָס איז אין דעם אופן פון דער הלכה — „כתב על גבי כתב"לח, כתב ראשון כתב שני, וכיו"ב.
אָבער אין אותיות החקיקה, וואָס זייער גאַנצע מציאות איז נאָר די זאַך אין וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט — ווי איז שייך „תלכו"?!
מ'קען מוסיף זיין חקיקה אין דעם חלק פון דער זאַך וואָס איז נאָך ניט געקריצט; אָבער אין דעם אות החקוקה גופא — „בחוקותי" — קען לכאורה ניט זיין קיין הוספה, ועאכו"כ ניט אַן ענין פון „תלכו" וואָס הליכה אמיתית מיינט אַז ער גייט אינגאַנצן אַוועק פון זיין פריערדיקן מעמד ומצב!
ואעפ"כ זאָגט מען אָן יעדן אידן „בחוקותי תלכו", אין „בחוקותי" (בחקיקה עצמה) דאַרף זיין „תלכו", ביז אַ הליכה אמיתית — ד.ה. אַ חיבור פון צוויי הפכיים.
עד"ז אויך אין נמשל — בנוגע צו תורה:
יעדער איד האָט אַ חיוב (אין צוגאָב צו לערנען דאָס וואָס שטייט אין תורה, אויך) „לחדש . . בהלכות הן באגדות הן בנגלה הן בנסתר"לט, „לאפשא לה"מ.
איז — אין תושבע"פ, וואָס „אין קץ ותכלית לעומק טעמי ההלכות והפלפול בטעמיהן ובדרושתיהן במדות שהתורה נדרשת"מא [וואָס רובה ככולה פון תושבע"פ איז נתגלה געוואָרן ע"י חכמי ישראל בכל דור ודור, „שלומדים מפי469דעתם באחת מן המדות שהתורה נדרשת בהם . . (או) שעשאום סייג לתורה"מב] — איז דאָרטן שייך אַז „יתחדשו ג"כ חידושי הלכות לאין קץ ותכלית"מג;
אָבער תושב"כמד וועלכע איז געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן באופן אַז לא תוסיפון ולא תגרעון, ומספר קבוע פון די אותיות, פרשיות, הפסקות וכו', לא פחות ולא יותר — איז לכאורה ניט שייך עס זאָל זיין „לאפשה לה" („תלכו") אין דער תורה עצמה — נאָר אין פירושי התורה.
ועד"ז ומעין זה אין לימוד טעמי המצוות: אין די מצוות שכליות (משפטים) איז שייך אַז עס זאָל אַלעמאָל צוקומען אין הבנת טעמי המצוות, ומעין זה אויך באַ (מצות וועלכע ווערן אָנגערופן) עדות, אָבער בנוגע צו חוקים — זאָגן חז"ל „חוקהמה חקקתי גזירה גזרתי" און „איןמו לך רשות להרהר אחרי'".
אַזוי אויך אין תושבע"פ עצמה: „תלכו" (הוספה וחידוש בתורה) איז שייך אין דעם חלק השקו"ט והפלפול, אין פירושי תורה וכיו"ב, אָבער ניט אין הלכה למשה מסיני, וועלכע איז קבוע (ע"ד ווי חקיקה) און מ'קען דאָס ניט משנה זיין ח"ו. ובלשון המשנהמז — „אם קבלה נקבל, ואם לדין (שאתה דן ק"ו מעצמך) יש תשובה".
אעפ"כ זאָגט מען — „בחוקותי תלכו": אין דעם חלק החקיקה שבתורה דאַרף זיין „תלכו".
דער חידוש אין דעם איז נאָכמער: אויף „מצוותי" (בהמשך הכתוב) שטייט „תשמרו ועשיתם אותם". ולכאורה — ע"פ הנ"ל, אַז „בחוקותי" באַדייט חקיקה, האָט דאָרטן לכאורה מער געפאַסט דעם לשון „תשמרו" — מ'זאָל אָפּהיטן די (אותיות ה)חקיקה (הלכה) פון תורה, און „ועשיתם"; ולאידך: דער לשון „תלכו" וואָלט געווען לכאורה מער מתאים באַ „מצוותי", וואָס איז כולל אַלע מצוות, אויך מצוות שכליות (משפטים), וואו ס'איז שייך אַ הליכה והוספה בשכל ובהבנת טעמי המצוות!
ח. דער ביאור בזה וועט מען פאַרשטיין לויט דעם מאמר חז"למח „כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש הכל ניתן למשה בסיני". וואָס אויך אין דעם איז לכאורה פאַראַן כסתירה הנ"ל: אויב „הכל ניתן למשה בסיני", איז דאָס דאָך ניט קיין חידוש — ווי זאָגט מען אויף דעם „לחדש"?
לויט דער גירסא בכ"ממט וואו עס שטייט ניט דער לשון „לחדש" (נאָר „להורות" אָדער „לומר" וכיו"ב), קען דאָס מיינען, אַז דער תלמיד לערנט אַרויס אַ פרט פון אַן אַנדער פרט, אָדער פון אַ כלל שניתן בסיני לויט די מדות שהתורה נדרשת בהן וכיו"בנ; אָבער די גירסא הנפוצה (וועלכע ברענגט זיך470בריבוי מקומות)נא איז „לחדש", וואָס „לחדש" בדיוק לשון התורה איז דער טייטש — אַ חידוש, דאָס הייסט — ניט נאָר אַז דער תלמיד לערנט אַרויס אַ פרט פון אַ פרט אָדער — אַ כלל, וואָס דאָס איז גילוי ההעלם בלבדנב, נאָר אַז ער טוט אויף אין תורה (לויט די כללי ויסודי התורה) אַ חידוש ביז שלא בערך אויב ער איז אַ תלמיד ותיק באמת — וואָס דוקא דעמולט איז דאָס אַ חידוש אמיתי (דער אמת'ער ענין פון „תלכו"),
ט. ויש לומר נקודת הביאור בזה: וויבאַלד אַז אורייתא וקוב"ה כולא חד, איז תורה אין סוף, העכער פאַר כל מדידה והגבלה (אַזוי ווי דער אויבערשטער כביכול). דעריבער איז מובן, אַז אין תורה, אפילו אין דעם חלק החקיקה שבה („בחוקותי") שניתן למשה מסיני, קען אַלעמאָל צוקומען חידושים, אַלץ מער און מער.
ואדרבה: וויבאַלד אַז חקיקה למעלה איז אין אַן אופן פון א"ס, דאַרף אין דעם שטענדיק צוקומען, „תלכו"נג, אויב ניט באַווייזט עס אויף אַ הגבלה אין דער חקיקה גופאנד.
דער אויבערשטער האָט אָבער אויסגעשטעלט, אַז דער חידוש („תלכו") וואָס קומט צו אין תורה („בחוקותי") מצד דעם וואָס „אורייתא וקוב"ה כולא חד" — ווערט אויפגעטאָן דורך ישראל שקדמו לתורה (אַזוי ווי אַלע ענינים וועלכע זיינען תלוי אין עבודת האדם, מעשינו ועבודתינו)נה — כמארז"לנו אַז תורה נקראת כלה און ישראל נקראו חתן, ווייל אידן זיינען משפיע וממשיך אין תורה, כידוע אַז דורך לימוד תורה פון אידן זיינען זיי מחבר קוב"ה מיט תורהנז, ע"ד ווי דוד הי' מחבר תורה בקוב"הנח [ע"ד דער ענין פון „ברכו בתורה תחלה" — וואָס דורך דעם פאַרבינדט מען תורה מיט דעם נותן התורה].
וכמאחז"לנט כל הקורא ושונה בתורה הקב"ה קורא ושונה כנגדו, און עי"ז ווערט הקב"ה נמשך אין זיין תורה, ביז אַז מ'זאָגט אַז „מהס להלן באימה וביראה וברתת ובזיע (אע"פ וואָס דעמולט איז דאָס געווען פאַרבונדן מיט „וירד ה' על הר סיני" און די קולות471וברקים וכו'סא) אף כאן באימה וביראה וברתת ובזיע", וויילסא דורך דעם לימוד כאן ווערט „הקב"ה קורא ושונה כנגדו" און עס ווערט אויפגעטאָן אַלע ענינים וואָס זיינען געווען באַ מ"ת בפעם הראשונה [נאָר דעמולט איז געווען „ואני המתחיל"סב, און דער אויבערשטער האָט געגעבן די תורה מלמעלה למטה. אָבער די כוונה אין דעם איז געווען, אַז אַ איד זאָל דערנאָך לערנען תורה בכח עצמו (כביכול), דער איד איז מתחיל און — ביז משפיע אין תורה].
אָבער לאידך: דער חידוש אין תורה איז ניט קיין דבר נוסף אויף תורה ח"ו — ואדרבה דורך דעם זיינען אידן מגלה די (נאָך העכערע) דרגא אין תורה ווי „אורייתא וקוב"ה כולא חד" באופן של חקיקה, וואָס מצד דער דרגא ווערט דער חידוש („תלכו") אויפגעטאָן אין תורה („ב־חוקותי") עצמה.
ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק אַז דער „לחדש" אין תורה (דורך דעם תלמיד ותיק) — צוזאַמען דערמיט וואָס דאָס איז אַ חידוש אמיתיסג — איז דאָס אַ חלק פון תורה (שמיוסד אויף כללי התורה) שניתנה למשה מסיניסד ולא תהי' מוחלפת ח"ו — ווי אותיות החקיקה וועלכע זיינען אויסגעקריצט מיני' ובי' (און ניט קיין דבר נוסף ח"ו).
י. ולהוסיף, אַז דער חידוש („תלכו") וואָס קומט צו אין תורה (אויך אין דעם חלק פון „בחוקותי" שבתורה) דריקט זיך אויך אויס בפועל — ווי מ'זעט אַז מדור לדור ומשנה לשנה קומט צו אין הבנה והשגה פון אַלע חלקי התורה, אויך איז דעם חלק החקיקה שבתורה (תושב"כ און חוקי התורה וכיו"ב), און די הוספה איז ניט נאָר אין הבנה והשגה, נאָר דורך דעם קומט אויך צו אין דעם עצם קיום ועשי' פון די מצוותסה (און נאָך מיט מער הידור און חיות) („תלכו" אין „בחוקותי" עצמו), נוסף על זה וואָס דורך דער הוספה וחידוש פון תקנות וסייגי חכמים און מנהגי ישראל — קומט צו אין איכות קיום המצות בפועלסו.
כפשוט אין דעם חלק המשפטים שבתורה (מצוות שכליות), אַז אין זיי קומט472צו אין דעם פאַרשטאַנד פון די מצוות, און דורך דעם — אין קיום המצוות בפועלסז; ועד"ז אין חלק העדות שבתורה — אַז דורך די התבוננות אין איינער פון די עדות שבתורה, קומט צו אין קיום המצוהסח [לדוגמא במצות ציצית: דורך „וראיתם אותו" קומט צו מפעם לפעם אין דעם „וזכרתם את כל מצוות ה' ועשיתם אותם"סט]; נאָר אויך אין חוקי התורה („בחוקותי"), וואָס הגם אַז „חוקה חקקתי גזירה גזרתי" און „אין לך רשות להרהר אחרי'", זאָגט און פסק'נט דער רמב"םע, אַז „ראוי להתבונן בהן (שאין זה הרהור אחרי'), וכל מה שאתה יכול ליתן לו טעם תן לו טעם"עא, און דורך דעם אַלעם — קומט צו אויך אין קיום ועשיית חוקים אלו.
„אין לך רשות להרהר אחרי'" בנוגע צו דעם קיום המצוות בפועל (צי ניט מקיים זיין, אָדער משנה זיין ח"ו, וויבאַלד אַז ער האָט אין דעם קיין הבנה ניט) — אָבער מ'מעג און מ'דאַרף מוסיף זיין אין פאַרשטיין די מצוות, און דורך דעם — קומט צו אויך אין אופן ואיכות (תוספת חיות ב)קיום המצוה.
יא. כשם ווי „בחוקותי תלכו" איז אין תורה — אַזוי דאַרף דאָס אויך זיין אין דער עבודה פון אַ אידן (וואָס צו אים איז געווענדעט דער תוכן הבקשהעב וההוראה פון „בחוקותי תלכו"):
נוסף אויף דעם וואָס באַ דעם מענטשן דאַרף שטענדיק זיין „תלכו" אין „בחוקותי" (חקיקה) אין די טיילן פון זיין עבודה אין וועלכע עס זיינען נאָך ניט איינגעקריצט תורה ומצוות,
און נוסף אויף דעם וואָס „בכל יום יהיו בעיניך חדשים"עג, וואָרום יעדן טאָג ווען ער שטייט אויף איז ער אַ „ברי' חדשה"עד, און ביי אים איז צוגעקומען מער חכמה וידיעה וכו' (אין צוגאָב אויף די נייע עניני עבודה וואָס קומען צו בכל יום), און דעריבער פאָדערט זיך אַ נייע, העכערע דרגא אין חקיקה — אויך אין די נייע עניני עבודה [ע"ד המבואר בנוגע צו תשובה, אַז וויבאַלד „עיקר התשובה בלב, והלב יש בו בחי' ומדרגות רבות והכל לפי מה שהוא אדם ולפי הזמן והמקום"עה].
איז נוסף צו דעם אַלעם (די חקיקה וואָס קומט צו אין דברים נוספים, ניט אין דער חקיקה עצמה) — דאַרף אויך זיין די עבודה, אַז (אויך) אין דער דרגא פון „בחוקותי" (חקיקה) עצמה ווי ער איז בתכלית הלשימות (אויך לויט מצבו בהוה) — דאַרף זיין „תלכו", העכער און העכער.
ווי מ'זעט עס אין דעם סדר החיים פון אַ אידן ע"פ תורה: דער חינוך פון אַ אידיש קינד איז אין אַן אופן פון473„חקיקה" — מ'געוויינט אים איין נאָך פון גאָר יונג צו טאָן מצוות, אַזוי אַז דאָס ווערט זיינע אַ טבע ורגילות [לדוגמא — אַז ווען ער כאַפּט זיך אויף פון שלאָף זאָגט ער, ניט טראַכטנדיקערהייט פריער, „מודה אני"] — ווייל היות אַז ער איז נאָך אַ קליין קינד און איז נאָך ניט שייך צו פאַרשטיין דעם טעם אויף מקיים זיין די מצוות, דעריבער איז די וועג אים ברענגען צו מקיים זיין מצוות איז דורך דעם וואָס מ'קריצט דאָס איין אין זיין נאַטור, אַזוי אַז ער טוט דאָס בדרך ממילא, ע"דעו (פי' הפשוט אין) כי מטא למודים מנפשי' כרעעז.
בשעת ער וואקסט אָבער אויס, און ביי אים קומט צו אין פאַרשטאנד, דעמולט איז מען שולל ביי אים קיום המצוות באופן פון „מצוות אנשים מלומדה"עח, און מען מאָנט אַז ער זאָל לערנען און פאַרשטיין תומ"צ, און דאָס זאָל אים ברענגען צו מקיים זיין די מצוות מיט אַן עבודה ויגיעה, און אין דעם גופא מאָנט מען אַז די עבודה בתומ"צ שלו זאָל זיין (ניט נאָר ווי אותיות הכתב — אַ כתב יפה און קלף יפה — אָבער דאָך אַ מציאות נוספת אויף זיין מציאות, נאָר) ווי אותיות החקיקה — איינגעקריצט אין און אויסגעקריצט פון אים אַליין.
זעט מען דערפון, אַז הגם דער זעלבער מענטש האָט אין זיך איינגעקריצט תומ"צ נאָך פון קינדווייז אויף, פאָדערט זיך אַז אין דעם „בחוקותי" — זאָל זיין „תלכו".
אַזוי אויך אין אַן ערוואַקסענעם מענטשן גופא: עס פאָדערט זיך אַז זיין עבודה בתומ"צ זאָל זיין חקוק אין אים, אין זיין טבע. און עס פאָדערט זיך אַז בשעת זיין עבודה ווערט זיינע אַ רגילות וטבע, דאַרף ביי אים ווערן און זיין אַ העכערע עבודה ויגיעה, צו אַרויסגיין אויך פון דעם (העכערן) טבע, און (ביז — אַז) דאָס גופא זאָל ווערן חקוק אין זיין טבע; אַזוי אַז זיין טבע (חקיקה) גופא דאַרף ווערן אַזאַ — וואָס האַלט אין איין גיין („תלכו") העכער פאַר טבעעט — זייענדיק פאַרבונדן כביכול מיט דעם אויבערשטן, וועלכער פאַראיינציקט ביידע פון זיי (ווי גערעדט אין אַ פריערדיקע שיחה בארוכה*80)).
יב. עפ"ז יש לבאר דעם קשר פון „אם בחוקותי תלכו גו'" מיט המשך הפרשה — די יעודים וברכות בתור שכר אויף דער עבודה — „ונתתי גשמיכם בעתם וגו'", און אויך — דערנאָך — די ענינים שלאחרי זה בפרשה ווי תושבע"פ איז זיי מפרש:
בשעת די עבודה פון אַ אידן איז אין אַן אופן פון „בחוקותי", אַז ער איז474„חקוק" דורך און דורך מיט אלקות און מיט תורתו ומצוותיו, אַזוי אַז זיין גאַנצע מציאות (אויך זיין גוף הגשמי) איז נאָר עניני אלקות (און עס איז ניטאָ קיין אַנדער מציאות) — דעמולט איז אַ זיכערע זאַך, אַז דאָס ווערט נמשך אויך אין חלקו בעולם — אַז „ונתתי גשמיכם בעתם וגו'", און ער האָט שלימות אויך אין אַלע זיינע גשמיות'דיקע צרכים, וואָרום דער אויבערשטער איז דער בורא כל העולם כולו, און דורך דעם וואָס אַ איד איז „חקוק" דורכגענומען מיט אלקות, פועל'ט עס אַזוי אויך בחלקו בעולם; ביז אַז אויך אין די ענינים בעולם וואָס זיינען לכאורה בחיצוניות באופן הפכי — ווערט נתגלה ווי זיי זיינען ברכות, און ברכות הכי נעלות — געקומען מבחי' חסדים הנסתרים (כמבואר בלקו"ת בפרשתנופא).
דער ענין אין עבודה:
נוסף צו דעם וואָס די אייגענע עבודה פון אַ אידן (בתורה ומצוות) דאַרף זיין באופן פון „בחוקותי תלכו", דאַרף ער אַזוי אויך אויפטאָן אין חלקו בעולם, ביז — בכל העולם כולו, צו מאַכן די וועלט פאַר אַ דירה לו יתברך בתחתוניםפב,
און די דירה בתחתונים זאָל ווערן סו"ס ניט ווי אַ צוגעגעבענע זאַך אויף דער מציאות פון וועלט (ווי אותיות הכתיבה), נאָר דאָס דאַרף זיין אַ „דירה לו יתברך", לו לעצמותו — איז כשם ווי באַ דעם אויבערשטן איז אין חוץ ממנו ח"ו, אַזוי כביכול דאַרף אויך זיין אין דער דירה לו ית' בתחתונים, וועלכע (תחתונים) זיינען — כל הבריאה כולה — ווי דער רמב"ם זאָגט (פסק'נט) אין אָנהייב פון זיין ספרפג הוא (השם) ממציא כל הנמצא, כל הנמצאים כו' — נתהווה געוואָרן פון עצמותו ית' („שמציאותו מעצמותו ואינו עלול מאיזה עילה שקדמה לו ח"ו"פד) — אַז די דירה לו ית' זאָל זיין בגלוי חקוק אין וועלט, מיני' ובי' ומעבר לעבר — אַזוי אַז בכל פרט ופרט שבעולם איז ניכר דעם כח הפועל בנפעל [ווי ס'איז געווען בגלוי באַ כמה גדולי ישראל (אויך) בזמן הגלותפה], ביז אַז אויך אין אַ חסרון שבעולם — זעט מען דעם כח הפועל [כמובן פון דעם סיפור מיטן מגיד וועלכער האָט דערקענט אין אַ כלי דעם חסרון אין דעם אומן וועלכער האָט געמאַכט דער כלי], ע"ד הנ"ל ויתרה מזה — שלא בערך, אַז אין די ענינים הפכים ווערט נתגלה לעיני בשר ממש ווי זיי זיינען חסדים און נעלים ביותר.
יג. ע"פ כל זה איז נאָכמער פאַרשטאַנדיק דער חיזוק וואָס קומט צו אין דעם „חזק חזק ונתחזק" בסוף ספר ויקרא, ספר שלישי:
מען באַקומט אַ חיזוק מיוחדפו אין אַלע עניני עבודה — נוסף בנוגע צו דער עבודה פון אידן אַליין, ווי זיי זיינען אַפּגעזונדערט און העכער פאַר אַלץ475(כבסיום ספר משנה תורה, כנ"ל ס"ג), נאָר — ווי זיי זיינען פאַרבונדן און טוען אויף אין תורה און אין וועלט (להבדיל) — אַז אַלע ענינים זאָלן זיין אין אַן אופן פון „בחוקותי תלכו" — אויסגעקריצט מיני' ובי', און אין דעם גופא אין אַן אופן פון „תלכו":
סיי אין תורה — אַז מ'זעט בגלוי ווי די תורה איז אין אַן אופן פון „בחוקותי תלכו", אין חקיקה גופא „תלכו" העכער און העכער [כולל אויך, בנוגע צו „חזק" אין דעם שבת, וואָס קומט בסמיכות לברכת התורה אויף דער קריאה — אַ הוספה („תלכו") לגבי ברכת התורה בברכות השחר, כמובן דערפון גופא וואָס מ'איז ניט יוצא די ברכת התורה על הקריאה מיט ברכת התורה שבבוקרפז];
סיי אין דער עבודה פון אידן, אַז באַ זיי איז תורה ומצוות אויסגעקריצט מיני' ובי' ומעבר לעבר, און דאָס ווירקט אויף זיין טא־טעגלעכע הנהגה, אין מחשבה דיבור און דער עיקר — במעשה, ביז אַז דאָס שטייט בגלוי אין זיין גאַנצע מציאות, אַזוי אַז בכל מקום וואו ער גייט, איז כל רואיו יכירו אַז דאָ גייט אַ איד וואָס איז אַ איד וואָס לערנט תורה און איז מקיים מצוות (אָבער דאָס קען זיין באופן דבר נוסף צו זיין עצם מציאות), ונוסף ע"ז ועיקר — דאָ גייט אַ „בחוקותי איד", מציאות התורה ומצוות איז זיין נשמה ומציאות — זיין מציאות איז תורה ומצוות!
און אַזוי פועל'ט אַ איד אויך אין חלקו בעולם — אַז אין דעם זאָל זיין חקוק בגלוי דער כח הפועל בנפעל, דורך דעם וואָס ער נוצט די כל עניני העולם שברשותו נאָר צו דורכפירן די תכלית צוליב וועלכן דער אויבערשטער האָט זיי באַשאַפן — לא בראו אלא לכבודופח, צוצוגעבן נאָכמער אין כבוד ה', דורך הנהגה ע"פ תורה, אין כבוד אלא תורהפט, כל עניני העולם ווערן תשמישי קדושה ותשמישי מצוה, ביז אַ חפצא של מצוה ממש.
ונוסף צו זיין אייגענע עבודה באופן זה, איז ער אויך משפיע ומחזק (ונתחזק) נאָך און נאָך אידן אין זייער עבודה באופן כזה, מ'ווערט „נרות להאיר"צ (בלשון פון רבותינו נשיאינו), ובלשון הכתובצא — „בהעלותך את הנרות", עד שתהא שלהבת עולה מאלי', טופח על מנת להטפיח.
יד. יש לקשר דעם סיום וחזק פון ספר הקרבנות (ספר ויקרא) מיטן היינטיקן שיעור רמב"ם בהל' מעשה הקרבנות:
גלייך בתחלת ספר הקרבנות גיט אַרויס תורה די הוראה צו אַ אידן, אַז זיין עבודה דאַרף באַשטיין פון זיך מקריב זיין (נשמה בגוף — חי לאורך ימים ושנים טובים) אַלס אַ קרבן לה': „אדם כי יקריב מכם קרבן לה'" (ניט „אדם מכם כי יקריב") — דער אדם (אתם קרויים אדם) דאַרףצב (נוסף אויף476— חלקו בעולם) זיך אַליין (מכם) מקריב זיין אַ קרבן לה', וואָס רזא דקורבנא עולה עד רזא דא"סצג. און דאָס טאָן אין אַן אופן פון „מעשה הקרבנות", דאָס ווירקט (נוסף אויף זיין מוח ולב, מחשבה ודיבור, אויך ובעיקר —) אין זיין מעשה בפועל, אַזוי אַז כל מציאותו — דורך און דורך (באופן של חקיקה, ווי מ'לערנט אָפּ אין בחוקותי בסוף ספר ויקרא, ספר הקרבנות) — איז אַ קרבן לה', בדוגמא צו יצחק וועלכער איז געווען אַן „עולה תמימה"צד,
אין דעם גופא קומט צו דער לימוד פון היינטיקן שיעור רמב"םצה, אַז „כל הקרבנות אין מקריבין אותן אלא ביום שנאמרצו ביום צוותו את בני ישראל להקריב קרבניהם, ביום ולא בלילה": די עבודה פון זיך מקריב זיין אַלס אַ קרבן לה', איז דוקא „ביום", אור וגילוי (ויקרא אלקים לאור יוםצז) — אין אַ ליכטיקן אופן, ליכטיק בגשמיות וברוחניות, ד.ה. אַז (ניט נאָר וואָס דאָס שאַט ניט זיין געזונט ח"ו, נאָר אדרבה) — דאָס גיט צו אין בריאות הגוף ובריאות הנשמה, באריכות ימים ושנים טובות, ומתוך הרחבה, מיט אַלע יעודים גשמיים, כנ"ל (סי"ב). וע"ד ווי ס'איז געווען באַ יצחק אבינו, אַז ער איז געווען אַן „עולה תמימה" זייענדיק אַ נשמה בגוףצח ובשלימותצט, און האָט מאריך ימים געווען מער פאַר די אַנדערע אבות און שבטים — ק"פ שנה [בגימטריא עשר (שלימות) פעמים ח"י].
און זייענדיק אַן עבודה „ביום" — ווערט דאָס „צוותו" — שלימות צוותא וחיבור פון זיין גאַנצע מציאות (זיין נה"א, נה"ב און גוף) מיט דעם אויבערשטן כביכול, אין אַ ליכטיקן אופן („יום") — חקיקה דורך און דורך.
ואפילו אויב עס ווערט אַ מצב פון „לילה" (אַ העלם והסתר), ביז די לילה פון גלות — איז הגם אַז לכתחילה „משתדלין להקטיר הכל ביום" און „אין מאחרין אותו לדעת"ק (ווייל די עבודה דאַרף זיין אין אַ ליכטיקן אופן כנ"ל) — איז אָבער „מותר להקטיר אימורין ואיברים בלילה" און „כשרים בלילה", ווייל דער אויבערשטער ע"י תורתו גיט אַ אידן דעם כח אויך צו איבערמאַכן „לילה" ליום — ביז אַז לילה כיום יאירקא [ועד כדי כך אַז „הנסכים הבאים בפני עצמן מתקדשין (לכתחילה) בלילה וקריבין בלילה"קב].
און ניט נאָר עד חצות הלילה כדעת הרמב"ם (צוליב די תקנת חכמים „כדי להרחיק מן הפשיעה"קג), נאָר אויך כל477הלילה כדעת רש"יקד — וואָס דאָס איז נוגע במיוחד בדור זה, דרא דעקבתא דמשיחא, דער סוף פון פשיעה הלילה פון גלות, סמוך צו דעם בוקר הגאולה.
ובפרט לויט דעם פירוש, אַז שנת תש"נ איז די התחלה חצות הלילה פון אלף הששי.
וע"פ וואָס עס ברענגט זיך אין ספרים, אַז שנת תש"נ איז אויך אַ שנת קץ — נוסף אויף דעם וואָס די גמרא איז מעיד אַז בזמן הש"ס איז שוין געווען „כלו כל הקצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה"קה, און זינט דאַן האָבן אידן שוין צוגעגעבן אַ ריבוי הכי מופלג פון „מעשינו ועבודתינו" — תומ"צ און עבודת התשובה — איז פאַרשטאַנדיק, אַז נאָך שטייענדיק אין ערב שנת תש"נ, בשנת תשמ"ט (אויך מלשון „תשמט ידיך"קו כל „החובות") — איז די העכסטע און העכסט־פאַסיקסטע צייט אַז משיח זאָל שוין קומען.
ובפרט אין שנת תשמ"ט עצמה — נאָך זמן חירותנו, ווען עס איז בטל געוואָרן כל ענין העבדות פון אידן, און נאָך ל"ג בעומר, וועלכער איז פאַרבונדן מיט ביאת מלכא משיחאקז, גאולה האמיתית והשלימה.
טו. ויהי רצון, אַז „כשםקח שעזרתנו לסיים ספר זה — און „שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה" — כן תעזרנו להתחיל ספרים אחרים" — כל המסובין כאן ביז כל ישראל,
ובנדו"ד: סיום ספר ויקרא אל משה, וואָס הויבט זיך אָן מיט „ויקרא" סתם, ולא נאמר מי הוא הקורא, ווייל דאָס רעדט זיך וועגן עצמותו ית' (שלמעלה מכל שם)קט, אל משה, כולל — בחי' משה שבכל א' מישראלקי, ביז סיום הספר — „בחוקותי תלכו", און „אלה המצוות גו'",
און דערפון קומט מען להתחיל ספר במדבר, „וידבר ה' אל משה במדבר סיני", ובעבודה י"ל — אַז כל סדר ההשתלשלות איז אַ „מדבר" בערך צו אידן, און דורך זייער עבודה זיינען זיי מגלה דעם דבר ה' (כח הפועל בנפעל) אין דעם „מדבר", אַזוי אַז דאָס ווערט אַ „מדבר"קיא (מ"ם שבא, דל"ת פתח) — אַ „רעדנער", וואָס „רעדט" און דערציילט אַז „בדבר ה' שמים נעשו"קיב, „בעשרה מאמרות נברא העולם"קיג.
ועוד (ועיקר): דער סיום הספר און די הכרזה „חזק חזק ונתחזק" — זאָל צוגעבן חיזוק יעדן אידן אין אָנהויבן באופן478חדש לגמרי — אין דעם אופן פון „בחוקותי תלכו" — נייע שיעורים אין תורה (נוסף צו חיזוק אין די שיעורים הקיימים והקבועים עד עתה), כולל — שיעורים ברבים, אין נגלה דתורה און פנימיות התורה, כולל — אַ חיזוק אין קיום מנהג ישראל צו לערנען פרקי אבות בשבתות אלו,
און אויך — אין לימוד שיעור היומי ברמב"ם, ומה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחדקיד — שיעורים ברבים (און מה טוב — לויט דער חלוקה פון ג' פרקים ליום), וכל זה — אין אַן אופן פון „חקיקה" און „תלכו",
ותלמוד גדול שמביא לידי מעשהקטו — הוספה בקיום המצוות בהידור, „מצוותי תשמרו ועשיתם אותם", און באופן פון „בחוקותי תלכו", כנ"ל,
אָנהויבנדיק ובמיוחד אין די ימי הספירה — אין דעם „כלל גדול בתורה" פון „ואהבת לרעך כמוך"קטז — עס איז „נהגו כבוד זה לזה" (כולל — מתקן זיין דאָס וואָס איז געווען אַמאָל בימי הספירה צוליב אַ הנהגה הפכיתקיז), און — בירור המדות בכלל; און אויב ס'איז געווען אין דעם אַ חסרון אָדער עכ"פ אַ זאַך וואָס האָט געקענט זיין נאָך בעסער — איז מען מוסיף אין הנהגת כבוד זה לזה ביתר שאת וביתר עוז, ביז אַז לילה כיום יאיר, מיט דער מעלה פון יתרון האור מן החושךקיח.
ועוד וזה העיקר — אַז מ'זאָל שוין פאַרענדיקן די לעצטע פעולות, שיריים פון מעשינו ועבודתינו פּוצען די קנעפּלעךקיט, לאחרי דער ריבוי הכי גדול וואָס איז געווען ביז איצטער, וכנ"ל הפס"ד כבר כלו כל הקצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה, תלוי אויך פון לשון אַז דאָס איז שוין מן המוכן און „הענגט" שוין באויר בשטח זה, און מ'דאַרף עס נאָר אַראָפּברענגען בפועל — וואָס דאָס קען יעדער איד טאָן ברגע קטן און אין איזה מקום ומעמד ומצב שיהי' — אויך בשעת די התוועדות איצטער — דורך דעם וואָס ער איז זיך מתבונן לרגע באופן אַז דאָס רופט ביי אים אַרויס אַ פנימיות'דיקן קרעכץ, וואָס אויף דעם איז פס"ד ומעיד כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו (און כמה גדולי ישראל, דער ראַגאַטשאָווער וכו') — אַז אַ אידישער קרעכץ איז תשובה שלימהקכ, והבטיחה תורה: א) ישראל עושין תשובה — ב) ומיד הן נגאליןקכא,
און דאָס ברענגט די תשובה — וכנ"ל אין הדבר תלוי אלא בתשובה — פון דעם אויבערשטן כביכול, וואָס גלו לאדום שכינה עמהם כפס"ד הרשב"יקכב — ושב ה' אלקיך את שבותךקכג, ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראלקכד, און מ'גייט אַלע ביחד אין ארץ הקודש, אין ירושלים עיר הקודש, אין ביהמ"ק השלישי, תיכף ומיד ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ט, חלק ב
- Id
- rh-8yyxtxbj